שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2737
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

עס איז שוין געווען דא אלע סארט אינטערוויוס מיט אלע סארט מענטשן איבער אלע ערליי נושאים, איך מיין אבער אז אזא היסטארישע אינטערוויו איז נאכנישט פארגעקומען!

אונז האמיר ב''ה באוויזן ארויפצוברענגען דא א איד פון יאר תתפ''ב לפ''ק!! א איד א ישיש, א גאר חשובע איד, וואס האט שטארק געבעטן צו האלטן זיין נאמען אין געהיים, אבער איר קענט זיין זיכער אז מ'רעדט דא פון גאר א חשוב'ע איד, א יליד וויליאמסבורג, וואס טראגט מיט זיך א גאר רייכע לעבנסגעשיכטע, און יעצט האט ער אונז געגעבן די געלעגענהייט צו נאשן אביסל פון זיין ענדלאזע אוצר פון ידיעות, היסטארישע פאקטן, און נאסטאלגיע.

מיר טוען זיך אנטשולדיגן, אז די שמועס איז ארויפגעגאנגען כפי אמירתן, ממש ווארט ביי ווארט אן איבערארבעטן כפי סדר העולם געווענליך, אבער מחמת חיבת הדברים איז דאכט זיך זיכער געשמאקער צו ליינען דעם שמועס מיטן ארגינעלן לשון.

אלזא מאכט אייך גרייט! מיר מישן אריבער דעם זייגער צום יאר תתפ''ב און מיר פרובירן צו נאשן ס'מערסטע אינפארמאציע וואס שייך.




קודם כל שלום עליכם, און א גרויסן ישר כח פארן אוועקגעבן פון אייערע טייערע צייט, ס'איז אונז באמת א זכי' צו קענען פארברענגען מיט א איד פונעם פריערדיגן דור און זען אויגן וואס האבן געזען די צדיקי אמת פון אמאל.

עליכם השלום, ס'איז מיר אויך א כבוד צו רעדן מיט אייך און אביסל אראפגעבן פארן קומענדיגע דור וויאזוי די וועלט האט אויסגעקוקט ווען די וועלט איז נאך געװען וועלט.

איז קודם די ערשטע פראגע פארשטייט זיך, ווי זענט איר געבוירן געווארן און ווי זענט איר אויפגעוואקסן?

איז אזוי, איך בין געבוירן געווארן אין מאנהעטן, און איך בין אויפגעוואקסן געווארן אין שטאט וויליאמסבורג, דאס איז אזא צוויי שעה צו פארן ביז קרית יואל ווי ס'ליגט די סאטמארע רביים און אביסל מער ווי א שעה ביז ריבניץ.

באפעלא ווי דער רב הכולל ליגט איז אויך אין יענע געגנט?

נע דאס איז אינגאנצן א צווייטע געגנט.

אה, פארדעם טאקע איז דא אסאך ווייניגער נסיעות וואס קאווערן באפעלא, ניין?

יא, ס'איז ממש ארויס פון געגנט, איינער וואס פארט שוין יא אויף מקומות הקדושים האלט זיך צו די געגנט וואס ס'איז ממש געדעכט מיט בתי חיים ווי קרית יואל, ריבניץ, הר שלום, ניו דשערסי און אזוי ווייטער.

און אז מ'רעדט שוין פון קברים, איך האב זייער הנאה פון די לעצטיגע אויפוואכונג צו פארעכטן און מתקן זיין די צוימען און מציבות פון די בתי חיים, נאך אלעם כ'קען זאגן אז כמעט יעדער איינער האט א זיידע צו א נאנטע קרוב וואס ליגט אין קרית יואל אדער הר שלום, איז ווער זאל זיך זארגן פאר זיי אויב נישט אונז?

גאר שטארקע ווערטער.

פיין, איז לאמיר הערן אביסל איבער די אלטע היים. קודם כל פארשטיי איך אז אייער פאטער איז געווען איז א איד א נגיד, ניין? ביי מלוה מלכה צוויי וואכן צוריק האט הרב ווייס פארציילט ביי די סיפורי צדיקים אז נאר עשירים האבן זיך געקענט ערלויבן צו וואוינען אין וויליאמסבורג.


ניין, דאס איז שוין געווען שפעטער. אין די בראשית יארן, דאס הייסט, איך וואלט געזאגט די ערשטע פיפציג יאר איז וויליאמסבורג געווען א העכסט נארמאלע שטאט, בערך אין די תש''ע יארן - אפשר גאר די תש"פ יארן? וועסט פרעגן די וואס זענען מער בקי בקורות הדורות - האט וויליאמסבורג צוביסלעך זיך פארמירט פאר א שטאט ווי נאר עשירים קענען זיך ערלויבן צו וואוינען.

וויפל בערך האט דאן געקאסט א דירה אין וויליאמסבורג?

אביסל מער ווי א מיליאן דאלער.

וואס?? מאכסט א ווערטל? פארוואס האט נישט יעדער געקויפט 10 דירות פאר זיך מיט די קינדער?

הא הא הא.... וויפל מיינסטו האט מען דעמאלטס פארדינט? דריי טויזנט דאלער א וואך האט שוין געהייסן שיין! איינער וואס האט געמאכט 5 מיליאן דאלער א יאר האט שוין געהייסן א נגיד... ביי די דינערס האט מען אויסגערופען אויפן מייק אלע נתינות פון הונדערט טויזנט דאלער! טאקע אזוי! וואס לאכסטו? מען קען עס נאך היינט איבערהערן! האסט געקענט דעמאלטס אריינוואקן אין גראסערי מיט א פינעווער אין ארויסגיין מיט א גאנצע פרישטאג!

נישט צו גלייבן!

וויפל אידן האבן דאן געוואוינט אין וויליאמסבורג?


ווענדט זיך ווען. לאמיר רעדן יעצט פון די פריע צוואנציגער יארן, האבן געוואוינט דארט ארום 15 טויזנט משפחות.

נישט מער? דאס מיינט אז מ'האט נאך אפילו נישט געקענט חלומען פון האבן אייגענע קאנגרעסלייט און סענאטארן!

זיכער נישט! דעמאלטס פלעגט זיין א געוויסע מאכטפולע פאזיציע וואס האט געהייסן 'דיסטריקט לידער' וואס איז גראדע געווען אין היימישע הענט, אבער א סענאטאר איז אפילו נישט בייגעפאלן.

א קאנגרעסמאן וואלט דאך לכאורה געדארפט זיין גרינגער, ניין?

ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן? איך דערמאן מיך יעצט, ס'גראדע שוין געווען דעמאלטס א איד וואס האט פרובירט צו לויפן פאר קאנגרעס, האסט שוין געהערט אמאל פון דעם זיסן זקן יאסל געשטעטנער?

ווער? דער וואס האט געהאט א מארקעטינג ביזנעס מיט א פאקוס אויף מעסעדשינג? איינע פון די יום טוב אויסגאבעס האט עס זייער אינטערעסאנט באשריבן לעצטנס, וואס איז מיט אים? ער האט געארבעט פאר יענע איד?

ניין ניין, ער אליין האט געוואלט ווערן א קאנגרעסמאן, אבער יענע יארן איז עס געווען נישט מער ווי א וויץ.

און נאך א וויכטיגע נקודה, דעמאלטס איז געווען הונדערט סענעטארן, און אביסל מער ווי פיר הונדערט קאנגרעסלייט, דאס איז געווען איידער די דעמאקראטישע פארטיי האט אריינגענומען וואשינגטאן די סי און פארטא ריקא, און נאך פאר זיי האבן צוריקגעגעבן אלאסקע פאר רוסלאנד.

פארוואס טאקע האבן זיי עס צוריקגעגעבן?

ס'איז א לאנגע מעשה, די שפיץ פון די מעשה איז אז די רעפובליקאנע פארטיי האט....

וועלכע פארטיי?

אה, אנטשולדיגט, אין יענע יארן איז געווען א פארטיי וואס האט זיך גערופן 'די רעפובליקאנע פארטיי' און ווי מאדנע עס הערט זיך האבן זיי דעמאלטס געהאט א כמעט אייניגע כח מיט די דעמאקראטישע פארטיי! מהאט זיך ממש געשלאגן אויף יעדע פרעזידענטליכע עלעקשאן באזונדער! נאכמער, מהאט זיך געקענט ארומרייסן אויף צענדליגע קאנגרעס און סענאט זיצן!

Wow, פאליטיק האט זיכער געדארפט זיין זייער אינטרעסאנט דעמאלטס, ניין?

און נאך ווי.. מהאט ממש געקענט ווערן אדיקטעד דערצו!

wow דעיס איז טשילס! ביז ווען איז דעיס אנגעגאנגען?

דאס איז געווען ביז יאר 2020. פון יענע יאר אין ווייטער האט די השגחה עליונה אזוי געפירט אז מער האט שוין א רעפובליקאנער נישט געווינען קיין פרעזידענטליכע עלעקשאן, און אויך די קאנגרעס און סענאט געווינסן זענען געווארן ווייניגער און ווייניגער, ביז די רעפובליקאנער זענען געווארן מאכטלאז. למעשה האט קאנגרעס דורכגעפירט א געזעץ צו דערקלערן אלע אנדערע פארטייען חוץ דעמאקראטן אומלעגאל, און דאן איז געשאפן געווארן די היינטיגע יונייטעד סאשעליסטס אוו אמעריקע.

אלס איינער פון די פריערדיגע דור, וואס האלטסטו איז בעסער איז יעצט רואיגער, אדער איז דאן געווען בעסער? איך פאר מיר האלט פארשטייט זיך אז די דעמאקראטן זענען ממש מוראדיג! קודם וויאזוי זיי זארגן זיך פארן לאנד, למשל קאנגרעס ספיקער סאניע האט נעכטן געוויזן אויסטערלישע אחריות ווען זי האט פארפירט אין קאנגרעס אז זי לאזט בשום אופן נישט די פעדעראלע דעפיציט אריבערגיין פינעף הונדערט קוואנטיליאן דאלער! זי האט געלאריעמט 'אויף וועמענס אחריות לאז מיר אונז אונזערע אייניקלעך דארפן באצאלן דעי קוואנטיליאנען דאלער?!'

יא יא, ס'קאסט מיר א שמייכל, ס'דערמאנט מיר ווי נח האט געווארנט 120 יאר אז ס'גייט קומען א מבול...

איך ווייס נישט פארוואס דו מאכסט ליצנות. דו ביסט מסתמא אויך פון די וואס מאכן אינגאנצן אוועק 'גלאבאל קאלינג' יא?

צוגעטראפן. קענסט מיר זאגן וויאזוי די וועלט גייט פארפרוירן ווערן אין געציילטע יארן, בשעת ווען איך געדענק ווען די וועלט האט געציטערט אז די וועלט ווערט נאר ווארימער?

אמממ, ס'דאך פשוט, כ'האב עס געלערנט אלס קינד ביי ענגליש, טאקע צוליב וואס די וועלט איז געווארן ווארים האט זיך אויפגעלאזט די אנטארקטיק אייז בערג, ממילא איז געשאפן געווארן שווערע וואסער טייכן, וואס האט זיך אנגעזאמלט ביים נארט פאול, און די וואסערן האבן אפגעקילט די וועלט וואס ווערט נאר קעלטער און קעלטער!

כ'הער, אבער די עצה דערצו איז זיכער נישט צו חרוב מאכן די עקאנאמיע, און זיך אריינמישן אין די טעגליכע רוטין, און אריבערגיין צו גאז געטריבענע קארס און די שווערע רעגולאציעס אויף די עלעקטריק אינדוסטריע.

אבער דאס וועסטו זיכער נישט אוועקמאכן דעיס וואס זיי נעמען זיך אזוי אן פאר מינאריטעטן, אזש די פרעזידענט האט ממש לעצטנס געמאלדן - איך ווייס נישט אויב דו האסט שוין געהערט - אז די קומענדיגע יערליכע סופרים קאורט נאמעני גייט זיין דווקא א ווייסע נידריגע מאן! דו ווייסט וואספארא טריט דאס איז אין די ריכטונג פון פאררעכטן די עבר מיט די צענדליגע יארן רדיפות אויף מינאריטעטן?

בארוהיג דיך! דעי אינגעלייט ווערן עפעס אזוי היציג.
קודם כל מיך ליגט אין קאפ אז די שווארצע און די ווייסע זענען אמאל געווען האלב אויף האלב אין אמעריקע, כ'בין אפילו כמעט זיכער אז די ווייסע זענען געווען אמאל די רוב, אבער אויף דעם וויל איך נישט נעמען אחריות, אויב יא איז עס געווען גאר לאנג צוריק.
אבער דו ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן? 'איך' האלט גראדע אויך אז די יעצטיגע סיסטעם איז סאך בעסער, אבער איך געדענק אז אמאל פלעג איך האלטן אז די סיסטעם איז ממש א סכנה פאר דעמאקראטיע, איך בין אפילו געווען פון די גרעסטע העצער'ס... בכלל איז דעמאלטס געווען די ווינט אז סאציליזם איז אפגעפרעגט, אבער כ'ווייס נישט, עפעס צוביסלעך האט זיך די דעת הקהל געטוישט, אין גרויסן טייל צוליב וואס טוויטער האט....

ווער? טוויטער? ווער איז דעיס?

אוי, ניטאמאל ווייס איך ווי אומוויסנד די היינטיגע דור איז! טוויטער איז געווען די פארגייער פון די היינטיגע טראט פלאטפארמע!

מאדנע. הייסט מהאט דעמאלטס געזאגט מהאט געטראט א טוויט?

וואס עפעס? מהאט געטוויט א טוויט!

אה גערעכט, געטוויט א טוויט, און אויך האט מען ריטראטעד... כ'מיין ריטוויטעד א טוויט.. זיס.

יאפ. אבער בכלל, מיין נישט אז ס'איז געווען אזעלכע זיסע צייטן דעמאלטס, איך וויל מיך נישט דערמאנען די קריזיס ווען איראן האט געהעקט די באהאלטענע אקסידשען טאנק פון פרעזידענט ביידען... אוי האט זיך דעמאלטס די וועלט איבערגעדרייט, מהאט געלייגט סאנקציעס, אפגעהאקט סוויפט, דעי חברה האבן נישט געהאלטן ביים באפרייען דעם טאנק, זיין סלאגאן ביי זיין ווידערוויילונג קאמפיין איז טאקע געווען 'פרי די טענק' און די רעפובליקאנער האבן געשריגן 'לאק איט אפ'.

שרעקעדיג! למעשה האט מען דען נישט געקענט שיקן אפאר ביטקוינס זיי צופרידן צו שטעלן?

ביי די וועי, אז דו רעדטסט פון געלט, דו ווייסט אז אמאל איז געלט געווען געמאכט פון פאפיר?

אודאי, מ'זעט עס שוין אין די גמרא.

וואס גמרא?! קוים אפאר צענדליג יאר צוריק! יעדער האט געהאט ביי זיך אין טאש א הויפן פאפירן מהאט עס געקענט האלטן אין א שיינע האלטער - א ברעיזל האט עס געהייסן דאכטזעך - אויף איין פאפיר איז געשטאנען פינעף דאלער האט מען געוויסט אז דעיס איז פינעף דאלער, אויף די אנדערע איז געשטאנען צען האט מען געוויסט דעיס איז צען דאלער, און אזויפיל וויפל ס'געשטאנען דערויף אזויפיל איז די פאפיר ווערד געווען, און דאס איז געווען געלט!

הייסט מהאט יעדע מאל געדארפט אפליינען די פאפיר צו וויסן וויפל ס'איז ווערד?

יא, אבער ס'בכלל נישט געווען אזוי קאמפליצירט, כ'ווייס נישט וויאזוי עס צו מסביר זיין.

פשי! און וואס האט מען געטון אז די פאפיר האט זיך צוריסן?

פרעגסט קשיות, מ'האט זיכער געמאכט אז ס'צורייסט זיך נישט! און ביי די וועי וואס טוט מען היינטיגע צייטן ווען מפארגעסט די ביטקוין פעסווארד?

גערעכט. wow א אנדערע וועלט!

שוין עס ווערט שוין שפעט, לאמיר אוועקגיין אביסל פון די וועלטליכע פאליטיק, לאמיר אביסל שמועסן היימישע זכרונות.

קודם כל בין איך נייגעריג צו וועלכע טיש זענט איר געגאנגען פארגאנגענע ג' אייר? אין בכלל אין וועלכע רבי זענט איר דבוק היינט צוטאגס?

איז דו פרעגסט וועגן ג' אייר. קודם פאר איך ענטפער איז גוט זאלסט וויסן אז אמאל איז ג' אייר בכלל נישט געווען אזא גרויסע טאג! קיין איין רבי האט נאכנישט געפירט קיין טיש, ס'נאכנישט געווען קיין חסידישע ספרים און ליקוטים זיך אנצווארעמען דאס הארץ פאר אזא גרויסע טאג, העכסטנס איז געווען א רייכע לחיים אין ביהמ''ד אויפן דעמאלטסדיגן סטאנדארט, און אפיל'ס פאר אלע בית התבשיל'ס... אפילו פארן צום ציון האט מען נאך דעמאלטס געדארפט מיט אן עראפלאן...

אבער ס'איז געווען א היבשע געפארעכטס, פארשטייט זיך נישט אזויווי היינט ביים ציון פון ר' טוביה מאיר ניימאן, וואס זינט ר' משה לאנדא - ר' יונה'ס אור אייניקל - האט אנדעקט וואספארא צדיק נסתר ער איז געווען זעען דארט אידן אפענע ישועות, אבער מ'איז געפארן. דעמאלטס האט א נסיעה צו קברי צדיקים געמיינט זיך אויפהייבן און פארן מיט א עראפלאן קיין אייראפע וואס איז פארשטייט זיך געווען כרוך מיט פארשידענע שוועריקייטן.

און יעצט צו דיין שאלה, איך בין געגאנגען צום עריכת השולחן פון סאדיגורא רבי זאל זיין געזונט, פארוואס? קודם פשוט אלס זקן צדיקי הדור, און אויך אלס איינער וואס האט שוין געפירט א עדה אידן ווען וועלט איז נאך געווען וועלט, נאך פון כמעט פיר דורות צוריק! דאס איז דאך נישט קיין פשוטע זאך, ס'דאך באקאנט אז די גרעסטע צדיק היינט קומט נישט צו צו די פשוטסטע איד אין יענע צייטן!

אמת, אמת.

איז לאמיר צוריקגיין בכלליות מיט וועם האלט איר זיך נאנט היינט צוטאגס?

איז אזוי, קודם כל פון מיין טאטעס זייט שטאם איך פון בעדפארד ממילא האלט איך אן א קשר מיט בעדפארד רב אלס בית אבותי, און נאכדעם סקילמאן-מיסיסיפי רבי שליט"א האב איך הנאה פון זיין גראדע שכל הישר און יעדע יום טוב פאר איך צו כ''ק אדמו''ר מלי-ראדני שליט''א.

אגב דו ווייסט פון ווי די אלע נעמען שטאמען?

דאס זענען געווען שטעט און שטעטלעך אין די אלטע היים, ניין?

שוין, לאמיר נישט רעדן... דאס איז אלעס געווען גאסן אין געסעלעך אין וויליאמסבורג... בקיצור... און דו ווייסט? איראניש איז אז דריגס איז גאר געווען די פארשטופטע גאס דארט, און וואלאבאוט איז געווען די צענטער פון שטאט! קוק ווי די וועלט דרייט זיך... שוין לאמיר גיין ווייטער.

איך זע אז איינמאל מען הייבט אן צו רעדן פון די יונגע יארן קען מען נישט אויפהערן הא?

און נאך וואו! איך זע מיך יעצט ממש שפאצירן אויף די גאסן פון וויליאמסבורג, אה! איך וואק אריין אין ביהמ''ד, איך פיל אפילו די שמעק פון די סינק האנטוכער! ס'מורא'דיג!

הממ.. נישט שלעכט געווען אמאל, פיינע שמעקעדיגע האנטוכער זיך אפצוווישן? מ'וואלט עס ווען געמעגט אנהאלטן אויך היינט.. כ'האף אז יעדער האט אריינגעווארפן די האנטוך צוריק אין די קאנעס...

אוי, מאכסט מיך לאכן... קליינע שמעקעדיגע האנטוכער וואלט טאקע געווען א שיינע זאך, ביינונז איז אבער געווען איין גרויסע האנטוך ווי דער גאנצער עולם האט זיך געווישט!

איך גלייב נישט! איין האנטוך פאר כל הקהל הקודש? אזוי צוריקגעשטאנען איז מען געווען אמאל?! וואס האט מען געטון ווען די האנטוך איז געווארן נאס פון אזויפיל הענט?

אה, ס'געווען א גאנצע סיסטעם, וואס אין יענע צייטן האט עס געהייסן זייער פארגעשריטן, מען ארויפגעהאנגען דעם האנטוך אויף אזא מעטאַל אין אזא וועג אז מען האט געקענט ארויפדרייען די האנטוך, און ווען ס'געווארן נאס די ערשטע חלק האט מען זיך געווישט מיט די אויבערשטע חלק! אונז וועלמיר באלד רעדן אויב ס'האט געהאלפן... מ'האט זיך טאקע געווערטלט דעמאלטס אז מ'האט ספעציעל געלייגט די סינק נעבן די האנטוכער כדי מען זאל זיך קענען אפוואשן גלייך תיכף ווען מענדיגט זיך ווישן מיטן האנטוך...

הא הא הא... די פארצייטישע ווערטלעך האבן דאך אזא חן...

איי געסס אין מקוה האט מען זיך אויך געווישט מיט איין גרויסע דרייעדיגע האנטוך, יא?

ניין, גראדע אין מקוה איז יא געווען עקסטערע קליינע האנטוכער.

ב''ה. כ'קען נישט צו זיך קומען! ווען האט זיך דאס געטוישט?

ביי קאוויד. דעמאלטס האט מען זיך געעפנט די אויגן.

ביי קאוויד??! ווילסט מיר זאגן הייסט אז דו האסט שוין געלעבט פאר קאוויד? פשי! הייסט די צווייטע וועלט מלחמה געדענקסטו מסתמא אויך!

וואס מישטו דא צאם געוואלד און געשריגן? די צווייטע וועלט מלחמה? די מלחמה איז געװען איבער צוויי הונדערט יאר צוריק...

אקעי אנטשולדיגט איך קען באמת נישט קיין היסטאריע.

אקעי איך מיין אז עס ווערט שוין שפעט, אי''ה עוד חזון למועד, אונז גיימיר בעז''ה אפהאלטן נאך אזעלכע שמועסן, ס'דאך ממש געוואלדיג די ידיעות און היסטאריע וואס איך האב מיך דא איינגעקויפט, אבער צום שלוס איך האב לעצטנס געהערט א אלטע אינטערוויו פון יארן צוריק, און ס'מיר געפאלן וויאזוי ער האט גענדיגט די אינטערוויו מיט אזא חידוש, ער האט געבעטן די אינטערוויוטער צו זאגן א מעסעדזש פאר כלל ישראל! איי געסס דעמאלטס פלעגן די אינטערוויוס ווערן געמאכט פאר גאנץ כלל ישראל צוזאמען.. אבער לאמיר נאכמאכן דעי אלטע חידוש און לאמיר הערן עפעס א מעסעדזש פאר די פרישע דור.

אה זייער גוט, איך האב שוין געווארט אויף דעם.

איז מיין מעסעדזש איז אזוי, געב א קוק, איך געדענק נאך ווען איך בין געווען יונג ווי איך בין געזיצן שעות און פארנוצט אלע מיינע כוחות אויפצווייזן פאר דעם און פאר יענעם אז 'דאס' איז די מציאות און אז 'יענס' איז ריכטיג און אז 'אזוי' איז די ריכטיגע מהלך, גערעדט און געשריבן סיי אין היימישע נושאים און סיי און וועלטליכע אישוס, איך געדענק ממש ווי היינט ווי די אלע נושאים וואס אונז האמיר דא ממש פריער גערעדט זענען געווען בריעדיגע קאכעדיגע נייעס אויפן טיש און איך האב זיך גע'טענה'ט און געשמועסט איבער דעם פונקט ווי פריער מיט דיר, נאר וואס איז די חילוק? נאר איין חילוק! אז היינט האב איך שוין אין טאש נאך א עקסטערע פארבייגעלאפענע אכציג יאר...

די נושא איז געבליבן די זעלבע, די טענהריי איז געבליבן די זעלבע, דאכט זיך אז כ'האב ניטאמאל באוויזן צו טוישן אפילו איינעם'ס מיינונג במשך די יארן... די איינציגסטע זאכן וואס האבן זיך געטוישט איז מיין יארגאנג און די רעדל פירערס.... חוץ פון דעם איז אלעס געבליבן די זעלבע! דו הערסט? אלעס איז געבליבן די זעלבע!

פארוואס זאג איך עס? נישט אז מ'זאל זיך נישט טענה'ן, אדער אז מ'טאר נישט ארומקאכן אין די נייעס, איך וויל דיר נאר מודיע זיין און דו זאלסט סך הכל וויסן ביי דיר, אז בעפאר דיר זענען שוין געווען עטליכע דורות אינגעלייט וואס האבן זיך שוין ארומגעריסן איבער דעי זעלבע נושאים, און מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועלן נאך דיר אויך קומען נאך עטליכע דורות וואס וועלן זיך איינרעדן אז די וועלט שטייט אויף זיי, סך הכל איז דעי פאר יאר דיין טשענס צו פירן דאס רעדל... דור הולך ודור בא, איך האב שוין מיטגעהאלטן פיר דורות אינגעלייט!

ווען איך זע וויאזוי די אינגעלייט טענה'ן זיך ארום שמייכל איך. דו ווייסט וואס איז פשט פון די שמייכל? ווייל ווען 'איך' רעדט מיך אמאל אפ אויפן פרעזידענט'ס פאליסיס שמייכלען זיך די אינגעלייט אינטער 'גיב א קוק, א הונדערט זעקס יעריגער איד האט נישט קיין אנדערע דאגות נאר איבער די פרעזידענטליכע שטותים, ביז עטליכע יאר איז ער שוין נישטא, מאכסט דיך נאריש'? און דו ווייסט וואס איך טו צו דעי אינגעלייט? איך שמייכל צוריק! דו פרעגסט פארוואס? ווייל ער כאפט נישט אז די חילוק פון צוואנציג יאר און ניינציג יאר קעגן 'אייביג' איז אזוי נישטיג און אזוי גאָרנישט אז ווען איך זע א צוואנציג יעריגע אינגערמאן שטופן די צייט מיט הבלים טראכט איך 'מאדנע, ביז געציילטע יארן איז ער שוין נישטא ס'אינטערעסירט אים אפילו די אלע שטותים....'

הלוואי וואלט איך יעצט געקענט צוריקמישן די זייגער צו די צייט ווען די אלע נייעס וואס אונז האמיר פריער געשמועסט האט זיך באמת אפגעשפילט און אנהייבן נאכאמאל מיט יענע דעמאלטסדיגע כוחות מיט פרישע אומבאנוצטע צענדליגע יארן גרייט פאר מיר!

נאכאמאל, מיין נישט אז מען טאר נישט רעדן קיין פאליטיק, אודאי איז נישט קיין פראבלעם זיך אויסצוליפטערן אויף א אויסגעהאלטענע געשמאקע וועג, נאכמער, דארפסט אפילו נישט וויסן ווי איין און ווי אויס! נאר איין זאך דארפסטו האַלטן אין קאפ: אז דו ביסט דא א גאסט אויף געציילטע יארן, און אז די אלע ענינים זענען הבל הבלים, און אז די שוידערליכסטע נייעס וועט אין געציילטע יארן זיין א געשמאקע שטיקל היסטאריע.. זהו. מיט דעי כלל ביסטו פארזיכערט אז דו וועסט פון זיך אליינס וויסן ווי איין און ווי אויס, און אויסניצן די געציילטע יארן צו די מאקסימום בעזהשי''ת.

איך בין אן קיין ווערטער! דו האסט אינגאנצן געטוישט מיין בליק! איך מיין אז איך וועל טאקע תיכף יעצט ענדיגן די שמועס און לאמיר אריינכאפן עפעס תכלית אין די פאר קורצע יארן וואס איז מיר באשערט מיטן אייבערשטנס הילף.

אמת'דיג א גרויסן יישר כח און הצלחה רבה.

הצלחה פאר דיר אויך, זיי געזונט.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7820
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ביטערע געלעכטער,
אלפאנס א הערליכע פעדער..
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

זייער געשמאק!
אריינגעברענגט א שמייכל אינעם גרויען זונטאג...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

מאסיווע ארבעט

גאר שטארק הנאה געהאט

שרייב אפטער
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

פיינע פרישע ווארע!!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

wof געוואלדיג!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

wow ... you made my day
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

כבין סטאק ביי טובי' מאיר ניימאנ'ס ציון....

:lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol:
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6613
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

גוט גוט סהאט מיר געקאסט א לאך...

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע:אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

פיינע נייעס, יישר כח!;l;p-
פיין געלאכט:lol:זיי ממשיך
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6461
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

פיינע נייעס דער!

מיר דארפן נאך אפאר אזאלכע;l;p-;l;p-
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ביז די לייק קנעפל קומט אן איז מיר גרינגער צו ציטירן
דרייטצעך האט געשריבן: זייער געשמאק!
אריינגעברענגט א שמייכל אינעם גרויען זונטאג...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4085
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

מעכטיג מעכטיג..!
איין הערלישען פעדער האסטו. וויר האבען ביי יעדן רייע געלאכט..
זי זאלען ביטע מער שרייבען.

איין גרויסען דאנקעהשעהן..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

פופציגער האט געשריבן: כבין סטאק ביי טובי' מאיר ניימאנ'ס ציון....

:lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol:

מ'שמועס אז ווען מ'גייט דארט דורך קען מען הערן עפעס א קלינג און א קול רעדט ארויס פון אונטן נאנסטאפ
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3955
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

;l;p-

איר האט זיך איינגעקויפט מפטיר יונה. עמער זען אין'ם מאמענט דעם וואך.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4085
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

;l;p-;l;p-
מיטן לייק קנעפל וועט מען נאר קענען געבן איין לייק, יעצט קענען מען צוויי...
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

;l;p-;l;p-;l;p-

יוי ביסטו גוט!!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

דיין דמיון פארט ווייט ווייט:lol::lol::lol:
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm


#_דא_דארף_מען_טראכטן
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

געוואלדיג!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

:lol::lol::lol::lol::lol::lol:

וואסטו געטון מיט מיר??

איך קען נישט סטאפן לאכן!!!

פיינע נייעס דאס...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

קלוגע ר' איד
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 05, 2022 11:22 am
לאקאציע:מח שליט על הלב

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע ר' איד »

קאסט עס מיר א לאך........
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע:זיי נישט אזא נאזיבאדי

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

גאר גוט...
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24942
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יוש אזאלכע בייפעלער... אזא יוד דארף זיין גאר גאר אלט....:lol::lol::lol::lol::lol:

נאר איין הערה כ'גלייב נישט אז די אידיש פין דעמאלס וועט זיין די זעלבע פין היינט וואלט מען געדארפט מאכן א בעסערן אידיש:grin:;l;p-

די סאדיגורא חסידים דארפן אמן פאר אזא שיינע ברכה פין אריכות ימים.....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

ארויף לאור המצב.

אמאל האט מען נאך געמיינט עס איז א געלעכטער און חלום. דא האלט מען:cry:



:lol::lol::lol:

גוט איז גוט! זייער גוט אייגענטליך!
חחח...
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

Re: שנת תתפ''ב לפ''ק: ערשטמאליגע היסטארישע אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

זייער זייער שטארק.
א געוואלדיגע שריפט חביבי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”