2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

אחראי: יאנאש

אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ברוכים הבאים.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

די וואך דינסטאג וועלן פארקומען פריימערי וויילען אין 5 שטאטן. וואס ווערט באטראכט צו זיין אלץ -אדער גאר די מערסטע- שטארק נאכגעפאלגטע פריימערי נאכט, מיט גאהר אסאך נאנטע פארמעסטן.

די וויילען וועלן פארקומען אין קענטאקי, נארד קאראליינע, פענסילוועניע, איידעהא און ארעגאן.

לענגערע באריכטן וועלן נאכפאלגן בעזה"י.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

קענטאקי:
שטים בודקעס שליסען זיך 6:00PM.

קענטאקי'ס 3טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט.
רעיטינגס=סעיף דעם.
דעמאקראט קאנגרעסמאן דזשאן יראמוט'ס ריטייערמענט, עפענט אויף א פארמעסט אין די דעמאקראט פארטיי צווישען די עסטעבלישמענט געשטיצטע מארגאן מקגארווי וועלכער איז געווארן אינדארסירט דרכן ארויסגייענדיגען קאנגרעסמאן יארמוט און נאך, קעגן די לינקע אטיקא סקאט וועלכער איז געווארן אינדארסירט דורך פארשידענע לינקע גרופעס.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

נארד קאראליינע:
שטים בודקעס שליסען זיך 7:30PM.

אונטערעסאנט צו וויסן, אז אין נארד קאראליינע דארף א קאנדידאט האבן 30% צו קענען געווינען די פריימערי. אויב קיינער באקומט נישט קיין 30% גייט עס צו א ראן-אף.

סענאט.
רעיטינגס=לינינג רעפ.

רעפובליקאנער סענאטאר טראמפ העיטער ריטשארד בור ריטייערט, וואס דאס עפענט אויף א ברייטע פארמעסט צו לויפן פאר די אפענע זיץ.

אויף די רעפובליקאנער זייט זענען די קאנדידאן. פראנט ראנער טראמפ אינדארסירטע קאנגרעסמאן טעד באד וועלכער קוקט אויס צו זיין די ווארשיינליכער געווינער. געוועזענער גאווערנאר פעט מקרארי, וואס ווערט געשטיצט דורכן ארויסגייענדען סענאטאר בור. און געוועזענער קאנגרעסמאן מארק וואקער.

אויף די דעמאקראט זייט, איז די געוועזענער סופרים קואארט דזשאדזש טשערי ביעסלי פארזיכערט מיט די נאמינאציע.

קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס.

דיסטריקט-1.
רעיטינגס=לינינג דעם.

קאנגרעסמאן דזשי. קעי. באטערפיעלד ריטייערט וואס דאס עפענט אויף גאהר א ברייטער פארמעסט צווישען דעמאקראטן און אויך צווישען רעפובליקאנער וואס האפן אז 2022 וועט זיין פאר זיי א גוטע געלעגענהייט איבערצונעמען די רויט טרענדינג ביידן +7% זיץ.

אויף די דעמאקראט זייט, איז די הויפט פארמעסט צווישען פרא עסטעבלישמענט סטעיט סענאטאר דאן דעיוויס, וועלכער איז אינדארסירט דורכן ארויסגייענדיגער קאנגרעסמאן באטערפיעלד און ווערט באטראכט אלץ איינער וואס וועט געבן בעסערע שאנסען פאר דעמאקראטן אנצוהאלטן צו די רורעל דיסטריקט. קעגן די לינקע סטעיט סענאטארשע עריקע סמיט, וועלכער ווערט אינדארסירט דורך עליזאבעט ווארען, קאנגרעספרוי דזשעיפאל און פילע לינקע ארגאניזאציעס.

אויף די רעפובליקאנער זייט איז פארהאן א גאר ברייטע פעלד פון קאנדידאטן.

דיסטריקט-4.
רעיטינגס=סעיף דעם.

קאנגרעסמאן דעיוויד פרייס ריטייערמענט עפענט אויף א ברייטע פארמעסט אויף די דעמאקראט זייט איבערצונעמען די זיץ. די צוויי הויפט קאנדידאטן זענען, עסטעבלישמענט געשטיצטע וואלערי פאאשי, קעגן די ארכי לינקע נידא אלעם וועלכער ווערט געשטיצט דורך סענדערס, ווארען, דזשעיפאל און אלע לינקע גרופעס.

דיסטריקט-11.
רעיטינגס=סעיף רעפ.

יונגסטע רעפובליקאנער קאנגרעסמאן מעדיסאן קאטורען, וועלכער ווערט געשטיצט דורך טראמפ, איז איינגעטונקען אין סקאנדאלן וואס קומען ארויס קעגן אים חדשים לבקרים. און היבש אסאך אין די רעפובליקאנער עסטעבלישמענט ווילן אים זעהן ארויס פון קאנגרעס פאר יעדן פרייז. זיין הויפט קעגנער איז סטעיט סענאטאר טשאק עדווארטס.

דיסטריקט-13.
רעיטינגס=טאס-אפ.

נאכדעם וואס די נארד קאראליינע געריכט האט ארויסגעווארפן די מאפע וואס איז געווארן באשטעטיגט דורך די לעגיסלאטור, און זיי האבן אריינגעלייגט א צייטווייליגע מאפע פאר די יאהר, איז די 13טע דיסטריקט וואס ווערט יעצט געעפענט דורך קאנגרעסמאן טעד באד וואס לויפט יעצט צום סענאט, געגאנגען פון א טראמפ +37% צו א ביידן +1.7%. און אויף ביידע זייטן פון די פאליטישע גאס קומען פאהר העפטיגע פריימעריס פאר די זיץ.

אויף די רעפובליקאנער זייט לויפט די טראמפ אינדארסירטע 26 יעריגע בו היינס, וואס קוקט אויס צו זיין די ווארשיינליכע פראנט-ראנער. אבער עס זענען פארהאן אסאך חברה אין די רעפובליקאנער פארטיי וואס האבן מורא, אז די יונגע היינס וואס האט זיך אריינגעצויגן אין די דיסטריקט כדאי צו קענען לויפן צו קאנגרעס, וועט זיין א שוואכער קאנדידאט אין די אלגעמיינע וויילען אין נאוועמבער. עס זענען פארהאן נאך עטליכע ערענסטע קאנדידאטן אין די רעיס מילא איז אונטערעסאנט צו זעהן וויאזוי עס וועט זיך אויסשפילען, און א ראן-אף איז די מארסט לייקלי אוטקאם.

אויף די דעמאקרעט זייט לויפן בעיקר צוויי קאנדידאטן געוועזענער סטעיט סענאטאר Sam Searcy קעגן סטעיט סענאטאר ווילי נייקל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11512
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

איידעהא

אין איידעהא קומט היינט אויך פאר פריימעריס וואו דער יעצטיגער גאווערנער ברעד ליטעל שטייט אויס א טשעלענדזש פון די רעכטס דורך די יעצטיגע ליוטענעט גאווערנער דזשעניס מעקגאטשין וועלכע האט טראמפ'ס אינדארסירונג, מעקגאטשין האט זיך באקאנט געמאכט ווען זי האט צוויי מאל ארויסגעגעבן עקזעקעטיוו ארדערס בשעת וואס דער גאווערנער איז נישט געווען אין איידעהא וואס אין אזא צייט נעמט דער ליוטענעט גאווערנער איבער די מאכט פון דעם גאווערנער, די עקזעקעטיוו ארדערס זענען געווען צו אסר'ן מאנדאטן אויף מאסקעס און וואקסין, אבער גראד ווען גאווערנער ליטעל איז צוריקגעקומען האט ער עס צוריקגעדרייט.

לויט לעצטערע פאלינג דעטע זעהט אויס ווי גאווערנער ליטעל גייט אפהאלטן א שטארקע זיג דערלאנגענדיג נאך א נידערלאגע פאר א טראמפ אינדארסירונג, וואס מען ווארט צו זעהן איז ווי גרויס די זיג וועט זיין, לויט א אנקעטע פון לעצטע חודש שטייט גאווערנער ליטעל ביי 60 פראצענט קעגן 29 פראצענט פאר מעקגאטשין.

אריבער צו די אטוירני דזשענעראל פארמעסט לויפט דער יעצטיגער אטוירני דזשענעראל לאורענס וועסדאן פאר א זעקסטע טערמין און קעגן אים לויפט א געוועזענע טי פארטי קאנגרעסמאן ראול לעברעדאר וואס האט א ערענסטע שאנס ארויסצושטויסן וועסדאן.

לויט א אנקעטע פון רעמינגטאן שטייט לעברעדאר ביי 43 פראצענט קעגן 34 פראצענט פאר אינקאמבענט אטוירני דזשענעראל לאורענס וועסדאן.

(א אינטערסאנטע זייטיגע נקודה נאך די 2020 עלעקשאן האבן אסאך רעפאבליקאנער סטעיטס אנגעפירט דורך טעקסעס אריינגעגעבן א קלאגע אין די סופרים קארט קעגן די עלעקשאן רעזאלטאטן, דער אטוירני דזשענערעל פון איידעהא איז געווען פון די פאר רעפאבליקאנער אטוירני דזשענעראלס וואס זענען נישט מיטגעשטאנען מיט די קלאגע און ער שטייט טאקע אויס צו פארלירן, פון די אנדערע זייט האט דער גאווערנער פון איידעהא ברעד ליטעל יא געשטיצט די קלאגע אבער לגבי קאוויד האט ער זיך נישט צוגעשטעלט אינגאנצן צו די טראמפ/קאנסערוועטיוון און וואו מ'האלט יעצט גייט ער איבערלעבן די פריימערי)

אריבער צו די סעקרעטערי אוו סטעיט פארמעסט וואו דער יעצטיגער סעקרעטערי אוו סטעיט רעטייערט, זענען דא בעיקר דריי קאנדידאטן וואס פארמעסטן זיך פאר דעם פאזיציע, סטעיט רעפ. דאראטי מאאן, סטעיט רעפ. מערי סאוזע, און קאנטי קלארק פיל מעקגרענע, בשעת וואס מאאן און סאוזע גלייבן אז ביידען האט נישט עכט געווען די 2020 עלעקשאנס זאגט מעקגרענע אז ביידען איז יא ערליך ערוועלט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11512
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די שטים בודקעס אין רוב איידעהא שליסען זיך 10:00 ניו יארקער זייגער אבער איין קליין שטיקל וואס ווערט גערופען די פענהענדל שליסען זייערע שטים בודקעס ערשט 11:00.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11512
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פענסילוועניע

שטים באדקעס שליסען זיך 8:00

סענאט

דער יעצטיגער סענעטאר פעט טומי (ר) לויפט נישט פאר ריעלעקשאן אין א סטעיט וואס דאנעלד טראמפ האט געוואונען אין 2016 און דזשאו ביידען האט עס געוואונען אין 2020, און דאס גייט זיין איינער פון די וויכטיגסטע אויב נישט די סאמע וויכטיגסטע סענאט פארמעסט אין 2022 צו זעהן צו די דעמאקראטן האלטן אן דעם סענאט אדער די רעפאבליקאנער געוואונען עס.

אויף די רעפאבליקאנער זייט פארמעסטן זיך א רייע מיט קאנדידאטן אבער די עיקר קוקט מען אויף די דריי שטארקסטע קאנדידאטן, דר. מעהמעט אז א דאקטער וואס האט פאר יארן געפירט א טיווי שאו ער לויפט מיט טראמפ'ס אינדארסירונג, העדזש פאנד מענעדזשער דעיוו מאקארמיק וואס לויפט מער אויף די מעינסטריעם רעפאבליקאנער טיקעט אבער האט אויך אינדארסירונגען פון א חלק קאנסערוועטיווען ווי טעד קרוז, קעטי בערנעט א שטארק קאנסערוועטיווע שרייבער וואס לויפט מיט די אינדארסירונג פון די סאמע עקסטרעמסטע חלק פון די פארטי.

דר אז און מאקארמיק האבן אריינגעווארפן שווערע מיליאנען פון אייגענע געלטער פאר זייערע קאמפיינס און ביז לעצטענס האט אויסגעזעהן ווי די פארמעסט גייט זיין צווישן די צוויי, למעשה האט בערנעט באוויזן די לעצטע פאר וואכן צו באקומען שטארקע מאמענטעם וואס האט לויט לעצטערע פאולינג דעטע איר באוויזן ארויפצושטיפן העכער מאקארמיק גלייך אינטער אז, מאכענדיג דאס א דריי שפיציגע פארמעסט מיט טראמפס אינדארסירונג אן סטעיק.

אריבער צו די דעמאקראטישע זייט לויפט די ליוטענעט גאווערנער דזשאן פעטערמאן אויף די פראגרעסיווער טיקעט און אויף די מער מעסיגער טיקעט לויפט קאנגרעסמאן קאנאר לעמב, פעטערמאן איז געווען ערווארטעט גרינג צו געווינען, ער האט געליטן א שטיקל סטראק אפאר טאג צוריק ער זאגט אבער אז ער ערהיילט זיך דערפון, וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן מיט וואספארא מארדזשין ער וועט געווינען, לויט לעצטערע דעטע שטייט פעטערמאן ביי א גוטע 40 פראצענט שטערקער ווי לעמב.

גאווערנער

אויף די רעפאבליקאנער זייט פארמעסטן זיך א רייע מיט קאנדידאטן, דער פראנט ראננער איז סטעיט סענעטאר דאג מאסטריאנא וואס לויפט מיט טראמפ'ס אינדארסירונג און ווערט געשטיצט דורך די מער עקסטרעם רעכטע פליגעל פון די פארטי, נאכדעם לויפט געוועזענע קאנגרעסמאן לו בארלעט, געוועזענע יו עס אטוירני ביל מעקסוועין, געוועזענע קאונסילמאן דעיוו ווייט.

אריבער צו די דעמאקראטישע זייט לויפט דער אטוירני דזשענעראל דזשאש שפירא אן קיין ערענסטע קעגנער.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בודקעס געשלאסען אין קענטאקי
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

AP ציפערען אין קענטאקי-03 דעמ.

עסטעבלישמענט קאנדידאט מקגארווי איז פאראויס מיט בערך 4000 שטימען קעגן בערך 2000 פאר סקאט.
9% גציילעט לויט די AP שאצונג
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

אין קאנטאקי קען מען שטימען ביז 7 אזייגער אין חלקים פונעם סטעיט.

אבער רעזולטאטן קומען שוין אריין און פארשטייט זיך אז קאנטאקי סענעטאר ראנד פאול (ר) האט גרינגערהייט געוואונען די רעפובליקאנער סענאט פריימערי.

IMG_20220517_181712.jpg
IMG_20220517_181712.jpg (22.62 KiB) געזען 3730 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

אין קאנטאקי'ס 4'טע דיסטריקט קוקט אויס אז קאנגרעסמאן טאמעס מעסי (ר) וועט גרינגערהייט געווינען די רעפובליקאנער פריימערי.

(אנפארטשענעטלי קוקט אויס ווי דזשארדזש וואשינגטאן קומט דערווייל אריין זייער שוואך...)

IMG_20220517_182916.jpg
IMG_20220517_182916.jpg (23.38 KiB) געזען 3692 מאל
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

קענטאקי סענאט.

רענד פאול דעקלערט די געווינער פון די רעפובליקאנער זייט, טשארלס בוקקער פאר די דעמאקראטן.

גערופן סיי דורך דיסיזשען דעסק און סיי דורך די AP
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

דאס איז געווען שנעל...

וואסערמאן דערקלערט די טראמפ אינדארסירטע קאנגרעסמאן טעד באד אלץ די געווינער פון די רעפובליקאנער סענאט פריימערי אין נארט קעראליינע.

די ערלי וואויטס אפגעציילט אין די רעפובליקאנער סענאט פריימערי אין נארט קעראליינע

טראמפ אינדארסירטע קאנגרעסמאן טעד באד - 57%
געוועזענע גאווערנאר פעט מעקרארי - 28%
געוועזענע קאנגרעסמאן מארק וואלקער - 8%
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

אין די רעפובליקאנער פריימערי אין נארט קעראליינע'ס 11'טע דיסטריקט מיט אלע ערלי וואויטס אפגעציילט האט טשאק עדווערדס א 11% אויבערהאנט איבער קאנגרעסמאן מעדיסאן קאוטארן.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: אין די רעפובליקאנער פריימערי אין נארט קעראליינע'ס 11'טע דיסטריקט מיט אלע ערלי וואויטס אפגעציילט האט טשאק עדווערדס א 11% אויבערהאנט איבער קאנגרעסמאן מעדיסאן קאוטארן.

די בעטינג מארקעט ראגירט..

IMG_20220517_194210.jpg
IMG_20220517_194210.jpg (105.93 KiB) געזען 3534 מאל
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: אין די רעפובליקאנער פריימערי אין נארט קעראליינע'ס 11'טע דיסטריקט מיט אלע ערלי וואויטס אפגעציילט האט טשאק עדווערדס א 11% אויבערהאנט איבער קאנגרעסמאן מעדיסאן קאוטארן.

לויט די טיימס מיט 11% ריפארטעד איז קאטורען גאהר ביטער אונטערשטעליג.
Screenshot 2022-05-17 235429.png
Screenshot 2022-05-17 235429.png (17.91 KiB) געזען 3523 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

נארט קעראליינע סופרים קאורט ריכטערן טשערי ביסלי איז דערקלערט געווארן די געווינער פון די דעמאקראטישע סענאט פריימערי אין נארט קעראליינע.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

קאנגרעסמאן טעד באד אפיציעל דערקלערט געווארן אלץ געווינער פון די נארד קאראליינע סענאט פריימערי!

שטארקע געווינס פאר דאנעלט טראמפ סיי אלץ זיין אינדארסמענט און סיי אלץ נאך א טראמפיסט אין סענאט.

Screenshot 2022-05-17 235429.png
Screenshot 2022-05-17 235429.png (17.91 KiB) געזען 3505 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

אין קאנטאקי'ס 3'טע דיסטריקט דערקלערט וואסערמאן סטעיט סענעטאר מארגען מעקגארווי אלץ די געווינער פון די דעמאקראטישע פריימערי אין די סעיף בלויע דיסטריקט.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

נארד קאראליינע=דיסטריקט-1.

וואסערמאן דערקלערט מעסיגע קאנדידאט דאן דעיוויס אלץ די געווינער פון די דעמאקראט פריימערי.

Screenshot 2022-05-18 000323.png
Screenshot 2022-05-18 000323.png (21.81 KiB) געזען 3479 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: דאס איז געווען שנעל...

וואסערמאן דערקלערט די טראמפ אינדארסירטע קאנגרעסמאן טעד באד אלץ די געווינער פון די רעפובליקאנער סענאט פריימערי אין נארט קעראליינע.

NBC News איז זיך מצטרף

IMG_20220517_195316.jpg
IMG_20220517_195316.jpg (27.9 KiB) געזען 3472 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: אין די רעפובליקאנער פריימערי אין נארט קעראליינע'ס 11'טע דיסטריקט מיט אלע ערלי וואויטס אפגעציילט האט טשאק עדווערדס א 11% אויבערהאנט איבער קאנגרעסמאן מעדיסאן קאוטארן.

עדווערדס האט יעצט א 8% ליעד
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

נארד קאראליינע=דיסטריקט-4.

וואסערמאן דערקלערט מעסיגע קאנדידאט וואלערי פאאשי אלץ די געווינער פון די דעמאקראט פריימערי.

Screenshot 2022-05-18 001153.png
Screenshot 2022-05-18 001153.png (11.32 KiB) געזען 3412 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מעי-17 למס' פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' בהר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

פענסילוועניע אטוירני דזשענעראל דזשאש שאפירא איז דערקלערט געווארן די געווינער פון די דעמאקראטישע גאווערנאר פריימערי אין פענסילוועניע.
שרייב תגובה

צוריק צו “וואלן רעזולטאטן”