Re: וואלן רעזולטאטן - פריימערי'ס אין דזשארדזשיע, ארקענסא, אלעבאמא און טעקסאס ראן-אף - מאי 24 2022
וואסערמאן דערקלערט אים אלץ געווינער.
אחראי: יאנאש
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: וואסערמאן האט שוין געזען גענוג.
קעמפ האט באזיגט די טראמפ אינדארסירטע דעיוויד פערדאו
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: אין דזשארדזשיע'ס 7'טע דיסטריקט קומט פאר א שטארק נאכגעפאלגטע דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט צווישן צוויי דעמאקראטישע קאנגרעסלייט וואס לויפן אין די זעלבע דיסטריקט:
- קאנגרעספרוי לוסי מעקבעיט - זי איז אריבערגעגאנגן פון די 6'טע דיסטריקט וואס איז געווארן א טראמפ דיסטריקט צו לויפן אין די 7'טע דיסטריקט - זי איז א שטארקע ליבעראל - זי איז געווארן אינדארסירט דורך סענעטאר ווארען און כמעט די גאנצע לינקע פליגעל פון די דעמאקראטישע פארטיי.
- קאנגרעספרוי קעראליין באודריאקס - זי איז מער א מאדערעט.
- - -
ס'קוקט אויס ווי מעקבעיט וועט עס מאכן.
גיי פארשטיי האט געשריבן: טעקסעס-28
איך האב געזעהן גענוג!
דזשעסיסא סיסנעראס האט באזיגט קאנגרעסמאן הענרי קולער, און וועט אויסשטיין גאר א שווערער פארמעסט אין נאוועמבער קעגן די רעפובליקען קעיסי גארסיע.
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:גיי פארשטיי האט געשריבן: טעקסעס-28
איך האב געזעהן גענוג!
דזשעסיסא סיסנעראס האט באזיגט קאנגרעסמאן הענרי קולער, און וועט אויסשטיין גאר א שווערער פארמעסט אין נאוועמבער קעגן די רעפובליקען קעיסי גארסיע.
נע... ווארט אביסל...
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: אין דזשארדזשיע'ס 10'טע דיסטריקט קומט אויך פאר א שטארק נאכגעפאלגטע רעפובליקאנער פריימערי אין די טראמפ 23.7%+ דיסטריקט, ווי קאנגרעסמאן דזשאדי הייס (ר) לויפט פאר סעקראטערי אוף סטעיט מיט טראמפ'ס אינדארסירונג.
עס לויפן גאר אסאך קאנדידאטן מיט אפאר אויפן שפיץ.
- געוועזענע דעמאקראטישע סטעיט רעפיזענטעטיוו ווערנאן דזשאונס - האט באקומען טראמפ'ס אינדארסירונג - אזוי אויך געווארן אינדארסירט דורך רודי דזשוליאני, מייקל פלין, און געוועזענע הויז ספיקער נוט גינגריטש.
- סטעיט רעפיזענטעטיוו טעמאטי באר - אינדארסירט געווארן דורך ארויסגייענדיגע קאנגרעסמאן דזשאדי הייס - און אזוי אויך געווארן אינדארסירט דורך אסאך סענעטארן.
- מייק קאלינס - איז אפציעל געווען די פראנטראנער ביז דזשאונס איז אריינגעקומען אינעם פארמעסט.
- - -
ס'איז נישט דא קיין אנקעטעס פון די פארמעסט, אבער אן אנקעטע פון טראפאלגער מיט דריי חדשים צוריק האט געהאט קאלינס אלץ שטארקע פראנטראנער.
די העכסטע צוויי גייען פאר א ראן-אף אויב קיינער דערגרייכט נישט 50%.
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: אין דזשארדזשיע'ס 6'טע דיסטריקט, וואס איז געווארן פון א ביידען 11%+ צו א טראמפ 15%+ דיסטריקט, קומט אויך פאר א שטארק נאכגעפאלגטע רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט נאכדעם וואס די קאנגרעספרוי לוסי מעקבעיט (ד) איז אריבערגעגאנגן לויפן אין די דערנעבענדיגע 7'טע דיסטריקט.
9 רעפובליקאנער קאנדידאטן לויפן אינעם פריימערי מיט צוויי שטארקע קאנדידאטן אין פארנט.
- ריטש מעקארמיק - געווארן אינדארסירט דורך טעקסאס סענעטאר טעד קרוז, די רעפובליקאנער סופער-פעק קלאב פאר גראוט, און אסאך רעפובליקאנער קאנגרעסלייט.
- דזשעיק עווענס - געווארן לעצטענס אינדארסירט דורך טראמפ.
לויט א לעצטיגע אינערליכע אנקעטע פון די מעקארמיק קאמפיין איז מעקארמיק ביי איבער 30% בשעת וואס עווענס איז די צווייטער ביי 13%.
פארשטייט זיך אז מען רעדט דא פון דזשארדזשיע, און א ראן-אף איז ערווארטעט.
גיי פארשטיי האט געשריבן:קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:גיי פארשטיי האט געשריבן: טעקסעס-28
איך האב געזעהן גענוג!
דזשעסיסא סיסנעראס האט באזיגט קאנגרעסמאן הענרי קולער, און וועט אויסשטיין גאר א שווערער פארמעסט אין נאוועמבער קעגן די רעפובליקען קעיסי גארסיע.
נע... ווארט אביסל...
זייער אונטערעסאנט די מצב דארט, סיסנעראס איז מיט 20% שטערקער אין די קאונטיס וואס זי האט געוואונען די ערשטע מאהל. אבער קולער איז בערך אזוי סאך שטערקער אין זיינע קאונטיס.
וועט מען דארפן אויסווארטן פאר מער רעזולטאטן.
גיי פארשטיי האט געשריבן: מיט 8% פון די שטימען אפגעציילט אין די ארקעסא גאווערנאר פארמעסט שטייט שרה סענדערס ביי 80% פון די שטימען, ודבר פשוט הוא אז זי האט געווינען.
די דריטע געווינס פאר טראמפ היינט ביינאכט.
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: אין דזשארדזשיע'ס 7'טע דיסטריקט קומט פאר א שטארק נאכגעפאלגטע דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט צווישן צוויי דעמאקראטישע קאנגרעסלייט וואס לויפן אין די זעלבע דיסטריקט:
- קאנגרעספרוי לוסי מעקבעיט - זי איז אריבערגעגאנגן פון די 6'טע דיסטריקט וואס איז געווארן א טראמפ דיסטריקט צו לויפן אין די 7'טע דיסטריקט - זי איז א שטארקע ליבעראל - זי איז געווארן אינדארסירט דורך סענעטאר ווארען און כמעט די גאנצע לינקע פליגעל פון די דעמאקראטישע פארטיי.
- קאנגרעספרוי קעראליין באודריאקס - זי איז מער א מאדערעט.
- - -
ס'קוקט אויס ווי מעקבעיט וועט עס מאכן.
מיט עטליכע פראצענט געציילט:
מעקבעיט - 81%
בארדעאקס - 17%
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: אין דזשארדזשיע'ס 7'טע דיסטריקט קומט פאר א שטארק נאכגעפאלגטע דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט צווישן צוויי דעמאקראטישע קאנגרעסלייט וואס לויפן אין די זעלבע דיסטריקט:
- קאנגרעספרוי לוסי מעקבעיט - זי איז אריבערגעגאנגן פון די 6'טע דיסטריקט וואס איז געווארן א טראמפ דיסטריקט צו לויפן אין די 7'טע דיסטריקט - זי איז א שטארקע ליבעראל - זי איז געווארן אינדארסירט דורך סענעטאר ווארען און כמעט די גאנצע לינקע פליגעל פון די דעמאקראטישע פארטיי.
- קאנגרעספרוי קעראליין באודריאקס - זי איז מער א מאדערעט.
- - -
ס'קוקט אויס ווי מעקבעיט וועט עס מאכן.
מיט עטליכע פראצענט געציילט:
מעקבעיט - 81%
בארדעאקס - 17%
41% באריכטעט
ס'קוקט אויס ווי קאנגרעספרוי לוסי מעקבעיט גייט זיין די געווינער.