אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

א גוטע וואך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 12:53 am

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע וואך »

@קאנאדישע פארמער מען דארף זיי לאזן איינגעשפארט פאר אפאר טעג (עס איז דא וואס זאגן 2 וואכן אבער ביי מיר איז געווען גענוג 3 טעג מסתמא ווענד זיך עס אין פארשידענע זאכן, עלטער, coop, וכדו’) אין די coop און נישט ארויס לאזן בייטאג.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3709
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

א גוטע וואך האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 11:00 pm
@קאנאדישע פארמער מען דארף זיי לאזן איינגעשפארט פאר אפאר טעג (עס איז דא וואס זאגן 2 וואכן אבער ביי מיר איז געווען גענוג 3 טעג מסתמא ווענד זיך עס אין פארשידענע זאכן, עלטער, coop, וכדו’) אין די coop און נישט ארויס לאזן בייטאג.
די מיינסט צו זאגן אז זיי זאלן זיך צוגעוואוינען אריינצוגיין ביינאכט
זייטס מתפלל אז
דאנעלד זשאן בן מערי אנן
אל ישלטו בו אוביו ויצא זכאי בדינו
א גוטע וואך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 12:53 am

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע וואך »

זייער טבע איז אהיימצוגיין פון זיך אליינס בערך 10 מינוט פאר די שקיעה , זיי דארפן זיך נאר אויסלערנען 'ווי' איז זייער היים.
קאנאדישע פארמער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:44 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע פארמער »

קורצע אפדעיט:
IMG_20230627_135543.jpeg
IMG_20230627_135543.jpeg (359.76 KiB) געזען 1631 מאל
דער זכר דא איז געווארן געפערליך פראטעקטיוו זייט די טראומאטישער פאסירונג, נעכטן נאכט די נאכט פון סתימת הגולל, (סארי, די דעקל פונעם קאמפאסט קען...) בין איך געקומען זיי אריינלייגן ווי נאר איך האב געטרייט ארויף צולייגן מיינע הענט איז ער ווילד געווארן אזש ער האט זיך דערווייגט מיר צו געבן א בייס!! נישט אז סהאט וויי געטון נישט אז סאיז דאס ערשטע מאל נאר איך פלעג באקומען אזעלכע ציפעס בשעתן געבן עסן פון מיין האנט, אבער יעצט האב איך קלאר געזען אז דאס איז געווען במכוון, מן הסתם האט ער ער אפילו געשריגן "שודדים" סלקו ידיכם וכו" און ענליכע לאזונגען... הכלל, דער איז געווען פולי אין פאר פראטעקשאן פיינעלי איך געב אים א כאפ און לייג אים אריין, אויפן מינוט איז ער געווען צוריק אינדרויסן און שטעלט זיך אזוי אין פארנט פונעם אנדערן בשעתן אויסציען זיין קאפ צו אלע זייטן כאילו ער שאצט אפ דעם געפאר... זעהנדיג אז איך ענדיג נישט האב אנגעהויבן מיט אים.
IMG_20230627_135535.jpeg
IMG_20230627_135535.jpeg (340.31 KiB) געזען 1631 מאל
נאכדעם איז דער ווייסער שיין אריין און שלום על...
קאנאדישע פארמער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:44 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע פארמער »

היינט בין איך געקומען שפעט ווען עס איז שוין געווען טינקל, צו מיין גרויס איבעראשונג זענען זיי ביידע געווען אינעווייניג, דאס מיינט אז זייער הינערישן קאפ האט זיך עפעס דערלערנט? מען דארף זיי נאך איינשפארן?
א גוטע וואך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 12:53 am

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע וואך »

מסתמא האבן זיי זיך שוין געלערנט אבער עס איז נאך אלס גוט צו מאכן זיכער די ערשטע פאר טאג.
נעם אין אכט אז ערב שבת איז מער איינגעשטעלט, סתם א טאג קען מען זיך פארלאזן אז דזשאסטיןקעיס זיי לאזן זיך נישט אריינלייגן קען מען עס טון ווען עס איז שוין טינקעל אבער פרייטאג איז נישט שייך.
איך האב זיי נישט ארויס געלאזט פרייטאג אויב עס איז נאך געווען א טשענס אז וועל מיזן שפילן קעטש.
(free ranging)
קאנאדישע פארמער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:44 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע פארמער »

אט דאס איז געעווען מיין שאלה.

בינעך נייגעריג אויב איינער ווייסט, אויב זיי זענען שוין אינעווייניג מעג איך פארשפארן די COOP?

און אויב איינער ווייסט וויאזוי מען שרייבט "אינעוויניג" אדער אינעווענדיג"?
א גוטע וואך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 12:53 am

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע וואך »

פארוואס זאל מען נישט מעגן?

איינער ווייסט וועלכע בוים ניצט מען פאר ערבות? איך וויל עס איינפלאנצן ביי מיר.
Salix purpurea; Purple Willow זעהט מיר אויס די נענטסטע אבער איך בין נישט זיכער.
אדער אויב איינער ווייסט ערגעץ אין קרית יואל געגנט ווי עס וואקסט און איך קען אפשניידן אפאר צווייגן און איבערפלאנצן.

א גוטע וואך האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 1:17 pm
פארוואס זאל מען נישט מעגן?
צידה

הודו להשם האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 1:33 pm

טאמעיטא

tomato (1).jpg
אין מיין פארם איז אויך געוואקסן טאמעיטאס פאר אפאר מינוט... איך בין געווען אין קאסטקא און געזען פול גראון פלענטס פאר פיפצן דאללער האבעך נישט געטראכט קיין צוויי און געכאפט איינס, פארשטייט זיך אז איך גיי נישט צולאזן די אלע מאנקאנשעס למיניהם צו שאפליפטן מיינע טאמעיטאס האב איך געבויט אזווי א בודקע פון טשיקען ווייער (אזוי הייסט די צוים מיט די רינדעכיגע לעכער וואס מען ניצט פאר טשיקענס) געהעריג ארומגענימען אויבן און די זייטן אינגאנצן פארמאכט, נאך די גאנצע קאנסטראקשן האב איך געכאפט אז איך האב עס געבויט אויף די נישט ריכטיגע פלאץ, רוב טאג איז דארט פארהאן א שאטן און קריטיש וויכטיגע זון שטראלען וואס פעלט זיך אויס פאר שטארק רויטע זאפטיגע טאמאטען קומען נישט אן אהין ממילא איז עס געווארן פארלאזט.

איך בין נאר נייגעריג ווי אזוי די באהאנדעלסט די קליינע חברה וואס מיינען אז זיך אריינגנבנען אין קאך פאר א טאמעיטא איז א קליינע זינד...?????
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

קאנאדישע פארמער האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 12:10 pm
אט דאס איז געעווען מיין שאלה.

בינעך נייגעריג אויב איינער ווייסט, אויב זיי זענען שוין אינעווייניג מעג איך פארשפארן די COOP?

און אויב איינער ווייסט וויאזוי מען שרייבט "אינעוויניג" אדער אינעווענדיג"?
למעשה ?? וויאזוי האט מען זיך אנייצע געגעבן ?
בן נחום
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:03 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נחום »

א גוטע וואך האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 12:50 am
איינער ווייסט וועלכע בוים ניצט מען פאר ערבות? איך וויל עס איינפלאנצן ביי מיר.
Salix purpurea; Purple Willow זעהט מיר אויס די נענטסטע אבער איך בין נישט זיכער.
אדער אויב איינער ווייסט ערגעץ אין קרית יואל געגנט ווי עס וואקסט און איך קען אפשניידן אפאר צווייגן און איבערפלאנצן.
איך האב שוין (אפאר מאל) פרובירט איינצופלאנצן ערבות מיט איבריגע ריטלעך פון סוכות, די בלעטלעך געראטן נישט אין די מוטער! אביסל א אנדערע פארם, גלאטער, נישט אזא שארפע גרין. עס לאזט זיך זאגן אז די קאמערציעלע באקומען ספעציעלע באהאנדלונגען.

אגב, רוב פון די אשכול באציעט זיך אויף די עולם החי. איך מיין אז עס איז שוין צייט צו עפענען א אשכול פאר דער עולם הצומח באזונדער, וואס זאגט דער עולם? זענען דא פאראינטערעסירטע?
(אויף האבי גרעיד איז זיכער דא מער ביים היימישן עולם וואס האבן א גארטן ביי זיך אין שטוב ווי וואס האדעוועדן ציגן אדער הינער, אבער אויף ביזנעס גרעיד ווייס איך בלויז פון די גושן ווייץ פעלד, אבער קיין איין large scale ארטשעד אדער ירקות פארם (איך ווייס אויך פון וועסט מעיפל פארם, אבער זענען זיי בעיקר פאר דעם?) בעת פון בעלי חיים זענען יא דא געציילטע. אדרבה, איינער ווייסט פון עפעס מער?)
לעצט פארראכטן דורך בן נחום אום זונטאג יולי 02, 2023 1:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיר נעמען אן סיי וועלכע ארבעט פון מלקט זיין/טייפן/איבערטיישטן אויף אידיש/לשון קודש
ווי אויך דרשות, פשט'לעך, און גראמען.
שטארקע רעפערענס און עקספעריענס.
(אישי ביטע)
א גוטע וואך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 12:53 am

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע וואך »

קאנאדישע פארמער האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 11:34 am
א גוטע וואך האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 1:17 pm
פארוואס זאל מען נישט מעגן?
צידה
איך האב נישט געכאפט אז די שאלה איז געווען אויף אום שבת.
די רמ”א אין שט”ז אסר’ט צידה אויף חי’ ועוף שברשותו אפי’ באין לכלובן לערב, און די ביאה”ל שרייבט אויף דעים ואפילו אם היו העופות בתוך הכלוב ונפתח הכלוב יש ליזהר שלא יסגירנו כיון שהוא מכוין בזה לצודם שלא יצאו חוצה וכן משמע בספר זכור לאברהם בשם מחזיק ברכה שז"ל לפתוח ולסגור לול של תרנגולים בשבת אסור אבל מותר להאכיל להעופות אשר בלול ביום ש"ק ע"י א"י ואם הא"י בעצמו יסגור לית לן בה עכ"ל ונראה דמיירי שהבית גדול או שהלול עומד בחצר (ווייל דעמאלט’ס טוט אויף די צידה אז נאכדעים איז גרונגער זיי צו כאפן בשחי’ אחת) דאם הבית קטן מותר לסגור הלול ואפילו אם הבית גדול יוכל ג"כ להאכילם בענין שלא יפתח הלול לגמרי שיוכלו לברוח:
ממילא לכאורה ווענד זיך ווי א גרויסע פלאץ זיי האבן צו גיין ווען די טיר איז אפען.
עס איז סיי ווי מער פראקטיש צו האבן א אויטאמאטישע טיר וואס מאכט זיך אויף צופרי און פארמאכט זיך ביינאכט.
בן נחום
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:03 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נחום »

קאנאדישע פארמער האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 11:43 am
הודו להשם האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 1:33 pm

טאמעיטא

tomato (1).jpg
אין מיין פארם איז אויך געוואקסן טאמעיטאס פאר אפאר מינוט... איך בין געווען אין קאסטקא און געזען פול גראון פלענטס פאר פיפצן דאללער האבעך נישט געטראכט קיין צוויי און געכאפט איינס, פארשטייט זיך אז איך גיי נישט צולאזן די אלע מאנקאנשעס למיניהם צו שאפליפטן מיינע טאמעיטאס האב איך געבויט אזווי א בודקע פון טשיקען ווייער (אזוי הייסט די צוים מיט די רינדעכיגע לעכער וואס מען ניצט פאר טשיקענס) געהעריג ארומגענימען אויבן און די זייטן אינגאנצן פארמאכט, נאך די גאנצע קאנסטראקשן האב איך געכאפט אז איך האב עס געבויט אויף די נישט ריכטיגע פלאץ, רוב טאג איז דארט פארהאן א שאטן און קריטיש וויכטיגע זון שטראלען וואס פעלט זיך אויס פאר שטארק רויטע זאפטיגע טאמאטען קומען נישט אן אהין ממילא איז עס געווארן פארלאזט.

איך בין נאר נייגעריג ווי אזוי די באהאנדעלסט די קליינע חברה וואס מיינען אז זיך אריינגנבנען אין קאך פאר א טאמעיטא איז א קליינע זינד...?????
ביי מיר האט גארדן ספייקס געמאכט א בעסערע דשאב ווי אלעס, איינס נאכדעם א שפריצער וואס ווערט אקטיוויזירט מיט מאושן, איינס נאכדעם א אלטרע סאניק נויז מאשין (וואס נאר זיי הערן) שמעק, און די שוואכסטע א טרעפ (די אייזן צובויגן, אן די בעיט אדער סקווירל...) - קלאר אבער אז מיט די ריכטיגע ריסערטש וואלט עס לכאורה געקענט גיין אין טאפ אוו די ליסט. כמובן ווענדט זיך עס אין די מצב פון די ארום.
מיר נעמען אן סיי וועלכע ארבעט פון מלקט זיין/טייפן/איבערטיישטן אויף אידיש/לשון קודש
ווי אויך דרשות, פשט'לעך, און גראמען.
שטארקע רעפערענס און עקספעריענס.
(אישי ביטע)
א גוטע וואך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 12:53 am

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע וואך »

בן נחום האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 1:10 pm

איך האב שוין (אפאר מאל) פרובירט איינצופלאנצן ערבות מיט איבריגע ריטלעך פון סוכות, די בלעטלעך געראטן נחשט אין די מוטער! אביסל א אנדערע פארם, גלאטער, נישט אזא שארפע גרין. עס לאזט זיך זאגן אז די קאמערציעלע באקומען ספעציעלע באהאנדלונגען.

ביי מיר האט עס יא אויסגעזעהן גאנץ גוט דורך גאנץ ווינטער אינעווייניג ביז.. עס איז געקומען צום איבערפלאנצן.. עס האט גלייך געגעבן א שטארב אפ (מסתמא האב איך עפעס פארפאטשקעט אבער עס איז זייער שווער זיך צו שפילן דערמיט ווען איך דארף ווארטן א גאנצע יאר אויף נייע)
בן נחום
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:03 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נחום »

א גוטע וואך האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 1:27 pm
בן נחום האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 1:10 pm

איך האב שוין (אפאר מאל) פרובירט איינצופלאנצן ערבות מיט איבריגע ריטלעך פון סוכות, די בלעטלעך געראטן נישט אין די מוטער! אביסל א אנדערע פארם, גלאטער, נישט אזא שארפע גרין. עס לאזט זיך זאגן אז די קאמערציעלע באקומען ספעציעלע באהאנדלונגען.

ביי מיר האט עס יא אויסגעזעהן גאנץ גוט דורך גאנץ ווינטער אינעווייניג ביז.. עס איז געקומען צום איבערפלאנצן.. עס האט גלייך געגעבן א שטארב אפ (מסתמא האב איך עפעס פארפאטשקעט אבער עס איז זייער שווער זיך צו שפילן דערמיט ווען איך דארף ווארטן א גאנצע יאר אויף נייע)
ביי מיר האט עס גראדע יא געלונגן, עס איז נישט שוואכער נאר אנדערש. איך האב זיך באצויגן צו דער וואס וויל וויסן וועלכע ווערייעטי עס איז.
מיר נעמען אן סיי וועלכע ארבעט פון מלקט זיין/טייפן/איבערטיישטן אויף אידיש/לשון קודש
ווי אויך דרשות, פשט'לעך, און גראמען.
שטארקע רעפערענס און עקספעריענס.
(אישי ביטע)
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

בן נחום האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 1:33 pm
א גוטע וואך האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 1:27 pm
בן נחום האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 1:10 pm

איך האב שוין (אפאר מאל) פרובירט איינצופלאנצן ערבות מיט איבריגע ריטלעך פון סוכות, די בלעטלעך געראטן נישט אין די מוטער! אביסל א אנדערע פארם, גלאטער, נישט אזא שארפע גרין. עס לאזט זיך זאגן אז די קאמערציעלע באקומען ספעציעלע באהאנדלונגען.

ביי מיר האט עס יא אויסגעזעהן גאנץ גוט דורך גאנץ ווינטער אינעווייניג ביז.. עס איז געקומען צום איבערפלאנצן.. עס האט גלייך געגעבן א שטארב אפ (מסתמא האב איך עפעס פארפאטשקעט אבער עס איז זייער שווער זיך צו שפילן דערמיט ווען איך דארף ווארטן א גאנצע יאר אויף נייע)
ביי מיר האט עס גראדע יא געלונגן, עס איז נישט שוואכער נאר אנדערש. איך האב זיך באצויגן צו דער וואס וויל וויסן וועלכע ווערייעטי עס איז.
איך האב שוין כמה פעמים דאס געפלאנצן מיט סוקסעס, מען נעמט דו אויסגעקלאפטע הושענות און מען לייגט דאס אין א באטל וואסער אדער וואס פאר עטליכע וואכן ביז עס באקימט אזאכע לאנגע ווארצלען און דערנאך פלאצט מען אים איין, עס ברויך האבן אבאנטש וואסער אין אנהייב
בן נחום
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:03 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נחום »

א גוטע וואך האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 12:50 am
איינער ווייסט וועלכע בוים ניצט מען פאר ערבות? איך וויל עס איינפלאנצן ביי מיר.
Salix purpurea; Purple Willow זעהט מיר אויס די נענטסטע אבער איך בין נישט זיכער.
אדער אויב איינער ווייסט ערגעץ אין קרית יואל געגנט ווי עס וואקסט און איך קען אפשניידן אפאר צווייגן און איבערפלאנצן.
נאך א נקודה:
קיין דיין בין איך נישט, אבער פשטות דארף מען נוצען דווקא פון וואס מען פארקויפט פאר סוכות, לאמיר זיך מסביר זיין.
עס זענען דא צוויי הויפט טעמים אין די פסול פון א אתרוג מורכב. איינס, אז עס קומט פון א איסור. צוויי, אז עס איז אריינגעמישט נאך א מין און עס איז נישט קיין לקיחה תמה.
דאס ערשטע טעם - איז דא נישט נוגע, וויבאלד עס האנדלט זיך פון אילני סרק.
די צווייטע טעם - איז דא נוגע פיל שטערקער ווי ביי א אתרוג.
עס זענען דא עטליכע זאכן וואס שטופט צו הרכבה. צו מאכן א נייע מין (טעם, ריח, סייז, וכדומה), צו האבן א געזונטערע געוואוקס און א פראקטישן בוים (וואס דאס איז די הויפט גורם ביי א אתרוג), צו העלפן די ביזנעס חלק, ווי: ווערן גרייט אלעס די זעלבע צייט, שעלף לייף, מענדזשבל שעיפ פון די פלענט, וכדומה - וואס דאס איז בעיקר נוגע ביי עסנווארג און געשניטענע בלומען.
ווי אלעס גייט אין די היינטיגע וועלט, זיכט מען אלס די חידוש - אויף א לעוועל אז עס ניטאמאל מער לכתחילה די ארגינאל, נאר פארקערט. בעת וואס ביי זאכן וואס מענטשן נעמען אריין אין מויל זענען נאך דא געוויסע מאוועמנטס פאר open pollinated, heirloom, non-GMO וכדומה, איז נישט דא קיין שום סיבה דאס צו פערזענטירן ביי לענדסעיפינג פלענטס. איבערצייגט אייך אליינס: גיי אריין אין א פלענט סטאר, קוק אויף די טעג פון די פלענטס, זוך אויף די בייעלאזשיקל נאמען פון די ווערייעטי (געווענדליך לעטין - מיט א איטעליק פאנט) קוק וויפיל עסן פלענטס האבן א x סימבאל און דערנאך נאך א נאמען, און וויפיל ביי די נאנ-עדיבלס - וואס די איינציגסטע תכלית איז שיינקייט פראטישקייט און אויב עפעס יוניקנעס.
(נישט אז די פרוכט ביימער זענען נישט מורכב, רובא דרובאזענען יא - און דאס איז טאקע נאך א גרויסע מוכשל, ווייל לויט רוב דיעות טאר מען עס נישט איבערפלאנצן. בעיקר איז עס צוליב דעם צווייטן טעם פון צו האבן א געזונטערע געוואוקס און א פראקטישן בוים, וואס דאס איז זייער וויכטיג ביי עסנווארג, און עס גייט ממש נישט אן פאר די קאנסומער, צוליב דעם וואס די אופן וויאזוי דאס ווערט קאנטראלירט איז דורך מרכיב זיין אין פרעמדע ווראצלען, סיי לאזט דאס נישט קיין שום עפעקט אויף די פרי, סיי דארף עס נישט שטיין אויפן לעיבל, אבער די הלכה'דיגע שאלה ווערט נאר פיל פיל הארבער דערמיט וואס עס איז די הרכבה אליינס, און עס פארלירט די סטאטוס פון מקיים כלאים וואס איז מודר אין חו"ל נאר בלייבט א דירעקטע נוטע - על אף עס זענען דא וואס אסר'ן אפי' א צווייג דערפון אדער פון אנדערע הרכבות.
עס קאסט מיר א ביטערע שמייכל ווען עס קומט צו שהחיינו און אידן זוכען צו קויפן א "געהעריגע" פרי און נישט פון די אלע "מורכב'דיגע" מיט וואס די געשעפטן זענען פול, צו יוצא זיין די רוב דיעות וואס האלטן אז אויף א מורכב קען מען נישט מאכן שהחיינו. רבי לעבן, די עפל וואס די קויפסט יעדע וואך איז א ניינציג פראצענט טשאנס מורכב, דאס פיטש, טשערי, פלאם אפריקאט, איז א 70 פראצענט טשאנס צו זיין מורכב מיט א אינו מינואון 95 פראצענט מורכב בכלל, בסך הכל אויב דו האסט אין דיין לעבן געגעסן עפעס וואס איז נישט מורכב בכלל, איז עס געווען חמשה עשר בשבט ווען דו האסט געקויפט א פרי וואס האט נישט אזא גרויס מארקעט - והא ראיה אז געווענדליך קומט עס נישט אן צו דיר אהיים - חוץ אפשר אין די דריטע וועלט לענדער וואו עס וואקסט (וואס דערפאר קענסטו עס נישט און במילא ביזטו זיכער אז עס איז א מורכב...), און דערפאר איז נאכנישט אריינגעלייגט געווארן דערין גענוג פארש ארבעט... ולא זו בלבד, רוב פון די מינים וואס יעדער וויייסט אפילו פון וואס עס איז מורכב, שטומט פשוט נישט די מעשה -אן קיין gmo מעטאד איז כמעט קיינמאל (מיטן אוסנאם פון shipova וואס איך גלייב נישט איר האט אמאל באגעגנט אין געשעפט ואכמ"ל) נישט מעגליך צו מרכיב זיין צוויי אינגאנצן פרעמדע מינים ווי סטאבעריס, באנאנעס, טרויבן, קאקאנאט, סאברעס איינער מיט די אנדערע...)
מען קען זיך אבער נישט בלויז פארלאזן אויף דעם סימן, ווייל א gmo אינדזשעקשאן גייט נישט זיין גערעכנט ווי מורכב מיט נאך א וועריעטי (גראדע אין דעם קען אפי' להבדיל תורה'דיג זיין א שטיקל מקום אויפן איבערפלאנצן פראבלעם הנ"ל, אבער נישט אויף לקיחה תמה) און אזוי אויך נישט ווען עס זיצט אויף פרעמדע ווארצלען, אדער ווען אעס איז שוין א אלט פארצייטישע מורכב.
נישט אז וואס מען פארקויפט בין איך אינגאנצן רואיג - בכלל נישט! זייער מעגליך אז דער מוכר האט אויך געטון די זעלבע ארבעט ווי דיר און ער פארקויפט שוין א מורכב אייניקל (און די זעלבע מיט די הדס - מיטן לולב איז אבער "לכאורה" עטוואס בעסער די מצב) אבער אזוי בין איך כאטש א טייל פון ציבור וואס דאס ברענגט שוין עטוואס סייעתא דשמייא.
עס איז צום האפן אז איינער פון די רבנים פון חו"ל (אין א"י איז די מצב פיל פיל בעסער צוליב די פילע הלכות התלויות בארץ וואס פאדערן אויפמעקזאמקייט) וועלן זיך לערנען פון רב (י"ח גידלתי בין רועי בקר להבחין במומין) און זיך אנטון דאס שטרויענע היטל, און מאכן סדר אין די אגריקולטור אינדוסטרי, פון וואס קען מען נוצן פאר ד' מינים, וואס איז א שהחיינו, ווען זענען זאכן א שהחיינו, וואס איז א האדמה און וואס העץ (דוגמאות: פעפינע מעלאן ממשפחת עגפלענט, קעיפ גאזבעריס - גראונד טשעריס הנקרא בטעות גאזבעריס, און טאמעיטילאס ממשפחת הטאמאטעס, הארן מעלאן ממשפחת הקיוקאמבער - די נעמען זענען אפשר נישט אזוי באקנט ביים ציבור, אבער יעדע חמשה עשר בשבט פארקויפט זיך אין די געשפטן אין שווערע נומערן), וואס מעג מען פלאצן אין די בעקיארד אן קיין חשש הרכבה, וכדומה וכדומה וזכות הרבים תלוי בו.
מיר נעמען אן סיי וועלכע ארבעט פון מלקט זיין/טייפן/איבערטיישטן אויף אידיש/לשון קודש
ווי אויך דרשות, פשט'לעך, און גראמען.
שטארקע רעפערענס און עקספעריענס.
(אישי ביטע)
בן נחום
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:03 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נחום »

גיכער האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 2:19 pm
בן נחום האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 1:33 pm
א גוטע וואך האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 1:27 pm
בן נחום האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 1:10 pm

איך האב שוין (אפאר מאל) פרובירט איינצופלאנצן ערבות מיט איבריגע ריטלעך פון סוכות, די בלעטלעך געראטן נישט אין די מוטער! אביסל א אנדערע פארם, גלאטער, נישט אזא שארפע גרין. עס לאזט זיך זאגן אז די קאמערציעלע באקומען ספעציעלע באהאנדלונגען.

ביי מיר האט עס יא אויסגעזעהן גאנץ גוט דורך גאנץ ווינטער אינעווייניג ביז.. עס איז געקומען צום איבערפלאנצן.. עס האט גלייך געגעבן א שטארב אפ (מסתמא האב איך עפעס פארפאטשקעט אבער עס איז זייער שווער זיך צו שפילן דערמיט ווען איך דארף ווארטן א גאנצע יאר אויף נייע)
ביי מיר האט עס גראדע יא געלונגן, עס איז נישט שוואכער נאר אנדערש. איך האב זיך באצויגן צו דער וואס וויל וויסן וועלכע ווערייעטי עס איז.
איך האב שוין כמה פעמים דאס געפלאנצן מיט סוקסעס, מען נעמט דו אויסגעקלאפטע הושענות און מען לייגט דאס אין א באטל וואסער אדער וואס פאר עטליכע וואכן ביז עס באקימט אזאכע לאנגע ווארצלען און דערנאך פלאצט מען אים איין, עס ברויך האבן אבאנטש וואסער אין אנהייב
און? די בלעטלעך קוקן אויס אקוראט די זעלבע? וואס איז דיין פרונינג סקעדזשול?
מיר נעמען אן סיי וועלכע ארבעט פון מלקט זיין/טייפן/איבערטיישטן אויף אידיש/לשון קודש
ווי אויך דרשות, פשט'לעך, און גראמען.
שטארקע רעפערענס און עקספעריענס.
(אישי ביטע)
א גוטע וואך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 12:53 am

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע וואך »

און וואס האט עטץ געטוען ביים איבערפלאנצן אין די ערד?
בן נחום
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:03 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נחום »

א גוטע וואך האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 3:02 pm
און וואס האט עטץ געטוען ביים איבערפלאנצן אין די ערד?
טרענספלענט שאק איז א זאך וואס מען קען נאר גרינגער מאכן אבער נישט פראמיידן. עס איז נישט אזוי ווייט וואס מען האט געטון, ווי: וועלכע קלימאט און זאמד, וויפיל וואסער, וויפיל זענען די ווארצלעך געווארן געבאדערט, וכדומה.
מיר נעמען אן סיי וועלכע ארבעט פון מלקט זיין/טייפן/איבערטיישטן אויף אידיש/לשון קודש
ווי אויך דרשות, פשט'לעך, און גראמען.
שטארקע רעפערענס און עקספעריענס.
(אישי ביטע)
קאנאדישע פארמער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:44 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע פארמער »

Borrower האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 12:05 pm
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 12:10 pm
אט דאס איז געעווען מיין שאלה.

בינעך נייגעריג אויב איינער ווייסט, אויב זיי זענען שוין אינעווייניג מעג איך פארשפארן די COOP?

און אויב איינער ווייסט וויאזוי מען שרייבט "אינעוויניג" אדער אינעווענדיג"?
למעשה ?? וויאזוי האט מען זיך אנייצע געגעבן ?
מיט וועלכע פראבלעם די ערשטע אדער צווייטע???

למעשה האב זיי איינגעשפארט נאך פאר שבת (אזווי פארגאנגענע וואך) יעצט זענען זיי איינגעשפארט אויף ביז דינסטאג וועלמיר זען אויב זיי וועלן זיך דערלערנען...

בד''וו ביז יעצט האב איך זיי נישט געקענט איינשפארן אויף א א גאנצן טאג וויבאלד איך האב הערשט פרייטאג געמאכט די ווענטילעישאן. איך טראכט יעצט אז וועגן דעם האבן זיי נישט געגליכן צו זיין אינווייניג.
קאנאדישע פארמער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:44 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע פארמער »

בן נחום האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 3:17 pm
א גוטע וואך האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 3:02 pm
און וואס האט עטץ געטוען ביים איבערפלאנצן אין די ערד?
טרענספלענט שאק איז א זאך וואס מען קען נאר גרינגער מאכן אבער נישט פראמיידן. עס איז נישט אזוי ווייט וואס מען האט געטון, ווי: וועלכע קלימאט און זאמד, וויפיל וואסער, וויפיל זענען די ווארצלעך געווארן געבאדערט, וכדומה.
איך האב איינגעפלאנצט אפאר עווערגרינס, איינס הייבט אן אפשטארבן, איז שייך עפעס צו טון צו ראטעווען?
קאנאדישע פארמער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:44 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע פארמער »

א גוטע וואך האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 1:16 pm
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 11:34 am
א גוטע וואך האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 1:17 pm
פארוואס זאל מען נישט מעגן?
צידה
איך האב נישט געכאפט אז די שאלה איז געווען אויף אום שבת.
די רמ”א אין שט”ז אסר’ט צידה אויף חי’ ועוף שברשותו אפי’ באין לכלובן לערב, און די ביאה”ל שרייבט אויף דעים ואפילו אם היו העופות בתוך הכלוב ונפתח הכלוב יש ליזהר שלא יסגירנו כיון שהוא מכוין בזה לצודם שלא יצאו חוצה וכן משמע בספר זכור לאברהם בשם מחזיק ברכה שז"ל לפתוח ולסגור לול של תרנגולים בשבת אסור אבל מותר להאכיל להעופות אשר בלול ביום ש"ק ע"י א"י ואם הא"י בעצמו יסגור לית לן בה עכ"ל ונראה דמיירי שהבית גדול או שהלול עומד בחצר (ווייל דעמאלט’ס טוט אויף די צידה אז נאכדעים איז גרונגער זיי צו כאפן בשחי’ אחת) דאם הבית קטן מותר לסגור הלול ואפילו אם הבית גדול יוכל ג"כ להאכילם בענין שלא יפתח הלול לגמרי שיוכלו לברוח:
ממילא לכאורה ווענד זיך ווי א גרויסע פלאץ זיי האבן צו גיין ווען די טיר איז אפען.
עס איז סיי ווי מער פראקטיש צו האבן א אויטאמאטישע טיר וואס מאכט זיך אויף צופרי און פארמאכט זיך ביינאכט.
איך האב געוואלט האבן אן אטאמאטישן טיר אבער איך האב מורא אז איין אויבער חכם אדער סתם א נער וועט בלייבן אינדרויסן.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”