שושלת טאלנא
ר' דוד איז געווען אן איידעם ביי ר' ישראל אברהם אב"ד טשארנא-אוסטראה בן הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זצ"ל חתונה האבנדיג מיט זיין טאכטער הרבנית פיגא יענטא, עס איז געבליבען פון אים די חיבורים; מגן דוד, קהלת דוד און ברכת דוד. נסתלק י' אייר.
ר' דוד האט געהאט נאר איין זוהן וועלכער איז נפטר געווארן בחייוו, ר' מרדכי מטאלנא חתן ר' שלמה מסאווראן, און אויך דריי טעכטער, זיינע איידימער זענען געווען; זיין נעפיו ר' מנחם נחום מטריסק דער זוהן פון זיין ברודער דער טריסקער מגיד, זיין נעפיו ר' נחום משפיקוב-סקווירא דער זוהן פון זיין ברודער ר' יצחק מסקווירא און ר' מאיר'ל היילפרין פון בארדיטשוב.
א געמאלן בילד פון ר' דוד פון טאלנא