חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק
זעמיר געפרעגט געווארן אויב מיר וואלטן זיך משתתף געוועזן אין א נסיעה אויף ראדאשיץ לקראת דעם יארצייט, האמיר אויסגעפעלט צו מנין פאר א פריוואטע נסיעה און איינער האט מיר געאפפערט א טיקעט, און סהאט מיר נישט געקאסט קיין גרייצער (כ'מיין, כ׳בין דיך דאך א מענטש האבעך אריינגעווארפן פארן מסדר הנסיעה אזא $250)
זונטאג בהעלותך אום עלעווער אויפדערנאכט האמער אריינגעשיקט דעם פאספארט און געבעטן דעם הויעך און נידריג אגענט צו מאכן א פערמיט (על הצד אונז באשליס מיר צו פארן..) למעשה האמיר הערשט [געקריגען א] באשטעטיג[ונג](ט) אום א קוואדער נאך 2 נאכמיטאג, תיכף גערופן האגענט הנ"ל זאל בוקן א טיקעט, ער'ט מיר געבעטן אריינצוהיסן אינעם טעלעפאון לצורך הקאוויד טעסט און ס'שטייטצעך ב"ה געוועזן נעגעטיוו.
עכ"פ, האמיר זיך ארויסגעלאזט אין א ספרינטער מיט די קארגע מנין משתתפים בערך 4:30 נאכמיטאג, ויסעו.
אנגעקומענדיג אין נוארק פלוג-האפן בערך 5:45, זעמיר געגאנגן ארויסנעמען באורדינג פעסעס און איינטשעקן ביי יוניידעט, די חברה האבן קודם געמאכט פראבלעמס און האבן געברויכט הילף צו ליינען און וואלידעיטן די אונגארישע פערמיטן (למעשה, האבן די מיליכיגע בארס טשאקעלאדע - וואס אלע דארטן האבן געקריגן- געווירקט און זיי האבן שנעל אלעס באשטעטיגט).
סעקיורעטי, לויטן פוסטקייט וואס האט געהערשט דארט (ווארשיינדליך צוליב קאראנא) האט אויסגעקוקט ווי ס'איז א פארשטופטע דריטע וועלט לאנד, די חברה האבן אונז (חלוצי נעל) אויסגעפראקט ווי מהאנדלט ווען מיט שוידערליכע טעראריסטן (איינעם האט מען גאר אריינגענומען פאר ספיציעלע באהאנדלונגן, לכאורה איז דער (א סופר סת"ם) געוועזן א סכנה פאר אמעריקע'ס זיכערהייט..)
נאך סעקיורעטי האט מען געקויפט טייערע וואסער און זיך געזעצט ווארטן אויף באורדינג (העטעך ווען געפארן אליינס וועטעך ווען נישט געברויכט ווארטן.. כ'וואלט אנגעקומען דאס לעצטע מינוט און שוין.)
עניוועי, ענדליך איז מען ארויף אויפן פליגער און זיך באקוועם געמאכט דאס מערסטע וואס שייך, אנגעטאן די רבינו תמ'ס און גע'מנחה'ט, שפעטער האמיר געמאכט א מנין מעריב (עד החני׳ בפפד״מ חסר.)
ויחנו בפראנקפורט דויטשלאנד, מ'האט אויסגערופן אז מגייט ארויס לויט ווען מען רופט אויס (פער 10 שורות) דערנאך האט מען אונז ארויפגעטריבן אויף לאסט וואגאנען און אפשטייגענדיג האט געהערשט א מין צומישעניש דארט, קאפויס זיינען געקומען, געהייסן יעדן גיין לינקס (נאר אי יו סיטיזאנס האבן געקאנט גיין רעכטס) למעשה, האבן זיי אונז - אלץ יידישע גרופע- געשיקט אינאזייט, און צוויי חברה האבן געברויכט קעיר נעמען פונונז, גענומען אלע פאספארטן מיט קאוויד טעסטס און זיך גענומען צו יעדן באזונדער, מקיים געוועזן דעם ויסיר המסוה מעל פניו..זיכער געמאכט אז קיינער האט נישט משנה צורה געווען פונעם אויפשטייגן ביזן אפשטייגן, שפעטער האבן זיי אויסגעפאקט די רענצלעך און למעשה געלאזט האלטן די מנין קארטאנען ציגרעטלעך, ווייל סיז געוועזן יעדעמס..
צוריק צום נושא, אראפשפאצירענדיג צום געיט (גיי מיר אויסלאזן די חלק צו ס'בכלל געוועזן א געיט..) האמיר זיך אפגעשטעלט אינעם סמאקינג עריע (נתנדב ע"י קעמל..יזכרו לטובה, אניש גוטע ציגרעטן, כאטש אנדערע זאכן לטובת הרויכערער) דארט האמיר זיך אויסגעטאן דאס מאסקע, שטייצעך האמיר עס געלאזט אויסגעטאן אויף כמעט 3 שעה ביזן באורדן צום צווייטן פליגער (פראנקפורט צו בודא) ביני לביני האמיר זיך מכין געווען צום דאווענען (א קלוגער יוד -יזכר לו לטובה- האט מיטגעברענגט א טשייניק מיט אלע קאווע צוגעהערן, ער'ט אויך מחי' געווען 2 אנדערע גרופעס..) נאכפאלגענדיג מיט א דאווענען אינעם דויטשן גיהנם (האמיר ב"ה געהאט א שיינע גרויסע מנין, איינצעלנע פון אנדערע גרופעס און אפאר לובאבס) און פרישטאג וואס די מסדר החבורה האט מיטגעברענגט (מהאט אפילו געהאט אן אייזערנע טעפל זיך צו וואשן)..
יום שנכפל בו כי טוב, כחצות היום (לאקאלע זייגער) איז מען אויפגעשטיגן אויפן קלענערע פליגער וואס האט אונז געפיהרט אויף בודאפעסט (דארט אימען דורך א גאנצע פראצעדור מיט די פערמיטס, נאכ-א-מייזל כאניש פארצייכענט קיינע דעטאלן איבער דעם לאאאאנגן שפיל)
די עולם (למעוטי אני הק׳) האטצעך געשטעלט אפווארטן די פעקלעך (אונז פירן זיך, נישט איינצוטשעקן..) ברוך השם ס'האט אונז אפגעווארט א באקוועמע באס (געהאט א פערקולעטור, פרידזשידער ויסעו,ויסעו,און בית הכסא..)
האמיר קודם באזיכט אין אפאר בתי חיים במקום מגורי אבותי אונגארן
הערשט שפעט מיטוואך אויפדערנאכט זעמיר אנגעקומען אויף באדראג-קערעסטיר אוואו מיר האבן געגעסן נאכטמאל און זיך צוגעלייגט אינעם הכנסת אורחים שע"י נכדי ר' ישעי'לי ז"ל, שחרית האמיר געדאווענט אינעם קוויטל שטוב און נאך פרישטאג (לכאורה דארף מען שרייבן נוסח באדראג-ק.) זעמיר ארויף צום ציון (מיט אפאקארס, באס קאניש ארויפארן) און שטייטצעך געפויעלט אלל דע בעסט פאר איטש ענד עווריוואן.
ויסעו, אויפן וועג האמיר זיך אפגעשטעלט אין מאדע, אינזין געהאט אפאר ניקים/אייניקלעך, אמר"ש, סיזייער שיין קעירגענומען און צוגעשטעלט דארט..די כהנים שטיבל ביים קול ארי' איז א ספעציעלן יופי..
פון דארט זעמיר געגאנגען אויף ליסקא צום רבין פון ר׳ ישעי׳לי דער הייליגער ר׳ הערשעלע ליסקער (די רבי פרובירן בלויז צו דערמאנען שמו הק׳ פאר די תקיעות..) אנקומענדיג, האמיר געגעבן טשוימער געלט פאר די באבוטשקא דארט, און זי האט געעפענט די טויערן, געזאגט פון צ׳ ביז ק״ז.
פון דארט האצעך אונזער באס געשלענגלט קיין שאטאראוהיעלי צום הייליגען ישמח משה און הרה״ק ר׳ סענדרל קאמארנער.
אין איהעל איגעוועזן א גאר שטארקע התעוררות, (מ'האט פאברענגט דארט גאנץ לאנג..) בליקענדיג אינעם תפלה למשה תהלים האבעך געזען דארט א ווארט אויף ה׳ נגדך כל תאותי ואנחתי ממך לא נסתרה, אז אפילו אלע מיינע תאוות זענען אויף זאכן וואס זענען נגד ה׳ אבער דאך ואנחתי ממך לא נסתרה קרעכצעך אויף דעם, כעין רבי ר׳ זוסיא׳ס ווארט אז ערט נאך קיינמאל געזען א גאנצע מלאך באשאפן דורך א יוגב עבירה, ווייל דער קרעכץ נאכדעם.. עניוועי, איינער האצעך דארט געטענהט אז נישט דעיס זאגט דער ישמח משה..און שוין.
נאכדעם איז מען אריין אינעם בנין על יד הציון, סיגעוועזן דארט זאכן נאפה אחר פסח תשע״ט ווארשיינדליך צוליב קאוויד, דערווייל האט נאך איינער אריינגעכאפט א מקוה (אזאנע היצן אינעם גאנצן אינטערשטן שטאק..סווערט דרינגענד געזוכט א נדבן פאר אן עקזאוסט)
(זעמיר אויכעט צו געגאנגען צו שרה די בעקערין, די מאמע פון ר׳ הערשעלע ליסקער. אמר"ש, זעיעך אז די מציבה איז נתחדש געווארן דורך הרב אברהם בן העניא לויפער..)
המשך יבוא בקרוב אי״ה
ספעציעלע קאראנע ליכט צוגעשטעלט אין איהעל
—-
גילוי דעת; היות שכבר עבר שיעור שכחה, הזכרונות שלא נכתבו בעתם נאבדו מאתנו, וחבל על דאבדין)