Re: וואו איז דער מקור?....
די ענין איז פשטות צו מתעסק צו זיין בהלוויית המת און מיט די קבורה, נישט סתם זיך מטמא צו זיין.נזר הנבונים האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 05, 2024 4:10 pmעס ווערט געפסקנט אז ווען א נשיא ישראל שטארבט מעג זיך יעדער מטמא זיין צו אים אפילו כהנים, און אזוי פלעגט מען זיך טאקע פירן ווען עס זענען געווען נשיאי ישראל.מילדי העברים האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 05, 2024 2:57 pmאויב איז אייך נישט שווער צו ברענגען א מראה מקום אויף דעם ביטע קלאפט אפ אפאר שורות דערוועגןfarshlufen האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 05, 2024 2:57 pmיאמילדי העברים האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 05, 2024 2:19 pmאיז דא בכלל א מקור אויף די ענין אדער מנהג זיך מטמא זיין צו א צדיק לאחר מאה ועשרים שנה אין זיך שטופן אנצוכאפן די מיטה ?
עס איז באוויסט די מימרא פון רבי חיים הכהן (תוס׳ כתובות ק״ג:) אז ווען ער וואלט ווען געווען ביי די פטירה פון רבינו תם וואלט ער זיך מטמא געווען צו אים. הגם די ראשונים פרעגן שוין אויף אים וויאזוי האט ער געהאט רעכט דערצי (דער בית יוסף איז דן צו א גדול הדור ווי דער רבינו תם האט א דין נשיא, זעט אויס אז רבי חיים האט געהאלטן אז יא)
אזוי צו אזוי זעט מען אז עס איז דא א ענין זיך צו מטמא זיין צו א רבי, א כהן מעג טאקע נישט אבער א זר יא
ואגב פון די גמ’ סוטה יג זעהט אויס, אז מ’זאל ענדערש לאזן חשובע מענטשן זיך מתעסק זיין ווי איידער אסאך מענטשן.
די גמ’ זאגט אז די שבטי קה האבן אפגעטרעטן און געלאזט יוסף זיף מטפל זיין מיט יעקב אבינו,
און די זעלבע האט כלל ישראל אפגעטרעטן און געלאזט משה רבינו זיך מטפל זיין מיט עצמות יוסף
און נישט זיי אליין, ווייל ס’איז מער כבוד המת אז גדולים זענען זיך מטפל.