פומפדותא האט געשריבן: זאגענדיג דעם שמיני עצרת ביי תפילת גשם די פיוט פון "זכור אב נמשך אחריך כמים" האט מיר געווינדערט פארוואס דער פייטן רעכנט אויס אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, און לאזט אויס יוסף און דוד?
יוסף קען מען זאגן איז אין כלל פון "זכור שנים עשר שבטים" אבער פארוואס לאזט ער אויס דוד?
מיין שכן אין ביהמ"ד גראדע א איד א תלמיד חכם האט געוואלט זאגן א סברה אז עס איז גאנץ מעגליך אז ארגינעל איז די פיוט געוועהן לענגער, און מען זעהט אסאך מאל אז דרוקערס האבן ארויס געשניטן שטיקלעך פון פיוטים.
למעשה אויב איינער האט א גוטן תירוץ וואלט איך זייער הנאה געהאט צו הערן.
אויב מעג מען זאגן עפעס, זענען די צוויי יוסף דוד די צוויי משיחים, משיח בן יוסף ומשיח בן דוד, מיר בעטן טאקע בזכות האבות מים אלס ביזן קרעטשמע א טרינק ברוינפן, אבער זיי וואס זענען משיח העתיד לבוא במהרה בימינו דערמאנט מען נישט.