וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

אסאך מחזורים צוטיילן עס אזוי, אבער דאס איז נישט ריכטיג.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ODOM האט געשריבן: ווי באווסט אין די פיוטים מאכט זיך אז דער גראמען פאסט נישט מיט דעם טייטש, און אין אוואו לויט די גראמען איז א אפשטעל (א הפסק) איז לויט דעם טייטש באהעפט און צו געקלעבט איינס צו די אנדערע.
אין דעם אויבענדערמאנטען פזמון, איז איין געטיילט יעדער חרוז אין צוויי, דער הויפט טיילונג איז: תראה, באי, במראה, יראי. אוין יעדער חרוז איז איין געטיילט אויף צווי מיט די ווערטער: פדר, סדר, בחדר.
פארשטייט זיך אז דער ווארט "באי", איז א ענדע פון דער גראם, אבער אין טייטש איז דאס באהעפט מין די ווערטער היכל חדר בחדר.
אזוי איז דא אין פהיל פיוטים או זמירות.

אן אינטערעסאנטע ביישפייל איז וואס מען זינגט יעדע וואך שבת.

זָכוֹר אֶת יוֹם הַ
שַּׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ,

קַרְנוֹ כִּי גָּבְהָה
נֵזֶר עַל רֹאשׁוֹ,

עַל כֵּן יִתֵּן הָ
אָדָם לְנַפְשׁוֹ,

עֹנֶג וְגַם שִׂמְחָה,
בָּהֶם לְמָשְׁחָה
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: Re:

תגובה דורך גרשון »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:

זייער אינטערעסאנט דאס. איך האב קיינמאל נישט געזען מ'זאל צעטיילן א ווארט אין צווייען. אבער איך האב שוין יא באמערקט אז "גבהה" און "שמחה" דארפן צו גראמען. איך זע טאקע אז אויף ויקיטקסט איז עס אזוי איינגעטיילט.

ס'איז דא נאך א פלאץ אין דעם זמר וואו ס'צעטיילט זיך שלא כפי הענין:

הן הכשר חבת, קודש גורלו
ואם יצא חובת, היום אשרי לו

דאס איז, אגב, פון די ווייניג אשכנז'ישע פיוטים געמאכט לויט'ן משקל. 10 תנועות פער שורה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

די גראמען שטימען נאר לויט די ספרד'ישע הברה!
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Mezofzef האט געשריבן: די גראמען שטימען נאר לויט די ספרד'ישע הברה!

ער איז אבער געווען אן אשכנזי; א תלמיד פון די בעלי התוספות. ליין דא .

ס'איז שווער צו וויסן גענוי זייער הברה. אבער די גראמען אינמיטן שורה זענען אלץ באטראכט געווארן ווי א "באנוס", אויב ס'איז שייך, דערפאר איז עס נישט אזוי פינקטליך ווי די גראמען סוף שורה.

מערק נאך אן אינטערעסאנטן גראם אין דעם פיוט:

בערבות
לשבות
ערבות
כבוד

ער האט קענטיג געגראמט דעם ד' רפיוה מיט'ן ת' רפויה, ווי די תימנים זאגן עס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גרשון האט געשריבן: זייער אינטערעסאנט דאס. איך האב קיינמאל נישט געזען מ'זאל צעטיילן א ווארט אין צווייען. אבער איך האב שוין יא באמערקט אז "גבהה" און "שמחה" דארפן צו גראמען. איך זע טאקע אז אויף ויקיטקסט איז עס אזוי איינגעטיילט.

גבהה מיט שמחה דארפן גראדע נישט גראמען.
די אינטערעסאנקייט פון דעם פיוט איז אז ביי די סוגר איז עס יעדן מאל פארשידן.
דער שטיקל ענדיגט זיך אלעמאל מיט "חה". נאר ביי די ערשטע האלב איז דא דריי אופנים:

1.
וְאַשְׁרֵי כָּל חוכֶה, לְתַּשְׁלוּמֵי כֵּפֶל.
מֵאֵת כָּל סוכֶה, שׁוכֵן בָּעֲרָפֶל.
נַחֲלָה לו יִזְכֶּה, בָּהָר וּבַשָּׁפֶל.
נַחֲלָה וּמְנוּחָה , כַּשֶּׁמֶשׁ לו זָרְחָה :

2.
כָּל שׁומֵר שַׁבָּת, כַּדָּת מֵחַלְלו.
הֵן הֶכְשַׁר חִבַּת, קדֶשׁ גּורָלו.
וְאִם יָצָא חובַת, הַיּום אַשְׁרֵי לו .
אֶל אֵל אָדון מְחולְלו . מִנְחָה הִיא שְׁלוּחָה:

3.
חֶמְדַּת הַיָּמִים. קְרָאו אֵלִי צוּר.
וְאַשְׁרֵי לִתְמִימִים. אִם יִהְיֶה נָצוּר.
כֶּתֶר הִלּוּמִים. עַל ראשָׁם יָצוּר.
צּור הָעולָמִים. רוּחו בָּם נָחָה:
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן: זייער אינטערעסאנט דאס. איך האב קיינמאל נישט געזען מ'זאל צעטיילן א ווארט אין צווייען. אבער איך האב שוין יא באמערקט אז "גבהה" און "שמחה" דארפן צו גראמען. איך זע טאקע אז אויף ויקיטקסט איז עס אזוי איינגעטיילט.

גבהה מיט שמחה דארפן גראדע נישט גראמען.

ס'איז ניכר אז דער פייטן אז דאס יא אינזינען געהאט, כאטש ס'גראמט אוודאי מיט "למשחה" אויך.

א ה' מיט ח' אלס גראם איז דא לרוב אין פריערדיגע פיוטים. ס'איז נאר וויבאלד מיר זאגן נישט גוט דעם ח' (וועלכער איז פון די אותיות הגרון, אהח"ע), נאר מיר זאגן עס ארויס ווי א כ' (מיט'ן גומען, ווי די אותיות גיכ"ק.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

אינעם היינטיגן סליחה (ו) - ליום ב' דסליחות, וואס הייבט זיך אן:
אין כמדת בשר מדתך / אין קנאתך ועצת עמידתך
שטייט איבעראל אז דער מחבר איז רבינו שלמה הבבלי.

מ'קוקט אבער אינעווייניג זעט מען נישט אז מ'זאל טרעפן דעם נאמען פון גרויסן מחבר וואס איז ווארשיינליך דער גרעסטער פייטן און געווענליך איז ער מרמז זיין נאמען: שלמה הקטן. דא זעט מען עס נישט.

חוץ אז מ'וועט זאגן אז אינעם לעצטן פראזע: שמונה ותשעים האלות האלה / שלמו אלה ומאלה וכאלה.

מי יודע
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

Mezofzef האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 6:35 pm
די גראמען שטימען נאר לויט די ספרד'ישע הברה!
געווען אמאל א שמועס וועגן "קמץ האמצעי".
שמעון אלימלך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:23 pm

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון אלימלך »

וןאס איז טייטש די ווארט ׳הנופלת׳?
(סוכת דוד הנופלת)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8675
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

עס איז א פסוק אין עמוס (ט יא)
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

מיסטעריעז האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:24 pm
עס איז א פסוק אין עמוס (ט יא)
גראדע דארט שטייט הנופלת מיט א סגול פ'
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

תגובה דורך אור כי טוב »

משגיח רוחני האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 4:17 pm

געזעהן אין די הפטרה פארגאנגענע וואך, און עס האט גאר אן אתנחתא. וואס איז טאקע פשט אז מען זאגט ווייטער הנופלת מיט א סגול? און אויב שוין יא, דאן פארוואס מיט א קמץ ביים הרחמן?

אור כי טוב האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 11:28 am

אין טאהש זאגט מען ביי הרחמן מיט א סגול.
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שמעון אלימלך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 8:22 pm
וןאס איז טייטש די ווארט ׳הנופלת׳?
(סוכת דוד הנופלת)
מיסטעריעז האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:24 pm
עס איז א פסוק אין עמוס (ט יא)
עמוס האט בעיקר נביאות געזאגט אויף מלכות ישראל. אין דער פרשה זאגט אז ער דאס זינדיגע מלכות ישראל וועט חרוב ווערן און זיי וועלן גיין אין גלות (הִנֵּה עֵינֵי ה' אלקים בַּמַּמְלָכָה הַחַטָּאָה וְהִשְׁמַדְתִּי אֹתָהּ מֵעַל פְּנֵי הָאֲדָמָה וגו', וַהֲנִעוֹתִי בְכָל הַגּוֹיִם אֶת בֵּית יִשְׂרָאֵל וגו'"). דערנאך פירט ער אויס, בַּיּוֹם הַהוּא אָקִים אֶת סֻכַּת דָּוִיד הַנֹּפֶלֶת, אז סוף פונעם גלות וועט משיח בן דוד צוריקברענגען דאס מלכות בית דוד -- "די איינגעפאלענע סוכה פון דוד" -- אבער מלכות ישראל וועט גענצליך אונטערגיין.

אדער לויט געוויסע באציט זיך עס צו חזקיהו המלך, וויבאלד ביז דעמאלט איז מלכות ישראל געווען פיל מאכטפולער ווי מלכות יהודה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

משגיח רוחני האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 9:24 pm
אור כי טוב האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 11:28 am
משגיח רוחני האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 4:17 pm
מיסטעריעז האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:24 pm
עס איז א פסוק אין עמוס (ט יא)
גראדע דארט שטייט הנופלת מיט א סגול פ'
געזעהן אין די הפטרה פארגאנגענע וואך, און עס האט גאר אן אתנחתא. וואס איז טאקע פשט אז מען זאגט ווייטער הנופלת מיט א סגול? און אויב שוין יא, דאן פארוואס מיט א קמץ ביים הרחמן?
אין טאהש זאגט מען ביי הרחמן מיט א סגול.
געזען אזוי אויך אין די עמדין סידור, אבער לכאורה האט גארנישט מיט אים.

וואס איז למעשה פשט אין דער נוסח מיטן קמץ?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ווייל ס'איז סוף פון א שטיקל, וואס איז אזויווי א סוף פסוק.
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

אור כי טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 1:40 pm
משגיח רוחני האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 9:24 pm
אור כי טוב האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 11:28 am
משגיח רוחני האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 4:17 pm
מיסטעריעז האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:24 pm
עס איז א פסוק אין עמוס (ט יא)
גראדע דארט שטייט הנופלת מיט א סגול פ'
געזעהן אין די הפטרה פארגאנגענע וואך, און עס האט גאר אן אתנחתא. וואס איז טאקע פשט אז מען זאגט ווייטער הנופלת מיט א סגול? און אויב שוין יא, דאן פארוואס מיט א קמץ ביים הרחמן?
אין טאהש זאגט מען ביי הרחמן מיט א סגול.
געזען אזוי אויך אין די עמדין סידור, אבער לכאורה האט גארנישט מיט אים.

וואס איז למעשה פשט אין דער נוסח מיטן קמץ?
אין עמודי שמים זעט אויס ווי קמץ, דאס האט דער רבינו היעב"ץ אליין געפינטלט.

דער פשט איז אז בלשון המקרא איז דא אסאך מאל יוצאים מן הכלל (ויש טעם לכל קוץ וקוץ), אבער בנוסחאות התפילה (וואס זענען נישט פין אנכה"ג, נאר הוספות) האט מען מער מדקדק געווען זאל זיין לפי כללי הדקדוק.
לעצט פארראכטן דורך קונטרס אום מיטוואך מאי 08, 2024 2:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יעפ.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובה דורך להודות »

פונקט די נקודה איז נישט אזוי קלאר ביים יעב"ץ אבער זעהט אויס ווי א סגול
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 06&hilite=

ספעציעל אין די קאַפּי אויף אוצה"ח אונטן

סברות קען זיין צו ביידע זייטן: וויבאלד די שטיקל איז גענומען פון פסוק זאגט מען עס איבער כמו שכתוב (און אפשר איז די סיבה נעלמה פאר'ן סגול אין פסוק שייך אויך בתפלה), אדער טוישט מען עס לויט זיין דקדוק לכאורה
(אבער נישט קיין דבר ברור, ווייל די קמץ טוישט זיך נישט איבעראלל, למשל ותהי לו לאומנת)

איינער שרייבט אז ער האט נישט געפונען די מקור פון דעם הרחמן, אבער אין סידורים פון ריעב"ץ, בעל התניא, רוו"ה איז עס בסגול

עמודי שמים אלטונא תק"ה
הנופלת.png
הנופלת.png (115.83 KiB) געזען 60 מאל
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אויך דארף מען וויסן ווער האט געטוישט אויף א קמץ, דאס אליין קען זיין א טעם צו עס נישט אננעמען
אפשר אזעלכע ווי "רבותיו של", @המברך יתברך . נישט קיין ווערטל
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

להודות האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 2:32 pm
אויך דארף מען וויסן ווער האט געטוישט אויף א קמץ, דאס אליין קען זיין א טעם צו עס נישט אננעמען
איך מיין ס'קומט פון אזעלכע ווי "רבותיו של", @המברך יתברך. נישט קיין ווערטל
אין הכי נמי. אזוי ביי "מוריד הגשם".
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

אנטשולדיגט פארן אריינהאקן, אבער כ'זעה אז כ'האב דא די ריכטיגע מבינים, וואלט מיר איינער געקענט העלפן מיט א מהלך איבער משקל תנועה ויתד באריכות, איך זןך עס שוין יארן, און אלב שרייבער איז עס מיר שטארק נוגע??
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

@הלבלר בקולמסו האט ערגעץ געשריבן דערוועגן, אבער איז שוין ליידער נישטא.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זינט ווען טוישט מען ציטירטע פסוקים לויט דקדוק? איז דא נאך אזא ביישפיל?

על פי דקדוק וואלט מען בכלל נישט זאגט "הנופלת", נאר "שנפלה".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”