שבת 5# - ברכוני לשלום
ברכוני לשלום
פרייטאג צו נאכטס, אנהויב פון די סעודה, זאגן מיר "ברכוני לשלום", בעטנדיג אז די מלאכים זאלן אונז בענטשן. אויף דער דאזיגער חרוז טוט זיך אפ א וועלט, ווי אזוי צו זאגן און וואס צו זאגן. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן מקפיד געווען צו זאגן "ברכונו" בלשון רבים (ביי די ליטאים און ספרדים איז ניכר דעם חילוק, ווען מען זאגט עס ארויס), וועלנדיג זיך כולל זיין מיט כלל-ישראל. דער אנגענומענער נוסח איז צו זאגן "ברכוני" בלשון יחיד.
מיר געפינען נסחאות, וואו ברכוני איז געווען א פזמון, וואס מען האט דאס איבערגע'חזר'ט נאך יעדן חרוז. דהיינו, מען האט געזאגט דריי מאל "שלום עליכם", און דערנאך געזאגט איין מאל "ברכוני", דאן דריי מאל "בואכם לשלום", און ווידעראמאל אויסגעפירט מיטן "ברכוני", און אזוי אויך ביי אלע אנדערע חרוזים. דער פשט דערפון איז געווען, אז די מלאכים זאלן אונז אלעמאל בענטשן, ווען זיי קומען אריין זאלן זיי בענטשן, ווען זיי געפינען זיך דא זאלן זיי בענטשן און ווען זיי גייען ארויס זאלן זיי אונז ווייטער בענטשן.
צווישן גדולי ישראל געפינען מיר פקפוקים אויף דער "ברכוני לשלום", צוליב דעם וואס מיר טארן זיך נישט ווענדן צו די מלאכים נאך ברכות, מיר ווארטן אז בלויז דער באשעפער אליין זאל אונז בענטשן. טייל גדולי ישראל האבן זיך דעריבער מונע געווען פון צו זאגן דעם דאזיגן חרוז. דער יעב"ץ פלעגט זאגן בלויז די ערשטע צוויי חרוזים, אזוי ווי די ערשטע מקורות ברענגען דעם זמר.
אנדערע פארענטפערן דאס, אז אונזער ביטע איז נישט אז די מלאכים זאלן אונז בענטשן, נאר וויבאלד מיר ווייסן אז דער אויבערשטער הייסט אז די מלאכים זאלן אונז בענטשן, אזוי ווי עס ווערט דערמאנט אין די גמרא, אז די מלאכים זאגן "לשבת הבא כן", בעטן מיר זיי אז זיי זאלן טון דעם רצון הבורא, און אונז טאקע בענטשן. אויף אזא אופן איז דאס מותר.

איז נאך דא היינט אזעלכע וואס לאזן אויס דער חרוז פון "ברכוני לשלום"?