אלעס ארום א נסיעה קיין איטאליע

קברי צדיקים און אלעס ארום

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

אלעס ארום א נסיעה קיין איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

איז שוין איינער דא געווען אין איטאליע?

עס הייסט צו זיין א גאר א שיינע פלאץ.

אויב איינער קען אביסל צולייגן די שטעט וואס זענען אינטערסאנט, רוים מילאן, פלארענס טאסקעניני ראיאן און לאמבארדי.

וואס קען מען זעהן דארטן, איז דא עסן און מנינים?
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן: איז שוין איינער דא געווען אין איטאליע?

עס הייסט צו זיין א גאר א שיינע פלאץ.

אויב איינער קען אביסל צולייגן די שטעט וואס זענען אינטערסאנט, רוים מילאן, פלארענס טאסקעניני ראיאן און לאמבארדי.

וואס קען מען זעהן דארטן, איז דא עסן און מנינים?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=8898
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן: איז שוין איינער דא געווען אין איטאליע?

עס הייסט צו זיין א גאר א שיינע פלאץ.

אויב איינער קען אביסל צולייגן די שטעט וואס זענען אינטערסאנט, רוים מילאן, פלארענס טאסקעניני ראיאן און לאמבארדי.

וואס קען מען זעהן דארטן, איז דא עסן און מנינים?

איך בין געווען אין רוים,ווענעציע,מילאן,

סדא צו באקומען כשרס איבעראל, רוים איז זייער אינטערעסאנט,אלטע שוהלן אלטע געביידעס,קאלסיום ועוד ועוד. מ'אטעמט היסטאריע אויף די גאסן דארט, ווענעציע איז גוט פאר נישט מעהר ווי 3/2 טאג, סאויך זייער טערעסאנט אבער נישט פאר צו לאנג,
ארום פארן קען מען מיט די באן, זייער גוט און באקוועם.

עס געפונט זיך א געגענט מיטן נאמען "לעיק קאמא" א שעה בערך פון מילאן , הערליכע בערג, איבער וואסער אין טאלן.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

געווען צוויי וואכן צוריק.
פאדובא, איז דא אלטע שולן און צוויי בתי חיים.
ווענעציע. שיינע שטאט. מוזיאמס.
מילאן איז די היינטיגע חרדישע צענטער ווי די וועסט קענען טרעפן אידיש רעדענדע.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

אז מען רעדט פון איטאליא, איז מיין חבר יעצט דארט געווען, ער זאגט אז דארט געפינט זיך אויך די בנין פון די איש חסיד, אין פיסא איטאליע. ער האט דארט געזינגען די פיוט פון איש חסיד באותו מקום ובאותו זמן.

ער זאגט אז ער האט אמאל געפרעגט פשעווארסקע רבי שליט"א און ער האט אים געזאגט אז די קבלה איז יענץ איז טאקע די בנין איז אמת. (אולי רעדט מען שוין דערפון דא אויף דער וועלטל)
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
ברוך פייבול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 27, 2021 11:56 am

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פייבול »

טראק דרייווער האט געשריבן: אז מען רעדט פון איטאליא, איז מיין חבר יעצט דארט געווען, ער זאגט אז דארט געפינט זיך אויך די בנין פון די איש חסיד, אין פיסא איטאליע. ער האט דארט געזינגען די פיוט פון איש חסיד באותו מקום ובאותו זמן.

ער זאגט אז ער האט אמאל געפרעגט פשעווארסקע רבי שליט"א און ער האט אים געזאגט אז די קבלה איז יענץ איז טאקע די בנין איז אמת. (אולי רעדט מען שוין דערפון דא אויף דער וועלטל)

נו שוין.. ס'מיר בייגעפאלן א ביזנעס איידיע.
א מנין תלמידי חכמים וועלן זינגען פאר אייך איש חסיד מוצאי שבת ממש באותו מקום ביים פלאץ פונעם פאלאץ פונעם איש חסיד סיינט אייך אויף און צאלט חודש'ליך
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

טראק דרייווער האט געשריבן: אז מען רעדט פון איטאליא, איז מיין חבר יעצט דארט געווען, ער זאגט אז דארט געפינט זיך אויך די בנין פון די איש חסיד, אין פיסא איטאליע. ער האט דארט געזינגען די פיוט פון איש חסיד באותו מקום ובאותו זמן.

ער זאגט אז ער האט אמאל געפרעגט פשעווארסקע רבי שליט"א און ער האט אים געזאגט אז די קבלה איז יענץ איז טאקע די בנין איז אמת. (אולי רעדט מען שוין דערפון דא אויף דער וועלטל)

דו מיינסט די
Leaning Tower of Pisa

קיינמאל נישט געהערט דערפון

אויב אזוי דארף מען דאך אהין פארן
לופטיג
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 10:59 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לופטיג »

פלארנס איז נישט אינטרעסאנט
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

די Leaning tower of pisa האט די קבלה אז עס איז פון די מעשה פון איש חסיד הי'.
איין אינטערסאנטע זאך פארוואס עס מאכט סענס, די בילדינגס דערנעבן באלאנגט פאר א קירכע און עס האט פיל מיט קריסטליכע סימבאלן אזוי ווי די סדר אין איטאליע משא"כ די בילדינג האט נישט קיין שום קריסטליכע צייכן אריינגעבויט אין די בילדינג. וואס דאס קען זיין א ראי' אז עס איז סאך עלטער ווי זיי זאגן. און עס איז געבויעט ענליך ווי די קאלאסיום אין רוים. די זעלבע סטייל.
עס איז דא א אידישע בית החיים ממש דערנעבן. איך בין דארט געווען אינמיטן דערנאכט האב איך נישט געקענט אריינגיין נאר אריינקוקן.
וואס דאס איז אויך אינטערסאנט, א אידישע ביה"ח ביי די גדר פון א קלויסטער.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

אויב דיין פלאן איז צו זיין א שבת אין איטאליע וואלט איך געזאגט זאלסט זיין אין ווענעציע.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ס'ווענד זיך. אויב דו פלאנסט צו זיין ביי די אלפן בערג דאן לוינט זיך ענדערש צו פארן קיין שווייץ אדער עסטרייך

איטאליע איז שיין צוליב איר היסטארישע שטעט און געגנטער.

דארף מען אבער אויך געדענקן אז די פלאץ איז גאר שמוציג און פריצות'דיג
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

עירוב תבשילין האט געשריבן:

דארף מען אבער אויך געדענקן אז די פלאץ איז גאר שמוציג און פריצות'דיג
מער ווי דרייצענטע עוועניו אין בארא בארק אדער עווערגרין אין מאנסי?

איך רעד פון ווייטאג
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

צדוק האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:

דארף מען אבער אויך געדענקן אז די פלאץ איז גאר שמוציג און פריצות'דיג
מער ווי דרייצענטע עוועניו אין בארא בארק אדער עווערגרין אין מאנסי?

איך רעד פון ווייטאג
איך בין נישט גוט אין שאצן ווי איז מער פריצות'דיג, ובפרט איך וואס איך בין בלויז 2 מאל אין מיין לעבן געווען אויף 13'טע עוועניו, און קיינמאל געווען אין עווערגרין - אבער איך גלייב אז ס'איז קיין פארגלייך. איטאליע איז א פלאץ וואס ציהט טוריסטן פון אלע עקן וועלטן (פאקטיש, פארמאגט איטאליע איינער פון די מערסטע באזוכער א יאר אין אייראפע) און אין אזעלכע הייסע וועטער'ס קען מען זיך אליינס פארשטעלן וויזוי די גאסן קוקן אויס...
Mountain Biker
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:14 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mountain Biker »

צפון איטאליע העכער ווענעציע געפונט זיך די הערליכע דאלאמייטס בערג, וואס איז א חלק פון די אלפן בערג.

די בערג זענען באקאנט פאר די הערליכע פעלזן שטיינער
0C5A4FD4-00DE-4935-A46B-445D6C2514A4.jpeg
0C5A4FD4-00DE-4935-A46B-445D6C2514A4.jpeg (34.85 KiB) געזען 2901 מאל
19362D6E-A0DE-4F10-B81C-B157DA8DF603.jpeg
19362D6E-A0DE-4F10-B81C-B157DA8DF603.jpeg (33.99 KiB) געזען 2901 מאל
5FDC8A51-B201-4599-9662-ED122E06EDFE.jpeg
5FDC8A51-B201-4599-9662-ED122E06EDFE.jpeg (26.3 KiB) געזען 2901 מאל
צענדליגער סקי ריזארטס געפונען זיך דארט ווינטער צו גליטשן אויף די שניי און זימער צו באזיכן די הערליכע פאנאראמעס

די מערסט באקאנטע ריזארט איז Cortina d’Ampezzo
זומער וואקאציע Colorado - Utah
[email protected] . http://www.AlpineTravelny.com
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5449
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ווי איז די פרישע באשרייבונג איבער א באזוך אין איטאליע?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
בארג קריכער
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:12 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארג קריכער »

איז דא מקוה/מנין אין רוים?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5449
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

בארג קריכער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:24 am
איז דא מקוה/מנין אין רוים?
די גרויסע שול האט א מנין, געב א קוק זייערע זמנים.

Tempio Maggiore di Roma
+39 06 6840 0661 https://g.co/kgs/8F2J3d

הארזים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:45 am
בארג קריכער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:24 am
איז דא מקוה/מנין אין רוים?
די גרויסע שול האט א מנין, געב א קוק זייערע זמנים.

Tempio Maggiore di Roma
+39 06 6840 0661 https://g.co/kgs/8F2J3d
ישר כח

איך האב דארט אמאל געדאווענט מנחה, די נשים זיצן ביי די זייט אן א מחיצה.
די חזן דאווענט אין א מייק.
די שול איז עפעס הערליך שיין!

עפעס מער היימיש איז דא?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5449
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

בארג קריכער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:51 am

קוק חב״ד.

אטעטשמענטס
©hoaruzim_1.jpg
©hoaruzim_1.jpg (387.86 KiB) געזען 2057 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5449
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

נאך א בילד פון די שול, נישט קיין חילוק ווי איר דאווענט דארפט איר באזוכן די שול...
אטעטשמענטס
©hoaruzim_2.jpg
©hoaruzim_2.jpg (390.62 KiB) געזען 2034 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
בארג קריכער
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:12 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארג קריכער »

דיינע בילדער?
ווייל זיי לאזן נישט כאפן קיין בילדער
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5449
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

בארג קריכער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:35 pm
דיינע בילדער?
ווייל זיי לאזן נישט כאפן קיין בילדער
יא,
דא האסטו...
אטעטשמענטס
©hoaruzim_3.jpg
©hoaruzim_3.jpg (390.33 KiB) געזען 1960 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

רעכט
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 13, 2022 12:25 am

Re: איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעכט »

ברוך פייבול האט געשריבן: זונטאג יולי 03, 2022 7:55 pm
טראק דרייווער האט געשריבן:
אז מען רעדט פון איטאליא, איז מיין חבר יעצט דארט געווען, ער זאגט אז דארט געפינט זיך אויך די בנין פון די איש חסיד, אין פיסא איטאליע. ער האט דארט געזינגען די פיוט פון איש חסיד באותו מקום ובאותו זמן.

ער זאגט אז ער האט אמאל געפרעגט פשעווארסקע רבי שליט"א און ער האט אים געזאגט אז די קבלה איז יענץ איז טאקע די בנין איז אמת. (אולי רעדט מען שוין דערפון דא אויף דער וועלטל)
נו שוין.. ס'מיר בייגעפאלן א ביזנעס איידיע.
א מנין תלמידי חכמים וועלן זינגען פאר אייך איש חסיד מוצאי שבת ממש באותו מקום ביים פלאץ פונעם פאלאץ פונעם איש חסיד סיינט אייך אויף און צאלט חודש'ליך
אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע:אינטער די שטיגן

איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

א ניק האט מיר געבעטן אין אישי אינפארמאציע אויף איטאליע
לתועלת הרבים טאמער נאך איינער קען הנאה האבן דערפון, פעיסט איך דא אריין וואס כ'האב אים געענטפערט

א גוט יאר,
סוי יא איך בין געווען אין איטאליע פון מאנטאג ביז דאנערשטאג,
כ'האב מיר געהויבן זונטאג נאכט פון jfk און געלאנדעט מאנטאג פארטאגס אין מילאנוי, מאנטאג די גאנצע טאג בין איך ארום געפארן מקומות הקדושים הלוך ונסוע קיין ווענעציע,
מאנטאג פארנאכט בין איך אנגעקומען קיין ווענעציע און פארברענגט דארט ביז דינסטאג פארנאכט, און דאן זיך ארויס געלאזט אויף א זעקס שעה רייזע קיין רוים, ווי דארט האב איך פארברענגט ביז פרייטאג פארטאגס,

יעצט ווענעציע און רוים זענען לדעתי א מאסט, ס'איז דא נאך פלעצער געוואנדן לויט וואס איר זוכט,

ווענעציע

א שטאט וואס איז צאמגעשטעלט פון צענדליגע הונדערטער קליינע אינזלען, אזוי אז מען קען זיך נישט רירן אן קיין שיף, דאס איז א שטאט וואס איז גאר אינטערעסאנט צו זען און פרובירן צו לעבן דערין,
יעצט אויב זענט איר דא דזשאסט צו עקספלארן איז נישטא וואס צו טאן דארט מער פון איין טאג ווידעראום אויב זוכט איר מער וואקאציע סטייל דאן קענט איר זיצן א וואך דארט און פלעין רילעקסן, ס'איז באמת געשמאק..
(אין עי סייד נאוט אזא וואקאציע קען אויסקומען אסאך ביליגער ווי פלארידא און קען זיין אסאך אסאך געשמאקער, מענטשן האבן פשוט א בלאקעדזש אין קאפ דאס איז א קאמפלעקס פון א קאנטרי בארדער ממילא ווען ס'קומט צו פלאנירן א שנעלע גרינגע נסיעה'לע איז דאס אויטאמאטיק מער נישט קיין אפציע ווייל די בארדער מאכט עס אויסקוקן לאנג און קאמפליצירט..)
אין ווענעציע געפונט זיך אויך דער אידישער קווארטאל ווי חבד איז אויפגעסעט און ס'איז דא דארט אסאך אידישע היסטאריע,
ס'איז דא דארט עטליכע כשר'ע רעסטוראנטן מיט גוטע הכשרים און גאר געשמאקע מאכלים, אריין גערעכנט "איטאליענישע פיצא",
פליישיגס וואלט איך נישט רעקאמענדירט פון דארט נאר בעסער צו מיטנעמען וועקיום פעקט, (דאס זעלביגע איז אויפ'ן גאנצן לאנד)

רוים

רוים איז א שטאט וואס איז אלט לכה"פ צוויי טויזנט יאר, און איז אינטערעסאנט צו באזוכן פאר יעדן איינעם, און ספעציעל פאר היסטאריע ליבהאָבער, זייענדיג א שטאט פול מיט אידישע און וועלטליכע היסטאריע, צווישן אנדערע איז דארטן דא דער ברייט בארימטער קאלעסיום, דער שער טיטוס, די אלטע קייזערליכע פאלאץ און אירע היילן און קעלערן, די באוויסטע אידישע געטא מיט איר מעכטיגע בית הכנסת, און נאך אסאך,
צו אפקאווערן אלטשטאט רוים וועלכע איז גאר א קליין שטח ארום גענומען מיט די אריגינעלע פארצייטישע מויער ברויך מען האבן בערך צוויי טעג (נישט אינטערסאנט פאר סתם רעלעקסינג...) מען שלאפט אין אלטשטאט אין שיינע האטעלן ס'קאסט נישט טייער,

יעצט איז אזוי, איך פארשטיי אז ס'איז שווער צו מאכן דעם טריפ וואס איך האב געמאכט, ממילא וואלט איך פארגעשלאגן אזוי,
לאנדן אין מילאן און פארברענגען דארט די נאכט אינעם הערליכער וואקאציע שטאט מילאן, פארן קיין פאמפעי זען די שטאט וואס איז געווען באדעקט מיט לאווא פאר קרוב צו צוויי טויזנט יאר, פון דארט קיין רוים און דארטן איבער שלאפן, פון דארט קיין פיזע צו אלי' הנביא'ס געביידע, ווי ס'ווערט געברענגט אין טיש חסיד היה ביי זמירות למוצאי שבת, און פון דארט קיין ווענעציע פאר א נאכט און א טאג און דאן צוריק פארן פון ווענעציע,

פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף קענט איר מיר אלעמאל פרעגן,

הצלחה רבה
לעצט פארראכטן דורך דל ואביון אום דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “אייראפע”