שבת 7# - כי מלאכיו יצוה לך

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

שבת 7# - כי מלאכיו יצוה לך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

פארוואס זאגט מען דעם פסוק נאך שלום עליכם?

ביטע קאמענטירן...
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: שבת 7# - כי מלאכיו יצוה לך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

ווייל "שלום עליכם" זאגט מען אויף די מלאכים וואס באגלייטן אונז, נישט אזוי?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שבת 7# - כי מלאכיו יצוה לך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין עמדין סידור שטייט, היות מ'האט אפגעזעגנט די צוויי מלאכים מיט צאתכם לשלום, פירט מען אויס אז ס'בלייבן נאך מלאכים פון די מצוות וואס מען האט געטוהן צו היטן דעם מענטש.
און היות אז דער באשעפער האט געהיטן יעקב אבינו בזכות שמירת שבת, זאגט מען ה' ישמר צאתך ובואך.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שבת 7# - כי מלאכיו יצוה לך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אוראייניקל האט געשריבן:
אין עמדין סידור שטייט, היות מ'האט אפגעזעגנט די צוויי מלאכים מיט צאתכם לשלום, פירט מען אויס אז ס'בלייבן נאך מלאכים פון די מצוות וואס מען האט געטוהן צו היטן דעם מענטש.
די תפארת שלמה זאגט (פרשת לך ד“ה ויקרא שם אברם פרשת וירא ד“ה והנה שלושה אנשים)
אז די מלאכים וואס מען רעדט ביי שלום עליכם איז טאקע די מלאכים וואס איז באשאפען געווארען פון די מצות וואס מען האט געטוהן במשך די וואך
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: שבת 7# - כי מלאכיו יצוה לך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

ווייל די קושיא איז, וויבאלד מען האט שוין געזאגט צאתכם לשלום, ווי זאגט מען אז די מלאכים באגלייטן יא - כי מלאכיו יצוה לך...? - עס איז דא פארשידענע תירוצים דערויף, ווי די אויבנדטערמאנטע וואס מען האט דא דערמאנט.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: שבת 7# - כי מלאכיו יצוה לך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

ס'זענען דא וואס זאגן אז "צאתכם לשלום" רעדט מען צו די מלאכים פון אינדערוואכן, דעריבער פארשטייט מען שוין דער "כי מלאכיו יצוה לך".
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”