וויליאמסבורג, ניו יארק. תשע''ט. די זון האט שוין גענויגט צו מערב זייט און זי האט שוין געווארפן אירע לעצטע גאלדענע שטראלן אויפן האריזאנט בעפארן אינטערגאנג, ווען שמעון האט געמיטליך אראפשפאצירט די געדעכטע גאסן פון וויליאמסבורג, זיינע פיס זענען געוואנדן צום לאקאלע בית המדרש אינטער די פירערשאפט פונעם חשוב'ן רב און גאון ר' יעקב העכטער, אבער זיינע אויגן זענען געוואנדן צו די הויכע געביידע'ס וואס באצירן די ארטיגע גאסן.
קראקע פוילן. תרצ''ז. דאס געביידע אויף 29 קראסקי גאס האט געווירבעלט מיט אידן פון אלע סארטן. דא אין דער דאזיגער געביידע געפינט זיך דאס וואוינארט פונעם גרויסן צדיק און קדוש ר' שלומ'קע פון לעמבערג, א אייניקל בן אחר בן פונעם בארימטער צדיק ר' חיים לעמבערגער א תלמיד פונעם מגיד פון מעזריטש.
דער רבי האט אים אנגעקוקט מיט א טיפע בליק וואס האט געצייגט אז עפעס אויסטערליש קומט דא יעצט פאר, און דאן געהייסן פארן גבאי ער זאל ארויסגיין פון צימער.
דאן האט דער רבי ארויסגענומען פון זיין לעדל אן אלטער ברוינע ספר וואס ער האט געהאט ירושה פון זיינע הייליגע זיידע'ס, און אויפגעמישט צו א געוויסע בלאט און געוויזן פאר ר' מנחם צו זיך דערנענטערן צו אים.
דאן האט דער רבי ארויסגענומען פון זיין לעדל אן אלטער ברוינע ספר וואס ער האט געהאט ירושה פון זיינע הייליגע זיידע'ס, און אויפגעמישט צו א געוויסע בלאט און געוויזן פאר ר' מנחם צו זיך דערנענטערן צו אים.
קארל האט איבערגענומען דעם צייטונג און געכאפט א בליק אויף דעם היינטיגן אנצינדער פון זיין זונ'ס צארן. עס האט זיך גערעדט פון א טיפישע ארטיקל קעגן די רוטינע באמבאדירונגען פון מדינת ישראל אויף עזה אין ליכט פון די פייער באלאנען געשיקט פון עזה קיין מדינת ישראל. דער שרייבער איז געווען א מיטגליד אין די בי די עס ארגאנעזאציע און האט עס אראפגעלייגט מיט זייער שווארצע פארבן קעגן מדינת ישראל.
"צום ערשט אז מען רעדט שוין טאטע וועגן דיין עקסערסייז שפאצירונגען" איז אדאלף פארפארן פונעם נושא "דארף איך דיר טאקע זאגן וואס דער דאקטער האט מיר נעכטן געזאגט, אז לויט ווי ער זעט אויף דיר האט דיר עס גאר אסאך געהאלפן צו דיין געזונט, און ער זאגט אז אויב דו וועסט עס אנהאלטן פאר נאך א מאנאט וועסטו אינגאנצן געזונט ווערן".
קארל האט ארויסגעלאזט א דערלייכטערונג קרעכץ "גוט אז דו זאגסט מיר, און איך האב שוין געמיינט אז עס איז אויסגעווארפענע צייט און כמעט געהאלטן ביים עס אפלאזן".
"אויסגעווארפענע צייט" האט אדאלף איבערגעזאגט מיט א סארקאסטישע מינע זיינע טאטע'ס ווערטער "זייט ווען ביסטו געענגט אין צייט? דיין טאג איז דאך אזוי לאנג אז דו וואלסט געקענט טון זעקס אזעלכע עקסערסייז סעסיע'ס און נאך אלס בלייבן לאנגווייליג" האט ער אריינגעשטאכן אין זיין אלטע טאטע.