שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

ס'מיר בייגעפאלן א געדאנק פון א נאוועל געשיכטע. איך טראכט צו עס שרייבן דא.

ס'וועט זיין מער מיסטעריע און הימליש, א שטייגער ווי יאיר וויינשטאק'ס צוואה בוך.

איך וועל עס נישט שרייבן צו לאנג און אויסגעצויגן, נאר מער זיך האלטן צו די פוינטס, ווייל אז נישט וועט עס נעמען א יאר מיט א גוט וואך.

לאמיר האפן דער עולם וועט הנאה האבן און עס וועט טאקע זיין געשפאנט ווי פארשפראכן אין קעפל...

בשם השם נעשה ונצליח.
חחח...
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע:אימבאקאנט

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

אוועטאר
לאצי פארקאש
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2022 4:01 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאצי פארקאש »

מעכל, איך בין מיסטעריעז איינגעהילט אין שפאנונגקייט.. לאז אינז נישט צו לאנג ווארטן פליז!
איך בין א שמיציגע היט באקס
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

וויליאמסבורג, ניו יארק. תשע''ט. די זון האט שוין גענויגט צו מערב זייט און זי האט שוין געווארפן אירע לעצטע גאלדענע שטראלן אויפן האריזאנט בעפארן אינטערגאנג, ווען שמעון האט געמיטליך אראפשפאצירט די געדעכטע גאסן פון וויליאמסבורג, זיינע פיס זענען געוואנדן צום לאקאלע בית המדרש אינטער די פירערשאפט פונעם חשוב'ן רב און גאון ר' יעקב העכטער, אבער זיינע אויגן זענען געוואנדן צו די הויכע געביידע'ס וואס באצירן די ארטיגע גאסן.

'איך קען נישט פארשטיין וויאזוי מענטשן קענען וואוינען אין אזעלכע הייזער' האט שמעון געטראכט צו זיך מיט ווייטאג געמישט מיט פארדריסונג 'אידישע קינדער דארפן וואוינען אין ברייטע הייזער אויף שיינע שטחים, נישט צוזאמגעדריקט ווי סארדינס אינעם סארדינס האלטער' האט ער געקרעכצט.

ס'שוין נישט דאס ערשטע מאל וואס שמעון נעמט אין באטראכט די שווערע דירות סיטואציע און קריזיס וואס קומט פאר אין די סיטי, אייגענטליך איז עס פון זיינע הויפט פריאריטעטן אויפן סדר היום שוין א לענגערע צייט, אבער דערווייל האט ער נאכנישט באוויזן צו זיך ערנסט אריינלייגן דערין. דאס מאל אבער וועט ער אנהייבן צו מער טון דערין, האט שמעון אפגעמאכט מיט א פעסטקייט, מען קען נישט לאזן די מצב ווייטער אנגיין אזוי, עס ווערט דאך נאר ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, מען מוז טרעפן א לעזונג דערפאר.

און אז שמעון וויל ערנסט עפעס דורכפירן, האט ער די ריכטיגע מעגליכקייטן דערצו.

שמעון קארצבורג איז אייגענטליך פון די גרויסע און פראמינענטע עשירים אינעם חרדי'שן קווארטל אין גרעיטער ניו יארק. נישט אלע האבן געוואוסט אבער אין פאקט זענען מערערע גאסן אין מאנהעטן זיין אייגענטום און עטליכע גיגאנטישע שיפינג פירמעס געהערן פאר אים און ברענגען אים אריין גאלאנען פון געלט אויף א טעגליכע פארנעם.

און זיינע געלטער האט ער נישט נאר געהאלטן פאר זיך, טראץ דעם וואס ער איז געווען א פייערדיגע חסיד פונעם טרוביטשער רבי האט ער אבער געגעבן געלט פאר סיי וועלכע ערליכע מוסד און קהילה אן קיין חשבונות, און דאס זעלבע מיט אלע אויסגעהאלטענע צדקה קאסעס און געלט גייער'ס.

און טאקע דאס נאנטקייט צו אלע קהילות און זיין ריזן פארמעגן געט אים די מעגליכקייט צו יעצט אויספירן זיינע אמביציע'ס גענוי ווי ער וויל.

ווי נאר שמעון האט גענדיגט דאווענען מנחה מעריב מיט זיין טעגליכע שיעור אינדערמיט, האט ער ארויסגענומען א טעלעפאון און אנגערופן זיין נאנטע פריינט און געטרייע ארבעטער חיים נתן מינקאוויטש, אדער ווי באקאנטע צווישן זיינע נאנטע אלץ 'נתי', און פארגעלייגט וואס עס ליגט אים אויפן לינג.

נתי האט אים אויסגעהערט מיט א ערנסטקייט, אז שמעון זאגט ער וויל עפעס טון וועט ער גיין ביז די גוטע ענדע פאר יעדע פרייז, און פון זיין שטימע און טאן האט ער פארשטאנען אז דאס מאל איז ער זייער ערנסט, דעריבער האט ער צוגעזאגט פאר שמעון אז ער וועט זיך גאר שטארק אריינלייגן דערין און זען וואס מען קען טון דערצו.

"לויט ווי עס זעט מיר אויס וועט די בעסטע געדאנק זיין צו אויפבויען א פרישע אידישע ישוב פאר אלע קהילות אינאיינעם ערגעץ וואו אין די ברייטע געביטן ארום ניו יארק און פענסילוועניע" האט נתי פארגעלייגט זיין ערשטע געדאנק וואס עס האט אים אויסגעזען רעאליסטיש, טראץ מען וועט נאך האבן א לאנגע וועג אהין דאס צו דערגרייכן.

שמעון האט צוגעשטימט און דאן אראפגעלייגט דעם טרייבל מיט א רואיגע געמיט, אז נתי נעמט עס אויף זיינע פלייצעס קען ער זיין זיכער אז זאכן וועלן זיך ריקן פאראויס, אויף נתי קען מען זיך פארלאזן מיט בלינדע אויגן ווי שוין איבערצייגט טויזנטער מאל.
חחח...
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

קראקע פוילן. תרצ''ז. דאס געביידע אויף 29 קראסקי גאס האט געווירבעלט מיט אידן פון אלע סארטן. דא אין דער דאזיגער געביידע געפינט זיך דאס וואוינארט פונעם גרויסן צדיק און קדוש ר' שלומ'קע פון לעמבערג, א אייניקל בן אחר בן פונעם בארימטער צדיק ר' חיים לעמבערגער א תלמיד פונעם מגיד פון מעזריטש.

ר' שלומ'קע איז געווען א ברייט באקאנטער רבי צו וועמען אידן האבן געשטראמט טאג טעגליך פאר אלע סארטן פראבלעמען און געברויכן, און דער צדיק האט זיי אויסגעפועלט ישועות און רפואות אויף וואונדערליכע אופנים. אייגענטליך האט ער נישט געהאט צופיל אפיציעלע חסידים און אנהענגער וואס פארופן זיך אויף זיין נאמען, אבער טאקע דערפאר האבן געשטראמט צו אים אלע סארטן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, ווער עס האט נאר געדארפט א ישועה אדער א הדרכה האט דא געפינען א אפענע טיר און הארץ.

דעם היינטיגן טאג האט אויסגעזען ווי יעדע טאג ביז אהער, מענטשן זענען געקומען און געגאנגען, אריין מיט א צובראכן הארץ און פארלוירענקייט און ארויס מיט א גאנצע הארץ און א זיכערע ישועה, די ווארטס שטוב איז געווען פיל און די שורה איז געגאנגען פאמעליך און מיט א סדר געפירט דורכן לאנגיעריגן מייסטערהאפטיגן גבאי ר' בנימין קארנאווסקי.

אין די זייט פונעם ווארטס שטוב ביי א ווינקל איז געשטאנען ר' מנחם, א איידעלע איינגעדארטן אידל אין די מיטעלע פופציגער יארן, און געווארט אינאיינעם מיט אלע אנדערע צוגלייך. טראץ דעם וואס אלע האבן געוואוסט אז ער איז פון די נענטסטע מענטשן צום רבי'ן און האט דארט א אפענער טיר, אבער ר' מנחם מיט זיין פשטות האט נישט געוואלט גיין בעפאר סיי וועמען נאר זיין גלייך ווי אלע.

פלוצלינג האט די טיר האט זיך געפענט און די גבאי האט געוויזן מיט די פינגער פאר ר' מנחם אז ער זאל שוין יעצט אריינקומען צום רבי'ן.

ר' מנחם האט זיך איינגעבויגן מיט גרויס הכנעה און אריין צום רבינ'ס פרייוואטן צימער.

ר' שלומ'קע איז געזיצן ביי זיין טיש אין צענטער פון שטוב, זיין געזיכט האט געשיינט ווי די זון אינמיטן טאג, זיינע אויגן זענען געווען פארשלאסן מען האט געקענט זען ווי זיינע מחשבות זענען אין א אנדערע וועלט, אבער זיין אויסגעארבעטן גוף האט זיך נישט גערירט פון ארט נאר ער איז געזיצן פארטראכט און איינגעהילט אין א טיפע דביקות.

נאך לענגערע צען מינוט האט ר' שלומ'קע געפענט זיינע אויגן און אנגעקוקט ר' מנחם מיט שארפע בליקן.

"די רבי האט מיר געלאזט רופן" האט ער געזאגט פארן רבי'ן ווי ער פארענטפערט זיך פארוואס ער איז דא אינמיטן טאג נישט ווי געווענטליך.

דער רבי האט אים אנגעקוקט מיט א טיפע בליק וואס האט געצייגט אז עפעס אויסטערליש קומט דא יעצט פאר, און דאן געהייסן פארן גבאי ער זאל ארויסגיין פון צימער.

דאן האט דער רבי ארויסגענומען פון זיין לעדל אן אלטער ברוינע ספר וואס ער האט געהאט ירושה פון זיינע הייליגע זיידע'ס, און אויפגעמישט צו א געוויסע בלאט און געוויזן פאר ר' מנחם צו זיך דערנענטערן צו אים.
חחח...
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע:Kollel

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

סובסקרייבט.

שכח מעכי
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

סובסקרייבד

מיט שפאנען מיט ווארטונג אויך די המשך!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

שכח מעכי. ווי קענסט וועיט פאר דע רעסט...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
לאצי פארקאש
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2022 4:01 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאצי פארקאש »

סהייבט אן ווערט שפאנענדיג...
מעכל גיי אן!
איך בין א שמיציגע היט באקס
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

געשפאנט די ווארטונג
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6617
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

סא סקערי!!! מעכל לאז אונז נישט ווארטן.

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25080
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מממ
ס'הערט זיך אינטערסאנט....

מיר ווארטן אויף ווייטער'דיגע פארזעצונגען ווי שנעלער...

אסאך הצלחה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

מעכל קנעכל האט געשריבן:
דאן האט דער רבי ארויסגענומען פון זיין לעדל אן אלטער ברוינע ספר וואס ער האט געהאט ירושה פון זיינע הייליגע זיידע'ס, און אויפגעמישט צו א געוויסע בלאט און געוויזן פאר ר' מנחם צו זיך דערנענטערן צו אים.
דאס איז דראמאטיש, אזש מ'שפירט שוין די מיסטעריע!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

סאונדט מעכטיג!
מעכל מ׳גיימער ארויסגעבן א בוך. דו שרייב…
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שמונת אלפים
תגובות: 8016
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

ברויכט אריין אין קרעטשמע, מיט אן עקסטערע אשכול פאר קאמעטארן.
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

יישר כחכם אלע קאמענטירער און באדאנקירער!

עס געט מוט און מיסטעריעזע ענערזשי כוחות צו גיין ווייטער.
חחח...
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע:אימבאקאנט

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

גייט מעכל קנעכל זיך אפשטעלן דא אזוי ווי די מערהייט פון די נאוועל געשיכטע שרייבער און פאנטעזירער פון אייוועלט

גייט מעכל שרייבן ווייטער אן אמת'ע ערנסטע מעשה וואס באלנגט זאגאר אין מפני שיבה תקים פארום

גייט מעכל אונז מאכן נאך און נאך שמייכלען אין דיזע אשכול

פאר מער דריקט נאמבער 11
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

האמבורג דייטשלאנד. תשע''ט. אדאלף און קארל זענען געזעצן באקוועם אויף די סאפע'ס אין זייער הערליך באצירטע סאפע צימער, ביידע זענען געווען פארזינקען אין די טעגליכע צייטונגען וואס האבן נארוואס דערגרייכט זייער פאסט קעסטל, ווען אויף א אמאל האט אדאלף אנגעהויבן ברימען און זידן.

"וואס גייט שוין ווייטער פאר אדאלף?" האט קארל רעאגירט צו די ברימערייען מיט א פראגע טראץ וואס ער האט שוין געוואוסט די ענטפער "וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן אז דו זאלסט נישט נעמען צום הארצן די נייעס און פאליטיק?! וועלכע נייעס איז עס דאס מאל וואס האט דיר אזוי אנגעצינדן?".

אדאלף'ס אויגן האבן געשאסן פינקן פייער "די יוד'ען!" האט אדאלף ארויסגעזידט פון צווישן זיינע ציין.

קארל האט אים אנגעקוקט מיט פארוואונדערונג "וואס גייט יעצט פאר מיט זיי?" האט ער געפרעגט ווי למשל ער ווייסט נישט פון וואס ער רעדט בכלל.

"ליין נאר דורך דעם ארטיקל דא" האט אדאלף אים געצייגט מיטן פינגער אויף א ארטיקל אינעם שפיגל צייטונג.

קארל האט איבערגענומען דעם צייטונג און געכאפט א בליק אויף דעם היינטיגן אנצינדער פון זיין זונ'ס צארן. עס האט זיך גערעדט פון א טיפישע ארטיקל קעגן די רוטינע באמבאדירונגען פון מדינת ישראל אויף עזה אין ליכט פון די פייער באלאנען געשיקט פון עזה קיין מדינת ישראל. דער שרייבער איז געווען א מיטגליד אין די בי די עס ארגאנעזאציע און האט עס אראפגעלייגט מיט זייער שווארצע פארבן קעגן מדינת ישראל.

"איך זע נישט עפעס אויסטערליש אין דעם ארטיקל" האט קארל נישט פארשטאנען וואס זיין אדאלף האט דא געזען אז עס האט אים אזוי אויפגעברויזט "יעדע צווייטע טאג זעט מען דאך אזאנס, דאס איז דאך אזוי רוטין ווי מיין טעגליכע גיין אויף עקסערסייז שפאצירן".

"צום ערשט אז מען רעדט שוין טאטע וועגן דיין עקסערסייז שפאצירונגען" איז אדאלף פארפארן פונעם נושא "דארף איך דיר טאקע זאגן וואס דער דאקטער האט מיר נעכטן געזאגט, אז לויט ווי ער זעט אויף דיר האט דיר עס גאר אסאך געהאלפן צו דיין געזונט, און ער זאגט אז אויב דו וועסט עס אנהאלטן פאר נאך א מאנאט וועסטו אינגאנצן געזונט ווערן".

קארל האט ארויסגעלאזט א דערלייכטערונג קרעכץ "גוט אז דו זאגסט מיר, און איך האב שוין געמיינט אז עס איז אויסגעווארפענע צייט און כמעט געהאלטן ביים עס אפלאזן".

"אויסגעווארפענע צייט" האט אדאלף איבערגעזאגט מיט א סארקאסטישע מינע זיינע טאטע'ס ווערטער "זייט ווען ביסטו געענגט אין צייט? דיין טאג איז דאך אזוי לאנג אז דו וואלסט געקענט טון זעקס אזעלכע עקסערסייז סעסיע'ס און נאך אלס בלייבן לאנגווייליג" האט ער אריינגעשטאכן אין זיין אלטע טאטע.

קארל האט אראפגעשלינגען דעם שטעך און גארנישט רעאגירט, מיט די היינטיגע אינגווארג טאר מען זיך נישט אנהייבן, אז ער וועט צוריקטשעפענען וועט אים אדאלף אינגאנצן פארלאזן און ער וועט בלייבן עלנד ווי א שטיין "נו, דערצייל מיר וואס האט דיר אזוי אויפגעברויזט אין דעם ארטיקל?" איז ער צוריק צום נושא.

"טאטע, ס'איז נישט נאר דאס מיט די יודען! ס'איז טאקע דער פאקט וואס דו האסט דערמאנט אז יעדע צווייטע טאג זענען זיי פון פריש אין דער נייעס מיט נאך א טעראר אקט און קריג פארברעכן, זיי מאכן נאר פראבלעמען מיט יעדעס טאג פון זייער אומאויסגעהאלטענע עקזיסטענץ! נישט אומזיסט האט אונזער פירער נאך וועמען דו האסט מיר גערופן געוואלט אומברענגען דאס גאנצער פאלק, זיי ברענגען נאר פראבלעמען און פארניכטיגונג אויף דער וועלט! זיי זייען אן כאאס און אומריען איבעראל!" אדאלף איז ארויף א טאן און זיין בלוט דריק האט זיך געהעכערט צו געפארפולע שטאפלען "און אונזער רעגירונג שטיצט זיי נאך און נעמט זיך אן פאר זיי! דאס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין, אונז מוזן עפעס טון דערוועגן!".

קארל האט באטראכט זיין זון מיט צומישטע און דערשראקענע בליקן "וואס פלאנסטו צו טון דערוועגן?" האט ער געוואלט וויסן ציטערענדיג וואס ער איז אלץ אומשטאנד צו טון אין אזא אויפברויז און פלאקערדיגע צארן.

אדאלף האט טיף אריינגעאטעמט און צוגעמאכט זיינע אויגן ווי ער וואלט נישט געהערט דער פראגע, ערשט נאך א מינוט האט ער עס געפענט און געזאגט פאר זיין טאטע אין א שטילע געלאסענע טאן "איך וועל גיין צו לארענצא".

"לארענצא?" האט קארל נישט פארשטאנען פון וואס ער רעדט "ווער איז דאס?" ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט דעם איטאליענישן נאמען דערמאנט דורך זיין זון.

"דו ווילסט נישט וויסן טאטע" האט אדאלף פלוצלינג אפגעשטעלט דעם שמועס אן קיין ווארענונג פון פארדעם. דאן האט ער זיך אויפגעשטעלט פון סאפע מיט א אימפעט, אנגעטון זיין זשעקעט, צושפאצירט צום טיר און ארויס מיט א שטייפע ריקן און זיכערע טריט אין ריכטונג פון דעם לארענצא.

קארל האט אים נאכגעקוקט פון אינטן און ערשט ווען אדאלף האט פארלאזט זיין שטוב האט א פארעטערישע טרער זיך באוויזן אין זיינע אויגן, ער האט זיך אנגעלאנט אויפן סאפע און פארזינקען אין א געמאכטע שלאף.
חחח...
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9436
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

העריך מאחורי הפרגוד גאר קראנט אז ס'קומט אזא געשיכטע וואס די וועלט האט נאכנישט געזען..

ווי אר סיטינג שרעקליך טונא׳ד!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

העכסט דראמאטיש! טאלאנט אויפן העכסטן שטאפל!

פעלט נאר די "פארזעצונג קומט אי"ה"...

די דריי געשיכטעס גייען נאך אמאל ווערן פארבינדן?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:

די דריי געשיכטעס גייען נאך אמאל ווערן פארבינדן?
נו ודאי!
חחח...
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4251
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

יויש!! פון די קעפל אליינס בין איך שוין איינגעהילט... יעצט לאמיר זיך זעצן ליינען.
פרינטער פרינט... (אבער שוין!)
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

מעכל קנעכל האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
די דריי געשיכטעס גייען נאך אמאל ווערן פארבינדן?
נו ודאי!
וואההה.... עמיר ווארטן מיט שפאנונג.
(סאררי פארן חושד זיין אז דאס איז א פרישע חבקוק שפיצל).
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10252
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
(סאררי פארן חושד זיין אז דאס איז א פרישע חבקוק שפיצל).
אטע דאס איז די שפיצל...
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4251
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
(סאררי פארן חושד זיין אז דאס איז א פרישע חבקוק שפיצל).
אטע דאס איז די שפיצל...
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”