היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

לענ"ד איז דאס זיין ברודער יבלחט"א יחזקאל, אדרבה אויב איינער גייט מנחם אבל זיין קען ער עס מברר זיין
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

צווייפעל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
שוין, די בילד איז שוין מיט מסירות נפש... בשעתן עס ארויס רייסן פונעם אלבוים האט זיך עס צובראכן.... מערקט די ווייסע קרעקס... [די אלטע אלבוים'ס זענען אזוי קלעבעדיג]
14
רבי ליינט די סכומים
יישר כח גדול!
אז די העסטעס נישט באצייטנס אהערלייגען, וועסטו מעגליך בקרוב בכלל נישט קענען עפענען דעם אלבוים, איין בלאט וועט קלעבן צום צווייטן..., ס'דאך דא הלכות אין אלו מציאות פון דורכבלעטערן ספרים אז ס'זאל נישט פארשימלט ווערן.
למעשה קען איך נישט ארויסנעמען די בילדער עס קלעבט צום אלבוים, נאך דא בערך 13 בילדער אין די סעריע
הבעש''ט האט געשריבן:
הערליך שיין! היסטארישע בילדער!!!
ייש"כ לכבוד הרב המכונה צווייפעל פארן עפענען אוצרו הטוב, מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף נאך סחורה.
גיכער האט געשריבן:
הרב צווייפל! א ריזיגע ישר כח פאר די בילדער!! די קלארע בילדער פון רבין זי״ע דא ממש געציילטע חדשים פאר די פטירה איז נורא נוראות!! די רביס הייליגע צורה ווארפט א פחד!
און פארשטייט זיך די מצב ארום און די בילדער פון די אידן דארט איז אויך גאר געוואלדיג
צווייפעל האט געשריבן:
גיכער האט געשריבן:
הרב צווייפל, מיר האבן א בקשה צי דיר, מיר ווילן זייער אז די זאלסט מיטיילן מיטן ציבור די גאנצע עלבאם מיט היסטארישע בילדער וואס איר פארמאגט אויב מעגליך
סאיז מיר א חידוש אז די בילדער זענען ניי, געמיינט אז אלע זענען מפורסם.

אגב, אינעם זעלבן אלבוים ליגן עטליכע בילדער ווי מבאגלייט ארויס דעם רבי'נס מאביל פון קעמפ (מזעט נישט דעם רבין נאר דעם עולם) ווייסט איינער צו דער רבי איז געווען ל"ט אין קעמפ ? אדער אפשר איז עס ל"ח ?
נייע שטאט האט געשריבן:
עניוועי צווייפל, ביטע ברענג פארשאף בילדער אלבומס סיי וואס דו קענסט ארום רביה"ק ובפרט די לעצטע צוויי דריי יאר, איך האב שוין לאנג נישט געלאזט אזויפיל טרערן ווי יעצט ביים דוכגיין דיינע בילדער, איך בין געשטאנען אינדרויסן ביים מעמד, אפשר מער געקוקט אויף די פערד אבער דאס גליק וואס מיר האבן געשפירט דעמאלטס לא יאומן כי יסופר.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
דאכט זיך מ'זעהט דארט אויך א פרוי זיך שטופען צווישן די מענער, אונטער די אויבען אן.

וואס איז פשט?
דאס איז די אשת חבר עלי' השלם.
פון א שמועס פון וויענער רב זז"ג מיט לבחל"ח הגאב"ד זצ"ל
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (44.82 KiB) געזען 2056 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

farshlufen האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
דאכט זיך מ'זעהט דארט אויך א פרוי זיך שטופען צווישן די מענער, אונטער די אויבען אן.

וואס איז פשט?
דאס איז די אשת חבר עלי' השלם.
פון א שמועס פון וויענער רב זז"ג מיט לבחל"ח הגאב"ד זצ"ל
זעסט אבער אז מיט די טענות האט מען גארנישט געטוהן.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

דאס ווייזט אויף וואס איך האב שוין לאנג צוריק געהערט בשם גדול אחד שליט"א, אז אמאל איז מען געווען ערליך, און היינט איז מען פרום...
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

פנימחדשות האט געשריבן:
דאס ווייזט אויף וואס איך האב שוין לאנג צוריק געהערט בשם גדול אחד שליט"א, אז אמאל איז מען געווען ערליך, און היינט איז מען פרום...
עס איז געווען מער מתוך יראת העונש

קרעטשניפער רבי זצ"ל יוכיח
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

farshlufen האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
דאכט זיך מ'זעהט דארט אויך א פרוי זיך שטופען צווישן די מענער, אונטער די אויבען אן.

וואס איז פשט?
דאס איז די אשת חבר עלי' השלם.
פון א שמועס פון וויענער רב זז"ג מיט לבחל"ח הגאב"ד זצ"ל
האסט נישט ארויפגעלייגט ווייטער, מן הסתם דערציילט דארטן דער גאב"ד זצ"ל אז אין לאנדאן תשי"ב האט מען געשריגן אויף די פרויען 'ארויס פון ביהמ"ד' און דער רבי ז"ל האט געזאגט אז מען קען זאגן זיי זאלן אריינגיין אין די אנדערע צימער.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

היסטאריקער האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
דאס ווייזט אויף וואס איך האב שוין לאנג צוריק געהערט בשם גדול אחד שליט"א, אז אמאל איז מען געווען ערליך, און היינט איז מען פרום...
עס איז געווען מער מתוך יראת העונש

קרעטשניפער רבי זצ"ל יוכיח
וואס איז די מעשה מיט קרעטשניפער רבי זצ"ל?

וואס מיינסטו יראת העונש, אז מ'האט מורא געהאט פון די רעבעצין ע"ה, און דערפאר האט מען צוגעלאזט א נישט ריכטיגע זאך בפני כל עם ועדה??????
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

פנימחדשות האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
דאס ווייזט אויף וואס איך האב שוין לאנג צוריק געהערט בשם גדול אחד שליט"א, אז אמאל איז מען געווען ערליך, און היינט איז מען פרום...
עס איז געווען מער מתוך יראת העונש

קרעטשניפער רבי זצ"ל יוכיח
וואס איז די מעשה מיט קרעטשניפער רבי זצ"ל?

וואס מיינסטו יראת העונש, אז מ'האט מורא געהאט פון די רעבעצין ע"ה, און דערפאר האט מען צוגעלאזט א נישט ריכטיגע זאך בפני כל עם ועדה??????
נישט פון איר, איר כוונה איז נאר געווען לטובה
מה לנו להאריך בדברים שכיסן עתיק יומין
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע:לית אתר פנוי מיניה.

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

איז דא ערגעץ ווי מען קען קויפן די USB? אדער צו דאונלאדען (פאר געלט פארשטייט זיך)
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

aal האט געשריבן:
תכנת שבת האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
ווען? ווי?
נו געט'ס ארויס די קלעסיפייד סחורה (:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:
Wow הלוואי איז עס קלאר
ר' חיים אלתר אינדיג 845-659-4418
לעצט פארראכטן דורך aal אום מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 10:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

yoy האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
דער וואס שטייט אויפן פענסטער איז לכאורה יחזקאל [בר"י] וויינשטאק, ריכטיג
נישט יודל?
איך וואלט געזאגט אז דאס איז יחזקאל, די עידזש, די באקן, דאס קריכן אויפן פענסטער..
farshlufen האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
דאס קריכן אויפן פענסטער..
די זאגסט א פונקט, קוקט ווי די אידן קלעטערן אויף גראדע ווענט א בליק צו טאן אויפן רבי'ן, מ'האט איבערגעלאזט די גאנצע בעה"ב'טישקייט און געשפרינגען, אפילו ר' סענדער דייטש שטייט אין די הייעך.
צווייפעל האט געשריבן:
נאך איינס פאר היינט [דא קענט מען זען קלאר אז סאיז חזקל וויינשטאק, ענדלט אין זיין זון יצחק שלמה פון וו"מ]
18
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p3800748
דער איד היינט, באשטעטיקט אויך, אז דאס איז ר' יודל וויינשטאק ז"ל
צווייפעל האט געשריבן:
לענ"ד איז דאס זיין ברודער יבלחט"א יחזקאל, אדרבה אויב איינער גייט מנחם אבל זיין קען ער עס מברר זיין
געווען מנחם אבל זיין,
דער ברידער ר' יחזקאל להבחל"ח האט מיר געזאגט, "איך בין נישט געשטאנען ביים פענסטער דאמאלס"
"סע איז זיכער יודל, ער איז דאמאלס געווען פון די שטוב מענטשן"
לעצט פארראכטן דורך aal אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 8:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

יישר כח פארן מברר זיין.
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

צווייפעל האט געשריבן:
רבי [7]
געוועהן אמאהל פארמאליטעט...
הערש מיילעך - פרעזידענט
אברהם דוד - ווייס פרעזעדענט
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

זייער אינטערעסאנט און היסטאריש אשכול
אן עקסטערן יישר כח פאר ר' צווייפל'ען פאר אהערשטעלן די גאר נאסטאלגיש און בארירנדע בילדער

האב איך מיר איינגעהאנדלט די רעקארדינג, דירעקט פון אונזער באליבטן ר' משה שווארטץ (געוועהן פון די מלמדים בימים ההם)
זיך נישט געקאנט אפזעטיגן פון די דרשות און ס'עיקר וואס צווישן און ארום...

ב.ד.וו. דאס שפראך און דיאלעקט און שוין היינט נישט קיים... הערט נאר ר' חיים משה ע"ה...
אפגערעדט פונעם זיס גאליציאנער דרשה פון שינאווער רב שליט"א זז"ג עמו"ש (וואס איז ווי געשריבן אויבן געוועהן א פלאם פייער).
ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

aal האט געשריבן:
.
דאס איז א ליסטע וועם מען האט שוין דערקענט פון די בילדער און מאנסי

אויב דערקענט איר אפשר נאך איינעם מער פון די ארומיגע פונעם רבין, אדער פין דעם עולם ארים, קומט ביטע אריין קלאר


דער רבי זי"ע
ר' נתן יוסף מייזעלס
זידיטשויבער רבי
טשאבער רב פון לאנדאן שניצלער העכער רבי נתן יוסף פארנט פונעם זידיטשויבער רבי

ר' שמעלקא טויבנפעלד מרא דאתרא
שיניעווער רבי שליט"א
ר' ישעי' געלצעלער
ר' שמואל חיים ראובן וואגשאל גראד הינטער די קליינע קאפעלעך אדער איז דאס
רב עקשטיין פון ארגענטינע
ר' ישראל האגער ואחיו ר' דוד
ר' הערש בער אברהאם אדמו"ר מבארדיטשוב
ובניו להבחל"ח ר' משה ואחיו ר' נחום שליט"א (נעבן זייער טאטע)
ר' שבתי וויגדער
סטאניסלאווע רבי
הרה"ח ר' אהרן שטערן - מיטן שטריימל 4-I און אויך אןיף 4-F
הרה"ח ר' הערש אלימלך ווערצביגער שליט"א ראש הקהל
הרה"ח ר' יעקב הורוויץ ז"ל היה אז מנהל המוסד 57-B
ר' אברהם דוד קליין לאוי"ט
ר' אברהם משה קרויס
ר' אברהם יצחק קליין לאוי"ט
ר' שמואל בצלאל ערענפעלד לאוי"ט
ר' אייזיק שניצלער
ר' אברהם הערש גליק שליט"א
ר' ארי' פריעד לאוי"ט
ר' מיכל ווינגארטען לאוי"ט
ר' משה מאיר גראס לאוי"ט
הרר' חיים מאיר וואגשאל שליט"א 11-N
פון מאנסי

ר' סענדר דייטש
ר' לייביש לעפקאוויטש נעבען ר' שמעלקא
ר' שלמה זלמן סאנדער
ר' חיים משה שטויבער
ר' יחזקל ווערצביגער משמש
ר' אברהמ'לע ווערצבערגער אדער
מרדכי לייב טירנויער
די רעביצין
ר' חיים רובין -מוזשאי'ער/ראפשיץ
ר' יוסף אשכנזי
ר' עזריאל גליק
ר' מאיר דייטש שליט"א
ר' פייוויל ווייס
ר' יצחק שווארץ
ר' שלומה יעקב געלבמאן
ר' משה יקותיאל יודא שווארץ שליט"א [ב"ר יעקל]
ר' שלום האלפעט שליט"א
יעקב ברוך טירנויער שליט"א
ר' משה גפן שליט"א
ר' יושע גליק שליט"א
ר' זלמן לייב וואלדמאן לאוי"ט
ר' ברוך מרדכי אקערמאן לאוי"ט
ר' יושע מענדלאוויטש שליט"א
ר' יודל וויינשטאק -ביים פענסטער אדער
ר' יחזקאל [בר"י] וויינשטאק לאוי"ט דער מאנסי סוקלען גבאי
ר' עקיבא וויינשטאק לאוי"ט
ראביי (חיים ברוך) גלאק לאוי"ט 47-A
ר' אפרים שטערן שליט"א- פון ירושלים ביים פענסטער
ר' שלום סאנדל לאוי"ט
ר' שלומה אפרים סאנדל לאוי"ט
ר' אברהם יושע שמש עם להבחל"ח בנו משה שלמה לאוי"ט
ר' דוד לייב גרינפעלד
ר' שימחה בער סאנדער
ר' בנימין הירש לאוי"ט
ר' ליפא גראס לאוי"ט
ר' קלמן פילאפ לאוי"ט אדער מעגליך להבחל"ח
ר' משה יוסף שווארץ ז"ל
רב אויש וואלקאן שליט"א
ר' אהרן ווערצבערגער שליט"א
ר' יודל לעפקאוויטש
ר' ישעי' לעפקאוויטש לאוי"ט
ר' אברהם יעקב לאנדוי לאוי"ט
ר' טובי' פעקעטע לאוי"ט
ר' ברוך ש. גרינפעלד לאוי"ט
ר' הערש מיילך געלבמאן
ר' ישראל הערש רייך
ר' אברהם צימערמאן
ר' ירמי' קאהן K-31
ישר כח פאר די ליסטע, עס וואלט גוט געווען אויב מען שטעלט אויס די ליסט לויט די נאמבערס אויף די היטען, איך וועל אפשר עס טיען כפי מסת הפנאי.
איל וויל קודם צולייגען אפאר נעמען
דער וואס שטייט ביי די וואנט לעבן הר"ר חיים רובין און ר' יושע מענדלאוויטש איז הר"ר העניך מרדכי מייזליש שליט"א אב"ד טאלטשעווע חתן הר"ר יוסף אשכנזי ע"ה.
דעם וועם ביזט מסופק צו ר' משה יוסף שווארץ ע"ה אדער ר' קלמן פילעף נ"י, דאס איז בלי ספק ר' משה יוסף ע"ה ר' קלמן פילעף איז געווען קוים א בר מצוה בחור דאן. עס איז דא א קונטרס פון ר' משה יוסף ע"ה ווי ער בשרייבט זיינע זכרונות פונעם שטעטל און ער דערמאנט דארט אז ער האט זיך אריינבאקומען און ביהמ"ד בשעתן קבלת פנים. מען קען זעהן אין בילד 4 ביים ארון קודש ווי ער שטייט לעבן ר' יודל יעקב ווערצבערגער און אין בילד 5 זעהט מען ביי ארון קודש זיין ברידער ר' אהרן ווערצבערגער. מען זעהט אויך אין ביידע בילדער 4-5 הר"ר אלי' גראס נ"י מבערבערשט קורעסטיר.
אין בילד 15-17 זעהט מען ר' קלמן ב"ר דוד מאיר ווייס נ"י לעבן פענסטער אויף די רעכטע זייט.
אין בילד 14 ר' משה פריעדמאן נ"י ראה"ק שטיין ביים זייט פונעם טיש. ווי אויך ר' ליפא ברייער ע"ה שטיין אין די הייך.
יואל לאנדא
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 01, 2022 11:00 am

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל לאנדא »

הינטער ר' יענקל ברוך ר' חיים שלמה וויינשטאק. אפשר ?
אטעטשמענטס
monsey 1939.jpg
monsey 1939.jpg (34.59 KiB) געזען 734 מאל
נישט יענע.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יואל לאנדא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:53 pm
הינטער ר' יענקל ברוך ר' חיים שלמה וויינשטאק. אפשר ?
זיכער
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יואל לאנדא
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 01, 2022 11:00 am

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל לאנדא »

נישט געזען ערווענט
נישט יענע.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

aal האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:07 am

ר' ישראל חיים וואגשאל 1,000$
שמואל חיים*
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

45 יאר שפעטר
און עס קאכט נאך...
די רעקורדינג פון כ''ק אדמו"ר מ'שיניאווא זצ''ל וואס איז געווארן פארשפרייט דורך ר' משה זאב שווארטץ פון מאנסי פאריאר כ"ו אב ביים ציון פון רבינו הק' און ק"
מאנסי וועט דאס קיינמאל פארגעסען
די דרשה איז מלא חן ותמימות מיט א ריכטיגע ביטול צדיקים
דער שיניאווע רבי איז דאמאלט געווען, דער וואס האט ריכטוג אראפ געגשטעלט "דער טאָן פונעם היסטארישער מעמד" די זכיה וואס מען האט אז רבינו הק' מסאטמאר זי''ע איז געקומען קיין מאנסי יענעם טאג א' במדבר תשל"ט צום הנחת אבן הפינה
yoy האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:07 am
די דרשה מהגה"צ מ'שיניאווא
מען האט מיך דא מכבד געווזען, טאקע מיט אזא מין כבוד וואס איך פיל ס'איז העכער פון מיין מדריגה ווי מען זאגט. אויך איז עס געקומען עפעס טאקע אומגערעכט, האב איך מיר אזוי געטראכט

ס'איז פארהאנען, מיר זאגן מיר, 'מדי דברי בכבודך, הומה לבי אל דודיך', נישט אלעמאל מוז מען זיין צוגעגרייט, אז אויב ס'רעדט זיך טאקע נישט אליין! אז ס'רעדט זיך נישט פון זיך, איז אפשר האט עס גארנישט דעם חשיבות, בפרט אזא מין הזדמנות, אזא זוכה, איז זיכער דארף צו זיין וואס ס'זאל זיך פון זיך אליין רעדן, איז ממילא מדי דברי בכבודך, ווען מען הייבט אפ צו רעדן, איז הומה לבי אל דודיך, הייבט אפ אינעווייניג א ברומעניש, אל דודיך, און ממילא פארשטייט זיך, ווען מען קומט אין אזא מין מצב רעדט זיך.

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, ס'האט נישט קיין שיעור און קיין ערך! צו באגרייפן די שמחה! וואס מיר האמיר זוכה געווזען צו האבן טאקע די זכיה מקבל פנים צו זיין דעם צדיק הדור! וועלכער בצילו נחיה, די גאנצע וועלט!
וואו עס געפינט זיך א איד א שומר תורה! איז בצילו נחיה! איז ממילא איז די שמחה, יעדער (לפי גדלו,) גדול לפי גדלו וקטן לפי קטנו, יעדער וויפיל ער באזיצט שכל און פארשטאנד, איז ממילא קען ער אנשאצן אט'ע דעם טאג! דעם דערגרייכונג וואס מען איז זוכה היינט.

אבער רבותי, איין זאך דארף מען וויסן, ס'איז ידוע 'במקום גילה שם תהא רעדה' ס'איז טאקע פאר אונז א גרויסע שמחה,
אבער! ווען מען גיט זיך א טראכט אריין גוט, וואס איז דא געשען? אז דער צדיק הדור! דער זקן וקדוש! האט זיך מטריח געוועזען און געקומען צו פארן צענדליגער מייל! מזכה צו זיין, אונז דא אין מאנסי! מיר זאל מיר האבן די זכיה אים מקבל פנים צו זיין?

מען גיט זיך אבער מתבונן, מען הייבט אפ ווען צו פארשטיין דעם מצב פון רבי'ן שליט"א, ווי שווער, און ווי עס קומט אים אפ, יעדע ריר נעבעך, און יעדע טריט, ממש פון איין ברעט צום צווייטן, איז דאך מיט מסירת נפש,
און מיר האבן דאס מטריח געווען! דער רבי טוט עס בשמחה רבה

אבער סוף כל סוף טוט ער דאך דאס פאר אונז! הייסט דאך דאס מיר האבן מטריח געוועזען! דעם רבי'ן שליט"א, ער זאל זיך מטריח זיין! און קומען צו פארן אזא ווייטן וועג! מיט וויפיל מסירת נפש קומט עס אים אפ! מיט וויפיל געזונט קאסט עס אים!
איז ממילא רבותי, איז במקום גילה תהא רעדה! דארף מיר אונז וויסן אז א געוואלדיגן אחריות! האמיר אונז גענומען אויף זיך! דאס איז אחריות! וואס דארף יעדער פארשטיין וואס דא טוט זיך אן! אז מיר האבן גענומען דעם רבי'ן שליט"א און מטריח געווען! ער זאל קומען אונז מקבל פנים זיין!

עס שטייט, מה נורא המקום הזה אין זה כי אם בית אלקים, וואס איז די פשט פון דעם" דאכט זיך מיר מען קען זאגן א פשוט'ן געדאנק:
מה נורא המקום הזה, דאס טאקע, דאס מקום קדוש, ווי פארכטיג! איז דאס מקום קדוש אז ס'האט זוכה געווען צו זיין אן אכסניא טאקע צו אזא קדוש וטהור!
איז וואס מה נורא המקום הזה, דארף מען פארשטיין טאקע, מה נורא המקום הזה, וואס האט דאס געברענגט טאקע אז מיר זאל מיר זוכה זיין דער רבי זאל קומען צו אונז און טאקע אונז דא מריק זיין, משפיע זיין פון זיינע ברכות מיט אלע מיני טוב'ס..?

מיר ווייסן אז דא איז דער רבי נישט געקומען, נישט צו קיין חתונה, נישט צו קיין שבע ברכות'ן. ווען מען האט געהאט די זכי' רבותי, ווער ס'געדענקט פריער, איז דער רבי געווען טאקע, וואס האט זיך משמח געווען מיט יעדן איד'ס א שמחה, ווי א איד האט געמאכט א שמחה איז ער בכל הכוחות מיט מסירת נפש געגאנגען טאקע פריוואט, ביחידות צו יעדן אין שטוב אריין און זיך משמח געווען אויף יעדע איד'ס שמחה. וואס אסאך ווייסן, וואס האבן געהאט טאקע די זכיה, ואני בתוכם, וואס דער רבי איז געווען ביי זיי, נישט איינמאל אויף שמחות טאקע.
אבער ליידער האמיר היינט נישט, איז די מצב הבריאות ערלויבט אים דאס נישט. דער רבי פריידט זיך מיט יעדן איד'ס שמחה, ער איז משפיע פארשטייט זיך אלע מיני השפעות טובות פאר יעדן איד, אבער ליידער האמיר נישט די זכיה אז דער רבי זאל קענען אנטיילנעמען אין יעדע שמחה ביחידות.

אבער! וואס טוט יא דעם רבי'ן נעמען אז ער זאל נישט קוקן אויף זיין בריאות! און נישט קוקן אויף זיין מצב נאר מיט מסירת נפש לויפן און גיין מיט אלע כוחות! און טון כדי אז ס'זאל ארויסקומען א כבוד שמים!
דאס איז אין זה! כי אם בית אלקים! מסתמא גייט מען דא בויען א בית אלקים! שממנו תצא תורה, אויף דעם, קוקט שוין נישט דער רבי אויף גארנישט! דעמאלטס פאלט אוועק כוחות! פאלט אוועק אלע חשבונות! ס'איז נישט פארהאנען א זאך זאל אים צוריקהאלטן! אין זה אלא בית אלקים!, דאס איז דעמאלטס האט מען די זכיה ווען ס'איז נוגע א כבוד שמים, אויפצושטעלן א מקום תורה פאר השי"ת! דעמאלטס קוקט נישט דער רבי, וואס פארא כוחות, מען קוקט נישט! ער איז דא! וואו ס'איז נוגע כבוד שמים!.

איז ממילא רבותי, דארף מיר אונז פארשטיין דעם גרויסן אחריות וואס מיר האבן דעם טאג! צו די שמחה דארף מען פארשטיין וואס יעדער פון אונז דארף זיך ביישטייערן אז דער רבי זאל זיין געזונט געט אזא מין מסירת נפש! וואס ברויכן מיר אים נאך טון, אז טאקע אז ס'זאל אויסגעפירט ווערן! אט דער קידוש השם! דער בית אלקים זאל שטיין טאקע! און מיר זאל מיר זוכה זיין אז דער רבי זאל טאקע קומען מחנך זיין אויך! צו דעם חנוכת הבית, דאס פארפליכטעט אונז, דאס ווארפט אויף אונז א געוואלדיגן אחריות! אויף יעדער עקסטערע, צו שטיין מיט מסירת נפש, אנגעגאלט..! אז מען זאל זען אז..

.ויקחו לי תרומה, פרעגן זיך אסאך שטעלן זיך די קשיא, וואס איז די ויקחו לי תרומה, ס'דארף שטיין ויתנו לי, מען זאל געבן פאר מיר, וואס עפעס נעמען פאר מיר?
נאר וואסזשע דען, דאכט זיך מיר בפשטות איז עס א פשוט'ע הסבר דער ויקחו לי תרומה. לאמיר אונז פארשטיין, איך וויל נישט מאריך זיין

לאמיר זען, השי"ת האט געזאגט פאר אידן, מען גייט בויען א בית המקדש און יעדער זאל ברענגען דארט כסף וזהב ונחושת, תכלת וארגמן, וואס מען האט דארט זאל מען ברענגען.
וואס האט מען אונז געגעבן פאר דעם כסף וזהב, וואס האמיר אונז זוכה געווען?
א מקום המקדש, א משכן מיט השראת השכינה מיט קרבנות ערב ובוקר, מיט א קטורת, מיט א כהן גדול לפני ולפנים, וואס האט דען [אפילו נישט] א שיעור און אן ערך צו וואס מען האט זוכה געווען!

שטעלט זיך [א קשא] וועט מען איינעם פרעגן: דו האסט עפעס באצאלט? האסט עפעס געגעבן דערפאר?
נו וואס וועט ער ענטפערן, ער האט געגעבן דארט דעם כסף, טויזנט דאלאר צי פינף טויזנט צי צען טויזנט דאלאר, האט דאס אן ערך? האט דאס עפעס א שאצונג? קייגען דעם וואס ער האט געקריגן?
קען מען דאס קויפן פאר געלט! און פאר זהב און קען מען דאס קויפן? אז פאר כסף און פאר זהב האט ער געקריגן א משכן? א מקום השראת השכינה וואס האט נישט קיין שיעור און קיין ערך, קען מען דאס מדמה זיין אז דו האסט געגעבן?

קען מען וועט איינעם פרעגן, דו האסט געגעבן פאר די משכן צושטייער? אז ס'זאל זיין א משכן? עט אים אנכאפן א חרפה און א בושה! איך האב געגעבן? איך האב געהאט די זכיה! אז מען האט פון מיר גענומען! אז איך האב א חלק! אין דעם מקום המקדש! אין דעם משכן הקדוש! אז איך האב די זכיה! צו זיין איינע פון די וואס האבן א חלק אין די משכן! אזוי וועט ער ענטפערן.

ס'וועט זיך קיינער נישט ערוואגן צו זאגן: איך האב געגעבן צו דעם מקדש האב איך געגעבן צו שטייער! א חרפה און א בושה וואלט עס-געווען! דו האסט געגעבן צושטייער פאר דעם כסף וזהב וואס דו האסט געגעבן? פאר דעם האט מען זוכה געווען צו די משכן? ס'איז געווען א זכיה! וואס דער אייבערשטער האט געטון פאר אידן אז אידן זאלן האבן א חלק
אט אין דעם מקום המקדש אין דעם משכן.

ווען האבן דאס אידן זוכה געווען? דאס איז טאקע בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע, ווען אידן האבן מקבל געווען זיך די תורה, און זיי האבן זיך מקבל געווען טאקע עול מלכות שמים, האבן זיי דעמאלטס אין די געוואלדיגע מעמד הנבחר, וואס איז געווען פסקה זוהמתן, ווען זיי זענען געווען אזוי הויך! האבן זיי זוכה געווען דעמאלטס אז ויקחו לי תרומה! אז מען זאל פון דיר נעמען טאקע תרומה. דאס איז געווען די געוואלדיגע זכיה אז מען האט גענומען פון אים.
פאר דעם דאכט זיך מיר, איז זייער מוסבר די פסוק, ווייל דער אייבערשטער זאגט בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי, לאזן זיי מאכן נעמען, לאמיר פון זיי נעמען תרומה, זיי זענען ווערד.. אז מען זאל נעמען תרומה!

רבותי, ס'איז ביי מיר קלאר! און פשוט! אז יעדער.. זאל וויסן! מען האט דעם רבי'ן קיינמאל נישט געגעבן! מען האט נאר גענומען! ווי לאנג אונז געפין מיר זיך דא אין אמעריקע! האט קיינער נישט געגעבן פאר'ן רבי'ן!
מיר האבן געהאט די זכיה! אז דער רבי האט ביי אונז גענומען געלט..! דאס אונזער איינס פון די גרויסע זכיות! וואס מיר קענען זיך דערמיט האלטן גרויס'ן אז דער רבי האט ביי אונז גענומען טאקע! דאס איז די ויקחו.

ווייל לאמיר פארשטיין, מיר ווייסן וואס דא האט זיך אנגעטון מיט די פריערדיגע זמנים, איידער טאקע דער רבי זאל זיין געזונט איז געקומען קיין אמעריקע, ס'איז געווען אידן וואס האבן געלערנט און זיי האבן געהאנדלט, זיי זענען געווען גבירים אדירים און ר"ל, מיט דעם געלט און מיט דעם אלעמען איז עס געגאנגען לטמיון, ס'איז נישט געווען קיין דורות, ס'איז נישט געווען, ס'איז נישט געווען וואס צו טון מיט'ן געלט, וואס איז געווארן מיט דעם געלט? ס'איז גארנישט נעבעך געווארן..

דער רבי האט אונז געגעבן דעם משכן! דעם מקום השראת השכינה! אז אידן זאלן זיך קענען דערהאלטן! אז מיר זאל מיר בלייבן דעם עם ה'! אז דער נצחיה! דאס האט אונז דער רבי געגעבן! האבן מיר באצאלט דעם רבי'ן פאר דעם?
קען עמיצער אייך זאגן! איך האב עפעס געגעבן? איך האב באצאלט? קיינער! קען זיך דאס נישט ערוואגן..! ס'האט נישט ..מער קיינער, נאר יעדער האט גענומען! און ער נעמט!
און דער אייבערשטער זאל העלפן, אונז זאל מיר האלטן אין איין נעמען פון רבי'ן טאקע, ביז משיח עט קומען.


עכ"פ היוצא לנו מזה רבותי.. ס'איז יעצט דער זמן וואס האמיר געהאט די זכיה! וואס האמיר די זכיה מקבל פנים צו זיין ! דארף יעדע איד צו וויסן! אז ער זאל שטיין און נעמען.. יעצט! ס'איז א זמן פון נעמען!
און וואס מער מען האט א חלק אין דעם נדבת המשכן אין דעם בית אלקים, מער האט ער די זכיה טאקע, טאקע צו נעמען טאקע פון רבי'ן, און דאס נעמען קומט צו מיט כל השפעות טובות, און וואס א איד געט אראפ פון זיין פארמעגן צו דעם בית אלקים וואס דער רבי איז מייסד, דאס נעמט ער ברוחניות ובגשמיות.

און דער אייבערשטער זאל טאקע העלפן טאקע, אז ס'קומט טאקע קבלת התורה, איז וועל מיר..אונז אנהייבן..מיט די זייט, אז ס'איז ויקחו לי תרומה, וועל מיר קענען זוכה זיין צו דעם נעשה ונשמע, און דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאל מיר זוכה זיין צו קבלת התורה, מיט'ן רבי'ן צוזאמען, און מיר זאל מיר זוכה זיין אקייגן צו גיין, ביאת גואל עד ביאת ..
לעצט פארראכטן דורך yoy אום זונטאג יוני 02, 2024 2:41 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

בילד
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

yoy האט געשריבן: מוצ"ש יוני 01, 2024 11:32 pm
בילד
אלע בילדער דא קען מען ווען איבערמאכן אן די רויטע קאליר.
עס איז זייער גרינג עס אקאפצונעמען.
און מען קען סך בעסער באטראכטן די בילדער.

בילד
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

45 יאר צוריק - דעם היינטיגען טאג
א' במדבר תשל"ט


די בליק און זכיה וויאזוי א סאטמארע חסיד האט געשפירט דער לעצטע א' במדבר מיט'ן מיט רבינו הקדוש אויף דעם עולם איין דור צוריק, ווען מען האט צושטייער געגעבען פאר די מוסדות פון אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע

דא האט איר די קאכעדיגע חלקים פון די רעקורדינג יענעם טאג א' במדבר פון כ''ק אדמו"ר מ'שיניאווא זצ''ל ביים היסטארישע הנחת אבן הפינה און מאנסי מיט רבינו הקדוש זי''ע
סע ווערט אלע געלטער

9:35
11:04

....
שטעלט זיך [א קשא] וועט מען איינעם פרעגן: דו האסט עפעס באצאלט? האסט עפעס געגעבן דערפאר?
נו וואס וועט ער ענטפערן, ער האט געגעבן דארט דעם כסף, טויזנט דאלאר צי פינף טויזנט צי צען טויזנט דאלאר, האט דאס אן ערך? האט דאס עפעס א שאצונג? קייגען דעם וואס ער האט געקריגן?
קען מען דאס קויפן פאר געלט! און פאר זהב און קען מען דאס קויפן? אז פאר כסף און פאר זהב האט ער געקריגן א משכן? א מקום השראת השכינה וואס האט נישט קיין שיעור און קיין ערך, קען מען דאס מדמה זיין אז דו האסט געגעבן?

קען מען וועט איינעם פרעגן, דו האסט געגעבן פאר די משכן צושטייער? אז ס'זאל זיין א משכן?

עט אים אנכאפן א חרפה און א בושה! איך האב געגעבן? איך האב געהאט די זכיה! אז מען האט פון מיר גענומען! אז איך האב א חלק! אין דעם מקום המקדש! אין דעם משכן הקדוש! אז איך האב די זכיה! צו זיין איינע פון די וואס האבן א חלק אין די משכן! אזוי וועט ער ענטפערן.
ס'וועט זיך קיינער נישט ערוואגן צו זאגן: איך האב געגעבן צו דעם מקדש האב איך געגעבן צו שטייער! א חרפה און א בושה וואלט עס-געווען! דו האסט געגעבן צושטייער פאר דעם כסף וזהב וואס דו האסט געגעבן? פאר דעם האט מען זוכה געווען צו די משכן? ס'איז געווען א זכיה! וואס דער אייבערשטער האט געטון פאר אידן אז אידן זאלן האבן א חלק

....

11:55
12:25

רבותי, ס'איז ביי מיר קלאר! און פשוט! אז יעדער זאל וויסן! מען האט דעם רבי'ן קיינמאל נישט געגעבן! מען האט נאר גענומען! ווי לאנג אונז געפין מיר זיך דא אין אמעריקע! האט קיינער נישט געגעבן פאר'ן רבי'ן!
מיר האבן געהאט די זכיה! אז דער רבי האט ביי אונז גענומען געלט..! דאס אונזער איינס פון די גרויסע זכיות! וואס מיר קענען זיך דערמיט האלטן גרויס'ן אז דער רבי האט ביי אונז גענומען טאקע!
דאס איז די ויקחו.
......

13:00
14:15

דער רבי האט אונז געגעבן דעם משכן! דעם מקום השראת השכינה! אז אידן זאלן זיך קענען דערהאלטן! אז מיר זאל מיר בלייבן דעם עם ה'! אז דער נצחיה! דאס האט אונז דער רבי געגעבן!
האבן מיר באצאלט דעם רבי'ן פאר דעם?
קען עמיצער אייך זאגן! איך האב עפעס געגעבן? איך האב באצאלט? קיינער! קען זיך דאס נישט ערוואגן..! ס'האט נישט ..מער קיינער, נאר יעדער האט גענומען! און ער נעמט!
און דער אייבערשטער זאל העלפן, אונז זאל מיר האלטן אין איין נעמען פון רבי'ן טאקע, ביז משיח עט קומען.
עכ"פ היוצא לנו מזה רבותי.. ס'איז יעצט דער זמן וואס האמיר געהאט די זכיה! וואס האמיר די זכיה מקבל פנים צו זיין! דארף יעדע איד צו וויסן! אז ער זאל שטיין און נעמען.. יעצט! ס'איז א זמן פון נעמען!

און וואס מער מען האט א חלק אין דעם נדבת המשכן אין דעם בית אלקים, מער האט ער די זכיה טאקע, טאקע צו נעמען טאקע פון רבי'ן, און דאס נעמען קומט צו מיט כל השפעות טובות, און וואס א איד געט אראפ פון זיין פארמעגן צו דעם בית אלקים וואס דער רבי איז מייסד, דאס נעמט ער ברוחניות ובגשמיות.
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

הארזים האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 1:36 am
yoy האט געשריבן: מוצ"ש יוני 01, 2024 11:32 pm
אלע בילדער דא קען מען ווען איבערמאכן אן די רויטע קאליר.
עס איז זייער גרינג עס אקאפצונעמען.
און מען קען סך בעסער באטראכטן די בילדער.
WOW זייער שיין, אויף dropbox? א דאנק
דא זענען מער וויניגער אלע אנדערע בילדער
viewtopic.php?p=3783243#p3783243
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”