עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

די 'ניו יארק טיימס' ארטיקל אנהויב די וואך האט אויסגערופן שאָק און שוידער ביי אונז אלעמען. די פרעכהייט, די שקרים, און על הכל די קאָלטוראַלע מלחמה וואס זיי האבן דערקלערט קעגן א געמיינדע וואס ציילט 200,000 מיטגלידער! די טיימס עדיטאריעל באורד האט נישט מער און נישט ווייניגער באשלאסן אז א העסליכע ארטיקל אפּצושפּעטן און ארונטערצורייסן די קולטור פון צוויי הונדערט טויזנט געזעץ היטנדע ניו יארקע בירגער איז 'פיט טא פרינט' אין זייער צייטונג. אלזא, לאמיר אביסל צונעמען די נושא.

די פאָליטישע פראגע וואס די טיימס רירט אן קומט פון א שרעקליכע מיספארשטענדעניש, און מעגליך גאר עפעס ערגער. זייער ציל מיטן ארטיקל איז אויבנאויף פארשטענדליך, זיי זוכן צו ברענגען עפעס אן אינטערסאנטע טעמע אויפן טיש, און א קאָמיונעטי פון 200,000 נפשות מיט אן איינגענארטיגן חינוך סיסטעם, אויסזען און פירונג, איז ווערד באטראכט צו ווערן. אבער די סעט-אָפּ און די לאגיק מיט וואס דער ארטיקל איז געשריבן געווארן קען נאר קומען מיט א הנחה אז זייער קולטור איז סופעריער צו אונזערער. ולא זו בלבד, אונזער קולטור איז אזוי געפערליך אז מחנך זיין א קינד צו אונזער לעבנסשטייגער איז נישט מער ווי פשוט'ע אביוז.

זייער צוגאנג ברענגט קענטליך ארויף בייז בלוט ביי אונז אלע, און מיט רעכט! איבערדרייען א קולטור פון א גאנצע געמיינדע מיט צוואנג איז עפעס וואס טאר אפילו נישט אין געדאנק קומען - ווער רעדט נאך פון געלופטערט ווערן - דורך אזעלעכע וואס פירן אן מיט אזא רעספעקטפולע אינסטעטוציע. פארשטייט ביטע, מיר האבן א קולטור און מיר האבן ווירדן, דאס האבן מיר באקומען פון אונזערע עלטערן און מיר גלויבן אז אונזערע עלטערן האבן דאס באקומען פון זייערע עלטערן און זיי פון זייערע עלטערן, און אזוי העכער און העכער ארויף ביז צו די אידן וואס זענען געשטאנען ביים מעמד הנבחר און געהערט פון באשעפער אליין ווי ער זאגט פארן כלל ישראל אנכי השם אלוקיך, אַזאָנס פאדערט היבשע רעספעקט.

מיר חרד'ישע אידן גלייבן אז דער וועלט דא איז בלויז צייטווייליג, מיר גלייבן אז נאכן שטארבן ווער א מענטש גע'משפט אויף אלע זיינע מעשים, מיר גלייבן אז די לעבן אויף יענע וועלט איז די עיקר לעבן און אז די מענטש ווערט דארט געמאסטן לויט וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט אין זיינע לעבנס טעג דא אויף דער וועלט, אויב האט ער זיך גוט אויפגעפירט מיט איידעלע מדות און גוטע מעשים, אויב האט ער אכטונג געגעבן אויף גא-טס געבאָטן ווי עס דארף צו זיין, דאן ווערט ער באקרוינט מיט גאלדענע מעדאלן און צו זיין כבוד איז נישט דא קיין סוף. ווידעראום אויב האט ער פארברענגט זיינע טעג מיט שוואוילטאג, אויב האט ער וויי געטון גא-טס באשעפענישן, אויב האט ער נישט אכטונג געגעבן אויף זיינע געבאָטן, דאן איז ער דערנידערט און אראפגעקוקט.

עס איז אונז זייער שווער דאס לעבן אין ניו יארק ארומגענומען מיט אלע סארט שוואוילטאג, מיר האבן א שווערע באלאנס פון איין זייט דארפן מיר האלטן אונזער אהבה צום באשעפער, מיר פארברענגען א גרויסן חלק פון אונזערע טעג אין בית המדרש, מענטשן חזר'ן זיך און פארהערן זיך מסכתא נאך מסכתא, מענטשן גיבן אוועק זייערע טעג און יארן פאר עבודת השם, פון די צווייטע זייט פארשטייען מיר אבער אז מען דארף אויך לעבן אויף דער וועלט, מ'דארף מפרנס זיין די משפחה (וואס איז אגב, א חיוב אויף יעדן איד על פי תורה) און מיר לעבן נישט אליין דא אין לאנד, מיר זענען ארומגענומען מיט שכנים פון אלע סארטן און מיר דארפן זיך מיט זיי דורכקומען און פארשטיין. צו דעם קומט צו די נאטורליכע גלאנץ וואס אלע שוואוילטאג ברענגט מיט זיך, אזוי אז עס איז צומאל א שווערע עסק, אבער מיט דעם שפירן מיר א חיות אין אונזער קולטור! מיר שפירן א געשמאק אין שבת! מיר ווילן דאס ווייטער אנהאלטן, און מיר שטרעבן דאס איבערצוגעבן פאר אונזערע קינדער.

פאר א פרעמדער צו קומען זאגן "אנטשולדיגט! איר מוזט זיך טוישן! מיר האבן א בעסערע סיסטעם! אונזער סיסטעם שלאגט פאר די מעגליכקייט צו ווערן דאקטוירים און לויערס! אונזער סיסטעם איז א סיסטעם וואס האט די מעגליכקייט צו ברענגן פיל מער באקוועמליכקייט אויף די וועלט! איר מוזטאנ-נעמען אונזער סיסטעם!" איז א פרעכע און געמיינע אויפפירונג, קיין שום נארמאלע פאליטישען וואלט אזאָנס נישט געטון!

פארן טיימס צו קומען העצן און טענה'ען אז די פאליטישאנס פארקוקן אונז צוליב אונזער שטארקע בלאקוואוט - בו בזמן וואס זיי רעספעקטירן פשוט אונזער קולטור - איז א שטיק געמיינקייט, וויאזוי קען אזא געדאנקען גאנג טרעפן דאס פלאץ אין א צייטונג וואס רעפרעזענטירט דעמאקראטיע? וויאזוי קען די טיימס מצער זיין טויזענטער חרד'ישע משפחות און זיי צווינגען צו טוישן זייערע טראדוציעס און ווירדן? פארוואס? ווייל זיי גלייכן בעסער א קאליזש סטודענט וואס קען שרייבן אן ענגלישע בריוו מיט א פערפעקטע גוטע גרעמער? ווייל די טיימס אדער סיי וועלעכע פראפעסאר פארשטייט נישט אדער גלייבט נישט אין א לעבן נאכן טויט? ווייל ער האט נאכנישט טועם געווען די זיסקייט פון אונזער לעבנסשטייגער? אשר על כן מעג ער אריינצווינגן א גאנצע געמיינדע פון הונדערטע טויזענטע אידן און א פראצעדור פון טוישן זייער קולטור?

און פארוואס דען לעבן מיר אין א דעמאקראטיע אויב נישט פארדעם אז מיר בירגער זאלן האבן א ווארט אויף די געזעצן און זייער אינפארסירונג? פארוואס זאלן מיר דען נישט גיין שטימען און פראבירן אויף אלע וועגן צו לאזן הערן אונזער מיינונג און פארלאנג? מיר פארדינען נישט צו קיין פאָנדומענטאלע רעכטן?

יעדע נארמאלע פאליטיקאנט וואס פארטרעט א ציבור פון טויזענטער מענטשן ווייסט אז אריינצווינגען טויזענטער מענטשן זיך צו טוישן אין די האקעלסטע און מערסט סענסיטיווע נושאים איז נישט קיין קלייניגקייט, יא, ס'זייער גרינג פאר צייטונג שרייבער צו פארפירן, אבער ווען דו זעסט אז טויזענטער פון דיינע וויילער האבן עפעס צו זאגן גיבסטו זיי כאטש איין מינוט אויסצורעדן, און ווען דו זעסט א ערענסטע זארג אויף זייערע געזיכטער, דו הערסט זייער הארץ באַגער און טיפער וואונטש נישט אנצערירן צו דאס וואס איז ביי זיי הייליג און טייער, שפירסטו אז "איך וויל זיי נישט טשעפענען מיט דאס וואס איז ביי זיי די שווארץ אפל פון אויג".

אין קאנטראסט צו דעם גייט די טיימס דא אויף א וועג וואס איז נישט אנדערש פון כינע'ס באהאנדלונג צו די ווייגער גרופע, צום באדויערן כאפן זיי אפילו נישט וואס זיי טוען, אבער זיי האלטן אז זיי טוען ריכטיג ווייל זיי האלטן אז זיי האבן די ריכטיגע מעטאד פאר אונזערע בעסטע אינטערעסן, ווי כאילו אונז קענען נישט אליין אפמאכן וואס עס איז גוט פאר אונז, עס זאגט נישט קיינער אז מיר מאכן שאדן פאר אנדערע, אלעס וואס די טיימס זאגט איז אז מיר מאכן שלעכטע באשלוסן פאר זיך, און דעריבער פאדערן זיי אויף די ערוועלטע אז זיי זאלן אינפארסירן די חסידים צו טוישן זייער לעבנס שטייגער!

אנדערש ווי די ווייגערס אין כינע זענען מיר אין א דעמאקראטישע מדינה, און די ערוועלטע רעכענען זיך מיר די אינטרעסען פונעם בירגער אזוי לאנג ווי די אינטרעסן ברענגען נישט קיין שאדן פאר די אנדערע בירגער און זיי זענען נישט קראנקהאפטיגע פארלאנגן.

אבער זע נאר די וואונדער, אויב מיר נוצן אויס די דעמאקראטיע און מיר פארשטענדיגן זיך מיט פאליטיקאנטן און מיר צייגן אין עלעקשאן בודקע אז מיר זענען א ציבור לאלפים וואס האבן פאראייניגטע אינטרעסן, אויב די באעהרדע פארשטייען אז מ'קען נישט באצווינגען א געמיינדע אפצולאזן זייער קולטור און מסורה, איז עס גאר א דערהער וואס מען קרומט דערויף מיטן נאז? די טיימס לייגט עס גאר אראפ מיט א בליק וואס דארף צו ווייזן אז די פאליטיקאנטן זענען פשוט צו שוואך אפצוזאגן די שטימען פון די חסידים, וואס דען מיינט דעמאקראטיע אויב נישט די פאקט אז א רעגירונג קען נישט באצווינגן מענטשן צו טאן זאכן לויט זייער אייגענע גוסטע? וואס דען מיינט אן אחריות'דיגע מעיאָר אויב נישט אזא איינער וואס איז גענוג פארשטענדליך צו די סענסעטיווע געברויכן פון יעדע געמיינדע?

אנדערע זאגן אבער ניין, די טיימס איז נישט דא פאר קיין שלעכטס, בסך הכל באדערט זיי די געלטער וואס די סיטי טיילט פאר די ישיבות, בסך הכל זארגן זיי זיך פאר די וואוילזיין פון נעבעכדיגע מענטשן וואס ווייסן אליינס נישט וואס עס איז גוט פאר זיי, זיי ווילן פשוט זיכער מאכן אז מיר האבן בריווח פרנסה. אבער די איראניע איז גרויס, זארגן זיי זיך דען פאר אונז מער ווי מיר אליין זארגן זיך? זענען מיר אליין נישט נייגעריג אין די הצלחה פון אונזער אייגענע קינדער וועמען מיר האדעווען מיט שווייס און געבן זיי אוועק אלעס וואס מיר פארמאגן? זענען מיר נישט אומשטאנד אליין צו מאכן באשלוסן? נישט לויטן ניו יארק טיימס...

די ווארהייט איז אבער פונקט דאס פארקערטע, די טיימס האט געמאכט זייער שלעכטע חשבונות, אלס אן אקאונטענט אדער אלס א יושר'דיגע אפטרופוס וואלטן זיי נישט געפעסט דעם טעסט... די איינציגסטע הונטערליגענדע סיבה פון די טיימס ארטיקל איז א קאָלטוראַלע דיפרענץ, די טיימס וויל אונז טוישן צו א קולטור וואס איז זיי מער צום הארצן. אנדערש וואלטן זיי נישט אזוי דורכגעפאלן מיט זייער אנאליז, ס'גייט מיר באמת נישט אריין אין קאפ די גאנצע מעשה, כ'האב פארשטאנען אז זיי גייען קומען מיט א זשורנאליסטיש שטיקל פארש ארבעט, און אנטדעקן עפעס ווער ווייסט וואס, סאָמהאו האב איך באמת געהאלטן אז די טיימס איז די שפיץ פון ריינע זשורנאליזם, און אפשר האבן זיי טאקע פראבירט, איך וועל גלייבן אז די נעמען וואס זיי דערמאנען האבן עפעס האפט אין זיך, אבער ארויסצוקומען מיט אזוינע שטותים במילתא דעבידי לגלוי'? דאס קען נאר קומען פון זיין בייעסד צו פריער באשטימטע הנחות.

עס איז שטוינענד צום ביישפיל וויאזוי זיי קענען שרייבן לדוגמא אז מיר מאנגלען באנק אקאונטס! ערנסט? ממש אזוי? אפשר קען איינער ערלעדיגן א וויזיט פונעם טיימס צו די וואלעבאוט טשעיס ברענטש אין וויליאמסבורג? וויפיל מאל שטייט מען דארט אין די ליניע פאר 20 מינוט?

אונז פארמאג'מיר איבער 50 חסידישע לייסענסד מארטגעזש בראוקערס, און די אלע פארמאגן נאך פילע געהילפן צו זייער האנט וואס גיבן זיך אפ מיט פראצעסירן מארטגעדשעס פארן היימישן עולם, קומטסטו מיר זאגן אז כאילו מיר פארמאגן נישט קיין באנק אקאונט?

זיי ברענגען נאך פון איינעם וואס זאגט אז יענער האט נישט געקענט טרעפן קיין זשאב נאר אין א ישיבה, אזוי? די ישיבות זוכן באס דרייווערס מיט ליכט! מען גייט איצט שניידן די באס ראוטס אין וויליאמסבורג ווייל עס איז נישטא גענוג באס דרייווערס. און בכלל איז דא א מאנגל אין מלמדים און טיטשערס ווייל די ישיבות קענעןן נישט גענוג גוט קאמפיטן מיט די געהאלטן וואס מען צאלט אין די פריוואטע סעקטאר, און די טיימס וויל מיר פארקויפן אז זייער פארש ארבעט ווייזט אז די איינציגע פלאץ ווי מען קען עכט טרעפן א דשאב איז אין די ישיבות... נישט צום גלייבן אז די טיימס האט אזא פשוט'ע זאך נישט געקענט מברר זיין געהעריג!

די געדאנק פון נעמען קאוויד הילף און מאכן דערפון א ויצעקו אז די סיטי העלפט די סקולס איז שוין נישט בלוז א שלעכטע פארש ארבעט, נאר זאגאר אקטיוויזם און מיסליעדינג אינפארמאציע אין פולן זין פון ווארט!

צו רעדן פון וואוטשערס כאילו די סיטי געט געלטער פאר די סקולס איז ווייטער א צביעות, די וואוטשער פראגראם איז נישט געמאכט געווארן פאר לימודי חול און נישט פאר לימודי קודש, עס איז געמאכט געווארן פאר עלטערן וואס ארבעטן און ברויכן האבן א פאסיגע פלאץ וואו איבערצולאזן זייערע קינדער אין די שטונדן וואס מען האט שוין געענדיגט סקול. אין רוב סקולס פארנעמט מען זיך דאן מיט פשוט'ע שפילערייען און ארטס און קרעפטס... וויאזוי די טיימס נוצט דאס אלץ א טענה אז די סקולס באקומען געלט פאר א שלעכטע חינוך איז מאדנע און אומפארשטענדליך.

די זעלבע מיט לאנטש פראגראמען. וואס איז די שייכות פון גרעמער צו לאנטש פראגראמען? פארוואס זאל די רעגירונג נישט געבן קיין געלטער פאר לאנטש אויב די ספעלינג טעסטס קומען צוריק ליידיג?

די טיימס ציפער פון פופציג טויזנט קינדער איז ווארשיינליך אויך אונטערגעשאצט. לויט מיין "השערה" וואלט מען געדארפט האלטן נענטער צו 75,000 קינדער צווישן קראון הייטס, בארא פארק, סקווער, מאנסי, קרית יואל, טייל פון פלעטבוש וואס איז אויך חסידיש, וויליאמסבורג, ועוד.

לאמיר אבער גיין מיט א חשבון פון 65,000 קינדער אין די חסידי'שע מוסדות, און א ביליאן דאלער איבער די לעצטע פינעף יאר, קומט אויס אז די רעגירונג האט אויסגעגעבן אומגעפער $3000 פער קינד, פער יאר. און פון דעם מאכן זיי א ויצעקו אז וואס? אז די קאוויד געלטער, וואוטשערס און לאנטש פראגראמען באטרעפן אינאיינעם 3-4 טויזנט דאלער פער קינד פער יאר? מען האט דא ממש אנדעקט די לאך פון די שטייער צאלער!
--

נאך א דורכגעפאלענע אנאליז איז דאס אראפמאלן א בילד כאילו די רבי'ס האבן עפעס א קאנטראל אויפן ציבור, בעת וואס עס איז ברור אז נישט סאטמאר'ער רבי, נישט באבוב'ער רבי און נישט וויזניצ'ער רבי, האבן סיי וועלכע דעה איבער למשל מוסדות חתן סופר, אדער למשל איבער מוסדות נייטרא. נעם למשל די פרומע וויליאמסבורגע מיידל שולע 'בנות חיל', זיי פרעגן נישט קיין אנווייזונגען פון קיין שום רבי ווי אזוי זיך צו פירן, זיי האבן נישט קיין שייכות צו קיין שום רבי.

און אפי' אין די 'קהילה מוסדות' אליין, קראסנא מוסדות האט נישט קיין שייכות צו באבוב, און אזוי ווייטער, און עס זענען דא גענוג פרייוואטע עקזעסטירענדע מוסדות אין היימישע געגענטער, און יעדער האט די מעגליכקייט צו עפענען א אייגענע מוסד אין וויליאמסבורג/ בארא פארק/ מאנסי/ וכו', און אלע עלטערן שיקן די קינדער אין אזאנע ישיבות וואס איז זיי צום הארצן. עס איז אמת אז יעדע אינדיוויודיעל מוסד פרעגט טאקע זייער רבי, יעדער רבי האט די לעצטע ווארט אין זיינע מוסדות, עס איז אבער נישטא קיין שום רבי וואס האט די אינטערעסע אדער מעגליכקייט, צו טאן סיי וואס אין די וועלט אז עלטערן זאלן שיקן קינדער אין זיינס א מוסד.

אראפצומאלן כאילו די רבי'ס מאכן עפעס א טרעפ אריינצוכאפן די מענטשן, איז אדער בייזוויליג פארדרייט די פאקטן, אדער אין בעסטן פאל פארפעלט צו פארשטיין די מציאות הדברים.


די גרעסטע האוקס איז אבער ווי זיי פראבירן אראפלייגן אז מען סטראגעלט דא געפערליך מיט דשאבס, ממש מען מוז צוקומען צו דראגס זיך צו באפרייען פון די שווערע מצב אין וואס מען געפינט זיך, קאמענטארן זענען פשוט איבריג, עס איז ידוע ומפרסם פאר יעדן היימישן איד אז אין יעדע קהילה זענען דא ארום 20% יונגלייט וואס בלייבן לערנען פאר א גוטע 4-5 יאר נאך די חתונה, ווען נישט די ברייטקייט פון נדבנים וואלט נישט מעגליך געווען אז אזאנס זאל פאסירן, דאס קומט דוקא צוליב די מעגלכקייט וואס אונז האב מיר ברוך השם אז אונז פארמאגן גענוג היימישע עשירים וואס זענען מוקיר תורה, וואס זייער הארץ פלאמט פאר די קדושת התורה און זיי העלפן ארויס די יונגעלייט זאלן ווייטער קענען לערנען!

די טיימס האט געוויס פארפעלט צו אנערקענען דער מציאות, זיי זעען גאר אז דא איז דא א גרויסע פראצענט וואס פארדינט נישט ברייט, און עס בלייבט זיי נאר איבער אויסצופירן מיט זייער מסקנא אז דאס קומט ווייל מען האט נישט קיין דשאבס! ווי גלייך די אידן וואס זוכן צו פארברענגן נאך א פאר יאר אונטער די אטמאספערע פון תורה'דיגע ווענט האבן געזוכט דשאבס און נישט געטראפן.

אדרבה, אז מען רעדט שוין טאקע פון צדקה, זאל מען א בליק טאן אויף די 'טשערידי' און 'דרייוו אפ' קאמפיינס פון רופא חולים, חיים מעדיקעל, בוני עולם, רפואה העלפליין, וכו' וכו', און דערנאך רעד צו מיר וועגן נישט האבן די מעגליכקייט צו עפענען א באנק אקאונט!

בכלל איז מאדנע ווי זיי בויען בנינים אויף די געשיכטע פון דראפ אוטס, בעת וואס עס איז קלאר אז מיר האבן ווינציגער פון א פראצענט וואס איז אינדרויסן פון ישיבה בעפאר די זיבעצן יאר, עס איז ברור אז מיר זענען דוקא נישט צוגעבינדן צו דראגס, אדרבה, די פראצענט פון פארדראגטע איז פילפאכיג ווינציגער ווי עס טרעפט זיך אין פאבליק סקול, די פעלער ווי מלמדים זאלן אביוזן די קינדער איז כמובן פיל ווייניגער ווי אין פאבליק סקול, ביי אונז האט כמעט יעדע קינד א טאטע מיט א מאמע וואס וואוינען אינאייינעם, ס'דא ווער עס זאל זיך אננעמען פאר אים, און אויב מיר זענען טאקע מוותר פאר א מלמד וואס גיט צומאל א פעטשל, זענען מיר געוויס נישט מוותר פאר א מלמד א מושחת וואס גיסט אויס זיין כעס אויף א קינד שלא כדת, די טיימס איז זיכער דורכגעפאלן אין ארויסהאבן די מציאות. אבער דאס איז נאר די סימפטאם, די שורש פון די קרענק איז אז די טיימס האט זיך באקרוינט מיט די קעניגליכע רעכט צו באשטימען וואס איז גוט פאר זיינע אונטערטאנען אן זיך רעכענען מיט די ווייטאג און אויפברויז פון זייער הארץ, די טיימס שפירט זיך גוט בעת זיי טרעטן אויף אונזער הייליגסטע, ווייל זיי גלייבן און א אנדערע אידיאל ווי אונז, און זיי ווילן מיר זאלן זיך צופאסן צו זיי.

די טיימס זאגט: שובי שובי השולמית! שובי שובי ונחזה בך! הייבט אן זיך מאדערנעזירן! ענק וועלן ווערן דאקטוירים! ענק וועלן זיין צוגלייך מיט די איבריגע וועלט, ענק קענען אפילו ווייטער האלטן ענקער רעליגיעזע הלכות, אבער ענקער קולטור זאלט איר טוישן!

עס וועט אבער נישט פאסירן! די תורה וועט בליען, עס וועלן נאך ארויסוואקסן דא אין אמעריקע ארזי לבנון, אדירי התורה! אידישקייט וועט ווייטער פארזעצן אויף איר אריגענעלע וועג! אונזערע קינדער וועלן באקומען א לעכטיגע חסידישע חינוך! פאר פרנסה וועט מען זיך באגעניגן מיטן לערנען שרייבן ליינען און רעכענען וכדו', דאס מינדעסטע וואס איז ממש נייטיג אזוי ווי אונזערע רבי'ס האבן עס איינגעפונדעוועט דא אין אמעריקע, און מיר וועלן ווייטער אנהאלטן אונזער ליכטיגע לעבנס שטייגער! מיר האבן שוין ערגערס פון דעם מיטגעמאכט, והמה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד ובשם ה' נעשה ונצליח.
דערבארומדיג'ער עדיטאריעל - עדיט.pdf
(72.16 KiB) געווארן דאונלאודעד 100 מאל
זקן מלא רחמים.
צייטווייליגער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2022 2:19 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטווייליגער »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:


די טיימס זאגט: שובי שובי השולמית! שובי שובי ונחזה בך! הייבט אן מאדערניזירן זיך! ענק וועלן ווערן דאקטוירים! ענק וועלן זיין צוגלייך מיט די איבריגע וועלט ענק קענען אפיו ווייטער האלטן ענקער רעליגיעזע הלכות, אבער ענקער קולטור זאלט איר טוישן!

עס וועט אבער נישט פאסירן! די תורה וועט בליען, עס וועלן נאך ארויסוואקסן דא אין אמעריקע ארזי לבנון, אדירי התורה! אידישקייט וועט ווייטער פארזעצן אויף איר ארגיענעלע וועג! אונזערע קינדער וועלן באקומען א לעכטיגע חסידישע חינוך! פאר פרנסה וועט מען זיך באניגען מיטן לערנען שרייבן ליינען און רעכענען וכדו' דאס מינדעסטע וואס איז ממש נייטיג אזוי ווי אונזערע רבי'ס האבן עס איינגעפונדעוועט דא אין אמעריקע, און מיר וועלן ווייטער אנהאלטן אונזער ליכטיגע לעבנס שטייגער! מיר האבן שוין ערגערס פון דעם מיטגעמאכט, והמה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד ובשם ה' נעשה ונצליח.
כ’וויל חלילה נישט זיין קיין מוסיף און דאדורך זיין א גורע, וועל איך פשוט זאגן א יישר כח פאר די אמתע דיבורים היוצאים מלב טהור.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6489
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

@דעבארומדיגער, יעדעס ווארט גאלד
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

בניהו האט געשריבן:
@דעבארומדיגער, יעדעס ווארט גאלד
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

הערליך!
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

מנהלים, ישר כח פארן געבן דאס פאסיגע פלאץ פארן גוטן ארטיקל.

@דערבארומדיג'ער, ישר כח!
מיט א געשמאק
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 6:23 am

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א געשמאק »

הערליך איז נישט קיין ווארט!!!
רכבת הקלה
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 27, 2021 9:13 am

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רכבת הקלה »

יש"כ גדול. כה לחי
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

מיט א געשמאק האט געשריבן:
הערליך איז נישט קיין ווארט!!!
עס איז ממש א שאד אז די ארטיקל זאל בלייבן דא, דאס א מוז צו ווערן מפורסם וואו עס איז נאר מעגליך, אויף אידיש און ענגליש
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
גאר גאר שטארק!!
יא דאס דארף ווערן פארשפרייט! כאטשיג אז אמת האט גאר א שוואכע ווערד היינט צוטאגס!
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

ויתן לך האט געשריבן:
מיט א געשמאק האט געשריבן:
הערליך איז נישט קיין ווארט!!!
עס איז ממש א שאד אז די ארטיקל זאל בלייבן דא, דאס א מוז צו ווערן מפורסם וואו עס איז נאר מעגליך, אויף אידיש און ענגליש
אויף א PDF קען דאס ווערן שנעלער פארשפרייט.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24094
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

שפתיים ישק. מצוה לפרסם.
לעצט פארראכטן דורך ישראל_הלוי אום מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 9:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

שפתיים ישק ודברי פי חכם חן.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9021
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

טרענסלעיט אין ענגליש, זה לעומת זה
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

א דאנק אלע באדאנקערס!

כ'האב בלויז אפגעשריבן וואס איז מיר געליגן אויפן מחשבה, אויב פארשפרייטן דארף מען שוין געוויס איבער קוקן נאך איינמאל די פאקטן.

--
עס איז כדאי צוצולייגן צום חשבון אז צווישן וויליאמסבורג / בארא פארק/ קראון הייטס איז דא אן ערך פון 20000 אידן וואס וואוינען און הייזער וואס בעלאגנט פאר חסידים, מען צאלט היינט יערליך א גוטע צען אלפים אין ריעל עסטעיט טעקס פאר יעדע באזונדערע קאנדאו, די געלטער גייט פארן פאבליק סקול סיסטעם.

אויב נעמט מען ארויס די קאוויד געלטער באקומט מען פון די סיטי ווייניגער סקול פאנדינג ווי די געלטער וואס חסידיש אידן צאלן אריין אין די פאבליק סקול קאסע, כ'האב נישט געמאכט קיין פונקטליכע חשבון פון וויפיל הייזער האבן נאך טעקס אבעיטמענט און פונקטליך וויפיל עס איז די עווריזש פער הויז, וויפיל הייזער פונקטליך עס זענען דא, אבער כ'גלויב אז די ציפערן דא זענען קאסערוואטיוו גערעכנט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35602
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
שפתיים ישק ודברי פי חכם חן.
אטעטשמענטס
אשרינו מה טוב חלקינו.pdf
(60.1 KiB) געווארן דאונלאודעד 58 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

אה! האסט אונז אלע מחזק געוועהן!
דעס דארף מען איבערטייטשן אין ענגליש (אפשר גאר ספאניש אויך..) און אריינלייגן אין די טיימס.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

וואף! גאר גאר שטארק!!
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8654
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
כ'האב בלויז אפגעשריבן וואס איז מיר געליגן אויפן מחשבה, אויב פארשפרייטן דארף מען שוין געוויס איבער קוקן נאך איינמאל די פאקטן.
ווייזט אויס אז דיינע געדאנקען זענען גינגאלד...

אביסל מגיה געווען פון ספעלינג מיסטעיקס, נאט אייך:
◄ ווייז ספוילער
די פאליטישע פראגע וואס די טיימס רירט אן קומט פון א שרעקליכע מיספארשטענדעניש, אדער אפשר עפעס ערגער, עס איז שטוינענד צו זען וויאזוי די טיימס שפירט זיך געהעריג בארעכטיגט אריינצוגיין אין א קולטור מלחמה מיט א קאמיוניטי וואס זיי ציילן פאר 200,000 מיטגלידער!

זייער ציהל איז געוויס צו ברענגען עפעס אן אינטערעסאנטע טעמע אויפן טיש, אבער די סעט אפ און די לאגיק פון די ארטיקל קען קומען נאר נאך א הנחה אז זייער קולטור איז בעסער פון די חסידישע קולטור און דעריבער באטראכטן זיי פאר א לעגיטימע "טענה" אז די ערוויילטע באאמטע טוען נישט גענוג 'באצווינגען' אונזער עולם זיך צו טוישן.

זייער צוגאנג ברענגט קענטליך ארויף בייז בלוט ביי אונזער גאנצע עולם, און מיט רעכט! ארויפצווינגען א קולטור אויף א גאנצע געמיינדע מיט צוואנג איז עפעס וואס טאר אפילו נישט אין געדאנק קומען פאר איינעם וואס פירט אן מיט א רעספעקטירטע אינסטיטוציע, מיר האבן א קולטור און מיר האבן אונזערע ווירדן וואס מיר האבן באקומען פון אונזערע עלטערן און מיר גלויבן אז אונזערע עלטערן האבן דאס באקומען פון זייערע עלטערן, און זיי פון זייערע עלעטערן און אזוי העכער און העכער ביז די אידן וואס זענען געשטאנען ביים מעמד הנבחר און געהערט פון באשעפער אליין ווי ער זאגט פאר כלל ישראל אנכי השם אלוקיך.

מיר גלייבן אז נאכן שטארבן גייט מען משפט'ן א מענטש אויף זיינע מעשים וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט אין זיינע לעבנס טעג, און מיר גלייבן אז די לעבן אויף יענע וועלט איז די עיקר לעבן, עס איז זייער שווער צו לעבן אין ניו יארק און אויפגעבן אויף אלע שוואוילטאג, אבער מען פראבירט כאטש אביסל, מיט די הכרה אז מיר דארפן האלטן אונזער אהבה צום באשעפער, מיר פארברענגען א גרויסע חלק פון אונזערע טעג אין בית המדרש, מענטשן חזר'ן און פארהערן זיך מסכתא נאך מסכתא, מענטשן גיבן אוועק זייערע טעג און יארן פאר עבודת השם, און מען מוטשעט זיך אז די גאנצע וועלט מיט אירע אלע הבלים זאל אונז נישט שטערן ביים דאווענען. עס איז צומאל א שווערע עסק, אבער מיר שפירן א חיות און אונזער קולטור! אונז שפירן א געשמאק אין שבת! מיר ווילן דאס ווייטער אנהאלטן און מיר שטרעבן דאס איבערצוגעבן פאר אונזערע קינדער.

פאר א פרעמדער צו קומען זאגן "אנטשולדיגט! איר מוזט זיך טוישן! אונז האב מיר א בעסערע סיסטעם! אונזער סיסטעם שלאגט פאר די מעגליכקייט צו ווערן דאקטוירים און לויערס! אונזער סיסטעם איז א סיסטעם וואס האט די מעגליכקייט צו ברענגען פיל מער באקוועמליכקייט אויף די וועלט! און איר ''מוזט'' אננעמען אונזער סיסטעם!" איז א פרעכע און געמיינע אויפפירונג, קיין שום נארמאלע פאליטישען וואלט אזוינס נישט געטון!

פארן טיימס צו קומען העצן און צייגן כאילו די פאליטישענס זענען דורעכגעפאלן ווייל מיר האבן א שטארקע בלאקוואוט איז בלויז געמיינקייט. וויאזוי קען אזא געדאנקען גאנג אויפקומען אין מחשבה פאר א אינסטיטוציע וואס רעפרעזענטירט דעמאקראטיע? וויאזוי קען די טיימס מצער זיין טויזענטער חסידישע משפחות און זיי צווינגען זיך צו טוישן זייערע טראדיציעס און ווירדן? פארוואס? ווייל זיי גלייכן בעסער די ווירדן פון א קאליזש סטודענט וואס ווייסט בעסער וויאזוי צו שרייבן אן ענגלישע בריוו מיט א פערפעקטע גוטע גרעמער? ווייל די טיימס אדער סיי וועלכע פראפעסאר פארשטייט נישט אדער גלייבט נישט אין א לעבן נאכן טויט? ווייל ער האט נאכנישט טועם געווען די זיסקייט פון אונזער לעבנסשטייגער? אשר על כן מעג ער אריינצווינגען א גאנצע געמיינדע פון הונדערטער טויזענטער אידן אין א פראצעדור פון טוישן די קולטור?

און פאר וואס דען איז דעמאקראטיע אידעאליזירט אויב נישט פאר דעם אז די בירגער זאלן האבן א ווארט אויף די געזעצן און אויף די אינפארסירונג פון געזעצן? פארוואס דען זאלן מיר נישט גיין שטימען און פראבירן אויף אלע וועגן צו זאגן אונזער מיינונג און אונזער פארלאנג? מיר פארדינען נישט צו בעטן אונזער וואונטש? אדער איז עפעס שלעכט ווען די ערוועלטע הערן עס אויס?

שרייבן ארטיקלען אין די צייטונגען איז זייער לייכט, די טיימס גראדע איז שטארק דורכעגעפאלן אין זייער כלומר'שטע לאנג פארצויגענע פארש ארבעט, אבער דער פאפיר איז פארט א סבלן און ער לאזט דרוקן אויף זיך וואס מען וויל, און די טיימס לאזט זיך הערן, זיי פאדערן אויף און ווילן כאילו האלטן די פאליטיקאנטן פאראנטווארטליך!

אבער א פאליטיקאנט, פון דעבלאזיאו ביז קואמא, ביז עדעמס, ביז יעדער וואס האט נאר פארטרעטן א ציבור פון טויזענטער מענטשן, ווייסט אז אריינצווינגען טויזענטער מענטשן צו טוישן די האקלסטע און מערסט סענסיטיווע נושאים איז נישט קיין קלייניקייט, יא ס'איז זייער גרינג צו פארפירן אויף פאפיר, אבער ווען דו זעסט אז טויזענטער מענטשן שטימען גיסטו כאטש איין מינוט אויסצוהערן וואס די מענטשן זאגן, און אויב דו זעסט אין די פאר מינוטן וואס דו רעדסט מיט זיי אן ערענסטע זארג אויף זייערע געזיכטער, דו הערסט זייער הארץ און טיפער וואונטש נישט צו צורירן צו דאס וואס איז ביי זיי הייליג און טייער, שפירסטו אז "איך וויל זיי נישט אזוי שנעל טשעפען ביי דאס וואס זעט זיי אויס ווי די שווארץ אפל פון אויג".

און קאנטראסט, די טיימס גייט דא אויף א וועג וואס איז נישט אנדערש פון כינע'ס באהאנדלונג צו די ווייגער גרופע, צום באדויערן כאפן זיי אפילו נישט וואס זיי טוען, אבער זיי האלטן אז זיי טוען ריכטיג ווייל זיי האלטן אז זיי האבן די ריכטיגע מעטאד פאר אונזערע בעסטע אינטערעסן, ווי כאילו אונז קענען נישט אליין אפמאכן וואס עס איז גוט פאר אונז. עס זאגט נישט קיינער אז מיר מאכן שאדן פאר אנדערע, אלעס וואס די טיימס זאגט איז אז מיר מאכן שלעכטע באשלוסן און דעריבער פאדערן זיי אויף די ערוועלטע אז זיי זאלן אינפארסירן די חסידים צו טוישן זייער לעבנס שטייגער!

אבער אנדערש ווי די ווייגערס אין כינע זענען מיר אין א דעמאקראטישע מדינה, און די ערוועלטע רעכענען זיך מיט די אינטרעסען פונעם בירגער אזוי לאנג ווי די אינטרעסן ברענגען נישט קיין שאדן פאר די אנדערע בירגער און זיי זענען נישט קראנקאהאפטיגע פארלאנגען.

אבער זע נאר די וואונדער, אויב מיר נוצן אויס די דעמאקראטיע און מיר פארשטענדיגן זיך מיט פאליטיקאנטן און מיר צייגן אין עלעקשאן בודקע אז מיר זענען א ציבור לאלפים וואס האבן פאראייניגטע אינטערעסן, איז עס גאר א דערהער וואס מען קרומט דערויף מיטן נאז! די טיימס לייגט עס אראפ מיט א בליק וואס דארף צו ווייזן אז די פאליטיקאנטן זענען כאילו צו שוואך אפצוזאגן די שטימען פון די חסידים. הפלא ופלא ווי קרום די טיימס קען גיין, וואס דען מיינט דעמאקראטיע אויב נישט די פאקט אז א רעגירונג קען נישט באצווינגען מענטשן צו טאן זאכן לויט זייער אייגענע גוסטע? וואס דען מיינט אן אחריות'דיגע מאיאר אויב נישט אזא איינער וואס איז גענוג פארשטענדליך צו די סענסיטיווע געברויכן פון יעדע געמיינדע?

און בעפאר איינער וועט נאך זאגן אז די טיימס באדערט בלויז די געלטער וואס די סיטי טיילט פאר די ישיבות, אדער אפשר ווילן זיי זיך בלויז קימערן מיט די וואוילזיין פון מענטשן וואס ווייסן אפשר אליינס נישט וואס עס איז גוט פאר זיי און די טיימס וויל זיכער מאכן אז מיר האבן פרנסה, און זיי זארגן זיך פאר אונז מער ווי מיר אליין זארגן זיך פאר זיך אליין, ווי כאילו מיר זענען נישט נייגעריג אין די הצלחה פון אונזערע אייגענע קינדער, וועמען מיר האדעווען און געבן אוועק אלעס וואס מיר פארמאגן, ווי כאילו מיר זענען נישט אומשטאנד צו מאכן באשלוסן פאר אונז אליין, איז אבער צום באדויערן היבש קענטליך אז דאס איז נישט ריכטיג, די טיימס האט געמאכט זייער שלעכטע חשבונות, אלס אן אקאונטענט אדער אלס א יושר'דיגע אפוטרופוס וואלטן זיי נישט געפעסט דעם טעסט, די איינציגסטע אונטערליגענדע סיבה פון די טיימס ארטיקל איז "א קולטור דיפערענץ" די טיימס וויל אונז טוישן צו א קולטור וואס איז זיי בעסער צום הארצן, אנדערש וואלטן זיי נישט אזוי דורכגעפאלן מיט זייער אנאליז.

ס'גייט מיר באמת נישט אריין אין קאפ די גאנצע מעשה, כ'האב פארשטאנען אז זיי גייען קומען מיט א דזשורנאליסטיש שטיקל פארש ארבעט, און אנטדעקן עפעס ווער ווייסט וואס, סאמהאו האב איך באמת געהאלטן אז די טיימס איז די שפיץ פון ריינע דזשורנאליזם, און אפשר האבן זיי טאקע פראבירט, איך וועל גלייבן אז די נעמען וואס זיי דערמאנען האבן עפעס האפט אין זיך, אבער ארויסצוקומען מיט אזוינע שטותים במילתא דעבידי לגלוי'? דאס קען נאר קומען פון זיין בייעסד צו געוויסע פריער באשטימטע הנחות.

עס איז שטוינענד צום ביישפיל וויאזוי זיי קענען שרייבן ווי גלייך מיר מאנגלען באנק אקאונטס! ערענסט? ממש אזוי? אפשר קען איינער ערלעדיגן א וויזיט פונעם טיימס צו די וואלעבאוט טשעיס ברענטש אין וויליאמסבורג? וויפיל מאל שטייט מען דארט אין די ליניע פאר 20 מינוט?

אונז פארמאגן איבער 50 חסידישע לייסענסד מארטגעזש בראוקערס, און די אלע פארמאגן נאך פילע געהילפן צו זייער האנט וואס גיבן זיך אפ מיט פראצעסירן מארטגעזשעס פארן היימישן עולם, קומטסטו מיר זאגן אז כאילו מיר פארמאגן נישט קיין באנק אקאונט?

זיי ברענגן נאך פון איינעם וואס זאגט אז יענער האט נישט געקענט טרעפן קיין דזשאב נאר אין ישיבה, אזוי? די ישיבות זוכן באס דרייווערס מיט ליכט! מען גייט איצט שניידן די באס ראוטס אין וויליאמסבורג ווייל עס איז נישטא גענוג באס דרייווערס, און בכלל איז שווער צו טרעפן גענוג מלמדים און טיטשערס ווייל די ישיבה קען נישט אזוי גוט קאמפיטן מיט די געהאלטן וואס מען צאלט אין די פריוואטע סעקטאר, און די טיימס וויל מיר פארקויפן אז זייער פארש ארבעט ווייזט אז כאילו די איינציגע פלאץ ווי מען קען עכט טרעפן א דזשאב איז אין די ישיבות... נישט צום גלייבן אז די טיימס האט אזא פשוטע זאך נישט געקענט מברר זיין געהעריג!

די געדאנק צו נעמען קאוויד הילף און מאכן דערפון א ויצעקו אז די סיטי העלפט די סקולס איז שוין נישט א שלעכטע פארש ארבעט, דאס איז שוין אקטיוויזם און מיסליעדינג אינפארמאציע, און צו רעדן פון וואוטשערס כאילו די סיטי גיט געלטער פאר די סקולס איז ווייטער א צביעות, די וואוטשער פראגראם איז נישט געמאכט געווארן פאר לימודי חול און נישט געמאכט געווארן פאר לימודי קודש, עס איז געמאכט געווארן פאר עלטערן וואס ארבעטן און ברויכן האבן א פאסיג ארט וואו איבערצולאזן זייערע קינדער אין די שטונדן וואס מען האט שוין געענדיגט סקול, און רוב סקולס טוט מען פשוט'ע שפילערייען און ארטס און קרעפטס אין די שפעטע שעה'ן פון עפטער סקול, וויאזוי די טיימס נוצט דאס אלס א טענה אז די סקולס באקומען געלט פאר א שלעכטע חינוך איז ווייטער פון מיין פארשטאנד, די זעלבע מיט לאנטש פראגראמען, וואס איז די שייכות פון גרעמער צו לאנטש פראגראמען? פארוואס זאל די רעגירונג נישט געבן קיין געלטער פאר לאנטש אויב די ספעלינג טעסט קומען צוריק ליידיג?

די טיימס ציפער פון פופציג טויזנט קינדער איז ווארשיינליך אויך אונטערגעשאצט. לויט מיין "השערה" וואלט מען געדארפט האלטן נענטער צו 75,000 קינדער צווישן קראון הייטס, בארא פארק, סקווער, מאנסי, קרית יואל, טייל פון פלעטבוש וואס איז אויך חסידיש, וויליאמסבורג, ועוד.

לויט א חשבון פון 65000 קינדער אין די חסידישע מוסדות, און א ביליאן דאלער איבער די לעצטע פינף יאר, קומט אויס אז די רעגירונג האט אויסגעגעבן אומגעפער $3000 פער קינד, פער יאר, און פון דעם מאכן זיי א ויצעקו אז וואס? אז די קאוויד געלטער, וואוטשערס, לאנטש פראגראמען, אינאיינעם באטרעפן 3-4 טויזנט דאלער פער קינד פער יאר? מען האט דא ממש אנטדעקט די לאך פון די שטייער צאלער!

--

נאך א דורכגעפאלענע אנאליז איז דאס קלאסיפיצירן די מוסדות כאילו די רבי'ס האבן עפעס א קאנטראל אויפן ציבור, בעת עס איז ברור אז נישט סאטמאר רבי און נישט באבוב און נישט וויזניץ האבן סיי וועלכע דיעה למשל איבער מוסדות חתן סופר, אדער למשל איבער מוסדות נייטרא, נעם למשל די פרומע וויליאמסבורגע מיידל שולע בנות חיל, זיי פרעגן נישט קיין אנווייזונגען פון קיין שום רבי וויאזוי זיך צו פירן אויסער פון זייער אייגענע הנהלה, זיי האבן נישט קיין שייכות צו קיין שום רבי, קראסנא מוסדות האט נישט קיין שייכות צו באבוב, און אזוי ווייטער, און עס זענען דא גענוג פריוואטע עקזיסטירנדע מוסדות אין היימישע געגענטער, און יעדער האט די מעגליכקייט צו עפענען אן אייגענע מוסד אין וויליאמסבורג/בארא פארק/מאנסי וכו', און אלע עלטערן שיקן די קינדער אין אזוינע ישיבות וואס איז זיי צום הארצן, עס איז אמת אז יעדע אינדיווידועל מוסד פרעגט טאקע זייער רבי, יעדער רבי האט די לעצטע ווארט אין זיינע מוסדות, עס איז אבער נישטא קיין שום רבי וואס האט די אינטערעסע, אדער מעגליכקייט, צו טאן סיי וואס אין די וועלט אז עלטערן זאלן שיקן קינדער אין זייער'ס א מוסד.

אראפצומאלן כאילו די רבי'ס מאכן עפעס א טרעפ אריינצוכאפן די מענטשן איז אדער בייזוויליג פארדרייט די פאקטן, אדער אין בעסטן פאל פארפעלט צו פארשטיין די מציאות הדברים.

--

די גרעסטע האוקוס פאוקאס איז וויאזוי זיי ווילן אראפלייגן אז מען סטראגעלט דא געפערליך מיט דזשאבס, ממש מען מוז צוקומען צו דראגס זיך צו באפרייען פון די שווערע מצב און וואס מען געפינט זיך, קאמענטארן זענען פשוט איבריג. עס איז ידוע ומפורסם פאר יעדן היימישן איד אז אין יעדע קהילה זענען דא ארום 20% יונגעלייט וואס בלייבן לערנען פאר א גוטע 4-5 יאר נאך די חתונה, ווען נישט די ברייטקייט פון נדבנים וואלט נישט מעגליך געווען אז אזוינס זאל פאסירן, דאס קומט דוקא צוליב די מעגליכקייט וואס אונז האב מיר ברוך השם אז אונז פארמאגן גענוג היימישע עשירים וואס זענען מוקיר תורה, וואס זייער הארץ פלאמט פאר די קדושת התורה און זיי העלפן ארויס די יונגעלייט זאלן ווייטער קענען לערנען, די טיימס האט געוויס פארפעלט צו אנערקענען די מציאות, זיי זעען גאר אז דא איז דא א גרויסע פראצענט וואס פארדינט נישט ברייט, און עס בלייבט זיי נאר איבער אויסצופירן מיט זייער מסקנא אז דאס קומט ווייל מען האט נישט קיין דזשאבס! ווי גלייך די אידן וואס זוכן צו פארברענגען נאך א פאר יאר אונטער די אטמאספערע פון תורה'דיגע ווענט האבן געזוכט דזשאבס און נישט געטראפן.

אדרבה, אז מען רעדט שוין טאקע פון צדקה, זאל מען א בליק טאן אויף די טשארידי און דרייוו אפ קאמפיינס פון רופא חולים, חיים מעדיקעל, בוני עולם, רפואה העלפליין, וכו' וכו', און דערנאך רעד צו מיר וועגן נישט האבן די מעגליכקייט צו עפענען א באנק אקאונט!

מען קען שטיין און אויסרעכענען אזויפיל לעכערליכע זאכן וואס די טיימס שרייבט, און בכלל איז מאדנע אז זיי בויען בנינים אויף די געשיכטע פון דראפ אוטס, בעת עס איז קלאר אז מיר האבן ווינציגער פון א פראצענט וואס איז אינדרויסן פון ישיבה בעפאר די זיבעצן יאר, עס איז ברור אז מיר זענען דוקא נישט צוגעבינדן צו דראגס, אדרבה, די פראצענט פון פארדראגטע איז זיכער פילפאכיג ווינציגער ווי עס טרעפט זיך אין פאבליק סקול, די פעלער ווי מלמדים זאלן אביוזן די קינדער איז כמובן פיל ווייניגער ווי אין פאבליק סקול, ביי אונז האט כמעט יעדע קינד א טאטע מיט א מאמע וואס וואוינען אינאייינעם, ס'דא ווער עס זאל זיך אננעמען פאר אים, און אויב מיר זענען טאקע מוותר פאר א מלמד וואס גיט צומאל א פעטשל, זענען מיר געוויס נישט מוותר פאר א מלמד א מושחת וואס גיסט אויס זיין כעס אויף א קינד שלא כדת. די טיימס איז זיכער דורכגעפאלן אין ארויסהאבן די מציאות, אבער דאס איז די סימפטאם, די שורש פון די קרענק איז אז די טיימס האט זיך באקרוינט מיט די קעניגליכע רעכט צו באשטימען וואס איז גוט פאר זיינע אונטערטאנען אן זיך רעכענען מיט די ווייטאג און אויפברויז פון זייער הארץ, די טיימס שפירט זיך גוט בעת זיי טרעטן אויף אונזער הייליגסטע, ווייל זיי גלייבן אין אן אנדערע אידעאל ווי אונזער, און זיי ווילן מיר זאלן זיך צופאסן צו זיי.


די טיימס זאגט: שובי שובי השולמית! שובי שובי ונחזה בך! הייבט אן זיך מאדעריניזירן! ענק וועלן ווערן דאקטוירים! ענק וועלן זיין צוגלייך מיט די איבריגע וועלט, ענק קענען אפילו ווייטער האלטן ענקער רעליגיעזע הלכות, אבער ענקער קולטור זאלט איר טוישן!

עס וועט אבער נישט פאסירן! די תורה וועט בליען, עס וועלן נאך ארויסוואקסן דא אין אמעריקע ארזי לבנון, אדירי התורה! אידישקייט וועט ווייטער פארזעצן אויף איר אריגינעלע וועג! אונזערע קינדער וועלן באקומען א לעכטיגע חסידישע חינוך! פאר פרנסה וועט מען זיך באגעניגען מיטן לערנען, שרייבן, ליינען און רעכענען וכדו', דאס מינדעסטע וואס איז ממש נייטיג אזוי ווי אונזערע רבי'ס האבן עס איינגעפונדעוועט דא אין אמעריקע, און מיר וועלן ווייטער אנהאלטן אונזער ליכטיגע לעבנס שטייגער! מיר האבן שוין ערגערס פון דעם מיטגעמאכט, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, ובשם ה' נעשה ונצליח.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4082
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אייזן שטארק..
ש'כח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
אונז פארמאגן איבער 50 חסידישע לייסענסד מארטגעזש בראוקערס, און די אלע פארמאגן נאך פילע געהילפן צו זייער האנט וואס גיבן זיך אפ מיט פראצעסירן מארטגעזשעס פארן היימישן עולם, קומטסטו מיר זאגן אז כאילו מיר פארמאגן נישט קיין באנק אקאונט?

(נאר 50 ? )
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנריעל, דאס הייסט אינוועסטיגעטיוו ריפארטינג און האט קוים גענומען ’איין’ טאג ווס. די געשפיצטע גראדואירטע שטודירטע טיימס ריפארטערס...

יעגעס ווארט גינגאלד, יעדע געפיל פון הארץ און יעדע פונקט א פאקט.

עי וואן, ברויך זיין דער גאסט עדיטאריעל אין ’יעדע’ היימישע צייטונג די וואך!!!
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

די שפראך! די היקף! די נקודות! איין גרויסע wow
יעדע ווארט מער איז איבריג!

סאום האו האב איך מיר געטראפן איבערליינען איינמאל און נאכאמאל! (יא, צומאל דארפן אונז אליין אויך א קלארע מינוט)
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גא"ם צו אלע באדאנקערס, @דערבארומדיג'ער א הערליכע ארבעט פיל מיט מחשבה הארץ און געפיל.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: עדיטאריעל - אשרינו מה טוב חלקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערליכע ארבעט
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”