בלאט 1פון 1

גזירות החינוך

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:05 pm
דורך פליישיג
מיט צער און ווייטאג נעמט אויף דאס יהדות החרידות אין ניו יארק די באשלוס פון די ניו יארק באורד אוו רידזשענס צו באשטעטיגן די גזירות החינוך

Re: גזירות החינוך

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:05 pm
דורך פליישיג
מיט צער און ווייטאג נעמט אויף דאס יהדות החרידות אין ניו יארק די באשלוס פון די ניו יארק באורד אוו רידזשענס צו באשטעטיגן די גזירות החינוך
ג' כי תבא פ״ב

די באוד האט געשטימט אין שטיצע פון די נייע רעגולאציעס, וועלכע צילן ארויף צו צווינגן לימודים און רעגולאציעס אויף פריוואטע שולעס די רעגולאציעס מיינען אז פריוואטע שולעס וועלן דארפן צושטעלן באווייזן פאר סטעיט באאמטע אז זייער קאריקולעם קומט נאך די מינימום סטאנדארט קאריקולים וואס מען געט אין פובליק סקולס, היל"ת. דאס באשטעטיגן די רעגולאציעס שליסט א לאנגע קאמף וואס ציעט זיך שוין יארן לאנג, אבער עפענט דעם בלאט פון א נייע קאמף וואס דאס יהדות החרדית וועט אוועק שטעלן למען קיום דורתינו.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/69824

Re: גזירות החינוך

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:18 pm
דורך ggg
וואס געשענט אויב א מוסד טוישט זייער מעין אדרעס צו א אנדערע סטעיט? אזוי ווי ביזנעס'ר טיען צוליב טעק'ס אדער אנדערע סיבות.

Re: גזירות החינוך

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:20 pm
דורך נו שוין
ggg האט געשריבן:
וואס געשענט אויב א מוסד טוישט זייער מעין אדרעס צו א אנדערע סטעיט? אזוי ווי ביזנעס'ר טיען צוליב טעק'ס אדער אנדערע סיבות.
וועט מען מוזן אויפגעבן די סטעיט פאנדינג

Re: גזירות החינוך

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:22 pm
דורך טראוועי
נו שוין האט געשריבן:
ggg האט געשריבן:
וואס געשענט אויב א מוסד טוישט זייער מעין אדרעס צו א אנדערע סטעיט? אזוי ווי ביזנעס'ר טיען צוליב טעק'ס אדער אנדערע סיבות.
וועט מען מוזן אויפגעבן די סטעיט פאנדינג
מוועט קענען נעמען פאנדינג פון יענע סטעיט ?

Re: גזירות החינוך

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:33 pm
דורך ניס קראכער
ggg האט געשריבן:
וואס געשענט אויב א מוסד טוישט זייער מעין אדרעס צו א אנדערע סטעיט? אזוי ווי ביזנעס'ר טיען צוליב טעק'ס אדער אנדערע סיבות.
כמדומה לי, זענען די פאנדיג בעסיד אויף די בילדינג ווי מען לערנט, ס'דא אסאך מוסדות אין ישיבות וואס מיטשענען זיך מיט לאנטש פראגרעם'ס צוליב וואס דער בילדינג קומט נישט נאך די געזעצען

Re: גזירות החינוך

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:36 pm
דורך בעל דעת
וואלט איינער געקענט מיט א קלארקייט אראפ שרייבען וואס די גיידליינס זענען, עס גייען ארום אזוי פיל גרסא'ס וואס זענען די חייבים זענען, אין וואס זענען די עונשים אז מען איז עובר

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: