זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

איך דריי מיך ארום מיט אסאך זיכרונות פון מיינע יוגנט יאהרן. דרייענדיג זיך רוב פון מיינע יוגנט יארען אין בית המדרש בית דוד דאשוי 235 penn st מלפנים קראסנע פון תשנ"ז ביז תש"ע.

איך געדענק קלאר די אלטע רב ר' אליהו אריה טערקולטויב ז"ל, ר' שבתי פוקס בן ר' מרדכי חנה ז"ל, ר יוסף ווייס, וועגשיידע רב ר' יואל היימליך, די באליבטע גבאי ר יוסף רוזענבערג, ר' יוסף זיידענפעלד, ר מנחם מאיר בערקאוויטש, ר ליפא מאנן, ר יוסל געלבער, ר מאיר ובנו ר דוד ברך פאשקעס, ר ישעי גראס מקערעסטיר בערבעשט, ר שמעיה פישמאן, ר משה יוזעפאוויטש, ר ירחמיאל פריעד, ר מאיר צבי דייטש ז"ל ועוד

ולהבחל"ח מיין זיידע ר פישל שמעלצער, ר אשר מאנן, ר ישראל ענגעלמאן, די רב שליט"א, ר מענדל קליין, ר שמואל אהרן צין, ר מענדל גאלד, ר שמואל דוד טויב שיחי'

די ערשטע זאך וואס איך געדענק איז ווי די אלטע אשוי רב פלעגט שטארק פייערען ביי קבלת שבת בפרט ביי בואי בשלום. איבערגעווארפען מיט די טלית פלעגט ער טאנצען אויף די קאסענע מצוה טאנץ ניגון (טייל זונגען דאס אויף יוונים) ער פלעגט טאנצען פון מזרח צו מעריב אויף די לענג פון בית מדרש. עס איז געווען א מחזה הוד. נאכן דאווענען פלעגט ער געבען די הענט ביי גוט שבת זאגען פאר די קינדער. יעדע וואך פלעגט ער שמעקען מיין האנט אין זאגן אה בשמים!. שפעטער פלעגט ער טאנצען ארום די בימה וזכני לקבל שבתות. אגב די בימה איז די איינציגסטע זאך וואס איז געבליבען פון יענע יאהרען.

ר שמואל דוד טויב מיט זיינע ווערטלעך אויף די פרשה.
ר יוסל רוזנבערג פלעגט אויסקלאפען וידבר! ביי מנחה שבת אין דערנאך אשרי! פינף מינוט שפעטער.

ר מנחם מאיר בערקאוויטש בכיות ביים דאווענען, אין אין די מקוה. (אשוי מקוה איז א מעשה פאר זיך...)

ר שבתי פוקס פלעגט קאכן שבת צופרי ביי אהבה רבה אין שמע ישרא-ל

הושענא רבה שנת תשס"ד ר שבתי פוקס איז געווען זייער שוואך. מיט שווערע כוחות איז ער געקימען אין שוהל. נאך א לאנגען דאווענען האט ער געלייגט א אויג אויף מיר אין מיך געוואלט מזכה זיין מיט א חסד, עם העלפען אהיים שלעפען זיינע ד' מינים אין טלית וכו. ר מנחם מאיר בערקאוויטש פלעגט געבען תיקון אויף הושענא רבה אין סוכה. בין איך נישט זיכער צו אלטץ א יארצייט אדער יום הצלה פון די מלחמה. עכ"פ איך בין געווען עלעף יאהר אלט אויסגעהינגערט נאך א לאנגע דאווענען האב איך געזאגט פאר ר' שבתי איין מינוט איך גיי אריין אין סוכה עסן אין איך קום שוין. למעשה האב איך אינגאנצען פארגעסן.

שבת צופרי פרשת וישלח אדער וישב זאג איך פאר מיין טאטע "לאמיר ארויף גיין מבקר חולה זיין ר שבתי נאכן דאווענען. ער איז שוין נישט געווען אין שוהל א שטיק צייט" איך קום אריין צו ר' שבתי איז געווען דארטען אפאר יודן מבקר חולה זיין. ר שבתי הייבט אן צו פארציילען ווי שווער עס איז געווען אהיים צוגיין הושענה רבה אין ער ווייזט אויף מיר אז איך האב נישט געהאלפען. איך בין זייער סענסעטיו בטבע, האב איך אנגעהובען וויינען. רופט זיך אן מיין טאטע אז איך איז א חשובע יונגל אין האב גאר געבעטען מיין טאטע צו מקיים זיין מצות ביקור חולים.

א וואך צווי שפעטער ערב חנוכה זאגט מיר מיין טאטע אז ר שבתי רופט מיך צו זיך אהיים. ר שבתי איז געווען שוואך ער רופט זיך אן איך וויל דיר איבערבעטען. ער נעמט ארויס א שיינע מנורה אין זאגט מיר דאס איז דיין מתנה.

די מנורה איז זייער חשוב ביי מיר. א זוהן פין ר מרדכי חנא פוקס געט מיר א מתנה!. מיין יונגעל צינד אין דעם מנורה יעדע חנוכה אין איך דערמאן זיך אין די גיטע אשוי זיכרונות.
המשך יבא אי"ה
אך טוב
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:24 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אך טוב »

ר׳ בנציון איצקאװיטש ז׳ל לײדער נישט איבער געלאזט קײן קינדער
א פעני
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:03 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פעני »

זייער שיין
זיך אויך געדרייט אין מיינע יוגנט יארן אין אשוי
ווען דער פעני ווייסט ווען וויפיל ער איז ווערט, וואלט ער זיך געשפירט 2 סענט..
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע:אין טעלער

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
יעדע וואך פלעגט ער שמעקען מיין האנט אין זאגן אה בשמים!
בין איך זעט אויס עטליכע יאר אינגער, די איינציגסטע זאך וואס איך געדענק פון רב ז"ל איז טאקע דאס, און ס'איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין די ביינער!
רעוואלטאלתי יותר מדי...
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

רינדעכיג האט געשריבן:

אוי! איך האב געמיינט איך בין א מיוחס.....
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע:אין טעלער

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

נע, פלעגטעס טון פאר יעדן אינגל ביום השב"ק
רעוואלטאלתי יותר מדי...
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

איך בין געווען א זעקס יעריג יונגל ווען די אלטע רב ז"ל איז נסתלק געווארן, און איך בין געקומען נאר מפעם לפעם ווען איך בין אריינגעפארן צו מיין זיידן זז"ג, אבער ווען איך הער זינגען די אויבנדערמאנטע ניגון קומט מיר ארויף די צורה פונעם רב ז"ל ווי ער טאנצט בואו בשלום.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

מיטלייד האט געשריבן:
איך בין געווען א זעקס יעריג יונגל ווען די אלטע רב ז"ל איז נסתלק געווארן, און איך בין געקומען נאר מפעם לפעם ווען איך בין אריינגעפארן צו מיין זיידן זז"ג, אבער ווען איך הער זינגען די אויבנדערמאנטע ניגון קומט מיר ארויף די צורה פונעם רב ז"ל ווי ער טאנצט בואו בשלום.
איך שפיר די זעלבע
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

רינדעכיג האט געשריבן:
באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
יעדע וואך פלעגט ער שמעקען מיין האנט אין זאגן אה בשמים!
בין איך זעט אויס עטליכע יאר אינגער, די איינציגסטע זאך וואס איך געדענק פון רב ז"ל איז טאקע דאס, און ס'איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין די ביינער!
נישט צופיהל עלטער. איך בין געווען זעקס יאהר אין תשנ"ט
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע:אין טעלער

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
רינדעכיג האט געשריבן:
באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
יעדע וואך פלעגט ער שמעקען מיין האנט אין זאגן אה בשמים!
בין איך זעט אויס עטליכע יאר אינגער, די איינציגסטע זאך וואס איך געדענק פון רב ז"ל איז טאקע דאס, און ס'איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין די ביינער!
נישט צופיהל עלטער. איך בין געווען זעקס יאהר אין תשנ"ט
האסטו א שטארקע זכרון..
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2915
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

רבי אברהם שמאלהויזן ע"ה, פלעגט פארלערנען מדרש
אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע:אויפן עולם התוהו

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפערקארן »

שכוח פארן גיין פתיחה, איך פלעג אויך אסאך דאווענען אין אשוי, איך געדענק אז די אשוי רב ז"ל פלעגט נישט זיצן ביי זיין פלאטץ אויפן אויבן אן נאר ביי דרום זייט, ימים נוראים שחרית פלעגט דאווענען ר' ...ראזענפעלד פון מיל-מארט עס איז דא אסאך זכרונות עוד חזון למועד

איך וועל דא שרייבן עטליכע זכרונות שלא על הסדר
ר' שבתי פוקס פלעגט זינגען שיר היחוד ליום השבת יום הקדוש מיטען וויזניצע ברען,
ר יוסל ראזענבערג פלעגט זינגן יום הקדוש אדון עולם (די באקאנטע וואס די קליינע קינדער זינגען פארן גיין שלאפן)
ר' פישל שמעלצער פלעגט זינגען יעדע וואך ביי של"ש ברוך קל עליון

בני יששכר האט געשריבן:
זקני מתפללים האבן געגראבן די מקווה נאך די ארבייט
אסאח שכנים פלעגן דאווענען דארט
די גרינפעלד משפחה האניג משפחה
די מקווה האט געבויט קראסנע רב ז"ל פאר אשוי האט אפגעקויפט די ביהמ"ד האט עס באלאנגט פאר קראסנע
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אשוי רב ז"ל איז נסתלק געווארן ג' אייר

ביסט געווען ביי די לוי' אדער אין באגדאד קערעסטיר צום יארצייט פון ר' ישעיעלע זצ"ל?

בד'וו ער האט געלאזט צוואה אז נישט נאר זאל מען אים נישט באשרייבן אין די צייטונגען, נאר אפילו נישט שרייבן אז ער האט אזוי געזאגט

וועלעכע יאר איז ער אוועק?
אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע:אויפן עולם התוהו

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפערקארן »

היסטאריקער האט געשריבן:
אשוי רב ז"ל איז נסתלק געווארן ג' אייר

ביסט געווען ביי די לוי' אדער אין באגדאד קערעסטיר צום יארצייט פון ר' ישעיעלע זצ"ל?

בד'וו ער האט געלאזט צוואה אז נישט נאר זאל מען אים נישט באשרייבן אין די צייטונגען, נאר אפילו נישט שרייבן אז ער האט אזוי געזאגט

וועלעכע יאר איז ער אוועק?
איך בין געווען ביי די לוויה ער איז אוועק תשנ"ט
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

פעפערקארן האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
אשוי רב ז"ל איז נסתלק געווארן ג' אייר

ביסט געווען ביי די לוי' אדער אין באגדאד קערעסטיר צום יארצייט פון ר' ישעיעלע זצ"ל?

בד'וו ער האט געלאזט צוואה אז נישט נאר זאל מען אים נישט באשרייבן אין די צייטונגען, נאר אפילו נישט שרייבן אז ער האט אזוי געזאגט

וועלעכע יאר איז ער אוועק?
איך בין געווען ביי די לוויה ער איז אוועק תשנ"ט
איך האב געפרעגט דעם באגדאד קערעסטירער

אפשר זענט איר אויך א קערעסטירער אייניקעל?
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

פעפערקארן האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
אשוי רב ז"ל איז נסתלק געווארן ג' אייר

ביסט געווען ביי די לוי' אדער אין באגדאד קערעסטיר צום יארצייט פון ר' ישעיעלע זצ"ל?

בד'וו ער האט געלאזט צוואה אז נישט נאר זאל מען אים נישט באשרייבן אין די צייטונגען, נאר אפילו נישט שרייבן אז ער האט אזוי געזאגט

וועלעכע יאר איז ער אוועק?
איך בין געווען ביי די לוויה ער איז אוועק תשנ"ט
מיין טאטע איז געווען זייער דבוק אין די אשוי רב ז"ל. באקימען די בשורה זייענדיג אין קערעסטיר. ער איז געווען זייער צובראכען אז ער האט נישט געקענט אפגעבען כבוד האחרון זייענדיג אין קערעסטיר ווי באקאנט איז שנת תשנ"ט געווען די חנוכת הבית אויף ר ישעי'לע הויז בראשות נכדיו אין משפחת ריעדער הנכבדים.
אטעטשמענטס
2934.jpg
2934.jpg (29.58 KiB) געזען 1768 מאל
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

היסטאריקער האט געשריבן:
אשוי רב ז"ל איז נסתלק געווארן ג' אייר

בד'וו ער האט געלאזט צוואה אז נישט נאר זאל מען אים נישט באשרייבן אין די צייטונגען, נאר אפילו נישט שרייבן אז ער האט אזוי געזאגט
אז דו רעדסט פון די צוואה סיז מיר אמאל אויסגעקומען עס צו זעהן אויב כ'געדענק גיט איז די דאטום תשי"ג. שרייבט די רב זל אזוי (בלשה"ק)
"כ'וויל מגלה דעת זיין אז אלע מצוות וואס איך טוה. טוה איך עס נאר לעשות נחת רוח פארן אייבערשטען און איך דארף נישט קיין שום שכר נישט אויף בעולם הזה און נישט בעולם הבא"
סיז ממש א פחד צו זעהן וויזוי א יוד נאך ממש לעצטענס.. וואס מיר האבן עהם נאך געקענט.. איז געווען אזא בעל מדריגה!!
אוועטאר
די גוטע איד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 07, 2023 11:55 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע איד »

פעפערקארן האט געשריבן:
שכוח פארן גיין פתיחה, איך פלעג אויך אסאך דאווענען אין אשוי, איך געדענק אז די אשוי רב ז"ל פלעגט נישט זיצן ביי זיין פלאטץ אויפן אויבן אן נאר ביי דרום זייט, ימים נוראים שחרית פלעגט דאווענען ר' ...ראזענפעלד פון מיל-מארט עס איז דא אסאך זכרונות עוד חזון למועד
איר מיינט אפשר ר'וואלף ע"ה?
אוי ווי גוט צו זיין א איד. אוי ווי גוט צו זיין א איד. אוי ווי גוט צו זיין א "גוטע איד"
אוועטאר
די גוטע איד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 07, 2023 11:55 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע איד »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
ר יוסל רוזנבערג פלעגט אויסקלאפען וידבר! ביי מנחה שבת אין דערנאך אשרי! פינף מינוט שפעטער.
און ר"ח פלעגט ער שרייען ויבוא!!
אוי ווי גוט צו זיין א איד. אוי ווי גוט צו זיין א איד. אוי ווי גוט צו זיין א "גוטע איד"
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

פעפערקארן האט געשריבן:
איך וועל דא שרייבן עטליכע זכרונות שלא על הסדר
ר' שבתי פוקס פלעגט זינגען שיר היחוד ליום השבת יום הקדוש מיטען וויזניצע ברען,
ר יוסל ראזענבערג פלעגט זינגן יום הקדוש אדון עולם (די באקאנטע וואס די קליינע קינדער זינגען פארן גיין שלאפן)
ר' פישל שמעלצער פלעגט זינגען יעדע וואך ביי של"ש ברוך קל עליון
ר פישל לאורך ימים ושנים זינגט נאל אלץ ברוך קל עליון.
ר דוד ברך פאשקעס פלעגט זינגען דרור יקרא
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

די גוטע איד האט געשריבן:
באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
ר יוסל רוזנבערג פלעגט אויסקלאפען וידבר! ביי מנחה שבת אין דערנאך אשרי! פינף מינוט שפעטער.
און ר"ח פלעגט ער שרייען ויבוא!!
יא יא אין שבת ר"ח "אתה ירצת"!!!
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

בערך האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
אשוי רב ז"ל איז נסתלק געווארן ג' אייר

בד'וו ער האט געלאזט צוואה אז נישט נאר זאל מען אים נישט באשרייבן אין די צייטונגען, נאר אפילו נישט שרייבן אז ער האט אזוי געזאגט
אז דו רעדסט פון די צוואה סיז מיר אמאל אויסגעקומען עס צו זעהן אויב כ'געדענק גיט איז די דאטום תשי"ג. שרייבט די רב זל אזוי (בלשה"ק)
"כ'וויל מגלה דעת זיין אז אלע מצוות וואס איך טוה. טוה איך עס נאר לעשות נחת רוח פארן אייבערשטען און איך דארף נישט קיין שום שכר נישט אויף בעולם הזה און נישט בעולם הבא"
סיז ממש א פחד צו זעהן וויזוי א יוד נאך ממש לעצטענס.. וואס מיר האבן עהם נאך געקענט.. איז געווען אזא בעל מדריגה!!
די אורחי פורכי וואס פלעגן זיך דרייען דארט. פארלורענע נשמות. די פאלדינג בעטן אין די פאליש אייי גיטע זיכרונות
אוועטאר
די גוטע איד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 07, 2023 11:55 pm

Re: זקני מתפללי אשוי וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע איד »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
בערך האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
אשוי רב ז"ל איז נסתלק געווארן ג' אייר

בד'וו ער האט געלאזט צוואה אז נישט נאר זאל מען אים נישט באשרייבן אין די צייטונגען, נאר אפילו נישט שרייבן אז ער האט אזוי געזאגט
אז דו רעדסט פון די צוואה סיז מיר אמאל אויסגעקומען עס צו זעהן אויב כ'געדענק גיט איז די דאטום תשי"ג. שרייבט די רב זל אזוי (בלשה"ק)
"כ'וויל מגלה דעת זיין אז אלע מצוות וואס איך טוה. טוה איך עס נאר לעשות נחת רוח פארן אייבערשטען און איך דארף נישט קיין שום שכר נישט אויף בעולם הזה און נישט בעולם הבא"
סיז ממש א פחד צו זעהן וויזוי א יוד נאך ממש לעצטענס.. וואס מיר האבן עהם נאך געקענט.. איז געווען אזא בעל מדריגה!!
די אורחי פורכי וואס פלעגן זיך דרייען דארט. פארלורענע נשמות. די פאלדינג בעטן אין די פאליש אייי גיטע זיכרונות
וואס גוטע זכרונות?!?
יוי האב איך געציטערט פון זיי עכטע שמוציגע מענטשען וועך
אבער פונעם רב ז"ל האט מען קיינמאל קיין שלעכט ווארט געהערט אויף זיי ער האט אמאל געזאגט פאר איינע פון דעי חברה וואס איז געווען זייער צובראכן ביי זיך "איך האלט אז אויב דו גייסט לויפן פאר פרעזידענט גייסטו געווינען אפילו 'איך' גיי וואוטען פאר דיר"
א ריכטיגע צדיק געווען!
אוי ווי גוט צו זיין א איד. אוי ווי גוט צו זיין א איד. אוי ווי גוט צו זיין א "גוטע איד"
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”