סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

אין די אידישע וועלט זענען דא פארשידענע ספרים און לימודים וואס זענען איינגעטיילט פארן טאג, וואך מאנאט יאר אא"וו.

די פאפולערסטע איז די אלוועלטליכע בלאט גמ' און די פארשידענע סדרים לימוד אין גמ' וואס האבן נאכגעפאלגט ספעציעל די פארלאפענע עטליכע יארן דורך אלע שיכטן און קרייזן.

אזוי זענען דא פארשידענע סדרים. א סדר אין חק לישראל און אסאך אנדערע לימודים ספעציעל די פארלאפענע עטליכע יאר. א סדר אין אור החיים הקדוש, קיצור ש"ע א סדר אין משניות, א סדר אין רמב"ם אא"וו.

די פאקט איז, אז א לימוד מיט א סדר איז פאר א מענטש פיל גרינגער צו נעמען אין די הענט אריין. מען דארף נישט מער ווי קוקן אויף די פארמערטע סדר הלימוד אין גמ' וואס עס האבן געברענגט די פארשידענע סדרי הקהילות אויף גמ'. צו ווייל אז אסאך לערנען אינאיינעם איז דאס א חיזוק, צו ווייל א מענטש שפירט עס האט א אנהייב און ענדע, עפעס וואס ער קען "אנכאפן". וואס די סיבה זאל זיין, איז די פאקט אז ווען עס איז דא א "סדר" מיט א לוח און א סיסטעם וועלן פיל מער מענטשן דאס נוצן.

פון די צווייטע זייט זענען דא גאר וויכטיגע לימודים וואס האבן פאר סיי וועלכע סיבה נאכנישט באקומען קיין "סדר" וואס מען זאל ארויסשטעלן מיט א לוח און א סיסטעם אז מענטשן זאלן עס קענען מיטהאלטן.

--

איין אזא לימוד איז "חומש"!

פשוט תורה די פינף ספרים מפי הגבורה. עס איז נישטא קיין סדר מיט א לוח פאר לימוד החומש. עס איז טאקע יא דא חק, אבער חק איז זייער אסאך טעגליך, און צוגאב צו דעם אז חק איז נאך לימודים אויסער נאר חומש מיט א פירוש ווי רש"י אדער רמב"ן. אז איינער וויל אראפבינדן א שטיק צייט טעגליך קען מען טאקע לערנען חק, און אסאך לערנען טאקע חק, ספעציעל די פארלאפענע עטליכע יאר ווען עס איז געווען א אויפוואכונג איבער לערנען חק, און טאקע צוגעשטעלט די צוגעהערן, אבער אסאך פון די לערנער זענען אדער עלטערע אידן, אדער מיטל יעריגע בעלי בתים וואס האבן שוין מער צייט אוועקצוגעבן.

די פאקט איז, אז יעדער מענטש וויל האבן שיעורי תורה, און כמעט יעדער האט עפעס שיעורי תורה. אבער מען איז פאריאגט און פארפלאגט, און מען האט נישט אזויפיל צייט. וועלן מערסטענס מענטשן האבן א שיעור אין גמ' אדער אין הלכה. און אנדערע לימודים קומט מען נישט אן.

אבער למעשה איז דאך לערנען חומש עפעס וואס איז פארשטענדליך זייער וויכטיג. עס איז די יסוד פון אידן, די תורה מפי הגבורה. ספעציעל איז מקובל ביי חסידים פון הייליגן בעש"ט הקדוש איבער די סגולה פון לערנען חומש מיט רש"י. גאר באקאנט איז די מאמר וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט נאכגעזאגט פון הייליגן רבי'ן ר' מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע איבער לימוד חומש מיט רש"י: "זאלסט פילעווען חומש רש"י, וועסטו וויסן אוואו דער באשעפער וואוינט" "מרדכי'לע האט גיקענט אסאך גרויסע לייט וואס האבין נישט גיפיליוועט חומש רש"י, און זיי האבין נישט גיוואוסט אוואו דער באשעפער וואוינט"!

ביי די גדולי ישראל יוצאי הונגריה אין אלגעמיין איז באקאנט די שטארקע דגוש איבער לערנען חומש מיט רש"י און רמב"ן. ידועה פון הייליגן חת"ס און זיינע גרויסע תלמידים. אין די אונגארישע ישובות זענען געווען סדרים אויף לערנען חומש, און מען האט עס פארהערט. און אזוי אויך אלע גדולי ישראל אין אלע דורות פון אלע סארטן וואס האבן געזאגט אז לימוד חומש מיט רש"י אדער רמב"ן איז די סגולה פאר אמונה און טהרת המחשבה.

--

אבער למעשה איז נישט אזוי גרינג א סדר אין חומש. ווי געזאגט יעדער האט זיך שוין זיינע שיעורים, און צוצולייגן חומש איז א שווערע זאך, עס נעמט אסאך צייט וואס נישט יעדער האט.

--

האב איך געטראכט א געדאנק איבער לימוד אויף חומש. איך האב דעם געדאנק אויספרובירט אויף למעשה ביי זיך אליינס, און ווי עס קוקט מיר אויס איז עס א גוטע געדאנק און סדר. עפעס וואס יעדער אן אויסנאם כמעט קען נאכמאכן.

--

די חמשה חומשי תורה זענען איינגעטיילט פאר פרשת השבועה. און יעדע פון די פרשות זענען איינגעטיילט אויף פארשידענע סארטן וועגן. פרשות, און דאן טיילן ביז שני, שלישי, רביעי אא"וו.

מיין געדאנק איז, אז מען זאל איינטיילן דאס לערנען חומש אויף זיבן יאר. יעדע פרשה איז צוטיילט אויף זיבן לויט די עליות, און מען זאל יעדן טאג לערנען א טייל פון איינע פון די טיילן צוטיילט אין זיבן יאר.
די ערשטע יאר צו לערנען יעדע וואך ביז שני. די צווייטע יאר פון שני ביז שלישי, די דריטע יאר פון שלישי ביז רביעי אא"וו.

לאמיר מאכן דעם חשבון וויפיל דאס קומט אויס א טאג, און מיר וועלן זעהן אז עס איז ממש א דבר השוה לכל נפש.

--

עס זענען דא 54 פרשות השבוע אין די תורה. די 54 פרשות באשטייען פון 5846 פסוקים. אז מען צוטיילט דאס אין 54 איז דאס 108.259 פסוקים פאר א וואך. און אז מען צוטיילט דאס אין זיבן, איז דאס 15.46 פסוקים אין דורכשניט פאר יעדע טייל איינגעטיילט אין זיבן לויט די עליות.

דאס הייסט, אז אויב זאל מען צוטיילן דאס לערנען אין זיבן יאר, דארף מען יעדע וואך לערנען עפעס איבער 15 פסוקים א וואך.

דאס קומט אויס צו אומגעפער 2.2 פסוקים א טאג!

--

אצינד צו לערנען 2.2 פסוקים א טאג איז עפעס וואס יעדע מענטש קען זיך אונטערנעמען. ספעציעל די טעג ווען עס איז דא די פארשידענע חמושים מיט פירושים אויף חומש און רש"י.

און עס קומט אויס, אז מיט נאר געציילטע מינוטן א טאג אוועקגעגעבן, ממש מינוטן קען יעדער מענטש ענדיגן לערנען גאנץ חמשה חומשי תורה.

--

און די אמת איז אז דאס קען זיין פאר יעדעם לויט זיין שטייגער. איינער קען לערנען נאר חומש וואס דארף נעמען ממש צוויי דריי מינוט. אנדערע קענען לערנען מיט רש"י, אדער מיט רמב"ן אדער מיט ביידע. אנדערע וואלטן געוואלט לערנען מיט נאך מפרשים, ראשונים אדער אחרונים. און וויפיל מער מען לייגט צו, אלס מער צייט נעמט עס טאקע, אבער דאס קען יעדער אפמאכן וויפיל צייט מען האט אוועקצוגעבן.

אויב איינער איז צום ביישפיל מער פארנומען א געוויסע טאג אין די וואך, קען ער זיך איינטיילן די טעג וואס ער האט מער צייט, און פשוט איינטיילן די צאל פסוקים וויאזוי עס שטימט פאר אים. איינער קען נישט זונטאג האבן די צייט אבער יא שבת, איינער פארקערט, האט שבת מער צייט און זונטאג נישט. איינעם איז בעסער נאר שבת צו לערנען די גאנצע פארציע אא"וו. יעדער לויט זיין אייגענע מהלך.

אבער די מינימום פון נאר חומש אדער בעסער געזאגט נאר חומש מיט רש"י פאר עפעס איבער צוויי פסוקים א טאג אדער א דורכשניט פון 15 פסוקים א וואך איז ממש א קליינע קלייניגקייט וואס יעדער מענטש דארף קענען געפינען צייט.

--

איך האב געזוכט א לוח איינגעטיילט אויף דעם וועג און נישט געפינען. דאס מיינט אז מען דארף אליינס צוזאמענשטעלן. איך האב שוין צוזאמענגעשטעלט פארן ערשטן יאר, זיך אנגעצייכנט יעדע וואך פאר די ערשטע יאר. און עס איז נישט קיין גרויסע זאך צו מאכן פאר אלע זיבן יאר.

--

די אמת איז אז מען דארף האבן אביסל מער צייט אויסצוארבעטן אזא אונטערנעמונג. טאקע מאכן א לוח, עס שיין צוזאמענשטעלן און פארשפרייטן.

מערסטענס פון די שיעורים וואס מען לערנט אין סדרים איז דא אונטער דעם נדבנים וואס העלפן מיט די קאסטן פון פארשפרייטן און אונטערטרייבן די לימודים. און מען דארף אין די זאך אויך קענען געפינען ווער עס קען זיין אינטערעסירט. סיי שיין אפדרוקן און פארשפרייטן אזא לוח, ווי אויך שרייב ארבעט איבער די חשיבות און וויכטיגקייט פון אזא לימוד.

אבער למעשה הייבט זיך אן שוין יעצט א ניי יאר. און די פאקט איז אז מענטשן זענען פיל ווארימער אנצוהייבן אזא זאך פון א אנהייב. און דעריבער קען מען יעצט נישט פארברענגען מיט'ן שיין אפדרוקן א לוח און באשרייבונגען און עס פארשפרייטן, ווייל מען וועט שוין האלטן אריין אין יאר, און די שאנסן אז מענטשן זאלן זיך מיטכאפן ווערט ווייניגער.

דעריבער, ערשט לייג איך ארויס די פלאן, און די לוח פאר די ערשטע יאר. אזוי אז וועמען עס געפעלט די געדאנק קען שוין אנהייבן יעצט אין בראשית. און אי"ה אויב עס ווערט א אינטערעסע, קען מען אלס נאכקומען מיט ווייטערדיגע ארבעט, טאקע באשרייבן און גוט פארשפרייטן די געדאנק.

און טאקע ווער עס קען טראכטן פון נדבנים וואס וואלטן געווען ווארים צו אזא זאך, אדרבה, זאל לאזן וויסן. וזכות הרבים תלו בו. אסאך גוטע זאכן זענען שוין צושטאנד געקומען פון אזא שמועס צווישן חבירים, און טאקע פון דעם פארום.

--

אט לייג איך צו די לוח פארן ערשטן יאר. עס איז עפעס איבער 14.4 פסוקים פאר א וואך פארן ערשטן יאר. וואס קומט אויס צו אומגעפער צוויי פסוקים א טאג. ווי פארשטענדליך געוויסע פרשות זענען מער און אנדערע זענען ווייניגער. אבער כמעט אלע זענען נישט צופיל מער ווי 14 פסוקים אלע אויסער אכט זענען אונטער 18 פסוקים און איבער האלב זענען אפילו ווייניגער ווי 14 פסוקים.

עס קומט נאר צו איין זאך, אז אין אזא יאר וואס געוויסע פרשת גייען אינאיינעם, מיינט עס א טאפלטע פארציע פאר יענע וואכן.

--

ווער עס האט הערות אויפ'ן געדאנק, עפעס צוצולייגן זאל זיך ביטע אנרופן. און זיכער אויב טראכט מען אז די געדאנק איז א גוטע און מען טראכט זיך אנצושליסן אין אזא זאך.

--

יעצט איז ערב יו"ט מען דארף מקצר זיין. אי"ה נאך יו"ט וועט מען ווייטער שמועסן. דערווייל א פרייליכן יו"ט און ווער עס קען זאל שוין אנהייבן יעצט בראשית!! ואל תאמר לכשאפנה!
לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

למעשה האב איך נאך נישט די לוח אויסגעשטעלט שיין. לייג איך ערשט דא די ערשטע עטליכע סדרות. און אי"ה נאך יו"ט וועל איך לייגן א שיינע לוח פארן גאנצן יאר.
לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

שנה א' מספר הפסוקים עד שני

34 בראשית
14 נח
13 לך לך
14 וירא
16 חיי שרה
21 תולדות
13 ויצא
10 וישלח
11 וישב
14 מקץ
13 ויגש
13 ויחי
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

בראשית איז אלץ די שווערסטע אנצוהייבן ווייל עס איז א לאנגע פרשה און א קורצע וואך, גיימער אי"ה לערנען ביז שני! ישר כח
סך הכל תגובות: 999
כרמיאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 25, 2022 11:52 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמיאל »

א מוראדיגער געדאנק!
איך הער.
לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

ראש לימבא האט געשריבן:
בראשית איז אלץ די שווערסטע אנצוהייבן ווייל עס איז א לאנגע פרשה און א קורצע וואך, גיימער אי"ה לערנען ביז שני! ישר כח
זייער ריכטיג. און פונקט די ערשטע סדרא, וואס צייגט גאנץ קלאר אז דאס איז א איינפאכע נסיון וואס מען דארף איבערקומען.

די אמת איז, אז מען דארף ביי זיך אליינס אפמאכן אז די שיעור מוז נישט זיין "פערפעקט" ווייל אז יא, וועט אלס דער ייצר געפינען וויאזוי צו אפשוואכן די מענטש. לאמיר טאקע נעמען אזא ערשטע וואך. אסאך פסוקים, און ווייניג צייט צו לערנען. טא, טוט מען וואס מען קען. וויפיל צייט מען האט, און נישט אזוי בעיין. אפשר טאקע ממש נאר די חומש מיט איינע פון די פירושים וואס זענען דא שוין ארויסגעקומען. און אי"ה נח וועט זיין מער בעיין. מיט רש"י, רמב"ן, אור החיים הקדוש צו וואס סיי ווער האט אפגעמאכט ער וואלט געוואלט לערנען.

געדענק, עס קען נעמען פון ממש צוויי דריי מינוטן - בלויז חומש און אפשר רש"י - ביז אפילו א שטונדע נאר צוויי דריי פסוקים אויב לערענט מען עס מיט מערערע ראשונים און מפרשים.

--

א גוטע געדאנק איז צו לערנען די שיעור גלייך נאכן דאווענען. ספעציעל אויב איינער לערענט בלויז חומש אדער מיט רש"י. עס נעמט נאר ממש געציילטע מינוטן מערטסענס טעג, ביז פינף מינוט, און מען הייבט אן די טאג מיט תורה. מערסטענס מענטשן האבן א שיעור תורה ביינאכט. אבער ע"פ הלכה מוז יעדע מענטש לערנען סיי בייטאג און סיי ביינאכט. איז ערשט האט מען שוין מקיים געווען די הלכה! פארשטייט זיך אז ווי מער איז בעסער. אבער מען רעדט דאך דא פון וואס יעדער קען טאן.

--

א זייער גוטע געדאנק פאר עפעס "דיפרענט" ספעציעל פאר איינער וואס האט שוין געלערענט אמאל חומש מיט רש"י, אדער האט נישט די חשק צו דעם יעצט, איז צו לערנען חומש מיט תרגום יונתן!! ס'איז לא יאמן כי יסופר!!! הערליך שיין, הפלא ופלא, ממש א עונג גשמי!!

נאר עס איז אראמיש און שווער צו פארשטיין. אבער יעצט איז דא פון עוז והדר די חומש מיט די פירושים אויף די מפרשים געדרוקט אין די אלגעמיינע מקראות גדולות וואס נעמט אויך אריין ת"י. עס איז הפלא ופלא. טעמו וראו.

דאס איז עפעס וואס קען אויך נעמען ממש געציילטע מינוטן יעדן טאג. חומש מיט ת"י. פרובירט, איר וועט מיר דאנקבאר זיין. פילע גמרות, אינטערעסאנטע מדרשים, איר וועט געפינען מקורות פאר אסאך ענינים וואס איר ווייסט מן הסתם אבער איר ווייסט נישט וואו די מקור איז.
לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

כרמיאל האט געשריבן:
א מוראדיגער געדאנק!
ישר כח פארן זיך אנרופן. יעדע ענטפער איז א שטארקע חיזוק.
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3727
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע:ביי די גמרא

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

וועל מיר מיטן אויבערשטעןס הילף בלי נדר פראבירן
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

להחיות האט געשריבן:
וועל מיר מיטן אויבערשטעןס הילף בלי נדר פראבירן
אה!! שוין דא מזומן!!
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3438
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: סדר לימוד חומש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

סדר לימוד חומש.pdf
(100 KiB) געווארן דאונלאודעד 202 מאל
לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

Re: סדר לימוד חומש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן:
סדר לימוד חומש.pdf
פשיהא!! ישר כח גדול!!

דאס האב איך געמיינט! ווער עס קען ארויסהעלפן, דאס הייסט געטאן צום זאך. אי"ה נאך יו"ט האף איך צו לייגן נאך טיילן פון די לוח, און אפשר וועט איינער דא וולאנטירן עס צו מאכן אין א שיינע אויסשטעל פארמאט.

נאכמאל ישר כח און תוזכו למצות.
לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

עס איז אנהייב א נייע יאר. כאפט אריין אנצוהייבן א פרישע סדר. דריי ביז פינף מינוט טעגליך צו ענדיגן חומש.

די וואך בראשית איז נאך דא מיטוואך דאנערשטאג פרייטאג און שבת. פארפאסט נישט די געלעגענהייט. עס איז טאקע עטוואס לענגער בראשית, מען רעדט פון 34 פסוקים ביז שני וואס קומט אויס צו 4.8 פסוקים טעגליך. אויב האט איר נאכנישט אנגעהויבן די וואך איז עס פאר די פיר געבליבענע טעג 8.5 פסוקים טעגליך. עפעס וואס מיט איינע פון די חומשים מיט א פירוש פון היינט דארף עס נישט נעמען מער ווי ממש עטליכע מינוט. א שאד צו פארפאסן.
לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

אין מגילה געפינען מיר אז די בני ארץ ישראל האבן געהאט א סדר צו ענדיגן די תורה איינמאל אין דריי יאר - אדער איינמאל אין דריי און א האלב יאר לויט די מפרשים -.

קומט אויס אז כאטש וואס אונז פירן זיך ווי די מנהג אין בבל אז מען ענדיגט יעדעס יאר, דאך זעהט מען אז עס זענען געווען אנדערע סדרים אויך. כאטש וואס זיבן יאר טרעפט מען טאקע נישט, און מען קען נישט מאכן קיין אייגענע סברות. אבער אולי קען מען זיך סומך זיין אויף אזא זאך ווען עס איז לתועלת. (ווי פארשטענדליך שרייב איך נישט אזוי להלכה אז דאס איז א סמך. נאר אינטערסאנט אויסצושמועסן.)

--

נאך א פונקט איז, אז מען האלט אצינד די ערשטע יאר אין א פרישע מחזור פון שמיטה. דאס איז א פרישע סיבה פאר א אנהייב וואס וועט נעמען פאר זיבן יאר וואס וועט זיך ענדיגן אין קומענדיגן שמיטה.
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

לימוד חומש רשי האט געשריבן:
אין מגילה געפינען מיר אז די בני ארץ ישראל האבן געהאט א סדר צו ענדיגן די תורה איינמאל אין דריי יאר - אדער איינמאל אין דריי און א האלב יאר לויט די מפרשים -.

קומט אויס אז כאטש וואס אונז פירן זיך ווי די מנהג אין בבל אז מען ענדיגט יעדעס יאר, דאך זעהט מען אז עס זענען געווען אנדערע סדרים אויך. כאטש וואס זיבן יאר טרעפט מען טאקע נישט, און מען קען נישט מאכן קיין אייגענע סברות. אבער אולי קען מען זיך סומך זיין אויף אזא זאך ווען עס איז לתועלת. (ווי פארשטענדליך שרייב איך נישט אזוי להלכה אז דאס איז א סמך. נאר אינטערסאנט אויסצושמועסן.)

--

נאך א פונקט איז, אז מען האלט אצינד די ערשטע יאר אין א פרישע מחזור פון שמיטה. דאס איז א פרישע סיבה פאר א אנהייב וואס וועט נעמען פאר זיבן יאר וואס וועט זיך ענדיגן אין קומענדיגן שמיטה.
איך בין מיט דער פראגראם טאָטאַלי. מיט אזא קליינע סכום פאר יעדע טאג קען איך אנקומען אסאך מער.

א דאנק פארן ברענגען דעם געדאנק!
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

סובסקרייבט.
סך הכל תגובות: 999
winner
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

איך וויל נישט אינטערייסן אבער רוב מענטשן קענען לערנען פיל פיל מער ווי ביז שני, פארשטייט זיך אז עס דארך קומען מיט א פשוטע שטארקע קבלה יעבור עלי מה גייט מען ענדיגן חומש רש"י אז מען לערנט עס פשוט דארף עס נישט נעמען לאנג און מאכן א סדר אויף ביז שני איז גוט און בעסער ווי גארנישט אוודאי, אבער מאכן א קאמפיין דארף מען אויף ענדיגן חומש רש"י יעדע וואך א געווענדליכע מענטש קען עס באווייזן מיט א שטארקע קבלה,
אדרבה יעצט איז די צייט זיך אפצומאכן אז שוין פון די וואך ענדיגט מען גאנץ חומש רש"י!
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3727
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע:ביי די גמרא

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

winner האט געשריבן:
איך וויל נישט אינטערייסן אבער רוב מענטשן קענען לערנען פיל פיל מער ווי ביז שני, פארשטייט זיך אז עס דארך קומען מיט א פשוטע שטארקע קבלה יעבור עלי מה גייט מען ענדיגן חומש רש"י אז מען לערנט עס פשוט דארף עס נישט נעמען לאנג און מאכן א סדר אויף ביז שני איז גוט און בעסער ווי גארנישט אוודאי, אבער מאכן א קאמפיין דארף מען אויף ענדיגן חומש רש"י יעדע וואך א געווענדליכע מענטש קען עס באווייזן מיט א שטארקע קבלה,
אדרבה יעצט איז די צייט זיך אפצומאכן אז שוין פון די וואך ענדיגט מען גאנץ חומש רש"י!
דיע קבלה האב איך שוין געמאכט די לעצטע עטליכע יאר, און ס'האט אנגעהאלטן פון אסתר תענית ביז פורים
דאס יאר עמיר פראבירן דיע אופן בעז"ה
א וואך וואס איך האב מער צייט וועל מיר פראבירן צו לערנען מיט מער מפרשי התורה און א וואך וואס פאנפעט אונטער עמיר פראבירן כאטשיג חומש מיט רש"י
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

פילאָזאָף האט געשריבן:
איך בין מיט דער פראגראם טאָטאַלי. מיט אזא קליינע סכום פאר יעדע טאג קען איך אנקומען אסאך מער.

א דאנק פארן ברענגען דעם געדאנק!
ראש לימבא האט געשריבן:
סובסקרייבט.
שוין דא פיר און פינף... כאפט אריין צו זיין פון די עשרה ראשונים... יארן ארום ווען טויזענטער אידן וועלן אי"ה לערנען דעם סדר, וועט איר קענען פארציילן אז איר זענט געווען פון די ערשטע....
לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

winner האט געשריבן:
איך וויל נישט אינטערייסן אבער רוב מענטשן קענען לערנען פיל פיל מער ווי ביז שני, פארשטייט זיך אז עס דארך קומען מיט א פשוטע שטארקע קבלה יעבור עלי מה גייט מען ענדיגן חומש רש"י אז מען לערנט עס פשוט דארף עס נישט נעמען לאנג און מאכן א סדר אויף ביז שני איז גוט און בעסער ווי גארנישט אוודאי, אבער מאכן א קאמפיין דארף מען אויף ענדיגן חומש רש"י יעדע וואך א געווענדליכע מענטש קען עס באווייזן מיט א שטארקע קבלה,
אדרבה יעצט איז די צייט זיך אפצומאכן אז שוין פון די וואך ענדיגט מען גאנץ חומש רש"י!
אדרבה, אז מען קען איז גוט. דא רעדט מען דאך ווי פארשטענדליך פון די וואס קענען נישט פאר סיי וועלכע סיבה.
לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

להחיות האט געשריבן:
winner האט געשריבן:
איך וויל נישט אינטערייסן אבער רוב מענטשן קענען לערנען פיל פיל מער ווי ביז שני, פארשטייט זיך אז עס דארך קומען מיט א פשוטע שטארקע קבלה יעבור עלי מה גייט מען ענדיגן חומש רש"י אז מען לערנט עס פשוט דארף עס נישט נעמען לאנג און מאכן א סדר אויף ביז שני איז גוט און בעסער ווי גארנישט אוודאי, אבער מאכן א קאמפיין דארף מען אויף ענדיגן חומש רש"י יעדע וואך א געווענדליכע מענטש קען עס באווייזן מיט א שטארקע קבלה,
אדרבה יעצט איז די צייט זיך אפצומאכן אז שוין פון די וואך ענדיגט מען גאנץ חומש רש"י!
דיע קבלה האב איך שוין געמאכט די לעצטע עטליכע יאר, און ס'האט אנגעהאלטן פון אסתר תענית ביז פורים
דאס יאר עמיר פראבירן דיע אופן בעז"ה
א וואך וואס איך האב מער צייט וועל מיר פראבירן צו לערנען מיט מער מפרשי התורה און א וואך וואס פאנפעט אונטער עמיר פראבירן כאטשיג חומש מיט רש"י
אט אזוי! ודפח"ח!
לימוד חומש רשי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 4:05 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לימוד חומש רשי »

אני הקטן האט די וואך געלערענט - דערווייל - 15 פסוקים שוין ב"ה. אבער מיט ווייניגער מפרשים ווי אין אלגעמיין זינט מען רעדט פון פינף פסוקים א טאג, און עס איז געווען יו"ט.

דאס איז די אויפטו פון די פראגראם פון די סדר. עס איז זייער פלעקסיבעל. מען קען פארברענגן יעדן טאג פון ממש צוויי דריי מינוט ביז אפילו שעות, לויט די צייט און חשק. ווי אויך, אפילו מען פארפאסט א טאג איז זייער גרינג משלים צו זיין. איך בין די וואך מיט פינף פסוקים אונטערשטעליג - מיטוואך וואלט מען שוין געדארפט האלטן ביי 20 פסוקים לויט די מספר פסוקים די וואך ביז שני - אבער שמחת תורה האב איך נישט געהאט די צייט.
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

ישר כח גדול פאר די געדאנק גיי מיר זיך שוין זעצן לערנען
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

עצה טובה: אויב פלאנט איר צו לערנען יעדן טאג נאך שחרית, אפשר איז כדאי אויסצורעכענען נישט צו לערנען מאנטאג און דאנערשטאג, די טעג וואס מ'זאגט תחנון און ס'דא קריאת התורה. די דאווענען דויערט עטליכע מינוטן לענגער. די מטרה פונעם סדר איז עס זאל זיין גרינג צו תופס זיין - תפסת מרובה לא תפסת! מאנטאג און דאנערשטאג קען מען אפשר ביי קריאת התורה איבערגיין אין קאפ די פסוקים וואס מען האט דאס יאר געלערנט... (ביז שני)
סך הכל תגובות: 999
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4096
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

סובסקרייבד
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: סדר לימוד חומש - נייע געדאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

גאר גוטע געדאנק! זעמיר אין.
מיין חלק אינעם שמועס...
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”