פאליטישע קלאץ קשיות

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פעטע פישל
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2022 7:40 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטע פישל »

Kollel האט געשריבן:
פעטע פישל האט געשריבן:
וויפיל קאנגרעס מידגלידער איז דא ס"ה?
435
שכח ראש הקוילעל

סא קומט אויס 218 איז רוב
א גריס פונעם לויתן
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9428
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פעטע פישל האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
פעטע פישל האט געשריבן:
וויפיל קאנגרעס מידגלידער איז דא ס"ה?
435
שכח ראש הקוילעל

סא קומט אויס 218 איז רוב
קארעקט.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11471
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
צ"ק
וויאזוי ארבייט א רייט אין ביי אלעקשאן'ס?
וויאזוי ווייסט מען פון וועמען מ'רעדט, ספעציעל אויב ס'דא צוויי מיט דעם נאמען? מ'שרייבט אן אדרעסס? אדער וואס?
מ'שרייבט נישט קיין אדרעס, נאר אזוי ווי בדרך כלל געווינט נישט קיין רייט אין קאנדידאט מאכט נישט אויס וועם ס'מיינט.

אין קרית יואל איז טאקע געווען אזא פרשה יעצט ווען ס'איז געווארן א טאון, מ'האט געדארפט שטימען פאר דזשאדזשעס און פארשטייט זיך אז די ווילעדזש האט נישט געהאט וועם אריינצולייגן האבן זיי עס געלאזט ליידיג, זיי האבן אבער נישט געוואלט ס'זאל קומען איין חכם און אריינשטעלן זיין נאמען, האבן זיי גענומען א גרופע בחורים און זיי געהייסן אריינשרייבן יואל ווייס אדער יואל שווארץ איך דענק נישט פונקטליך, און די טאון זיכט נאך יעצט ווער דאס איז.
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

יקוש פייוויש האט געשריבן:
ר׳יפובליקען א׳ין נ׳עים א׳נלי
עפעס אנדערש האט געשריבן:
קאנדידאטן וואס לויפן אלס רעפאבליקאנער, אבער שטעלן זיך נישט צו צו די רעפאבליקאנע אגענדע, אדער גייען מיט מיט די דעמאקראטן, אויף זאכן וואס די דעמאקראטן וואלטן זיך קיינמאל נישט צוגעשטעלט צו די רעפאבליקענס.
א דאנק!
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
שלג כצמר האט געשריבן:
צ"ק

וואס מיינט ריינאס?
קאנדידאטן וואס לויפן אלס רעפאבליקאנער, אבער שטעלן זיך נישט צו צו די רעפאבליקאנע טראמפ'ס אגענדע, אדער גייען מיט מיט די דעמאקראטן, אויף זאכן וואס די דעמאקראטן וואלטן זיך קיינמאל נישט צוגעשטעלט צו די רעפאבליקענס .
די לעצטע זאץ איז בעיסט אויף וואס? האבן דעמאקראטן אין קאנגרעס / סענאט קיינמאל נישט מיטגעארבעט מיט רעפאבליקאנער אויף קיין זאך? ס'ערשטע מאל מ'פירט דורך אומפארטייאישע בילס אין אמעריקעס היסטאריע?
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3952
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

nodeJS האט געשריבן:

דו שטרייכסט אויס וואס איך שרייב, און דערנאך פרעגסטו קשיות דערויף.
ריינא'ס זענען שוין געווען סאך פאר טראמפ, און זיי זענען טאקע די וואס האבן געמאכט טראמפ.
די רעפאבליקען המון עם איז שוין געווען פעד אפ מיט די שוואכלינגען רעפאבליקאנער, וואס האבן צוגעשאקעלט צו אלעס וואס די דעמאקראטן האבן געוואלט, אבי צו קענען האבן אן אינטערוויא אויף סי ען ען, און זיך צוגעכאפט צו טראמפ ווען ער האט אוועק געשטעלט די רעפאבליקאנע פארטיי מיט ביינער, און ווי וואונדערליך עס הערט זיך, געפיקט דעם דרויסנדיגען טראמפ איבער 15 אנדערע געפאלישטע לאנג יעריגע רעפאבליקאנע קאנסערוואטיווע פאליטיקאנטן.
און איך האב בדוקא געשריבן: "אויף זאכן וואס די דעמאקראטן וואלטן זיך קיינמאל נישט צוגעשטעלט צו די רעפאבליקענס". איך פארשטיי אויך אז עס איז דא זאכן אויף וואס מען קען זיך דורכקומען. אבער דו וועסט נישט זען ביי די דעמאקראטן צו פארקוקן אויף די פארטיי'ס פודאמענטאלע אגענדעס, לעומת די רעפאבליקען ריינא'ס.
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

דאס פרעג איך דיר וואס האבן זיי פארקוקט פונדאמענטאל?
איך ווייס אז זיי האבן זיך אנגעפיפן אויף טראמפ און מיט געארבעט מיט די דעמס אויף פארשידענע בילס, וואס יעדער נארמאלער מענטש האט געהאלטן אז עס איז וויכטיג און ריכטיגע, ווי קאוויד העלפ און אינפראסטרוקטור, און זיי האבן טאקע זיך געשטעלט און זיכער געמאכט ארויסשניידן זינלאזע קליימאט ספענדיג וכדו' וואס איז געווען אין די דעמס פלאן, און לכבוד דעם איז טאקע אראפ די ביל פון די ארגינעלע 3 טריליאן צו ארום 1 טריליאן. אבער וואו איז די פונדאמענטאל זאכן?
קען זיין איך געדענק נישט גוט אדרבא מאך מיר קליגער.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

איינער וואס שטופט דעמאקראטישע ריזיגע ספענדינג בילס אבער קען נישט צושטעלן אביסל פאנדינג פאר א וואנט צו פארזיכערן דעם גרעניץ קען מען מיט רעכט אנרופן א ריינאו, גארנישט מיט טראמפ צו טון.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

בתנאי דו האלטסט אז בויען א וואנט איז א רעפאבליקאנע פונדאמענט...
אין מיינע אויגן איז עס נישט מער ווי א טראמפ פראפאגאנדע.
די איינציגסטע עכטע סאלושאן צום בארדער סעקיוריטי קריזיס איז דורך איבערמאכן אמעריקעס אימיגראציע סיסטעם פון סקרעטש. אזאך וואס "ביידע פארטייען" האלטן נישט ביים טון, און וועט ווארשיינליך נישט געשען אין די נעקסטע 100 יאר.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

דו פערזענליך קענסט האלטן אז ס'איז בלויז פראפאגאנדע, ס'טוישט אבער נישט די פאקט אז דאס איז געווען א אנגענומענע מיינונג פאר לאנגע יארן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

פאר לאנגע יארן? געדענק איך נישט קיינמאל רעדן פון דעם פאר טראמפ. (קען זיין כ'געדענק נישט ריכטיג)
גרעניץ סעקיוריטי און אימיגראציע קאנטראל יא. דייקא א וואנט נישט.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

די קעגנערשאפט פון די רעפובליקאנער צוצושטעלן די געלטער פארן וואנט איז געווען צוליב זייער שטארקע טראסט אין טראמפ אז מעקסיקא גייט עס באצאלן..
סנטרל פארק
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2022 12:50 am

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סנטרל פארק »

ווען הייבט זיך נארמאל אן די פריימערי סיזען אין ווי פרי איז טראמפ??
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

nodeJS האט געשריבן:
פאר לאנגע יארן? געדענק איך נישט קיינמאל רעדן פון דעם פאר טראמפ. (קען זיין כ'געדענק נישט ריכטיג)
גרעניץ סעקיוריטי און אימיגראציע קאנטראל יא. דייקא א וואנט נישט.
אין 2006 האבן 23 דעמאקראטישע סענאטארן, אריינגערעכנט אבאמא, קלינטאן און שומער, געשטימט פאר די סעקיור פענס עקט וואס האט באשטעטיגט דאס בויען א וואנט ביים דרום גרעניץ. צו ס'איז ממש די זעלבע זאך ווי טראמפ'ס וואנט? קען זיין ס'איז דא חילוקים, אבער די קאנצעפט פון א וואנט איז בלויז מיט צען יאר פריער געווען א פארשטענדליכע זאך ביי דעמאקראטן און איז פלוצלינג געווארן א חוכא ואיטלולא אפילו צווישן רעפובליקאנער ווייל טראמפ האט עס אויפגעברענגט.

איבער די עצם נושא, לאו דוקא מיט די וואנט און לאו דוקא מיט טראמפ, א רעפובליקאנער פירער וואס געט גרינגער נאך גרויסע בילס פאר א דעמאקראטישער פרעזידענט ווי קליינע בילס פאר א פרעזידענט פון זיין פארטיי האט נישט וואס צו זיין פירער.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

די "קליינע חילוקים" מאכן די גאנצע חילוק ודו"ק.
באט איי היער יור פוינט.
Clever code does not necessarily create clever Software
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

סנטרל פארק האט געשריבן:
ווען הייבט זיך נארמאל אן די פריימערי סיזען אין ווי פרי איז טראמפ??
עכט בערך א האלבע יאר ארום

ווארען (איינער געדענקט נאך?) האט ענאונסד דעצעמבער 2018 און עס איז געווען זייער פרי

געווענליך טוט עס איינער וואס איז נישט זיכער וואס דער מארגן וועט ברענגן און מיטן מעלדן האפט ער אפצוהאלטן אנדערע וועלכע וואלטן זיך נישט געזוכט צו פארמעסטן מיט זיי

טראמפ האט דא נאך א סיבה, ער געט ווערן אינדייטעד עני דעי סאו האפט ער אז ווי פריער ער מעלדט וועט די (אומ)יוסטיץ דעפט האבן מער פרעשור נישט צו אנקלאגן
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

nodeJS האט געשריבן:
די "קליינע חילוקים" מאכן די גאנצע חילוק ודו"ק.
באט איי היער יור פוינט.
ס'קען זיין, כ'האב נישט אריינגעקוקט אין די דעטאלן, אבער דאך זעסטו אז די קאנצעפט פון א וואנט איז א אלטע זאך.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע:צװישן טעאריע און פאקט

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

וואס מיינט אידענטיטעט פאליטיק?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

Kollel האט געשריבן:
פעטע פישל האט געשריבן:
וויפיל קאנגרעס מידגלידער איז דא ס"ה?
435

סתם פאר אינטרעסאנטקייט, ס'איז דא 435 קאנגרעס מיטגלידער מיט שטים רעכטן, צו דעם איז דא נאך 6 מיטגלידער וואס האבן נישט קיין שטים רעכטן. זיי קענען נאך אלץ ארויפברענגן געזעצן, שטימען אין קאמיטיע, און דעביטירען אלע געזעצען אין קאנגרעס. אה שיעור פארגעסן, זיי מעגן אויך שיקן פאסט אן לייגן א סטעמפ…

זיי זענען די דעלעגאטען פון
וואשינגטען די. סי.
גואם
סאמאו
מאריאנע אינזלין
ווירדזשין אינזלין

און צוגאב איז דא די רעזידענט קאמישינער פון פורטא ריקאו, ענדליך צו די דעלעגאטען, די גרעסטע חילוק איז, אז די קאמישנער'ס טערמין איז 4 יאר, און איז די איינציגסטע מיטגליד אין קאנגרעס וואס די טערמין איז 4 יאר און נישט 2.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9428
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

בבקשה האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
פעטע פישל האט געשריבן:
וויפיל קאנגרעס מידגלידער איז דא ס"ה?
435

סתם פאר אינטרעסאנטקייט, ס'איז דא 435 קאנגרעס מיטגלידער מיט שטים רעכטן, צו דעם איז דא נאך 6 מיטגלידער וואס האבן נישט קיין שטים רעכטן. זיי קענען נאך אלץ ארויפברענגן געזעצן, שטימען אין קאמיטיע, און דעביטירען אלע געזעצען אין קאנגרעס. אה שיעור פארגעסן, זיי מעגן אויך שיקן פאסט אן לייגן א סטעמפ…

זיי זענען די דעלעגאטען פון
וואשינגטען די. סי.
גואם
סאמאו
מאריאנע אינזלין
ווירדזשין אינזלין

און צוגאב איז דא די רעזידענט קאמישינער פון פורטא ריקאו, ענדליך צו די דעלעגאטען, די גרעסטע חילוק איז, אז די קאמישנער'ס טערמין איז 4 יאר, און איז די איינציגסטע מיטגליד אין קאנגרעס וואס די טערמין איז 4 יאר און נישט 2.
אפשר ווערעך מיר א קאנגרעססמאן..?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
וואס מיינט אידענטיטעט פאליטיק?
דאס איז א פאליטיק וואס לייגט א שטארקע געוויכט אויף די אידענטיטעט פון די מענטש אנשטאט אויף די פאליסיס פון די מענטש.

למשל, איינער וואס וועט זיך זארגן פאר די שווארצע, וועלן זיין אזעלעכע וואס וועלן גלייך שטיצן איינער וואס נעמט זיך אן פאר די שווארצע.

נאך א משל, איינער וואס ניצט אידענעטיטעט פאליטיק, וועט שטיצן די בלעק לייוו מעטטערס מאוומענט, פשוט וויבאלד מען רעדט פון שווארצע און מען נעמט זיך אן פאר די -לשיטתו- אונטערדרוקטע שווארצע, משא"כ א צווייטע, קען אויך שטיצן די בלעק לייוו מעטטערס מאוומענט, אבער בלויז ווייל ער האלט -לשיטתו- אז די פאליציי איז צו ברוטאל, און דאס אז ע"פ רוב איז דאס קעגן שווארצע, גייט עם לאו דוקא אן.

אידענטיעט פאליטיק ווערט געניצט דורך די לינקע אויף א פאזיטיווע אופן (דהיינו וויבאלד די ביסט א שווארצע, וועל איך זיין פאזיטיוו צו דיר), און ווערט געניצט דורך די רעכטע אויף א נעגעטיווע אופן, כהיום יום, ווערט אבער אידענטעט פאליטיק גענוצט פיל מער דורך די לינקע פון וויפיל עס ווערט געניצט דורך די רעכטע (אנטיסעמיטען און אנטי שווארצע כאטש ס'איז דא, ציילט זיך עס פיל ווייניגער פון די לינקע אידענטיעט פאליטיק שפילער).
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פון די לינקע איז פונקט אזוי דא א נעגאטיווע חלק קעגן די ווייסע.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
פארבלענדעניש
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:51 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבלענדעניש »

וואס מיינט אוממאראלישע לעבנסשטייגער?

איך האב געהאט פארשטאנען אז עס האט עפעס מיט משנה הבריות אבער וואס מיינט באשטעטיגטן אזא ביל אויב עס איז מאראליש אדער נישט למאי נפקה מינה?
copy cut share select all
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3952
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

פארבלענדעניש האט געשריבן:
וואס מיינט אוממאראלישע לעבנסשטייגער?

איך האב געהאט פארשטאנען אז עס האט עפעס מיט משנה הבריות אבער וואס מיינט באשטעטיגטן אזא ביל אויב עס איז מאראליש אדער נישט למאי נפקה מינה?
M.jpg
M.jpg (55.55 KiB) געזען 453 מאל
פארבלענדעניש
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:51 pm

Re: פאליטישע קלאץ קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבלענדעניש »

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איר מיינט צו מרמז זיין.

'אוממאראלישע לעבנסשטייגער' איז א ווארט וואס מען ניצט אויף אידישע וועלט טאג איין טאג אויס, היצטער פרעג איך דא וואס דאס מיינט

אויב קען מען דאס נישט אויסשמועסן איז נישט.
copy cut share select all
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”