וויפיל קאסט א בעל בתי'שע (נישט גבירישע) חתונה?

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לייכט טורעם
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 17, 2022 1:08 am

Re: וויפיל קאסט א בעל בתי'שע (נישט גבירישע) חתונה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייכט טורעם »

לויט מיין עקפיריענס איז שוין כמעט נישט מעגליך חתונה צומאכן כהיום אונטער 80 טויזענט דאללאר.
באלייכטן דיין ארום מיינט נישט אייביג ליכטיג מאכן דיין ארום, עס מיינט אויך אמאל לייכט מאכן פאר דיין ארום .
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: וויפיל קאסט א בעל בתי'שע (נישט גבירישע) חתונה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

מאתים האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:
איך ווארט די טאג זאל קומען ווען נישט יעדע שמויגער זאל מיזען למען השם מאכן א ״באלעבאטישע חתונה״

עס קען צומאל אדורך גיין ביי מיין מנין שחרית צען אדער אפילו צוואנציג אידן פאר הכנסת כלה, פון בחורים און אינגעלייט ביז אכציג יעריגע, און דאס איז רובו ככולו אידן פון דאהי.

זאג דו מיר אויב אונז זענען נישט באנקראט
ליהווי ידוע אז גיין נאך געלט פאר א שיינע רוב כלל ישראל איז א מציאת, על אף מזאל חתונה מאכן פשוט אן קיין לוקסעס און אט די מצוה פון הכנסת כלה דערהאלט אונז דא אין גלות, ווי צדיקים האבן געזאגט אז אמאל איז געווען תורה און שפעטעטר עבודה און היינט האלט זיך די וועלט אויף גמילות חסדים, יא דאס אונזער קיום אויף דעם שטייען מיר , נאר, יעדע יחיד פאר זיך דארף טוען און זעהן אז ער זאל נישט צוקומען צו מענטשן,
היינט קאסט חתונה מאכן ארום 70 אלפים ווי די דרייסט עס פשוט און פלעין, כבין עס שוין דורך ב"ה ביליג ארום 65 טויזענט, געבארגט און געדרייט און אביסל גענומען, און גאר א גרויסער חלק כלל ישראל האט נישט די איבירגע 65 אלפים א יאר - און אויך נישט א עקסטערע 10 אלפים א יאר...
איך האב נישט קיין פראבלעים צו געבען ווען א איד בעט, און איך גיב טאקע עד שידי מגעת

איז אבער נישט קיין בושה אז אזוי פיל אידן דארפן אהנקומען צו אנדערע, וואלט נישט בעסער געווען כאטש אביסל ארפאצוברענגען די סטאנדארט?

זייט נישט בזארגט, מיר וועלן נאך היפש קענען מקיים זיין די מצווה פון הכנסת כלה
happyman
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:49 pm

Re: וויפיל קאסט א בעל בתי'שע (נישט גבירישע) חתונה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך happyman »

I was involved this year in 2 weddings (family memebers, using my bank/credit card), both in Williamsburg, both צד החתן

Total cost for each wedding A-Z was $100,000 range
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: וויפיל קאסט א בעל בתי'שע (נישט גבירישע) חתונה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

א ריזיגן ישר כח נאכאמאל פאר די ספרעדשיט, ימים טובים צייט האב איך נישט געהאט עקסטער צייט איבערצוגיין און קמפערן, איך דארף איבערגיין מיינע ארויס נעמען וואס איז פריוואט וכדו' און אויך לייגן, ס'איז א געוואלדיגע חסד
נאר איין קאמענט קודם,
די עצם פאקט אז די מיט דיין משפחה זענען מסודר מיט די זאכן איז שוין א ריזיגע ריזיגע סעיווינג, פון ארום צוואנציג דרייסיג פראצענט, אזוי איז עס, סדר ברענגט סעיווינג און דאס איז די נאטור וטבע העולם והדברים.
דאס אליין גיבט דיר א עקסטערע צוואנציג אלפים ביי חתונה מאכן מרישא לסיפא, און ס'פארענטפערט א גרויס חלק פון די קשיא פארוואס אנדערע קומען אויס טייערער.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וויפיל קאסט א בעל בתי'שע (נישט גבירישע) חתונה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

מאך איך יעצט חתונה, און כ'האב חתונה געמאכט פאריאר אין אזא צייט אויכעט בערך...
אללללעעעסס איז ארויף משוגע,
כ'ציטער צו שרייבן נומערן...
צו פארמיידן הארץ-ווייטאג, האב איך באשלאסן נישט צו מאכן א טאטעל סך הכל..., ווייל ס'וועט מיר נישט קיין סך העלפן [יא יא, עצות פון יונגע שנוקעס האב איך שוין געהערט און געזען גענוג, גאר ווייניג דערפון זענען דורכפירבאר למעשה, מחמת סיבות שונות שאינם ידועים אלא לבעלי נסיון.....]
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 9:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: וויפיל קאסט א בעל בתי'שע (נישט גבירישע) חתונה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

וויאזוי קען זיין אז דער בראוקער האט געקאסט נאר 3 מאות בעת פאר די דירה האסטו אראפ געלייגט קנאפע 6 אלפים? (אנלעס דו האסט גענומען די אפארטמענט 2 יאר פאראויס פאר 3 מאות א חודש... לוינט זיך נאכאלס גראדע).
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: וויפיל קאסט א בעל בתי'שע (נישט גבירישע) חתונה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
בטח האט געשריבן:
אויסגעלאזט די עכטע בלימען פאר די חתונה נאכט נאך א פיר טויזנט דאללער
די זאל שטעלט צו הערליכע פאלשע בלימען בחינם.
פוילער האט געשריבן:
זייער ביליג געצאלט פאר דזולערי.

אגב, ווילאנג צירוק איז געווען די חתונה?
תשפ"ב
ווי זע' מיר האט געשריבן:
וואס טוט זיך מיט צדקות? א בעל בתישע מענטש רייסט מען שטיקער באם חתונה מאַכן...
נישט גערעכנט צדקות וואס קומט פון מעשר עניוועי
פארווייטאגט האט געשריבן:
ווי האט זיך דער שמועס אהנגעהויבן?

1. וועלכע שטאט רעדט מען דא? פארגלייך נישט איינער וואס האט פלאץ פאר אן אויפרוף אין שטוב, צו איינער וואס וואוינט במקום שאין מקום מפני שאינו מקום לגור בו כלל.
פאר דעם אליין קאסט עס נאך 3/4/5/6 אלפים.
וויליאמסבורג, געגעסן די סעודות אינדערהיים ווי מיינע עלטערן האבן געטוהן.
פארווייטאגט האט געשריבן:
2. וויפיל קינדער האט איהר נאך אין שטוב וואס האבן געדארפט נייע זאקען פאר די חתונה? שטייט נאר 500 פאר שיך, וועמען מיינט מען דא? אויב האט איהר אפאר טעכטער, קען עס אליין קאסטן אפאר אלפים מער. וכמו"כ ווען איהר האט א שנה ראשונה פאר פאלק, אדער בדומה לו.
9 קינדער
איך האב נישט גערעכנט בעיסיק שיך, העמדער, בעקיטשעס וואס מען קויפט עניוועי יעדע האלבע יאר.
פארווייטאגט האט געשריבן:
3. קוקינדיג אויפן רשימה, זעה איך עטליכע זאכן וואס איך האב באצאלט ווען איך האב חתונה געמאכט ביליג, וואס שטייט נישט אויפן רשימה דא.
ועוד
למשל?



עניוועי איך בעט מחילה פונעם עולם, פון די קשיות זעט אויס אז איך האב געמאכט א ארימע חתונה אין כמעט די טייערסטע זאל אין וויליאמסבורג מיט איינער פון די פאפולערסטע זינגערס אויסשטאפירט ביי זינגער קלאדינג געקויפט פוניטשור מיט א איטאליענע זיגל ביי שטערנס געמאכט א אויפריף מיט הערינג קיגלען מיט טייערע בראנפן מיט א פענסי מילכיגע פרויען קידוש מיט א פארטי פלענער אויפגענייט קאסטום מעטשינג גאונס פאר די מיידלעך געקויפט שיינע שטריימלעך מיט שווייצער דזשולערי (נישט נאר די מאוומענט) וכו וכו, איי געס א בעל בתישער חתונה קאסט יא 150 טויזענט דאלער.
אדרבה קען איינער ארויפלייגן זיין ספרעדשיעט?
אויף זשולערי זענט איר געגאנגען היבש נידריג.
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: וויפיל קאסט א בעל בתי'שע (נישט גבירישע) חתונה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

צד הכלה האט מסיבת תנאים און שבת שבע ברכות וואס קען צולייגן נאך א 15 אלפים ווי גארנישט...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: וויפיל קאסט א בעל בתי'שע (נישט גבירישע) חתונה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

זאגט מיר איינער אז די חילוק פון ווען ער האט חתונה געמאכט פאראיאר און די יאר די זעלבע סטאנדארד איז ארויף מיט 25,000 דאלער.
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”