זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קליגער מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 5:01 pm

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער מענטש »

קלמי קאהן האט געשריבן:
ווארט! ווארט! ער קומט! ער קומט!,
ער קומט נישט! ער קומט נישט!, האבן די קינדער פון זיין כתה צוריק געשריגן, און זיי זענען טאקע געווען גערעכט די באס האט פארמאכט די טיר און ווייטער געפארן צום חדר.

ר' נחמי' געלב האט זיך געגעבן א שאר אריין מיטן טלית אזוי פאר ברכי, אונטער גערוקט צוויי טישוס אונטערן סידור זיך אויס געקלארט די שטום בענדער און אנגעפאנגען מה טובי, די הכנות פארן, אין אינמיטן, אין נאכן דאווענען, האט פארנומען ביי אים א שטארקע פלאץ, מיט די ריכטיגע סאטמארע מסורה פלעגט ער אפרעכטן לאנגע תיקונים ביז ער איז גרייט געווארן אנצופאנגן די קלאס, ענדליך בערך א האלבע שעה נאך פרישטאג איז ער אריינגעקומען, אויב עס האט גענומען צו לאנג פלעגט ר' מיכל וואלף אריינגעקומען אין אנגעהויבן פארלערנעןן חומש רש"י, אבער די עולם האט זיך ליידער נישט צוגעהערט, ווייל חומש רש"י איז געווען ר' נחמי'ס עיקר עקספערטיז, און יעדע מינוט האט זיך געלוינט צו ווארטן אויף זיינע קלארע שיעורים, מען האט זיך איינגעהאנדעלט פאלדער'ס מיט (לואָס ליף) לויזע בלעטער פאפיר, און מען נאך געשריבן מיט דארשט וואס ר' נחמי' האט נאך געזאגט פון גור אריה, מאירי, ועוד מפרשים, שפעטער ביי ריסעס האט די עולם אויסגעטוישט פאלדער'ס און זיך געשריבן הסכמות איינער פארן צווייטן, יעדער איינער האט פארמאגט א רבנות פאסטן פאר די דאזיגע הסכמות. די מער פראפעסיאנאלע קינדער האבן געהאט פרינטעט לעדער העד'ס מיט רבנישע זיגלען, די אנדערע האבן זיך געמוזט באגיין מיט א טוישער זיגל, די גאר פשוטע האבן אלעס געשריבן מיט די הענט.

שפעטער סוף וואך האבן די טאלאנטפולע קינדער צוזאם גענומען זייערע געשרייבאכצער, און ארויס געגעבן גליונות, פארשטייט זיך באצירט מיט לאגאס און גראפיקס.

ביי מזרח צפון ווינקל פון קלאס איז געווען א רער דערנאך א שראנק (אזוי האב איך בקבלה פון די סדרה צעטל, שראנק נישט שאנק), צווישן דעם רער אזוי אויפן שראנק איז געווען כל מיני מודעות וואס די קינדער האבן זיך באנוצט צו לאזן וויסן זייערע חברים אז ביי אים קען מען באקריגן א סולם פאר אכט סענט (מער איבער דעם שפעטער) אדער אז מען האט געעפנט א ספרים בינדעריי א.דג.

דער אויבנדערמאנטער רער איז געלאפן אויף אראפ צו די כתה פון ר' יואל טעלער, אין אז א קינד האט געשפירט פאר וויכטיג צו מאכן אינטן לעבעדיג האט ער עס אנגעפאנגען שאקלן, איינמאל אזוי אינמיטן שאקלן האט ר' אברהם יענקל פארהערט די אונטערשטע כתה, ער איז ארויף געלאפן אויבן געכאפט דעם באגאבונט רויט האנטיג פיין מכבד געווען און ביי דעם האט זיך עס גענדיגט,

שטעלפארטרעטער פלעגן אפט קומען פאר לענגערע צייט אפשניטן ביי אונז, נעבעך פאר דעם אינגערמאן וואס האט באשלאסן איבערצולאזן כולל צו אויספרובירן אויב דאס מלומדות איז געאייגענט פאר אים, אונזער כתה איז שוין געווען אויף לויזע שרויפן אזוי אויך, יעצט האט מען נאר צוגעלייגט אויל צום פייער, צו איז דאס געווען ווען איינער האט אינטער געלייגט א פראש אינטער א צווייטן'ס באנק, אדער אנגעפילט די כתה מיט היישעריקן, איינער האט אראפ גענידערט דאס בענקל ביז אינטן אין ארויף געלייגט א בערעלע, א צווייטער האט אן אנדערער מאל צוטיילט דאס בענקל און צווייען, צוריק געשטעלט אויפן פלאץ כאילו דא וואלט גארנישט געווען, ר' אברהם יענקל איז דערנאך אריינגעקומען פארהערן ער האט זיך ארויף געזעצט אויפן בענקל, ער האט זיך כמעט אינגאנצן איבערגעדרייעט ווען ער וואלט זיך ווען נישט געכאפט ביים וואנט.

בכלל איז דאס בענקל געווען ר' נחמי'ס מעטאד פון טראנספארטאציע, א ווילדע שטופ געגעבן מיט די פיס און געפלויגן ביז די אנדערע עק כתה, אין מכבד געווען דאס באדערפינדיגער, ביז איין חכם האט געהאט גענוג און האט אפגעטון איטליכע רעדער און אזוי פארשטייטערט דאס פלי-בענקל.

איינע פון ר'נחמי'ס פילע טאלאנטן איז געווען, אויפלעבן אלטע סאטמארע ניגונים וואס אפילו בשעתו ווען עס איז פארפאסט געווארן איז עס געווען אומפאפולער, ער האט פארמאגט א אלטע טעיפריקאדער מיט װאס ער האט פארגעשפילט, א חסוף פאר חנוכה, די ארגינעלע וועג פון די נענועים ניגון, ברוך אלוקני מיט פיר פעלער, א מארש אז ווען די סאלדאטן וואלטן עס ווען געזינגען וואלטן זיי זיך אויסגעגליטשט, אויפן באס צו א טריפ האט ער פאר די מער נייגעריגע אויסגעלערנט א ניגון וואס מען האט געזינגען פארן קריג אינדערהיים .

נאך אלעם איז רבי נחמיה געווען פון די בעסטע צייטן אין חדר, אסאך האט מען קונה געווען ביי אים, אוי איך וואלט צוריקגעגאנגען אין חדר נאר צו אים.
Kalmi kalmi
קליג קען יעדער זיין "קליגער" קען נישט יעדער
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

נאך פיקטשערס ביי א טריפ,
נישט לייגן נעמען פון קינדער,
ביי איין טריפ, קען זיין די, איז די מנהל רבי מעכיל וואלף געשטאנען מיט די האנט מייק אין די האנט ביי די גאו קארס, און איין אינגל האט בטעות אריינגעזעצט אין אין, מיט ניסים איז גארנישט געשעין,
אטעטשמענטס
בני יואל חדר
בני יואל חדר
8119.jpeg (255.73 KiB) געזען 3153 מאל
בני יואל חדר
בני יואל חדר
8117.jpeg (273.83 KiB) געזען 3153 מאל
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זיסע זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

קלמי קאהן האט געשריבן:
רבי ליפא וואלנער ער האט געהאט מעשיות פון די עשרת השבטים ,און מיליטער, עס איז געווען א געשמאקע מצב אין זיין כתה, אויך האט ער געהאט א סדר פון פארהערן פאר די פארהער, יעדע אינגל באזינדער,
די טיר געט זיך א מאך אויף, קינדער פליען אריין, די רבי קומט! די רבי קומט! א מינוט שפעטער עפענט זיך די טיר מיט א געזאנג: שיעעעור המעלות בשוב השששם,רבי ליפא שפאנט אריין זינגעדיג אין כתה, ברוך הבא צו די געשמאקע כתה פון רבי ליפא וואלנער, א חסיד פון שארמאשע רב זצ"ל, ער פלעגט כסדר רעדן פון אים אין קלאס.

ביי רבי ליפא האט מען געלערנט משניות, ער פלעגט זיצען מיטן בענקל פאר די טיש,זיך אנכאפן אין די הענטלעך און זיך שאקלען אהין אהער שנעלערהייט, אדער פלעגט ער שפאצירען אין די כתה בשעת ער זויבערט זיך די שטארקע פלאס גלעזער, מיר קינדער האבן זיך געווינדערט פארוואס די רבי דארף א טיש אויב ער זיצט פארן טיש,
אויך פלעגט ער פארלערנען כולל ענינים אין א ווייסע באנד וואס איז געלעגן אויף א הויעכע שעלף, ער פלעגט עס סוף טאג א נעם טוהן און פארלערנען עטליכע שטיקלעך, רבי ליפא פארמאגט א גאונישע קאפ פיל מיט ידיעות,

יעדע מיטוואך האט זיך אנגעהויבן זיינע פארהערס, מיטוואך האט מען געקענט אליינס קומען צו זיין טיש און זיך פארהערן, דאנערשטאג האט ער שוין גערופן נעמען, מען פלעגט שטיין ביים טיש מיט א פארכט און מורא, און ער פלעגט שנעל פארהערן, די מיטוואך קינדער זענען אריבער שנעל און רואיג, די דאנערשטאג קינדער האט מען מער אויסגעפרעגט, אויב האט מען נישט געקענט איז געקומען אזאלעכע גאונישע שוואכע פעטשלעך, נאך פאר די האסט געכאפט וואס עס איז געווען איז עס שוין לאנג געווען אריבער, און מען האט שוין פארהערט א צווייטן,

רבי ליפא האט געהאט ביי זיך א באנד פון די סיפורים נפלאים באידיש און ער פלעגט אזוי מיט איין פיס אויפן צווייטן פארציילן מעשיות פון ל"ו צדיקים און כל מיני מיסטעריעס, אויב א העליקאפטער איז דורכגעפלויגן האט זיך די גאנצע קלאס אפגעשטעלט און געהערט א שיעור איבער די מלחמה אין אפגאניסטאן, און אז מסתמא איז דאס א מלחמה העליקאפטער וואס פליט יעצט קיין וועסט פאוינט.. די קינדער זענען דארט געוואר געווארן כל מיני היסטאריע און מיסטעריעס וואס די וועלט פארמאגט,
די אינדיאנער פון אמעריקע, די בעל התכלת, די עשרת השבטים, די אמעריקאנע מיליטער, ל'ו צדיקים,
ער האט פארציילט א מעשה פון קיוויאשד, אלע קינדער האבן די קומענדיגע פאר טאג פראבירט נאכצוזאגן די ווארט,

אויך פלעגט זיין אין חדר א קונטרס מיט מעשיות, איך האב פארגעסן די נאמען, מען פלעגט עס געבן פאר יעדע מלמד ער זאל קענען פארציילן מעשיות פאר די קינדער, ער פלעגט זיך אוועקזעצן דערמיט, און פארציילן, און מוסיף זיין כל מיני מיסטעריעס..

דארט אין זיין כתה האט מען זיך אויך געלערנט שרייבן אידיש, מען פלעגט זיצען ביי שיינשרייבן און שרייבן איינער דעם צווייטנס ביכער, ווער עס האט נישט געקענט מאכן א "ף" אדער "ץ" פלעגט בעטן א חבר זאל עס אריינשרייבן... דערנאך פלעגט עס די מנהל רבי אברהם יעקב דורכגיין און צישרייבן הגהות, שפעטער האט די מנהל געקויפט זיגלעך "אויסגעצייכנט" "כמעשה" און נאך ...
אויך האט רבי ליפא אויסגעלערנט די הלכות פון משיב הרוח וכו',
פון רבי ליפא האב איך גאר גיטע זכרונות, זיינע מעשיות געדענק איך נאך ביז היינט.
אטעטשמענטס
רבי ליפא וואלנער.
רבי ליפא וואלנער.
08210003-01-01.jpeg (91.5 KiB) געזען 3052 מאל
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

"ובן משק ביתי" זאגט רש"י קען מען טייטשען אויף עטליכע מהלכים..., אט די ווערטער קלינגט מיר אין די אויערן בשעת איך טראכט פון די זכרונות פון דער כתה ט' נאכמיטאג מלמד הג"ר חיים יצחק שטויבער,

באקאנט די מעשה מיט נאפאליען ווען ער האט נישט געקענט עפעס נעמען פון א הויעכע שאנק, האט זיך א גענעראל דארט אנגערופן אז ער איז העכער, ער קען עס נעמען, האט אים נאפאליון פאראכטן און געזאגט די ביסט נישט "העכער" די ביסט "לענגער"..
די המלצה קען מען זאגן אויף הג"ר חיים יצחק, די קענסט אים פארהערן גאנץ חומש רש"י רמב"ן ועוד פון שלאף,

רבי חיים יצחק פלעגט זיצען ביים שפיץ פון בענקעל, זיפען פון א טיי און מיט א געשמאק וואס מען טרעפט נישט אזוי, פלעגט ער פארלערנען חומש רש"י, יעדער וואס איז דורכגעגאנגען זיין כתה האט א ידיעה אין חומש רש"י,
איך פלעג אלץ שטיין אין שול און באטראכטן וויאזוי ער לייגט טלית ותפילין, ער פלעגט שטיין ביי די טיש גאנץ אינטען, זיין תפילין בייטל אנגעפילט מיט ספרים, א שווארצע בעג מיט צעטלעך פלעגט זיך אלץ ארויסשטעקן, ער פלעגט נעמען זיינע גרויסע תפילין מיט די "ם" קשר, און בצנעה פארארבעטען מעשים, עטליכע מינוט האט גענימען צו זיכער מאכן אז די תפילין איז ממש גראד מכיוון אינמיטען די אויגן, אלעס מיט א ברען און קאך,

רבי חיים יצחק איז אויך באוויסט געווען אין חדר אלץ א ידען נפלא, ער פלעגט פארציילן איבער רבי מיכאל בער'ס פריוואונגען צו ראטעווען אידן ביים קריג, און וויאזוי די ציונים האבן אים געשטערט,

ער פלעגט פארלערנען רוב סדרה, מען פלעגט קענען מאכן א בחינה אויף חומש רש"י און מען פלעגט באקומען א סלע מיין איך אויב מען האט זיך אויך פארהערט די שטיקל וואס מען האט נישט פארגעלערנט,

אין כתה ט' פלעגט רבי הערשל פאלקאוויטש צו לאנגע געזינטע יארן, א תלמיד פון רבין זצ"ל, די טאטע און זיידע פון א גרויס חלק איינגעשטעלטע און אינגלעך, קומען געבן א שמועס, א זיסער טעם זקינים שמועס, ער איז געזיצען מיט די קוטשמע אויף אזא ווייסע צוזאמלייג בענקעל, ארומגענומען פון ביידע זייטן מיט מלמדים און זיין רבי מעכיל וואלף די מנהל וכדומה, רבי דוד שווארץ פלעגט נאכן שמועס טיילן צעטלעך פאר אלע בחורים און הייסן אפשרייבן וואס ער האט געזאגט, ער פלעגט אוועקלייגן די צעטלעך,
לעצט פארראכטן דורך קלמי קאהן אום דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 2:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

רבי הערשל פאלקאוויטש לאיוט"א
אטעטשמענטס
1667459122007_hsaac0_2_0-01_copy_1040x1382.jpeg
1667459122007_hsaac0_2_0-01_copy_1040x1382.jpeg (268.72 KiB) געזען 2819 מאל
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
ביטערע טראפ
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 21, 2021 2:19 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביטערע טראפ »

קלמי קאהן האט געשריבן:
ווארט! ווארט! ער קומט! ער קומט!,
ער קומט נישט! ער קומט נישט!, האבן די קינדער פון זיין כתה צוריק געשריגן, און זיי זענען טאקע געווען גערעכט די באס האט פארמאכט די טיר און ווייטער געפארן צום חדר.

ר' נחמי' געלב האט זיך געגעבן א שאר אריין מיטן טלית אזוי פאר ברכו, אונטער גערוקט צוויי טישוס אונטערן סידור זיך אויס געקלארט די שטום בענדער און אנגעפאנגען מה טובו, די הכנות פארן, און אינמיטן, און נאכן דאווענען, האט פארנומען ביי אים א שטארקע פלאץ, מיט די ריכטיגע סאטמארע מסורה פלעגט ער אפרעכטן לאנגע תיקונים ביז ער איז גרייט געווארן אנצופאנגן די קלאס, ענדליך בערך א האלבע שעה נאך פרישטאג איז ער אריינגעקומען, אויב עס האט גענומען צו לאנג פלעגט ר' מיכל וואלף אריינגעקומען אין אנגעהויבן פארלערנען חומש רש"י, אבער דער עולם האט זיך ליידער נישט צוגעהערט, ווייל חומש רש"י איז געווען ר' נחמי'ס עיקר עקספערטיז, און יעדע מינוט האט זיך געלוינט צו ווארטן אויף זיינע קלארע שיעורים, מען האט זיך איינגעהאנדעלט פאלדער'ס מיט (לואָס ליף) לויזע בלעטער פאפיר, און מען האט נאכגעשריבן מיט דארשט וואס ר' נחמי' האט נאך געזאגט פון גור אריה, מאירי, ועוד מפרשים, שפעטער ביי ריסעס האט דער עולם אויסגעטוישט פאלדער'ס און זיך געשריבן הסכמות איינער פארן צווייטן, יעדער איינער האט פארמאגט א רבנות פאסטן פאר די דאזיגע הסכמות. די מער פראפעסיאנאלע קינדער האבן געהאט פרינטעט לעדער העד'ס מיט רבנישע זיגלען, די אנדערע האבן זיך געמוזט באגיין מיט א טוישער זיגל, די גאר פשוטע האבן אלעס געשריבן מיט די הענט.

שפעטער סוף וואך האבן די טאלאנטפולע קינדער צוזאם גענומען זייערע געשרייבאכצער, און ארויס געגעבן גליונות, פארשטייט זיך באצירט מיט לאגאס און גראפיקס.

ביי מזרח צפון ווינקל פון קלאס איז געווען א רער דערנאך א שראנק (אזוי האב איך בקבלה פון די סדרה צעטל, שראנק נישט שאנק), צווישן דעם רער אזוי אויפן שראנק איז געווען כל מיני מודעות וואס די קינדער האבן זיך באנוצט צו לאזן וויסן זייערע חברים אז ביי אים קען מען באקריגן א סולם פאר אכט סענט (מער איבער דעם שפעטער) אדער אז מען האט געעפנט א ספרים בינדעריי א.דג.

דער אויבנדערמאנטער רער איז געלאפן אויף אראפ צו די כתה פון ר' יואל טעלער, אין אז א קינד האט געשפירט פאר וויכטיג צו מאכן אינטן לעבעדיג האט ער עס אנגעפאנגען שאקלן, איינמאל אזוי אינמיטן שאקלן האט ר' אברהם יענקל פארהערט די אונטערשטע כתה, ער איז ארויף געלאפן אויבן געכאפט דעם באגאבונד רויט האנטיג פיין מכבד געווען און ביי דעם האט זיך עס גענדיגט.

שטעלפארטרעטער פלעגן אפט קומען פאר לענגערע צייט אפשניטן ביי אונז, נעבעך פאר דעם אינגערמאן וואס האט באשלאסן איבערצולאזן כולל צו אויספרובירן אויב דאס מלומדות איז געאייגענט פאר אים. אונזער כתה איז שוין געווען אויף לויזע שרויפן אזוי אויך, יעצט האט מען נאר צוגעלייגט אויל צום פייער, צו איז דאס געווען ווען איינער האט אונטער געלייגט א פראש אונטער א צווייטן'ס באנק, אדער אנגעפילט די כתה מיט היישעריקן. איינער האט אראפ גענידערט דאס בענקל ביז אונטן און ארויף געלייגט א בערעלע, א צווייטער האט אן אנדערער מאל צוטיילט דאס בענקל און צווייען, צוריק געשטעלט אויפן פלאץ כאילו דא וואלט גארנישט געווען, ר' אברהם יענקל איז דערנאך אריינגעקומען פארהערן ער האט זיך ארויף געזעצט אויפן בענקל, ער האט זיך כמעט אינגאנצן איבערגעדרייעט ווען ער וואלט זיך ווען נישט געכאפט ביים וואנט.

בכלל איז דאס בענקל געווען ר' נחמי'ס מעטאד פון טראנספארטאציע, א ווילדע שטופ געגעבן מיט די פיס און געפלויגן ביז די אנדערע עק כתה, אין מכבד געווען דאס באדערפינדיגער, ביז איין חכם האט געהאט גענוג און האט אפגעטון עטליכע רעדער און אזוי פארשטייטערט דאס פלי-בענקל.

איינע פון ר' נחמי'ס פילע טאלאנטן איז געווען, אויפלעבן אלטע סאטמארע ניגונים וואס אפילו בשעתו ווען עס איז פארפאסט געווארן איז עס געווען אומפאפולער, ער האט פארמאגט א אלטע טעיפריקאדער מיט װאס ער האט פארגעשפילט, א חשוף פאר חנוכה, די ארגינעלע וועג פון די נענועים ניגון, ברוך אלוקני מיט פיר פעלער, א מארש אז ווען די סאלדאטן וואלטן עס ווען געזינגען וואלטן זיי זיך אויסגעגליטשט, אויפן באס צו א טריפ האט ער פאר די מער נייגעריגע אויסגעלערנט א ניגון וואס מען האט געזינגען פארן קריג אינדערהיים .

נאך אלעם איז רבי נחמיה געווען פון די בעסטע צייטן אין חדר, אסאך האט מען קונה געווען ביי אים, אוי איך וואלט צוריקגעגאנגען אין חדר נאר צו אים.
יאפ ר' נחמי' איז געווען מיין באליבסטע רבי, ער איז געווען באמת איבער געגעבן, ער האט כסדר אויפגעלעבט די כתה מיט זיינע אינטרעסאנטע געדאנקען, עס קען זיך דארטן פאר איינעם וואס ליינט עס אז מען מאכט חס ושלום חוזק פון אים, דער אמת איז עס איז געשריבן אביסל קאמיש אין מען היפש אביסל מגזם להנאת הליינער אבער רבי נחמיה איז געווען פון די בעסטע מלמדים, און יעדער וואס האט געלערנט ביי אים וועט דיר דאס מודה זיין.
א שלאג ווארט צו ריאליטעט
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זיסע זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

געווען האט געשריבן:
ביטערע טראפ האט געשריבן:
געווען האט געשריבן:
קלמי קאהן האט געשריבן:
ביטערע טראפ האט געשריבן:
נישטא וואס צוצולייגן
רבי מענדל טארעם, די כתה ב' מלמד, מיט זיינע פישקעס אין חדר, זיינע מעשיות פון איסטנבול... זיין כתה פלעגט גיין מיט גרויסע קאפלעך און ציצית אינדרויסען, ער פלעגט פארציילן די מעשה פון יוסף מוקיר שבת מיט די קוטשמע, און עס דערנאך ווארפן אין די מיסט...
ווי קאנסטו פארגעסן פון זיינע הכנסת אורחים'ס מיט די פינאט-באדער ברויט פרשת וירא...??
ווי אויך דא וואוינט א איד און מיט א פלאם פייער איז ער ארויף געטאנצן אויפן טיש.

פעפער האב איך ליב דער באשעפער האב איך ליב (ליפא שמעלצער האט זיכער גענומען די ניגון פון אים)
און אוודאי נישט פארגעסן די גאלדענע ראזשינקען נאכן טאנצן אוי אוי אוי שבת פרייטאג פארן אהיימפארן...
איך דערמאן זיך יעצט די ניגון, וטהר לבנו "טאטע", וטהר לבנו "פאטער"...
א עבודה איז געווען ווען ער האט געקויפט א פרישע פאסיק למען הרואיגקייט פון די קלאס, ער האט אראפגעשניטן די אייזען פון די עק מיט א מעסער, און ווער עס איז געווען וואויל פלעגט עס באקומען ...
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

גיי מיר ווייטער פארזעצען מיט די "זיסע זכרונות",
א גרויסן שכח פאר אלע וואס העלפן ארויס מיט זכרונות בילדער צעטלעך און קלארמאכונגען, און אנדערע סארט הילף,
מען קען מיר שיקן סיי וואספארא שטאף צו:
[email protected]
און איך וועל עס ארויפשטעלן!!
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

די טיפול מיוחד טרעילאר פון אינדרויסען, מער איבער דעם קוקט צוריק פריער,
אטעטשמענטס
552852.jpg
552852.jpg (374.27 KiB) געזען 2397 מאל
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קליגער מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 5:01 pm

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער מענטש »

@קלמי איז דא צירוק
קליג קען יעדער זיין "קליגער" קען נישט יעדער
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

קלמי קאהן האט געשריבן:
די טיפול מיוחד טרעילאר פון אינדרויסען, מער איבער דעם קוקט צוריק פריער,
נעבן די נירסערי בילדינג?
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

טעוועליך האט געשריבן:
קלמי קאהן האט געשריבן:
די טיפול מיוחד טרעילאר פון אינדרויסען, מער איבער דעם קוקט צוריק פריער,
נעבן די נירסערי בילדינג?
יא, צווישען די בוטשער טרעילער ביים בית החיים, און די נערסערי בילדינג.
חזנות איז מיין ליבלינג.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: זיסע זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

קלמי קאהן האט געשריבן:
קלמי קאהן האט געשריבן:
רבי ליפא וואלנער ער האט געהאט מעשיות פון די עשרת השבטים ,און מיליטער, עס איז געווען א געשמאקע מצב אין זיין כתה, אויך האט ער געהאט א סדר פון פארהערן פאר די פארהער, יעדע אינגל באזינדער,
די טיר געט זיך א מאך אויף, קינדער פליען אריין, די רבי קומט! די רבי קומט! א מינוט שפעטער עפענט זיך די טיר מיט א געזאנג: שיעעעור המעלות בשוב השששם,רבי ליפא שפאנט אריין זינגעדיג אין כתה, ברוך הבא צו די געשמאקע כתה פון רבי ליפא וואלנער, א חסיד פון שארמאשע רב זצ"ל, ער פלעגט כסדר רעדן פון אים אין קלאס..
אן אייניקל פון שארמאשער רב זצ"ל כצ"ל
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זיסע זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

אביונה האט געשריבן:
קלמי קאהן האט געשריבן:
קלמי קאהן האט געשריבן:
רבי ליפא וואלנער ער האט געהאט מעשיות פון די עשרת השבטים ,און מיליטער, עס איז געווען א געשמאקע מצב אין זיין כתה, אויך האט ער געהאט א סדר פון פארהערן פאר די פארהער, יעדע אינגל באזינדער,
די טיר געט זיך א מאך אויף, קינדער פליען אריין, די רבי קומט! די רבי קומט! א מינוט שפעטער עפענט זיך די טיר מיט א געזאנג: שיעעעור המעלות בשוב השששם,רבי ליפא שפאנט אריין זינגעדיג אין כתה, ברוך הבא צו די געשמאקע כתה פון רבי ליפא וואלנער, א חסיד פון שארמאשע רב זצ"ל, ער פלעגט כסדר רעדן פון אים אין קלאס..
אן אייניקל פון שארמאשער רב זצ"ל כצ"ל
איך רעדט פון רבי יואליש, ער איז א אייניקעל פון רבי נפתלי הערצקא.
שכח פארן קלארשטעלן,
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

ליקוטי בתר ליקוטי:
אין די אלטע ווייסע בילדונג ביי רבי דוד שווארץ איז אמאל ארויסגעטאנצן א קעצל פון וואנט בשעת'ן פארלערנען, די מצב איז געווארן לעבעדיג, איך דערמאן מיר יעצט די טעם פון די וואסער גענומען פון די "וואסער קולער", דארטן אין די פארצימער, אגב די באטעלעך פלעגט געניצט ווערן דורך מלמדים פאר פארשידענע משלים און מעשיות,

רבי אח"ד פאלקאוויטש פלעגט עס ניצן ביים מסביר זיין די גמרא פון אלו מציאות די אלע סתירות אויב מען טרעפט פירות נעבן א כלי, האלב אינדרויסען, נאך די כלי, הא דאית לי אוגנין עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ מיינט א זוים.. איך פלעג מיר מוטשען צו פארשטיין וואס א זוים
מיינט...

רבי מענדל טארעם פלעגט מסביר זיין דערמיט כמה מעשיות, א שטייגער ווי וואס א "לאגעל" מיינט,...
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

זאגט די הייליגע רש"י, מלאכים ממש, עכטע מלאכים, "שנאמר" וארובות השמים נפתחו...
ששששש יעדער זאל טייטלען אין זיין חומש ווי מען האלט, הערט זיך א אויסרוף, רבי אברהם חיים דוד פאלקאוויטש ובלשון חבה רבי אח"ד, טעסט יעצט די עולם צו מען האלט מיט די פארלערנען .. ער פלעגט יעדע שטיק צייט אריינרוקן א "שנאמר" אינמיטען פארלערנען אזוי די פארקלאצטע קינדער זאלן נישט אויפכאפן די לעצטע ווערטער, ער פלעגט אסאך מאל באלוינען די קינדער מיט עטליכע פרטות אויב מען האט געוויסט ווי מען האלט,
אזוי אויך ווען ער פלעגט מאכן א הפסקה נאכמיטאג פאר וואסער אדער ביה"כ, פלעגט ער צומאל מאכן א סורפרייז, אז ווער עס האט נישט אויסגערעדט אין "זמן הלימוד" פלעגט ער מאכן א פלאס, אויף זיין חשבון פון יעדענס פרוטת, און א מיינעס פאר ווער עס האט אויסגערעדט...
אזוי פלעגט ער מאכן פארשידענע סורפרייז באנוסעס...

אנדערש ווי אלע רביס פלעגט ער האבן א פונקטליכע חשבון וויפיל פרוטות יעדע אינגל פלעגט האבן, איך שרייב פרוטות, ווייל זייענדיג די ערשטע כתה וואס מען הייבט אן צו טיילן די זוזים, פלעגט ער טיילן בבחינת פרוטה פרוטה מצטרפות, ( עס דערמאנט מיר די רעסיטס פון חדר וואס מען האט געטיילט חנוכה...)
און ווער עס האט סוף יאר געהאט עטליכע זוזים האט זיך געשפירט ווי א וועלטס עושר...

רבי אח"ד איז אויך געווען אויסשטופירט מיט האלב ליידיגע קאפס וואסער אדער טיי, עס פלעגט נאך האבן ממש א טראפ וואסער פון אונטן, און דאס פלעגט ער נוצן ווען איינער האט זיך פארקלאצט, ער פלעגט מכבד זיין יענעם מיט א געצילטע שפריץ, די אינגל פלעגט זיך גיבן א כאפ אויף... די קינדער פלעגן הנאה האבן דאס מיטצוהאלטן און זיי זענען געזיצען שטיל און געהאפט אז די אינגל זאל זיך נישט אויפכאפן פאר די רבי געבט א שפריץ.. די קינדער פלעגן הנאה האבן פון די עקשען ...

א אינטערסאנטע מנהג האט רבי אח"ד געהאט ווארשיינליך ווילענדיג אויסלערנען די קינדער צו זיין שפארזאם, ווען א אינגל האט זיך צוהאפטשוט, און ער האט געברויכט א טישו, פלעג ער דארפן בעטן די רעבע, אסאך קינדער פלעגן ארויפלייגן די האנט אויפן נאז ווען די נאז האט זיי גערינען, פלעג רבי אח"ד הייסן דער באטראפענער צו קומען נעבן די רעבעס טישל, און ווייזן אז די נאז רינט טאקע, ווייל דאס פלעגט זיין א פארטיזאנישע אקט זיך צו מאכן ווי די נאז רינט און מיט די תירוץ זיך ארויסשלייכן פון קלאס נעמען טישוס...
ווי נאר מען האט אויפגעוויזן אז די נאז רינט באמת פלעגט זיך די לעדל אטאמאטיש אויפמאכן און א הויפן ברוינע פאפיר ציריסען אין צווייען האט זיך באקוועם געמאכט אויפן טיש, מען האט געקענט נעמען עטליכע האלבע פאפיר, און זיך דערמיט אפווישען די גאנצע עסק.

רבי אח"ד פלעגט זיין פון די אידן וואס ווי נאר עס שמעקט שוין פון קעלט, פלעגט ער אפיר קראצן די קוטשמע, און דאס איז געווען פלאצירט אויפן קאפ ביז מען האט שוין געזען פרישע גרינע בלעטער שפראצן,

ער פלעגט אויסלערנען די קינדער טייטש פון מחזור מיט די נוסח, און דארטן איז שוין געווען עכטע שנאמר'ס... און ער פלעגט עס אזוי זיס אראפזינגען, טייטלענדיג אין זיין מחזור מיט א חתונה בריוועל פון א חתן וואס קען שוין בר מצוה מאכן, אין קורצן רבי אח"ד איז אויף מיין ליסטע פון זיסע אידן אינעם דור, א חן וואס טרעפט זיך שווערליך נאך דערפון.
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קליגער מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 5:01 pm

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער מענטש »

ווער געדענקט דאס
אטעטשמענטס
IMG-20221122-WA0135.jpg
IMG-20221122-WA0135.jpg (311.09 KiB) געזען 1462 מאל
קליג קען יעדער זיין "קליגער" קען נישט יעדער
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

קליגער מענטש האט געשריבן:
ווער געדענקט דאס
רבי יואל ווייס פלעגט ארומגיין אין די קלאסן נעמען די "איינטריט קארטלעך".. ער פלעגט אויך אנפירען די אינגערע קינדער ביים ארויפגיין אויף די באסעס, אלעס מיט זיין קוטשמע בשעת די אויערנשיצער פון די קוטשמע איז אראפגעמאכט, מיר פלעגט ווינדערן וואס די שטיקל איז געמאכט פאר..
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

קלמי קאהן האט געשריבן:
קליגער מענטש האט געשריבן:
ווער געדענקט דאס
רבי יואל ווייס פלעגט ארומגיין אין די קלאסן נעמען די "איינטריט קארטלעך".. ער פלעגט אויך אנפירען די אינגערע קינדער ביים ארויפגיין אויף די באסעס, אלעס מיט זיין קוטשמע בשעת די אויערנשיצער פון די קוטשמע איז אראפגעמאכט, מיר פלעגט ווינדערן וואס די שטיקל איז געמאכט פאר..
ווען מען פלעגט אויטיילן און חדר די בריוון פאר די עלטערן בנוגע שכר לימוד....
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

איינער שיקט מיר א אימעיל האט געשריבן:
א גוטן,
ראשית כל וויל איך מיר באדאנקען פאר דיינע הערליכע באשרייבונגען און פאר די זיסע זיכרונות וואס די ברענגסט מיר ארויף און נאך מיט א געשמאקע רייכע שפראך אלץ איינער וואס האט געלערנט דארט א יאר אינטער דיר טרעף איך זיך מיט כמעט אלע דיינע זיכרונות, ווי אויך אין ישובה קטנה, כה לחי.

ס'איז נאך דא אסאך אסאך וואס צו שרייבן א שטייגער ווי יואלי וואלדמאן אלץ מעניזשער און וואכאוי וואס אויף אים איז די מוסדות געשטאנען, ווי אויך דאס אז יעדעס מאל וואס איינער האט געדארפט מנין צו איבערבעטן א נפטר פונעם ארטיגען ביה''ח (אזאך וואס האט זיך מער ווי איינמאל געמאכט…) האט מען גערופן די כיתה ט' בחורים, אויך דערמאן איך זיך יעצט פון ר' מנשה בירנבוים'ס לווי', און מאנטאווידעא רב'ס לווי' וואס מען איז געבליבען און חדר ביז ארום 6'ע (אויב איך געדענק גוט) ביז ווען די מטה איז ענדליך אנגעקומען,

און אז מען שרייבט שוין פון מאנטאווידעא רב ווי קען מען פארגעסן די געהויבענע באזוכן פונעם רב, עכ''פ וואס איך געדענק ווי ער האט געפראוועט אין לאנטש רום פון די ציגל בילדינג און דערנאך זענען מיר אלע אריבער און באקומען א טרויבעלע עס איז ציגעגאנגען בערך אזוי, די רב איז שוין געווען זייער שוואך און ער איז געזעצן שיף אנגעלאנט ווען פון אינטער אים זענען געשטאנען א שיינע צאל אידן וויירשיינליך גבאים און בני משפחה און מען איז אדורך געגאנגען אין א צושטיפטע אפיציעל גראדע שורה קימענדיג פון לינקס צו רעכטס און ר' מיכל וואלף איז געשטאנען אויף די רעכטע זייט און געטריבן ''נו נו נישט זיך שטופן…'' און בשעת מעשה ווען די רב האט געהאלטען אינמיטען נעמען אזוי שטאטערהייט איין טרויב האט ר' מיכל וואלף אריין געשטופט אין זיין האנט 5 שטיק און נאך פאר די רב האט געכאפט וואס דא גייט פאר איז שוין די נעקסטע 5 געווען אין זיין האנט אזוי איז עס געפארן ווי א באן בשעת ווען אונז כאפן אפילו נישט וואס דא גייט פאר. אזוי איז דא אסאך זיסע זיכרונות.
עכ''פ וויל איך דיר בעטן ביטע זיי ממשיך ווייל אסאך אידן זענען זיך מחי' און ווארטן שוין ארויס אויף דעם.

איך שרייב אייך דא וויבאלד איך בין נישט איינגעשריבן אין ivelt הצלחה מרובה.
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

טעוועליך האט געשריבן:
קלמי קאהן האט געשריבן:
קליגער מענטש האט געשריבן:
ווער געדענקט דאס
רבי יואל ווייס פלעגט ארומגיין אין די קלאסן נעמען די "איינטריט קארטלעך".. ער פלעגט אויך אנפירען די אינגערע קינדער ביים ארויפגיין אויף די באסעס, אלעס מיט זיין קוטשמע בשעת די אויערנשיצער פון די קוטשמע איז אראפגעמאכט, מיר פלעגט ווינדערן וואס די שטיקל איז געמאכט פאר..
ווען מען פלעגט אויטיילן און חדר די בריוון פאר די עלטערן בנוגע שכר לימוד....
עס ליגט מיר אין קאפ ווען מען האט אויפגענומען רבי.. בראווער פאר שכר לימוד.

די נערסערי בילדינג כהיום.
אויף רעכטס פלעגט זיין די חמלה ואמונה טרעילאר און די בוטשער טרעילער,
דארט ווי די באס איז געפארקט פלעגט זיין די סענד באקס.
אטעטשמענטס
IMG-20221226-WA0036.jpg
IMG-20221226-WA0036.jpg (152.69 KiB) געזען 456 מאל
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

קלמי קאהן האט געשריבן:
טעוועליך האט געשריבן:
קלמי קאהן האט געשריבן:
קליגער מענטש האט געשריבן:
ווער געדענקט דאס
רבי יואל ווייס פלעגט ארומגיין אין די קלאסן נעמען די "איינטריט קארטלעך".. ער פלעגט אויך אנפירען די אינגערע קינדער ביים ארויפגיין אויף די באסעס, אלעס מיט זיין קוטשמע בשעת די אויערנשיצער פון די קוטשמע איז אראפגעמאכט, מיר פלעגט ווינדערן וואס די שטיקל איז געמאכט פאר..
ווען מען פלעגט אויטיילן און חדר די בריוון פאר די עלטערן בנוגע שכר לימוד....
עס ליגט מיר אין קאפ ווען מען האט אויפגענומען רבי.. בראווער פאר שכר לימוד.
רבי מענדל מאיר בראווער
חזנות איז מיין ליבלינג.
אוועטאר
jay
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 20, 2017 9:50 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jay »

קלמי קאהן האט געשריבן:
די נערסערי בילדינג כהיום.
אויף רעכטס פלעגט זיין די חמלה ואמונה טרעילאר און די בוטשער טרעילער,
דארט ווי די באס איז געפארקט פלעגט זיין די סענד באקס.
שוין לאנג נישט די נערסערי
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: זכרונות פון ת"ת "בני יואל" דסאטמאר אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

jay האט געשריבן:
קלמי קאהן האט געשריבן:
די נערסערי בילדינג כהיום.
אויף רעכטס פלעגט זיין די חמלה ואמונה טרעילאר און די בוטשער טרעילער,
דארט ווי די באס איז געפארקט פלעגט זיין די סענד באקס.
שוין לאנג נישט די נערסערי
אמת, איך האב שוין געשריבן דערוועגען, איך שרייב דא די בילדינג כהיום, וויאזוי עס זעיט אויס היינט, נישט אז עס איז נאך דארט.
שכח פארן פארעכטן.
חזנות איז מיין ליבלינג.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”