תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח
ווי געפינט זיך די הרי אררט וואס ווערט דערמאנט אין די תורה?
איז דאס אמת אז מ'האט לעצטנס געטראפען די תיבה?
ווי אזוי האט די תיבה אויס געזעהן?
וואס איז דאס עצי גופר?
אויך וואס איז דאס "כופר" וואס שטייט אין פסוק וכפרת מבית ומבחוץ בכופר?
די ערשטע שאלה איז, בכלל, ווער זאגט אז תיבת נח איז נאך דא, נאך אזוי פיהל טויזענטער יאהרן? אויף דעם וועלן מיר ברענגען א מדרש אין ילקוט שמעוני (אסתר תתרנו אות נה) "יעשו עץ גבוה חמשים אמה והיה המן חוזר ומבקש קורה של חמשים אמה ולא מצאה, אלא קורה שהיתה בתוך ביתו לפי שהיה בנו פרשנדתא הגמון בקרדוניא ונטל נסר אחד מתיבותא של נח שהיה ארכו של נסר חמשים אמה שעשה הקב"ה זכרון בהעולם שידעו דורות העולם שבא מבול לעולם שכן כתיב זכר עשה לנפלאותיו". המן האט געזאגט אז מ'זאל מאכען א בוים פון פופציג אמות הויך און הענגען אויף דעם מרדכי. ער האט געזוכט א בוים פון 50 אמות און נישט געקענט טרעפן ביז צום סוף האט ער גענומען איינע פון די גרויסע באלקענעס פון זיין הויז וואס איז געוועהן לאנג 50 אמות. ווי אזוי קומט דער באלקען אין זיין הויז? ווייל זיין זוהן פרשנדתא איז געוועהן דער מושל אין קרדוניא וואס דארט געפונט זיך די תיבה פון נח און ער האט גענומען פון דארט א ברעט פון 50 אמות. ווייל דער באשעפער האט איבער געלאזט די תיבה פאר אלע דורות צו זעהן אז ס'איז געוועהן א מבול אין די וועלט ווי ס'שטייט אין פסוק "זכר עשה לנפלאותיו" אז דער באשעפער האט געמאכט א געדענקעניש פאר אלע דורות אז די תיבה איז געבליבען מ'זאל געדענקען אז אויב מ'פירט זיך נישט אויף ווי מ'דארף האט דער רבש"ע אמאהל געשיקט א מבול אויף די וועלט.
פון דעם מדרש זעהן מיר עטליכע זאכען, קודם כל אז דער באשעפער האט איבער געלאזט די תיבה מ'זאל דאס קענען זעהן אין אלע דורות. קומט אויס לויט דער מדרש אז לכאורה געפונט זיך נאך די תיבה היינטיגע צייטען ערגעץ אין לאנד פון קרדוניא. תרגום שרייבט אויף "הרי אררט" "הרי קרדו" וואס דאס קען מען זאגען איז קרדוניא וואס שטייט אין מדרש. ווייטער זעהן מיר ווי אין מדרש שטייט אויף עצי גופר "דאעין דקרדינון" האלץ פון קרדוניא. אין יפה תואר א פירוש אויף דעם מדרש שרייבט אז קרדינון איז א פלאץ וואס דארט וואקסט די עצי גופר. אנדערע מפרשים על התורה שרייבן אז דער באשעפער האט געהייסן נח זאל זיך באנוצען מיט "עצי גופר" ווייל ס'איז זייער א גרינג האלץ וואס קען גרינג שווימען אויף וואסער. פונקטליך וואס דאס איז עצי גופר ווייסן מיר נישט. אפילו מיר האבן געטייטשט אין חדר "פומזען האלץ" איז דאס נאך אלץ נישט מוכרח אז דאס איז פומזען האלץ. ווייל "עצי גופר" ווערט דערמאנט נישט מער ווי איינמאהל אין גאנץ תנ"ך דא אין חומש בראשית אין פרשת נח. פון מדרש איז משמע אז די סארט האלץ וואקסט אין די געגענט פון אררט וואס איז קארדוניא. און זעהט אויס לויט דעם מדרש אז נח האט געבויט די תיבה אין יענע געגענט דארט ווי ס'האט זיך געפונען די האלץ. איך האב גיהערט פון געוויסע מנהלים מדקדקים וואס טייטשן אין חדר "עצי גופר" - "גופר האלץ".
ווייסען מיר שוין יעצט נאך א זאך אז נח האט געבויט די תיבה אין די געגענט פון הרי אררט, און עצי גופר איז א האלץ וואס וואקסט אין יענע געגענט.
מיר האבן נאך א ראיה פון תנ"ך אז די תיבה איז געבליבען שטיין פאר טויזענטער יאהרן. ווייל ס'שטייט אז ווען סנחריב איז צוריק פון ירושלים נאך זיין גרויסע מפלה פסח ביינאכט ווען זיי גאנצע ארמעי איז געהרגעט געווארען בחצי הלילה. שטייט (ישעי' לז-לח) "ויהי הוא משתחוה בית נסרך אלהיו וגו'" ער האט זיך געבוקט צו נסרך זיין גאט. שטייט אין גמרא אז נסרך איז מלשון "נסר" א ברעט. ווייל ער האט געהאט א ברעט פון נח'ס תיבה און געמאכט פון דעם אן עבודה זרה.