קריאת התורה וסדר חלוקת הפרשיות

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: קריאת התורה וסדר חלוקת הפרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

יעדער האט געשריבן:
ליבי ובשרי האט געשריבן: שבת פאר ל'''ג בעומר וועסטו לכאו' נישט האבן א מנין אין מירון,
ווי איך פארשטיי איז עס א נייע זאך די מנינים, איר פארפאסט קיינמאל נישט קיין עליה/קריאה? (איך פרעג נישט בדרך ליצנות נאר ארויסצוברענגען אז 'להלכה' איז נישט דא קיין חיוב משלים צו זיין)

אויב איר פארפאסט סוף זמן קר“ש האלט איר אויך אז סוזק“ש איז נישט קיין חיוב?

ארטסקרול,
מען רעדט אז מ'קען נאך משלים זיין, למשל אויב איך פארפאס מיין מנין בין איך מחיוב צו גיין דאווענען ביי א צווייטע ווייל עס איז א חיוב אויף 'מיר' צו דאווענען מיט מנין, משא''כ אויב איך פארפאס הויעכע שמו''ע בין איך נישט מחיוב צו משלים זיין (עס זענען טאקע דא מדקדקים וואס טוען עס), און עס נעמט נישט אוועק פון די חובת הציבור צו דאווענען הויכע שמו''ע.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: קריאת התורה וסדר חלוקת הפרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ליבי ובשרי האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
ליבי ובשרי האט געשריבן: שבת פאר ל'''ג בעומר וועסטו לכאו' נישט האבן א מנין אין מירון,
ווי איך פארשטיי איז עס א נייע זאך די מנינים, איר פארפאסט קיינמאל נישט קיין עליה/קריאה? (איך פרעג נישט בדרך ליצנות נאר ארויסצוברענגען אז 'להלכה' איז נישט דא קיין חיוב משלים צו זיין)

אויב איר פארפאסט סוף זמן קר“ש האלט איר אויך אז סוזק“ש איז נישט קיין חיוב?

ארטסקרול,
מען רעדט אז מ'קען נאך משלים זיין, למשל אויב איך פארפאס מיין מנין בין איך מחיוב צו גיין דאווענען ביי א צווייטע ווייל עס איז א חיוב אויף 'מיר' צו דאווענען מיט מנין, משא''כ אויב איך פארפאס הויעכע שמו''ע בין איך נישט מחיוב צו משלים זיין (עס זענען טאקע דא מדקדקים וואס טוען עס), און עס נעמט נישט אוועק פון די חובת הציבור צו דאווענען הויכע שמו''ע.

קריאת התורה (על הצד עס איז א חובת יחיד) איז א גרעסטערע חיוב ווי מנין.
עס איז אזוי ווי נישט דאווענען בכלל.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28371
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: קריאת התורה וסדר חלוקת הפרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח אלע משיבים
אוועטאר
יעך פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
לאקאציע:אין הימעל

סדר הפרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך פארשטיי »

פארוואס דארפ'ן מיר נאכלויפן א"י מיט די פרשה און האלטן א וואך אינטערשטעליג פארוואס האט נישט גיקענט זיין פרשת אחרי צוזאמן מיט קדושים?
ווער האט געמאכט דער סדר?
אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: קריאת התורה וסדר חלוקת הפרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

לכאורה איז עס ווייל די גמרא זאגט אין מגילה, אז מ'ליינט בחוקותי פאר שבועות ווייל עצרת נמי ר"ה עס זאל זיין תכלה שנה וקלולותיה,

ביי אונז האט מען קובע געווען איין פרשה צווישן בחוקותי און שבועות און איין פרשת צווישן כי תבא און ראש השנה, און גענוג אז אין א"י נשא פאר שבועות, דארף מען נישט מאכן אין חו"ל אויך,
די שאלה איז נאר פארוואס ווען יום ב' דשבועות איז שבת, גייט חוקת בלק צוזאמען אין חו"ל, אבער ווען אחרון של פסח איז שבת בשנה מעוברת גייט חוקת בלק עקשטער, נאר מטו"מ גייט צוזאמען?
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: קריאת התורה וסדר חלוקת הפרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

און אז מ'רעדט דא פון ליינען אין ארץ ישראל, די פרשה פון בני חו"ל,

איך האב געמאכט ב"ה א שבת נאך ל"ג בעומר, א מנין פאר בני חו"ל אין איינע פון די שטעט אין ארץ ישראל,
האט מען מיר גע'פסק'ט אז באמת איז נישט דא קיין חיוב צו ליינען די סדרה פון חו"ל בכלל, און מ'דארף ליינען די סדרה פון בני אר"י, אבער אז מ'וויל קען מען ליינען ביידע פרשיות, אבער נישט ליינען נאר די פרשה פון בני חו"ל,

נאר מ'זאל ליינען סיי בהר און סיי בחוקותי, כאילו עס גייט צוזאמען, דהיינו אז די עלי' רביעי זאל זיין פון סוף בהר ביז אנהייב בחוקותי, וכן עשינו
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: קריאת התורה וסדר חלוקת הפרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שמן זית האט געשריבן: און אז מ'רעדט דא פון ליינען אין ארץ ישראל, די פרשה פון בני חו"ל,

איך האב געמאכט ב"ה א שבת נאך ל"ג בעומר, א מנין פאר בני חו"ל אין איינע פון די שטעט אין ארץ ישראל,
האט מען מיר גע'פסק'ט אז באמת איז נישט דא קיין חיוב צו ליינען די סדרה פון חו"ל בכלל, און מ'דארף ליינען די סדרה פון בני אר"י, אבער אז מ'וויל קען מען ליינען ביידע פרשיות, אבער נישט ליינען נאר די פרשה פון בני חו"ל,

נאר מ'זאל ליינען סיי בהר און סיי בחוקותי, כאילו עס גייט צוזאמען, דהיינו אז די עלי' רביעי זאל זיין פון סוף בהר ביז אנהייב בחוקותי, וכן עשינו

אינטרעסאנט צו וויסן ווער עס 'פסק'נט אזוי.

און צו לדעתו, א מנין בני חו"ל ביו"ט שני אין א"י צו זיי זענען בכלל מחויב מיט קריה"ת.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: קריאת התורה וסדר חלוקת הפרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

סדרות פון די וואך איז אנדערש ווי די קריאה פון יו"ט,

בני מערבא פלעגן ליינען די תורה נאר איינמאל אין 3 יאר, במילא קען מען ליינען באמת יעדע שבת וועלכע סדרה מ'וויל, במילא איז דא מנהג המקום אוחף יעדן פלאץ וואס צו ליינען,

משא"כ יו"ט שני, דארף מען ליינען די קריאה דיומא,

בכלל נישט קיין דמיון,

ווען די סאטמאר רבי זי"ע איז געווען אין ארץ ישראל אין איינע פון די מאל וואס די פרשיות זענען געווען פאריקט מיט א וואך,

האט ער געליינט פארן דאווענען די סדרה פון בני חו"ל אהן ז' קרואים, און ביים דאווענען האט מען געליינט די סדרה פון בני ארץ ישראל, כאטש עס איז מיטגעקומען מיט אים סאך מער ווי א מנין
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: קריאת התורה וסדר חלוקת הפרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

שבת פרשת במדבר (נשא בא"י) ערב שבועות האב איך אויך געמאכט א מנין ב"ה,
און די זעלבע מורה הוראה האט מיר גע'פסק'ט אז די כהן ליינט גאנץ במדבר ביז שני נשא
און יו"ט שני האב איך געמאכט א געהעריגע מנין, כאילו מ'איז אין חו"ל ווי אלע טוען,
אליעזר ב.
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 26, 2019 3:17 pm

Re: קריאת התורה וסדר חלוקת הפרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ב. »

ס'גייט אריין אין די שאלה צו קריאת התורה איז א חובת יחיד אדער א חובת ציבור
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”