די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

יוד
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

מי אדיר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 3:49 pm
דער קאווערט נארסיסיסט

איידער מיר גייען ווייטער, שפיר איך אז מיר מוזן מאכן נאך א שטיקל הקדמה אויסצושמועסן דעם "קאווערט" - באהאלטענע/שטילע נארסיסיסט, ווייל געוויסע זאכן ווערן אביסל אנדערש ארויסגעברענגט ביי זיי, און עס איז שווערער צו אידענטיפיצירן.

דער טערמין פון קאווערט נארסיסיסט, אדער ווי טייל רופן עס אן די "וואלנערעבל נארסיסיסט", "אינטראווערטעד נארסיסיסט", אדער "קלאזעט נארסיסיסט”, האבן ריסורטשערס אויסגעטראפן נאכ'ן באמערקן אז אסאך מענטשן האבן ענליכע שטריכן צו נארסיסיסטן, אבער עס איז פארט נישט אויפ'ן זעלבן פרעכן אופן ווי דער געווענליכער נארסיסיסט. אסאך מענטשן האבן זיך געמוטשעט דערמיט, ווייל מען האט נישט געקענט דערגיין וואס דער ריכטיגער דיאגנאז איז פאר די סארט חברה.

לויט רוב עקספערטן, זענען די באהאלטענע נארסיסיסטן די מערסטע שעדליך און סכנה'דיג, ווייל זיי טוען זייער רשעות פיל מער באהאלטן און אומבאמערקט, אזש עס קען נעמען יארן ביז מען כאפט וואס עס גייט פאר. ביי א אפענעם נארסיסיסט וועט די מאסקע אראפפאלן פיל שנעלער און אזא מערידזש קען זיך ענדיגן נאך געציילטע יארן, ביי די קאווערט נארסיסיסטן קען עס נעמען 20 יאר, און אפילו 30-40 יאר! די גאנצע צייט לעבט דער קרבן אין א נעפל, ער שפירט אז "עפעס" איז נישט אין ארדענונג, ער זעהט געוויסע "רעד פלעגס", אבער איז ממש נישט אומשטאנד אנצואווייזן וואס גענוי איז נישט ריכטיג. די אביוז איז שטארק באהאלטן, אויף א אופן וואס די עקספערטן רופן אן "פאסיוו-אגרעסיוו" (Passive Aggressive), וואס מיר וועלן אי"ה מסביר זיין מער באריכות אין קומענדיגן קאפיטל.

נישט קיין וואונדער, אלזא, אז פילע ריסורטשורס רופן אן די קאווערט נארסיסיסט "א וואלף אין די קליידונג פון א שעפעלע". פון א אפענע וואלף איז פיל גרינגער אכטונג צו געבן, אבער ווען דו זעסט א אומשולדיגע שעפעלע האט נישט דער קרבן קיין שום השגה אז עפעס קאכט זיך אונטער די שעפעלעס הויט.

בשעת דער אפענער נארסיסיסט וועט זיך אפט רעגן, שרייען, רופן דעם קרבן מיט שפעט-נעמען, וועט מען דאס קיינמאל נישט זעהן ביים באהאלטענעם נארסיסיסט. זיי וועלן זאגן זאכן זייער איידל און אפילו מיט א רואיגע שמייכל. צב"ש אויב דער מאן איז אביסל א צופלויגענער, וועט א אפענע נארסיסיסטישע ווייב קענען רודפ'ן "ביסט א צופלויגענער מענטש, מען קען נישט וואוינען מיט דיר", משא"כ די באהאלטענע וועט שיין ארגאניזירן זיין קלאזעט, און ווען דער מאן קומט אהיים וועט זי אים זאגן "איך האב מסדר געווען דיין קלאזעט, ווייל איך זעה אז דו אליינס קענסט זיך נישט מסדר זיין". קוקט אויס ווי גאנץ א נארמאלע סטעיטמענט, אבער דער מאן וועט שפירן דעם שטאך, ווייל דאס איז נישט אן איינמאליגע זאך; עס חזר'ט זיך איבער כסדר.

בשעת ביים אפענעם נארסיסיסט וועט מען כסדר זעהן אז זיי זוכן כבוד און אטענשאן, וועט עס דער שטילער נארסיסיסט קונצליך באהאלטן. זיי וועלן זיצן ביי א שמועס שטיל, אויסהערן יענעם, און נאר רעדן אויב מען פרעגט זיי. זיי שפילן עניוות, כאילו זיי דארפן גארנישט.

א אפענער נארסיסיסט וועט נעמען א גראבן מעסער און אריינשטעכן אינעם נפש אזש עס וועט גיסן בלוט. די באהאלטענע נארסיסיסטן נעמען קליינע דזשילעטן מיט פיצעלע בלעידס און געבן קליינע אומבאמערקבארע שניטן ווען קיינער באמערקט נישט, ניטעמאל דער קרבן אליין, און דער נארסיסיסט שפילט כאילו ער ווייסט נישט וואס גייט פאר. עס איז אבער רשעות'דיג און סטראטעגיש אויסגערעכנט צו צוברעכן דעם קרבן אויף א שרעקליכן פארנעם. דער שליסל ווארט וואס אלע עקספערטן נוצן איז "Subtle" (איך האב נישט דעם ריכטיגן אידישן ווארט דערפאר...), ד.מ. זייער צעביסלעך, שטיל און אומבאמערקבאר. זיי וועלן זייער פארזיכטיג שטילערהייט צוקלאפן דעם שותף, מאניפולירן, אלעס צוביסלעך, אן דעם וואס מען נעמט אינאכט די דעמעדזש.

דער קרבן וועט צוליב דעם לעבן אין א שטערקערע ווייטאג. ער קען נישט אויס'פיגערן וואס עס פאסירט דא. עפעס שמעקט נישט גוט אבער ער קען נישט אנצייגן וואס דאס איז. דער קרבן הערט אויף זיך אליינס צו טראסטן, וויבאלד ער קען זיך נישט אויסרעדן פאר קיינעם ווייל כמעט קיינער וועט אים נישט פארשטיין, מענטשן וועלן אים אנקוקן מאדנע אויף די "מינדערוויכטיגע פראבלעמען", אלזא שפירט ער מורא'דיג איינזאם און פארלוירן, און ער שטארבט צעביסלעך אפ פון אינווייניג מיט א פיינפולע לאנגזאמע טויטע נפש.

אין די פסיכאלאגישע וועלט איז באקאנט די משל פון א פראש וואס שטארבט צעביסלעך. דער משל בקיצור איז, ווען דו ווארפסט אריין א פראש אין קאכעדיגע וואסער, וועט עס גלייך ארויסשפרינגען און זיך גיין אפקילן. טאמער אבער דו לייגסט עס אריין אין ווארעמע וואסער (פרעש גלייכן דאך וואסער) און נאכדעם וועט מען צעביסלעך מאכן די וואסער הייסער און הייסער, וועט די פראש נישט שפירן די סכנה, ער וועט זיך עדזשאסטן זיין אייגענע טעמפעראטור ער זאל קענען פארנעמען די היץ, ביז עס קומט אן צו א פאטאלע היץ און ער איז טויט!

דער נמשל איז מיט די אביוזערס וואס ארבעטן מיט דעם אופן זייער שטיל און צעביסלעך (בפרט מיט געזלייטינג, וואס מיר וועלן שפעטער אויסשמועסן באריכות), דאס מאכט דעם קרבן פארנעפלט און אומבאוויסטזיניג צו דעם געפאר אז ער גייט בקרוב האבן א טויטע נפש. און דערפאר טאקע זענען די שטילע נארסיסיסטן אזוי שעדליך.

דער קאווערט נארסיסיסט איז פיל מער כיטרע און פיפיג ווי דער אפענער. פון דרויסן קוקט אויס ווי זיי זענען געטרייע מענטשן, זיי זארגן זיך פאר'ן שותף אדער פאר'ן קינד, זיי קוקן אויס איידל און עניוות'דיג, און מענטשן פאלן דערפאר. כאטש זיי האבן נישט קיין עמפאטיע און מיטגעפיל פאר א צווייטן, קענען זיי גוט שפילן דעם געים כאילו זיי האבן יא. זיי שטעלן זיך ארויס גוטהארציג, ברייטהארציג, זוכן צו העלפן אנדערע, עד כדי כך אז פילע מענטש וועלן גאר מקנא זיין דעם קרבן אז ער האט זוכה געווען צו אזא פאסיגע געלונגענע שותף. זייער מאסקע איז פיל בעסער ארויפגעקלעבט, אפילו פאר די נאנטע וועט נעמען יארן צו כאפן די ביטערע רעאליטעט. קינדער פון די קאווערט נארסיסיסטן וועלן ע"פ רוב גארנישט כאפן אין די יארן וואס זיי וואקסן אויף, נאר ערשט שפעטער אין לעבן ווען זיי וועלן קוקן אויף צוריק.

זיי וועלן פייניגן די שותפים אויף פאסיוו-אגרעסיוו אופנים שונים. למשל "פארגעסן" זאכן. זיי וועלן פונקט פארגעסן צו קויפן וואס דער שותף האט געבעטן, פארגעסן אפצונעמען פון געשעפט א זאך וואס דער שותף דארף וויכטיג, אדער פארגעסן צו ברענגען צום טיש וואס מען האט זיי געבעטן. אדער וועלן זיי אייביג טון זאכן "אביסל אנדערש" פון וואס מען האט זיי געבעטן, צב"ש אנקומען אביסל שפעטער צום וויכטיגן אפוינטמענט, סערווירן אביסל אנדערע סארט עסן וואס דער שותף וואלט געוואלט. דאס פאסירט מערערע מאל און דער קרבן ווערט אויפגערעגט און באליידיגט, עס טוט אים וויי אז זיינע פארלאנגען ווערן קיינמאל נישט ערפילט נארמאל, יעדע מאל טוט מען אנדערש מיט נייע תירוצים, עס מאכט אים שפירן ווי ער איז גענצליך ווערדלאז, זיינע צרכים פארנעמען נישט קיין פלאץ ביי זיין שותף. פארשטייט זיך אז דער נארסיסיסט וועט אלעס אוועקמאכן, כאילו "דו מאכסט זיך נאריש פאר קלייניגקייטן, האסט געבעטן א רויטע פאפריקע און כ'האב געברענגט א גרינע, מ'קען שוין מיינען... דו מאכסט א אישו פון א טישו...", און דער קרבן בלייבט טאקע שטיל, ער שפירט זיך נאריש (like a fool) אז ער קאמפלעינט אויף אזעלכע קלייניגקייטן, און הייבט אן טראכטן אז עפעס איז טאקע נישט ארדענונג מיט זיך אליינס, נישט מיט דעם נארסיסיסט.

אסאך פון די קאווערט נארסיסיסטן וועלן זיך אויפפירן צום שותף ווי א מחנך אדער מחנכת, וואס פרובירט פשוט "צו העלפן" דעם שותף וואקסן און ווערן בעסער... זיי טוען דערמיט אראפקלאפן און אפ'הרג'ענען דעם ביסל קאנפידענץ פונעם שותף וואס באקומט כסדר מעסעדזשעס אז טראץ וואס ער האט געמיינט ער איז א נארמאלער געשמאקער עוורידזש יונגערמאן, איז ער גאר א שלימזל און א "פעליער", מאכט כסדר טעותים און טוט אומריכטיגע זאכן, און ער דארף גאר דאנקבאר זיין דעם שותף פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג... עס איז שווער זיך מצייר צו זיין די נזק צער בושת פון דעם יונגערמאן וואס ווערט מחונך פון זיין ווייב, זי זאגט אים כסדר מוסר, זי נעמט קעהר פון זיין רוחניות, ווי אזוי ער פירט א שבת טיש, ווי אזוי ער לערנט מיט די קינדער, ווי אזוי ער דאווענט, וכו' וכו'. די שווערסטע חלק איז אז נישט קיין חילוק ווי שטארק מען וועט זיך פרובירן צוצושטעלן צו אלע זייערע קאפריזן, זארגט נישט... די נארסיסיסטן זענען מומחים אין אויפגראבן פרישע פראבלעמען און אישו'ס פון אונטער דער ערד אבי צו קענעם באשולדיגן דעם קרבן... דער שותף וועט האלטן אין איין הערן קאמפלעינטס וואס ער איז נאך אלץ נישט גענוג גוט, ביז ער וועט באשליסן ביי זיך אליינס אז ער איז טאקע איין שטיק דורכפאל, און זיין שותף איז א געלונגענע ערליכע מחנכת.

זיי וועלן אויך שטילערהייט לייגן די אחריות אויפ'ן שותף זיי צו מאכן פרייליך. זיי אליינס זענען דאך ליידיגע כלים מיט א גרויסע לאך פון אונטן וואס מען מוז האלטן אין איין אריינגיסן גוטע ווערטער, און זיי לייגן אומבאמערקט ארויף דעם פליכט אויפ'ן שותף. אויב האבן זיי א שוועריגקייט אדער זיי זענען אין א שלעכטע גוסטע, וועט דער שותף באיזה אופן זיין פאראנטווארטליך דערויף...

זיי זענען אויסגעצייכנט אין פארדרייען פאקטן און אויסדרייען דעם אמת צו זייער אגענדע און צולייגן תירוצים אויב עס פעלט זיך אויס. זיי זענען אייביג אומשולדיג, זיי שפילן קרבן (וויקטים) מיט א מורא'דיגע קונצליכקייט. זיי וועלן אריינלייגן ערנסטע ספיקות אינעם קרבן אז זיי זענען אביוסיוו, אזוי אז דער קרבן וועט שפירן שלעכט און סעלפיש זיי צו באשולדיגן אדער פארצוהאלטן אויף זייערע מעשים, נאר ענדערש נעמען די שולד אויף זיך אליינס.

בעת אפענע נארסיסיסטן וועלן זיך קיינמאל נישט אנטשולדיגן פאר א צווייטן, עס פאסט זיי פשוט נישט, וועלן די באהאלטענע שפילן דעם געים כאילו זיי אנטשולדיגן זיך יא, אבער דאס איז קיינמאל נישט מיט אן אמת! ווען אימער זיי וועלן זיך אנטשולדיגן, קומט עס מיט באהאלטענע כוונה פון קענען עפעס פארדינען דערפון. עס וועלן אייביג זיין "סטרינגס עטטעטשד". אבער ווי שטענדיג, וועט קיינער נישט קענען אנווייזן אז עפעס איז דא אומריכטיג, אמער, זיי האבן זיך למעשה אנטשולדיגט! נאר דער שותף וועט שפירן אז עס איז נישט מיט אן אמת, נאר אויבערפלעכליך און "סופערפישל". די קאווערטס וועלן אפילו זיך צומאל טוישן התנהגות פאר עטליכע טעג כדי די אנטשולדיגונג זאל אויסקוקן מער עכט, אבער ביז געציילטע טעג איז מפטירין כדאתמול, און אלעס גייט צוריק צום אלטן.

דער שטילער נארסיסיסט וועט אויך נישט ליב האבן ווען דער שותף באקומט אטענשאן פאר סיי וועלכע גוטע זאך זיי האבן געטון, זיי ווילן די גאנצע אטענשאן פאר זיך. דעריבער וועלן זיי צושטערן און שטילערהייט סאבאטאזשירן סיי וועלכע סעלעבראציע וואס דער שותף באקומט. זיי וועלן אויף עפעס א וועג זיכער מאכן אז דאס איז נישט בשלימות און דעם שותף'ס שמחה ווערט צושטערט, און די אטענשאן ווערט אויסגעדרייט צוריק אויף זיי. די איינציגסטע אויסנאם איז אויב זיי באקומען די קרעדיט דערפאר, ווי למשל א פרוי א נארסיסיסט וואס שטעלט צו א סעודה פאר א מאן וואס מאכט א סיום מסכת, און מענטשן וועלן זאגן "פשיהא, אזא געטרייע ערליכע ווייב"...

אויב דער שותף שטעלט זיך נישט צו צו זייערע פארלאנגען, וועלן די קאווערט נארסיסיסטן זיי באשטראפן מיט פאסיוו-אגרעסיווע אופנים, ווי נישט רעדן צו זיי, שפילן באליידיגט, וכדומה. דער שותף לערנט זיך אויס אז דא פאלגט מען, נישטא קיין מעשיות!...

זיי וועלן קיינמאל נישט פארגינען א קאמפלימענט אדער א גוט ווארט פאר'ן שותף. אפילו זיי וועלן עס זאגן מיט'ן מויל, וועט עס זיין אזא אחד בפה ואחד בלב סארט. עס ווערט גערופן " backhanded compliment ", אזא קאמפלימענט וואס לאזט איבער דעם קרבן מיט א זויערע נאך-טעם, און ווייסט נישט ווי אזוי צו שלינגען דעם גוט ווארט. טאמער וועט דער שותף זיך אפרעדן אז די קאמפלימענט איז נישט צום זאך, וועט דער קאווערט מסביר זיין אז עס איז נישט ריכטיג, דער שותף דארף זיך פשוט אויסלערנען צו קענען אקצעפטירן קאמפלימענטן.

איך האב זיך דערמאנט דעם באקאנטן ווערטל, אז א מאן, אן איינגערעדטער חזן, איז אהיימגעקומען יו"ט פון ביהמ"ד נאכ'ן אראפלייגן א מוסף ווי דער עולם האט געקרימט מיט דער נאז... און זיך אויסגערעדט פאר זיין ווייב אז דער ראש הקהל האט אים פארשעמט נאכ'ן דאווענען אז ער הייבט נישט אן צו קענען דאווענען און ער איז זייער פארווייטאגט דערפון. האט אים די געטרייע ווייב "געטרייסט" און געזאגט: נע, מאך זיך נישט צו טון, ער ווייסט נישט וואס ער רעדט, ער פארשטייט בכלל נישט צו קיין חזנות, מסתמא זאגט ער נאר נאך וואס ער האט געהערט פון די איבריגע מתפללים... אט דאס איז א שקלאפטע פון א ווייב, א קאווערט פאסיוו-אגרעסיוו נארסיסיסט, וואס אירע "טרייסט ווערטער" זענען נישט מער ווי נאך זאלץ אויף די וואונדן...

אונטערשטע שורה, דער קרבן ווערט נעבעך אויסגעברענט, בשריפת הנפש והגוף קיים, קיינער ווייסט נישט וואס עס גייט פאר, קוים וואס ער אליינס כאפט אין וועלכע לאך ער געפינט זיך.

עס פאסירט אפט ביי קרבנות אז אין די שפעטערע יארן, ווען די קאפ דרייעט זיך פון די בהלה'דיגע נעפל אין וואס מען געפינט זיך, הייבט מען אן שפיאנירן אויפ'ן נארסיסיסט. מען הערט אונטער זייערע טעלעפאן געשפרעכן, מען קוקט איבער זייערע טעלעפאנען און טעקסט, ביי די גויים די סאשעל מידיא, מען פרובירט אליינס קלאר צו ווערן וואס עס גייט פאר ווי אויך האבן די מעגליכקייט מסביר צו זיין פאר אנדערע. ליידער אבער העלפט עס נישט צופיל, כאטש דער קרבן אליינס ווערט שוין קלאר איבער די שרעקליכע אביוז, וועלן אבער די ארומיגע ע"פ רוב נישט כאפן דעם פראבלעם און וועלן נאך פרובירן צו "מאכן שלום בית"... זיי וועלן נישט פארשטיין דעם קרבן און אים פרובירן "מסביר צו זיין" אז ער קריכט אויף גראדע ווענט און רעדט זיך אפ אויף נארישע פראבלעמען. די צער פון די קרבנות איז עד אין לשער.

רוב מאל, נאך לאנגע יארן וועט דער קרבן ענדליך רעאליזירן אין וועלכע ביטערע פאסטקע ער איז פארכאפט, און וועט כמובן אנהייבן פרובירן זיך ארויסצוזעהן דערפון. דאן ווען די מאסקע פון די קאווערטס הייבן אן אראפצוקומען, וועט געווענליך זייער שלעכטסקייט ארויסקומען מער אפן, און זיי וועלן צוביסלעך ווערן א מער ווי א אפענער נארסיסיסט.
איך קען נישט פארשטיין. ס'איז זייער קלאר ביי מיר פון דיינע ווערטער, אז די נארסעסיסט וויל "דוקא פאניגען זיין שותף" און "נאר אזוי" שעפט ער חיות...

סואי פארוואס ביסטו מסביר, ביים נאסעסיטיק-סאפליי אז זיי דארפן זייער אסאך "עטענטשן" (וואס איך מיין אז יעדע צווייטע מענטשט דארף...)

די נקודה איז ענדערש, אז זיי דארפן דוקא אזא כבוד, אז דו ביסט גארנישט!! מילא זענען זיי יא עפעס. דאס מיינט זיי דארפן "אויסשליסלעך" נאר קראנקע שעדיגלעכע עטענטשן... ווי גיי איך ראנג????
אוועטאר
איידעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:40 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידעלער »

יוד האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 11:38 pm
מי אדיר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:20 pm
די 3 שלבים פון די נארסיסיסטן

1. באווארפן מיט ליבשאפט - 2. דערנידערן - 3. אוועקווארפן

בעפאר מיר גייען אריינגיין אין די בארבארישע טאקטיקן ווי אזוי די נארסיסיסטן פייניגן זייערע קרבנות, מוזן מיר קודם קלאר מאכן דעם סדר ווי אזוי און ווען זיי טוען דאס, כדי זייערע טאקטיקן זאל האבן דעם מאקסימום אפעקט. די סדר איז איינגעטיילט אין דריי שלבים.

מיר האבן שוין בארירט אויבן, און עס איז וויכטיג ארויסצוהייבן נאכאמאל, אז סובקאנשעסלי זענען די נארסיסיסטן זייער כיטרע און געריבן, און זייערע אטאקעס גייט צו מיט א מורא'דיגע אויסגערעכנטע סטראטעגיע, גארנישט אנדערש ווי א ווילדע חי' וואס לאקערט אויף איר קרבן און וועט טוהן אלע מיטלען אריינצוזעהן דעם קרבן אין נעץ מיט א שמייכל, בפה רך, און דערנאך וימררו את חייהם, און פארציקן דעם קרבן מיט אפעטיט.

די ערשטע חלק, פון באווארפן מיט ליבשאפט, בעיקר ווען עס רעדט זיך פון א חתונה-געהאטע פארפאלק, איז אביסל אנדערש ביים היימישן עולם ווי אין די אלגעמיינע וועלט, וויבאלד דער צוגאנג צו שידוכים ביי אונז איז כרחוק מזרח ממערב. ביי די אלגעמיינע וועלט וועט דער נארסיסיסט דערשמעקן ווער עס איז א וואוילער, ווייכער מענטש, וואס זוכט צו מוותר זיין, און איז א "פיפל פליעזער", און פרובירן צו שליסן שידוך מיט אזא איינעם, ווייל מיט אזא מענטש איז דא געוואלדיגע שאנסן צו באקומען כסדר'דיגע סופליי פון וועלידעישאן, יענער וועט דאך נאר זעהן די גוטס, און וועט מוותר זיין אויף די אייגענע צער כדי יענעם צו באפרידיגן. דאס הייסט אז זיי ווייסן (מסתמא סובקאנשעסלי) גענוי וועמען זיי זוכן, און נאך די חתונה נעמט מען זיך צו די עבודה. ביי אונז "היימישע אידן" וואס שידוכים גייען נישט צו אויף דעם אופן, הייבט זיך אן זייער פאנגעריי הערשט נאך די חתונה.

דער חלק ווערט גערופן "לאוו באמינג" (love bombing), אדער "איידיעלייזעשאן" (idealization). נאך די חתונה (ביי קינדער איז עס ווען זיי קומען לכלל דעת, און אזוי ביי ארבייטערס אדער קאלעגעס איז עס די ערשטע תקופה פון די דזשאב) הייבט מען אן יענעם צו חנפ'ענען אויף א אופן אז דער שותף ווערט ממש משוגע. מען וועט טיילן קאמפלימענטן מיט א ברייטהארציגקייט, יענעם קויפן מתנות, מאכן סורפרייזעס, וכו'. ער/זי שפירט אז מען האט זוכה געווען צום פערפעקט שותף אין לעבן... די לאוו באמינג שלב קען זיך ציען חדשים און אפילו יארן. דאס טוען זיי אריינצוכאפן דעם קרבן אין נעץ אן דעם וואס דער קרבן זאל האבן די מינדעסטע השגה וואס וועבט זיך דא. אין דעם שלב וועלן זיי פרובירן אפצולערנען דעם שותף, אלע זייערע שטארקקייטן און שוואכקייטן, כדי צו וויסן שפעטער וואו (און וואו נישט) צו אטאקירן אויף א אופן אז מען זאל בלייבן סטאק און נישט קענען צוריקפייטן. זיי וועלן בשעת מעשה שפילן ווי די בעסטע שותפים, ארויסווייזן מיטלייד, זאגן גוטע ווערטער און קאמפלימענטן, אוועקמאכן די שוואכקייטן, און זוכן אויסצוהערן - און אפילו ענקארעזשן מיט זייער כאריזמע דעם שותף צו זיין וואלנערעבל און פארציילן - אלע זייערע שוועריגקייטן פון די פארגאנגענהייט, און דער שותף שפירט זיך אין זיבעטן הימל אז זיי האבן אזא געטרייע פארטנער אין לעבן וואס אקצעפטירט זיי טראץ אלע שוואכקייטן און חסרונות, און פארציילט אלעס וואס ליגט אויפ'ן געוויסן, אלע זייערע משוגעת'ן (און צומאל אלטע חטאים און נייע מחשבות זרות...) , און אפילו גאר פריוואטע זאכן וואס קיינער אויף דער וועלט ווייסט נישט, חוץ די "געטרייע שותף" וואס איז מקיים דעם "והיו לבשר אחד" מיט אזא שלימות.

** ** **

איינמאל דער נארסיסיסט שפירט אז ער האט שוין פולשטענדיג ארויס דעם קרבן, און ער קען שוין מאכן א סיום אויף די מסכתא וואס ער קען שוין אויסנווייניג, קומט שלב ב': דערנידערן (devalue). עס הייבט זיך אן זייער לייכט (subtle) אזוי אז דער שותף כאפט קוים אז עפעס האט פאסירט. אבער צוביסלעך הייבט זיין/איר אפנקייט צוריקקומען בייסן, און אלע סודות וואס מען האט געמיינט מען איז פארזיכערט דערמיט ביים נארסיסיסטישן שותף, און געהאפט אז לא יזכרו ולא יפקדו ולא יעלו על לב לעולם, שווימט צוריק ארויף, און מען הייבט אן האלטן האסטעדזש דעם שותף, וואס הייבט אן ציטערן אז זיינע פריוואטע זאכן קומען ארויס.

גלייכצייטיג הייבט אן קומען מעסעדזשעס פון דעם נארסיסיסט ווי אומוויכטיג און אומגעלונגען דער שותף איז. דער שותף רייבט זיך די אויגן און פרובירט צו פארשטיין ווי זאכן זענען דא געגאנגען ראנג, וואס האט ער געטון שלעכט אז ער דעזערווט אזא באהאנדלונג פון דעם "געטרייען פריינטליכן שותף". אנהייב איז ער אונטער'ן רושם אז עס איז זיכער זיין אייגענע שולד, ווייל יענער איז דאך א אלץ געווען א וואוילער, און עס קען נישט זיין אז ער האט זיך געטוישט הויט איבערנאכט, אלזא מוז זיין אז איך האב עפעס מיאוס אנגעווערטשאפט דא. ער פרובירט מאכן א חשבון הנפש, ער פרעגט דעם שותף וואס ער האט געטון שלעכט און ווי אזוי קען ער מתקן זיין דעם פגם... ער ווייסט נעבעך נישט אז זיין גורל איז שוין פאר'חתמ'עט, און אפגעזען וואס ער האט יא אדער נישט געטון, און וואס ער גייט אדער גייט נישט טון, גייט דא קומען א כוס תרעלה אויסגעגאסן אויף זיין קאפ...

די שלב גייט אויך אן א לענגערע צייט, ביי יעדעם אנדערש, לפי המצב. דער קרבן ווערט צוביסלעך דעפרעסט און גייט אדורך שברי לב און שלאפלאזע נעכט, נישט קענענדיג מאכן סענס פונעם מצב! ער פרובירט אויסצו'פיגערן וואס מען קען טון, ער איז גרייט צו טון אלעס צו העלפן די מערידזש, ער פרובירט צופרידנשטעלן יעדע פארלאנג פונעם שותף, אבער זאכן גייען פון שלעכט צו ערגער, אנשטאט זעהן פארבעסערונג. דער נארסיסיסט האלט אין איין אריינשניידן און אריינשטעכן אינעם קרבן. דער אומגליקליכער קרבן הייבט אן ציטערן פונעם נארסיסיסט, ער פרובירט אויסרעכענען וואס וועט מאכן דעם שותף צופרידן און וואס נישט, יעדע מחשבה דיבור ומעשה ווערט מנופה בי"ג נפה עס זאל חלילה נישט גורם זיין עפעס א אויסברוך אדער פסק, אבער אן ערפאלג. רוב מענטשן קענען שוין היינט דעם אויסדרוק (באזירט אויפ'ן באקאנטן נאמען פון א בפ"ד בוכל) אז דער קרבן וואקט אויף אייער שאלאכטס (walking on eggshells), ווייל דער קרבן שפירט ממש דאס. מיט יעדע אומריכטיגע טריט קען ער צוברעכן נאך א אייער און דאן זאל גאט אפהיטן... זיין א מחוצף צום נארסיסיסט קומט נישט אין באטראכט, ווייל יענער ווייסט זאכן וואס דו ווילסט נישט ער זאל פארציילן, און דו ציטערסט געפערליך פון דעם!

צעביסלעך ווערט די לעבן פאקוסירט אויסשליסליך נאר אויפ'ן נארסיסיסט. וואס ער אדער זי וויל, דאס דארף געשעהן, און טאקע גענוי אויף דעם אופן ווי זיי פארלאנגען. וואס דער צווייטער שותף דארף האבן איז נישט נוגע, יעדע פארלאנג וואס דער שותף בעהט ווערט אוועקגעמאכט אלס משוגע, נאריש, אומוויכטיג, מען שיקט אים גאר צו טעראפי אז ער איז אזוי נאריש... דאס אלעס העלפט מאכן דעם שותף צוקלאפט און צעפראסקעט, ביז מען קען שוין מאכן א בורא פרי האדמה אויפ'ן קרבן...

** ** **

ווען דער קרבן שפירט שוין גוט אין דער ערד, צוטראסקעט און צעביילט, און ווי פארשטענדליך איז ער שוין נישט גענוג א גוטע סופליי צו מאכן דעם נארסיסיסט שפירן גוט, דאן קומט די דריטע און ווייטאגליכסטע חלק אריין אין בילד: יענעם פולקאם אוועקווארפן (discard) און אים געבן צו שפירן לך לך מארצך, געט דע העק אוט אף היער, איך דארף דיר נישט האבן, דו שטייסט מיר נאר אין וועג, ביסט איין שטיק גארביטש, גארנישט טוסטו נישט גוט, איך וויל דיר נישט האבן אין מיין לעבן. דער שותף בעהט זיך און פרובירט זיין מזל אפשר דאך, איך בין מבטיח וואס אימער דו ווילסט, אבער די ווערטער פאלן אויף טויבע אויערן, פארקערט, ווי מער מען בעהט זיך צו זיי, אלס מער נחת שעפן זיי, אלס מער שפירן זיי וואספארא 'יש' זיי זענען אז מען דארף צוקומען צו זיי און אן זיי קען מען נישט לעבן.... דאן, אדער וועלן זיי זעלבסט אוועקגיין פון שטוב, אדער וועלן זיי פארשיקן דעם צווייטן, זיי וועלן פארלאנגען א גט, און מאכן דעם אנשטעל אז אלעס איז געענדיגט.

איר האט באמערקט אז איך האב געזאגט "מאכן דעם אנשטעל"? ווייל דאס איז די פאקט, אלעס איז נאר א אנשטעל. זיי קענען קוים ווארטן אז דער קרבן זאל זיי פאלן צו די פוס און זיך צוריקבעטן, אז דער נארסיסיסט זאל רחמנות האבן. ווי אזוי איז מעגליך אז דער קרבן זאל זיך צוריקבעטן צום נארסיסיסט? געווענליך וועט דאס פאסירן ווייל דער קרבן זעלבסט איז צובראכן אויף שברי שברים, און בעיקר - האלט אייך דאס אטעם - ווייל דאס הערן זיי פון אנדערע מענטשן! די אלע גוטהארציגע "פארשטייערס" וואס זענען מסביר אז יענער איז בעצם גאנץ א וואוילער מענטש, מסתמא האט אים/איר עפעס געבאדערט, און אז דו וועסט זיך מקבל זיין צו זיין עכט געטריי צו יענעם, און נישט קוקן אויף די אייגענע באדערפענישן, איז כמים פנים אל פנים וועט יענער ווערן וואויל צו דיר אויכעט וכו', הקיצור, די אלע שיינע תורות וואס מען זאגט פאר געזונטע מענטשן... דער קרבן איז נאך נישט ביי די הכרה אז די אלע זאכן האבן קיין שייכות אהער ווען מען דיעלט מיט א קראנקע חולי נפש, דער עולם האט נאך נישט אינאכט גענומען פון וואס מען רעדט דא (כאטש דער קרבן שפירט שוין געווענליך אז "עפעס" איז דא נישט אין ארדענונג), וויבאלד זאכן גייען אזוי צעביסלעך און כיטרע, איינגעוויקלט אין א זיסקייט און געשמאקע שפראך, וואס איז מסביר ווי משוגע און שרעקליך דער קרבן איז...

ווען דער קרבן איז זיך שוין מייאש, און פארלירט האפענונג, וועט דער נארסיסיסט פלוצלינג צוריק אריינקומען אין בילד! פארגעסט נישט אז דער נארסיסיסט ווערט שוין הונגעריג פאר זיין/איר סופליי וואס זיי פלעגן באקומען פונעם שותף מיט א ברייטהארציגקייט... מיט א האניג-זיסע שטימע וועלן זיי צוריק אריינקומען אין בילד "עז-איף-נאטינג", ווי גלייך גארנישט האט פאסירט... זיי וועלן יענעם געבן א קאל אדער טעקסט, מיט א שמייכל, וואס מאכסטו עפעס? וואס איז דער פלאן, ווען גיימיר ווייטער?... און דער קרבן (וואס כנ"ל איז נאך ע"פ רוב נישט aware די ביטערע מציאות וואס שפילט זיך אפ דא) כאפט זיך צו דערצו ווי צו א געבראטנס! ער פרייט זיך אז דער נארסיסיסט האט זיך "געלאזט איבערבעטן" און איז ענדליך "מסכים" צוריק צו קומען וואוינען צוזאמען... ער פארגעסט אויף איינמאל אלע ביטערע געשעענישן פונעם עבר, איז מחליט אז מה דהוה הוה ומכאן ואילך חושבנא, און האפט אז עליה השלם כל הקרבנות כולם, און מהיום והלאה וועט שוין זיין בעסער... אויב וועט דער קרבן האבן די "חוצפה" פארצוהאלטן דעם נארסיסיסט אויף די אלע עינויים וואס ער האט געליטן, וועט קומען א מבול פון פאלשע "אנטשולדיגונגען", מיט א אויסטערלישע חנופה, און דיר מסביר זיין ווי שטארק זיי האבן דיר עכט ליב, וכדומה, ביז זיי כאפן די הארץ פונעם קרבן וואס לאזט זיך איבעררעדן.

די עקספערטן רופן דאס אן מיטן נאמען "האווערינג" (Hoovering), וואס איז א חלק פון זייער עמאציאנאלע אביוז, ווייל דאס פארמישט מורא'דיג דעם קרבן, וועלכער רעדט זיך נעבעך איין און האפט בכליון עינים אז אפשר האט שוין דער נארסיסיסט איינגעזען זיין/איר שלעכטקייט און יעצט קומט שוין ענדליך גוטע צייטן, דערווייל איז עס נישט מער ווי א נעץ אריינצושלעפן דעם שותף און נאכאמאל רייטן אויף אים, ארויסשלעפן נאך אינפארמאציע, און דערנאך אים פייניגן דערמיט, ביז ער ווערט נאכאמאל צוקוועטשט... ווי איין וועבסייט איז מסביר:
האווערינג [א נאמען על שם א געוויסע וועקיום קלינער וואס הייסט האווער] ווערט גענוצט ביי נארסיסיסטן אריינצושלעפן דעם קרבן (אזוי ווי א וועקיום קלינער וואס סאקט אריין) צוריק אריין אין זייער נעץ ווען זיי פרובירן צו אנטלויפן. עס איז א אויסמוטשענדע טאקטיק וואס די קראנקע מענטשן נוצן, פון מאכן דעם קרבן גוט שפירן, נאכדעם אים צוריק אראפווארפן, און דאן צוריק אריינשלעפן מיט זיסע חנופה. דאס איז א ציקל כגלגל החוזר, און דער קרבן ווערט פארכאפט אריין און ארויס ביז דאס קאפ שווינדלט אים.
דאס איז גורם אז דער שותף ווערט געווארפן ווי א ראולערקאוסטער, דער נארסיסיסט האט דעם כח צו מאכן דעם שותף פרייליך און צוריק אראפווארפן מאיגרא רמה לבירא עמיקתא, ואין לאל ידיו זיך צו ראטעווען פון די מאכטפולע מאניפולאציע און קאנטראל. עס פאדערט אויסטערלישע כוחות צו כאפן וואס דא גייט פאר און זיך ארויסצוזעהן פון דעם פארכאפטן נעץ.

עס קען זיך יא מאכן אז דער קרבן כאפט וואס דא פאסירט, ספעציעל ווען דער גלגל החוזר פון די דריי שלבים האט זיך שוין איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל, און מען נעמט ענדליך אינאכט אז די גאנצע "גוטע לעבן" איז נישט מער ווי א ביטערע שפיל, און ערשט דאן ווערט מען געווענליך געוואר פון די פערסאנאליטי דיסארדערס, מען הערט פון אנדערע מענטשן אדער טעראפיסטן, אדער מען לייענט עס אין א בוך, און עס שיינט אויף א געוויסע ליכטיגקייט, א שמחה פון התרת הספיקות. געווענליך ווען דער נארסיסיסט שפירט אז דער שותף האט ענדליך אויסגע'פיגערט זייער מהלך, וועלן זיי שוין נישט אייביג צוריקקומען נאכאמאל, נאר וועלן פרובירן אפהאקן לנצח נצחים, און זיך זוכן פרישע סופליי.

** ** **

עס קען אויסקוקן ווי איך האב מאריך געווען, אבער דער אמת איז אז דאס זענען ממש די יסודות אין קורצן, און מען קען אויף יעדע חלק באזונדער נאך אסאך מאריך זיין. דער עיקר וואס איך וויל אז דער עולם זאל ארויסהאבן די קאנצעפט קלאר.

קומענדיגע קאפיטלען וויל איך אי"ה אויסשמועסן די פינסטערע איידיעס און טאקטיקן וואס די נארסיסיסטן באנוצן זיך צו פייניגן און חרוב מאכן דאס לעבן פון זייערע קרבנות, וואס דאס פאסירט געווענליך אין שלב ב', ווען מען הייבט צעביסלעך אן צו קלאפן דעם שותף.

המשך יבא בעז"ה.

ווער עס האט עקסעס אנליין און וויל ליינען:
ארטיקל 1
ארטיקל 2

WOW זייער שיין...

איך וויל פארשטיין, פארוואס בלייבט נישט דער נארסעסיסט ביים ערשטן שלב, פון געבן ליבשאפט, וואס דאן באקומט ער אויך פון דעם שותף אלעס וואס ער דארף, ווי דו רופסט'ס "נארסעסיטיק-סאפליי"= עטענשן, ווי וואויל ער איז, און ווי פיין ער איז וכו'

פארוואס דארף ער גיין צו שלב ב' און ג' וואס דאס איז מאכן יענעם בשפל, וואס דאס ברענגט אים נישט קיין כבוד בכלל??

אין אנדערע ווערטער, פארוואס זאל דער נארסעסיסט טוישן זיין "סאפליי" פון עטענטשן, צו יענעם קלאפן, און אזוי פילן גוט אז ער איז ווערט ווייל זיין שותף נישט?? ער האט דאך נאר שאדן לאורך הדרך??
דעס טוט ער נאר ווען די וויקטעם דערוואגט'צעך זיך אנצונעמען פאר זיין אייגענעם כבוד
פרייליךשטענדיג
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:43 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליךשטענדיג »

לכבוד הרב מי אדיר שליט"א אינז קוקןן שוין זייער ארויס צו ליינען פון דיין רייכע ווערק צו הנאה האבן פון דיין פארשטאנד אין טיפע הבנה אין געשמאקע שריפט
טוה בלויז וואס איז ריכטיג, אין נישט וואס לוינט, ווייל דאס וואס לוינט היינט קען זיין וועט נישט לוינען מארגן.
כ''ק אדמו''ר
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 07, 2021 6:23 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ''ק אדמו''ר »

פרייליךשטענדיג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:46 am
לכבוד הרב מי אדיר שליט"א אינז קוקןן שוין זייער ארויס צו ליינען פון דיין רייכע ווערק צו הנאה האבן פון דיין פארשטאנד אין טיפע הבנה אין געשמאקע שריפט
גא''מ
סשעפערט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:16 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סשעפערט »

כ'האב נישט געליינט דאס גאנצע דא, אבער ס'קוקט אויס ווי עכט שיין אראפגעלייגט (כ'האב געפרינט די pdf און וועל זיך זעצן דעראויף)

מיין שאלה איז אויב איינער קען שיין אויסשמועסן וואס א משפחה מיטגליד (א ברודער אדער שוועסטער) קען אדער זאל טוהן ווען זייערס א נאנטע פאלט א וויקטים פאר א נארסיסיסט.

ווי למשל אז א ברודער אדער שוועסטער האט חתונה און האקט אפ מיט די גאנצע משפחה און די אביוזער לויפט ארום צי רבנים באשמיצן די משפחה עכ"כ אז אפילו די סיבלינג גלייבט דעם אביוזער און זיצט מיט ביים רב\דיין
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3194
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

סשעפערט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:47 am

סופארט. סופארט. סופארט.
Zero judgement.
זיי דארט פאר אים/איר ווען זיי בעטן עס.
שטעק נישט אריין די נאז, זאג נישט קיין מיינונגען, גיב נישט קיין אדווייס.
שיק א בריוו, זאג גוט שבת, שיק א נאכטמאל, א מתנה.
דעטס איט.

(כ'ווייס נאכנישט פון ווי דו ווייסט אז ער/זי איז געווארן א קרבן צו א נארסאסיסט, צו אזוי צו אזוי איז די אדווייס די זעלבע)

די מהלך איז אפשר נישט די גרינגסטע, אפשר נישט וואס דו האסט געטראכט אז דו גייסט באקומען, ס'איז נישט די קורצע וועג. דאס איז די לאנגע וועג וואס גייט דויערן צייט.
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
yankyperl
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 7:16 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankyperl »

ווי קען מען באקומען די PDF?
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

מאטל שניידער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:41 pm
סשעפערט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:47 am
כ'האב נישט געליינט דאס גאנצע דא, אבער ס'קוקט אויס ווי עכט שיין אראפגעלייגט (כ'האב געפרינט די pdf און וועל זיך זעצן דעראויף)

מיין שאלה איז אויב איינער קען שיין אויסשמועסן וואס א משפחה מיטגליד (א ברודער אדער שוועסטער) קען אדער זאל טוהן ווען זייערס א נאנטע פאלט א וויקטים פאר א נארסיסיסט.

ווי למשל אז א ברודער אדער שוועסטער האט חתונה און האקט אפ מיט די גאנצע משפחה און די אביוזער לויפט ארום צי רבנים באשמיצן די משפחה עכ"כ אז אפילו די סיבלינג גלייבט דעם אביוזער און זיצט מיט ביים רב\דיין
סופארט. סופארט. סופארט.
Zero judgement.
זיי דארט פאר אים/איר ווען זיי בעטן עס.
שטעק נישט אריין די נאז, זאג נישט קיין מיינונגען, גיב נישט קיין אדווייס.
שיק א בריוו, זאג גוט שבת, שיק א נאכטמאל, א מתנה.
דעטס איט.

(כ'ווייס נאכנישט פון ווי דו ווייסט אז ער/זי איז געווארן א קרבן צו א נארסאסיסט, צו אזוי צו אזוי איז די אדווייס די זעלבע)

די מהלך איז אפשר נישט די גרינגסטע, אפשר נישט וואס דו האסט געטראכט אז דו גייסט באקומען, ס'איז נישט די קורצע וועג. דאס איז די לאנגע וועג וואס גייט דויערן צייט.
אויף דעים זאגט מען 3 ש'ינס ש'ענקן, ש'לינגען, און ש'ענקן....
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

פרייליךשטענדיג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:46 am
לכבוד הרב מי אדיר שליט"א
אונז קוקן שוין זייער ארויס צו ליינען פון דיין רייכע ווערק צו הנאה האבן פון דיין פארשטאנד אין טיפע הבנה און געשמאקע שריפט.
ייש"כ פאר די גוטע ווערטער!

איך באקום כסדר פריוואטע בקשות צו ממשיך זיין, מענטשן קלינגען מיר, ממש מען דרוקט מיר צום וואנט...
איך בין שטארק פארנומען לעצטנס, זייער געענגט אין צייט. איך האף ביז א חודש בערך צו האבן א טראפעלע מער צייט. הלואי.
עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן, און בעז"ה וויל איך גיין ווייטער, איך וויל עס מאכן פאר א דבר השלם.

זייטס מתפלל פאר מיר, דער באשעפער זאל געבן געזונט און כח, צייט און געדולד!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5691
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מי אדיר האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 11:51 am
יעדער מענטש לעבט אין א געוויסע "באבל", און האט מדות וואס מען דארף מתקן זיין. יעדער האט אנדערע "וועליוס". כי זה כל האדם.

האועווער, עז לאנג מען קען "לעבן" מיט דעם מענטש, מען קען זיך אויסשמועסן, עס איז דא פארשטענדעניש, געטריישאפט, מען איז גרייט צו הערן וואס דער צווייטער האט צו זאגן, דאן קען מען מיט די ריכטיגע קאמיוניקאציע לעבן פרייליך און צופרידן בעז"ה. ביידע זייטן זענען אביסל מוותר, און עס קען הערשן א שלו' ושלוה. משא"כ מיט'ן נארסיסיסט (וכן אנדערע פערסאנאליטי דיסארדערס).
יעדע מענטש האט א אפענע מיניט די נארסעסיסט האט עס נישט
לעבט אין זיין דמיון און פארטיג או אינו אפשר האט דער נארסעסיסט יא א אפענע מיניט און זעהט איין אז עפעס איז נישט אין ארדענונג

אויך וויל איך וויסן צו דער נארסעסיסט ווייסט אז ער האט א פראבלעם, צו קימט נארסעסיזים פון טראמא? צו פילט ער די טראמא? פארוואס זאל זיך א נארסעסיסט נישט ווילן העלפן , צו גייען זיי פאר טערעפי?

און צום שליס מורי ורבותי איין זאך העלפט פאר א נארסעסיסט און דאס איז באנדעריס און אויך דעוועלעפען א נישט מורא פאר זיי!
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע:בין שמים לארץ

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

fiena nieas האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:58 pm
מי אדיר האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 11:51 am
יעדער מענטש לעבט אין א געוויסע "באבל", און האט מדות וואס מען דארף מתקן זיין. יעדער האט אנדערע "וועליוס". כי זה כל האדם.

האועווער, עז לאנג מען קען "לעבן" מיט דעם מענטש, מען קען זיך אויסשמועסן, עס איז דא פארשטענדעניש, געטריישאפט, מען איז גרייט צו הערן וואס דער צווייטער האט צו זאגן, דאן קען מען מיט די ריכטיגע קאמיוניקאציע לעבן פרייליך און צופרידן בעז"ה. ביידע זייטן זענען אביסל מוותר, און עס קען הערשן א שלו' ושלוה. משא"כ מיט'ן נארסיסיסט (וכן אנדערע פערסאנאליטי דיסארדערס).
יעדע מענטש האט א אפענע מיניט די נארסעסיסט האט עס נישט
לעבט אין זיין דמיון און פארטיג או אינו אפשר האט דער נארסעסיסט יא א אפענע מיניט און זעהט איין אז עפעס איז נישט אין ארדענונג

אויך וויל איך וויסן צו דער נארסעסיסט ווייסט אז ער האט א פראבלעם, צו קימט נארסעסיזים פון טראמא? צו פילט ער די טראמא? פארוואס זאל זיך א נארסעסיסט נישט ווילן העלפן , צו גייען זיי פאר טערעפי?
גאר א שטארקע סימפטעם פון נארסעסיזים איז אז מ'איז נישט זעלבסט באוואוסטזיניג.
זיי האבן אזא טיפע 'נישט' און פעין אינצייט, אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן אריינצוקוקען אין זיך.

יעדע מענטש וויל זיך העלפן, אבער א נארסעסיסט האט ליידער כמעט נישט די יכולות צו קענעו טראכטן אז ער האט בכלל א פראבלעם.

יעצט צו ס'דא הילף פאר דעם?
די וועלט רעדט בעיקר וויאזוי די ארומיגע זאלן זיך באגיין מיט איהם.
אבער מיט אסאך תפילה און גאלאנען פון אמת'ע ריינע ליבשאפט, איז אייביג דא האפענונג.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
איידעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:40 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידעלער »

מאטל שניידער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:41 pm
סשעפערט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:47 am
כ'האב נישט געליינט דאס גאנצע דא, אבער ס'קוקט אויס ווי עכט שיין אראפגעלייגט (כ'האב געפרינט די pdf און וועל זיך זעצן דעראויף)

מיין שאלה איז אויב איינער קען שיין אויסשמועסן וואס א משפחה מיטגליד (א ברודער אדער שוועסטער) קען אדער זאל טוהן ווען זייערס א נאנטע פאלט א וויקטים פאר א נארסיסיסט.

ווי למשל אז א ברודער אדער שוועסטער האט חתונה און האקט אפ מיט די גאנצע משפחה און די אביוזער לויפט ארום צי רבנים באשמיצן די משפחה עכ"כ אז אפילו די סיבלינג גלייבט דעם אביוזער און זיצט מיט ביים רב\דיין
סופארט. סופארט. סופארט.
Zero judgement.
זיי דארט פאר אים/איר ווען זיי בעטן עס.
שטעק נישט אריין די נאז, זאג נישט קיין מיינונגען, גיב נישט קיין אדווייס.
שיק א בריוו, זאג גוט שבת, שיק א נאכטמאל, א מתנה.
דעטס איט.

(כ'ווייס נאכנישט פון ווי דו ווייסט אז ער/זי איז געווארן א קרבן צו א נארסאסיסט, צו אזוי צו אזוי איז די אדווייס די זעלבע)

די מהלך איז אפשר נישט די גרינגסטע, אפשר נישט וואס דו האסט געטראכט אז דו גייסט באקומען, ס'איז נישט די קורצע וועג. דאס איז די לאנגע וועג וואס גייט דויערן צייט.
@סשעפערט
מאך זעכער אז די ביסט נישט די נארסיסיסט וואס פייניגט און ווען זיי גייען זיך פשוט העלפן שמירסטו ארויף אויף זיי כאילו זיי זענען די נארסיסיסטן,
(איך מיין גארנישט פערזענליך אבער מען האט שוין געהערט אזאנס אויך) טראכט באמת פארוואס זאגסטו אז ער/זי איז א נרסיסיסט, ווייל איינער האט דיר אזוי געזאגט? וואס הייסט זיי האקן אפ מיט די משפחה? זיי קומען ממש נישט צו קיין שמחות? (געווענליך האקט א נארסיסיסט נישט אפ פארקערט ער טרייט צו קאנטראלען פון אינסייד, פאר א וויקטעם מאכט עס מער סענטס) געדענק איין זאך, טו נישט קיין שום מעשה און בארעד נישט קיינעם ווילאנג די ביסט נישט געזיצן פנים על פנים און אויסגעהערט אלע צדדים, עס איז זייער גרינג צו פאלן א קרבן און זיין א פלייאינג מאנקי,

די שרייבסט אז די נאנטער איז געפאלן א קרבן צו א מאן/ווייב וואס איז א נארסיסיסט, און וואס באדערט דיך איז אז זיי צוזאמען האקן אפ פון די משפחה, יעצט אויב איז איינער פון זיי טאקע א נארסיסיסט דארף די נאנטע פערזענליך ליידן אין טאג טעגליכע לעבן, איז עס אזוי? א געניט אויג וואס איז בייוויסטזיניג מיט דעם נושא דארף דאס צו קענען באמערקן), יעצט ממנ"פ אויב יא דארפסטו צו קענען אים גרינג איבערצייגן אז עס איז דא איין שולדיגער (איך ווייס נישט אויב עס איז א טובה צו נישט), ווייטער אויב נישט איז דאס נאך א סימן אז עפעס אנדערש קומט דא פאר,

אפי' דיין גאנצעמשפחה בארעדט און האלט אז יענער איז די נארסיסיסט מיינט עס אויך גארנישט, (אגם דאס איז שוין נישט אזוי מצוי, רוב מאל האט יענער כאטש נאך איינעם צו קענען נעמען די שטארקייט אפצוהאקן און די אליין זאגסט אז דא האט ער אויך נאך איינעם מיט זיך און איך גלייב אז מער ווי איינעם וואס זענען אנדערקאווערט) די קענסט נישט וויסן צו ס'דא געשוויסטער וואס האלטן פארקערט נאר זיי ציטירען זיך צו דערוואגן צו זאגן אנדערש,
איך ווייס פון אזא מעשה און א גאנצע משפחה איז געווען קעגן איינעם ווייל זיי האבן געציטערט, עס האט גענימען יארן ביז איינער און נאכדעם נאך איינער היינט האלט עס ביי רוב משפחה האבן גענימען די קאנפידענטס און זיך ארויס געשטעלט דערציילן וואס זיי זענען אלטס אדורך, אבער ליידער האבן זיי נשט געקענט עומד בנסוין זיין און זיי האבן געהאלפן פארגיסן יענעמ'ס בלוט אפי' זיי האבן געוויסט טיף אין הארצן אז נישט אלעס דארף מען גלייבן און אז זיי האבן קיינמאל נישט געגעבן א טשענס פאר יענעם צו דערציילן זיין זייט, היינט פאלן זיי מחילה און זיי קענען זיך נישט מוחל זיין
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

חושב מחשבות... האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:23 am
fiena nieas האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:58 pm
מי אדיר האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 11:51 am
יעדער מענטש לעבט אין א געוויסע "באבל", און האט מדות וואס מען דארף מתקן זיין. יעדער האט אנדערע "וועליוס". כי זה כל האדם.

האועווער, עז לאנג מען קען "לעבן" מיט דעם מענטש, מען קען זיך אויסשמועסן, עס איז דא פארשטענדעניש, געטריישאפט, מען איז גרייט צו הערן וואס דער צווייטער האט צו זאגן, דאן קען מען מיט די ריכטיגע קאמיוניקאציע לעבן פרייליך און צופרידן בעז"ה. ביידע זייטן זענען אביסל מוותר, און עס קען הערשן א שלו' ושלוה. משא"כ מיט'ן נארסיסיסט (וכן אנדערע פערסאנאליטי דיסארדערס).
יעדער מענטש האט א אפענע מינוט, דער נארסעסיסט האט עס נישט, לעבט אין זיין דמיון און פארטיג? או אינו, אפשר האט דער נארסעסיסט יא א אפענע מינוט און זעהט איין אז עפעס איז נישט אין ארדענונג?

אויך וויל איך וויסן צו דער נארסעסיסט ווייסט אז ער האט א פראבלעם? צו קומט נארסעסיזם פון טראמא? צו פילט ער די טראמא? פארוואס זאל זיך א נארסעסיסט נישט ווילן העלפן, צו גייען זיי פאר טערעפי?
גאר א שטארקע סימפטאם פון נארסעסיזם איז אז מ'איז נישט זעלבסט באוואוסטזיניג.
זיי האבן אזא טיפע 'נישט' און פעין אינסייד, אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן אריינצוקוקן אין זיך.

יעדע מענטש וויל זיך העלפן, אבער א נארסעסיסט האט ליידער כמעט נישט די יכולת צו קענען טראכטן אז ער האט בכלל א פראבלעם.

יעצט צו ס'דא הילף פאר דעם?
די וועלט רעדט בעיקר וויאזוי די ארומיגע זאלן זיך באגיין מיט איהם.
אבער מיט אסאך תפלה און גאלאנען פון אמת'ע ריינע ליבשאפט, איז אייביג דא האפענונג.
גוט געשריבן!

די קרענק ווערט אנגערופן א "פערסאנאליטי דיסארדער". פשט אין דעם נאמען איז אזוי. אז איינער ליידט פון סיי וועלכע מענטל העלט מחלה, צב"ש טראומא, ענקזייעטי, דעפרעסיע, איז פשט אז דער מענטש בעצם איז א נארמאלער מענטש, אבער מוטשעט זיך מיט א געוויסע אישו. וויבאלד ער איז א נארמאלער מענטש ביסודו, כאפט ער אז זיין מחלה איז אבנארמאל, און וועט געווענליך זוכן הילף, און מען קען עס דעריבער גרינגער היילן, טאקע צוליב דעם וואס די קרענק און דער מענטש איז אפגעשיידט, און דער מענטש איז AWARE פון די שוועריגקייט. משא"כ א "פערסאנאליטי דיסארדער" איז טייטש אז דער גאנצער פערסאנאליטי פונעם מענטש איז פארדרייט. דער מענטש מיטן מחלה איז ממש איינס, און דער מענטש האט נישט די באוואוסטזיניגקייט אז עפעס איז ראנג מיט אים/איר, אז ער האט א פארדרייטן בליק אויף דער וועלט, ממילא זוכט ער קיינמאל נישט קיין הילף פאר זיך (אויב יא זוכט ער נאר פאר די ארומיגע מענטשן, אדער פאר אנדערע אישוס וואס האט נישט מיט זיין פארדרייטע פערסאנאליטי).
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5691
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מי אדיר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 1:10 am

דאס איז טאקע מיין פראגע צו א נארסעסיסט האט אמאל אן אמתע מיניט א מיניט פון אמת און ער וועקט זיך אויף און קיקט זיך ארים ווי זיין גאנצע משפחה איז צוקריגט מיט עים ער כאפט זיך נישט ביים קאפ אז אפשר איז ער די פראבלעם?
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

א מאן א נארסיסט וואס איז חתונה געהאט מיט א BPD
איז דאס א גוטע פארפאלק?
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3194
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

זבולון חיים הלוי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 1:31 am
א מאן א נארסיסט וואס איז חתונה געהאט מיט א BPD
איז דאס א גוטע פארפאלק?
ווייט פון, דער נארסיסט גייט נישט לאָזן דעם BPD אטעמען, אלעס ציט זיך ארום אים
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

מאטל שניידער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:30 am

BPD איז דאך שטערקער ווי א נארסיסט.
ניין?

זבולון חיים הלוי האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:44 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:30 am
זבולון חיים הלוי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 1:31 am
א מאן א נארסיסט וואס איז חתונה געהאט מיט א BPD
איז דאס א גוטע פארפאלק?
ווייט פון, דער נארסיסט גייט נישט לאָזן דעם BPD אטעמען, אלעס ציט זיך ארום אים
BPD איז דאך שטערקער ווי א נארסיסט.
ניין?
שטארקער אבער גאר שוואכער
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:01 pm
שטארקער אבער גאר שוואכער
זיי מסביר ביטע
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3194
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

זבולון חיים הלוי האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:03 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:01 pm
שטארקער אבער גאר שוואכער
זיי מסביר?
למדני את כל התורה כולה כשאני עומד על רגל אחת?
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5691
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

זבולון חיים הלוי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 1:31 am
א מאן א נארסיסט וואס איז חתונה געהאט מיט א BPD
איז דאס א גוטע פארפאלק?
א ביטערע רחמנות אויף די קינדער.....
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1799
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

איז דא אשכול וואס איז אויך מסביר BPD?
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5691
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ליטווישער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:47 pm
איז דא אשכול וואס איז אויך מסביר BPD?
יא זיכער אמאל פלעגט מען נאר רעדן פון bpd

fiena nieas האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:48 pm
ליטווישער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:47 pm
איז דא אשכול וואס איז אויך מסביר BPD?
יא זיכער אמאל פלעגט מען נאר רעדן פון bpd
ווי קען איך טרעפן די אשכול?
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5691
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”