די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

כ''ק אדמו''ר האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:51 am
א גרויסן יישכ הרב מי אדיר! געליינט ביז אהער. גאר ווייטאגליך און טראמיטאזירנד. ממש מוראדיג!
אפשר קענסטו אויך ארויסברענגען אזוי שטארק און קלאר איבער BPD?
איך גלייב אז דער עולם דא און די בעלי נפש וועלן עס גאר שטארק עפרישיעיטן
איך האב שוין געענטפערט אין אישי אז עס איז נישט שייך אויפן מאמענט, בכלל בין איך נישט אזוי אויסגעקאכט אין BPD ווי NPD. אפשר מיט די צייט.
פאר עטוואס אינפארמאציע קענסטו אנהייבן דא:
viewtopic.php?p=1713851#p1713851
מבין ומאזין
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 8:37 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין ומאזין »

דער נושא פון 'נארקעזיסים' איז א גאר ווייטאגליכע נושא גאר אסאך היימעשע שטיבער ליידען פון דעם גאר אסאך רח"ל.
הן מענער און הן ווייבער !
עס איז דא אסאך גיטע ביכער אויף דעם סיי זיך דיר נארקיסיט זיך צו פארשטיין
און סיי ווי אזוי לעבט מען און מען גיט זיך אן עצה מיט זיי.
אבער כולי עלמא מודה אז עס איז יסורי גיהנים אויף דער וועלט ליידער פאר ביידע, בפרט ווען דער נארקעסיסט איינדער קענט נישט זייערע חסרון.
לויט מיינע פיל יארן און דו פעלד פון תורת הנפש היהודי
דאס איז איינער פון דו שווערסטער נושא צו בייהאנדלען!
לגבי דו שאלה אויב מען זאל זיך גט'ן [
דאס איז נישט קיין שאלה וואס א יועץ אדער א טערפיסט מעג אדער זאל ענטפערן עס בלאנגט ריין פאר דעת תורה וואס זיי האבן סייעתא דשמיא
אבער דאס איז זיכער גאר אסאך וואס זענען אן געקומען צו מיר נאך דו הסכמה פון דער טערפיסטע"ן אז אנדערע עצה איז נישט דא נאר זיך צו גט'ן
האב איך געפירט א קאמף קעגען דו חכמים המה לרע, מיט דו חיסידישע לבוש !!
און איך האב צרוק געפרעגט !
אויב דו ביסט געקומען צו מיר הייסט עס אז דו האסט א משהו א ספק אויב דאס איז רצון ה'!
מיר זענען דא אלע עבדי ה' אויף א שליחות לעשות רצונו בלבב שלם ידער איינער מיט זיין נסיונות און לעבען.
****

מאך צו דיינע אויגן מיט א רויגקייט און פארגאס אלט'ס וואס מען האט דיר געזאגט ביז אהער
פרעג דיך אליינט לויט דיין מצב יעצט ווי השי"ת האט דיר אריין געלייגט, מיט דיינע שוואכקייטען אויך מיט א שטיב מיט קינדער קע"ה וכדומה, זעסטו אז דער גאנצע בילד וועט ווערן בעסער אויב דו גט זיך? און לעבען אליינט? און א דורך גיין יסורי אויב מיט דו גט?
אויב יא שמיס עס אדורך מיט א דעת תורה וואס קען דער נושא פון נאנט! צו ער איז אויך מיט דיר מסכים און אדרבה דאס איז א מצוה און דער תוה"ק נישט וויינגער ווי קידושין.
אבער אויב עס קומט דיר אויס מיט א ריינע אמת אז דו מצב און דער גאנצע בילד וועט זיין פיל ערגער פאר דיר און דיין עתיד
דעמאלט'ס דארף מען לעבען ווי א יוד און מקבל זיין יסורים של אהבה, ווייל פון גאט'ס וועגען קען מען נישט אנטלויפן !!
דער איינציגסטע וואס איז אנטלופען וואס איז ארויס אום געשדיגט איז יונה הנביא דער פיש האט אים אויס געשפיגען !!
אבער מער נישט!!!
טייערע ידידי! איך לייד מיט מיט אייך!
אבער מיין דרייסיג יאר און דעם פעלד פון יועץ והדרכה כולם שוין לטובה כה לחי!
איז מיין שאלה צו זיי דו וואס קומען פאר הילף!
ווילסט דו זיין דער מנוצח אדער דער מנצח ?
ראשית כל דארף מען זיך איננטער ווארפען אינטער רצון ה' !!
אין מקבל זיין רצון ה', און אריין ברענגען השי"ת און אינזערע לעבען!
און ווען מען טוט זיך און גאנצען אינטער ווארפן תחת הנהגת השי"ת, דאס הייסט מקבל זיין אחריות אויף מיין לעבען און אויף זיך, ווייל נאר דו ביסט יעצט דא!
וואס דאס איז טאקע פון דער שווערסטער אויף גאבע און לעבען, מקבל זיין אחריות און אויף געבען אינזערע EGO פאר דער רצון ה'.
יעצט איז מיין שאלה צו דיר פארוואס איז דאס.... א פראבלעם צי דיר? און וואס קענסטו טאן צו דעם?
וועלכע כלים קענט איר זיך אויס לערנען זיך צו געזונט האלט'ן?
לאמיר דאס אדורך שמיסען און אויף קומען מיט א מהלך און פתרון וויאזוי זיך אן עצה געבען מיט דעם.
לכן דארפ'ט איר אויסקלייבען GOLAS און מיר טאן אייך דאס בגלייטען אז איר זאלט דאס קענען אדורך פירען אויף א גזינטער אויפן.
ווער עס דארף הילף אדער הדרכה ווי אזוי צו לעבן געזינט און ערליך מיט שלות הנפש קען זיך צו מיר פארבינדען
אותיות
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 1:25 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותיות »

מבין ומאזין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 4:14 pm
עס איז דא אסאך גיטע ביכער אויף דעם סיי זיך דיר נארקיסיט זיך צו פארשטיין
און סיי ווי אזוי לעבט מען און מען גיט זיך אן עצה מיט זיי.
וועלעכע גיטע ביכער זענען דא אויף ווי אזוי מען לעבט און ווי אזוי מען גיט זיך אן עצה מיט זיי?
מבין ומאזין
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 8:37 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין ומאזין »

No More Walking on Eggshells: A Practical Guide to Understanding, Coping and Living with Someone Who Has Borderline Personality Disorder Or Narcissistic Personality Disorder

Breaking the Mirror—Overcoming Narcissism: How to Conquer Self-Centeredness and Achieve Successful Relationships
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

איך האב ערהאלטן אן "אימעיל" (נישט קיין אישי) דורך ארענדאר, איינער שיקט מיר א מעסעדזש ווי פאלגענד:
א גוטן כבוד מי אדיר,

קודם א ריזיגן יישר כח פאר דיין באלערנדן ארטיקל, עס האט שוין איינגעשפארט עגמת נפש מיט שווערע געלטער פאר טעראפיסטן (היות די פריערדיגע זענען שוין פסול, וואלט מען שוין יעצט ווען געהאלטן ביי נאך אפאר שטיק) איך האב שוין געגעבן די פרינט-אוט פאר רבנים, און עס האט שטארק געעפנט די אויגן ב"ה.

אויב דו קענסט באשטיין צו רעדן אויפ'ן טעלעפאן אדער פערזענליך וואלט איך געוואלט עפעס דורכרעדן. אויב נישט וועל איך אראפשרייבן מיין שאלה.

יישר כח
היות איך האב נישט קיין שום אינפארמאציע ווער דער שרייבער איז, איך קען נישט רעספאנדן אין אישי - ווי אויך האב איך נישט ערהאלטן קיין טעלעפאן נומער, אלזא אויב קען מיר דער שרייבער שיקן א אישי וועל איך קענען מאכן קשר.
אברך יקר
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 24, 2020 6:30 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך יקר »

ייש"כ הרב מי אדיר פאר אייער געוואלדיגע ארבעט
twitter
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 09, 2013 5:50 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך twitter »

א גוטן כבוד מי אדיר!
ווי שוין דערמאנט אין די אימעיל קען איך נישט גענוג דאנקען, אויף די געוואלדיגע ארבעט וואס דו האסט געמאכט מיט דיין באשרייבונג ביז אהער, ווער עס איז דאס נישט אליינס אריביר אויף די אייגענע הויט פארשטייט ליידער נישט וויפיל די באשרייבונג האט אויפגעטוהן

אבער די ביטערע פאקט אז בלוט גיסט זיך נאך, קרבנות זענען נאך אונטערדריקט און זיי ווייסן אפילו נישט, אז זיי זענען באמת אומשולדיג,
(ווי איינער האט מיר דערציילט אז ער האט שוין געהאלטן ביים סקעשולען אן אפפוינטמענט ביי א דאקטער זיך צו באהאנדלען אויף דיימענשיע, נאך וואס זיין שותף האט אים אזויפיל זאכען איבערגעזאגט אין זיין נאמען "געדענקסט נישט ווי מיר האבן אפגעשמועסט ביי יענע מיטינג אז דאס איז נישט אין די שותפות וכו' " א מזל אז ער האט געטראפן די איידיע פון געזלייטונג און אנגעהויבן פארשטיין אז עס איז בלויז א נארסעסיסט מיט זיינע פלייאינג מאנקי'ס אבער חוץ מזה איז די זכרון ב"ה שטארק)

LET'S STOP THE BLEEDING

די טראגעדיע גייט אן בתקפו, דיינים און עסקנים וואס האבן נישט קיין אהנונג, אין די גאנצע נושא פון פערסענאלעטי דיסארדער'ס מאכען ליידער החלטות אויף יא אדער נישט צוטיילן א שטוב,
ווילאנג עס איז נישט געוועהן קיין אינפא עוועילעבל עכ"פ אין אידיש איז נאך געוועהן צו דן זיין לקוו זכות, אבער יעצט פארוואס זאל נישט יעדער וואס ווערט אריינגעשלפט אין שלום בית אנגעלעגנהייטן דורך ליינען די וויכטיגע באשרייבונג, ואם לא יועיל לא יזיק.

אשע"כ בעט איך רשות פון "מי אדיר" אויב איך קען פארשפרייטן די באשרייבונג?
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

אדרבה ואדרבה! עס וואלט מיר געווען א כבוד און די גרעסטע זכות דאס צו פארשפרייטן און העלפן אידן דערמיט!

איך האב שוין געזאגט פאר עטליכע מענטשן וואס האבן מיר געקלינגען, אז איך וואלט דאס אלעס געקענט באשרייבן אין א אויסגאבע פאר געלט אדער אין א בוך א.א.וו., אבער איך האב עס נישט געטון פאר געלט (און נישט ווייל איך נויטיג זיך נישט אין געלט...). שטעלט אייך פאר עס ווערט באשריבן אין א מאגאזין וואס נאר טייל מענטשן קויפן עס און נאך ווייניגער ליינען עס, עס לויפט חודש'ליך קאפיטל נאך קאפיטל, און בשעת מען לייענט קאפיטל ב' איז שוין די פריערדיגע חלק אין מיסטקאסטן... איך האב נישט געוואלט דאס. איך האב עס געשריבן דייקא דא אויף אייוועלט ווי טויזענטער מענטשן ליינען (ליידער נאך נישט גענוג ניקס האבן דאס געליינט, געוויסע מענטשן מישן אוועק דאס בלעטל ווען זיי זעען דעם ווארט נארסיסיזם, טראכטנדיג מה לי ולו, וואס האב איך מיט די מאדנע ווארט נארסיסיזם), איך האב געוואלט עס זאל זיין צוזאמענגענומען לפונדק אחד ויעמדו למשמרת ימים רבים, אז יעדער זאל האבן די געלעגנהייט עס צו ליינען. אלזא בין איך אודאי מסכים עס מפיץ צו זיין וואו אימער מען קען העלפן א אידיש קינד. איך וואלט נאר געקענט באשטיין עס זאל זיין דבר בשם אומרו, און צושרייבן אז דאס קומט פון "מי אדיר" אויף אייוועלט.

והשתא דאתית להכי, אז איך רעד שוין מוז איך זיך אנטשולדיגן אז איך בין שטארק אונטערשטעליג מיט'ן המשך, דער לעבן איז אנפרעדיקטעבל און איך בין געווארן פארנומען מיט מערערע פראיעקטן, און עס איז ממש אן עצת היצר אז איך קען נישט ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש. נאך מער, אפילו די ביז איצטיגע וויל איך אביסל איבערארבעטן עס זאל זיין קלארער און בעסער אויסגעשטעלט, און איך דארף אסאך צייט דערצו. מיר וועלן זיך אבער נישט ברעכן, מען וועט בעז"ה פרובירן מיט אלע כוחות צו גיין ווייטער מיט די ארבעט.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

ביסט פשוט א צדיק !!! אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה. גיי אן. חזק ואמץ. ביסט א מזכה את הרבים מיט ליבשאפט.
אוועטאר
אייגענארטיקע טעאריע
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 8:44 am
לאקאציע:במקום שמחשבתו של אדם שם הוא

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגענארטיקע טעאריע »

אלס א וויקטעם פון א נארסיסט ווייס איך וואס עס רעדט זיך דא אינעם אשכול זייער גוט.....
ב"ה מיט די צייט האב איך זיך אסאך געבויעט פון די מיטמאכענישן און דיוועלעפט טעקניקס וויאזוי צו האנדעלן מיטן נארסיסט, דער עצם אדורך גאנג האט מיך געברענגט צו ווערן א בעסערער מענטש, אנהייבן צו פארשטיין מענטשען, ביזן זיך גיין לערנען טערעפי צו קענען העלפן מענטשען, מיין רבי האט מיך געזאגט אז איך זאל אריינגיין אין טערעפי ווייל אזוי וועל איך קענען העלפן מענטשען וואס גייען אריבער דאס וואס איך בין אריבער, אינטרעסאנט איז, אז דער אייבערשטער פירט צו צו מיר אסאך קליענטן ליידענע פון נארסיסטן, וואס האט זיך געשאפט אין מיר איז, דער וויסענשאפט אז איך בין נישט געוועהן די איינציגסטער אויפן וועלט וואס גייט דאס אריבער, עס איז צענדליגע וואס גייען עס אריבער, דאס וואס מיר ווייסען און די וואס מיר וועלן נאך וויסען, דער כח פון נישט ליידען אליינס זיך אויסשמועסן איז געוואלדיג, איך וואלט שטארק עדווייזט אויב איינער קען נעמען אויף זיך צו עפענען א פריוואטע סאפפארט גראפ אויף אימייל פון מענטשען וואס גייען עס אריבער... דער זכות איז געוואלדיג עס קען היילן מענטשען בס"ד
אוועטאר
מיין באליבטע דראון
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 6:07 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין באליבטע דראון »

קען איינער שיקן א pdf פון די גאנצע זאך
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

מבין ומאזין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 4:14 pm
דער נושא פון 'נארקעזיסים' איז א גאר ווייטאגליכע נושא גאר אסאך היימעשע שטיבער ליידען פון דעם גאר אסאך רח"ל.
הן מענער און הן ווייבער !
עס איז דא אסאך גיטע ביכער אויף דעם סיי זיך דיר נארקיסיט זיך צו פארשטיין
און סיי ווי אזוי לעבט מען און מען גיט זיך אן עצה מיט זיי.
אבער כולי עלמא מודה אז עס איז יסורי גיהנים אויף דער וועלט ליידער פאר ביידע, בפרט ווען דער נארקעסיסט איינדער קענט נישט זייערע חסרון.
לויט מיינע פיל יארן און דו פעלד פון תורת הנפש היהודי
דאס איז איינער פון דו שווערסטער נושא צו בייהאנדלען!
לגבי דו שאלה אויב מען זאל זיך גט'ן [
דאס איז נישט קיין שאלה וואס א יועץ אדער א טערפיסט מעג אדער זאל ענטפערן עס בלאנגט ריין פאר דעת תורה וואס זיי האבן סייעתא דשמיא
אבער דאס איז זיכער גאר אסאך וואס זענען אן געקומען צו מיר נאך דו הסכמה פון דער טערפיסטע"ן אז אנדערע עצה איז נישט דא נאר זיך צו גט'ן
האב איך געפירט א קאמף קעגען דו חכמים המה לרע, מיט דו חיסידישע לבוש !!
און איך האב צרוק געפרעגט !
אויב דו ביסט געקומען צו מיר הייסט עס אז דו האסט א משהו א ספק אויב דאס איז רצון ה'!
מיר זענען דא אלע עבדי ה' אויף א שליחות לעשות רצונו בלבב שלם ידער איינער מיט זיין נסיונות און לעבען.
****

מאך צו דיינע אויגן מיט א רויגקייט און פארגאס אלט'ס וואס מען האט דיר געזאגט ביז אהער
פרעג דיך אליינט לויט דיין מצב יעצט ווי השי"ת האט דיר אריין געלייגט, מיט דיינע שוואכקייטען אויך מיט א שטיב מיט קינדער קע"ה וכדומה, זעסטו אז דער גאנצע בילד וועט ווערן בעסער אויב דו גט זיך? און לעבען אליינט? און א דורך גיין יסורי אויב מיט דו גט?
אויב יא שמיס עס אדורך מיט א דעת תורה וואס קען דער נושא פון נאנט! צו ער איז אויך מיט דיר מסכים און אדרבה דאס איז א מצוה און דער תוה"ק נישט וויינגער ווי קידושין.
אבער אויב עס קומט דיר אויס מיט א ריינע אמת אז דו מצב און דער גאנצע בילד וועט זיין פיל ערגער פאר דיר און דיין עתיד
דעמאלט'ס דארף מען לעבען ווי א יוד און מקבל זיין יסורים של אהבה, ווייל פון גאט'ס וועגען קען מען נישט אנטלויפן !!
דער איינציגסטע וואס איז אנטלופען וואס איז ארויס אום געשדיגט איז יונה הנביא דער פיש האט אים אויס געשפיגען !!
אבער מער נישט!!!
טייערע ידידי! איך לייד מיט מיט אייך!
אבער מיין דרייסיג יאר און דעם פעלד פון יועץ והדרכה כולם שוין לטובה כה לחי!
איז מיין שאלה צו זיי דו וואס קומען פאר הילף!
ווילסט דו זיין דער מנוצח אדער דער מנצח ?
ראשית כל דארף מען זיך איננטער ווארפען אינטער רצון ה' !!
אין מקבל זיין רצון ה', און אריין ברענגען השי"ת און אינזערע לעבען!
און ווען מען טוט זיך און גאנצען אינטער ווארפן תחת הנהגת השי"ת, דאס הייסט מקבל זיין אחריות אויף מיין לעבען און אויף זיך, ווייל נאר דו ביסט יעצט דא!
וואס דאס איז טאקע פון דער שווערסטער אויף גאבע און לעבען, מקבל זיין אחריות און אויף געבען אינזערע EGO פאר דער רצון ה'.
יעצט איז מיין שאלה צו דיר פארוואס איז דאס.... א פראבלעם צי דיר? און וואס קענסטו טאן צו דעם?
וועלכע כלים קענט איר זיך אויס לערנען זיך צו געזונט האלט'ן?
לאמיר דאס אדורך שמיסען און אויף קומען מיט א מהלך און פתרון וויאזוי זיך אן עצה געבען מיט דעם.
לכן דארפ'ט איר אויסקלייבען GOLAS און מיר טאן אייך דאס בגלייטען אז איר זאלט דאס קענען אדורך פירען אויף א גזינטער אויפן.
ווער עס דארף הילף אדער הדרכה ווי אזוי צו לעבן געזינט און ערליך מיט שלות הנפש קען זיך צו מיר פארבינדען

שרייבען רבנים אויף אייוועלט?
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

מיין באליבטע דראון האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 11:13 am
קען איינער שיקן א pdf פון די גאנצע זאך
https://drive.google.com/file/d/1jgFfCc ... sp=sharing

This is till now, hopefully Mi Adir will be back one day..... For best printing results print it in Adobe with the booklet setting
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עובר ושב האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 2:50 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 2:37 pm
סאו זי איז א BPD. ניין?
יא אין ניין.

יא - איינער פין די געלערענטע טערעפיסטען האבן איר געלעבלט BPD.
יא - איינע פין די געלערענטע טערעפיסטען האבן עם געלעבלט נארסיסט.

ניין - די מאן האט זיך געגאנגען אויסלערנען ווי אזוי איר צי פארשטיין אין מיטפילען, אין יעצט עפרישיעט , רעספעקט ער אין enjoyed אירע טיפע געפילען.

ביי דע וועי, זיי האבן א הערליכע פרייליכע שטוב מיט קינדער אין אייניקלעך.
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע:פארשעמט אויף דר'ערד

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

איך האב אראפגענומען די אפציע מיר צו קאנטאקטן דורך אימעיל ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי צו ריפלייען (דער אימעיל באקום איך דאך פון "ארענדאר".)
ביטע שיקט א אישי ווען איר ווילט זיך מקשר זיין.

איך בעט דעם וואס האט מיר געשיקט היינט א אימעיל זאל מיר שיקן זיין בקשה אין אישי, נאר אזוי קען איך רעפלייען.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אפילו דו באקומסט עס פון ארענדאר, דאך קענסטו רעפלייען און ס'וועט אנקומען צו יענעם.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דל גאה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:05 am

I have been brought up by a father who is a NPD and a Mother who is BPD I am suffering to date from what I went through
אפענע געפילן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:00 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע געפילן »

מזל טוב @מי אדיר צום 100'סטן תגובה!!
(באמערקט אינעם גט-ליך קינד אשכול, און נישט געוואלט דארט שטערן די שמועס)
וואס דו האסט דא אהערגעשטעלט, אן אוצר!!
געפילן קען מען נישט דערשטיקן אדער פארטרייבן, ענדערש נעם זיי אויף מיט אפענע ארעמעס און האב מנוחת הנפש
אינטערנאל פעמילי סיסטעם IFS
אוועטאר
איידעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:40 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידעלער »

אלס איינער וואס ליידט מוארדיג פון א נארסיסיסט (איינער פון מיין ווייבס עלטערן) האט מיר איינער אריינגעשיקט דעם גאנצן ארטיקל איך האב עס אנגעהויבן ליינען אויפן קאמפיוטער נאך דריי מוניט בין איך געווען זיכער אז די קענסט מיר מיט מיין גאנצע קעיס איך האב עס גלייך ארויסגעפרינט אהיים געברענגט פאר מיין חשובען בני בית און מיר האבען ביידע דורך געליינט אלע זיבעציג זייטן ווי אן אויסגעדארשטע לאגער איד

שכח שכח שכח שכח
אוועטאר
איידעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:40 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידעלער »

איז דא עפעס אזא זאך אז א נארסיסיסט ווערט (אדער מאכט זיך) יעדע שטיק צייט קראנק?
אוועטאר
אייגענארטיקע טעאריע
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 8:44 am
לאקאציע:במקום שמחשבתו של אדם שם הוא

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגענארטיקע טעאריע »

איידעלער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:08 pm
איז דא עפעס אזא זאך אז א נארסיסיסט ווערט (אדער מאכט זיך) יעדע שטיק צייט קראנק?
זייער אינטרעסאנטע שאלה, אין מיין עקספיריענס יא, אבער אסאך מאל באמת זענען זיי קראנק, וויא איך האב שוין געשריבן דער קאנעקשן פון גופנפש.. viewtopic.php?t=63094
ווען זיי מאכן זיך קראנק קען זיין איז צוליב וואס זיי ווילן אמפאטיע ליבשאפט וואס דאס ווילן זיי אייביג און עס איז קיינמאל נישט גענוג...

אייגענארטיקע טעאריע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:48 pm
איידעלער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:08 pm
איז דא עפעס אזא זאך אז א נארסיסיסט ווערט (אדער מאכט זיך) יעדע שטיק צייט קראנק?
זייער אינטרעסאנטע שאלה, אין מיין עקספיריענס יא, אבער אסאך מאל באמת זענען זיי קראנק, וויא איך האב שוין געשריבן דער קאנעקשן פון גופנפש.. viewtopic.php?t=63094
ווען זיי מאכן זיך קראנק קען זיין איז צוליב וואס זיי ווילן אמפאטיע ליבשאפט וואס דאס ווילן זיי אייביג און עס איז קיינמאל נישט גענוג...
די צווייטע איז לכו' מער אקאראט איך האלט מיט מיט עפעס א אינג ווייבל א נארסיסיסט וואס אמאל דארף זי אריין אין שפיטאל פאר זיך, און אמאל פאר איר בעיבי, און אמאל איז זי א רחמנות ווייל עפעס אנדערש, אבער א יעדע שטיק צייט מאכט זי זעכער צו צוען רחמנות (אבער נישט אין יעדעם'ס אויגן וויל זי זיין א רחמנות זי האט זיך אירע חשבונות אין וועמענס יא און אין וועמענס נישט)
אן אנערע נארסיסיסט וואס איז א יעדע שטיק צייט קראנק מיט עפעס אנדערש
אוועטאר
אייגענארטיקע טעאריע
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 8:44 am
לאקאציע:במקום שמחשבתו של אדם שם הוא

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגענארטיקע טעאריע »

דער אמת איז אז נישט נאר א נארסיסט, און וויא איך האב געשריבן אין מיין אשכול viewtopic.php?t=63094 איעדער מענטש קען אמאל זיך נישט גוט שפירן אפי' באמת, און די סיבה איז צומאל, ווייל אינעם אן קאנשעס וויל דער מענטש אדער א ברעי"ק, אדער אטענשען, אדער צאמי, ליבשאפט, אויפמערזאם וכדו', וואס נעבעך אנדעם וואלט ער עס נישט באקומען, דאס איז א מציאות אבער אביסל א ווייטוגליכער, אז מענטשען דארפן ווערן קראנק צו עס באקומען, דאס מיינט נישט אז מ'זאל ארפקוקען מענטשען וואס זענען קראנק, נאר אדרבה ווען ער איז געזונט געב איהם די אלע זאכן וועט זיין אן קאנשעס נישט דארפן ווערן קראנק, אדער לערנט מען אויס דער מענטש צו זיך אליינס געבן די אלע זאכן, אדער לערנט מען איהם אויס צו קענען אנגיין אהן די אלע זאכן...
יוד
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

מי אדיר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:20 pm
די 3 שלבים פון די נארסיסיסטן

1. באווארפן מיט ליבשאפט - 2. דערנידערן - 3. אוועקווארפן

בעפאר מיר גייען אריינגיין אין די בארבארישע טאקטיקן ווי אזוי די נארסיסיסטן פייניגן זייערע קרבנות, מוזן מיר קודם קלאר מאכן דעם סדר ווי אזוי און ווען זיי טוען דאס, כדי זייערע טאקטיקן זאל האבן דעם מאקסימום אפעקט. די סדר איז איינגעטיילט אין דריי שלבים.

מיר האבן שוין בארירט אויבן, און עס איז וויכטיג ארויסצוהייבן נאכאמאל, אז סובקאנשעסלי זענען די נארסיסיסטן זייער כיטרע און געריבן, און זייערע אטאקעס גייט צו מיט א מורא'דיגע אויסגערעכנטע סטראטעגיע, גארנישט אנדערש ווי א ווילדע חי' וואס לאקערט אויף איר קרבן און וועט טוהן אלע מיטלען אריינצוזעהן דעם קרבן אין נעץ מיט א שמייכל, בפה רך, און דערנאך וימררו את חייהם, און פארציקן דעם קרבן מיט אפעטיט.

די ערשטע חלק, פון באווארפן מיט ליבשאפט, בעיקר ווען עס רעדט זיך פון א חתונה-געהאטע פארפאלק, איז אביסל אנדערש ביים היימישן עולם ווי אין די אלגעמיינע וועלט, וויבאלד דער צוגאנג צו שידוכים ביי אונז איז כרחוק מזרח ממערב. ביי די אלגעמיינע וועלט וועט דער נארסיסיסט דערשמעקן ווער עס איז א וואוילער, ווייכער מענטש, וואס זוכט צו מוותר זיין, און איז א "פיפל פליעזער", און פרובירן צו שליסן שידוך מיט אזא איינעם, ווייל מיט אזא מענטש איז דא געוואלדיגע שאנסן צו באקומען כסדר'דיגע סופליי פון וועלידעישאן, יענער וועט דאך נאר זעהן די גוטס, און וועט מוותר זיין אויף די אייגענע צער כדי יענעם צו באפרידיגן. דאס הייסט אז זיי ווייסן (מסתמא סובקאנשעסלי) גענוי וועמען זיי זוכן, און נאך די חתונה נעמט מען זיך צו די עבודה. ביי אונז "היימישע אידן" וואס שידוכים גייען נישט צו אויף דעם אופן, הייבט זיך אן זייער פאנגעריי הערשט נאך די חתונה.

דער חלק ווערט גערופן "לאוו באמינג" (love bombing), אדער "איידיעלייזעשאן" (idealization). נאך די חתונה (ביי קינדער איז עס ווען זיי קומען לכלל דעת, און אזוי ביי ארבייטערס אדער קאלעגעס איז עס די ערשטע תקופה פון די דזשאב) הייבט מען אן יענעם צו חנפ'ענען אויף א אופן אז דער שותף ווערט ממש משוגע. מען וועט טיילן קאמפלימענטן מיט א ברייטהארציגקייט, יענעם קויפן מתנות, מאכן סורפרייזעס, וכו'. ער/זי שפירט אז מען האט זוכה געווען צום פערפעקט שותף אין לעבן... די לאוו באמינג שלב קען זיך ציען חדשים און אפילו יארן. דאס טוען זיי אריינצוכאפן דעם קרבן אין נעץ אן דעם וואס דער קרבן זאל האבן די מינדעסטע השגה וואס וועבט זיך דא. אין דעם שלב וועלן זיי פרובירן אפצולערנען דעם שותף, אלע זייערע שטארקקייטן און שוואכקייטן, כדי צו וויסן שפעטער וואו (און וואו נישט) צו אטאקירן אויף א אופן אז מען זאל בלייבן סטאק און נישט קענען צוריקפייטן. זיי וועלן בשעת מעשה שפילן ווי די בעסטע שותפים, ארויסווייזן מיטלייד, זאגן גוטע ווערטער און קאמפלימענטן, אוועקמאכן די שוואכקייטן, און זוכן אויסצוהערן - און אפילו ענקארעזשן מיט זייער כאריזמע דעם שותף צו זיין וואלנערעבל און פארציילן - אלע זייערע שוועריגקייטן פון די פארגאנגענהייט, און דער שותף שפירט זיך אין זיבעטן הימל אז זיי האבן אזא געטרייע פארטנער אין לעבן וואס אקצעפטירט זיי טראץ אלע שוואכקייטן און חסרונות, און פארציילט אלעס וואס ליגט אויפ'ן געוויסן, אלע זייערע משוגעת'ן (און צומאל אלטע חטאים און נייע מחשבות זרות...) , און אפילו גאר פריוואטע זאכן וואס קיינער אויף דער וועלט ווייסט נישט, חוץ די "געטרייע שותף" וואס איז מקיים דעם "והיו לבשר אחד" מיט אזא שלימות.

** ** **

איינמאל דער נארסיסיסט שפירט אז ער האט שוין פולשטענדיג ארויס דעם קרבן, און ער קען שוין מאכן א סיום אויף די מסכתא וואס ער קען שוין אויסנווייניג, קומט שלב ב': דערנידערן (devalue). עס הייבט זיך אן זייער לייכט (subtle) אזוי אז דער שותף כאפט קוים אז עפעס האט פאסירט. אבער צוביסלעך הייבט זיין/איר אפנקייט צוריקקומען בייסן, און אלע סודות וואס מען האט געמיינט מען איז פארזיכערט דערמיט ביים נארסיסיסטישן שותף, און געהאפט אז לא יזכרו ולא יפקדו ולא יעלו על לב לעולם, שווימט צוריק ארויף, און מען הייבט אן האלטן האסטעדזש דעם שותף, וואס הייבט אן ציטערן אז זיינע פריוואטע זאכן קומען ארויס.

גלייכצייטיג הייבט אן קומען מעסעדזשעס פון דעם נארסיסיסט ווי אומוויכטיג און אומגעלונגען דער שותף איז. דער שותף רייבט זיך די אויגן און פרובירט צו פארשטיין ווי זאכן זענען דא געגאנגען ראנג, וואס האט ער געטון שלעכט אז ער דעזערווט אזא באהאנדלונג פון דעם "געטרייען פריינטליכן שותף". אנהייב איז ער אונטער'ן רושם אז עס איז זיכער זיין אייגענע שולד, ווייל יענער איז דאך א אלץ געווען א וואוילער, און עס קען נישט זיין אז ער האט זיך געטוישט הויט איבערנאכט, אלזא מוז זיין אז איך האב עפעס מיאוס אנגעווערטשאפט דא. ער פרובירט מאכן א חשבון הנפש, ער פרעגט דעם שותף וואס ער האט געטון שלעכט און ווי אזוי קען ער מתקן זיין דעם פגם... ער ווייסט נעבעך נישט אז זיין גורל איז שוין פאר'חתמ'עט, און אפגעזען וואס ער האט יא אדער נישט געטון, און וואס ער גייט אדער גייט נישט טון, גייט דא קומען א כוס תרעלה אויסגעגאסן אויף זיין קאפ...

די שלב גייט אויך אן א לענגערע צייט, ביי יעדעם אנדערש, לפי המצב. דער קרבן ווערט צוביסלעך דעפרעסט און גייט אדורך שברי לב און שלאפלאזע נעכט, נישט קענענדיג מאכן סענס פונעם מצב! ער פרובירט אויסצו'פיגערן וואס מען קען טון, ער איז גרייט צו טון אלעס צו העלפן די מערידזש, ער פרובירט צופרידנשטעלן יעדע פארלאנג פונעם שותף, אבער זאכן גייען פון שלעכט צו ערגער, אנשטאט זעהן פארבעסערונג. דער נארסיסיסט האלט אין איין אריינשניידן און אריינשטעכן אינעם קרבן. דער אומגליקליכער קרבן הייבט אן ציטערן פונעם נארסיסיסט, ער פרובירט אויסרעכענען וואס וועט מאכן דעם שותף צופרידן און וואס נישט, יעדע מחשבה דיבור ומעשה ווערט מנופה בי"ג נפה עס זאל חלילה נישט גורם זיין עפעס א אויסברוך אדער פסק, אבער אן ערפאלג. רוב מענטשן קענען שוין היינט דעם אויסדרוק (באזירט אויפ'ן באקאנטן נאמען פון א בפ"ד בוכל) אז דער קרבן וואקט אויף אייער שאלאכטס (walking on eggshells), ווייל דער קרבן שפירט ממש דאס. מיט יעדע אומריכטיגע טריט קען ער צוברעכן נאך א אייער און דאן זאל גאט אפהיטן... זיין א מחוצף צום נארסיסיסט קומט נישט אין באטראכט, ווייל יענער ווייסט זאכן וואס דו ווילסט נישט ער זאל פארציילן, און דו ציטערסט געפערליך פון דעם!

צעביסלעך ווערט די לעבן פאקוסירט אויסשליסליך נאר אויפ'ן נארסיסיסט. וואס ער אדער זי וויל, דאס דארף געשעהן, און טאקע גענוי אויף דעם אופן ווי זיי פארלאנגען. וואס דער צווייטער שותף דארף האבן איז נישט נוגע, יעדע פארלאנג וואס דער שותף בעהט ווערט אוועקגעמאכט אלס משוגע, נאריש, אומוויכטיג, מען שיקט אים גאר צו טעראפי אז ער איז אזוי נאריש... דאס אלעס העלפט מאכן דעם שותף צוקלאפט און צעפראסקעט, ביז מען קען שוין מאכן א בורא פרי האדמה אויפ'ן קרבן...

** ** **

ווען דער קרבן שפירט שוין גוט אין דער ערד, צוטראסקעט און צעביילט, און ווי פארשטענדליך איז ער שוין נישט גענוג א גוטע סופליי צו מאכן דעם נארסיסיסט שפירן גוט, דאן קומט די דריטע און ווייטאגליכסטע חלק אריין אין בילד: יענעם פולקאם אוועקווארפן (discard) און אים געבן צו שפירן לך לך מארצך, געט דע העק אוט אף היער, איך דארף דיר נישט האבן, דו שטייסט מיר נאר אין וועג, ביסט איין שטיק גארביטש, גארנישט טוסטו נישט גוט, איך וויל דיר נישט האבן אין מיין לעבן. דער שותף בעהט זיך און פרובירט זיין מזל אפשר דאך, איך בין מבטיח וואס אימער דו ווילסט, אבער די ווערטער פאלן אויף טויבע אויערן, פארקערט, ווי מער מען בעהט זיך צו זיי, אלס מער נחת שעפן זיי, אלס מער שפירן זיי וואספארא 'יש' זיי זענען אז מען דארף צוקומען צו זיי און אן זיי קען מען נישט לעבן.... דאן, אדער וועלן זיי זעלבסט אוועקגיין פון שטוב, אדער וועלן זיי פארשיקן דעם צווייטן, זיי וועלן פארלאנגען א גט, און מאכן דעם אנשטעל אז אלעס איז געענדיגט.

איר האט באמערקט אז איך האב געזאגט "מאכן דעם אנשטעל"? ווייל דאס איז די פאקט, אלעס איז נאר א אנשטעל. זיי קענען קוים ווארטן אז דער קרבן זאל זיי פאלן צו די פוס און זיך צוריקבעטן, אז דער נארסיסיסט זאל רחמנות האבן. ווי אזוי איז מעגליך אז דער קרבן זאל זיך צוריקבעטן צום נארסיסיסט? געווענליך וועט דאס פאסירן ווייל דער קרבן זעלבסט איז צובראכן אויף שברי שברים, און בעיקר - האלט אייך דאס אטעם - ווייל דאס הערן זיי פון אנדערע מענטשן! די אלע גוטהארציגע "פארשטייערס" וואס זענען מסביר אז יענער איז בעצם גאנץ א וואוילער מענטש, מסתמא האט אים/איר עפעס געבאדערט, און אז דו וועסט זיך מקבל זיין צו זיין עכט געטריי צו יענעם, און נישט קוקן אויף די אייגענע באדערפענישן, איז כמים פנים אל פנים וועט יענער ווערן וואויל צו דיר אויכעט וכו', הקיצור, די אלע שיינע תורות וואס מען זאגט פאר געזונטע מענטשן... דער קרבן איז נאך נישט ביי די הכרה אז די אלע זאכן האבן קיין שייכות אהער ווען מען דיעלט מיט א קראנקע חולי נפש, דער עולם האט נאך נישט אינאכט גענומען פון וואס מען רעדט דא (כאטש דער קרבן שפירט שוין געווענליך אז "עפעס" איז דא נישט אין ארדענונג), וויבאלד זאכן גייען אזוי צעביסלעך און כיטרע, איינגעוויקלט אין א זיסקייט און געשמאקע שפראך, וואס איז מסביר ווי משוגע און שרעקליך דער קרבן איז...

ווען דער קרבן איז זיך שוין מייאש, און פארלירט האפענונג, וועט דער נארסיסיסט פלוצלינג צוריק אריינקומען אין בילד! פארגעסט נישט אז דער נארסיסיסט ווערט שוין הונגעריג פאר זיין/איר סופליי וואס זיי פלעגן באקומען פונעם שותף מיט א ברייטהארציגקייט... מיט א האניג-זיסע שטימע וועלן זיי צוריק אריינקומען אין בילד "עז-איף-נאטינג", ווי גלייך גארנישט האט פאסירט... זיי וועלן יענעם געבן א קאל אדער טעקסט, מיט א שמייכל, וואס מאכסטו עפעס? וואס איז דער פלאן, ווען גיימיר ווייטער?... און דער קרבן (וואס כנ"ל איז נאך ע"פ רוב נישט aware די ביטערע מציאות וואס שפילט זיך אפ דא) כאפט זיך צו דערצו ווי צו א געבראטנס! ער פרייט זיך אז דער נארסיסיסט האט זיך "געלאזט איבערבעטן" און איז ענדליך "מסכים" צוריק צו קומען וואוינען צוזאמען... ער פארגעסט אויף איינמאל אלע ביטערע געשעענישן פונעם עבר, איז מחליט אז מה דהוה הוה ומכאן ואילך חושבנא, און האפט אז עליה השלם כל הקרבנות כולם, און מהיום והלאה וועט שוין זיין בעסער... אויב וועט דער קרבן האבן די "חוצפה" פארצוהאלטן דעם נארסיסיסט אויף די אלע עינויים וואס ער האט געליטן, וועט קומען א מבול פון פאלשע "אנטשולדיגונגען", מיט א אויסטערלישע חנופה, און דיר מסביר זיין ווי שטארק זיי האבן דיר עכט ליב, וכדומה, ביז זיי כאפן די הארץ פונעם קרבן וואס לאזט זיך איבעררעדן.

די עקספערטן רופן דאס אן מיטן נאמען "האווערינג" (Hoovering), וואס איז א חלק פון זייער עמאציאנאלע אביוז, ווייל דאס פארמישט מורא'דיג דעם קרבן, וועלכער רעדט זיך נעבעך איין און האפט בכליון עינים אז אפשר האט שוין דער נארסיסיסט איינגעזען זיין/איר שלעכטקייט און יעצט קומט שוין ענדליך גוטע צייטן, דערווייל איז עס נישט מער ווי א נעץ אריינצושלעפן דעם שותף און נאכאמאל רייטן אויף אים, ארויסשלעפן נאך אינפארמאציע, און דערנאך אים פייניגן דערמיט, ביז ער ווערט נאכאמאל צוקוועטשט... ווי איין וועבסייט איז מסביר:
האווערינג [א נאמען על שם א געוויסע וועקיום קלינער וואס הייסט האווער] ווערט גענוצט ביי נארסיסיסטן אריינצושלעפן דעם קרבן (אזוי ווי א וועקיום קלינער וואס סאקט אריין) צוריק אריין אין זייער נעץ ווען זיי פרובירן צו אנטלויפן. עס איז א אויסמוטשענדע טאקטיק וואס די קראנקע מענטשן נוצן, פון מאכן דעם קרבן גוט שפירן, נאכדעם אים צוריק אראפווארפן, און דאן צוריק אריינשלעפן מיט זיסע חנופה. דאס איז א ציקל כגלגל החוזר, און דער קרבן ווערט פארכאפט אריין און ארויס ביז דאס קאפ שווינדלט אים.
דאס איז גורם אז דער שותף ווערט געווארפן ווי א ראולערקאוסטער, דער נארסיסיסט האט דעם כח צו מאכן דעם שותף פרייליך און צוריק אראפווארפן מאיגרא רמה לבירא עמיקתא, ואין לאל ידיו זיך צו ראטעווען פון די מאכטפולע מאניפולאציע און קאנטראל. עס פאדערט אויסטערלישע כוחות צו כאפן וואס דא גייט פאר און זיך ארויסצוזעהן פון דעם פארכאפטן נעץ.

עס קען זיך יא מאכן אז דער קרבן כאפט וואס דא פאסירט, ספעציעל ווען דער גלגל החוזר פון די דריי שלבים האט זיך שוין איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל, און מען נעמט ענדליך אינאכט אז די גאנצע "גוטע לעבן" איז נישט מער ווי א ביטערע שפיל, און ערשט דאן ווערט מען געווענליך געוואר פון די פערסאנאליטי דיסארדערס, מען הערט פון אנדערע מענטשן אדער טעראפיסטן, אדער מען לייענט עס אין א בוך, און עס שיינט אויף א געוויסע ליכטיגקייט, א שמחה פון התרת הספיקות. געווענליך ווען דער נארסיסיסט שפירט אז דער שותף האט ענדליך אויסגע'פיגערט זייער מהלך, וועלן זיי שוין נישט אייביג צוריקקומען נאכאמאל, נאר וועלן פרובירן אפהאקן לנצח נצחים, און זיך זוכן פרישע סופליי.

** ** **

עס קען אויסקוקן ווי איך האב מאריך געווען, אבער דער אמת איז אז דאס זענען ממש די יסודות אין קורצן, און מען קען אויף יעדע חלק באזונדער נאך אסאך מאריך זיין. דער עיקר וואס איך וויל אז דער עולם זאל ארויסהאבן די קאנצעפט קלאר.

קומענדיגע קאפיטלען וויל איך אי"ה אויסשמועסן די פינסטערע איידיעס און טאקטיקן וואס די נארסיסיסטן באנוצן זיך צו פייניגן און חרוב מאכן דאס לעבן פון זייערע קרבנות, וואס דאס פאסירט געווענליך אין שלב ב', ווען מען הייבט צעביסלעך אן צו קלאפן דעם שותף.

המשך יבא בעז"ה.

ווער עס האט עקסעס אנליין און וויל ליינען:
ארטיקל 1
ארטיקל 2

WOW זייער שיין...

איך וויל פארשטיין, פארוואס בלייבט נישט דער נארסעסיסט ביים ערשטן שלב, פון געבן ליבשאפט, וואס דאן באקומט ער אויך פון דעם שותף אלעס וואס ער דארף, ווי דו רופסט'ס "נארסעסיטיק-סאפליי"= עטענשן, ווי וואויל ער איז, און ווי פיין ער איז וכו'

פארוואס דארף ער גיין צו שלב ב' און ג' וואס דאס איז מאכן יענעם בשפל, וואס דאס ברענגט אים נישט קיין כבוד בכלל??

אין אנדערע ווערטער, פארוואס זאל דער נארסעסיסט טוישן זיין "סאפליי" פון עטענטשן, צו יענעם קלאפן, און אזוי פילן גוט אז ער איז ווערט ווייל זיין שותף נישט?? ער האט דאך נאר שאדן לאורך הדרך??
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”