בלאט 4פון 6

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 5:01 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
בעסטע דרייווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 4:58 pm
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 4:54 pm
בעסטע דרייווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 3:29 pm
ווי סאך בערך דארף א בעק ציין אימפלענט קאסטן
ס'דארף קאסטן פופציג דאלער. למעשה קאסט עס בערך צווישן א טויזנטער און צוויי.
מיין דענדיסט זאגט מיר 3000. נישט מיט די crown. נארמאל?
כ’מיין ס’זייער איבערגעטריבן

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 5:21 pm
דורך KMW
געווען נעכטן ביי א דענטיסט און א לעיקוואוד ווייבל האט דערציילט מיין ווייב אז די דענטיסט האט געראטעוועט איר קינדס לעבן.. דהיינו איר קינד האט געהאט פארשידענע געזונטהייט פראבלעמען און פלעגט באקומען סיזשערס, זי איז געגאנגען צו א HK און ער האט געזאגט אז די באדי טעסטס אז עס איז פיל מיט אלומינום און געפרעגט צו ער האט זילבערנע פילינגס, למעשה האט ער געהאט 8 פילינגס, זי איז געגאנגען צו די דענטיסט (אגב האליסטיק) און האט געטוישט אלע צו ווייסע פילינגס און אלע פראבלעמען זענען אוועקגעגאנגען..

אגב האליסטיק דענטיסט וועט אייביג דרילען די ווייניגסטע מעגליך און וועט דעריבער זייער אסאך מאל פארמיידן א רוט קאנאל וואס זיי האלטן נישט פון מאכן לכתחילה, אויך פארן אנפילן די לאך לייגן זיי OZONE וואס הארגעט אלע באקטיריעס וואס מאכט אסאך קלענער די טשענס פון ריאינפעקשן.

און אגב דאגב ליינט דא אביסל וועגן מאכן א רוט קאנאל VS א אימפלענט
https://www.swissdentalsolutions.us/

https://www.swissdentalsolutions.com/do ... eth_US.pdf

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:04 pm
דורך כווייס נישט אלעס
לידיעה בעלמא די טערם האליסטיק דענטיסט איז א סקעם.
ניטאמאל פיצן מיין שיך וואלט איך זיי געלאזט. (נישט פארמישן מיט א האליסטיק דאקטער וואס איז אן אנדערע מעשה) אז די ווילסט קער נעמען פון דיין געזינט כל הכבוד, און אז די ווילסט וויסן אן האליסטיק וועג צוהאלטן דיין ציין געזינט איז פארמייד צוקער און עסיד וכ"ו

א דענטיסט וואס לעיבעלט זיך אלס האליסטיק דענטיסט בדרך כלל איז נישט קיין גוטע דענטיסט, די דזשאב פון א דענטיסט איז צו היילן לעכער, און אז ער טויג נישט, ריפט ער זיך האליסטיק (א טערם וואס קאסט נישט קיין געלט און איז נישט רעגעלעיטעד) און בגנבעט די אומוויסענדע המון עם.

אגב א גוטע דענטיסט ניצט נישט קיין אלטמאדישע זילבערנע פילינגס. און צו סעיווען ציין זיך א ביאמימיטיק (biomimetic ) דענטיסט וואס ניצט אופ דו דעיט טעקנאלאדזשי נישט קיין פרימיטיווע מיטלען.

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 12:06 pm
דורך KMW
כווייס נישט אלעס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:04 pm

שמך נאה לך.

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 4:20 pm
דורך כווייס נישט אלעס
KMW האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 12:06 pm
כווייס נישט אלעס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:04 pm
לידיעה בעלמא די טערם האליסטיק דענטיסט איז א סקעם.
ניטאמאל פיצן מיין שיך וואלט איך זיי געלאזט. (נישט פארמישן מיט א האליסטיק דאקטער וואס איז אן אנדערע מעשה) אז די ווילסט קער נעמען פון דיין געזינט כל הכבוד, און אז די ווילסט וויסן אן האליסטיק וועג צוהאלטן דיין ציין געזינט איז פארמייד צוקער און עסיד וכ"ו

א דענטיסט וואס לעיבעלט זיך אלס האליסטיק דענטיסט בדרך כלל איז נישט קיין גוטע דענטיסט, די דזשאב פון א דענטיסט איז צו היילן לעכער, און אז ער טויג נישט, ריפט ער זיך האליסטיק (א טערם וואס קאסט נישט קיין געלט און איז נישט רעגעלעיטעד) און בגנבעט די אומוויסענדע המון עם.

אגב א גוטע דענטיסט ניצט נישט קיין אלטמאדישע זילבערנע פילינגס. און צו סעיווען ציין זיך א ביאמימיטיק (biomimetic ) דענטיסט וואס ניצט אופ דו דעיט טעקנאלאדזשי נישט קיין פרימיטיווע מיטלען.
שמך נאה לך.
איך וואלט זייער רעקאמענדעד צו ניצן א גוטע דענטיסט וואס "ווייסט נישט אלעס" באט און דענסטרי איז ער אן עקפערט ווערסעס ניצן א האליסטיק דענטיסט וואס ווייסט אלעס און "קען אלעס" און איז געצווינגען צו ניצן אומרעגעלירטע מארקעטינג צו אטרעקטען אומוויסענדע קליענטן.

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:57 pm
דורך הייליגע טאטע
ציין ווייטאג וואס קומט פון זיין פארקילט ווייסט איינער עפעס וואס העלפט?

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 12:48 pm
דורך פלעסטיק
איך האב עס דערווייל נאר געזען אויף קול מבשר, איז עס שוין דערמאנט געווארן אויפן וועלטל? א געוואלדיגע ישועה פאר אסאך אסאך!

5 מיליאן ארימע ניו יארקער גייען האבן מער דעקונג פאר רוטינע ציין באהאנדלונג א דאנק א סעטלמענט אויסגעהאמערט צו שליכטן א לאוסוט: ניו יארק האט ביז יעצט געהאט מעדיקעיד רעגולאציעס וועלכע האבן אנגעגעבן אז א מענטש מוז האבן 8 ציין צו קענען פונקציאנירן און מער ווי דעם איז נישט וויכטיג, דעריבער זענען מער ווי 8 ציין נישט געווען געדעקט דורך מעדיקעיד פאר רוט קאנאלן און קראונס, וואס באדייט אז מענטשען האבן געמוזט לאזן ארויס שלעפן ציינער ווי איידער גיין פאר באהאנדלונג צו ראטעווען די ציינער. אינטער די סעטלמענט אויסגעהאמערט גייען אריין גיין אין קראפט נייע רעגולאציעס צו קענען גרינגער דעקן דענטל אימפלענטס, רוט קאנאלן און א רייע אנדערע פראצעדורן.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/83002

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:06 pm
דורך מיקי מאוז
פלעסטיק האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 12:48 pm
איך האב עס דערווייל נאר געזען אויף קול מבשר, איז עס שוין דערמאנט געווארן אויפן וועלטל? א געוואלדיגע ישועה פאר אסאך אסאך!

5 מיליאן ארימע ניו יארקער גייען האבן מער דעקונג פאר רוטינע ציין באהאנדלונג א דאנק א סעטלמענט אויסגעהאמערט צו שליכטן א לאוסוט: ניו יארק האט ביז יעצט געהאט מעדיקעיד רעגולאציעס וועלכע האבן אנגעגעבן אז א מענטש מוז האבן 8 ציין צו קענען פונקציאנירן און מער ווי דעם איז נישט וויכטיג, דעריבער זענען מער ווי 8 ציין נישט געווען געדעקט דורך מעדיקעיד פאר רוט קאנאלן און קראונס, וואס באדייט אז מענטשען האבן געמוזט לאזן ארויס שלעפן ציינער ווי איידער גיין פאר באהאנדלונג צו ראטעווען די ציינער. אינטער די סעטלמענט אויסגעהאמערט גייען אריין גיין אין קראפט נייע רעגולאציעס צו קענען גרינגער דעקן דענטל אימפלענטס, רוט קאנאלן און א רייע אנדערע פראצעדורן.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/83002
ווייסט איינער מער פרטים און ווען דאס גייט אריין און קראפט?

ס'איז שטארק נוגע פאר מיר.

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2023 9:29 am
דורך לומד זכרו
]My dentist showed me that when doing an implant they first do some bone grafting which is including to put a powder that's made out of bone from Dead [/float] people anyone heard about this before

By the way who is affordable and good to use for an implant upstate areair]

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 9:49 am
דורך ליינער
וועלעכע דענטיסט נעמט אן א רוט קענאל עמערזשנסי אין ברוקלין?

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 4:32 am
דורך רעים
ליינער האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 9:49 am
וועלעכע דענטיסט נעמט אן א רוט קענאל עמערזשנסי אין ברוקלין?
oda האט ערשענט דענטיל... כ'בין שוין געווען צוויי מאל פאר א רוט קענאל... איינמאל האבן זיי עס געמאכט די אנדערע מאל האבן זיי נישט געהאלטן דערביי און עס נאר צוגעדעקט דעמפרערי... ווענט זיך לכאורה ווי א דענטיסט אדער ווי געפערליך די ציין איז.,

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 12:00 pm
דורך ידיד כל חי
וואו איז די בעסטע און ביליגסטע (פאר קעש) צו ארויסנעמען א צובראכענע ציין?

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 12:48 pm
דורך ידיד כל חי
ידיד כל חי האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 12:00 pm
וואו איז די בעסטע און ביליגסטע (פאר קעש) צו ארויסנעמען א צובראכענע ציין אין וויליאמסבורג אריע?
עס פלעגט אמאל זיין אויף סאוט 4, אבער איך מיין אז ער איז שוין נישט דארט.

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 1:51 pm
דורך בסד
ידיד כל חי האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 12:48 pm
ידיד כל חי האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 12:00 pm
וואו איז די בעסטע און ביליגסטע (פאר קעש) צו ארויסנעמען א צובראכענע ציין אין וויליאמסבורג אריע?
עס פלעגט אמאל זיין אויף סאוט 4, אבער איך מיין אז ער איז שוין נישט דארט.
Dr attitude
Whoops, Dr. Kessler.
נישטא מער מיינעך

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 4:27 pm
דורך חיים טוב
ידיד כל חי האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 12:00 pm
וואו איז די בעסטע און ביליגסטע (פאר קעש) צו ארויסנעמען א צובראכענע ציין?
רפואה העלפ ליין האט אסאך אינפארמעישן

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:14 am
דורך אחיעזר
איינער ווייסט פין א גוטע דענטיסט פאר רוט קאנאלן?
והשנית איז דא אינשורענס וואס צאלט רוט קאנאלן?

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:50 pm
דורך House arrest
אחיעזר האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:14 am
איינער ווייסט פין א גוטע דענטיסט פאר רוט קאנאלן?
והשנית איז דא אינשורענס וואס צאלט רוט קאנאלן?
רפואה העלפ ליין האט אסאך אינפארמעישן,

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:37 pm
דורך מפי השמועה
עס איז דא א TOOTH PASTE וואס קען פארהיילן רוט קאנאלן מיט לעכער

https://www.koshervitamins.com/Natures- ... lavor-4-oz

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:36 pm
דורך House arrest
מפי השמועה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:37 pm
עס איז דא א TOOTH PASTE וואס קען פארהיילן רוט קאנאלן מיט לעכער

https://www.koshervitamins.com/Natures- ... lavor-4-oz
Miracle clay tooth paste העלפט פאר סענסעטיב ציינער, אויך נאך א פילונג אדער א רוט קאנאל אז די ווייטאג (sensitivity) זאל אוועקגיין. אבער ס'איז נישט אנשטאט א רוט קאנאל.

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 2:30 pm
דורך ברוינע באנאנע
איך בין און אפסטעיט פאר די זומער און איך ברויך ארויסנעמען א וויזדאם ציין עני גוטע דענטיסט אפסטעיט אדער קרית יואל?

ביטע ענטפערט שנעל ווייל מיין צאן טוט מיר וויי

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 2:52 pm
דורך בחור יקר
ווי אין ווילאמסבורג איז דא א גוטע דענטיסט ?

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 9:28 am
דורך כווייס נישט אלעס
אחיעזר האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:14 am
איינער ווייסט פין א גוטע דענטיסט פאר רוט קאנאלן?
והשנית איז דא אינשורענס וואס צאלט רוט קאנאלן?
Dr Kaplan in Manhattan

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 9:29 am
דורך כווייס נישט אלעס
בחור יקר האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 2:52 pm
ווי אין ווילאמסבורג איז דא א גוטע דענטיסט ?
סאיז נישט דא...

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 9:46 am
דורך אחיעזר
איינער ווייסט צו פידעליס מעדיקעיד צאלט פאר רוט קאנאלן?

Re: אלעס ארום צאן ווייטאג!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 9:54 am
דורך הערשקא
אחיעזר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 9:46 am
איינער ווייסט צו פידעליס מעדיקעיד צאלט פאר רוט קאנאלן?
ווענד זיך וועלכע ציין, אויב עס איז מער אינמיטען די מויל איז דא א גרעסערע טשאנס אז עס זאל ווערן געקאווערד,
דארפסט נאר טרעפן די ריכטיגע דענטיסט וואס האט עקספיריענס מיט די אינשורענס צו באקומען עפראוועלס.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: