-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך נקדימון
»
נעוואדא
אפדעיט וואס עס טוצעך דארט.
(בלויער) קלארק קאונטי אפדעיט. קלארק איז די גרעסטע קאונטי און ווי די מיאריטעט פון די אוטסטענדינג שטימען אין נעוואדא זענען קאנצענטרירט.
נאך דא 50,030 שטימען צו ווערן געציילט. 15,900 פון זיי זענען געשיקט געווארן צו טובעלעיטן היינט. די איבריגע 34,140 שטימען וועלן ווערן געציילט ווען זיי וועלן זיין גרייט (איבערגעקוקט און באשטעטיגט אלץ כשר).
באזונדער *נישט* אריינגערעכנט אין די אויבנדערמאנטע ציפערן איז דא נאך 9,659 וואס די חתימה שטימט נישט אינגאנצן און האבן ביז מאנטאג אוונט צו ווערן פאראכטן. אריגינעל איז געווען פיפצן טויזנט שטימען מיט פראבלעמאטישע חתימות אבער פון זיי זענען פינעוו טויזנט שוין געווארן פאראכטן און געציילט.
שטימען קען נאך אנקומען ביז מארגן טאמער עס איז געפאוסטמארקט אויף עלעקשען טאג. 104 בעלעטס זענען געווארן היינט אויפגעפיקט דורך די פאסט.
באזונדער איז דא 5,555 פראוויזשינעל בעלעטס.
וואשאו קאונטי האט איבער צוואנציג טויזנט שטימען אוטסטענדינג. ערווארטעט רוב פון זיי צו ווערן באריכטעט היינט.
10-12 טויזנט שטימען אוטסטענדינג אין די מער רויטע רורעל קאונטיס.
בערך 90-100 טויזנט שטימען אוטסטענדינג איבער די סטעיט.
העפטיגע קאמפיינען גייט אן ביי ביידע פארטייען צו העלפן וויילער פארריכטן זייער חתימה.