2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

אחראי: יאנאש

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

צווישן די הונדערט סענאט זיצן איז דא 35 זיצן וואס זענען אין א פארמעסט דאס יאר. ביידע פארטייען לייגן אריין הונדערטע מיליאנען דאלארן ווער עס וועט באווייזן צו באקומען קאנטראל אויף די סענאט.

ווען קען מען ערווארטן רעזולטאטן און וואספארא פארמעסטן איז אינטערסאנט צו מיטהאלטן?

די שטים בודקעס שליסן זיך אין יעדער שטאט אנדערע צייטן. דא איז א רשימה ווען די שטים בודקעס שליסן זיך. אייוועלט דעסיזשען דעסק וועט גיין לייוו ווי נאר די שטימען הייבן אן אריינקומען.

אלע צייטן איז לויט ניו יארקער זייגער (געדענקט צו טוישן זייגער און זאקן כ'מיין גאווערנאר...חחח)


נקדימון האט געשריבן:
צייט ווען די שטים בודקעס שפארן זיך אין אלע שטאטן

* אלעס איז לויט אונזער זייגער.

6:00
*אינדיאנע (שטים בודקעס אין 80 קאונטיס שליסן 6 די איבריגע קאונטיס שליסן 7)
*קענטאקי (מזרח טייל 6. מערב טייל 7)

7:00
*דזשארדשיע
*דרום קארעליינע
*פלארידא (טייל פון די שטאט קומט אריין 7 און געוויסע טיילן הערשט נאך 8)
*ניו העמפשער (ווענדט זיך אין וועלכע מיניציפאליטעט)
* ווערמאנט
* ווירדזשיניע

7:30
*צפון קארעליינע
*אהייא
*מערב ווירדזשיניע

8:00
*פענסילוועניע
*אילענאוי
*מעין
*מערילענד
*מאסאטשוסעטס
*מיסיסיפי
*מיזורי
*אלאבאמע
*קאנעטיקוט
*דעלעווער
*דיסטריקט אוו קאלאמביע
*קענזעס (רוב קאונטיס שליסן 8) די איבריגע 9
*טעקסאס (252 קאונטיס שליסן 8) די איבריגע 9
*מישיגען (79 קאונטיס שליסן 8) די איבריגע 9
*נעברעסקע (75 קאונטיס שליסן 8) די איבריגע 9
*ניו דזשערסי
*ראד איילענד
*טענעסי (ווענצעך וועלכע קאונטי)
*אקלאהאמע

8:30
*ארקענסא

9:00
*אייאווע
*אריזאנע
*וויסקאנסין
*קאלעראדא
*לאוזיאנע
*מיניסאוטע
*ניו יארק
*ניו מעקסיקא
*צפון דעקאטע
*דרום דעקאטע
*וואימינג

10:00
*נעוואדע
*מאנטענע
*יוטא

11:00
*קאליפארניע
*איידעהא
*ארעגאן
*וואשינגטאן

12:00
*האוואי

1:00
*אלאסקע

וועלכע פארמעסטן איז כדאי צו האלטן אן אויג אויף? עס איז דא שווערע הונדערטע פארמעסטן דאס יאר און א שיינע פאר צענדליג שמאלע פארמעסטן צווישן זיי, וואס וועט זיין אינטערסאנט צו זען וועלכע זייט איז מנצח. פון סענאט, גאווערנאר, אטורני דזשענערעל, קאנגרעס, ביז לעגיסלאטארן ביז נייע ריכטער.

פון די הונדערט סענאט זיצן (צוויי רעפרעזענטאטן פער יעדע פון די פיפציג אמעריקאנער שטאטן) זענען דא 35 סענאט זיצן וואס זענען אין א פארמעסט. לאמיר אויסרעכנען די שמאלע סענאט פארמעסטן וואס מען זאל באטראכטן וואס דאס וועט דעצידירן וועלכע פארטיי וועט האבן די מיאריטעט אין די סענאט. אייגענטליך עס איז דא שאנסן מען וועט נישט וויסן ווער עס קאנטראלירט די סענאט ביז פיר-פינעוו וואכן ארום. טייל פון זיי זענען ריכטיגע טאסאפס און עטליכע זענען אביסל ווייטער פון טאסאפ אבער האבן די שאנסן צו קומען נאנטער.

פענסילוועניע - ר

ד - דזשאן פעטערמאן
ר מעהמעט אז

אויפן דעמאקראטישער זייט לויפט לוטענאנט גאווערנאר דזשאן פעטערמאן. פעטערמאן האט געהאט גאנץ א שטארקע אויבערהאנט אין אנהייב. די רעפאבליקאנער האבן אנגעהויבן רייסן שטיקער איבער זיין שטעלע אויף פארברעכנס און נאך. צו פעטערמאנס שלעכטע מזל האט ער געהאט א מאסיווער סטראוק וואס שטעלט זיין פיטנעס צו דינען אלץ סענאטאר אינטער א שטיקל פראגע צייכן. נאך א לעצטיגע דעבאטע ווי פעטערמאן איז נישט געווען געהעריג דאהי האט געוויס נישט צוגעגעבן קיין גיטס.

אויפן רעפאבליקאנער זייט לויפט טראמפ'ס אויסוואל דאקטאר אז.

די דעמאקראטן דארפן די זיץ גאר וויכטיג צו קענען אנהאלטן א מיאריטעט אינעם סענאט. די זיץ קען אויך געבן א שטיקל בליק ווי ווייט די רעפאבליקאנער פונקט פון "ווייעך אויף פארברעכנס" שלאגט ווארצלען און אויב יא אויף ווי שטארק.

דעמאקראטן האפן אז דער גאווערנאר קאנדידאט שאפירא וואס געניסט פון א שטארקערע פאפולערקייט זאל העלפן שלעפן פעטערמאן העכער צו באזיגן אז.

די זיץ איז די טייערסטע פון אלע זיצן מיט עטליכע הונדערט מיליאן דאלער אינוועסטירט צווישן ביידע פארטייען.

אריזאנע - ד
ד - מארק קעלי
ר - בלעיק מעסטערס

אויפן דעמאקראטישער זייט לויפט דער געוועזענער אסטראנאט צו געוואונען א פולער טערמין. קעלי האט באקומען די זיץ צוויי יאר צוריק נאך ספעציעלע וואלן.

קעגן קעלי לויפט דער אלטרא רעכטער מעסטערס. עס וועט זיין אינטערסאנט צו זען אויב און אויף ווי ווייט אן אלטרא רעכטער טראמפ גאי קען געוואונען אין א סווינג סטעיט ווי אריזאנע.

דזשארדזשע - ד
ד - ראפאעל ווארנאק
ר - הערשל וואלקער

אויפן דעמאקראטישער זייט לויפט דער טינקעלער גלח ווארנאק פאר א פולער טערמין נאך וואס ער האט געוואונען די זיץ אין א ספעציעלע עלעקשען צוויי יאר צוריק.

קעגן ווארנאק לויפט דער טינקעלער פיס-טאבע שטערן וואלקער. וואלקער פלאגט זיך אין א ים פון סקאנדאלן. דערווייל זעט נישט אויס אז עס זאל אנגיין צו שטארק פאר די רעפאבליקאנער די אלע פראבלעמען.

די פארמעסט האט אויך א דריטער קאנדידאט וואס לויפט אויף די ליבערטעריען טיקעט. אין דזשארדזשע טאמער ציטצען נישט אן כאטש פיפציג פראצענט פון די שטימען גייט מען פאר א ראנאף ווי בלויז די צוויי העכסטע קאנדידאטן פארמעסטן זיך.

טא, עס איז שטארק מעגליך אז דזשארדזשע גייט גיין פאר א ראנאף און דאס מיינט די זיץ גייט נישט אנטשידן ווערן ביז עטליכע וואכן ארום. אויך וועט זיין אינטערסאנט צו זען צו אזאנע סקאנדאלן קען שטערן א קאנדידאט'ס שאנסן אדער זיי קוקען אפי' נישט דערויף.

נעוואדא - ד
ד - קעטרין קארטעז מאסטא
ר - אדם לאקסאלט

דער דעמאקראטישער מאסטא לויפט פאר ווידערוויילונג אנצוהאלטן איר סענאט זיץ. מאסטא האט אוועקגעשטעלט חוקי רצי*ה אלץ איינע פון אירע הויפט פריאריטעטן.

קעגן איר לויפט געוועזענער אטורני דזשענערעל לאקסאלט (מאסטא איז אויך געווען אטורני דזשענערעל). פון די שטארקע טראמפ שטיצער איבער וואלן פעלשערייען. ער לויפט אויף לאו-ענד-ארדער און די עקענאמיע.

די רעפאבליקאנער לייגן א שטארקע געוויכט אויף לאטינא וויילער ארויסהייבנדיג די עקענאמיע צושטאנד.

וויסקאנסין - ר
ד - מאנדאלע בארנס
ר - ראן דזשאנסאן

דער דעמאקראטישער קאנדידאט איז היפש צו לינקס. דער רעפאבליקאנער אינקאמבענט דזשאנסאן פון די אנדערע זייט איז נישט צו פאפולער אין זיין היים שטאט.

דא וועט עס אויך צייגן ווי שטארק די "קריים" אישו שלאגט ווארצלען.


קאלאראדא - ד
ד - מייקל בענעט
ר - דזשאו אודעי

דער צוויי טערמיניגער סענאטאר און געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט לויפט צו אנהאלטן זיין זיץ. זיין רעפאבליקאנער אפאנענט אודעי איז היפש צו צענטער וואס דאס קען העלפן שלעפן צענטעריסטישע וויילער צו די רעפאבליקאנער.

דאס אז די רעפאבליקאנער האבן די ווינט אויף זייער זייט געט האפענונג פאר די רעפאבליקאנער צו ארויסווישן א זיג אין קאלאראדא.

ניו העמפשער - ד
ד - מעגי האסאן
ר - דאן באלדעק

אויפן דעמאקראטישער זייט לויפט דער געוועזענער גאווערנאר פרוי האסאן. זי האט אויך אווער געשטעלט חוקי רצי*ה געזעצן אלץ א הויפט טעמע אין די פארמעסט.

איר קעגנער באלדעק איז א געוועזענער אמעריקאנער גענעראל אין די ארמיי. באלדעק האט לעצטנס צוריק געצויגן און געזאגט אז ביידן האט יא לעגעטים געוואונען די 2020 וואלן.

די פראגע איז צו די רעפאבליקאנער שטימונג איז געניג שטארק צו קענען דערלאנגען א זיג פאר אזא שטארק רעכטע קאנדידאט און א עטוואס מער לינקע שטאט ווי ניו העמפשער.

צפון קאראליינע - ר
ד - שערי ביעזלי
ר - טעד באד

דער דעמאקראטישער קאנדידאט, א טינקעלער פרוי איז א געוועזענער ריכטער אין צפון קאראליינע. זי האלט זיך גאנץ צענטעריסטיש, און אפט מאל אימ-אפהענגיק פון איר פארטיי.

איר אפאנענט איז א שטארקע טראמפ שטיצער איבער די וואלן קלאגעס.

אהייא - ר
ד - טים רייען
ר - דזשעי די ווענס

דער קאנגרעסמאן און געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט רייען איז היפש צענטעריסטיש. לויפט אויף העלפן די עקענאמיע אין אהייא דורך צוריק ברענגן דזשאבס לאקאל.

ווענס איז דורכאויס די פריימערי זיך געריקט שטארק רעכטס.

אהייא פאר זיך איז היפש רעכטס. פארט פרובירן די דעמאקראטן זייער שאנס. די דעמאקראטן זענען יעצט אויף פראבע צו זיי קענען צוריק שלעפן ווייסע ארבעטער קלאס וויילער וואס זיי האבן פארלוירן צו טראמפ.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41973
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פענסילוועניע

אין פאל די סענאט פארמעסט איז גאר שמאל וועט מען נישט וויסן היינט אדער מארגן ווער עס האט געזיגט.

די רעפאבליקאנער האבן מצליח געווען אין די לעצטע רגע (היינט פארטאגס) צו טוישן אז עס זאל ווערן איינגעשטעלט א "פאל בוק ריקאנסיליעישען" א פראצעדור צו איבערקוקען טאמער עס איז נישט דא קיין דאבל וואטס (געשטימט דורך מעיל בעלעטס און אויך אויף עלעקשען טאג). דאס איז א שטייטע פראצעדור וואס קען נעמען א וואך.

די רעפאבליקאנער האבן עס באוויזן צו איינשטעלן בלויז אין די (בלויע) פילעדעלפיע.

אריגינעל איז געווען געפלאנט צו האבן מער וויניגער אלע שטימען געציילט ביז פארטאגס.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ניו העמפשער

ערשטע רעזולטאטן זענען דא. דיקסוויל האט געענדיגט שטימען. דעמאקראט האסאן נעמט אלע פינעוו שטימען
20221108_151418.jpg
20221108_151418.jpg (94.69 KiB) געזען 4816 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

טיילן פון קענטאקי און אינדיאנע זענען די שטים בודקעס שוין געשלאסן.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אין מישיגען זענען דא אין עטליכע פלעצער לאנגע שורות פון מענטשן וואס ווילן זיך רעגיסטרירן צו קענען שטימען.

400 מענטשן אין איין שורה. 200 אין נאך א שורה
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

קענטאקי ערשטע רעזולטאטן

531 שטימען.

רעפאבליקאנער רענד פאול 355
דעמאקראט טשארלס בוקער 176
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אינדיאנע ערשטע רעזולטאטן

רעפאבליקאנער יאנג 3,524 שטימען
דעמאקראט מעקדערמאט 1,557 שטימען
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דזשארדזשע נב"ס עקזיט פאל

טוט וואלקער (ר) האבן א גיטע דזשאדזשמענט?
33% ער
64% ניין

טוט ווארנאק (ד) האבן א גוטע דזשאדזשמענט?
51% יא
46% ניין
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דזשארדזשע

איז די קאנדידאט אליינס צו עקסטרעם?

ווארנאק 44%
וואלקער 39%
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אריזאנע

די דעמאקראטן האבן זיך עטוואס פארבעסערט אין מאריקאופע קאונטי די לעצטע פאר שטונדן
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:
קענטאקי ערשטע רעזולטאטן

531 שטימען.

רעפאבליקאנער רענד פאול 355
דעמאקראט טשארלס בוקער 176
דעמאקראט גענומען די ליעד

---
פשוט א דאמפ פון ערלי וואוטינג שטימען. רעפאבליקאנער האבן זיך נישט וואס צו זארגן.
20221108_184419.jpg
20221108_184419.jpg (39.31 KiB) געזען 3701 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פענסילוועניע

כמעט 500 טויזנט האבן געשטימט אין פילעדעלפיע. דאס איז 91% פון 2018

נאך דא עטוואס מער ווי א שעה צו גיין.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דזשארדזשע שליסט רוב פון די שטים בודקעס
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דזשארדזשע איז די ערשטע שטאט מיט גאר שמאלע פארמעסטן.

מיט נייע געזעצן וועט רעזולטאטן זיין היפש שנעלער. צווישן יעצט און 7:45 האפענטליך.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דרום קארעליינע

רעפאבליקאנער טים סקאט איז דערקלערט געווארן זיגער

@דעסיזשען דעסק הויפטקווארטיר
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע:Kollel

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

דשארדשיע
אטעטשמענטס
62F7E74C-DBDD-40F0-8975-2E1B5BE1B6E4.jpeg
62F7E74C-DBDD-40F0-8975-2E1B5BE1B6E4.jpeg (74.46 KiB) געזען 3255 מאל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11512
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ווערמאנט

דעמאקראט פיטער וואלש דערקלערט זיגער

דעסיזשען דעסק.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

משמש בקודש האט געשריבן:
דשארדשיע
מיט איין פראצענט געציילט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ווערמאנט

דעמאקראט פיטער וועלטש דערקלערט געווארן זיגער
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אריזאנע

רעפאבליקאנער זענען יעצט פארנט פון א ריכטער בעטן ערלויבעניש צו פארלענגערן די שעות צו שטימען ביז 10PM אין מאריקאופע קאונטי נאך וואס עס זענען געווען פראבלעמען מיט די מאשינען פריער אין טאג.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דזשארדזשע

ערשטע רעזולטאטן. מערקבאר אויף די ערשטע דאמפ אויף די רעפאבליקאנער זייט אז ריינא קעמפ לויפט העכער ווי דער סקאנדאל געפלאגטע וואלקער. די פראגע איז צו עס וועט אנהאלטן און ווי סך.
20221108_190839.jpg
20221108_190839.jpg (161.13 KiB) געזען 3033 מאל
לעצט פארראכטן דורך נקדימון אום דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 7:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דזשארדזשיע

ווארנאק - 52.8
וואלקער - 46

1 פראצענט געציילט
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דזשארדזשיע

ווארנאק - 71.2
וואלקער - 27.5

7 פראצענט געציילט
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דזשארדזשע

אבראהמס הויפטקווארטיר
20221108_191145.jpg
20221108_191145.jpg (142.61 KiB) געזען 2930 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וואלן רעזולטאטן”