אע"פ שבטל טעם לא בטלה גזירה

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע:פון יעהופעץ

אע"פ שבטל טעם לא בטלה גזירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

וועגן וועלכע תקנות דרבנן זאגט מען 'אע"פ שבטל טעם לא בטלה גזירה' און וועגן וועלכע נישט?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד ידידינו הרב ערנסטער שיחי' נצח.
איך שטעל מיך פאר אז איר האט פותח געווען דעם אשכול באזירט אויף אן ענין וואס עגבערט אייך אין די נושא, איך וואלט געוואלט הערן וואס אזאנס עס האט אייך געברענגט דערצו, אינדערצווישען דערמאן איך זיך איין פאל וואס באלאנגט אהער.

יו"ט שני של גליות וואס איז מתוקן געווארן משום ספיקא דיומא איז איינע פון די זאכען וואס איז נישט בטל געווארן אפי' ווען מ'האט מתקן געווען די לוח, אזויווי די גמ' זאגט אין ר"ה הזהרו במנהג אבותיכם.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע:פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

איך זוך א הגדרה - וועלכע סארט תקנות יא, און וועלכע נישט.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קבל את האמת »

עס א אינטערסאנטע זאך, טאקע כדענק נישט אויף די מינוט ,אסאך מאל שטייט אז האידנא אס איז שוין נישט דא דער פראבלעם איז שוין נישט דא די גזירא, למשל לגבי ארויסגיין שבת מיט תכשיטין , שטייט א לימוד זכות פארוואס מען איז מיקל, ווייל היינט איז שוין דא אסאך תכשיטיו, במילא פאלט אוועק די גזירה ,פון שמא תשלפנו להראות לחבירתה,סוף סימן סימן ש"ג .
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

איך געדענק נישט דעם מקור, אבער מיר ליגט אין קאפ א חילוק וואס ווערט געבראכט אין די פוסקים:

אויב בשעת תיקון התקנה איז שוין געווען אזא מצב אז ביי א טייל פעלער גייט נישט אן דעם תקנה, דאן ווען עס ווערט א מצב אז אין אלע פעלער איז נישט שייך דעם פראבלעם וואס איז מצריך דעם תקנה, איז בטל דער תקנה לגמרי.
משא"כ אויב בשעת מתקן זיין די תקנה איז אין יעדנפאל געווען א צורך פאר די תקנה, דאן אפילו עס וועט בטל זיין די צורך התקנה, וועט אבער דער תקנה נישט בטל ווערן.

מיר דאכט זיך אז עס שטייט נאך אין די ראשונים, ווער עס ווייסט דער מקור צו דעם איז מכובד עס צו ברענגען.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

הרב מיללער שליט"א
לויט ווי איך האב געלערנט איז די טעם פארוואס מ'האלט נאך אן מיט שני ימים טובים של גליות, איז וועגן עס איז נאך אלץ דא די גזירה, ווייל שמא גזרו המלכות אז מ'טאר נישט לערנען און מוועט פארגעסן ווי אזוי מ'מאכט א לוח,

'אע"פ שבטל טעם לא בטלה גזירה' זאגט מען ביי שואלין ודורשין בהלכות הפסח ל' יום לפני הפסח, וואס די טעם איז געווען וויבאלד יו"ט איז מען מקריב מערערע קרבנות האט מען געדארפט באצייטענס לערנען די הלכות כדי ס'זאל זיין גענוג צייט צו באקוקען די בהמות פון מומין וכדו', אבער בזמנינו איז שוין נישט שייך דער טעם מיט דעם אלעם גייט נאך אן די הלכה פון שואלין ודורשין ל' יום לפני החג.

דער ב"י האט דערפון א לענגערן שמועס אין ערשטן סי' אין הלכות פסח (סי' תכ"ט) כ'האב עס נישט יעצט פאר מיר, כ'האף עס באלד נאכצוברענגען.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

איך דערמאן מיר עפעס כהאב אמאל געהערט אז דאס וואס דער הייליגער סאטמער רב האט געזאגט
לדעתי לדעתי טאר מען נישט גיין צום כותל ביז משיח וועט קומען
איז אפילו אויב מען וועט צוריקגעבן דעם כותל אזוי ווי עס טיט זיך יצט וועגן חלוקת ירושלים אין ארץ ישראל
וויל די לשון איז געווען ביז משיח וועט קומען
מזעהט דא אויךל אזא דוגמא פון אע"פ שבטלה טעם לא בטלה גזירה
עקסיוזמי אויב סעגעפעלט נישט פאר איינעם
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

אין מסכת עבו"ז איז דא עפעס א פלאץ וואו עס שטטיט אז ר' ישמעאל האט נישט געואלט אויסזאגען דעים טעם פו ןע פעס א געוויסע הלכה וויל מען פירט זיך אז מען איז נישט מגלה דעם טעם פון א גזירה ביז 12 חדשים נאכדעים כדאי מען זאל נישט קענען מחולק זיין וויל מען וועט זאגען אז ייעצט איז ניטא דעים טעם אבער נאך 12 חדשים וואס מען איז שוין צוגעוואוט אזוי וועט מען שוין נישט ארום גריבלען אין דעים מער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב בכל,
עס געפעלט מיר זייער אייער צושטעל פון סאטמאר רב'ס איסור הליכה להכותל, הגם עס איז נישט דוקא א תירוץ אויף ערנסטער'ס קשיא אבער מענין לענין ובאותו ענין קען עס הייסען.

דאס וואס איר ברענגט וועגן נישט מגלה זיין א טעם פון א גזירא/איסור כדאי אז מענטשן זאלען נישט ציען קיינע מסקנות, די בחינה זעהט מען אויף ביים הייליגען דברי חיים זצ"ל ביי די באקאנטע איזור פון מאשין-מצות וואס ער האט געשריבען אז ער אסר'ט דאס מטעם 'הכמוס' איז דא וואס זענען מסביר דאס ענין מיט די דערמאנטע הסבר, אז אפי' מ'וועט שפעטער מתקן זיין און פארבעסערען די מאשינען אזעס זאל זיין אויסגעהאלטן און נקי מכל חשש הנראה לעין, דעסטוועגן זאל מען זיך נישט מורה היתר זיין דערין.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מיללער האט געשריבן: הרב בכל,

דער סאטמער רבי זי"ע זעלבסט ברענגט דעם ענין פונעם דברי חיים אין ויואל משה
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב ווייס,
ברוך שכוונתי, ווי איז דער שטיקל אין ויוא"מ?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דא, קוק אריין אויף ע"ב ד"ה וכשהתחילה
אטעטשמענטס
''מ סי' קמ''ג.jpg
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח הרב ווייס פאר די העתקה,

אויב פארשטיי איך גוט זאגט דער רבי ז"ל דארט פונקט פארקערט, אז דער הייליגער צאנזער רב האט נישט מגלה געווען טעמו, ווייל באלד וועט קומען א חכם און זאגען אז זיינס איז אויך גוט "ואם יצאו המאשין בהיתר יעשו גם מאשינען אחרים כמתכונתם באופן שבוודאי אסור", איך האב גערעדט פון א פאל וואס לויט'ן טעם וועט עס טאקע זיין מותר דעסטוועגן האט דער צאנצער רב געהאלטן אז עס פעלט אויס צו אסר'ן משום אע"פ שבטלה הטעם לא בטלה האיסור.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יא יא, צאנזער רב האט געהאלטן אז די מאשינען פון זיין צייט זענען אויך נישט גוט, ער האט נאר מורא געהאט אז עס וועט ארויסקומען גוטע מאשינען, און מ'וועט עס אנהייבן צו נוצן, און שפעטער וועט ארויסקומען נישט גוטע און מ'וועט עס ווייטער נוצן. האט ער עס געמאכט פאר א חוק מטאר נישט, און שוין.

אנדערש האט האט נישט קיין פשט צו זאגן, ווייל אויב האט צאנזער גע'אסר'ט יענע מאשינען, פארוואס זאל איך מורא אז איינער זאל וועלן מקיל זיין ביי ערגערע מאשינען.
(אזוי האב איך עס אפגעלערנט)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך וועל לאזן מיללער מסביר זיין זיין געדאנק, און איך האלט טאקע אז ער איז גערעכט מיט זיין פוינט אז דער רבי גייט נישט מיטן אע"פ שבטלה הטעם לא בטלה האיסור נאר מיט א גזירה איבער אנדער מאשינען ביי וועלכע דער טעם איז נאך שייך.

וואס איך וויל יא אריינרעדן איז אביסל מענין לענין באותו הענין, עס איז דא נאך א כלל אין ש"ס 'כשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע' 'מוטב שיהא שוגגין ואל יהיו מזידין', שטעלט זיך די פראגע ווען זאגט מען דעם כלל און ווען נישט, פארוואס זאגט דער מחבר אז מען זאל שושקענען ביים דאווענען לכאורה איז עס א זאך וואס דער עולם איז עניוועי עובר, פארוואס זאל מען האקן אויף לשון הרע, און אזוי אויף יעדע צווייטע זאך.

האב איך אנגעפרעגט א מורה הוראה, האט ער מיר געזאגט - מסברה - אז מען זאגט עס נאר טאקע ווי די גמ' ברענגט עס און נישט ביי קיין שום אנדערע איסור, אבער ער האט מיר נישט געקענט אנווייזן וואו עס זאל האבן געברענגט געווארן דעם חילוק.

פארוואס איך שרייב עס דא ווייל קען זיין אז די זעלבע זאך איז שייך צו זאגן דא, אז ווי עס שטייט אע"פ שבטלה הטעם לא בטלה האיסור ווערט עס טאקע נישט בטל אבער ביי אנדערע גזירה'ס וואס עס שטייט א טעם דערביי און דער טעם פאלט אוועק מיט די צייט ווערט די גזירה יא בטל.

אבער היות דער חילוק האב איך נישט אין ערגעץ ביי דעם מוטב שיהא שוגגין ענין, איז שווער עס צו קאפיען ווען עס קומט אויס לקולה ביי אע"פ שבטלה הטעם לא בטלה האיסור, קען זיין אז עס וואלט גוט געווען צו קוקן אין יענעם ריכטונג און אויב איז טאקע ווי דער דיין האט מיר געזאגט, קען מען דאס נוצן אהער אויך.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאנאש,
האסט גוט מדייק געווען בדברי, לגבי דעם רבי'נס מהלך אינעם דברי חיים.

דער צושטעל צום 'מוטב שיהיו' איז נישט שלעכט, אבער ווי דו זאגטס, עס ברויך קודם א מקור.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אינטעליגענט האט געשריבן: איך געדענק נישט דעם מקור, אבער מיר ליגט אין קאפ א חילוק וואס ווערט געבראכט אין די פוסקים:

אויב בשעת תיקון התקנה איז שוין געווען אזא מצב אז ביי א טייל פעלער גייט נישט אן דעם תקנה, דאן ווען עס ווערט א מצב אז אין אלע פעלער איז נישט שייך דעם פראבלעם וואס איז מצריך דעם תקנה, איז בטל דער תקנה לגמרי.
משא"כ אויב בשעת מתקן זיין די תקנה איז אין יעדנפאל געווען א צורך פאר די תקנה, דאן אפילו עס וועט בטל זיין די צורך התקנה, וועט אבער דער תקנה נישט בטל ווערן.

מיר דאכט זיך אז עס שטייט נאך אין די ראשונים, ווער עס ווייסט דער מקור צו דעם איז מכובד עס צו ברענגען.

פרי חדש יו“ד סי' קט“ז הו“ד במחצית השקל סי' תרכ“ח סק“ו ובבית מאיר סי' של“ט ובש“א
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: אע"פ שבטל טעם לא בטלה גזירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

חומר האיסור של סתם יינם, אפילן כהיום אין לכאו׳ שום חשש של ניסוך יין לע״ז.

האיסור חמור במקומה עומדת.
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”