פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

די אחראים: יאנאש , אחראי

אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4093
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

צווישן מיינע ידידים ציילט זיך איינער, א גאר בא'טעמט'ער פערזענליכקייט, ושמו שמשי. א פלעינע נארמאלער יונגערמאן איז ער, נאטינג ספעשעל, אסאך מאל פרייליך אסאך מאל נישט, בקיצור... נארמאל, רעגולער. אזוי איז ער? נעה... אזוי איז ער געווען.
היינטיגע טעג פארמאגט ער א בילדינג!

שוין יארן וואס די חכמים שרייען, מרבה נכסים מרבים בשמחה... עהה... מרבה דאגה, און אז זיי זענען גערעכט דארפעך ענק נישט זאגן. דרייצעך שמשי ארום אינגאנצן צוטראגן, פארצווייפלט, און אומבאלומפערט, ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון מיט אזאנע דאגות אויף זיין פיצי קראנטשי פלייצע, ער ווייסט נישט, קען נישט באשליסן, ווייסט נישט וואס אפצומאכן, וואס טוט מען דא נעקסט? ס'איז קאמפליצירט ווי א מצה באקס בענדל.

‘פארוואס האט מיר בכלל אויסגעפעלט ס'גאנצע זאך?’ פרעגט ער זיך נאכאנאנד. ‘פארוואס האב איך בכלל געדארפט אנהייבן טראכטן דערוועגן, איז מיר נישט גוט געווען פארדעם? יא, ס'קען זיין אז ס'וועט מיר זיין בעסער נאכדעם, ס'קען זיין אז מיין מזל וועט אויפשיינען מיט איר פולן פראכט, אבער די גאנצע געוויכט אויפן קאפ איז מיר נישט ווערד!’ צושרייט ער זיך פאר זיך אליינס אין זיין פארצווייפלונג.

דערדרוקט פון זיינע צומישטע געפילן איז ער צו מיר געקומען, אפשר וועל איך אים קענען העלפן, איך וועל פרובירן מיין בעסט, זאג איך אים צו מיט פאטאס.

נאכ'ן זיך אויסרעדן פאר א שיינע פאר מינוט האב איך זיך געכאפט ביים קאפ, ארויסגעהאט דעם דערדרוקעניש, פארשטאנען די פארצווייפלונג, געכאפט דעם פארטל, דערהערט דעם הילפס רוף.

אלזא שמשי האט קיין בילדינג נישט! עה.. וואס האביך בכלל געטראכט אזוי?! וואס ער פארמאגט איז, א פשוטער קאמפלעקס! וואלסטו געוואלט מיינען א גרויסער קאמפלעקס מיט אפיסעס? זאג איך דיר ניין. און זיין קאפ דרייט זיך פשוט ארום א טאקע גרויסער קאמפלעקס וואס דערקוטשעט אים די יארן.
**********
שמשי איז פארצווייפלט און דערשראקן, קען נישט אפמאכן גארנישט, טראגט אויף זיך א שווערן יאך. איך קען שרייבן? עך... איך קען נישט גארנישט. נאר די לייבן, די שפיצן, די הויעכפארכטיגע, די אויבערשטע פונעם שטייסל (עליטע?), איך האב אפילו נישט קיין שאנס.

דער פאקט איז אבער אינטערעסאנט, נישט יעדער לייב און קעניג איז אזוי געבוירן געווארן, נישט יעדער האט אזוי אנגעהויבן, און נישט יעדער האט גלייך מצליח געווען.

איטליכער פון זיי האבן אנגעהויבן! פרובירט, זיך נישט געשראקן, גענומען די זאך אין די האנט, און דזשאסט געשריבן. אן קיינע דמיונות אז איך בין גארנישט ווערט, און דעם טיפיקעל ‘נעה איך קען נישט…’

און אפילו דו וועסט וועלן זאגן אז אויב וועט פון מיר אן ארטיקל ארויסקומען וועט דאך דער גאנצער שטאט צוגיין אין א געלעכטער?
''שרייבעריי פארמעסט'' איז דיין לעזונג.

קאמענטירער און וואוטערס וועלן דיר רעיטן און פארשטימען, אן נעמען אין באטראכט שמך ומעשיך. אנאנים וועסטו זיך דערקוויקן מיט די קאמפלימענטן און אויך קריטיק (יא, ס'גארנישט...) וואו דו שטייסט גוט און אפשר וואו דו דארפסט בעסער ווערן, אבער דיר צייגן און דיר ווייזן אז דיין טאלאנט ציילט.

אלזא, יעצט איז דיין צייט אויפצושטיין, זיך באוואפענען מיט דיין פענע, און אריינטאנצן אינעם גיער פון ווערן א לייב!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »


א טעמטי ארטיקל.
שוין געלוינט די גאנצע פארמעסט!!
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7135
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

ערשטנס, לייבּן און קעניגן ווערן געבּוירן לייבּיש און קעניגליך.

צווייטנס, דיין חבר הייסט שִׁמשִׁי אָדער שַׁמשִׁי?
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6617
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

א מעכטיגע ארטיקל!!

אבער.. איך בין דאך נישט קיין שרייבער און ביז דערווייל יעדע ארטיקל וואס איך האב געשריבן האט די עולם כמעט נישט אנגעקוקט.. עניוועי איך בין נישט געמאכט פאר דעם!!
----
איך בין נאך פון די עשרה ראשונים צו קאמפלימענטירן די ארטיקל!

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

אייזן!
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

:lol: :lol: :lol: :lol:


העי דעיס קען זיין דיין שר האלפיים ארטיקל אבער פארן פארמעסט שרייב א יואאאאטש ארטיקל וואס וועט מיר האלטן לאכעדיג פאר א האלבע יובל....
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
יש מנהיג
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:02 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מנהיג »

בלא בלא בלא האט געשריבן:
ערשטנס, לייבּן און קעניגן ווערן געבּוירן לייבּיש און קעניגליך.

צווייטנס, דיין חבר הייסט שִׁמשִׁי אָדער שַׁמשִׁי?
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4282
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

האלא, קודם כל גילו??

נאכדעם, ספאלט דיר ביי אז איך בין דיין חבר?

און די זיך אויסרעדן חלק איז סתם געזויגן פון פינגער, לא דובים ולא לייבן.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

האלא, קודם שיק אַריין אַ לינק פון דיין ידיד שמשי'ס אַרטיקלען, דערנאָך וועל מיר רעדן…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

יישר כח טעמטי!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4093
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

חלקי האט געשריבן:

א טעמטי ארטיקל.
שוין געלוינט די גאנצע פארמעסט!!
טענק יאו. העמער זעהן נאכן פארמעסט צו ס'האט געלוינט....
נשמה האט געשריבן:
סימפל. טענקס.
בלא בלא בלא האט געשריבן:
ערשטנס, לייבּן און קעניגן ווערן געבּוירן לייבּיש און קעניגליך.

צווייטנס, דיין חבר הייסט שִׁמשִׁי אָדער שַׁמשִׁי?
קודם מיט קריטיק דאן קישות און איבעות. טיפיקעל דו...
enjoy האט געשריבן:
א מעכטיגע ארטיקל!!

אבער.. איך בין דאך נישט קיין שרייבער און ביז דערווייל יעדע ארטיקל וואס איך האב געשריבן האט די עולם כמעט נישט אנגעקוקט.. עניוועי איך בין נישט געמאכט פאר דעם!!
----
איך בין נאך פון די עשרה ראשונים צו קאמפלימענטירן די ארטיקל!
דאסט פעטש?... שוין פארקויף דעי בילדינג פאר אלע גוים... טענקס.
קאמעץ בארד האט געשריבן:
אייזן!
א מעטאלענעם טענקס.
שפיגל האט געשריבן:



העי דעיס קען זיין דיין שר האלפיים ארטיקל אבער פארן פארמעסט שרייב א יואאאאטש ארטיקל וואס וועט מיר האלטן לאכעדיג פאר א האלבע יובל....
דיינע עמאודזשיס איז צובראכן? עניוועי... וויל טריי מיי בעסט. טענקס.
יש מנהיג האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:
ערשטנס, לייבּן און קעניגן ווערן געבּוירן לייבּיש און קעניגליך.

צווייטנס, דיין חבר הייסט שִׁמשִׁי אָדער שַׁמשִׁי?
סע פאני?...
שלמה מולכו האט געשריבן:
האלא, קודם כל גילו??

נאכדעם, ספאלט דיר ביי אז איך בין דיין חבר?

און די זיך אויסרעדן חלק איז סתם געזויגן פון פינגער, לא דובים ולא לייבן.
קודם האלא. יעצט, גילו? מיינע קאנעקשענס לאזענמעך... נאכדעם, כ'האב דיר שוין טאקע געוואלט זאגן אז איי העיט יאו לייק די גערוך פון שימעלטע סעלמאן. נעקסט? פיינע בערן און שטייפע לייבן. און אלע האבן פינגערס!!! (וואס?!)
היסטאריש האט געשריבן:
האלא, קודם שיק אַריין אַ לינק פון דיין ידיד שמשי'ס אַרטיקלען, דערנאָך וועל מיר רעדן…
האסטע דעם צווייטן האלא... כ'שיק נישט און מ'רעדט נישט! עעע פע פע... מעקעך אימעקעך, און א נער בלייבט דאר!
צד השוה האט געשריבן:
יישר כח טעמטי!
טענקס. יאור סאו וועלקאם!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »


דער לויפט נישט אויס פון איידיעס
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
יו עף או
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2022 4:59 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יו עף או »

נשמה האט געשריבן:
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

טענק יו באטעמטער כ’האב געמיינט ס’קומט נאך א שכני אבער דו האסט פארדרייט ס’גאנצע מעשה

דו קענסט.. דו קענסט... לייג צו מיכאל’ס שטימע און זינג הויעך
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

טעמטי, דו שרייב און שרייב.... קעי?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

בלא בלא בלא האט געשריבן:
ערשטנס, לייבּן און קעניגן ווערן געבּוירן לייבּיש און קעניגליך.

צווייטנס, דיין חבר הייסט שִׁמשִׁי אָדער שַׁמשִׁי?
טעמטי; שיין, גוט, פיינע נקודה! אין אלע אספעקטן אין לעבן!

יעצט צו דיר @בלא בלא, שמך נאה לך, ומעשיך כשמך.

האסט באמת א פראגע? אדער האסט געוואלט קענען אריינריקן נאך אפאר פינטלעך…?

דארפסט ניש ענטפערן, כווייס די תירוץ, איי פארוואס פרעג איך? ווייל כ’האב ליב.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

טעמטי די ביזט פיינע נייעס
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

טענקס פאר די חיזוק, ס’האט באמת אויסגעמאכט !!!
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm


#_דא_דארף_מען_טראכטן
אוועטאר
היי וואלטיטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 4:29 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היי וואלטיטש »


טעמטי'ס א ארטיקל ליינט מען!

פאר א טשעינטש קומט טעמטי אריין מיט א ארטיקל נישט אלץ לץ און נישט מיטן אויפשאקלן די רחמנות געפיל נאר אויף אויף א אקטועלע טעמע.
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4920
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

יויש...!
נאר טעמטי האט אזאלכע פרענדס...
המאור שבה יחזירנו למוטב!
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

א מאכטפולע נקודה אין יעדע אספעקט,
אפשר הייבסטו אן שיעור׳ן אפטער?..

כ׳הייב אן ציטערן, געבילדעטע מענטשן קומען אריין אינעם פארמעסט …אקעי ביז ווילאנג טעמטי איז נישט געבילדעט האביך אפשר א טשאנס.(ביסטו?)

ש׳כח גוט געלאכט וואויל געלאכט.
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

פיינע זאפטיגע ארטיקל אין חומר למחשבה
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4093
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

שטומפיג האט געשריבן:

דער לויפט נישט אויס פון איידיעס
איידיעס קענען אפילע ניש לויפן... כיכי.. טענקס
יו עף או האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
כנ''ל... סימפל. טענקס.
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
טענק יו באטעמטער כ’האב געמיינט ס’קומט נאך א שכני אבער דו האסט פארדרייט ס’גאנצע מעשה

דו קענסט.. דו קענסט... לייג צו מיכאל’ס שטימע און זינג הויעך
טענק יאו גיטי. פיין אריינגענער'ט הע?

מיכאל'ס שטימע איז אביסל שווער. וויל טריי און ען אדער געלעגנהייט.
דרייטצעך האט געשריבן:
טעמטי, דו שרייב און שרייב.... קעי?
קעי: און שרייב. חחחחחחחחחחחח....
הקולמוס שלי האט געשריבן:
טעמטי; שיין, גוט, פיינע נקודה! אין אלע אספעקטן אין לעבן!
כ'ווייס... טענקס עי ביליאן.
זבולון חיים הלוי האט געשריבן:
טעמטי די ביזט פיינע נייעס
אקעי. א יאודזש שכוח.
מיניטשער וועלט האט געשריבן:
טענקס פאר די חיזוק, ס’האט באמת אויסגעמאכט !!!
כ'בלאש... א ישר.
היי וואלטיטש האט געשריבן:

טעמטי'ס א ארטיקל ליינט מען!

פאר א טשעינטש קומט טעמטי אריין מיט א ארטיקל נישט אלץ לץ און נישט מיטן אויפשאקלן די רחמנות געפיל נאר אויף אויף א אקטועלע טעמע.
ש'כוח. יא... כ'האב געטראכט אז אויב האבן אלע מהלכים ביז יעצט נישט געארבעט העמער מוזן טרייען פלעין, נארמאל!
Masmid האט געשריבן:
יויש...!
נאר טעמטי האט אזאלכע פרענדס...
טענקיאו. אלע מינע פרענדס האלא...
תירוצים האט געשריבן:
א מאכטפולע נקודה אין יעדע אספעקט,
אפשר הייבסטו אן שיעור׳ן אפטער?..

כ׳הייב אן ציטערן, געבילדעטע מענטשן קומען אריין אינעם פארמעסט …אקעי ביז ווילאנג טעמטי איז נישט געבילדעט האביך אפשר א טשאנס.(ביסטו?)

ש׳כח גוט געלאכט וואויל געלאכט.
טענקס סאו מאטש. געבילדעט ווייסעך נישט, א בילדינג דארפעך אבער..!
מאמענטאל האט געשריבן:
פיינע זאפטיגע ארטיקל אין חומר למחשבה
א קראנטשי שכוח מאמענטי.
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: פארמעסט געפילן: שמשי'ס בילדינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

גוט גוט, כ'האב באקומען א נאטיפיקאציע אז מ'רעדט פון געפילן בין איך געקומען צו לויפן, באמפ איך אריין אין א קנאקעדיגע טעמטי ארטיקל ווי אין די גוטע צייטן, שכח פארן מהנה זיין
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
שרייב תגובה

צוריק צו “פארמעסטן”