וישכם אברהם בבוקר אל המקום אשר עמד שם די גמרא אין מסכת ברכות (כ"ו ע"א) לערנט ארויס פון דא, אז אברהם אבינו האט מתקן געוועהן די תפילה פון שחרית. לכאורה איז שווער, פארוואס לערנט מען ארויס פונקט פון דעם פסוק, אין דעם פסוק איז אברהם אבינו'ס תפילה אויף סדום נישט אהנגענומען געווארען? נאר מען קען זאגן, אז דאס קומט צו ןןייזן פאר'ן כלל ישראל, אז אפילו אויב א מענטש דאווענט צום אויבערשטען, און דער אויבערשטער האט איהם נישט צוליב געטוהן זיינע זאכען וואס ער האט געבעהטן דארף ער אבער נאך אלץ דאווענען צום אויבערשטען, און א ראי' דערצו איז, ווייל אפילו דא וואס אברהם אבינו'ס תפילה האט גארנישט אויפגעטוהן דאך ווערט עס אהנגעריפען א תפילה. (הגה"ק ר' ישכר דוב רוקח מבעלזא זצ"ל)
עס פלעגט זיין די מנהג אז די זקנים זענען אריינגעקומען פורים צום הייליגן ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע און האבן געזאגט שיינע ווערטליך. איין יאר האבן די זקנים געבעטן אז די רב זאל זאגן א ווערטל, האט ער איינגעטייטשט אזוי: עס שטייט אין די מגילה, "ויאמר המלך להמן הכסף נתון לך והעם לעשות בו כטוב בעיניך" האט ער געטייטשט אזוי: "ויאמר המלך" דער אייבערשטער זאגט "להמן הכסף?" צו המן זאל מען דען געבן די געלט? וואס דארף דען א גוי געלט? אוודאי נישט, נאר "נתון לך" די געלט זאל מען געבן צו די יודן, "והעם" זאגן כלל ישראל צו דעם "לעשות בו כטוב בעיניך" מיט די געלט גייען מיר נאר טוהן מצוות ומעשים טובים אזוי ווי עס איז גוט אין די אויגן פון די אייבערשטער.
כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט געזאגט: "ביז משיח וועט קומען, אין יעדע ארט פון די וועלט, וועלכער איד עס זאל נאר זיין, אז ער וועט האבן אפילו נאר א קליינע און קורצע מחשבה פון תשובה, קומט דאס אלעס פון דעם גרויסן כח הקדושה פון דעם הייליגען בעל שם טוב זי"ע..
תגובה וואס בן ביזי האט געשריבן און אן אנדערע אשכול אויף דעם בילד: יאססעלע יארשטובער וועלעכע שטופט זיך אריין אין יעדעס בילד איז דער פון וואס שטייט דעם רב צו די רעכטע האנט, און דאכט זיך מיר אז מענדל לאנדסמאן 'סטרעליסקער גבאי' איז דער צו די לינקע זייט פון רב, פון אונטן שטייט דאכט זיך מיר יצחק פרידמאן 'איטשע קאמייסער' דער פינאנץ מיניסטער פון הויף?
דער סאטמארער רבי שליט"א (מהר"א) האט לעצטענס נאכגעזאגט וואס דער בעלזער רב ר' ישכר בער זצ"ל האט געזאגט בשעתו "איך האב געקענט גאנץ שיינע אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין שיעור קבוע און עס איז פון זיי גארנישט געבליבען" דאס האט דער בעלזער רב געזאגט בשעתו, אנן מה נענה אבתריה.
איך לייג דא צו די בילדער מיט אן אנצייכענונג צו ווייזן ווי דער מעהלער האט נאכגעמאכט דעם בילד פון מארינבאד און משום איזה סיבה שתהיה האט מען מחליט געווען אז דאס איז דער מיטעלער רב
בן ביזי דאס זעהט טאקע אויס די זעלבע בילד, נאר איין זאך איז אינטערעסאנט אז אין די בעקגראונד (Background) פון די מיטעלער רב האט מען געלייגט די ביהמ"ד און שטאט בעלזא.
עס איז אנגעבליך שטענדיג געווען דאס בילד פונעם מיטעלער רב והאמת הוא, אז אין דער געברענגטער בילד פונעם פריערדיגער רב אין מארינבאד זעהט דער רב אויס אנדערש ווי געווענטליך ממילא דערפאר קען זיין אז מען האט צוגעשטעלט דעם בילד צום מיטעלער רב, אבער אז מען שטעלט צוזאמען די בילדער זעהט מען אז דאס איז ממש דאס זעלבע.
צווישן די איידימער פונעם בעלזער רב -וועלכע זענען אגב אלע געווען ממשפחת טווערסקי- איז געווען ר' פנחס (פיניעלע) טווערסקי מאוסטילא זצ"ל ב"ר מרדכי מראכמיסטריווקא, צווישן זיינע קינדער זענען געווען ר' יוחנן ממוזשאי חתן מרן העצי חיים מסיגוט און חתנו ר' יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זצ"ל.
איך ברענג דא אראפ אן איבערטייטשונג פון לשון הקודש צו אידיש המדוברת פון ספר דבר חן וואס האט ארויסגעגעבן ר' נתן ארטנער, אויף דף 372. ווען איך האב עוסק געוועזן אין שנת תשכ"ג מיטן ענדיגן שרייבן מיין ספר דבר חן, האט מיר ר' הערשל קליין נ"י געברענגט א לוח וואס 'מחזיקי הדת' האט פארצייטנס ארויסגעגעבן אין מונקאטש. דארט איז דא א בילד וואס אונטער דעם שטייט 'כ"ק מרן מהר"י מבעלזא נשיא מחזיקי הדת', אינעם בילד זעהט מען מרן מהר"י מיט א לאנגע בארד (אזוי ווי איך האב שוין אויבן געברענגט -ב.ב.ז), פאר דעם האב איך קיינמאל נישט געזעהן קיין בילד פון מרן מהר"י, אבער זעהענדיג דעם בילד איז מיר נתעורר געווארן א ספק אויב איז דאס טאקע א בילד פון מרן מהר"י, ווייל מיין זיידע ר' בעריש ארטנער ז"ל אין זיין יוגנט האט געקענט מרן מהר"י, אזוי אז דער רב ז"ל האט אפילו מעיד געווען אז ער האט איהם געקענט און אמאל כ"ג שבט ביי די יאהרצייט האט דער רב איהם געזאגט 'בעריש, דוא האסט גוט געקענט דעם זיידען, דארצייל עפעס אויפן זיידן', פארציילט ווייטער ר' נתן- און ווען איך בין אמאל געווען מיט'ן זיידן ר' בעריש ביים סקאהלער רב ר' שלום רוקח זצ"ל (אייניקל פון מרן מהר"י און דעם רב'ס פעטערס א קינד) אין תל אביב, האט מיר דער זיידע געזאגט: זעהסט אזויווי דער סקאהלער רב האט אויסגעזעהן מרן מהר"י, הויך און דאר אזוי ווי דו זעהסט דעם סקאהלער רב, נאר איין חילוק איז אז דער סקאהלער רב האט א לאנגע בארד און מרן מהר"י האט געהאט א קליין און קורצער רונדעכיגער בערדל אז ס'האט אויסגעזעהן געשטיצט. פארציילט ר' נתן ווייטער: דערפאר, ווען איך האב אריינגעקוקט אין בילד האב איך טאקע געזעהן אזוי, פון איין זייט ענדעלט דאס בילד שטארק צום סקאהלער רב, אבער פון די אנדערע זייט האט דאך דאס בילד א לאנגע בארד אנדערש ווי דער זיידע האט מיר געזאגט, בין איך געגאנגען צו א ספעציעליסט אין בילדער, דער וועלכע האט מיר באארבעט די אנדערע בילדער פונעם ספר דבר חן און איך האב איהם געבעטן אז ער זאל מיר איבער מאכן דאס בילד אויף א געהעריגע פאפיר ווארום דער פאפיר פון די לוח מיט די טינט איז שוין נישט גוט געווען, אזויווי איך האב נאר געגעבן דאס בילד פארן ספעציעליסט זאגט ער מיר: זאלסטו וויסן אז דער אויפן בילד האט נישט געהאט קיין לאנגע בארד נאר היבש קורצער, איך בין געווארן געפלעפט! פרעג איך דעם ספעציעליסט קענסטו מיר אפשר אויסמאהלען דעם אריגינעלער צורה פון דער אויפן בילד, האט ער געזאגט אז יא און אזוי ערשיינט איצט דאס בילד אין ספר דבר חן (דאס בילד האב איך דאהי עטעטשט -ב.ב.ז.), דערנאך האב איך איהם געפרעגט אבער נאך אלעמען וויאזוי קען דאס זיין אז דער אויפן בילד זעהט אויס אנדערש ווי דאס וואס דו האסט מיר געמאלן, איז ער מיר מסביר אז דאס בילד איז דאך נישט קיין אריגינעלער דאס איז שוין א ריפראדוקשאן פון עטליכע מאהל, דער אויפן בילד גייט אנגעטוהן מיט א שאליק ארום זיין האלדז וואס האט זיך געצויגן אויפן גוף, יעדעס מאהל וואס מען האט איבער געמאכט דאס בילד איז זי געווארן מער פארווישט און אפגעמעקט אזוי אז ס'איז פונעם שאהל געווארן א בארד, אבער אז א ספעציעליסט קוקט אויפן בילד זעהט ער גלייך אז דאס איז א געפאטשקעטע מעשה. ע"כ פון ספר דבר חן.
מיללער האט געשריבן:
צווישן די איידימער פונעם בעלזער רב -וועלכע זענען אגב אלע געווען ממשפחת טווערסקי- איז געווען ר' פנחס (פיניעלע) טווערסקי מאוסטילא זצ"ל ב"ר מרדכי מראכמיסטריווקא, צווישן זיינע קינדער זענען געווען ר' יוחנן ממוזשאי חתן מרן העצי חיים מסיגוט און חתנו ר' יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זצ"ל.
איך האב יעצט באמערקט אז איך האב בטעות געשריבען איבער די קינדער פונעם מהרי"ד מבעלזא, וועל איך אראפברענגען די קינדער פונעם בעלזער רב זצ"ל כסדרן.
א. בנו בכורו הגדול כ"ק מרן הרה"ק מהר"א מבעלזא זצוקללה"ה ב. חתנו הרה"ק ר' פנחס טווערסקי מאוסטילא זצוק"ל הי"ד ג. חתנו הרה"'ק ר' יצחק מנחם נחום טווערסקי אב"ד ראווע זצוק"ל הי"ד ד. חתנו הרה"ח ר' נפתלי פרלוב זצ"ל [בזוו"ר חתנו הרה"ק האדמו"ר ר' ברוך האגער מסרט-וויז'ניץ זצ"ל] ה. בנו הרה"ק ר' יהושע מירוסלוב זצוק"ל הי"ד ו. בנו הגה"ק מהר"מ מבילגורייא זצוק"ל ז. חתנו הרה"ק ר' יוחנן טוורעסקי מהורבישוב זצ"ל הי"ד [המכונה "יוחנן א'"] ח. בנו הרה"ק ר' שלום מאפטא זצוק"ל הי"ד ט. חתנו הרה"ק ר' יוחנן טווערסקי זצוק"ל הי"ד [המכונה "יוחנן ב'"]
בנוגע דער ענין וואס איך האב אויבן געשריבן איבער דער בילד פון מרן מהר"י מבעלזא אז דאס איז לכאורה א בילד פונעם פריערדיקער רב, ברענג איך אהער א מאמר איבער דער ענין.