Re: רבי ישכר דוב רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"ב חשון תרפ"ז
בן בוזי האט געשריבן:קלאר מאכן האט געשריבן:הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן: שמעתי מאת הרה"ג רבי חיים לייב לעבאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה קטנה דסאטמאר, אז ער האט געקאנט אן אלטער איד, וואס איז געווען א גרויסע געשטעל, און מען האט געזעהן אז ווען ער איז געווען אינג איז ער געווען א גיבור חיל, און ער האט אים דערציילט אז ער איז געווען א בעלזער חסיד, און האט געוואוינט אין מונקאטש, און ער איז געווען פון די פערזענליכע לייבוועכטער פונעם הייליגן בעלזא רב מהרי"ד זי"ע, און ער פלעגט זיין באוואפנט מיט א מעסער בשעת'ן באוואכן דעם רב.....
פאר אינטערסאנטקייט.
איז דאס א עובדא אדער א מעשה וואס מען דארף דאס שרייבן?
איך זעה נישט אין די מעשה א גדלות אויפן בעלזער רב?
אין קיינע פון די מעשיות וואס דו האסט געברענגט לרגל ההילולא זעה איך נישט קיין יאהרצייט-פאסיגע סיפורים. זענען דאס טאקע מעשיות וואס ווערן דערציילט ביי סעודת מלוה דמלכה? עס דערווארעמט מיר שטארק דאס הארץ און ערוועקט אמונת צדיקים אויפן העכסטן פארנעם.
מה כל הרעש? ער פארציילט ידיעות און פאקטן, טאקע פארדעם האט מען געגרינדערט אייוועלט.
אגב ביי איין מעשה האט ער געשריבען, אז ער האט עס געהערט פון א יוד, וואס יענע יוד, האט עס פערצופאל פארציילט ביי מלוה מלכה. מסתמא בתוך שאר סיפורים.