אגרעסיווע לענדלארדס

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

איך האלט מיט יעצט מיט איינעם א טענענט וואס צאלט יעצט בכלל נישט נידריג רענט און וואוינט שוין אין זיין דירה פאר בערך 10 יאר, דער לענדלארד די נגיד פון שטאט, וואס אונט צווישן אסאך, נאך עטליכע דירות אויף יענעם מקום, האט זיך גענומען דארט צו אלע טענענעטס אין צווינגט זיי אלע צו סיינען די נייע ליעסעס מיט מינומים 25 פערסענט אויפאמאל מער פון וואס זיי באצאלן ביז יעצט.

יעדער פארשטייט אז א לענדלארד, כאטשיג ער דארף עס נישט פאר ברויט, וויל אייביג באקומען די מעקס אבער דאס טוט מען שטייטליך נאכדערצו מיט ידישע טענענטס וואס וואוינען שוין מיט איהם אזוי לאנג.

לפענ"ד איז דאס א דוגמא פון א גרידי פארשוין
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4169
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

צדיק בן צדיק האט געשריבן:

המקום ינחם אותם בתוך שאר הטענענטס מוויליאמסבורג וניו יארק
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5708
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

איך האב מיטגעהאלטן ווי א לענדלארד האט געבעטן א נארמאלע אינקריעס ווייניגער פון די עכטע מארקעט פרייז, שוין צוויי יאר צירוק און קיינער פון די טענענטס צאלן עס נאכנישט.

היינט באקומט ער עס נאכנישט, קומט אויס אז כדי עס ציבאקומען מיז ער ווערן שטערנג און שלעכט.

ס'איז דא דא א צוויי זייטיגע אומפארשטענדלינדש
בפרט פאר דער וואס דארף עס פשוט צי דעקן זיין מארטגעדזש א חודש וואס ער האט עס נישט מיינט אז ער האט נישט קיין פיש און פלייש פאר שבת
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4169
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

מען וואלט ווען געדארפט אויפשטעלן אן ארגאניזאציע, וואס זאל זיך אפגעבן מיט טענענטס וואס ווערן אומבארעכטיגט פארפייניגט פון זייערע לענדלארדס, עס זאל זיין "איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק"
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

מפי השמועה האט געשריבן:
מען וואלט ווען געדארפט אויפשטעלן אן ארגאניזאציע, וואס זאל זיך אפגעבן מיט טענענטס וואס ווערן אומבארעכטיגט פארפייניגט פון זייערע לענדלארדס, עס זאל זיין "איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק"
ווי אויך טענענטס וואס פייניגן זייערע לענדלארדס.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מפי השמועה האט געשריבן:
מען וואלט ווען געדארפט אויפשטעלן אן ארגאניזאציע, וואס זאל זיך אפגעבן מיט טענענטס וואס ווערן אומבארעכטיגט פארפייניגט פון זייערע לענדלארדס, עס זאל זיין "איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק"
עס איז דא אזעלכע ארגאנעזאציעס, זיי געבן פינאנציעלע הילף פאר די וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו צאלן רענט. דער וואס קען זיך יא ערלויבן און צאלט נישט, פאר אים דארף מען עפענען א צווייטע סארט ארגאנעזאציע, ס׳קען הייסן מתנת יד.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2441
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

מפי השמועה האט געשריבן:
מען וואלט ווען געדארפט אויפשטעלן אן ארגאניזאציע, וואס זאל זיך אפגעבן מיט טענענטס וואס ווערן אומבארעכטיגט פארפייניגט פון זייערע לענדלארדס, עס זאל זיין "איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק"
אויך אן ארגאנעזאציע וואס זאל קעיר נעמען פון אלע אומ-מענטשן, און אום ציוויליזירטע הפקר-יונגען....
נאר אזוי וועט ווערן סדר דא!"
העסטו געהערט אזאונס!...

און אז ס'וועט זיין אן ארגאנעזאציע, וועלן דאך נאר אפאר אידן שנארן, וועטאך זיין נאך א קאסע, נאך פרנסות, וועט דאך זיין נאך געלט ביי כלל ישראל, וכו' וכו' וכו'..... ובא לציון גואל
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך האב נישט געליינט דעם גאנצן אשכול, אבער לאמיר אריינווארפן צוויי צענט אין דעם נושא.

יעדער לענדלארד האט א גרויסע דאגה אז זיינע טענענטס זאלן צאלן אין צייט. איבערהויפט קליינע לענדלארס וואס זענען באמת אנגעוויזן אינעם געלט. ס'זענען דא אסאך פיינע לענדלארס וואס זענען גרייט צוצושטעלן אלעס פאר'ן טענענט זיי זאלן זיין באקוועם, ובלבד זיי זאלן שפירן די מאס סעקיורעטי אז זיי זענען פארזיכערט מיט זייער געלט.

א לענדלארד דארף זיין ארנטליך און נישט דריקן זיין טענענט צו צאלן אויפ'ן טאג. אבער דאס איז נישט גילטיג אינעם ערשטן יאר וואס דער טענענט האט זיך אריינגעצויגן, אדער עמיצער וואס האט שוין געוויזן אינעם עבר אז ער צאלט נישט. איך קלער אז רוב לענדלארס וועלן נישט דריקן אויב: 1. ער האט געהאט גענוג צייט צו זען אז דער טענענט איז ארנטליך. 2. די רעדע איז ווייניגער ווי א וואך-צוויי שפעט (אדער אין אויסנאמפעלער אפילו לענגער). ליידער איז אמת אז ס'זענען דא רשעים וואס פייניגן, אבער איך רעד בדרך כלל.

ס'איז אויך דא די אידישע מידה פון רחמנות וואס גילט אין פאל דער טענענט איז באמת אן ארעמאן, אבער איך גיי נישט אין דעם אריינרעדן, ווייל ס'ווענדט זיך אין יעדן מצב באזונדער (צי ער האט טאקע נישט, צי ער ארבעט נארמאל, צי פאר אנדערע זאכן האט ער יא, אזוי אויך איז אפטמאל דא א באלאנס פון רחמנות אויפ'ן לענדלארד וואס דארף צאלן זיין מארטגעידזש און ערהאט נישט). דאס פאדערט א שיקול דעת תורה פונקט ווי אנדערע שווערע שאלות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אחד הרבנים האט געשריבן:
נוסח אשכנז האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
מפי השמועה האט געשריבן:
איך ווייס פון א לענדלארד וואס כדי ארויסצוזעהן אן אלטן טענענט וואס שטייט אים פשוט אין וועג, לעשט ער אויס די סטיעם אינמיטן די ביטערע פרעסטן, וואס ווערט קאנטראלירט אין זיין הויז, ער מאכט אים פון צייט צו צייט אזא פלוצלינגדיגע אמוויסענדיגע בלעקאוט ועוד ועוד אשר אכמ"ל
אזוי ווי שוין דערמאנט ביי אנדערע,
אויב ברויך די דירה ווערן ליידיג און דער טענענט שלעפט ארום און פארפאקט דעם לענדלארד איז דאס פונקט אזוי רשעות מצידו אפילו ער באצאלט רענט. א לענדלארד מעג צוריק באקומען זיין דירה אויב דער ליעס איז שוין אפגעלאפן און ס’ברויך נישט נעמען פינף יאר (מעשה שהי’) צו טרעפן א נייע דירה.

די בלוט פונעם טענענט איז נישט רויטער ווי די בלוט פון דעם לענדלארדס טאכטער וואס ווארט אויפן דירה און וואוינט דערווייל מיט פינף קינדער אין א איין רומיגע דירה. מענשטן האבן פארגעסן וואס מיינט יענעמס א חפץ. כ”ש ווען מ’באצאלט נישט געהעריג אויך נישט.
דאס אנרופען דעם טענענט ווי כאילו ער זיצט אין יענעמס דירה איז אבי געהאקט, סיי על פי דיני תורה, סיי עפ״י דיני דמלכותא און סיי עפ״י מענטשליכען שכל.
דער לענדלארד האט אים נישט אריינגענומען לשם מצוה. ער האט אים אריינגענומען פאר פרנסה (ביזנעס). ער באצאלט פאר דעם. יעצט ווען די האסט מחליט געווען אז די דארפסט שוין נישט קיין פרנסה פון דארט אדער אז די ווילסט מאכן מער פרנסה פון דעם דורך ארייננעמען א צווייטען, איז דער טענענט (יא, דער באנדיט וואס האט געארבייט ביז יעצט דריי וואכן א חודש צו באצאלן דיין מארטגעדש…) נישט קיין באל מיט וואס מען קען זיך ארומווארפן, יעצט נעם איך אים אריין יעצט שיק איך אים אוועק וכו׳ דאס איז א משפחה מיט קינדער וואס דיין דירה איז זייער דאך איבערן קאפ. יא, עס איז זייער שווער צו טרעפן א נייע דירה, און פאר די זעלבע סיבה - ווייל איז דא ווייניג דירות- ערלויבסטו זיך צו בעטן די העכסטע רענט מעגליך. יא, ס׳איז טאקע דיין דירה אבער די האסט דאס געניצט אלס א מיטל צו מאכן געלט/דעקן מארטגעזש וכו׳ יעצט קען מען יענעם נישט ארויסשטעלן אויפן גאס. דאס וואס מאנכע זאגן אז דער טענענט מאכט זיך נישט וויסענדיג, איז עפ״ר נישט אמת, עס איז פשוט נישטא קיין דירות, ווען עס וואלט געווען וואלסטו דאך אים נישט ארויסגעשטעלט.
מאן יימר אז דעם לענדלארדס טאכטער קומט די דירה ענדערש ווי דעם טענענט המוחזק וואס וואוינט יעצט דארט.

ב.ד.וו. איינער געדענקט די מעשיות מיט די פריצים וואס האבן ארויסגעווארפען דעם מאשקע פונעם קרעטשמע פארן נישט באצאלן די ראטע? איך מיין וואס האט ער אזוי שלעכט געטוהן דער פריץ? עס איז דאך זיין אייגענטום און ער דארף מאכן געלט.
ע"פ דין תורה בין איך בכלל נישט זיכער אז דו ביסט גערעכט, און דיני דמלכותא מיט מענטשליכע שכל האבן זיך גאנץ ווייניג
צוזאמגעטראפן...

לכאורה דארפסטו אויך פארשטיין אז אויב א טענענט וויל ארויסגיין דארף ער באצאלן פארן לענדלאר רענט ביז ער טרעפט א נייע טענענט, ער האט נישט געצאלט רענט לשם מצוה ער האט דאך געוואוינט דארט און ווייל די ווילסט יעצט גיין לאזטו דעם לענדלאר אין די ליפטן?.. ער איז נישט קיין באל מיט וואס מ'קען זיך ארומווארפן, יעצט דארף איך יא דיין דירה יעצט נישט...

אקעי צום ענין...
אויב האט מען געסיינט א ליעס לאמיר זאגן אויף א יאר, און אפגעשמועסט אז נאך דעם דארף ער גיין האט דער טענעט נישט קיין רעכט צו בלייבן אפילו ער צאלט ערליך רענט, און די זעלבע פארקערט די לענדלאר קען נישט קומען אינמיטן די ליעס און זאגן איך דארף די דירה פאר מיין טאכטער און גיי פון דא.

אויב אבער מען האט נישט געמאכט קיין ליעס אדער די ליעס איז שוין אפגעלאפן און מ'האט עס נישט באנייט דאן איז זיכער דא אזא זאך ווי געבן נאוטעס, פונקט ווי ביי א דזשאב איז אנגענומען אז מ'געט נאוטעס צוויי וואכן פאר מ'גייט (זוי מיינעך) די זעלבע איז דא אויב א לענדלארד דערזעט זיך אז ער דארף זיין דירה איז נישט נארמאל ווען ער זאגט פארן טענענט אז מארגן דארפסטו גיין, נאר ער זאל געבן א חודש צוויי צו וויפל די אנגענומענע צייט איז.

און יא, די דירה באלאנגט פארן לענדלאר פולי, און די טענענט וואוינט דארט נאר ווילאנג די לענדלארד לאזט אים, איינמאל די רשות סטאפט זיך דארף ער גיין.

און ביידעוועי די מעשה מיט מאשקע און די פריץ גייט אז די פריץ איז געווען באלעבאס נישט נאר אויפן קרעטשמע נאר אויך אלעס אינסייד די קרעטשמע אינקלודעט די מענטשן סאו ווען מאשקע האט נישט געצאלט די רענט האט אים די פריץ צוגעבינדן און ריינגעווארפן אין גריב און געלאזט אויסגיין הונגעריגערהייט, איך גלייב נישט אז ס'איז דא היינט אזעלכע פריצות'דיגע לענדלארדס וואס ווארפן אריין זייערע טענענטס אין גריבער אן עסן אויב צאלט ער נישט די ערשטע, די ערגסטע איז רופן מארשלס...
איך גיב נישט רעכט פארן טענענט, אבער וואס זאל ער טוען אז ער האט נישט ווי צו גיין? יא, פאר די פארדינגסט דיין דירה נאר פאר זעקס חדשים וכדו׳ נעם אריין אין קאפ אז די ריסק אז דיין טענענט גייט נישט האבן ווי צו גיין איז זייער גרויס. ווייל ווען עס איז דא ווי צו גיין נעמט ער ווען נישט דיין דירה.
ס'דא ווי צו גיין. יעדן טאג קענסטי זעהן אין די אויסגאבעס דירות אוועילעבל פאר רענט. איך זאג נישט אז אלע אדוועטייזטע דירות זענען פורסט טשויס, אבער בשעת הדחק קען מען זיך אן עצה גיבן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

הענדימען האט געשריבן:
הושיעה את עמך האט געשריבן:
Chiem Rosenberg 2435 האט געשריבן:
הושיעה את עמך האט געשריבן:
ס'הייסט אזוי, דאס אז דער טענענט איז א פשוט'ע גנב און באצאלט נישט די רענט, דאס שטימט. אבער דאס אז די לענדלארד איז סתם א שלעכטער וואס וואקט אויף די נערוון? נע, קען נישט זיין, עפעס שטימט נישט.

קלאר?
מאכט זיך שלעכטע מענטשען. האט נישט מיט דעם צי ער איז א לענדלארד אדער א טענענט
און ממילא?

פארוואס ווען איינער פארציילט אז ער צאלט רענט אין צייט אבער זיין לענדלארד איז א שלעכטער לויפט גלייך דיין מח אז ס'קען נישט זיין אזוי נאר מוז זיין פארקערט אז דער טענענט צאלט נישט?
אגב. כ'ווייס פון א לענלארד וואס פונקטליך מיטאג פון דעם ערשטן, האט ער פארלאשן די עלעקטריק ווייל די רענט איז נאכנישט באצאלט

די פרוי האט גערופן פרעגן וואס ס'גייט פאר האט ער געענטפערט 18 הונדערטערס (דאן געווען די פרייז אויב געדענק איך גוט)

ווען זי האט געענטפערט מיין מאן איז נישטא יעצט אבער כ'זאג אייך צו אז ער גייט היינט באצאלן האט ער געזאגט נישט קיין פראבלעם, ווען כ'וועל האבן געלט וועסטו האבן לעקטער

דער רשע האט נישט געוואלט נעמען די רענט פריער אויך נישט. דער אינגערמאן האט געמוזט זיכער מאכן צו זיין אינדערהיים פונקטליך דעם ערשטן אויב האט ער נישט געוואלט אהיימקומען צו אן אויפגעלאזטע פריזער

און דאס איז נישט געקומען נאכדעם וואס דער אינגערמאן האט שוין אמאל געצאלט שפעט ווייל ס'איז געווען אזוי די ערשטע חודש.....

און דער לענדלארד (אן עלטערער מענטש) פלעגט טרעפן דעם טענענט אויפ'ן גאס אדער אין שוהל און צוגיין אין אויפהאלטן סתם פאר רשעות

די רשעות פון יענעם לענדלארד גייט נאך אסאך ווייטער וואס כ'גיי נישט יעצט דא שרייבן אבער בעפאר מ'מאכט אפ אז אויב דער לענדלארד האט גערודפ'ט מוז זיין אז דער טענענט איז א ווייסעכוואס זאלסטו וויסן אז ס'זענען דא רשעים לענדלארדס

און ספעציעל ווען איינער קומט זיך דא אויסוויינען דאס הארץ אז זיין לענדלארד דערגייט אים די יארן קום נישט אין דעם זעלבן אשכול אים באשייגעצן ווען דו האסט נישט קיין השגה וואס די מעשה איז געווען. קענסט העכסטנס עפענען אן עקסטערע אשכול
איך מיין אז קיינער דינגט זיך נישט אז ס'זענען פארהאן לענדלארדס רשעים. אבער די וועג ווי די פותח האשכול האט אראפגעלייגט זיין געשיכטע האט מיר געגעבן די געפיל אז ער האלט אז טאמער צאלט ער רענט צייטליך איז ער די גרעסטע צדיק לפנים משורת הדין. אין פאקט, איז צאלן צייטליך, דאס הייסט נישט שפעטער ווי דער ערשטער, די מינימום וואס א טענענט דארף טון. ער האט דאך געסיינט א ליעס און זיך מחייב געווען דערויף. און טאמער איז די רענט נישט באצאלט ביים ערשטן זאל ער וויסן אז ער איז אן אינו עומד בדיבורו און ער פארלירט זיין טראסט.
טאמער מאכט זיך אמאל אז ער האט נישט פונקט די געלט ביים ערשטן, זאל ער זיך אנטשולדיגן פאר'ן לענדלארד בו ביום און זאגן ווען ער וועט האבן די געלט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

תגובה דורך הענדימען »

דריידל האט געשריבן:

כ'ווייס נישט צי מ'איז זיך טאקע מתחייב צו באצאלן דעם ערשטן. איך האב נאכנישט אונטערגעשריבן קיין ליעס

אבער מיט דעם אז מ'ברויך קאמיוניקירן ביסטו גערעכט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

shimon7323 האט געשריבן:
איך האב מיטגעהאלטן ווי א לענדלארד האט געבעטן א נארמאלע אינקריעס ווייניגער פון די עכטע מארקעט פרייז, שוין צוויי יאר צירוק און קיינער פון די טענענטס צאלן עס נאכנישט.

היינט באקומט ער עס נאכנישט, קומט אויס אז כדי עס ציבאקומען מיז ער ווערן שטערנג און שלעכט.

ס'איז דא דא א צוויי זייטיגע אומפארשטענדלינדש
בפרט פאר דער וואס דארף עס פשוט צי דעקן זיין מארטגעדזש א חודש וואס ער האט עס נישט מיינט אז ער האט נישט קיין פיש און פלייש פאר שבת
און איך פלעג מיטהאלטן א טענענט וואס האט אפגעקאסט עפרות זהב פאר'ן לענדלארד וואס איז געווען פארנומען פאררעכטן שאדנס יעדע צווייטע חודש, כאטש וואס זיי זענען קיינמאל ארויף מיט די רענט

יא. ס'זענען דא אסאך גאר שלעכטע טענענטס וואס מיינען אז יעדע פעני וואס זיי גיבן פאר'ן לענדלארד איז עפעס א בחינה ווי צדקה אדער א מתנה און ווען ער רמאכי אים א שאדן איז ער דאך בארעכטיגט ווייל די רענט איז דאך מער.....
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
טרמפיאדה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 11:23 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרמפיאדה »

סך הכל אויף די נושא עפ"י רוב זענען מער ווייניגער סיי רוב טענענטס אין סיי רוב לענדלארס ביי כלל ישראל איינשטענדיגע מענטשען. יא סמאכט זיך ליידער דא דארט א באנדיט אויף ביידע זייטן.
Chiem Rosenberg 2435
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:27 am

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chiem Rosenberg 2435 »

טרמפיאדה האט געשריבן:
סך הכל אויף די נושא עפ"י רוב זענען מער ווייניגער סיי רוב טענענטס אין סיי רוב לענדלארס ביי כלל ישראל איינשטענדיגע מענטשען. יא סמאכט זיך ליידער דא דארט א באנדיט אויף ביידע זייטן.
פיינעלי עפעס פאזעטיוו דא.
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4169
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

אכטונג! דער אשכול איז איבער "אגרעסיווע לענדלארדס" ווי טענענטס רעדן זיך אפ אויב זיי האבן אן אגרעסיווע לענדלארד
אויב וויל מען רעדן איבער "אגרעסיווע טענענטס" ווי לענדלארדס זאלן זיך אפרעדן אויב זיי האבן אגרעסיווע טענענטס, דאן זייטס אזוי גוט און עפענטס א באזונדערן אשכול דערפאר.

יישר כחכם!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2441
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

לפי שבשעת פטירתו של אדם אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב ולא אבנים טובות ומרגליות אלא תורה ומעשים טובים בלבד

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... a#p4016441
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

אז מ'רעדט שוין פון לענדלארדס, האב איך לעצטנס געהאט א אינטערסאנטע געשיכטע.

מיין לענדלארד, א בעל'בתישער מיטליעריגער איד איז בכלל נישט קיין אגרעסיווער און שלעכטער מענטש נאר פארקערט, א גאר פיינער מיט א ווייעך הארץ, נאר איין זאך ער איז זייער א פוילער און אויך היפש א קארגער מענטש, די פוילקייט האט גראדע א מעלה אז ער האט נאכנישט געהעכערט די רענט אפילו ס'איז שוין אריבער עטליכע יאר און די ליעס איז שוין אפגעלאפן, ווי אויך אויב זאל זיך מאכן אמאל אז איך האב מיך נאכנישט באוויזן אפאר טאג אריין אין חודש וועט ער מחמת עצלות ניטאמאל אויפהייבן א טעלעפאון צו מיר אדער אפילו שיקן א דערמאנונג אויף טעקסט.

די פראבלעם איז נאר אז ווען ס'מאכט זיך סיי וועלכע אישו אין די דירה, אויף פשוט'ע זאכן וואס איז זיכער זיין עול עס זאל זיין מסודר קען נעמען זייער לאנג עס זאל ווערן קעיר גענומען, יעדע מאל אזא זאך געשעהט, צו די סטיעם ברעכט אונטער, נישטא קיין הייס וואסער, אדער א ליעק, וועל איך אים דארפן רופן אומצאליגע מאל ביז ער וועט שוין אראפשיקן איינעם און נאך וואס יענער קומט שוין אראפ ביז עס ווערט געהעריג פארראכטן, איך האב געהאט א געוויסע פראבלעם וואס האט גענומען עטליכע חדשים בלי גוזמא ביז עס איז געווארן מסודר, איך האב כמעט געהאלטן ביים גיין זיכן א נייע דירה ווייל עס געווען א ערנסטע פראבלעם, און ווי געזאגט איך קען מיין לענדלארד גאנץ גוט און עס קומט בכלל נישט פון שלעכטקייט, נאר ער איז פשוט בטבע אזא מענטש וואס מ'דארף אים נאכלויפן אויף יעדע קלייניגקייט ביז עס ווערט געטון, און אויך מחמת קארגשאפט פראבירט ער צו שפארן געלט אויף יעדע זאך, און אלץ טראכט ער אז עס לוינט נישט דאס צו פאררעכטן אדער אריינצולייגן געלט.

פארגאנגענע וואך אבער רופט ער מיך אן איין טאג מיט א בהלה פרעגן צו עס רינט ערגעץ וואסער אין די דירה ווייל ער האט יעצט באקומען די וואסער ביל פון די חודש און ער זעהט אז עס איז דראסטיש העכער פון יעדע חודש, זאג איך אים אז יא, די לעצטע צוויי וואכן בערך מאכט עפעס איינע פון די בית הכסא'ס קונצן די פלאשער איז עפעס פארהאנקעט און צוליב דעם פלאשט עס אן אויפהער, עס האט מיך נישט אזוי געבאדערט ווייל עס האט למעשה געארבעט האב איך אים נישט מודיע געווען.

געבט ער מיר אריין א גאנצע פסק אז אזא זאך וואלט איך אים געדארפט גלייך איינמעלדן ווייל עס קאסט אפ געלט יעדע פלאש, ער שיקט שוין אריבער איינעם צו פאררעכטן, בקיצור פונקטליך א שעה נאך דעם פאון קאלל איז די בית הכסא געווען פארראכטן.

איך האב אים געגעבן גערעכט און זיך אנטשולדיגט פארן נישט מודיע זיין תיכף, אבער וואס איך האב געזעהן פון די מעשה איז אז איינמאל די פראבלעם איז ביי אים, ווען ער זעהט דעם פראבלעם אויפן ביל ווייסט ער פונקטליך וויאזוי צו האבן א בעל מלאכה פינעף מינוט שפעטער, איז פארוואס קענסטו נישט טון די זעלבע ווען איך לייד? פארוואס ווען איך און מיינע קינדער פרירן פאר קעלט ווייל עפעס טויג נישט מיטן סטיעם האסטו אלע תירוצים אין די וועלט אז דו קענסט נישט טרעפן קיין פלאמבער יעצט און אז ס'איז חאגע היינט וכו' וכו' און עס נעמט א וואך אדער מער עס צו מסדר זיין?
סך הכל וואס איך בעהט איז, באהאנדל מיינע פראבלעמען פונקט ווי דיינע.
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3048
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

ס'דא שותפים, ארבייטער בעהב"ת און טענעטס מיט לענדלארס.
די חילוק איז ביזנעס וו"ס דאך איבער'ן קאפ. יעדע ביזנעס, האט שוועריקייטן, זאכן וואס קענען קאסטן געלט. ווען דו קויפסט א הויז צו פאררענטען. מוזטו וויסן אז די שוועריקייט וואס א לענדלארד האט איז אז דער וואס וואוינט דארט, איז נישטא פאר ביזנעס. ער מוז האבן א דאך איבער'ן קאפ. און פאר די דאך איבער'ן קאפ מוז ער באצאלן וואס מען האט זיך אויסגענומען.

אבער אויב בעסטו אסאך, וואס איז בגדר שאין רוב הציבור יכולים לימוד בה. ביסטו א טעראריסט. וואס איז עתיד ליתן את הדין.

די וואס זענען באמת עתיד ליתן את הדין, זענען די לענדלארס וואס הייבן די מארקעט. טאמער קענסטו נישט סורווייווען, נאר אויב דו בעסט רענט, וואס גייט פאר'חובת'ן דיין טענענט, ביסטו אריין אין די ראנג ליין.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פישל גרין האט געשריבן:

די בעסטע עצה אין אזא פאל איז איידעלערהייט פארצושלאגן אז דו קענסט אליינס רופן די בעל מלאכה און אים באצאלן און וועסט עס אראפרעכענען פון די רענט דעם קומענדיגן חודש.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
טרמפיאדה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 11:23 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרמפיאדה »

אז קינדער פרירן פון קעלט אין א לענדלאר נעמט נישט קעיר פון דעם דאס איז שוין גאר הארבע זאך. דאס קען נישט פארשוויגן ווערן. אויב ער קומט נישט אהן צו פיקסן די סטיעם זאל כאטש דיך לאזן רופן א בעל מלאכה אין ער זאל באצאלן. אבער צו בלייבן וואוינען אין א דירה וואס א לענדלאר נעמט נישט קעיר פון הייצונג דאס איז אויך נישט נארמאל דארפט איר מופן ASAP
טרמפיאדה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 11:23 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרמפיאדה »

רעגענדיג האט געשריבן:
פישל גרין האט געשריבן:
אז מ'רעדט שוין פון לענדלארדס, האב איך לעצטנס געהאט א אינטערסאנטע געשיכטע.

מיין לענדלארד, א בעל'בתישער מיטליעריגער איד איז בכלל נישט קיין אגרעסיווער און שלעכטער מענטש נאר פארקערט, א גאר פיינער מיט א ווייעך הארץ, נאר איין זאך ער איז זייער א פוילער און אויך היפש א קארגער מענטש, די פוילקייט האט גראדע א מעלה אז ער האט נאכנישט געהעכערט די רענט אפילו ס'איז שוין אריבער עטליכע יאר און די ליעס איז שוין אפגעלאפן, ווי אויך אויב זאל זיך מאכן אמאל אז איך האב מיך נאכנישט באוויזן אפאר טאג אריין אין חודש וועט ער מחמת עצלות ניטאמאל אויפהייבן א טעלעפאון צו מיר אדער אפילו שיקן א דערמאנונג אויף טעקסט.

די פראבלעם איז נאר אז ווען ס'מאכט זיך סיי וועלכע אישו אין די דירה, אויף פשוט'ע זאכן וואס איז זיכער זיין עול עס זאל זיין מסודר קען נעמען זייער לאנג עס זאל ווערן קעיר גענומען, יעדע מאל אזא זאך געשעהט, צו די סטיעם ברעכט אונטער, נישטא קיין הייס וואסער, אדער א ליעק, וועל איך אים דארפן רופן אומצאליגע מאל ביז ער וועט שוין אראפשיקן איינעם און נאך וואס יענער קומט שוין אראפ ביז עס ווערט געהעריג פארראכטן, איך האב געהאט א געוויסע פראבלעם וואס האט גענומען עטליכע חדשים בלי גוזמא ביז עס איז געווארן מסודר, איך האב כמעט געהאלטן ביים גיין זיכן א נייע דירה ווייל עס געווען א ערנסטע פראבלעם, און ווי געזאגט איך קען מיין לענדלארד גאנץ גוט און עס קומט בכלל נישט פון שלעכטקייט, נאר ער איז פשוט בטבע אזא מענטש וואס מ'דארף אים נאכלויפן אויף יעדע קלייניגקייט ביז עס ווערט געטון, און אויך מחמת קארגשאפט פראבירט ער צו שפארן געלט אויף יעדע זאך, און אלץ טראכט ער אז עס לוינט נישט דאס צו פאררעכטן אדער אריינצולייגן געלט.

פארגאנגענע וואך אבער רופט ער מיך אן איין טאג מיט א בהלה פרעגן צו עס רינט ערגעץ וואסער אין די דירה ווייל ער האט יעצט באקומען די וואסער ביל פון די חודש און ער זעהט אז עס איז דראסטיש העכער פון יעדע חודש, זאג איך אים אז יא, די לעצטע צוויי וואכן בערך מאכט עפעס איינע פון די בית הכסא'ס קונצן די פלאשער איז עפעס פארהאנקעט און צוליב דעם פלאשט עס אן אויפהער, עס האט מיך נישט אזוי געבאדערט ווייל עס האט למעשה געארבעט האב איך אים נישט מודיע געווען.

געבט ער מיר אריין א גאנצע פסק אז אזא זאך וואלט איך אים געדארפט גלייך איינמעלדן ווייל עס קאסט אפ געלט יעדע פלאש, ער שיקט שוין אריבער איינעם צו פאררעכטן, בקיצור פונקטליך א שעה נאך דעם פאון קאלל איז די בית הכסא געווען פארראכטן.

איך האב אים געגעבן גערעכט און זיך אנטשולדיגט פארן נישט מודיע זיין תיכף, אבער וואס איך האב געזעהן פון די מעשה איז אז איינמאל די פראבלעם איז ביי אים, ווען ער זעהט דעם פראבלעם אויפן ביל ווייסט ער פונקטליך וויאזוי צו האבן א בעל מלאכה פינעף מינוט שפעטער, איז פארוואס קענסטו נישט טון די זעלבע ווען איך לייד? פארוואס ווען איך און מיינע קינדער פרירן פאר קעלט ווייל עפעס טויג נישט מיטן סטיעם האסטו אלע תירוצים אין די וועלט אז דו קענסט נישט טרעפן קיין פלאמבער יעצט און אז ס'איז חאגע היינט וכו' וכו' און עס נעמט א וואך אדער מער עס צו מסדר זיין?
סך הכל וואס איך בעהט איז, באהאנדל מיינע פראבלעמען פונקט ווי דיינע.
די בעסטע עצה אין אזא פאל איז איידעלערהייט פארצושלאגן אז דו קענסט אליינס רופן די בעל מלאכה און אים באצאלן און וועסט עס אראפרעכענען פון די רענט דעם קומענדיגן חודש.
איך ווייס פון א בילדינג וואס אייגענטימער האט נישט געפיקסט די סטיעם א לענגערע צייט אין די וויינעריי פון די טענטנטס איז געגאנגען אויף טויבע אויערן אין קינדער זענען נעבעך פארפרוירן געווארן פון קעלט. זיי זענען געגאנגען צו איינע פון די באקאנטע רבנים וואס צו טוהן. אין ער האט געזאגט אז עס איז בגדר רציחה ממש אין ער האט זיי געזאגט וואס צו טוהן וד"ל.
נ.ב. פארשטייט זיך קיינער זאל נישט טוהן גארנישט אהן פרעגן זיין רב.
SimchaCohen
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 12:12 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimchaCohen »

דריידל האט געשריבן:
איך מיין אז קיינער דינגט זיך נישט אז ס'זענען פארהאן לענדלארדס רשעים. אבער די וועג ווי די פותח האשכול האט אראפגעלייגט זיין געשיכטע האט מיר געגעבן די געפיל אז ער האלט אז טאמער צאלט ער רענט צייטליך איז ער די גרעסטע צדיק לפנים משורת הדין. אין פאקט, איז צאלן צייטליך, דאס הייסט נישט שפעטער ווי דער ערשטער, די מינימום וואס א טענענט דארף טון. ער האט דאך געסיינט א ליעס און זיך מחייב געווען דערויף. און טאמער איז די רענט נישט באצאלט ביים ערשטן זאל ער וויסן אז ער איז אן אינו עומד בדיבורו און ער פארלירט זיין טראסט.
טאמער מאכט זיך אמאל אז ער האט נישט פונקט די געלט ביים ערשטן, זאל ער זיך אנטשולדיגן פאר'ן לענדלארד בו ביום און זאגן ווען ער וועט האבן די געלט
גא''מ - איך בין נייגעריג אויב די טענענט'ס בעה''ב וועט צאלן יעדע חודש אפאר טעג שפעט וואס ער וועט דעמאלטס זאגן.

ס''ה: אויפן טענענט ליגט א חוב צו זיין א מענטש און באצאלן אויפן ערשטן ריגארדלעס וויפיל געלט די לענדלארד האט.
און אויפן לענדלארד ליגט א חוב צו פארשטיין אז דיין טענענט איז א מענטש מיט געפילן, און אז דו טריטסט אים שיין וועט ער דיר טרייען צופרידן צושטעלן.
איך וואלט זייער געוואלט טוישן מיין ניק צו שמחה כהן... #יודיש
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

בסד האט געשריבן:
ס'דא שותפים, ארבייטער בעהב"ת און טענעטס מיט לענדלארס.
די חילוק איז ביזנעס וו"ס דאך איבער'ן קאפ. יעדע ביזנעס, האט שוועריקייטן, זאכן וואס קענען קאסטן געלט. ווען דו קויפסט א הויז צו פאררענטען. מוזטו וויסן אז די שוועריקייט וואס א לענדלארד האט איז אז דער וואס וואוינט דארט, איז נישטא פאר ביזנעס. ער מוז האבן א דאך איבער'ן קאפ. און פאר די דאך איבער'ן קאפ מוז ער באצאלן וואס מען האט זיך אויסגענומען.

אבער אויב בעסטו אסאך, וואס איז בגדר שאין רוב הציבור יכולים לימוד בה. ביסטו א טעראריסט. וואס איז עתיד ליתן את הדין.

די וואס זענען באמת עתיד ליתן את הדין, זענען די לענדלארס וואס הייבן די מארקעט. טאמער קענסטו נישט סורווייווען, נאר אויב דו בעסט רענט, וואס גייט פאר'חובת'ן דיין טענענט, ביסטו אריין אין די ראנג ליין.
זייער אומקלאר וואס די ווילסט ארויסברענגען.
אבער דיין לעצטע פאראגראף איז אינגאנצן אומפארשטענדליך. א לענדלארד פאר'חובות'ט נישט קיין טענענט. די טענענט וואס נעמט זיך אינטער צו צאלן מער ווי ער קען אפארדן פאר'חובות'ט זיך אליין.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צו די נושא.

פארהאן מענטשן וואס זענען פשוט נישט גוט אין קאמיוניקאציע, קיין שלעכטקייט אינוואלווד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: אגרעסיווע לענדלארדס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

מפי השמועה האט געשריבן:
אכטונג! דער אשכול איז איבער "אגרעסיווע לענדלארדס" ווי טענענטס רעדן זיך אפ אויב זיי האבן אן אגרעסיווע לענדלארד
אויב וויל מען רעדן איבער "אגרעסיווע טענענטס" ווי לענדלארדס זאלן זיך אפרעדן אויב זיי האבן אגרעסיווע טענענטס, דאן זייטס אזוי גוט און עפענטס א באזונדערן אשכול דערפאר.

יישר כחכם!
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=59374
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”