רבי יהוסף ראטטענבערג זצ"ל בעל בני שלישים מקאסאן, כ"ג חשוון
אלט זייענדיג צוועלעף יאר איז ער אדורך געפארן מיט זיין פאטער ר' הערשעלע דורך נירטאשש און זיך אפגעשטעלט ביים ערשטען טאהשען רבי'ן זצ"ל ווי הרה"ק מ'טאהש איז ארויס פון התפעלות פון די קליינעם חריף, איבערס יאר צי די בר-מצוה איז באשטימט געווארן די תנאים, און די חתונה איז פארגעקומען צוויי יאר דערויף ווען ר' יאסעלע איז אלט געווען קוים פיפצן יאר, ביי די חתונה האבן זיך משטתף געוועזן אלע גדולי הדור,
זעקס יאר דערויף אלט זייענדיג אינגאנצן 21 יאר איז זיין שווער פליצלינג נסתלק געווארען אפשטעלענדיג א מגיפה וואס האט געהערשט און די גאנצע אומגעגנט דארט ל"ע, און די איידעם האט באקומען בריוו פון אלע גדולי הדור אריינגערעכנט די הייליגע דברי חיים זצוק"ל איבערצינעמען די רבנות שטעלע,
יארן שפעטער ווען זיין שוואגער ר' אלימלך פון טאהש איז גרויס געווארן (ער איז אלט געווען אינגאנצען 8 יאר ביי זיין טאטען פטירה) האט ער אים איבערגעגעבן די רבנות פאסטען און ער איז געווארען אויפגענומען אין שטאט מאדע אס רב
און מאדע האט ער געליטן גרויסע רדיפות צילוב זיין שטארקע קנאות (ואכמ"ל) און ער איז געווארען אויפגענומען אין די שטאט מעזעקאסאני,
דארט האט ער פארשפרייט תורה וחסידות אין די גאנצע אומגעגנט ביז צי זיין הסתלקות אום כ"ג מרחשוון תרע"ב אלט זייענדיג 58 יאר, ושם מנו"כ,
ער האט געשריבן אסאך חידושי תורה בעיקר אויף תורת הנסתר וואס איז ליידער נעלם געווארן נאך בכ"י, איבערגעבליבן איז נאר די ספה"ק בני שילישים, יד יוסף, ויצבר יוסף,
זיין מ"מ איז געווען זיין זוהן די הייליגע שמועה טובה ר' חיים שלמה זצ"ל, ער איז נסתלק געווארן תר"פ, דאן האט איבערגענומען די אנדערע זוהן הרה"ק ר' ישראל צבי די אור מלא זצ"ל הי"ד וואס ער איז געווען א איידעם צוויי מאל ביים ברודער די שמועה טובה, און צום סוף ביי הרה"ק ר' שלום אליעזר פון ראצפערט זצ"ל
ווי אויך האט ער געהאט א זוהן ר' משה שמואל פון קליינווארדיין און שפעטער דא אין אמעריקע און די בראנקס
און אויך די איידעם הרה"ק ר' לייבוש עהרליך פון בערעגסאז זצ"ל הי"ד א זוהן פון הרה"ק ר' נפתלי מ'דעלאטין זצ"ל
און נאך עטליכע קינדער
ת.נ.צ.ב.ה.