הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה
מיין טאכטער האט זיך שטארק געמיטשעט מיט א אלדערשי, אבער מען האט נישט געקענט אויסגעפינענן וועלכע עסן עס טריגערט די אלערדשי
ביז א גיטע פרענט פין מיין ווייב האט אנגעטראגן אז עס איז דא פרויען וואס טעסטן עס דורוך ענערדשי, דהיינו: מען דארף געבן פאר די פרויען א
געוויסע אפצאל, איינער בעט פופציג דאלער, איינער בעט הינדערט דאלער, אין דערנאך קאלט מען זיי, אין זיי טרעפן צי מיט ענערדשי וואס די
אלערדשי איז,
איך האב עס שטארק נישט געגלייבט, ווייל וויבאלד איך גלייב נישט און כינעזער האניג, קאטשי בערי זאפט, אזיע בלעטער, וכדו'
מילא האב איך נישט געהאלטן אז א פרוי אין לאנדן {מרת גרינהויט תחי'} אדער מרת גליק פין ב"פ זאל קענענן דורוך טעלפאון ציטרעפן וואס
עס פעלט פין מיין קינד ווען זי איז 350 מייל אוועק פין איר, איך האב מיר שטארק קעגן געשטעלט און אפגעלאכט פין דעם רעיון בכלל,
מה עשה אישתי שתחי'?? זי האט יא געגלייבט דערין, אין אן מיין וויסען האט זי איינגעצאלט די הינדערט דאלער, אין הפלא ופלא!!!!!!
עס האט געהאלפן, יענע האט פינקטליך צוגעטראפן וואס די פראבלעם איז, ניין, עס איז נישט מילעכיגס, פיש, פעפער, פאטעטע, נאר עפעס א
פארשטיפטע עסן וואס נארמאל הערט מען נישט אז מענטשן ליידען דערויף, און למעשה איז יענע הינדערט פראצענט גערעכט, זי האט צוגעטראפן די פראבלעם,
איך בין געווארן אינגאנן שאקט!! ווי אזוי ארבייט עס? איז עס כישוף? איז עס מעדעציניש אויסגעהאלטן? איז עס רוח הקודש? זיצט א מענטש אין ביי זיך אינדערהיים, אין שפילט זיך מיט עסןאין טרעפט צי וואס עס פאלט אויס פאר א צווייטען ביי דעם אנדערן זייט טרייבעל?! אין נאך מער, מיין ווייב האט געמיזט האבן מיין טאכטער נעבן זיך בשעת יענע האט פראבירט אלע עסן, איז עס אנגענימען אין די גוישע גאס אויך? ווי אזוי ארבייט עס? איז עס נישט פין איין משפחה מיט כינעזער האניג,??
עס איז מיר אינטערסאנט צי הערן א ברייטע ערקלערונג ווי אזוי די סיסטעם ארבייט