קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

אחראי: יאנאש

אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4927
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

צו קען אייוועלט אפשלאגן די טיימס? מסתם יא.

צו זאל אייוועלט אפשלאגן די טיימס? בעסער נישט.

איך וועל מער אויסברייטערן.

אייוועלט האט גענוג און נאך גוטע שרייבערס. אידיש און ענגליש.

געלונגענע זשורנאליסטן, וועלכע ווייסן וויאזוי נאכצוזוכן און פעסטשטעלן פאקטן. אקוראטע ציפערן קענען שפילן א ראלע אין אזא מערכה.

אייוועלט האט פילע געלונגענע מארקעטערס וואס פארשטייען וויאזוי א מעסעדזש זאל ארויסגעברענגט ווערן.

און אזוי אויך קען אייוועלט שאפן געלט רעסורסעס צו פינאנצירן אזא קאמפיין.

ווידעראום פון די צווייטע זייט. איז דא אסאך גרויסע עסקנים וואס טוען אין אלע סארטן עסקנות, און עפעס איז עס פונקט פאר קיינעם נישט בייגעפאלן דעם געדאנק? עס לייגט זיך נישט אויפן שכל. אלא מאי איז דא א סטראטעגיע וואס זאגט זיי שטיל. לאז זיי שרייען און לאמיר זען ווילאנג זיי וועלן אנהאלטן.

עס קען זיין אז נישט דאס איז די סטראטעגיע, אבער דאס איז קלאר אז אויב די עוסקים בצרכי ציבור באמונה זעהן נישט די וויכטיגקייט פון אזא מערכה, האבן זיי א גוטע סיבה דערצו.

און אזוי אויך אזא מערכה דארף געפירט ווערן מיט א שטרענגע דעת תורה וואס זאל זאגן וואס יא און וואס נישט. דאס איז צו אפן און דאס איז נישט אויסגעהאלטן.

ווי אויך דארף מען גאר שטארק אבאכט גיבן אויף דעם חוט השערה צווישן אויסנוצן דעם גאט געגעבענעם רעכט אלס אמעריקאנע בירגער זיך צו פארטיידיגן אלס גלות איד און התגרות באומות.

ותן לחכם ויחכם עוד.

דאס איז מיין בליק אויף די נושא.

איך גלייב אז איך בין גארנישט מחדש, אבער שוין...
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3954
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

איל משולש האט געשריבן:
ווידעראום פון די צווייטע זייט. איז דא אסאך גרויסע עסקנים וואס טוען אין אלע סארטן עסקנות, און עפעס איז עס פונקט פאר קיינעם נישט בייגעפאלן דעם געדאנק? עס לייגט זיך נישט אויפן שכל. אלא מאי איז דא א סטראטעגיע וואס זאגט זיי שטיל. לאז זיי שרייען און לאמיר זען ווילאנג זיי וועלן אנהאלטן.
דאס איז זייער א שוואכע תירוץ.
קודם כל, איז נישטא קיין סאך עסקנים וואס גיבן זיך אפ מיט דעת הקהל. אויסער דעם, רוב עלטערע עסקנים ווייסן ניטאמאל פון די ארטיקלן ביז איינער איז זיך מנדב זיי דאס צוצוווייזן.
ממילא אז זיי טוען מיינט נישט אז זיי האלטן מען זאל נישט טון, נאר אדער קומט עס צוליב וואס דאס איז נישט זייער ספעשלטי, אדער ווייל זיי ווייסן אפילו נישט דערפון, און האבן אפילו נישט ארויס און האבן נישט קיין מושג וואס אזא ארטיקל קען אנמאכן. זיי זענען דאך נישט אויף די סאציאלע מידיע.

איז אנשטאט אפצוווארפן דעם פארשלאג פון טון עפעס דערצו, ברענג ענדערש צאם אלע סטראטעגישע געדאנקן, און שטעל עס פאר פאר א דעת תורה, און לאמיר זען אפשר וועלן מיר זיין די עסקנים פאר דעם נושא.
עסקנות האט נישט קיין גבול, און איז אפן פאר יעדעם וואס איז גרייט צו טון למען הציבור, און באלאנגט בכלל נישט נאר פאר דעם אדער נאר פאר יענעם.
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

אביונה האט געשריבן:
בינעך געווען אין איינע פון די ניו יארקע שפיטעלער די וואך
טיילן זיי אזעלכע שמאנצעס אז מען זאל זיך וואקסינירן
כ'האב געמיינט אז נאר איך, אנעדיוקעיטעד האסידיק ישיווע סטודענט, קען נישט ספעלן...
רוף שנעל די נ. י. טומאות, זאלן זיי מאכן א ליארעם וויאזוי די הויך-סקול פאבליק סיסטעם גראדואירטע קענען ספעלן...
I AM AN.jpg
שאַ!
דו קענסט נישט ספעלן. ס׳קומט אזוי.
I’m an NYC Vax champ!
נישט I’m a NYC…
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4927
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
ווידעראום פון די צווייטע זייט. איז דא אסאך גרויסע עסקנים וואס טוען אין אלע סארטן עסקנות, און עפעס איז עס פונקט פאר קיינעם נישט בייגעפאלן דעם געדאנק? עס לייגט זיך נישט אויפן שכל. אלא מאי איז דא א סטראטעגיע וואס זאגט זיי שטיל. לאז זיי שרייען און לאמיר זען ווילאנג זיי וועלן אנהאלטן.
דאס איז זייער א שוואכע תירוץ.
קודם כל, איז נישטא קיין סאך עסקנים וואס גיבן זיך אפ מיט דעת הקהל. אויסער דעם, רוב עלטערע עסקנים ווייסן ניטאמאל פון די ארטיקלן ביז איינער איז זיך מנדב זיי דאס צוצוווייזן.
ממילא אז זיי טוען מיינט נישט אז זיי האלטן מען זאל נישט טון, נאר אדער קומט עס צוליב וואס דאס איז נישט זייער ספעשלטי, אדער ווייל זיי ווייסן אפילו נישט דערפון, און האבן אפילו נישט ארויס און האבן נישט קיין מושג וואס אזא ארטיקל קען אנמאכן. זיי זענען דאך נישט אויף די סאציאלע מידיע.

איז אנשטאט אפצוווארפן דעם פארשלאג פון טון עפעס דערצו, ברענג ענדערש צאם אלע סטראטעגישע געדאנקן, און שטעל עס פאר פאר א דעת תורה, און לאמיר זען אפשר וועלן מיר זיין די עסקנים פאר דעם נושא.
עסקנות האט נישט קיין גבול, און איז אפן פאר יעדעם וואס איז גרייט צו טון למען הציבור, און באלאנגט בכלל נישט נאר פאר דעם אדער נאר פאר יענעם.
איך גיי נעמען איין נאמען פון א וועטעראן עסקן וואס זיצט יא אויף סאשעל מידיע. יוסי געשטעטנער. וואס זאגט ער צו אזא געדאנק? און איך מיין נישט דוקא אים, נאר זיין נאמען איז מיר דורכגעלאפן אין קאפ.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3954
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

איל משולש האט געשריבן:
איך גיי נעמען איין נאמען פון א וועטעראן עסקן וואס זיצט יא אויף סאשעל מידיע. יוסי געשטעטנער. וואס זאגט ער צו אזא געדאנק? און איך מיין נישט דוקא אים, נאר זיין נאמען איז מיר דורכגעלאפן אין קאפ.
איך גלייב אז אויב דו קומסט צו אים מיט א פערטיגע פלאן, און פארשטייט זיך מיט די נויטיגע פאנדן דערפאר, וועט ער דיר דאנקבאר זיין, און עס פאראויס שטיפן.

און אז דו רעדסט פון אים, איז טאקע כדאי צו דערמאנען אז דוכט זיך בשעת די מיזעלס אויסברוך, האט ער ערלעדיגט א שיינע גרויסע סיין אין טיימס סקווער, וואס האט געזאגט מיט גרויסע ווערטער: "96% פון די ארטאדאקסישע אידנטום וואקסינירט זיך. טוט איר אויך אזוי?".
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מיך אנגעשטויסן מיט די טיפ פון "דער דעילי איד" און א בליץ איז מיר אריינגעקומען אין קאפ עס אהער צושטעלן אין דיזער אשכול, גאו פיגער.

עסקנות טיפס
טראץ דעם וואס די וועלט איז באשאנקען מיט אומצאליגע עסקנים בליע"ה, איז וויכטיג פארן המון עם צו געדענקען, אויב עס קומט אונטער א דבר מצוה אין וואס מ'קען אליין עוסק זיין, מעג מען טון דערין און די עסקנים וועלן נישט ברוגז זיין, די וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס האבן גענוג וואס זיי 'מוזן' טון פארן ציבור, ומצוה הבא לידך אל תחמיצנה.

ענליך צו דעם איז מיט מאראלישע שטיצע: צומאל ווערט מען נתפעל פון א יחיד וואס האט זיך עפעס אונטערגענומען, און מ'ווערט באגייסטערט ווי גוט און שנעל ער האט עפעס אויפגעטון, און ס'איז טאקע ריכטיג אזוי – און דאס ווייזט אויך אז 'יעדער' קען דורכפירן געלונגענע אקעטיוויטעטן, ס'מוז נישט אייביג דורכגיין די 'גרויסארטיגע עסקנים'.

הגם צומאל קומט שטארק צוניץ די עקספיריענס פון ערפארענע עסקנים - צו וויסן וויאזוי צו טון בעסער, און אמאל צו וויסן וואס 'נישט' צו טון... אבער הצד השווה איז: מצוה בו יותר מבשליחו.

פאר באמערקונגען ביטע שיקט אן אימעיל צו: [email protected] און מיר וועלן דאס אי"ה פרובירן צו אדרעסירן, יישר כח.

אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

התחברות האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
בינעך געווען אין איינע פון די ניו יארקע שפיטעלער די וואך
טיילן זיי אזעלכע שמאנצעס אז מען זאל זיך וואקסינירן
כ'האב געמיינט אז נאר איך, אנעדיוקעיטעד האסידיק ישיווע סטודענט, קען נישט ספעלן...
רוף שנעל די נ. י. טומאות, זאלן זיי מאכן א ליארעם וויאזוי די הויך-סקול פאבליק סיסטעם גראדואירטע קענען ספעלן...
I AM AN.jpg
שאַ!
דו קענסט נישט ספעלן. ס׳קומט אזוי.
I’m an NYC Vax champ!
נישט I’m a NYC…
פארוואדזשע?, [כ'געדענק אז נאר בעפאר א A אדער E קומט א AN]
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

@איל כ'פארשטיי באמת נישט די פראבלעם, די עסקנים לעבן נאך ב"ה און מ'קען זיי פשוט פרעגן צו אזא מהלך איז ריכטיג און אויסגעהאלטן. אנשטאט זיצן און שפעקולירן אז ווען ס'וואלט ווען געווען א גוטע מהלך וואלטן זיי עס נישט געטון, קען מען זיי פרעגן צו די סיבה פארוואס זיי האבן עס נישט געטון איז באמת ווייל זיי האלטן אז ס'איז ענדערש צו זיצן שטיל, אדער פשוט ווייל זיי האבן נישט די צייט/געלט דערצו אדער סיי וועלכע אנדערע טעכנישע פאקטאר.

און אוודאי רעדט מען אז ס'וועט דורכגיין א דעת תורה פאר ס'קומט ארויס פאבליק.

וואס איז זיכער איז זיכער, סתם פון זיצן און שרייבן דא וועט זיכער גארנישט געשען. אויב איינער איז באמת גרייט עס צו נעמען צום נעקסטן שטאפל אויף למעשה, אשרי לו ואשרי חלקו.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

אביונה האט געשריבן:
בינעך געווען אין איינע פון די ניו יארקע שפיטעלער די וואך
טיילן זיי אזעלכע שמאנצעס אז מען זאל זיך וואקסינירן
כ'האב געמיינט אז נאר איך, אנעדיוקעיטעד האסידיק ישיווע סטודענט, קען נישט ספעלן...
רוף שנעל די נ. י. טומאות, זאלן זיי מאכן א ליארעם וויאזוי די הויך-סקול פאבליק סיסטעם גראדואירטע קענען ספעלן...
I AM AN.jpg
וואס איז דער פראבלעם אין די סענטענס?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אביונה האט געשריבן:
התחברות האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
בינעך געווען אין איינע פון די ניו יארקע שפיטעלער די וואך
טיילן זיי אזעלכע שמאנצעס אז מען זאל זיך וואקסינירן
כ'האב געמיינט אז נאר איך, אנעדיוקעיטעד האסידיק ישיווע סטודענט, קען נישט ספעלן...
רוף שנעל די נ. י. טומאות, זאלן זיי מאכן א ליארעם וויאזוי די הויך-סקול פאבליק סיסטעם גראדואירטע קענען ספעלן...
I AM AN.jpg
שאַ!
דו קענסט נישט ספעלן. ס׳קומט אזוי.
I’m an NYC Vax champ!
נישט I’m a NYC…
פארוואדזשע?, [כ'געדענק אז נאר בעפאר א A אדער E קומט א AN]
אויך פאר א O און יעדע vowel.

אין דעם פאל פון NYC שרייבט מען An ווייל די N פון NYC הייבט זיך אן מיט א וואועל. כאפסט?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
התחברות האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
בינעך געווען אין איינע פון די ניו יארקע שפיטעלער די וואך
טיילן זיי אזעלכע שמאנצעס אז מען זאל זיך וואקסינירן
כ'האב געמיינט אז נאר איך, אנעדיוקעיטעד האסידיק ישיווע סטודענט, קען נישט ספעלן...
רוף שנעל די נ. י. טומאות, זאלן זיי מאכן א ליארעם וויאזוי די הויך-סקול פאבליק סיסטעם גראדואירטע קענען ספעלן...
I AM AN.jpg
שאַ!
דו קענסט נישט ספעלן. ס׳קומט אזוי.
I’m an NYC Vax champ!
נישט I’m a NYC…
פארוואדזשע?, [כ'געדענק אז נאר בעפאר א A אדער E קומט א AN]
אויך פאר א O און יעדע vowel. דא טאקע קומט עס נישט
עס קומט יא, ווייל די נעקסטע ווארט ווערט ארויסגעזאגט "ען וויי סי". איז עס כאילו די ווארט הייבט זיך אן מיט א E.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4927
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

רעגענדיג האט געשריבן:
@איל כ'פארשטיי באמת נישט די פראבלעם, די עסקנים לעבן נאך ב"ה און מ'קען זיי פשוט פרעגן צו אזא מהלך איז ריכטיג און אויסגעהאלטן. אנשטאט זיצן און שפעקולירן אז ווען ס'וואלט ווען געווען א גוטע מהלך וואלטן זיי עס נישט געטון, קען מען זיי פרעגן צו די סיבה פארוואס זיי האבן עס נישט געטון איז באמת ווייל זיי האלטן אז ס'איז ענדערש צו זיצן שטיל, אדער פשוט ווייל זיי האבן נישט די צייט/געלט דערצו אדער סיי וועלכע אנדערע טעכנישע פאקטאר.

און אוודאי רעדט מען אז ס'וועט דורכגיין א דעת תורה פאר ס'קומט ארויס פאבליק.

וואס איז זיכער איז זיכער, סתם פון זיצן און שרייבן דא וועט זיכער גארנישט געשען. אויב איינער איז באמת גרייט עס צו נעמען צום נעקסטן שטאפל אויף למעשה, אשרי לו ואשרי חלקו.
היות איך האב נישט קיין צוטריט צו די גרויסע עסקנים קען איך נישט פרעגן. אבער אדרבא, זאל איינער פרעגן, און צוריק קומען זאגן וועלכע באקאנטע עסקן ער האט געפרעגט, און וואס ער האט געענטפערט.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4463
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

די רשעים זענען ווידער היינט ארויס מיט א פרישע אטאקע אויף אינזערע ישיבות!
ולמלשינים אל תהי' תקוה!
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2087
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

אורח הכבוד האט געשריבן:
די רשעים זענען ווידער היינט ארויס מיט א פרישע אטאקע אויף אינזערע ישיבות!
ולמלשינים אל תהי' תקוה!
דא איז די ארטיקעל אין פדף, אן קיין נשים.
אויב עס איז דא אינסייד זאכן וואס זענען נישט אידישלעך, יבואו האחראים און זאלן מעקן.
How a Windfall of Special Education Funding Benefited Hasidic Schools - The New York Times
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

שלאגן די ניו יארק טיימס? איך שלאג נישט, נון נון נון א איד טאר נישט שלאגן.. אייוועלט איז א שלעגער? נוץ אים דעמאלטס..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7560
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: קען אייוועלט אפשלאגן דער ניו יארק טיימס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

צ/ק
זיכער יא... זיי האלטן נישט אויס די אחדות ביי אינז אידן... גיי מיר פארמערען צו העלפן א אנדערע איד... זיך מער איינהאלטען ביים אריינפליגען א צווייטען.... זאלן זיי אלע פלאצען...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”