א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

פראקטיש האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
איך ליין און איך וויין! ניין, איך פארשטיי דיר נישט און איך קען דיר נישט פארשטיין. נאר די רבוש״ע וואס ווייסט און פארשטייט די טיפסטע חלקים פון דיין הארץ און מוח, נאר ער קען און וועט דיר העלפן.

ר׳ אליהו דעסלער שרייבט אין איינע פון זיינע ספרים אז אגאנץ יאר זענען ניסים קעגן די טבע, חנוכה אבער איז די טבע אז עס זאל פאסירן ניסים. השי״ת זאל דיר העלפן מיט א גאנצע ישועה בקרוב ממש! שמחנו כימות עיניתנו.

עס ווארטן דיר אפ זיסע לעכטיגע טעג און יארן!
שיינע געדאנק, ווי קען איך דאס זעהן?
קען זיין ר' אליהו דעסלער זאגט עס אויכעט, יאך האב עס געהערט נאכזאגן פון הייליגען ייטב לב זי"ע אז א גאנץ יאר זאל מען נישט מתפלל זיין אויף ניסים, אבער חנוכה קען מען בעטן אויף ניסים, אזווי מען בעט הרחמן הוא יעשה לנו ניסים כמו שעשית לאבתינו.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

@פראקטיש; ווי זאלב אויף די וואונדן!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

מיינע טייערע חבר @ איד27 האט זייער גוטע ארויס געברענגט וואס אינז גיין ליידער א דורך , איך האב נישט קיין ווערטער צו לייגן!!!
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע:נישט צו ווייט

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

מיינע אויגן זענען נאס
נישטא קיין ווערטער
השי"ת זאל דיר אויפרעכטן בקרוב און ס'זאל גיין גרינגערהייט.
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

(געשריבן מיט א אינספיראציע פון די אשכול, ספעציעל די תגובה פון פראקטיש. אבער עס איז לאוו דווקא אויף די נושא האשכול.)

דו שטייסט פון די זייט
איך ווייס נישט אויב די זעהסט
מיינע טרערן און צער
מיינע בליקן וואס בעהט

מיט ווינדער איך טוה קלערן
צו איז עס דען מעגליך
מיינע אינערליכע טרערן
זאלן נישט ווייזען אויסערליך

מיין הארץ שרייעט
עס טוט מיר פארטייבען
ביסטו דען אזוי ווייט
אז דו הערסט נישט זיינע ליידען

מיין צומישעניש און קלעם
עס איז דיר שווער צו פארשטיין
עס איז דיר זייער פרעמד
עס קען נישט אנדערש זיין

ברידער איך בעט נישט
זאלסט מיר הערן און ליינען
איך ווייס עס איז אומעגליך
זאלסט פארשטיין מיין געוויינען

אבער מיינע טרערן וואס גיסן
מיין נאסע באקן
זיי קענסטו דאך ווישן
איז פארוואס זיי קלאפן

איז דיר שווער צו טרייסטן
איז דיר שווער צו גלעטן
פארוואס די וואונדען רייסען
און צושמירן די בלוט פלעקן?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5758
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שאבעלע האט געשריבן:

האסט מיר צעריסן דאס הארץ, א הערליכן פיוט.
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4091
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

טאטע זיסער... נאו ווארדס!!

@פראקטיש און @שאבעלע! מורא'דיגע ווערטער ביידע פון ענק!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3465
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

אין מילים
דער אייבערשטער זאל דיך אויפרעכטן...
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

איך רעד מיך נישט איין אז איך פארשטיי דיך, און נישט קיין איין צובראכן הארץ וואס לייענט מייינע ווערטער,
איז וואס יא?
פארגעס נישט אז איינער איז שולדיג אין אלעס, ער האט עס גאר פלאנירט,
און וועגן דעם פארשטייט ער באלד בעסער ווי דיר וויאזוי די פילסט,
מיינסט אודאי איך וויל די זאלסט עס מקבל זיין באהבה?
ניין!
סך הכול געדענק אז צו עם קענסטו יא רעדן, נישטא וואס זיך צו שעמען, ער פארשטייט פונקטליך, און ווארט אייביג פאר דיר.
נאכאמאל, נישט קיין עבודות פון קבלת יסורים אדער צו אויפטוען עפעס, פשוט א אויער וואס איז גרייט אייך צו הערן.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח פאר יעדעם איינעם וואס האט מגיב געווען.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
פינעווער
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:10 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער/ביכל.

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינעווער »

איך האב יעצט געטראפן.
איך האב אפגעשריבן א ענליכע בריוו, אבער נישט געהאט די שטארקייט עס ארויס צו לייגן. איר האט געשריבן גאר שטארק!
און @פראקטיש, תבוא עליו ברכה.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:13 pm
באגרייפעכצערייאונגענערישן.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5758
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פינעווער האט געשריבן:
איך האב יעצט געטראפן.
איך האב אפגעשריבן א ענליכע בריוו, אבער נישט געהאט די שטארקייט עס ארויס צו לייגן. איר האט געשריבן גאר שטארק!
און @פראקטיש, תבוא עליו ברכה.
שכח, לייג יא ארויס, דערשטיק נישט דיין דיך.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

,
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

א שטיין קען צוגיין. אוי טאטע!! קוק אויף דיינע לעכטיגע קינדער. איד27 האלט דיך שטארק!!!!! ַ
מוה"ר אברהם שאר שליט"א: איזהו גיבור הכובש את יצרו. נישט יענעמ'סיצר הרע, נישט יענעמ'ססמארטפאון. 🔊
אוועטאר
נ.ג.ה.ש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 15, 2023 5:03 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ.ג.ה.ש »

ס'איז זיכער אז ס'גייט נאך קומען אזעלכע גיטע צייטן אז די וועסט נאך לאכן לאכן אין לאכן אן אויפהער,
די אייבישטער זאל העלפן ס'זאל נישט זיין קיין שווערע דוריכגאנג ביז דעמאלטס.

איינער פין דיינע חברים אויף אייוועלט וואס הערן נישט אויף צי טראכטען פין דיר...
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

פון מיינע געפילן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

כזיץ און כטראכט, צו מיין ענגשאפט איז נישט קיין גרעניץ,
כפיל אליין, עלנד, קיינער קוקט נישט אויף מיר, קיינער נעמט זיך נישט אן פאר מיר,
און כווער צוטרייסלט און צובראכן, קען נאך פאר מיר ווערן אמאל ליכטיג, גיי איך נאכאמאל קענען זיין שטארק,
גיי איך קענען איבערקומען די אלע שוועריקייטן, חוץ אן ענטפער פון יאוש זעה איך גארנישט, ניין! איך קען נישט, און פארטיג. אקעי פינטל.
אבער פון די אנדערע זייט קומסטו מיין ברודער לייגסט ארויף דיינע הענט אויף מיינע איינגעבויגענע פלייצעס און זאגסט, ברודער שטארק דיך סגייט קומען גוטע טעג סגייט נאכאמאל ווערן ליכטיג, ישועת השם כהרף עין.
און איך ברעך אויס אין א יאמערליכן געוויין יא איך האף צוזאמען מיט דיר, אבער סאיז דא אמאל אזעלכע שווערע צייטן וואס ליכטיקייט איז נישט דא אונעם גאנצן ארום, און דעמאלטס עפען איך מיינע אויגן און כקוק אין ליידיגן חלל אריין, ברודער וואו ביסט יעצט ווען איך דארף דיר ווען סאיז מיר אזוי שווער אויפן געמיט כוויס אז דו קענסט מיר נישט העלפן און חוץ מיט קרעכצן אויף מיין מצב ליגט נישט אין דיין יכולת מיר צוהעלפן.
און כשטיי און כפרעג צו מיר, וואס זענען די עלנדע געפילן? וואס זענען די געפילן וואס קיינער פארשטייט נישט? און וויאזוי גיי איך ווייטער?
און פארוואס לייג איך עס אין פאבליק?
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
א פיינע וואקאציע
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 15, 2023 5:26 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע וואקאציע »

וואס זאל איך זאגען? ווער בין איך בכלל אריינצורעדן דא?
אבער איין זאך קען איך דיר זאגען די חיזוק וואס אידן גייען אין נעמען ארויס פין דיר איז גאר שטארק,
איך ווינטש דיר זאלסט עס קענען גרינג דורכמאכן, נאר נישט אריינפאלן אין יאוש.

דיין ברודער וואס הערט נישט אויף צו טראכטען פין דיר...
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע:אויף די לינקע זייט

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

ארויפגעברענגט די אשכול אין ליכט פון די קאמפיין.
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

איך וויין און וויין
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

א גוט'ן ערב יו"ט, טייערע ברודער.
האסט שוין געקויפט דיין ד' מינים? ווי אזוי איז דיין אתרוג?
אה, ווילסט וויסן וואס כהאב מיך היינט דערמאנט אין דיר? כוועל דיך פארציילן כבין היינט געגאנגען קויפן א אתרוג
וואס איז דומה ללב ווען כוואלט נישט מורא געהאט וואלט איך גענומען פון די בחורים סעט, מיין הארץ איז מילא צושפליטערט,
אן אתרוג וואס סזאל דומה זיין צו מיין הארץ האב איך נישט געטראפן.

כווייס יעדער האט זיין נסיון אבער כוואונטש קיינעם נישט די נסיון, סקומט יעצט די הייליגע יו"ט סוכות מען האלט שוין ביי תשובה מאהבה
מגייט אריין אין סוכה מאיז מקבל די אושפיזין אזעלכע הייליגע געסט סווארימ'ט אן דאס הארץ צו זיצן בצילא דמהימנותא און מ'גרייט זיך מקיים צו זיין די מצווה ושמחת אתה וביתך און לכבוד דעם איז דא געסט מקומט מיט די משפחה, און סטוט מיך וויי אז סטוט וויי און אדרבא כהאב הנאה ווען געסט קומען און כארבעט אויף מיך נישט מקנא צו זיין אבער במסתרים תבכה נפשי כבין אליין עלנד כהאב גארנישט אויף די וועלט פארוועמען זאל איך ווייזן מיין אתרוג ווער גייט שטיין אין די רייע צו בענטשן דערויף, סאיז מיר שווער צו שרייבן אלע מיינע געפילן.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

אדורך א יאר פון שרייבן די שורות און ס'ליידער די זעלבע מצב, די יאוש ווארצלן ווערן נאר טיפער טיפער.. ברודער איך וואונטש די זאלסט מיך קיינמאל פארשטיין.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9660
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ביטער.
טרערן פליסן..

די אויבערשטער זאל דיר העלפן.
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9635
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

איד27 האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:33 pm
אדורך א יאר פון שרייבן די שורות און ס'ליידער די זעלבע מצב, די יאוש ווארצלן ווערן נאר טיפער טיפער.. ברודער איך וואונטש די זאלסט מיך קיינמאל פארשטיין.
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר הייליגער ברידער!!
אויב עס איז דא עפעס וואס איך קען דיר העלפען פליז לאז מיך וויסען!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח יעדער פאר די חיזוק יעדס ווארט איז מחזק. ובפרט פון @אבימלך , שכוח.
אבער איין זאך פיל איך ווי כמוז שרייבן בפרט יעצט אין ימי חנוכה להודות ולהלל לשמך הגדול וואו צווישן די גרעסטע חושך שיינט די רבש"ע אריין אזויפיל גוטס, ס'זעהט טאקע אויס אסאך מאל אויס ביטער און די פילינג איז די ערגסטע וואס מען קען זיך פארשטעלן,
און דעמאלטס שיינט צומאל אריין א שיין א לעכטיגקייט סאיז נישט שייך אייביג עס צופילן און און ארויסברענגען, אבער יעצט חנוכה שפיר איך א פליכט צו דאנקען די רבש"ע פאר דעם.
שכוח טאטי פארן מיך געבן כח יעדע מינוט סעקונדע און רגע אנצוגיין, און א גוטע געשמאקע סביבה אדורכצוגיין די שווערע צייטן גרינגער.
און דער אייבישטער זאל העלפן מען זאל קענען זעהן ניסים ורחמים וחסדים גדולים וגלויים בקרוב.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
זופ מאנדלען
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:38 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מאנדלען »

איד27 האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 8:47 pm
שכוח יעדער פאר די חיזוק יעדס ווארט איז מחזק. ובפרט פון @אבימלך, שכוח.
אבער איין זאך פיל איך ווי כמוז שרייבן בפרט יעצט אין ימי חנוכה להודות ולהלל לשמך הגדול וואו צווישן די גרעסטע חושך שיינט די רבש"ע אריין אזויפיל גוטס, ס'זעהט טאקע אויס אסאך מאל אויס ביטער און די פילינג איז די ערגסטע וואס מען קען זיך פארשטעלן,
און דעמאלטס שיינט צומאל אריין א שיין א לעכטיגקייט סאיז נישט שייך אייביג עס צופילן און און ארויסברענגען, אבער יעצט חנוכה שפיר איך א פליכט צו דאנקען די רבש"ע פאר דעם.
שכוח טאטי פארן מיך געבן כח יעדע מינוט סעקונדע און רגע אנצוגיין, און א גוטע געשמאקע סביבה אדורכצוגיין די שווערע צייטן גרינגער.
און דער אייבישטער זאל העלפן מען זאל קענען זעהן ניסים ורחמים וחסדים גדולים וגלויים בקרוב.
ביסט א גיבור!! צו קענען דאנקן דעם אויבערשטן אין אזאנע אומשטענדן. ביזט אונז אלע מחייב!
אונזער הארץ איז מיט דיר! און אונז דאווענען פאר דיר!
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”