מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פטמה לחצאין
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:16 am

מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטמה לחצאין »

געליינט דעם שטיבל פון דער וואך אין איין אטעם, די ידיעות און אינפארמאציע דארט זענען עפעס אבנורמאל! עס זענען דא דארט צוויי ארטיקלען;

1. א אינטערוויא מיט ר' שמואל זלמן קליינמאן איבער היינטיגע און אמאליגע נגינה, אינטערסאנטע אפהאנדלונגען איבער די נגינה וועלט היינט און אמאל.
2. א ארטיקל כללי איבער די היסטאריע פון די חסיד'ישע נגינה וועלט זייטן בעל שם הקדוש ביז די לעצטע תקופה פון נאכן קריג. (נאר ח"א, ח"ב שרייבן זיי וועט נאכפאלגען)

איך גלייב אז פון צווישן די פולע חשוב'ע ליינער דא וועלן זיין געוויסע הערות און קאמענטארן סיי אויף די אינטערוויא און סיי אויף די פולע אינפארמאציע דארט, עפן איך דעם אשכול ווי דער עולם קען אריינקומען און זיך לאזן הערן מיט א ברייטקייט...
12222221.JPG
12222221.JPG (108.25 KiB) געזען 3333 מאל
12222222.JPG
12222222.JPG (92.13 KiB) געזען 3333 מאל
לעצט פארראכטן דורך פטמה לחצאין אום מיטוואך יאנואר 04, 2023 8:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

נארוואס גענדיגט ביידע ארטיקלען און איך מוז זאגן WOW!!

די ידיעות און חידושים איז אויסנאם אויסנאם. די השקפה וואס שרייט ארויס פון יעדע שורה איז צום באוואונדערן.

קענען מיר קוים ווארטן אויפן צווייטען חלק.

א יישר כח רבי שמואל זלמן!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

זעמיר זיך געגאנגען איינהאנדלען דעם שטיבל לכבוד דעם שמועס.

נעכטן איבערגעבליקט אויבנאויף, קוקט אויס מאסיוו!

ארחיקה נדד האט געשריבן:

א יישר כח רבי שמואל זלמן!
מיי פלעזשור... עניטיים.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

געליינט שבת…. א תענוג רוחני ממש!

די אלבומס פון הרב רוס דערמאנט עטליכע מאל, איז דא צו באקומען אין די געשעפטן?
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

מיט יעדע פארבייגייענדע וואך, ווער איך מער און מער משוגע איבער דעם הערשל הירש, איך האב אים שוין אויך געזען שרייבן אין שריפט און לבלר, איך מוז זאגן, דער שרייבן מורא'דיג געשמאק, רייך און ברענגט תוכן צום טיש.
אשרי שטיבל!
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

וואסערע אויסגאבע איז דאס? און וואס האט פופציגער דערמיט?
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4928
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מי חכם האט געשריבן:
וואסערע אויסגאבע איז דאס? און וואס האט פופציגער דערמיט?
קומט ארויס מיט די בליק בילדער מאגאזין.

וואס פופציגער האט דערמיט, ווייס איך (אז) נישט...
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
שבולת נרד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 11:52 am

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבולת נרד »

געליינט דעם ארטיקל
הרב קליינמאן קומט אריין שארף ווי א מעסער

איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין חסידישע פארצייטישע נגינה
עס איז מיר אבער געווען אינטערסאנט זיין הנחה אז עס איז נישטא כמעט קיין נייע חסידישע נגינה
די שאלה וואס איך האב איז פארוואס בארירט ער נישט ר' משה גאלדמאן, ר' בנציון שענקער, סקולען, און אלע אנדערע נגינום פון היינטיגע חסידישע הויפן.
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

מיינע צוויי צענט אויפן ארטיקל.
אן אוצר, אן אוצר, און נאכאמאל אן אוצר.
די ארטיקעל איז א מאסט צו ליינען, איך לכשעצמי האב מיר באלעקט די פינגערס, ביים ליינען די ארטיקעל. און מען וועט עס אי"ה איבער ליינען נאך אסאך מאל.
א יישר כח פאר הרב קליינמאן, פאר די מוראדיגע מוראדיגע ארבייט, עס איז נישטא קיין ווערטער, דער האט צוזאם געווארפן, אן אוצר.
(ווער רעדט נאך פון די אנהייב, ממש מתוק ומדבש..)
מוראדיג מוראדיג הנאה געהאט. און ווער רעדט נאך פון די געוואלדיגע קלארקייט און סדר וואס ער האט צוזאם גענומען "תורת הנגינה" ביי אמאליגע חסידים, די קורות הדורות פון א יעדען באזונדער.

לתועלת הרבים(מיך אריין גערעכנט..) ברענג איך דא אראפ די אלבום'ס וואס ער ברענגט אראפ ביים שמועס.
איך האב געטראפן אפאר, ווער עס קען זאל זיך משתתף זיין, הן די לינקס ווי מען קען זיי קויפן און הן די לינקס דא אויפן וועלטעל.
התעוררי-ניגוני קאסאן

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=13204
לטב ולחיין
viewtopic.php?t=18862

משפחת קעסלער
ידיד נפש
https://www.nigunmusic.com/yedid-nefesh.html
בית אהרן
https://www.nigunmusic.com/beis-aharon.html

משפחת פאסטן
ברח דודי
viewtopic.php?t=1249
(מיינאיך אז די אלבום קען מען שוין נישט קויפן.)
צור משלו
viewtopic.php?t=3942
איינער האט ביטע ווי מען קען עס קויפן???

זכרון אבותינו
http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=14122
https://lechaimmusic.com/search?q=%D7%9 ... ix%5D=last

שירי ציון

https://www.galpazmuzic.com/search?q=%D ... 7%95%D7%91
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

אז דער ארטיקעל איז אן אוצר איז אן אנדערסטעיטמענט, איך וואלט געהאלטען מ'דארף פרעימען דעם הקדמה צום אונטערוויו, א דמות ווי אזוי אדורך געוויקטע תורה'דיגע חסידישע עהרליכע יוד ענטפערט, גייט אריין און נאנטע ביהמ"ד און פרעגט דער ת"ח וויאזוי ער איז אנגעקומען צו זיינע מדריגות, און נישט יעדער צרי וכל זב פויער שוסטער און זינגער זאלען זיין דעה זאגערס, דער פאראגראף פונעם יאר הונדערט. ברענגט עהרליך ארויס דער דמות פון וועם מ'רעד. א גרויסע דאנק הרב קליינמאן שליט"א.
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:
אז דער ארטיקעל איז אן אוצר איז אן אנדערסטעיטמענט, איך וואלט געהאלטען מ'דארף פרעימען דעם הקדמה צום אונטערוויו, א דמות ווי אזוי אדורך געוויקטע תורה'דיגע חסידישע עהרליכע יוד ענטפערט, גייט אריין און נאנטע ביהמ"ד און פרעגט דער ת"ח וויאזוי ער איז אנגעקומען צו זיינע מדריגות, און נישט יעדער צרי וכל זב פויער שוסטער און זינגער זאלען זיין דעה זאגערס, דער פאראגראף פונעם יאר הונדערט. ברענגט עהרליך ארויס דער דמות פון וועם מ'רעד. א גרויסע דאנק הרב קליינמאן שליט"א.
נאך נישט געענדיגט ליינען ס'גאנצע, אבער - בלויז וועגן דעם פאראגראף אליינס איז ווערט געוועהן דאס גאנצע ארטיקל!
בהמשך איז דא נאך כמה שטיקלעך מעין זה וואס דער הרב קליינמאן זאגט דארט - רוהיג קלאהר געלאסן - אבער מיט אן עזות דקדושה, אן דאס מינדעסטע בלינק מיט די אויגן.

ובאופן כללי איז דער ארטיקל זייער רייך, כ'לייען עס צוביסלעך, כ'וויל נישט ס'זאל זיך ענדיגן...

קאמענטארן איבערן ארטיקל בכללות, ואולי גם בפרטות - וועט אם ירצה ובעזרת השי"ת נאכפאלגן.

---
הבהרה: אין לייען נישט קיין שום אויסגאבע און געוויס קומט עס נישט אריין אין מיין הויז (אויסנאם איז 'מעלות').
דעם ארטיקל האט מיר מיינס א ידיד געסקענט און אריבער געליפערט, וויסנדיג אז ס'קען מיר אינטערעסירן.
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע:לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

נעכטן געליינט די חנוכה אויסגאבע, הרב קליינמאן, זייער שטארק.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

ווייסט איינער צו די וואך איז די צווייטע חלק?
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע:אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

זיך איינגעהאנדעלט דעם שטיבל (דאכצעך ס'דאס ערשטע מאל וואס כ'קויף עס) בעיקר וועגן די ארטיקל פון הרב קליינמאן.

זייער הנאה געהאט פון זיין קלארקייט און השקפה'דיגע בליק אויף ערליכע נגינה, האמיר געליינט דארט אסאך חידושים.

יישר כח רבי שמואל זלמן!
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע:אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:
אז דער ארטיקעל איז אן אוצר איז אן אנדערסטעיטמענט, איך וואלט געהאלטען מ'דארף פרעימען דעם הקדמה צום אונטערוויו, א דמות ווי אזוי אדורך געוויקטע תורה'דיגע חסידישע עהרליכע יוד ענטפערט, גייט אריין און נאנטע ביהמ"ד און פרעגט דער ת"ח וויאזוי ער איז אנגעקומען צו זיינע מדריגות, און נישט יעדער צרי וכל זב פויער שוסטער און זינגער זאלען זיין דעה זאגערס, דער פאראגראף פונעם יאר הונדערט. ברענגט עהרליך ארויס דער דמות פון וועם מ'רעד. א גרויסע דאנק הרב קליינמאן שליט"א.
און ער האט עס מקיים געווען אויף למעשה, דורכאויס די גאנצע ארטיקל איז נאר דא איין איינציג בילד פון אים, נישט ווי ביי אנדערע וואס אויף יעדע בלאט איז דא אן אנדערע בילד איינס ביים זינגן, איינס ביים עסן, און איינס ביים שלאפן..
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

אל תדאג האט געשריבן:
זיך איינגעהאנדעלט דעם שטיבל (דאכצעך ס'דאס ערשטע מאל וואס כ'קויף עס) בעיקר וועגן די ארטיקל פון הרב קליינמאן.

זייער הנאה געהאט פון זיין קלארקייט און השקפה'דיגע בליק אויף ערליכע נגינה, האמיר געליינט דארט אסאך חידושים.

יישר כח רבי שמואל זלמן!
גא"מ

זיך איינגעהאנדעלט דעם בליק נאר צו ליינען דעם ארטיקעל און אויסערגעווענליך הנאה געהאט

ביטע לאז וויסן ווען עס קומט די צווייטע חלק
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

מצב כללי האט געשריבן:
אל תדאג האט געשריבן:
זיך איינגעהאנדעלט דעם שטיבל (דאכצעך ס'דאס ערשטע מאל וואס כ'קויף עס) בעיקר וועגן די ארטיקל פון הרב קליינמאן.

זייער הנאה געהאט פון זיין קלארקייט און השקפה'דיגע בליק אויף ערליכע נגינה, האמיר געליינט דארט אסאך חידושים.

יישר כח רבי שמואל זלמן!
גא"מ

זיך איינגעהאנדעלט דעם בליק נאר צו ליינען דעם ארטיקעל און אויסערגעווענליך הנאה געהאט

ביטע לאז וויסן ווען עס קומט די צווייטע חלק
די וואך איז די צווייטע ארטיקעל.
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

געליינט דעם צווייטן חלק

הרב קליינמאן האט געמאכט א מאסיווער ארבעט

עס איז א שאד אז מען קען נישט אטאטשירן רעקארדינגס פון די ניגונים וואס ווערט דערמאנט.. הגם רוב ניגונים האב איך געכאפט פון וואס ער רעדט.

יעצט דארף מען נאר טרעפן די צייט זיך אויסצולערנען די אלע אמאליגע פארצייטישע ניגונים.

עס איז דא אזוי פיל די אמרי שאול פון מאדזיץ האט 700 ניגונים..

אזויפיל יא מען דארף קענען אביסל און עס זינגען מיט געשמאק די קינדער זאלן הנאה האבן און פילן א טעם און א פארצייטישע ניגון
עס איז דאך אזוי שיין.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

וואו קען מען באקומען די אלטע שטיבל?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19903
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

האמיר באקומען רשות פון די בליק אויסגאבע צו פארשפרייטן די ארטיקלען, גיימיר עס דא היינט ארויסלייגן הן אויפן אייוועלט פארמאט און הן אטאטשירט אזוי ווי ס'איז געווען אין דער בליק, קראו ותחי נפשכם:
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6495
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ישר כח כח סטאווי
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: שטיבל אויסגאבע, פרשת מקץ - חנוכה תשפ"ג לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

Looking forward
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

קענט וועיט
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19903
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בס"ד
ערשטע פון דריי ארטיקלען
דער ארטיקל - אינטערוויא איבער די מהות פון חסיד'ישע נגינה


לינק צים פי די עף פון די שטיבל אויסגאבע


והדליקו זמירו"ת בחצרות קדשך



זיך געפינענדיג אין די ליכטיגע חנוכה טעג, ווען מיר זינגען אויף די ליכטיגע ניסים וואס דער בורא כל עולמים האט געטון מיט אונז, און א צייט ווען 'קבעו שיר ורננים' שפילט א פאקטישע הייליגע ראלע און אידישע קינדער לויבן און דאנקען דעם באשעפער; איז א פאסיגע צייט זיך ארויסצולאזן אויף אן אינהאלטסרייכע און באלערנדע נגינה-שפאציר מיט'ן ידען נפלא מיט'ן ה' הידיעה, בנש"ק הרה"ח ר' שמואל זלמן קליינמאן הי"ו, וועלכער איז אין די לעצטע יארן באקאנט געווארן מיט זיין טיפע פארשטאנד און קלארע וויסנשאפט אין די הייליגע חסיד'ישע נגינה-פעלד.

ר' שמואל זלמן איז עוסק אין די עבודת הקודש פון פארשן די ריינע, הערליכע און הייליגע נגינה, און איז פון די עוסקים במלאכת הקודש פונעם הערליכן גליון 'עתיקין' וואס איז א ליכט-טורעם פון די חסיד'ישע נגינה, אין שפיץ פונעם ידען נפלא און חסיד'ישער בעל תפילה, ידידינו הדגול הרה"ח ר' בנימין נויפעלד הי"ו - בנימין מימי"ן מהלל, ושמואל משמא"ל ממלל, און פון די טייערע הענט, אינאיינעם מיט נאך פארשידענע פארשער פון חסיד'ישע נגינה, קומט ארויס די הערליכע שיין פאר'ן חסיד'ישער עולם הנגינה. (אינעם פארלאפענעם הערליכן 'סוכות מאגאזין', האבן מיר שוין געברענגט דער שמועס אנבאלאנגט דעם הערליכן גליון).

'שטיבל' כאפט זיך אריבער קיין בארא-פארק, וואו מיר כאפן ר' שמואל-זלמן'ען פאר א ליכטיגע חנוכה-שמועס, און ער נעמט אונז ארויס אויף א מסע הקודש - א שפאציר צווישן די פארצייטישע חסיד'ישע שטעטלעך, וואו מיר שמעקן די הייליגע גערוכן פון א חסיד'ישע ניגון, מיר הערן די רייכע קלאנגען פון יעדן הויף, און לערנען אפ דער שלשלת היוחסין פון די ברייט פארצווייגטע חסיד'ישע נגינה-בוים וועלכע צעוואקסט זיך זינט דאס חסידות-ליכט האט אויפגעשיינט דורך דער הייליגער אור שבעת הימים זי"ע, ווערנדיג די ברייטע פעלד וואס איז אויסגעשפרייט קעגן אונזערע אויערן מיט ליכטיגע פארבן, וואס זינגט פאר אונז דעם 'טעמו וראו כי טוב השם'; מיינע טויערן זענען ברייט אפן און 'כל הרוצה ליטול יבוא ויטול' - קומט נאשן פון מיינע הייליגע, זיסע און זאפטיגע פרוכט.

דערצו הערן מיר קלוגע געדאנקען איבער דער טיפער באדייט פון א חסיד'ישער ניגון, און די פייערדיגע בילד פון די חסיד'ישע נגינה-פעלד, וואס פארברענט די היינטיגע ליידיגע נגינה-סיסטעם; 'ויאמר שמואל, ומה קול הצאן הזה באזני, וקול הבקר אשר אנכי שומע'...




א פשוט'ער איד


מיר ווילן אנפאנגען דעם שמועס מיט'ן געווענליכן אריינפיר, וואס פאדערט פונעם שמועס-געבער זיך פארצושטעלן פאר די ליינער, ערצייגן פערזענליכע שטריכן אויף וועלכן אוצר ער איז אויפגעוואקסן; וועלכע שטריק האבן אים אריינגעצויגן צום היכל וואו עס פליסט דער חסיד'ישער קוואל, און וויאזוי ער איז אנגעקומען צו האבן די ענדלאזע ידיעות אין חסיד'ישע נגינה. אבער ר' שמואל זלמן ערקלערט אונז גלייך מיט אויפריכטיגע רייד די אומגראדקייט פון די סארט פראגעס. ויהי דבר שמואל אל כל ישראל:

ערלויבט מיר ביטע צו געבן אן אומפאפולערע ענטפער אויף די פראגע, און דערמיט אראפשטעלן דעם טאן פאר אונזער גאנצע שמועס.
איך בין א דורכשניטליכער יונגערמאן, וואס אין מיין פריוואטע צייט באשעפטיג איך זיך נאכצוגיין די מקורות פון פארצייטישע ניגונים אלס א פערזענליכע 'האבי'. מיין אויסצייכענונג אין דעם פעלד האט מיר נישט אין ערגעץ ספעציעל געברענגט אז כ'זאל זיין אן ארויפגעקוקטער פערזאן וואס דער ציבור זאל דארפן וויסן וויאזוי איך בין אנגעקומען צו דעם...
די סארט פראגעס זאלן זיין געוואנדן צו די ערליכע אויסגעהארעוועטע אידן וואס רייסן אוועק זייער לייב און זעל צו טון דעם רצון השם. גייט אריין אינעם נענטסטן ביהמ"ד און טרעפט דעם איד וואס רעכט אפ א דאווענען באימה ויראה און די יראת שמים שיינט אויף זיין געזוכט און פרעגט אים וויאזוי ער האט דערגרייכט זיינע מדרגות וכו'. דער וואס האט גענומען זיין טאלאנט און דאס אויפגעבויעט, אדער איז עוסק אין א געוויסע ענין וועלכע ער גלייכט, איז ווייטער דער זעלבער מענטש ווי בעפארדעם און עס איז בכלל נישט אינטערעסאנט צו צענעמען זיינע פערזענליכע לעבנס-שטריכן...

איך בין א פשוט'ער נארמאלער איד וואס האט הנאה פון הייליגע נגינה און עקלט זיך פון די אנדערע חלקי השיר. פון קינדווייז אן האב איך שטארק געגליכן נגינה. אלס בחור איז מיר מער אונטערגעקומען צו הערן חב"ד'סקער און דזשיקובער טעיפס. אויך האב איך אלץ נאטורליך ליב געהאט נאכצוגיין די קוועלער פון וואו די ניגונים שטאמען, און ס'מיר געווען אינטערעסאנט די היסטאריע פונעם חסיד'ישער ניגון. דאן איז ערשינען די 'היכל הנגינה' פון חב"ד, וואס ענטהאלט הערליכע באשרייבונגען איבער די אפשטאמען פון די חב"ד'סקער ניגונים, (וואס היינט קען איך שוין זאגן וועלכע באשרייבונגען זענען ריכטיג און מקורות'דיג, וועלכע זענען ווייניגער מוסמך און וועלכע זענען פשוט'ע טעותים אדער געבעקסן, אבער פאר א התחלה איז עס זיכער גוט געווען).

כ'האב אבער קיינמאל געטראכט אז דאס וועט מיר אמאל ברענגען א 'שופר' אין די הענט... איז אז דו געבסט מיר דא דעם שופר, וועל איך עס אויסנוצן אויף דעם, און מוסר מודעה זיין אז דער ספעציאליסט און מייסטער אין סיי וועלכע פאך אדער פעלד, איז מיט גארנישט מער ווי א צווייטער צוליב זיין טאלאנט אז ס'זאל אונז פאראינטערעסירן וויאזוי ער האט זיך דערדראפעט צו זיין תחום, און זיכער נישט צו וועלן הערן זיינע מיינונגען אויף דאס און יענץ. (עס קומט צום לאכן ווי מאדנע מענטשן קענען זיין, עס איז לעצטנס געווען א קעפל אין איינע פון די אויסגאבעס איבער די מיינונג פון א שטימע-לערער איבער די קאוויד וואקסינען, און איבער א זינגער וואס האט א מיינונג איבער וועלכע שעות עס זענען דאס בעסטע צום שלאפן...)



הכל תלוי בחינוך


זייער קלאר און אויפריכטיג. לאמיר פרעגן דעם פראגע אין אנדערע ווערטער: מיר זענען אלע געבוירן אין דעם זעלבן דור, ווען פון אלע זייטן רוישט די היינטיגע סארט נגינה, אריינגערעכנט די אזוי-גערופענע חסיד'ישע נגינה; וויאזוי באווייזט איינער פון צווישן אונז צו שטעלן א פעסטע חומה און זיין אינטערעסירט בלויז אין די פארצייטישע היכל הנגינה?

דער ענטפער איז: חינוך! די ערליכע און פעסטע חינוך וואס מיר האבן באקומען פון די עלטערן שיחיו. ביי אונז אינדערהיים האט מען אריינגעלאזט בלויז טעיפס פון ר' משה גאלדמאן ע"ה, סאטמארער און בעלזער טעיפס אד"ג, און די אנדערע סארטן אלבומס זענען ביי אונז געווען אסור בתכלית האיסור.

אז מ'טראכט אביסל אריין און מ'עפנט זיך די אויגן, דערזעט זיך א קלארע בילד פון לופטיגע און ליידיגע היינטיגע נגינה, וואס פארקויפט נישט קיין שום אינהאלט. ווען מ'לייגט אריין אין קינדער די גראדע און ערליכע חינוך, און מען לאזט זיי נישט זיך אנשטאפן מיט היינטיגע לופטיגע נגינה, ברענגט עס צו אז די פראסטע ניגונים פארנעמען נישט קיין ארט ביים קינד, און מ'בלייבט אויטאמאטיש מיט'ן אריגינעלן ריינעם קאפ וואס ענטהאלט גאר ערנסטע שאיפות, און דער געפיל לאזט הנאה האבן בלויז פון א ריכטיגע, ריינע און הייליגע ניגון. הגם, צו זיין אויפריכטיג און לתועלת הקוראים וויל איך זאגן, אז כ'האב יא געהאט תקופות אין מיינע יונגע יארן ווען כ'בין פארכאפט געווארן אין די שטורעמישע ווינטן פון די היינטיגע לופטיגע נגינה, אבער ס'איז געווען בלויז פאר קורצע תקופות, און ב"ה אז די גוטע חינוך האט משפיע געווען זיך צו האלטן צו די הייליגע נגינה-וועלט.



דער באדייט פון א חסיד'ישע ניגון


לאמיר רעדן איבער א חסיד'ישע ניגון. וויאזוי באטאנט מען א חסיד'ישע ניגון, און מיט וואס איז עס אנדערש פון א נישט-חסיד'ישע ניגון? דערצו ווילן מיר אויך הערן איבער די היינטיגע מצב פון חסיד'ישע נגינה; וואס קען מען זאגן איבער די וויכטיגקייט פון הערן בימינו דוקא דעם חסיד'ישן ניגון, און די שעדליכקייט פון הערן א מאדערנע ניגון?


דאס איז גאר א ברייטע געביט, און די חלק ההשקפה באלאנגט נישט צו מיר. אבער האבנדיג א געפיל צו נגינה, און האבנדיג געהערט ניגונים אויך פון פרעמדע פעלדער, קען איך זאגן וויאזוי כ'קוק עס אן פון מיין קוק-ווינקל.

דער עיקר יסוד איז, אז א ניגון דארף עפעס פארמאגן אין זיך. אז א ניגון איז משפיע אויפ'ן מענטש, דארף עס ברענגען מיט זיך עפעס אינהאלט.
ס'זענען דא היינטיגע ניגונים וואס זענען גענצליך ליידיג פון אינהאלט, עס זעט אויס ווי ס'איז קאמפאזירט געווארן אן קיין ציל, און עס ברענגט טאקע גארנישט מיט זיך - הן לטב והן למוטב. אבער פון די סארט ניגונים רעדן מיר נישט, ווייל עס איז בכלל נישט 'תופס מקום'.

מיר ווילן זיך קאנצענטרירן אויף ניגונים וואס רעדן יא צום מענטש און פארמאגן אין זיך עפעס. דער אינהאלט דערפון קען קומען ממקור הקדושה - ניגונים וואס זענען משפיע ערליכקייט, דביקות, שמחה אא"וו, אדער וועט דער ניגון קומען פון די פארקערטע זייט - אן אומערליכע ניגון וואס פארמאגט הארציגע סטרונעס וואס רעדן צום מענטש, אבער ברענגען מיט זיך צעבראכנקייט און עצבות אנשטאט השתפכות הנפש; און ביי די לעבעדיגע ניגונים פון דעם סארט וועט דער ניגון נישט ברענגען צו שמחה, נאר צו הוללות און הפקרות. דאס זענען קלארע פאקטן. א ניגון פארמאגט א געוואלדיגע כח, אבער מ'דארף וויסן צו וועלכן מצב עס טראגט דעם מענטש.

דער יסוד פון א חסיד'ישע ניגון איז, אז עס ברענגט דעם איד צו א מצב פון ווערן העכער און בעסער. ס'וועט ארויפנעמען דעם זינגער צו א העכערן ארט. ווי שטערקער דער ניגון איז, וועט עס אים ברענגען מער התבוננות, דביקות און השתפכות הנפש. פארשטייט זיך אז יעדע ניגון ברענגט אן אנדערע סארט השראה, געוואנדן אין דער מהלך וויאזוי דער ניגון איז געבויעט, און אין דעם מצב אין וואס דער זינגער געפינט זיך.



ועתה אל תעצבו


מ'הערט פון מענטשן אזא שפראך ווי: 'דער פאקט איז אז דער און יענער ניגון רעדט צו מיר, עס ברענגט מיר טרערן' וכו'. ווי קען דאס טאקע זיין אז דער נישט-חסיד'ישער ניגון נעמט אים אזוי איבער?

דאס איז גענוי וואס מיר האבן געשמועסט, יעדע ניגון וואס איז טאקע א ניגון האט א כח אין זיך. זייער ווייניג האבן אבער דעם חוש צו דערטאפן פון וואו דער שורש פונעם ניגון איז, און וויכטיגער פון דעם: ווייניג זענען גענוג אויפריכטיג צו זיין אפן מיט זיך זעלבסט און אנערקענען וועלכע ניגון וואס רעדט צו אים איז א גוטע ניגון און וועלכע איז ווייט דערפון.

צום ביישפיל: מענטשן 'שווערן זיך' אין די קארליבאך ניגונים. מ'קען נישט לייקענען דעם פאקט אז די ניגונים פארמאגן עפעס אין זיך, אבער זיך פארטיפנדיג אין זייער אינהאלט דערקענט מען אז קיין קדושה פארמאגט עס נישט - מילד גערעדט. ס'איז טיף, ס'רעדט צום הארץ - די ניגונים זענען פאבריצירט געווארן פון א טיפע הארץ און גייען דערפאר אויטאמאטיש אריין טיף אין הערצער, אבער ס'קען אפשר מעורר זיין די הארץ צו עצבות, קיין גוטע רעזולטאטן ברענגט עס זיכער נישט.

דער וואס לעבט אין די חסיד'ישע נגינה-וועלט, ער הערט נאר די סארט הייליגע ניגונים און איז צוגעקומען צום טעם פון א חסיד'ישע ניגון, דער וועט דערטאפן דעם ריכטיגן שמעק פון א ניגון, און וועט גלייך וויסן צו צייגן אז פון אזא מין ניגון ווערט מען נישט נשפע מיט יראת שמים, און עס ברענגט נישט צום גראדן וועג. ס'איז זייער שווער דאס מסביר צו זיין פאר איינער וואס איז נישט זוכה צו האבן דעם געשמאק אין א חסיד'ישע ניגון.

און בכלל, דאס אריינגריבלען אין די געפילן, ווי דער שטייגער איז אין די פסיכאלאגישע וועלט, איז נישט אידישליך; עס ברענגט צו עצבות וכו'. מיט'ן אריינקריכן אינעם אייגענעם צעבראכנקייט, פאלט מען אריין נאך טיפער אינעם עצבות, און ס'גריבלט זיך אריין נאך טיפער, ואין לדבר סוף.



זה לעומת זה עשה האלקים


מיר געפינען דאך אבער הייליגע הויפן וואו מ'האט יא געמאכט א מצב פון זיך אויסרעדן, און זיך פארטיפן אין די נפשיות'דיגע געביט?

ריכטיג, אבער אפי' דארט וואו מ'האט יא גערעדט איבער 'געפילן', איז עס בדרך התורה און אויף גאר א העכערע פארנעם. מ'קען דערשפירן אויף די ניגונים פון די הויפן א ספעציעלע השתפכות הנפש, און מ'קען זיך ניטאמאל טועה זיין אז דאס האט א שייכות מיט די 'ווייטאגליכע' נגינה. די הייליגע 'געפיל' ניגונים ברענגען דאך אזויפיל האפענונג, שמחה און דביקות; דאס פארקערטע פון טרויער און פיין.

צוריק צום פריערדיגן פראגע: אז מ'הערט כסדר חסיד'ישע ניגונים, קומט מען צום סוף אן צום געשמאקן טעם. אין אנהויב וועט מען טאקע נישט דערטאפן דעם טיפן געשמאק, אבער צום סוף קען יעדער כאפן דעם טעם פון אן אמת'ע חסיד'ישע ניגון, און דערמיט קומט צו דער 'שמעק' צו שפירן וועלכע ניגון עס ברענגט גוטס; עס מאכט שפירן בעסער, נאכ'ן הערן דעם ניגון וויל מען זיך פארבעסערן, עס העלפט ארויס צו עבודת ה' און עס דערהייבט די נשמה.

לעומת זה שטייט די געמיינע נגינה וואס שטאמט פון אומערליכע מחברים, אדער אפי' פון ערליכע אידן וועלכע זענען ליידער נשפע פון געוויסע גוי'אישע נגינה-סטילס, און ס'איז קלאר אז דאס איז משפיע דאס פארקערטע פון א אידישע ניגון. אלזא, טאמער האט מען נאכנישט דעם ריכטיגן טעם אין נגינה, דארף מען זייער אכט געבן וואס מ'הערט, און זיכער מאכן צו הערן נאר ניגונים פון א הייליגן אפשטאם.



ראו מה בין בני לבן חמי


ס'דא וואס טענה'ן אז דער חסיד'ישער ניגון מוז פארקוקן פון די מוזיקאלישקייט שבו, צוליב די איידלקייט דערפון. איז טאקע אמת אז די אלגעמיינע נגינה איז מער מוזיקאליש?

אויסדרוקליך נישט! פונקט פארקערט! דאס וואס מענטשן רעדן זיך דאס איין, איז צוליב די רייכקייט פון די מוזיק וואס ווערט היינט אינוועסטירט ארום דעם ניגון; די פראפעסיאנאלע מוזיק און די רייכסטע הארמעניס, מאכן שפירן דעם ניגון זעלבסט ווי ס'איז מוזיקאליש, אבער ווען מ'וועט דורכטון דעם ניגון זעלבסט וועט מען איינזען אז ס'איז ניטאמאל אויף איין פלאנעט מיט'ן חסיד'ישן ניגון.

ווי קען מען פארגלייכן א היינטיגע ניגון צו א טיפע חסיד'ישע ניגון; א שטייגער ווי די ניגונים פונעם דברי ישראל פון מאדזשיץ זי"ע, פון זיין זוהן דער אמרי שאול זי"ע, פון ר' יוסעלע טאלנער, ר' בעריש ווישעווער, די חב"ד ניגונים - צווישן זיי די ניגונים פארפאסט דורך די חאריטאנאוו פאמיליע, און די ליסטע איז נאך לאנג... זיי זענען דאך אויף די העכסטע מוזיקאלישע פארנעם וואס שייך, אנגעזאפט מיט גאונ'ישע חידושים.

לאמיר נאר פרובירן צו זינגען דעם היינטיגן ניגון אנע מוזיק... מ'וועט דאס נישט קענען נאכזינגען! ס'קלאפט נישט און ס'קלעבט נישט. זייער זעלטן פאלט אריין אן עכט געלונגענע פרישע ניגון, נעמליך א הערליכע, חסיד'ישע און מוזיקאלישע ניגון.



טרעפן פרישקייט אין אלטע ניגונים


דאס וואס מיר באקומען נישט קיין פרישע חסיד'ישע ניגונים, איז וויבאלד ס'איז נישט מעגליך בימינו צו פארפאסן אזא ניגון - נעמליך די מחברים זענען שוואכערע אידן; אדער וואלט מען יא געקענט פארפאסן אן עכט-חסיד'ישן ניגון, נאר פאקטיש ווערן זיי נישט פאבריצירט? אין אנדערע ווערטער: וועט א היינטיגער מלחין קענען פארפאסן אן עכט געלונגענע חסיד'ישע ניגון?

ס'זענען דא אסאך השערות איבער דעם, און כ'ווייס נישט וואס ס'איז ריכטיג. ביי מיר איז דאס אן איבעיא דלא איפשיטא...
ס'איז דא א מימרא פונעם לעצטן ליובאוויטשער רבי'ן אז 'ננעלו שערי נגינה' - מ'קען מער נישט פארפאסן אן עכט גוטע ניגון, פון די ערליכע און טיפע סארט. לויט דעם געדאנק זענען אלע פרישע ניגונים בלויז פירות פון די עלטערע באקאנטע ניגונים.

און אז מ'טראכט אריין ליגט דערין אן אמת. די פארצייטישע אמאל האט געהאט עפעס וואס די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט פארמאגט נישט. מיר וואקסן היינט אויף מיט'ן הערן הונדערטער צי טויזנטער ניגונים פון אלע סארטן, און דאס לאזט נישט איבער קיין פלאץ אין מח אויפצוקומען מיט א נייעם חידוש, אלעס איז באאיינפלוסט פון וואס מ'האט געהערט. אמאל האט מען מער געלעבט מיט זיך אליינס; מ'האט טאקע געקענט אביסל ניגונים, אבער דער מח האט פארמאגט אומבאנוצטע חלקים פון וואו מ'האט געקענט אויפקומען מיט חידושים.
לאמיר אבער צוריקפרעגן עפעס: פארוואס זאל מען ברויכן פרישע ניגונים? ס'איז ב"ה אכשיר דרא, אין אונזער חסיד'ישע וועלט פרישן זיך כסדר אויף נאך און נאך פארצייטישע ניגונים; יעדע שטיק צייט אנטוויקלט זיך א פרישע 'מכון' אין דעם געביט, און ס'איז באמת א געוואלדיגע זאך דאס נעמען אלטע גוטע סחורה און עס אהערשטעלן לויט די היינטיגע געברויך אויף א גאלדענע טאץ.
ממילא, זע איך נישט קיין שום ענין מ'זאל ברויכן אויפקומען מיט פרישע ניגונים. עס איז פארהאן א ים פון פארצייטישע ניגונים וואס זענען נאכנישט ארויס צום פובליק, און מיר רעדן פון געוואלדיגע טיפע ניגונים. אז מ'וויל עפעס פריש, זאל מען קודם גיין זוכן אין די אלטע גוטע קוועלער וואס זענען פאר אונז פריש. האסטו שוין געענדיגט הערן אלעס וואס מיר פארמאגן? זיכער אז נישט...



דער רייכער אוצר אונטער אונזער אויוון


פאקטיש וויל די היינטיגע יוגנט עפעס א חידוש צום טיש, און דער היינטיגער בחור טענה'ט אז דער אלטער ניגון רעדט נישט צו אים; איז עס א ריכטיגע געפיל?

מ'וועט מוזן זאגן אז אין די היינטיגע סארט ניגונים ליגט א ספעציעלע יצר הרע... ס'איז דאך נישט פארשטענדליך פארוואס דאס זאל יא רעדן צו איינעם. די היינטיגע שטייגער איז, אז ס'קומט ארויס א פרישע ניגון און ס'זעצט זיך אוועק אויפ'ן ארענע, ס'ווערט דער 'היט' וואס האלט זיך נישט מער ווי א יאר, און דערנאך איז נישטא אפילו איינער וואס געדענקט דעם ניגון.
דער אורזאך פונעם געברויך צו אלץ דארפן זוכן א פרישן ניגון, איז טאקע דער ליידיגקייט פונעם ניגון. און דאס איז דער יצר הרע פון די אלע ניגונים וועלכע בלאזן זיך מיט'ן גאסליכן ווינט. אז ס'פעלט פאר די בחורים די זיסע טעם פונעם ווארעמען ערליכן ניגון, דארף מען אלץ עפעס פריש און ניי, ווייל די 'גארבידזש' ניגונים האלטן זיך נישט פאר לאנג. ביים צוקומען צום ריכטיגן טעם פון א חסיד'ישן ניגון, קען מען דאס הערן און זינגען אן א שיעור.

און מיר פארמאגן דאך אזא רייכע אוצר! געב נאר א פרעג דעם בחור: 'האסטו אפילו אנגעהויבן צו הערן די "שירי ציון" סעריע?' - דאס איז זעקס הערליכע אלבומס פון די בעסטע קוואליטעט, אלעס הייליגע ניגונים פארפאסט דורך דער הייליגער קדושת ציון פון באבוב זי"ע, אראפגעשפילט מיט א פראפעסיאנאלע הערליכע פראדוקציע. איין אלבום איז גראדע בלויז מוזיק, פיין, האסטו די פינף אנדערע... רעד דיך אליינס איין אז דאס זענען פריש-געבאקענע ניגונים, און געב א זאג פאר דיין מח אז די ניגונים און דער אלבום זענען ערשינען אין תשפ"ג... 'ניי' מוז דען מיינען אז ס'שטייט אויפ'ן דעקל אז דאס זענען פרישע ניגונים?

לאמיר גיין ווייטער: די בארימטע 'קעסלער' פאמיליע האט פרעזענטירט צוויי הערליכע אלבומס - 'ידיד נפש' און 'בית אהרן', וואס ענטהאלטן ערליכע פארצייטישע לידער. נאכדעם האסטו די געלונגענע אלבומס פון די 'פאסטאן' פאמיליע - 'ברח דודי' און 'צור משלו', אנגעפילט מיט אלטע ניגונים וואס הרה"ח ר' חיים יושע פשעמיש ע"ה פלעגט זינגען. אויך איז דא די געוואלדיגע סעריע 'זכרון אבותינו' וואס די 'קליין' פאמיליע פרעזענטירט, א געמיש פון אלטע הערליכע גאליציאנער ניגונים, אינאיינעם מיט היינטיגע חסיד'ישע ניגונים. דאן האבן מיר די הערליכע חב"ד אלבומס - הונדערטער מייסטערהאפטיגע ניגונים אראפגעשפילט הערליך און שיין. אויך זענען מיר באשאנקען מיט די הייליגע סעריע וואס הרב דוד מאיר רוס הי"ו פראדוצירט, וכו' וכו'. דאס זענען היינטיגע אלבומס מיט פארצייטישע ניגונים. מיר פארמאגן א גאר רייכע אוצר פון אומצאליגע - לאמיר עס רופן - 'פרישע' ניגונים... און דאס קען מען נישט אויפהערן איבערצוהערן.

אז מ'זעט אונזער גאלדענע אוצר, איז ממש א ליצנות צו זאגן אז די היינטיגע ניגונים זענען מער מוזיקאליש. הער נאר אויס דעם קוואל, מ'קען דאך צעגיין פאר מתיקות; און טאקע פונעם ניגון זעלבסט, נישט פון די ארומיגע טשאטשקעס.

פאר די וואס דארפן 'עפעס פריש', דארף מען פארשלאגן צו ענדיגן ערשט אויסצוהערן אונזער רייכע אוצר וואס ליגט פאר אונז אזוי פראכטפול, דערנאך זאל מען זען צי מ'דארף נאך 'עפעס פריש'. איך זעלבסט, איינער וואס פארשט, זוכט און הערט די סארט נגינה, בין נאכאלץ גאר ווייט פון פארטיגן זיך זעטיגן פונעם אוצר! ס'פליסט נעבן אונזער אויער א קוואל פון אומצאליגע ניגונים, און ס'זייער שווער צו ענדיגן הערן דעם ים הנגינה.



להבדיל בין הקודש ובין החול


לעצטנס איז דא א מאדע פון איבערפרישן אלטע חסיד'ישע ניגונים און דאס זינגען אויף חתונות, קומזיצן אא"וו. קוקט איר עס אן אלס א געבענטשטע שריט, אדער שפירט איר ווי מ'מאכט קאליע דעם אוצר מיט'ן דאס זינגען אויפ'ן היינטיגן פעלד?

כ'האב שוין געהערט מאנכע זיך אפרעדן אויף דעם פרישן מהלך, אבער ס'נישט אינגאנצן אפגעפרעגט ביי מיר. פארשטייט זיך אז טאמער דער ניגון ווערט אראפגעזינגען אויף א מאדערנעם וועג, ווי א ביליגע קומזיץ-סטיל אד"ג, וועט דאס זייער באדערן, וויבאלד מ'נעמט ארויס די נשמה פונעם ניגון, מ'איז דאס ריכטיג מגשם.

מ'דארף צוגיין צום חסיד'ישן ניגון מיט א הכנעה און ערנסטקייט, און האבן א שטיקל דרך ארץ דערפאר. מען קען נישט אנקוקן די ניגונים פונעם הייליגן מעזריטשער מגיד זי"ע אדער דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע מיט די זעלבע ברילן ווי מ'קוקט אן די ניגונים פון א היינטיגער ליידיגגייער. מ'מוז זיי נישט אראפשפילן בלויז מיט פארצייטישע אינסטרומענטן, ווי די אמאליגע אקארדיאן און פויק... אבער דאך, אביסל דרך ארץ... גיי צו צום ניגון מיט איידעלע טריט, און מיש דאס חלילה נישט מיט די היינטיגע מוזיק. ס'איז שווער צו אנדייטן די פונקטליכע הלכה, אבער מ'דארף וויסן וואו איין און וואו אויס.



אכשיר דרא?


מיט א כלליות'דיגע בליק קוקט איר דאס אן אלס אן 'אכשיר דרא', אז מ'קומט ב"ה צוריק צום פארצייטישן טעם, אדער איז עס בלויז א 'טרענד', און ס'ליגט נישט דערין עפעס טיפער?

'אכשיר דרא' נוצט מען געווענליך אויף עפעס וואס איז אייביג געווען שוואך און האט זיך בלויז היינט פארבעסערט. ביי אונזער פאל איז עס אינגאנצן נישט אזוי. די גאנצע קראנקע מוזיק-פעלד איז א גאר פרישע פלעק, ביז נישט לאנג צוריק האט זיך קיינער געוואגט צו זינגען די געמיינע ניגונים ביים היימישן ציבור, ווער רעדט נאך ביי א אידישע שמחה. דאס אז חסיד'ישע אידן כאפן זיך צו צו די ווילדע נגינה, איז גאר א יונגע מאדע. און ב"ה אז מען איז אויפ'ן וועג צוריק צום נישט-ווייטן אמאל, מ'הייבט זיך אן צו עקלען פונעם היינטיגן ניגון און מ'נעמט זיך אפירקראצן דעם אלטן חסיד'ישן ניגון.



ירידת הדורות אויך ביים גוי


וואס איז דער אורזאך פונעם אנשיקעניש ביים היימישן ציבור מיט די קראנקע נגינה; איז דאס די אפענע וועלט?

'אזוי ווי ס'גוי'אישט זיך, אזוי אידישט זיך'. יעדע עטליכע יאר ווערט פאבריצירט א פרישע עבודה-זרה'דיגע 'סטיל' מיט פארשידענע צונעמען, ווי 'ראק', 'פאפ' און אלע שמות נרדפים. און גראדע אויך ביי די גוי'אישע וועלט איז עס נישט קיין אלטע קרענק. דער אמאליגער גוי'אישער ניגון איז געווען אויף גענצליך א העכערע שטאפל, ס'האט געהאט עפעס אין זיך. אזעלכע סארט ניגונים האבן צדיקים געקענט אפירנעמען און 'מקדש זיין', ווי למשל די הייליגע 'גלות גלות' ניגון וואס הרה"ק מ'קאלוב זי"ע האט אויסגעלייטערט. די היינטיגע גוי'אישע געמיינע נגינה קען מען ניטאמאל פרובירן מקדש צו זיין, ס'איז ניטאמאל א ניגון; ס'פארמאגט גארנישט אין זיך און ס'פשוט נישטא וואס מקדש צו זיין...

אבער איר זענט גערעכט, טייל פונעם שולד ליגט זיכער אין די היינטיגע אפענע וועלט. מ'טרעפט היינט גרינגער נייע, פרעמדע און פוסטע געדאנקען, און דאן וועלן די זינגער טרעפן א גרינגע וועג דאס ווייטער צו פארשפרייטן אן דארפן אפגעבן פאר איינעם א דין וחשבון.



פאסטוכער ניגונים


רעדנדיג איבער דער מהלך פון צדיקים מקדש צו זיין א פרעמדע ניגון, איז דאס טאקע געווען אן אנגענומענע זאך איבעראל?

נישט ממש. ס'געווען פלעצער וואו מ'האט זייער מקפיד געווען צו זינגען ניגונים דייקא פון א הייליגע קוואל, דאן זענען געווען ערטער וואו מ'האט נישט אזוי שטארק מקפיד געווען דערויף, ביז צו די אנדערע הויפן - ווי אין וויזשניץ למשל - וואו מ'האט ניטאמאל געפרעגט פון וואו דער ניגון שטאמט; טאמער האט מען דאס געקענט זינגען אויף אן ערליכע וועג און דער ניגון איז געווען ריין האט מען דאס געזינגען.

אבער דאס איז זיכער אז מיר האבן נישט די מינדעסטע השגה אין די טיפע כוונות פון די צדיקים ביים מטהר זיין ניגונים. און דאס איז געווען אן אפטע ערשיינונג, כמעט יעדע הויף פארמאגט ניגונים וואס שטאמען פון די גוי'אישע פעלדער, דורך אזא אדער אזא מעשה.

די באקאנטסטע אזא ניגון איז די דערמאנטע 'גלות גלות' פונעם הייליגן קאלובער זי"ע, וועלכער האט אויך מטהר געווען די וועלט'ס 'אשת חיל' ניגון וואס ווערט געזינגען ביי א גרויס חלק פון כלל ישראל בשעת די חתן-כלה מצוה טאנץ. אין חצה"ק סאטמאר קען מען אנדייטן אויפ'ן 'חי השם' אלס דער 'גר ניגון'. אין די קארלינער און סלונימער הויפן זינגט מען דעם 'ניקאליי פגר' ניגון וואס חסידים האבן געהערט ביים לוי' צערעמאניע פון צאר ניקאליי ימ"ש. אויך אין וויזניץ זענען דא א שיינע צאל פאלקס ניגונים וואס די רביים האבן מקדש געווען, אא"וו. די צדיקים האבן פארמאגט א העכערע כוונה מיט'ן מעלה זיין די ניצוצות און דאס אריבערברענגען אל הקדושה, און מיר פארשטייען נישט דערצו.

ס'איז גראדע דא א טיפע געדאנק פון הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע אין ליקוטי מוהר"ן, אז ס'זענען דא הייליגע ניגונים וועלכע זענען פארלוירן געגאנגען צווישן די וועלטליכע פעלדער, און דאס ווערט גערופן די 'שירת העשבים'. יעדע גראז האט זיך זיין ניגון, און ווען דער פאסטוך פאשעט זיין סטאדע צווישן די גראז קען ער אויפכאפן א ניגון וואס ער כאפט נישט אז דאס האט ער דערשמעקט פון די גראז. האבן מיר שוין אן ערקלערונג אויפ'ן ערשיינונג אז א פאלנער פאסטוך זאל קענען פארפאסן א העכערע תנועה.



רעקאמענדאציעס פונעם מומחה


וועלכע חסיד'ישע קוואל וואלט איר פארגעשלאגן פאר די היינטיגע יוגנט זיך צוצוכאפן דערצו, זייענדיג אן אוצר מיט וואס מיר וועלן זיך דערקוויקן?

דאס איז זייער א שווערע שאלה, און ס'איז מיר שווער צו ענטפערן דערויף, ווייל ווי-נישט-ווי פארשטיי איך באמת נישט דער נשמה פון די היינטיגע דור, און כ'קען נישט אריינגיין אין די קאפ פון א היינטיגער בחור, יונגערמאן אדער בעה"ב צו דערגיין וועלכע מוזיק ער וועט הנאה האבן צו הערן. כ'שטיי און כ'וואונדער זיך אויף געוויסע היינטיגע 'פערפארמערס' וואס כ'קען באמת נישט כאפן ווי א נארמאלער מענטש הערט זיי אויס און מ'ווערט נאך משוגע פאר זיי... כ'ווייס באמת נישט וויאזוי מ'קען זיך שטעלן נעבן די היינטיגע סארט מוזיק און אריינשלעפן די צוהערער צו א בעסערע פלאץ.

טאמער איז אייער פראגע וועלכע אוצרות עס ליגן נאך באהאלטן און פארוואגלט און מ'וואלט זיי געדארפט אויפפרישן, איז דער תירוץ אז מ'דארף ערשט האבן אן אינערליכע פעסטע ווילן צו טרעפן די ריכטיגע קוועלער פון אמת'ע, טיפע און הייליגע ניגונים, און נישט זיך בלאפן און זוכן צו איינפלאנצן נאך א הייליגע ניגון אינעם היינטיגן ליידיגן פעלד. דאס איז די ערשטע כלל. איינמאל ס'שוין דא די ריכטיגע רצון קען מען עפענען די אויגן און דערזען א ברייטע פעלד פון וואו מ'קען קלויבן הערליכע פרוכט, א שטייגער ווי די אלבומס וואס כ'האב פריער אויסגערעכנט.

אגב, ר' דוד מאיר רוס ארבעט יעצט אויף א דריטע אלבום אינעם סעריע פון הייליגע ניגונים, דאסמאל פון ניגוני 'בארדיטשוב', אהערגעשטעלט מיט'ן העכסטן קוואליטעט. ער לייגט אריין דערין געוואלדיגע כוחות, און ס'וועט בעז"ה ערשיינען אינעם צוקונפט גאר פראפעסיאנאל אהערגעשטעלט. [ווען דער שמועס וועט ארויסגיין וועט דער אלבום האפנטליך שוין זיין אינדרויסן]. דאס מיינט אז ס'ליגן ריזיגע אוצרות אינעם באהעלטעניש, און עס איז נאר א שאד אז עס זענען נישטא מער אידן וואס גריבלען און זוכן די אוצרות, מ'וואלט געקענט אסאך מער אויפטון.

און כ'האב נאך אפילו נישט דערמאנט די 'לחיים טיש' סעריע, וואס איז א געוואלדיגע אוצר פון פארצייטישע, הייליגע און ערליכע ניגונים וואס האלט שוין ביי זעקס-זיבן אלבומס פון שבת, אין צוגאב צו די הערליכע ימים-טובים אלבומס און נאך. און הרב ירמיה דמן געבט ארויס די 'עתיקא קדישא' סעריע פון דער ראזוואדובער הויף. הכלל, ס'איז דא גענוג און נאך, און דאס ברענגט אונז צום אויספיר: לאמיר זען אז דו קלויבסט ערשט פון וואס ס'איז שוין דא, און דאן קען מען טראכטן וואס נאך מען דארף האבן און וואו מ'זאל דאס זוכן...

אבער טאמער ווילט איר פרעגן וואס מען קען טון אריינצושלעפן דעם יוגנט אינעם חסיד'ישן פעלד; אויבנאויף זעט מיר אויס אז דעם יצר-הרע איז שווער צו געווינען, ער ארבעט שווער אז דער יוגנט זאל זיין פארקויפט פאר די פארנעפלטע ניגונים.



אומבארירטע אוצרות


וועלכע אוצר איז פאר אייך פערזענליך פרעמד, און איר וואלט עס געוואלט זען ערשיינען מיט'ן היינטיגן פראפעסיאנאלן קוואליטעט?

טאמער מיינט איר אן אוצר וואס איך זעלבסט האב נאכנישט געהעריג געעפנט, איז עס די קארלינער ניגונים; דארט זענען פארהאן אוצרות וואס וואלטן געמעגט פארשפרייט ווערן. אין קארלין איז דא א שיטה פון נישט מפיץ זיין זייער נגינה, דערפאר האט עס נאך קיינער נישט ארויסגעגעבן אויף א פראפעסיאנאלע וועג, און אפי' אין פינסק-קארלין זעלבסט איז בלויז ארויסגעקומען א קליינע טייל - און דאס אויך אויף א פשוט'ע וועג, מ'זאל זיך דאס קענען אויסלערנען.

אבער רוב פון די אנדערע חצרות הקודש וועלכע זענען געווען שטארק אין עבודת הנגינה, געבן כסדר ארויס פרישע דיאמאנטן. אין חב"ד איז דאך דא א שפע גדול, און צענדליגער חסידים געבן כסדר ארויס - יעדער אויף זיין פארנעם; אין דער באבובער הויף ערשיינט כסדר הערליכע אלבומס, אא"וו.

אויך אין דער מאדזשיצער הויף וואלט איך געזאגט אז מ'וואלט געמעגט אהערשטעלן בעסערע קוואליטעט אלבומס. למשל, אויף די באקאנטע 'ביכורי זמרה' סעריע פרובירן זיי צו 'בלענדן' ניגונים פון אלע מאדזשיצער רביים אויף אמאל, און ס'איז א שאד, ווייל עס ליגן אין די זייט הונדערטער טיפע ניגונים פונעם אמרי שאול זי"ע וואס פון יעדע איינע דערפון קען מען ממש צעגיין פון התפעלות. עס איז ממש א שאד אז די פילע גאונ'ישע ניגונים זאלן נישט ווערן אראפגעשפילט פאר'ן ציבור, מ'זאל זיך דאס קענען אויסלערנען און זיך דערקוויקן דערמיט.

דא קומען מיר צו צו פארשידענע הויפן וואס זייער נגינה איז גאר אומבאקאנט. חצה"ק 'קאסאן' פארמאגט א הערליכע אוצר וואס דערפון זענען באקאנט בלויז עטליכע הערליכע בריליאנטן, אבער אין די זעלבע צייט ליגט אינעם אוצר אומצאליגע ניגונים וואס זענען אומבאקאנט פאר די וועלט. ס'איז מיט עטליכע יאר צוריק ערשינען אן אלבום "התעוררי - ניגוני קאסאן", דאכט זיך אז 6 פון די 10 ניגונים דארט זענען טאקע פון זידיטשוב, קאמארנא אדער קאסאן, אבער עס זענען דא צענדליגער צענדליגער ניגונים וואס זענען פשוט פארבארגן פונעם המון.

אויך אין חצה"ק סאטמאר איז דא א סעריע פון געוואלדיגע אלטע ניגונים, ווי למשל פון ר' בעריש ווישאווער אד"ג, וואס כ'פרעג כסדר די זעלבע פראגע: פארוואס האט מען נאכנישט פראדוצירט א געהעריגע אלבום פונעם אלטן אוצר? ס'איז למעשה יא דא אן אלבום מיט'ן נאמען 'לטב ולחיין', וואס צווישן אנדערע ענטהאלט דאס ניגונים פון ר' בעריש און נאך, אבער מ'האט זיך למעשה נישט אויסגעלערנט געהעריג די ניגונים.



מען זוכט א פנים חדשות


איר קענט זען דעם היינטיגן היימישן ציבור נאכזינגען א קאמפליצירטע מאדזשיצער ניגון, צי א טיפע ר' יענקל תלמוד ניגון?

זיכער! מ'דארף אבער קענען מחלק זיין; ס'זענען דא ניגונים וואס זענען נישט געמאכט פאר יעדן נאכצוזינגען. די טיפע קאמפליצירטע יצירות פונעם אמרי שאול זצ"ל צי פון ר' יענקל תלמוד ז"ל דארף מען קענען נאכזינגען. אבער לאמיר נישט גיין אזוי ווייט; נעמט אפיר א פארצייטישע חב"ד'סקער דביקות-ניגון, א לייכטערע ניגון פונעם דברי ישראל פון מאדזשיץ זצ"ל, צי א געלונגענער ניגון פונעם קדושת ציון זצ"ל, אדער זוכט ארום צווישן די רייכע גאליציאנער אוצרות, ווי ניגונים פון ר' חיים דוד בלום ע"ה צי ר' הערש לייב באקאן ע"ה אא"וו. מ'קען זינגען און זינגען פון בלויז דעם אוצר און נישט זאט ווערן.

אבער ב"ה, מ'קען זאגן אז מ'זעט היינט מער און מער די אויפוואכונג ביים היימישן ציבור. אידן זענען אינטערעסירט צו הערן און נאכזינגען פון די אמאליגע אורות. אבער דער באשעפער זאל העלפן אז מ'זאל זוכה זיין צו הערן די פרישע-אלטע ניגונים אויך אויף א 'לכה דודי' צי א 'פתחו לי', נעמליך ס'זאל זיך עטוואס איבערפרישן די קעסטלדיגע נגינה פונעם בית-המדרש, נישט ווי דער שטייגער איז צו זינגען יעדע וואך דעם זעלבן באקאנטן אלטן ניגון; ברענגט אריין א פנים חדשות!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

געליינט אין א אטעם, הערליך שיין!! שכח סטאוו פארן עס אהערברענגן!!

און א עקסטערע שכח פאר הרב קליינמאן פארן אריינקומען שארף צום פינטל בנוגע די השקפה איבער היינטיגע נגינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”