מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נעקסט לעוול דאס, שכוח פארן שטיבל פאר אינטערוויוען, מפיץ זיין און נאך ערלויבן פאר אונז פאר אומזינסט. שכוח פאר מיסטער (ער טענה’ט ער’יז נישט קיין הרב...) קליינמאן און פאר פיטמה און סטאוויא פאר זייערע באשטייערונגן.
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4092
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

יישר כח ר' סטאוו,
גייט עס ווערן נאכגעפאלגעט מיט די איבעריגע?
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
פריש פון פריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 5:21 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריש פון פריש »

יישר כח ר' סטאוו דאס איז געוואלדיג, הנאה געהאט און עס געט שטאקרע חיזוק לגבי אלטע ניגונים
פרישער פון פריש איז אייביג גוט צו זיין, עס ברענגט נאר פרישקייט!!!!
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4092
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

קוקט אויס די וואך וועלן מיר מוזן קויפן מאמענט..
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בס"ד
צווייטע פון דריי ארטיקלען
דער ארטיקל - ח"א שפאציר ארום די חסיד'ישע הויפן


לינק צים פי די עף פינעם שטיבל אויסגאבע




די אויסערגעווענליכע גרויסקייט און רייכקייט פון הייליגע חסיד'ישע נגינה, איז נישט עפעס וואס א גרויסער ציבור איז באוואוסטזיניג צו און באקאנט מיט, גאר ווייניג זענען די וואס קענען זאגן אז זיי האבן א באקאנטשאפט אין [כמעט] אלע ווינקלען פון די חסיד'ישע נגינה-וועלט, עס איז אין פאקט כמעט אוממעגליך, ווייל יעדע צווייג אין דעם ריזיגן בוים איז ווי א וועלט פאר זיך און דאס מאכט אז דאס צו דערגרייכן איז כמעט נישט במציאות.

מיר וועלן פרובירן אין איין איינציגע ארטיקל צו אריינברענגען דעם ליינער צו א ליכטיגע וועלט און עפענען פילע טויערן מיט באגאזשן פון ידיעות אין דעם פעלד, פון דער אנהויב פון די חסיד'ישע נגינה עפאכע ביז'ן היינטיגן טאג ווען מיר האבן ב"ה דער זכי' אז דער קוואל פון פארצייטישע נגינה האט זיך אויפגעוועקט און באקומען פרישע חיות אויף עטליכע פראנטן.
איידער מיר לאזן זיך ארויס אויף דעם לאנגען שפאציר, איז וויכטיג צו באטאנען: אלעס וואס איך שרייב איז ווי פארשטענדליך בלויז מיינע ידיעות, ווארום וואס איך ווייס נישט - קען איך דאך נישט שרייבן, דעריבער זייט וויסן אז דער ארטיקל טוט רעפלעקטירן בלויז מיינע ידיעות אין דעם פעלד און טוט נישט אוועקשטעלן דעם בילד ווי א מציאות. דאס מיינט אויך, אז אויב דעק איך איין חצר אדער קרייז מער ווי א צווייטע, איז דאס נאכנישט קיין ראי' אז דער חצר פארדינט טאקע א ברייטערע דעקונג ווי די אנדערע, און אין פאקט קען גאר זיין אז די אנדערע חצר דארף ווען מער געדעקט ווערן צוליב זייער גרעסערע חלק אין די חסיד'ישע נגינה וועלט.




נגינה ביים הייליגן בעל שם טוב ותלמידיו



ווען מ'גייט נאך און מ'פרובירט צו דערגיין די אנהייב פונעם השתלשלות, טרעפט מען אז דער שאפונג פון די ענדלאזע וועלט פון חסיד'ישע נגינה האט זיך געשאפן אינאיינעם מיט די חסיד'ישע באוועגונג - מיטן התגלות פונעם אור שבעת הימים דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע. מ'קען ציילן אויף ביידע הענט, אדער גאר אויף איין האנט, די ניגונים וואס זענען באקאנט פון בעפאר דער תקופה, און דאס רעכנט שוין אריין די וועלט'ס "מעוז צור" ניגון און די אשכנז'ישע "דוכן" ניגונים. נגינה איז געווען פון די דרכי העבודה אין חסידות, און צדיקים האבן מפליג געווען די גרויסקייט פון נגינה; ס'ברענגט דעם איד צו תשובה, התעוררות און תיקון המעשים, ס'איז מעורר רחמים, און דער פרייליכער ניגון פלאנצט איין שמחה און התרוממות הנפש.

האט דער הייליגער בעל שם טוב זעלבסט פארפאסט ניגונים? דער ענטפער וואס דער עולם האט ליב צו הערן, איז אז יא. אין א צאל הויפן וואס ציען זייער יחוס ביז תקופת הבעש"ט, איז מקובל געוויסע ניגונים פונעם אור שבעת הימים אליינס; הגם מ'קען אויף יעדן ניגון באזונדער מאכן אן אפהאנדלונג אויב דאס איז ריכטיג און ווי קראנט דאס איז, אבער דאס איז נישט אונזער יעצטיגער ציל. פון צווישן אלע לעגענדעס, איז ווערד צו דערמאנען איינס וואס איז לדעתי די מערסטע מוסמך:

דער באקאנטער ברסלבער חסיד ר' בנציון אפטער זצ"ל, האט זיך פאר א משך פון פינף וואכן אויפגעהאלטן אינעם שטעטל מעזיבוז אין דער תקופה פונעם ערשטן וועלט קריג, און ער האט דארט געטראפן א איד, א זקן מופלג, וועלכער איז געווען דער פינפטער דור 'חזן' אינעם שול פונעם בעש"ט, ווען זיין עלטער עלטער זיידע איז געווען דער חזן ביים בעש"ט אליינס. דער זקן האט געזינגען פאר ר' בנציון א תנועה אויפ'ן פיוט "יעלה תחנוננו" פון ליל יום הקדוש, וואס האט געטראגן דעם נאמען "דעם בעל שם'ס יעלה" און עס איז געווען מקובל אז ס'איז דעם בעל שם טוב'ס תנועה. אין ברסלב איז אויך דא א ניגון אויף "הלל הגדול" וואס איז מיוחס צום בעל שם הקדוש.

אויף דער ניגון וואס מ'זינגט אין בעלזא אויף "הוריני" פון תמניא אפי, און אסאך זינגען דאס אויף "לכה דודי" (אין טאהש זינגט מען דאס בקביעות), איז אין די לעצטערע יארן געווארן א רעדע אז ס'איז דעם בעש"ט'ס ניגון, און דאס איז שוין זייער איינגעגעסן ביים ציבור. איז אבער גוט צו וויסן אז ס'נישטא קיין מקור דערצו. ס'איז געוויס נישט פון צופיל שפעטער, ווארום עס איז זיכער מדור תלמידי המגיד, פארט איז קיין מקור צום בעש"ט נישט דא.

פון צווישן די ערשטע דור הייליגע צדיקים תלמידי הבעש"ט וועלכע האבן פארפאסט ניגונים, ציילט זיך דער הייליגער זלאטשובער מגיד זי"ע;זיין ניגון "רחמים רבים" איז איינע פון די ניגוני היסוד אין די חסיד'ישע וועלט און ווערט געזינגען מיט גרויס התעוררות ביי אלע חסיד'ישע קרייזן. אין חב"ד איז דא אן אנדערע נוסח צו דעם ניגון, און די ליובאוויטשער רביים זי"ע האבן מורא'דיג מפליג געווען דעם ניגון און געזאגט גרויסע זאכן צו וואס זינגען דעם ניגון איז מסוגל.

די ניגונים פונעם זלאטשובער מגיד זענען ארויסגעקומען אויפ'ן הערליכן אלבום "רחמים רבים" אין די סעריע "רננו צדיקים" מפרי מעשי הרב דוד מאיר רוס שליט"א, וועלכער געבט זיך אפ יומם ולילה צו פאראייביגן די הייליגע ניגונים פון די צדיקי עליונים.

דער בעל שם הקדוש האט געהאט א תלמיד ר' מרדכי מזאסלוב זי"ע,באקאנט אלס דער זאסלובער חזן, און עס זענען דא געציילטע ניגונים מיוחס צו אים, וואס איינס פון זיי איז א ניגון אויף "מעוז צור" , וואס איז ארויסגעקומען אויפ'ן אלבום "בני היכלא" - ניגונים פון תלמידי בעל שם, מערסטנס פון זיי בפרסום ראשון אראפגעשפילט פון אלטע נאטן. אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז דער "ניגון הקפות" אין חב"ד לר' לוי'ק שניאורסאן זצ"ל (פאטער פון לעצטן ליובאוויטשער רבי'ן) טרעפט מען אין די נאטן אלס "שושנת יעקב להזאסלובער חזן".

צו הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער זי"עזענען אויך מיוחס געוויסע ניגונים, צווישן זיי א ניגון אויף "אמנם כן" , וואס איז אויך ארויסגעקומען אויפ'ן דערמאנטן "בני היכלא" אלבום.




דער הייליגער מגיד ותלמידיו זי"ע



אינאיינעם מיט די בליאונג און צעוואקסונג פון חסידות, איז מיטגעוואקסן די חסיד'ישע נגינה-פעלד. דער הייליגער מגיד האט זעלבסט פארפאסט א שיינע צאל ניגונים, אויסער די פילע ניגונים וואס מ'האט געזינגען אין זיין הויף, פארפאסט דורך אנדערע. אינעם ירחון לבית רוזין וואס קומט ארויס יעדע חודש-צוויי, איז פאראיאר כסליו ערשינען א רייכע אפהאנדלונג איבער דעם מגיד'ס ניגונים, געשריבן דורך דער דערמאנטער הרב דוד מאיר רוס שליט"א. דארט רעכנט ער אויס פינף און צוואנציג ניגונים וואס זענען מיוחס צום הייליגן מגיד, און די מקורות צו זיי. צום באמערקן אז דארט ווערן נישט אויסגערעכנט אלע בעלזא "תמניא אפי" ניגונים, ווייל כאטש עס איז אין בעלזא מקובל אז די ניגונים האט הרה"ק ר' שלמה לוצקער זי"ע - דער רבי פונעם הייליגן שר שלום פון בעלזא - געהערט ביים מגיד, איז אבער נישט באקאנט אז דער מגיד האט עס פארפאסט. דאקעגן אויף די בעלזא "הקפה ניגונים" וועלכע קומען פונעם זעלבן שטאם, ווערט יא אויסגערעכנט דארט געוויסע מקורות צום מגיד גופא.


דער הייליגער בעל התניא זי"עהאט זיך ווי באקאנט שטארק אפגעגעבן מיט עבודת הנגינה און עס איז דא היינט פארבליבן ארום צען פון זיינע ניגונים וועלכע זענען אריבער דור אחר דור ביי זיינע תלמידים; דער מורא'דיגער "ד' בבות" ניגון שיינט ספעציעל ארויס, ווי אויך "אבינו מלכנו אבינו אתה" , "קלי אתה ואודך" , "קול דודי דופק" און נאך. די הייליגע הימל-ניגונים פונעם בעל התניא האבן אוועקגעשטעלט דעם קרן פאר די הייליגע פעלד פון ניגוני חב"ד אין די קומענדיגע דורות.


דער הייליגער קדושת לוי- דער סניגורן של ישראל זי"ע איז באקאנט מיט זיינע הייליגע ניגונים וואס זענען במיוחד געבויעט אויף מליצת יושר און פיוס בין ישראל לאביהם שבשמים, ווי "רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט" , "לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער" , "א דודעלע - אנא אמצאך" , און אזוי ווייטער; אלעס ניגונים פון איבערבעטונג און תחנונים באהבה, מיט וואס אידישע קינדער גיסן זיך אויס דאס הארץ מיט בענקעניש צום הייליגן באשעפער. אין די טעג קומט ארויס דער לאנג ערווארטעטער אלבום "מליץ יושר" וואס ענטהאלט צוואנציג ניגונים פונעם הייליגן בארדיטשובער, ווידער פרי עמלו פון הרב דוד מאיר רוס שליט"א וועם מיר דערמאנען יעדע פאר שורות פון פריש!...


הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"עאיז דער מחבר נפלא פון אפאר הייליגע ניגונים, וועלכע האבן אוועקגעשטעלט דעם טאן פאר די רייכע קארלינער נגינה-אוצר בהמשך הדורות. באקאנט אין די וועלט איז דער הייליגער "והוא שעמדה" ניגון וואס איז מפורסם געווארן דוקא דורך חב"ד מיט ארום זעכציג יאר צוריק.

רבי אהרן הגדול האט כידוע מחבר געווען דעם זמר "קה אכסוף" וואס ווערט געזינגען דורך חסיד'ישע אידן פרייטאג צונאכטס מיט גרויס התעוררות. אויף "קה אכסוף" זענען פארפאסט געווארן גאר אסאך הייליגע ניגונים צווישן די חצרות הקודש, בפרט אין קארלין און אין סלונים (קאברין). עס איז אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז די וועלט'ס "קה אכסוף" ניגון איז אריגינעל א ניגון אויף "על הכל" פון די צייטן פונעם בית אהרן זי"ע, און עס איז נישט קלאר ווער דער מחבר דערפון איז געווען. דער הייליגער בית אהרן האט בלויז איין איינציגע מאל געזינגען דעם ניגון אויף "קה אכסוף", דער שבת בעפאר זיין פטירה.


צום הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"עזענען אויך מיוחס א צאל ניגונים, די מערסט באקאנטע פון זיי איז דער פרייליכער ניגון "והשיב לב אבות על בנים" - וואס האט, אגב, א שטייטע אנהייב וואס איז נישט אזוי באקאנט, אויף די ווערטער פון בעפאר "ככתוב הנה אנכי" . דער ניגון איז ארויסגעקומען אויפ'ן אלבום "איש חסיד" פון די "רננו צדיקים" סעריע וואס מיר האבן שוין צוויי מאל דערמאנט, דורך ווער דען אויב נישט הרב דוד מאיר רוס שליט"א. אויף יענעם אלבום זענען דא נאך זיבן ניגונים וועלכע ציען א יחוס צום רבי'ן ר' אלימלך זי"ע און זיין הויף.


נאך עטליכע תלמידי המגיד וועלכע זענען באקאנט צו האבן מחבר געווען ניגונים, זענען הרה"ק ר' חיים חייקא מאמדור זי"ע, וועמענ'ס ניגונים זענען מקובל בחצרות החסידים יוצאי ליטא, א שטייגער ווי קארלין און סלונים; הרה"ק ר' אברהם מקאליסק זי"ע, וואס אויך זיינע ניגונים זענען באקאנט אין די חצרות יוצאי ליטא. אויף הרה"ק ר"ר שמעלקא מניקלשבורג זי"עמגדולי תלמידי המגיד, שרייבט דער הייליגער ייטב לב זי"ע אז ער איז געווען א מנגן נפלא און געשאפן ניגונים פון הימל, א שאד נאר אז מיר האבן נישט היינט די ניגונים. עס זענען מסתמא געווען נאך צדיקים וקדושים פון יענע תקופה וועלכע האבן פארפאסט ניגונים, אבער ווי געשמועסט קען מען נאר דערמאנען דאס וואס מען ווייסט.




תלמידי הרבי ר' אלימלך זי"ע



אן אינטערעסאנטע זאך באמערקט מען ביים דורכטון אלטע הייליגע ניגונים, אז פיר פון די פינף גרויסע תלמידים פונעם רבי'ן ר' אלימלך זי"ע האבן זעלבסט מחבר געווען ניגונים, ואלו הן:

הרה"ק ר"ר מענדעלע רימאנאווער זי"ע

כאטש עס זענען נישטא קיין סאך ניגונים מיוחס צום ר"ר מענדעלע, ווי אויך איז דער דרגת היחוס צו אים נישט די שטערקסטע, זענען דא געציילטע ניגונים וואס זענען מיוחס צו אים. אין באבוב זינגט מען א וועלטס באקאנטע ניגון אויפ'ן פיוט "שמו מפארים" אין די שבתים פון בין המצרים, און עס איז מקובל דארט אלס א ניגון פון ר"ר מענדעלע זי"ע. אויך איז דא א ניגון מקובל ביי די אייניקלעך בן-אחר-בן פון רבי'ן ר' מענדעלע אלס א ניגון וואס זייער הייליגער זיידע האט פארפאסט, דער ניגון איז לעצטנס געווארן אביסל מפורסם און איז געווארן אויפגעשפילט ביים דינער פון כולל חבת ירושלים אין וויליאמסבורג.


דער הייליגער קאזשניצער מגיד זי"ע

צום הייליגן קאזשניצער מגיד זענען מיוחס אפאר ניגונים מיט א קראנטקייט, צווישן זיי ניגונים וואס זענען געווען מקובל ביי קאזשניצער חסידים לדורותיהם. כ'געדענק נישט יעצט א וועלט באקאנטע ניגון וואס זאל קומען פונעם מגיד, אבער דער פיוט "יבא אדיר במהרה" מיט'ן ניגון דערויף האט דער הייליגער קאזשניצער מגיד מחבר געווען.

אפאר פון די ניגונים וואס דער הייליגער מגיד האט מחבר געווען האט ער געהערט אין הימל. עס איז באקאנט די מעשה מיט ר' שמואל זשביטקובער וועלכער פלעגט אויסלייזן אידן פון די קאזאקן ימ"ש, ווען פאר יעדן לעבעדיגן איד האט ער זיי באצאלט צען גילדן און פאר'ן גוף פון יעדן קדוש הי"ד וועם זיי האבן גע'הרג'עט האט ער באצאלט פינף גילדן. איינמאל האט דער קאזשניצער מגיד איינגעדרימלט ביים טיש און ווען ער האט זיך אויפגעכאפט האט ער געזינגען א ניגון, און געזאגט אז מיט דעם ניגון פירט מען ר' שמואל זשביטקובער אין גן עדן. דעם ניגון האט מען אין קאזשניץ געזינגען אויף "אין קצבה" , און אין דזשיקוב האט מען עס געזינגען אויף "דרור יקרא" .


הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע

דער הייליגער אפטער רב האט כידוע אויך מחבר געווען ניגונים. די ניגונים זענען געווען מקובל ביי זיינע אייניקלעך און טייל פון זיי זענען באוואוסט ביי חובבי נגינה.


הרה"ק מראפשיץ זי"ע

דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע, צעיר תלמידיו פון הייליגן ר"ר אלימלך, איז געווען א וואונדערליכער בעל מנגן און האט פארפאסט א שיינע צאל ניגונים. מ'קען זאגן אז די ניגונים זענען געווען דער יסוד פאר די גאנצע אימפעריע פון גאליציאנער ניגונים אין די דורות נאך אים.

אין די וועלט איז שטארק מפורסם זיין ניגון אויף "אשת חיל" . אביסל ווייניגער באקאנט איבער די וועלט - אבער גאר באקאנט אין די ראפשיצער הויפן - זענען די ניגונים "אמונים" פון ליל שמיני עצרת, "שיר השירים" פאר ליל פסח, דער "טל" ניגון , דער "גשם" ניגון , און דער ניגון אויף "סגולתי" - וואס מ'זינגט אין די ראפשיצער הויפן אין די וואכן צווישן פסח און שבועות.


* * *



מיר האבן נאך א געוואלד פון שפעטערדיגע צדיקים וקדושים זי"ע פון וועם ארומצורעדן, מיר וועלן אבער נעמען אן אנדערע ריכטונג יעצט און ארויסגיין אויף א שפאציר ארום די הויפן פון רוסלאנד ביז אונגארן און אלעס אינדערמיט, און אינאיינוועגס דעקן די צדיקים ביי די הויפן וואו מ'האט געזינגען זייערע ניגונים.

חב"ד ליובאוויטש



איך זיץ און טראכט וואו אנצוהייבן און וועלכע דירעקציע צו נעמען; דער נגינה-וועלט איז דאך אזוי ריזיג גרויס מיט אזויפיל אנדערע שושלת'ער פון אזויפיל אנדערע קרייזן און געגנטער, אז עס איז נישט קיין לייכטע זאך אויסצושטעלן א קלארע רייזע-פלאן מיט פונקטליכע אפשטעל ערטער אויף א מסודר'דיגן אופן. נאך ענדלאזע מחשבות לאז איך זיך פירן דורך מיינע געדאנקען, און איך טרעף זיך שרייבן איבער דער חב"ד'סקער נגינה דינאסטיע... ווי שוין פריער דערמאנט ציט זיך חב"ד'סקער נגינה ביז'ן ראש השושלת דער הייליגער בעל התניא זי"ע, וועמענ'ס ניגונים זענען אלע ווי איין א געמיש פון התבוננות, דביקות און געגועים צו הקב"ה.

דער בעל התניא האט איבערגעלאזט תלמידים, חסידים עליונים וועלכע האבן פארפאסט גאר שטארקע ניגונים. דער חסיד הרה"ק ר' אהרן מסטראשעלא זי"ע- בעל מחבר פונעם ספר 'שער היחוד והאמונה', האט מחבר געווען געוואלדיגע דביקות ניגונים, דער 'ניגון הגדול' צווישן זיי. הרה"ק ר' שלמה טשאשניקער זי"עאיז געווען א וואונדערבארער פארפאסער וועמענ'ס ניגונים ווערן געזינגען איבער די גאנצע וועלט. איין גאר באקאנטע שטייטע "לכה דודי" , איז א ניגון וואס ר' שלמה האט פארפאסט אלס הכנה צו 'יחידות' (ווי עס ווערט אנגערופן אין חב"ד ווען דער חסיד גייט אריין צום רבי'ן), דאן איז דא א באקאנטע פרייליכע ניגון וואס ער האט פארפאסט פאר 'יציאה מיחידות' - ווען מ'איז פרייליך און אויפגעלייגט נאכ'ן זיך אויסלייטערן ביים רבי'ן. פון יענע תקופה זענען פארבליבן נאך צענדליגער ניגונים וואס די חבריא קדישא ביים אלטן רבי'ן האבן געזינגען.


דער מיטעלער רבי זי"עהאט געהאט א קאפעליע פון מנגנים וועלכע האבן פארפאסט ניגונים, אבער עס זענען נישט פארבליבן פון זיי קיין סאך ניגונים. די באקאנטע "פדה בשלום" וואס ווערט געזינגען י"ט כסליו אין ליובאוויטש, איז פון די תלמידים פון מיטעלן רבי'ן.


ווי עס איז אנגענומען אין חב"ד האט דער הייליגער צמח צדק זי"עפארפאסט ניגונים. זיין זוהן דער מהרי"ל (ווי מ'פלעגט אים רופן) איז אויך געווען מפורסם מיט זיינע שטארקע דביקות ניגונים. עס איז באקאנט א ניגון "כאיל תערוג" מיוחס צום צמח צדק זי"ע.


דער דערהויבענער חסיד ר' הלל פאריטשער זצוק"להאט זיך אויסגעצייכנט מיט זיינע פילע הערליכע ניגונים, וואס עטליכע פון זיי זענען וועלט באקאנט , צווישן זיי דער ניגון "ממצרים גאלתנו" .


אין דער תקופה פון רבי'ן דער מהר"ש מליובאוויטש זי"עווייסן מיר פון עטליכע דערהויבענע חסידים וועלכע האבן מחבר געווען ניגונים; דער חסיד ר' יעקב מרדכי בעזפאלאוו - דער רב פון פאלטאווע, ומשנהו בדומה לו ר' מאיר שלמה יאנאווסקי - דער רב פון ניקאלייעוו. פונעם פאלטאווע רב איז דא די באקאנטע מורא'דיגע "פאלטאווע ניגון" וואס איז מפורסם איבער די וועלט און ווערט געזינגען בעידן רצון מיט גרויס השתפכות הנפש.


משפחת חאריטאנאוו

א באזונדערע קאפיטל דארף מען ווידמען פאר די לעגענדארע משפחה פון מלחינים, די חאריטאנאוו פאמיליע, די שוחטים ובודקים פון ניקאלייעוו אין די צייטן פון רבי'ן דער רש"ב זי"ע. אנגעהויבן פונעם פאטער דער תמים ר' אברהם ע"ה און ווייטער אראפ צו זיינע דריי קינדער, זענען ארויסגעקומען איבער הונדערט הערליכע ניגונים פון אלע סארטן; שטייטע און שנעלע, קורצע און לאנגע. פון ר' אברהם איז געבליבן ארום צען ניגונים, פונעם זוהן ר' משה איז פארבליבן ממש געציילטע וועלכע זענען אבער קב ונקי כמשמעו ממש, שטארקע דביקות ניגונים .


פון ר' שלום חאריטאנאוו ע"האיז געבליבן גאר אסאך רייכע און טיפע קאמפאזיציעס, זיינע ניגונים זענען א שטיק מח און ווערן געזינגען מיט גרויס התבוננות. ר' שלום האט פארשריבן זיינע ניגונים אין נאטן, ווי אויך האט זיין זוהן ר' שמשון ע"ה רעקארדירט דעם טאטנ'ס ניגונים נאכ'ן קריג.


והעולה על כולם איז דער גרויסער חסיד, דער ברודער ר' אהרן חאריטאנאוו ע"ה שו"ב, וועלכער האט פארפאסט גאונ'ישע ניגונים פון אלע סארטן, אבער אנדערש ווי ר' שלום זענען ר' אהרן'ס ניגונים מער הארציג און לייכט. דער רבי דער מהריי"ץ זצ"ל האט גאר שטארק מפליג געווען א געוויסע ניגון פון ר' אהרן און עס א נאמען געגעבן "דער בינוני ניגון" , און תורה געזאגט אויף דעם ניגון וואס טוט ארויסברענגען דעם 'בינוני' אויף וואס דער ספה"ק ליקוטי אמרים תניא איז געבויעט. דער ניגון "ניעט ניעט ניקאווא" , ווי אויך די "י"ב תמוז" ניגון האט ר' אהרן פארפאסט לרגל דער באפרייאונג פונעם מהריי"ץ פון די קאמוניסטישע הענט נאכדעם וואס עס האט אויף אים געדראעט טויט שטראף רח"ל. נאך פילע וועלט באקאנטע ניגונים זענען נתחבר געווארן דורך ר' אהרן ע"ה.


די חב"ד'סקער נגינהבאשטייט פון שטייטע דביקות און געגועים ניגונים. די זעלבע ניגונים וואס ווערן געזינגען אין קארלין און אין טאלנא וכדומה אויף א שנעלערן טעמפא, ווערט אין חב"ד געזינגען גאר שטייט, מיט פיל מער הארציגע קנייטשן. די ליובאוויטשער האבן זיך אלץ ספעציאליזירט אין בארייכערן ניגונים און זיי זאפטיג מאכן; א גאליציאנער ניגונ'דל וואס האט זיך פלאצירט אין חב"ד וועט נישט דערקענט ווערן דורך אירע אריגינעלע בעלי בתים...

באזונדער זענען דא די ניגוני שמחה וריקוד וואס האבן פארנומען א גרויס ארט אין חב"ד, ווי אויך זענען דא דארט נאך עטליכע סוגי נגינה, אבער זיי זענען נישט פון די ניגוני היסוד. וואלצן און מארשן עקזיסטירן כמעט נישט אין חב"ד.

חב"ד, אזוי ווי פילע אנדערע הויפן, האט גענאשט ניגונים פון איבעראל ביודעים ובלא יודעים. עס איז ווערד צו דערמאנען די צוויי גרעסטע מחברי ניגונים אין אוקריינע און אין ליטא (איבער וועם מיר וועלן שפעטער מרחיב זיין) וועלכע האבן בארייכערט די חב"ד'סקער נגינה-אוצר - טראץ וואס אין חב"ד ווייסט מען נישט פון די צוויי נעמען צו זאגן; דער חסיד ר' יוסעלע טאלנער הי"ד און ר' יענקל טעלכאנער ע"ה.


קארלין מיט אירע צווייגן סלונים און קוידינוב



נאכ'ן אפרעכטן אזא אפהאנדלונג איבער ניגוני חב"ד, וואלט געווען מן הראוי צו געבן אן ענליכע אדער גאר א גרעסערע ארט פאר די קארלינער נגינה-וועלט נאכדעם וואס לויט זאך-קענער און פארשער האט קארלין די רייכסטע נגינה היסטאריע אין די חסיד'ישע וועלט, און מ'רעדט פון איבער זיבן הונדערט ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן נאך בעפאר די ערשטע וועלט קריג. איז אבער דער מציאות הדברים אז בעת וואס אין חב"ד האט מען דירעקט עוסק געווען אין 'יפוצו', איז אין קארלין געווען פונקט פארקערט, דער קארלינער נגינה און איר היסטאריע איז נישט עפעס וואס וואלגערט זיך אזוי אויף די גאס און עס איז אויף א געוויסע פארנעם פארבארגן פון די פרעמדע גאס, און דאס צו קענען און ארומנעמען איז עפעס וואס איז זייער שווער.


דער יסוד פון קארלינער נגינה איז ווי דערמאנט אוועקגעשטעלט געווארן דורך הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע. ער זעלבסט האט פארפאסט עטליכע הייליגע ניגונים, וועלכע זענען כמובן גאר הייליג און טייער ביי די חסידים, ווי אויך האט ער געהאט דערהויבענע חסידים וועלכע האבן שוין בשעתו פארפאסט ניגונים.


טייל זענען אויך מייחס ניגונים צו זיין זוהן הרה"ק רבי אשר מסטאלין זי"עאון אזוי אויך ווייטער צו זיין זוהן דער הייליגער בית אהרן זי"ע, הגם דאס איז נישט קיין הונדערט פראצענטיגע זאך. אבער דאס איז קלאר, אז פונקט ווי אין חב"ד, איז דער עבודה ארום נגינה אין קארלין געווען א גאר גרויסע עסק, און נגינה איז געווען אן עיקר גדול אין דער געבוי פונעם חסידות.


די פרעכטיגע אימפעריע פון קארלינער נגינה האט בעיקר געבליהט אין דער תקופה פונעם הייליגן פראנקפורטער, ר' ישראל מסטאלין זי"ע- אויך באקאנט אלס "דער ינוקא", וואס אין זיינע צייטן האבן זיך געשאפן קארלינער ניגונים אין די שווערע הונדערטער.


ביים הייליגן בית אהרן זענען צוויי דערהויבענע חסידים באקאנט געווען אלס מלחינים; ר' אברהם בער אווריטשער - וועם מ'האט גערופן 'אברהם בער דער זינגער', און ר' יעקב גלויבערמאן פון שטאט בילוהאש. עס זענען נישטא היינט קיין ניגונים וואס זענען דירעקט מיוחס צו זיי, אבער מען שאצט אז א גרויסע טייל קארלינער ניגונים פון די צייטן פונעם בית אהרן קומען פון זיי.


דער מלחין בחסד עליון ר' יעקב טעלכאנער ז"ל

ווען ר' יעקב גלויבערמאן איז נפטר געווארן - שוין אונטער די הנהגה פונעם פראנקפורטער - האט געהערשט א חלל אין קארלין, דער מלחין החצר איז אוועק פון דער וועלט און עס איז נישט געווען ווער ס'זאל אים ערזעצן. דאן איז אונטערגעקומען קיין סטאלין דער חסיד ר' יענקל טעלכאנער וועלכער איז שוין געווען מפורסם מיט זיינע קאמפאזיציעס אין דער קוידינובער הויף, ווי אויך זייענדיג א חסיד ביים בית אהרן מיט יארן פריער.


ר' יענקל האט זיך מקשר געווען צום פראנקפורטער און בליץ שנעל האבן זיך זיינע ניגונים אנגעהויבן פארשפרייטן צווישן אלע סטאלינער חסידים בכל מקומות מושבותיהם. ר' יענקל האט פארפאסט הונדערטער ניגונים, ס'רוב פון זיי שטייטע ניגוני התעוררות, ווי די ניגונים וואס ווערן געזינגען אויף "קה אכסוף" (וואס ווערט גערופן 'זמר'), די ניגונים פון "אליהו הנביא" (הוספה סי"פ: ניגון זה מיוחס לההייליגער קאזניצער מגיד זי"ע) , ווי אויך די ניגונים אויף "חמדת" און "מה ידידות" , וועלכע זענען איינס ביי איינס שטיקער הארץ און געפיל. ר' יענקל איז געווען דער גרעסטער מלחין אין דער קארלינער היסטאריע.


אן אינטערעסאנטע פאקט ארום ר' יענקל: כאטש ער האט פארפאסט הונדערטער ניגונים, האט ער בלויז מחבר געווען צוויי ניגוני שמחה (!) - ביידע פון זיי גאר שטארקע וועלטס ניגונים. די ערשטע איז דער ניגון וואס מ'קען אויף די ווערטער "מי יתן לי אבר כיונה", דעם ניגון האט ער פארפאסט אויף די ווערטער "ובכן צדיקים" לכבוד די ברית פונעם ינוקא. יארן זענען אריבער און ר' יענקל האט נישט מחבר געווען קיין שום ניגון שמחה, ער האט זיך שטענדיג ארויסגעדרייט מיט'ן אויסרייד אז ס'גייט אים פשוט נישט, אבער נאכ'ן זיך איינבעטן ביי אים א לענגערע צייט איז ער איינגעגאנגען און האט מחבר געווען דעם וועלטס ניגון וואס מ'זינגט היינט אויף "ושמחת" און אויף "מזמור לתודה - כי טוב השם". האבן אבער געוויסע חסידים געלאכט פון דעם ניגון צוליב וואס דער הויכער פאל איז רעלאטיוו פשוט, און ר' יענקל האט געהאט דערפון חלישות הדעת און מער נישט פארפאסט קיין לעבעדיגע ניגונים. [עס איז צום האפן אז די יעניגע חסידים האבן שוין באקומען זייער כפרה פאר'ן אוועקנעמען פון אונז אזויפיל ניגונים פון וואס מיר וואלטן געקענט אזוי הנאה האבן.]


דער חסיד ר' יוסל טאלנער הי"דהאט אויך צוגעגעבן א געוואלד פאר די קארלינער נגינה-וועלט, ווען נאכ'ן פטירה פון הרה"ק ר' יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע איז ער אסאך געפארן קיין סטאלין און איבערגעלאזט דארט פון זיין ענדלאזע נגינה-אוצר, ווען צווישן זיי ציילן זיך אפאר גאר הארציגע "קה אכסוף" 'זמר'ס' , ווי אויך א צאל לעבעדיגע קארלינער טאנץ ניגונים .


אין די לעצטע תקופה פאר'ן קריג איז אויפגעשטאנען אין דער סטאלינער הויף ביי הרה"ק ר' משה'לע זי"ע הי"דדער לעגענדארער מלחין ר' ישראל יודא קולא הי"ד- דער שו"ב פון קאברין, וועלכער האט פארפאסט ניגונים אויפ'ן קארלינער שטייגער פונקט ווי זיינע פארגייער, און טייל פון זיינע ניגונים ווערן געזינגען איבער די גאנצע וועלט .


אין הויף פון הרה"ק ר' אברהם אלימלך מקארלין זי"ע הי"דאיז נישט געווען קיין געהעריגער מלחין, דערפאר האט מען אין יענע תקופה גענומען ניגונים פון דער פרעמד, בעיקר מאדזשיצער ניגונים וועלכע זענען אריין אין די קארלינער נגינה-ביכער. איין יאר ווען מען האט נישט עספיעט צו ברענגען א נייעם ניגון אויף ראש השנה, האט ר' אברהם אלימלך זי"ע איינגעשפארט אלע בעלי מנגנים אין א צימער און זיי געזאגט: "איר גייט נישט ארויס פון דא אן א נייעם ניגון"... דער ענין פון דוקא האבן נייע ניגונים אויף ראש השנה, אין יעדן הויף אויף זיין שטייגער, איז געווען א באקאנטע עבודה ביי צדיקים און פילייכט ליגט דערין עפעס העכערס.


הרה"ק ר' יוחנן מקארלין (לויצק) זי"עוועלכער האט איבערגעפלאנצט די סטאלין-קארלינער חסידות אין אמעריקע נאך די ביטערע חורבן אייראפע, איז געווען א גרויסער מחבר פון ניגונים. ער האט אין לויף פון אכצן יאר פארפאסט פינף ניגונים יעדע יאר; 2 זמר'ס (קה אכסוף) - איינס פאר פרייטאג צונאכטס און איינס פאר של"ס ווי דער מנהג איז אין קארלין, 1 מארש, 1 טאנץ ניגון און 1 כי אנו עמך (א שטייטע ניגון וואס איז ספעציעל השתפכות'דיג). אין די היינטיגע קארלינער אוצר זענען דא דריי און צוואנציג ניגונים וואס זענען זיכער זיינע; 3 מארשן, 3 מה ידידות, 8 זמר'ס, 3 חמדת, 2 אליהו'ס און 4 טאנץ ניגונים. דאן זענען דא נאך עטליכע ניגונים וואס שטאמען פון לויצק [וואו ר' יוחנן האט געפירט רבי'סטעווע פאר'ן קריג, איידער ער האט איבערגענומען די הנהגה פון קארלין סטאלין], וואס זענען מעגליך אויך זיינע ניגונים.


קארלינער פסח ניגונים:

עס איז ווערד צו שענקען אפאר שורות פאר די פסח'יגע נגינה צווייגל אין קארלין, וואס איז צווישן דעם קארלינער אוצר אדיר ווי אן אפגעהיטענע בריליאנט און איז אפגעזונדערט און אייגנארטיג פון אלע אנדערע קארלינער ניגונים. אויף די ניגונים קען מען איינס ביי איינס זאגן אז זיי זענען פשוט פון הימל, אפגערעדט פון די "הלל הגדול" ניגון וואס איז מיוחס צו ר' אהרן הגדול, און ווי ר' יוחנן האט פארציילט האבן דאס די אידן געזינגען ביי קריעת ים סוף. צום באמערקן אז אין אפטא איז דער ניגון מיוחס צום הייליגן אוהב ישראל, מיט'ן זעלבן הפלגה אז דאס האבן די אידן געזינגען ביים שפאלטן דעם ים.

ר' משה'לע סטאלינער האט מעיד געווען אז רובא דרובא פון די קארלינער פסח ניגונים שטאמען פון הייליגן רבי אהרן הגדול. אין קארלין האט מען אלץ געוואוסט אז די פסח'יגע ניגונים טאר מען נישט חמץ'דיג מאכן און מ'דארף עס אפהיטן פון זינגען איבער'ן יאר.


קאברין - סלונים

ווען איר וועט דאס ערשטע מאל אריינשפאצירן צו א טיש אין סלונים אינמיטן זינגען, אדער מיטהאלטן א סעודת שבת ביי א סלונימער חסיד, וועט איר זיך שפירן ווי אן אימיגראנט וואס איז נארוואס אריינגעפאלן אין עפעס אן אנדערע קאנטינענט - 'ווי א יון אין די סוכה'. אז מ'גייט אריין אין א דביקות מיט דער סלונימער נגינה , גייט מען פשוט ארויס פונעם ארום און אלעס פון ארום און ארום עקזיסטירט פשוט נישט. דער סלונימער ניגון איז גאר אייגנארטיג מיט אירע שוועבעדיגע טענער - אנדערש ווי די אלגעמיינע חוקי הנגינה; עס נעמט אריין דעם מענטש און מאכט אים שפירן ווי ער שוועבט אין א העכערקייט.

דער הייליגער קאברינער זי"ע איז געווען פון די גרעסטע ניגונים פארפאסער צווישן די פריערדיגע צדיקים. ער האט פארפאסט צענדליגער ניגונים, בעיקר אויף "קה אכסוף", וואס טייל פון זיי ווערן געזינגען אין די סלונימער הויפן ביז'ן היינטיגן טאג. עס איז דא א לעגענדע אז ער האט איין יאר פארפאסט יעדן איינציגן שבת 2 ניגונים אויף "קה אכסוף" (!). אין סלונים זענען פארבליבן ביז'ן היינטיגן טאג א צאל פון זיינע ניגונים, וועלכע ווערן געזינגען מיט גרויס ערנסטקייט.


פונקט ווי אין קארלין, זענען אויך אין סלונים רוב ניגונים נתחבר געווארן דורך ר' יענקל טעלכאנער ע"ה, ווען אסאך פון די ניגונים ווערן געזינגען סיי אין קארלין און סיי אין סלונים, ביי יעדן לויט זיין שטייגער. ר' יענקל'ס ניגונים זענען פארשטייט זיך משונה צורה אין סלונים, און דאס זעלביגע איז מיט געציילטע ניגונים פון ר' יוסעלע טאלנער הי"ד וואס זענען אנגעקומען קיין סלונים.


די טשערנאבילער הויפן - ניגוני טאלנא



עס איז כמעט גארנישט באקאנט איבער נגינה בחצה"ק לבית טשערנאביל ביז דער תקופה פון הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער זי"ע ואחריו אלע הייליגע רביים פון דער טשערנאבילער דינאסטיע. אבער די נגינה וואס האט זיך ערווארבן אין ר' דוד'לס הויף און זיך אריבערגעגאסן צו אלע אנדערע טשערנאבילער הויפן - ווי ראחמיסטריווקא, סקווירא א.ד.ג. איז געווען גענוג אויף צו שאפן א מסכתא שלימה אין דער חסיד'ישער נגינה בוך.

דער דערהויבענער חסיד און מלחין בחסד עליון ר' יוסף וויהאלעניץ הי"ד, באקאנט איבער די וועלט אלס ר' יוסל טאלנער, האט בארייכערט די חסיד'ישע נגינה-וועלט מיט שווערע הונדערטער ניגונים פון אלע סארטן; צענדליגער וועלט באקאנטע ניגונים וואס ווערן געזינגען בכל תפוצות ישראל האט ר' יוסל פארפאסט, אריינגערעכנט שטייטע הארציגע ניגונים , פרייליכע טאנץ ניגונים און אפאר מארשן . איינע פון די וועלטס ניגונים פון ר' יוסל, איז דער "הקפה ניגון" אין די טשערנאבילער הויפן וואס איז באקאנט אין די וועלט אויף די סימנים פון די הגדה - "קדש ורחץ כרפס יחץ". נאך א צאל ענליכע וועלטס ניגונים זענען אויך פון אים.


ר' יוסל האט פארפאסט יעדן שבת א נייעם ניגון ביז צו זיין פטירה עקד"ה. ווי זיין טאכטער שרייבט האט ער פארפאסט נישט ווייניגער פון 500 ניגונים, און עס איז שטארק מעגליך אז ס'איז אפילו איבער א טויזנט.


עס לאזט זיך זאגן מיט א ברייטקייט אז ר' יוסל האט ממש ווי געוועלטיגט אויף דער גאנצער ווהאלינער אומגעגנט, פשוטו כמשמעו; גאנץ אוקריינע איז געווען ווי אונטער דער שליטה פון זיינע ניגונים. דער נאמען 'ר' יוסל חזן' איז געווען שגור בפי כל, און ס'איז נישט געווען קיין חצר אין גאנץ ווהאלין וואו זיינע ניגונים זאלן זיך נישט האבן אריינגעכאפט לרוב. און דאס אויסער זיינע ניגונים וואס האבן זיך פארשפרייט ארום די גאנצע וועלט.


ר' יוסל איז נאך דער פטירה פון זיין רבין ר' דוד'ל טאלנער געפארן בעיקר קיין ראחמיסטריווקא צו הרה"ק ר' יוחנן זי"ע, און נאך זיין פטירה איז ער געפארן צו זיינע קינדער, ווי אויך קיין סטאלין - ווי אויבנדערמאנט. אין יענע יארן בעיקר האבן זיך זיינע ניגונים פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט.

אויב מ'קען זיך טרויען וואלט איך געזאגט אז ס'איז נישט געווען אין די גאנצע נגינה היסטאריע נאך אזא געשטעל פון אן איינצעלנער פערזאן וואס זאל אליינס 'דעזיינען' אן אופן אין נגינה און אזוי איבערנעמען די נגינה וועלט.

ר' יוסל איז אומגעברענגט געווארן על קידוש ה' אין יאר תרע"ט, ביים פאגראם אין שטאט נובימיראגראד אין אוקריינע.

אויסער אים זענען אויך געווען נאך מלחינים אין די טאלנער און אנדערע טשערנאבילער הויפן, וועלכע האבן אלע צוגעגעבן צו דעם אפטיילונג פון די חסיד'ישע נגינה וועלט.


ברסלב


די ברסלבער ניגונים וואס ציען זיך שוין פון דער תקופה פונעם נחל נובע מקור חכמה הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, זענען כולן כאחד געבויעט זייער השתפכות-הנפש'דיג און זענען אנגעפולט מיט תנועות פון השתפכות . די ניגונים פלעגן די ברסלבער חסידים זינגען ביים אפרעכטן תיקון חצות, און א גרויסע טייל פון זיי זענען אזוי געבויעט אז מ'קען זיי זינגען פאר זיך אליינס בעת התבודדות, וואס איז כידוע דער עיקר יסוד אין ברסלב.


עס איז דא בערך פופצן ניגונים וואס רבי נחמן האט זיי זיכער געזינגען אבער עס איז נישט קלאר באשטעטיגט אז ער זעלבסט האט זיי פארפאסט. עס איז יא אנגענומען ביי אסאך ברסלבער ידענים אז רבי נחמן האט פארפאסט דעם באקאנטן ברסלבער "אזמר בשבחין" , ווי אויך דער חלק פון "והא אזמין" און ווייטער פון דער זמר "בני היכלא" ביי שלש סעודות, אבער די איבעריגע ניגונים האבן נישט עכט קיין יחוס צו אים זעלבסט.


אנדערש ווי די פריערדערמאנטע הויפן וואו עס זענען געשאפן געווארן שווערע הונדערטער ניגונים, איז אין ברסלב דער נגינה אוצר געווען גאר קליין; עס זענען מסתמא נישט דא קיין גאנצע הונדערט ניגונים פארפאסט דורך ברסלבער חסידים ביז'ן קריג.

פון די אנדערע זייט האט ברסלב אויפגעטון גאר אסאך מיט'ן מנחיל זיין ניגונים פון צדיקי עליון מציקי תבל, ווען צוויי ניגונים אין ברסלב - די "אשת חיל" ניגון און די "אתה נגלית" ניגון - האט מחבר געווען הרה"ק ר' ברוך ממעזיבוז זי"ע וועלכער איז געווען רבי נחמן'ס פעטער, זיין מאמע'ס ברודער. עס איז באקאנט אז ער האט מחבר געווען דעם "אשת חיל" ניגון אויף די ווערטער פון "אתה נגלית" און די "אתה נגלית" ניגון אויף די ווערטער פון "אשת חיל", און רבי נחמן האט זיי ארומגעטוישט. אויך זענען דא אין ברסלב ניגונים וואס זענען מיוחס צום בעל שם הקדוש, צום מגיד הגדול און צום זלאטשובער מגיד , זכותם יגן עלינו.


דער קיעווער אוצר

פון דער תקופה פון הרה"ק ר' נתן מברסלב זי"ע זענען דא עטליכע ניגונים, וואס טייל פון זיי זענען בלויז באקאנט געווארן אביסל מער ווי צוואנציג יאר צוריק, מיט דער אנטדעקונג פון דער קיעווער אוצר - באקאנט אויפ'ן נאמען פון איר זאמלער 'שלמה זלמן אנסקי' (ראפאפארט). ער איז ליידער געווען א פרייער איד, א פארשער וואס האט זיך ארומגעדרייט ארום שטעט און דערפער און רעקארדירט פארצייטישע חסיד'ישע אידן פאר פערזענליכע צוועקן, אבער א געבענטשטע זאך איז ארויסגעקומען דערפון מיט'ן טרעפן אן אוצר אדיר פון פארגעסענע הייליגע ניגונים, וואס טייל פון זיי זענען פארצייכנט מיט'ן יחוס ווער עס האט עס פארפאסט אדער געזינגען. עס ווערן דערמאנט דארט צווישן אנדערע, דער הייליגער דגל זי"ע, דער הייליגער רוזשינער זי"ע, דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע און נאך.


ר' נתן האט געהאט א דערהויבענער חסיד ר' מאיר לייב הלוי בלעכער זצ"ל וועלכער האט פארפאסט א שיינע חלק פון די ברסלבער ניגונים וואס זענען היינט דא, צווישן אנדערע די וועלט באקאנטע ניגון אויף "עוז והדר לבושה" . ר' מאיר לייב האט פארפאסט פאר געוויסע זמירות פון די ימים טובים צוויי באזונדערע ניגונים - א שטייטע און א שנעלע; אויף "מעוז צור", "שושנת יעקב", "יום ליבשה" און "קרב יום".


הרה"ק ר' נחמן מטולטשין זי"ע - דער ממשיך דרכו פון ר' נתן, איז אויך געווען באקאנט מיט'ן נאמען 'ר' נחמן חזן מטולטשין', זייענדיג א בעל מנגן נפלא ווי אויך א פארפאסער פון ניגונים.

זיין תלמיד דער דערהויבענער חסיד ר' סענדר טראווהיצער זצ"ל האט צוגעלייגט א גרויסע קאפיטל צו די ברסלבער ניגונים און פארפאסט מורא'דיגע ניגונים וואס צענעמען דעם מענטש מיט זייערע השתפכות'דיגע תנועות .


קיין ברסלב זענען אויך אנגעקומען א צאל ניגונים פון ר' יוסעלע טאלנער. אין די דרייסיג-פערציג יאר פאר'ן קריג, ווען דער ברסלבער חסידות איז זיך צעוואקסן איבער גאנץ פוילן, זענען אנגעקומען אהין ניגונים פון אסאך הויפן, טייל פון זיי אזעלכע חצרות וואס זענען ליידער אינגאנצן פארטיליגט געווארן ביים ביטערן קריג און נאר אדאנק די ברסלבער חסידים זענען די ניגונים פארבליבן ביי אונז ביז היינט. די באקאנטע ברסלבער "תתקבל" ניגון האט דער חסיד ר' לוי יצחק בענדער זצ"ל געברענגט פון זיין שטאט גראדזשיסק און עס איז געווען א ניגון וואס דער גראדזשיסקער רבי האט געזינגען. דער חסיד ר' בנציון אפטער זצ"ל האט געברענגט ניגונים פון מאדזשיץ , און ר' שמואל מאיר אנשין זצ"ל האט געברענגט ניגונים פון זינקוב, געוויסע פון זיי זענען ניגונים מיוחס צו הרה"ק ר' יצחק מאיר מזינקוב זי"ע - זוהן פונעם הייליגן אוהב ישראל מאפטא זי"ע.


חסיד'ישע חזנים און קאמפאזיטארן פון ווהאלין:



אין צוגאב צו די רייכע אימפעריע פון ווהאלינער נגינה אין שפיץ פון ר' יוסל טאלנער, האט ווהאלין פראדוצירט גרויסע לייבן אינעם געשטעל פון חזנים וועלכע האבן מחדש געווען גרויסע מערכות און לאנגע פארצווייגטע קאמפאזיציעס. זיי זענען געווען דערהויבענע אידן און זייערע יצירות זענען געווען חביב ונערץ ביי צדיקי דורם. עס איז צום באמערקן אז די קאמפאזיציעס זענען אין טייל - אדער אפילו עפ"י רוב - דוקא מפורסם געווארן אין הויפן אינדרויסן פון ווהאלין, פארט דעקן מיר דעם קאפיטל דא צוליב וואס זיי האבן געוואוינט אין ווהאלין און דארט געשאפן די ניגונים.


ר' בצלאל אודעסער

דער ערשטער פון דעם סארט איז דער באקאנטער ר' בצלאל אודעסער ע"ה - גערופן על שם די שטאט אודעסא וואו ער האט געדינט אלס חזן רוב פון זיין לעבן. ר' בצלאל שולזינגער - ווי ער האט געהייסן אויף זיין משפחה נאמען - איז געווען א יוצא ונכנס ביי הרה"ק ר' מאיר מפרימישלאן זי"ע און שטארק מקורב ביי נאך צדיקי דורו.
ר' בצלאל איז מערסט באקאנט אין די חסיד'ישע וועלט מיט זיין מייסטער קאמפאזיציע אויף "אזי בשלישי" וואס מ'זינגט שבועות. דער ניגון איז געזינגען געווארן אין אוקריינע, און האט זוכה געווען צו א שטארקע פירסום אין גאליציע ווי אויך אין וויזניץ מיט יארן שפעטער.

ר' בצלאל האט אוועקגעשטעלט א דור פון ערליכע חזנים און חסיד'ישע בעלי מנגנים, און די הערליכע קייט פון מייסטער קאמפאזיטארן וואס האבן נאכגעפאלגט נאך אים ווערן נתלה לזכותו.


ר' ירוחם הקטן

דער חזן ר' ירוחם בלינדמאן ע"ה פון בארדיטשוב איז געווען מפורסם מיט זיין אצילות און יראת שמים, ער איז געווען שטארק ארויפגעקוקט און געשעצט ביי ערליכע אידן. ר' ירוחם איז געווען א תלמיד און דער אפיציעלער ממשיך פון זיין פארגייער ר' בצלאל אודעסער. מ'האט אים גערופן 'הקטן' צוליב זיין קליינע געשטעל.

פון ר' ירוחם איז געבליבן די הערליכע באבובער "על הניסים" פון די יעצטיגע ימי החנוכה. אויך זענען זיינע זאכן פארבליבן בירושה ביי די ברסלבער חסידים. ער איז אין ברסלב געווען אן איקאנישער דמות און געוויסע חלקים פון דער ברסלבער נוסח ימים נוראים זענען זיינע תנועות. צווישן אנדערע איז אין ברסלב פארהאן אפאר ניגוני התעוררות פון ר' ירוחם, וואס חותמם ניכר עליהן אז דאס קומט פון א הייליג קוואל; איינס פון זיי איז דער ניגון אויף "בת עמי לא תחשה" פון יום כיפור קטן און אויף די ווערטער "וביום השבת" פון תפלת מוסף לשבת.

סיי ר' בצלאל און סיי ר' ירוחם האבן זוכה געווען צו א זעלטענע אריכות ימים, ביז אין די ניינציגער יארן.


ר' זיידל ראוונער

דא קומען מיר אן צו איינע פון די באקאנטסטע נעמען אין חסיד'ישע נגינה, דער אויסגערופענער מלחין ר' יעקב שמואל מרגובסקי, המכונה בפי כל "זיידעלע ראוונער" על שם די שטאט ראוונע אין אוקריינע וואו ער האט געדינט אלס חזן.

ר' זיידל איז געווען א חידוש אין די נגינה וועלט מיט זיינע שווערע מערכות וואס ער האט צוגעשטעלט פאר רבי'שע הויפן. זיינע יצירות באשטייען פון לאנגע קאמפאזיציעס וואס זענען כמעט אוממעגליך אליינס נאכצוזינגען אן די הילף פון א קאפעליע אדער כלי שיר.


זיין באקאנטע "ויהי בנסוע הארון" וואס איז געווען מפורסם אין גאליציע און ווערט געזינגען עד היום אין וויזניץ, איז איינע פון די רייכסטע און שווערסטע פון איר סארט. פילע רעקארדירונגען זענען שוין ארויסגעגעבן געווארן דערפון, אבער ווי די פארשטייער געבן אן האט נאך קיינער נישט באוויזן דאס אראפצולייגן מיט אלע 4 סקעילס וויאזוי ער האט עס פארשריבן. [זיינע קאמפאזיציעס זענען געשאפן און געשריבן געווארן צו ווערן געזינגען מיט א כאר, און דערפאר זענען זיי געשריבן געווארן אז מ'זאל עס זינגען אויף אפאר אנדערע טענער בענעזאם.]


פיל פון זיינע ניגונים ווערן געזינגען ביז'ן היינטיגן טאג אין פארשידענע חסיד'ישע הויפן, ספעציעל האט זיך אין וויזניץ אנגעזאמלט א צאל פון זיינע ניגונים און מערכות, א שטייגער ווי "אמת ואמונה" פון שביעי של פסח. אין באבוב זענען אויך פארהאן פון זיינע קאמפאזיציעס .

עס זענען פארבליבן פון זיידל עטליכע ביכער פון נאטן, וואס א גרויסע טייל דערפון איז נאכנישט אזוי באקאנט, אויב בכלל.


נאך א באקאנטע נאמען פון יענע תקופה, איז דער חזן ניסן ספיוואק באוואוסט אלס ניסי בעלזער, וועלכער האט אויך איבערגעלאזט פילע יצירות אין חסיד'ישע הויפן. ער איז געווען א תלמיד פון ר' ירוחם הקטן. איינס פון די נאטן ביכער פון זיינע קאמפאזיציעס וואס האבן נישט געזען דעם אור עולם, האט געמאכט איר וועג קיין גור אין די אנהייב תר"ץ יארן - ארום פופצן יאר נאך זיין פטירה, און דארט האט מען זיך צוגעכאפט צום אוצר און עס באנייעט פאר געוויסע ניגונים פון ימים נוראים און שבועות.


חלק ב' - איבער די הויפן אין בוקאווינע, פוילן, גאליציע, אונגארן און רומעניע, וועט בע"ה נאכפאלגן





ניגונים פאר ארטיקל ח"א
לעצט פארראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום זונטאג יאנואר 08, 2023 3:23 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

שפראכלאז! אן אוצר מלא וגדוש!

אן עקסטערע יישר כח פאר די לינקס.

[ערשטע מאל איך זע הרב קליינמאן’ס פנים. ]
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
קנאק קנאק
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 2:04 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאק קנאק »

וואו!! מיט די לינקס איז די ווערד פין די ארטיקל אומשאצבאר!!!

שוין נישטא קיין תירוצים נישט צו קענען די אלטע רייכע ניגונים.
א ריזיגע שכח!
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

wow wow wow
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין…
קרעדיט יואב זינגערצווייג
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

קנאק קנאק האט געשריבן:
וואו!! מיט די לינקס איז די ווערד פין די ארטיקל אומשאצבאר!!!

שוין נישטא קיין תירוצים נישט צו קענען די אלטע רייכע ניגונים.
א ריזיגע שכח!
קען איינער ביטע איבערלייגן א לינק צו אלע ניגונים אין איין פאלדער, אין דרייוו אדער דראפבאקס.
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
א גרויסן שכח
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 08, 2022 7:04 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גרויסן שכח »

וואף!! זייער אינטרעסאנט און אינפארמאטיוו!
ממש א שלימות מיט די לינקס!
לענ"ד דארף מען עס קליפן אנהייב פינעם שירי קודש אשכול.
א גרויסן יישר כח הרב סטאוו!!!!!!! כה לחי!!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5648
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

חאטצקל האט געשריבן:
קוקט אויס די וואך וועלן מיר מוזן קויפן מאמענט..
פארוואס??
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4092
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

fiena nieas האט געשריבן:
חאטצקל האט געשריבן:
קוקט אויס די וואך וועלן מיר מוזן קויפן מאמענט..
פארוואס??
לבלר 51 טבת תשפ״ג.jpeg
לבלר 51 טבת תשפ״ג.jpeg (378.63 KiB) געזען 1866 מאל
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
פריש פון פריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 5:21 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריש פון פריש »

א גרויסען יישר כוח דער אוצר איז אומשאצבאר!! סטאוו דיין זכות איז גאר גרויס, עס ווערט דיר צוגעשריבען די זכות פון טוזינטער אידען וואס האבן א געפיל צו אלטע פארצטיישע ניגונים, און וויאויך צו אסאך פרישע אינגעלייט זאלען האבן ניגונים מיט וואס צו גיין צום טיש יישר כח וחילך לאורייתא
פרישער פון פריש איז אייביג גוט צו זיין, עס ברענגט נאר פרישקייט!!!!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אנריל סערוויס מיט די לינקס. א געוואלדיגע ייש"כ!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

חיים שטיין האט געשריבן:
קנאק קנאק האט געשריבן:
וואו!! מיט די לינקס איז די ווערד פין די ארטיקל אומשאצבאר!!!

שוין נישטא קיין תירוצים נישט צו קענען די אלטע רייכע ניגונים.
א ריזיגע שכח!
קען איינער ביטע איבערלייגן א לינק צו אלע ניגונים אין איין פאלדער, אין דרייוו אדער דראפבאקס.
גאמ צי ביידע
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ערעב איד האט געשריבן:
חיים שטיין האט געשריבן:
קנאק קנאק האט געשריבן:
וואו!! מיט די לינקס איז די ווערד פין די ארטיקל אומשאצבאר!!!

שוין נישטא קיין תירוצים נישט צו קענען די אלטע רייכע ניגונים.
א ריזיגע שכח!
קען איינער ביטע איבערלייגן א לינק צו אלע ניגונים אין איין פאלדער, אין דרייוו אדער דראפבאקס.
גאמ צי ביידע
עס נעמט א געוואלד פון צייט, ס'טוט זיך נישט אזוי איינס צוויי

---
אדרבה אויב איינער וויל זיך מתנדב זיין און דאונלאודען אלע פיילס און זיי רינעימען מיט נומערן און סימנים ווי זיי קומען וועט עס זיין א תועלת גדול
(מ'רעדט פון 78 פיילס!)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35594
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
*
ריזיג אהערגעשטעלט! אויסערגעווענליך.

כ'דארף צייט דאס אפצולייענען און אויסהערן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכלית הידיעה שלא נדע »

איז ר' שמואל זלמן א זוהן פון הרב ר' אהרן הערש?
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6489
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

WOW WOW WOW

אזא אוצר!
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

הארציגן יישר כח הרב סטאו פאר די לינקס

איך האב עס געליינט אין שטובל אבער מיט די לינקס איז עס א פנים חדשות

----

נישט געוויסט אז די 2 פעלער ניגון וואס מען זינגט ביי א וואכעדיגע ראש חודש הלל איז שמו מפארים א ניגון פון רבי מענדל מרימינוב

דער כאיל תערוג פון צמח צדק הערט זיך א ווארימע ניגון

קיינמאל געהערט ר יוסל טאלנער׳ס טאנץ ניגון

הרב קולא׳ס הי"ד טאנץ ניגון איז מיין פעוואריט ניגון עס שפריצט אריין שטיקער שמחה, זאל עס זיין א זכות פאר אים בעולם העליון

ווער האט מחבר געווען ארוממך השם פון קארלין?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ערעב איד האט געשריבן:
חיים שטיין האט געשריבן:
קנאק קנאק האט געשריבן:
וואו!! מיט די לינקס איז די ווערד פין די ארטיקל אומשאצבאר!!!

שוין נישטא קיין תירוצים נישט צו קענען די אלטע רייכע ניגונים.
א ריזיגע שכח!
קען איינער ביטע איבערלייגן א לינק צו אלע ניגונים אין איין פאלדער, אין דרייוו אדער דראפבאקס.
גאמ צי ביידע
עס נעמט א געוואלד פון צייט, ס'טוט זיך נישט אזוי איינס צוויי

---
אדרבה אויב איינער וויל זיך מתנדב זיין און דאונלאודען אלע פיילס און זיי רינעימען מיט נומערן און סימנים ווי זיי קומען וועט עס זיין א תועלת גדול
(מ'רעדט פון 78 פיילס!)
אפדעיט: וואלענטירן ארבעטן שוין אויף דעם

יישר כח פאר די וואס האבן אנגעבאטן הילף פריוואט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

תכלית הידיעה שלא נדע האט געשריבן:
איז ר' שמואל זלמן א זוהן פון הרב ר' אהרן הערש?
יא
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
סעקרעטאר
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע:אין אפיס

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקרעטאר »

WOW
באמת א מייסטער ארבעט!
מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די צווייטע האלב פאר די אונגארישע ניגונים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מצב כללי האט געשריבן:
הארציגן יישר כח הרב סטאו פאר די לינקס

איך האב עס געליינט אין שטובל אבער מיט די לינקס איז עס א פנים חדשות

----

נישט געוויסט אז די 2 פעלער ניגון וואס מען זינגט ביי א וואכעדיגע ראש חודש הלל איז שמו מפארים א ניגון פון רבי מענדל מרימינוב

דער כאיל תערוג פון צמח צדק הערט זיך א ווארימע ניגון

קיינמאל געהערט ר יוסל טאלנער׳ס טאנץ ניגון

הרב קולא׳ס הי"ד טאנץ ניגון איז מיין פעוואריט ניגון עס שפריצט אריין שטיקער שמחה, זאל עס זיין א זכות פאר אים בעולם העליון

ווער האט מחבר געווען ארוממך השם פון קארלין?
א דאנק פאר די פיעדבעק

-----

וועלעכע ארוממך? אויב רעדסטו פון די שטייטע מורא'דיגע ניגון, ווערט עס דערמאנט אין די ערשטע אינטערוויא וואס חסידים האבן געהערט ביים באגרעבעניש צערעמאניע פונעם צאר ניקולאי ימ"ש
געווען באשריבן אין עתיקין 10 (כסלו תשפ"ב)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
הארציגן יישר כח הרב סטאו פאר די לינקס

איך האב עס געליינט אין שטובל אבער מיט די לינקס איז עס א פנים חדשות

----

נישט געוויסט אז די 2 פעלער ניגון וואס מען זינגט ביי א וואכעדיגע ראש חודש הלל איז שמו מפארים א ניגון פון רבי מענדל מרימינוב

דער כאיל תערוג פון צמח צדק הערט זיך א ווארימע ניגון

קיינמאל געהערט ר יוסל טאלנער׳ס טאנץ ניגון

הרב קולא׳ס הי"ד טאנץ ניגון איז מיין פעוואריט ניגון עס שפריצט אריין שטיקער שמחה, זאל עס זיין א זכות פאר אים בעולם העליון

ווער האט מחבר געווען ארוממך השם פון קארלין?
א דאנק פאר די פיעדבעק

-----

וועלעכע ארוממך? אויב רעדסטו פון די שטייטע מורא'דיגע ניגון, ווערט עס דערמאנט אין די ערשטע אינטערוויא וואס חסידים האבן געהערט ביים באגרעבעניש צערעמאניע פונעם צאר ניקולאי ימ"ש
געווען באשריבן אין עתיקין 10 (כסלו תשפ"ב)
ניין

ביי ר אברהם אלימלך פון קארלין לייגסטו א מודזשיצער ניגון עס איז די שנעלע ארוממך השם ניגון וואס איך קען אלס קארלינער ניגון

דו רופסט עס מודזיץ מיין שאלה איז ווער אין מודזיץ האט עס מלחין געווען
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”