מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מצב כללי האט געשריבן:

ניין

ביי ר אברהם אלימלך פון קארלין לייגסטו א מודזשיצער ניגון עס איז די שנעלע ארוממך השם ניגון וואס איך קען אלס קארלינער ניגון

דו רופסט עס מודזיץ מיין שאלה איז ווער אין מודזיץ האט עס מלחין געווען
(דאכט זיך א שמחה לארצך פון) אמרי שאול זצ"ל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
אפדעיט: וואלענטירן ארבעטן שוין אויף דעם

יישר כח פאר די וואס האבן אנגעבאטן הילף פריוואט
יישר כח.
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35596
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
דאס איז די ריכטיגע לינק? אין רוסיש? דאס איז דאך גאר אן אנדערער ווי ר' דוד מאיר זינגט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

farshlufen האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
דאס איז די ריכטיגע לינק? אין רוסיש? דאס איז דאך גאר אן אנדערער ווי ר' דוד מאיר זינגט.
טעות
עפעס איז נישט מסודר ביי מיינע נח"ח אלבומ'ס - נישט ריכטיג די נעמען

---

אפדעיט: פארראכטן די לינק אבער גראדע זעה איך אז זיי רופן יא דעם רוסישן ניגון דודאלע איז לאז איך עס דא צוטירטערהייט..
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5649
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
תכלית הידיעה שלא נדע האט געשריבן:
איז ר' שמואל זלמן א זוהן פון הרב ר' אהרן הערש?
יא
פון למען אחי?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

fiena nieas האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
תכלית הידיעה שלא נדע האט געשריבן:
איז ר' שמואל זלמן א זוהן פון הרב ר' אהרן הערש?
יא
פון למען אחי?
פון למען אחי איז זיין פעטער, ער הייסט אויך שמואל זלמן מיין איך...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
תכלית הידיעה שלא נדע האט געשריבן:
איז ר' שמואל זלמן א זוהן פון הרב ר' אהרן הערש?
יא
פון למען אחי?
פון למען אחי איז זיין פעטער, ער הייסט אויך שמואל זלמן מיין איך...
ר' שמואל זלמן פון למען אחי איז א קאזין פון ר' אהרן הערש שליט"א (ער האט אויכט א ברודער להבחל"ח ר' אהרן הערש ז"ל וואס איז אוועק אנהייב קאראנע)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע:עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

אין די לעצטע תקופה פאר'ן קריג איז אויפגעשטאנען אין דער סטאלינער הויף ביי הרה"ק ר' משה'לע זי"ע הי"דדער לעגענדארער מלחין ר' ישראל יודא קולא הי"ד- דער שו"ב פון קאברין, וועלכער האט פארפאסט ניגונים אויפ'ן קארלינער שטייגער פונקט ווי זיינע פארגייער, און טייל פון זיינע ניגונים ווערן געזינגען איבער די גאנצע וועלט .

אין הויף פון הרה"ק ר' אברהם אלימלך מקארלין זי"ע הי"דאיז נישט געווען קיין געהעריגער מלחין, דערפאר האט מען אין יענע תקופה גענומען ניגונים פון דער פרעמד, בעיקר מאדזשיצער ניגונים וועלכע זענען אריין אין די קארלינער נגינה-ביכער. איין יאר ווען מען האט נישט עספיעט צו ברענגען א נייעם ניגון אויף ראש השנה, האט ר' אברהם אלימלך זי"ע איינגעשפארט אלע בעלי מנגנים אין א צימער און זיי געזאגט: "איר גייט נישט ארויס פון דא אן א נייעם ניגון"... דער ענין פון דוקא האבן נייע ניגונים אויף ראש השנה, אין יעדן הויף אויף זיין שטייגער, איז געווען א באקאנטע עבודה ביי צדיקים און פילייכט ליגט דערין עפעס העכערס.
צוויי נקודות.

1) דער ניגון וואס ווערט געברענגט דא פון ר' ישראל יודא קולא הי"ד האט א אינטרעסאנטע מעשה. ער איז געגאנגען אויף די גאס אין סטאלין ערש"ק און ס'איז אים איינגעפאלען א לידל "אידן קויפן פיש לכבוד שבת קודש" און ס'געבליבען לדורות (פארשטייטזאך אן ווערטער, סטאלין בלייבט סטאלין). געהערט פון א אייניקל פון זיין ברודער.

2) בנוגע צו מאדזשיצער ניגונים אין קארלין. דער הייליגער פראנקפורטער זי"ע פלעגט אמאל אויכעט נעמען פון אנדערע הויפען אריינגערעכנט מאדזשיץ. דער קאפעליע פלעגט אים ברענגען נאטען פון איבעראל און ווען עפעס איז אים שטארק געפאלען פלעגט ער מאכען א "קנין" אויף דעם מיט עטליכע שינויים.

3) די "ווערטער" פון ארוממך איז צוגעלייגט זאת חנוכה תשס"א אין חצה"ק פינסק קארלין. די טיש איז געווען א סעודת הודאה נאכדעם וואס מרן בעל ארחות אהרן זי"ע איז געווען זייער נישט געזונט און איז נישט געווען א לאנגע צייט צווישן די ציבור (ר"ה אין איכילוב שפיטאל וכו'). ס'ליידער כבר נגזרה גזירה און נאך פסח איז ער אוועק, אבער מ'זינגט ווייטער.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יישר כח.
----

דער ציבור וועט מיר מיזן אנטשולדיגן, ח"ב איז אסאך לענגער (איבער דאפעלט פון ח"א) און אזוי אויכט האט עס אסאך מער ניגונים, איז הן ס'דויערט אזאך צייט און הן די קערעקטער לימיט איז 60000 פער תגובה, און מיט אלע דראפבאקס לינקס ווערט צוגעלייגט אסאך אומנויטיגע קערעשטערס אבער ס'ערלויבט מיר נישט עס צו מאכן אלעס אין איינס.

איז גיי מיר עז צעטיילן אין צוויי אדער דריי ארטיקלען און ער ארויסלייגן אין די קומענדיגע טעג

ערשטע טייל וועט בע"ה זיין באלד
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בס"ד
דריטע פון דריי ארטיקלען (ערשטע טייל פון דריי אדער פיר)
דער ארטיקל - ח"ב שפאציר ארום די חסיד'ישע הויפן

לינק צים פי די עף פינעם שטיבל אויסגאבע

פארגאנגענע וואך האבן מיר געשריבן איבער דער שאפונג פון חסיד'ישער נגינה ביים הייליגן בעל שם ותלמידיו זי"ע. נאכדעם האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויף א שפאציר ארום די פארצייטישע הויפן; מיר האבן אנגעהויבן אין חב"ד, פון דארט קיין קארלין, סלונים, די טשערנאבלער הויפן, ברסלב, און ארומגערעדט פון נגינה אין יענע געגנטער אין אלגעמיין. אצינד גייען מיר ווייטער אויפ'ן שפאציר. מיר הייבן אן אין די בוקאווינע הויפן, פון דארט קיין פולין, גאליציע און אונגארן.

רוזשין

דער הייליגער רוזשינער זי"עהאט פארפאסט ניגונים וואס זענען שטארק פארהייליגט אין די רוזשינער הויפן, טייל פון זיי ווערן געזינגען אויסשליסלעך ביי די רביים, די אייניקלעך פון הייליגן רוזשינער. די ניגונים זענען עפ"י רוב תנועות פון דבקות און העכערקייט .

בנוסף צו דעם זענען פארהאן באקאנטע וועלט'ס ניגונים וואס זענען מיוחס צום הייליגן רוזשינער זי"ע. אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער באקאנטער ניגון ההשתפכות, באקאנט איבער דער וועלט מיט'ן נאמען "דער רוזשינער ניגון" , איז נישט עפעס וואס איז דורך מדור דור ביי די רביים - ווי די אנדערע הימלישע תנועות וואס זענען כולם קודש און ווערן געזינגען נאר אין גאר ספעציעלע זמנים ביי די רבי'ס - נאר איז מפורסם געווארן איבער דער וועלט ווען הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע איז ארויסגעקומען פון ראמעניע, און ער האט עס דערמאנט פאר די רוזשינער רבי'ס פון דאן.

פון צווישן די קינדער און אייניקלעך פון הייליגן רוזשינער זי"ע איז נישט באקאנט ס'זאל האבן געווען נאך מלחינים. הגם ס'זענען דא נאטן וואס זענען פארצייכנט אלס ניגונים פון הרה"ק בעל קדושת אהרן מסאדיגורא זצ"ל .

אבער אין די הויפן פון די רוזשינער רבי'ס זי"ע זענען אויפגעשטאנען עטליכע גאר גרויסע נגינה לייבן וואס האבן פארפאסט אומצאליגע ניגונים, וואס זענען פארשפרייט געווארן איבער דער גאנצער חסיד'ישער וועלט.

טשארטקוב - ר' מאניש חזן הי"ד

אין הויף פון הרה"ק ר' דוד משה מטשארטקוב זי"ע האט געדינט אלס חזן דער גרויסער חסיד, דער הפלא'דיגער מלחין ובעל מנגן ר' מאניש לאה'ס, ר' מאניש האט פארפאסט אומצאליגע ניגונים פונעם שענסטן סארט, צווישן זיי דעם וועלט-באקאנטן ניגון וואס מ'זינגט אויף 'וראה בנים' ביי בר מצוה'ס. אויך דער ניגון באקאנט אין דער וועלט אלס דער ליובאוויטשער 'דאקשיצער ניגון' האט ר' מאניש פארפאסט, און איז געזונגען געווארן אויף מנוחה ושמחה .

ר' מאניש איז אויך באקאנט אין דער וועלט מיט זיין מייסטער יצירה אויף 'ברח דודי' פונעם פיוט ליו"ט פסח. דער ניגון, וואס איז איינער פון די שענסטע קאלירפולע ניגונים וואס זענען פארהאן, איז ארויסגעקומען אויפ'ן הערליכן אלבום 'ברח דודי' וואס די פאסטען פאמיליע האט ארויסגעגעבן. דער ניגון ענדיגט זיך מיט צוויי פרייליכע פעלער אויף די ווערטער 'בגלל אבות תושיע בנים' וואס ווערט אויך געזונגען אלס א באזונדערער ניגון.

פילע ענליכע יצירות פון דעם סארט האט ר' מאניש פארפאסט, אבער זיי זענען לדאבוננו פארלוירן געווארן אין דער ביטערער קריג וואו ר' מאניש איז אומגעקומען עקד"ה, הי"ד.

הגאון ר' מאיר שפירא זצ"לראש ישיבת חכמי לובלין, וואס האט זעלבסט פארפאסט ניגונים , האט אויך געהאט א גרויסער חלק אין דאס פארשפרייטן טשארטקובער ניגונים, זייענדיג א געווייקטער טשארטקובער חסיד.

באיאן - ר' פיניע חזן

צום הייליגן פחד יצחק זי"ע איז אין יאר תרס"ב אנגעקומען דער גרויסער חזן ר' פנחס ספעקטור ע"ה, וואס האט ביז דאן געדינט אין דעם כאר פונעם חזן ר' ניסי בעלזער אין בארדיטשוב. דער פחד יצחק איז געווארן שטארק איבערגענומען פון ר' פיניע, און האט איהם געבעטן צו פארבלייבן אלס דער חזן קבוע אין זיין הויף. ווען דער פחד יצחק איז אנטלאפן קיין וויען אין די יארן פון דער ערשטער וועלט קריג, איז ר' פיניע מיטגעפארן מיט אים. נאך דער הסתלקות פונעם פחד יצחק איז ר' פיניע אריבער צום הויף פון זיין זון ר' ישראל פון באיאן-לייפציג זי"ע, ווי ער האט אויך געדינט אלס משב"ק און תורה שרייבער. שפעטער איז ער אריבער וואוינען קיין טשערנאוויץ צום הויף פון ר' מנחם נחום פון באיאן-טשערנאוויץ זי"ע, וואו ער איז פארבליבן ביז צו זיין פטירה אין יאר תשי"א.

ר' פיניע האט פארפאסט ספעציעל לאנגע און שיינע קאמפאזיציעס . ער האט פארפאסט דריי גאר לאנגע יצירות [פון בערך א האלבע שעה!] אויף ברח דודי , פאר ביידע טעג פסח און פאר שבת חוה"מ, אלע פון זיי לאנגע מערכות מיט גאר קונצליכע תנועות. ער האט אויך פארפאסט וועלט-באקאנטע ניגונים - דער באקאנטער סקולענער 'עולו אושפיזין' איז פון אים.

ביי די חובבי נגינה איז ר' פיניע ברייט באקאנט מיט זיינע אויסטערלישע יצירות א שטייגער ווי דער 'ועל הניסים' און 'מזמור שיר' פון חצה"ק וויזשניץ. ר' פיניע האט אויך איבערגעלאזט א גרויסע ירושה פון נאטן, וואס זענען מיט די יארן אויפגעשפילט געווארן .

סקולען

א הייליג קאפיטל אין דער חסיד'ישער נגינה-וועלט איז געשריבן געווארן גאר לעצטנס דורך האדמו"ר בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע ובנו האדמו"ר ר' ישראל אברהם זי"ע. זייענדיג חסידים דבוקים אין די אדמורי"ם לבית רוזשין, זענען די סקולענער ניגונים פארפאסט געווארן בהשראה אויף דעם שניט. דער הייליגער סקולענער רבי ר' אליעזר זוסיא זי"ע איז געווען א שטיק דבקות און קאך, און זיינע ניגונים זענען אלע אזוי געשאפן געווארן. פון גאר שטייטע ביז גאר שנעלע ניגונים, הצד השוה שבכולן, אז ס'איז אלעס מיט תנועות פון דבקות און געגועים .

די אייגנארטיגקייט פון די סקולענער ניגונים איז עפעס וואס רעדט צו יעדן; עס איז נישטא קיין אידישע שטוב וואו די סקולענער ניגונים ווערן נישט געזינגען לרוב. א געוואלד פון וועלט'ס ניגונים ווי 'ליהודים היתה אורה' , 'וביום השבת' , 'אודה השם' , 'וטהר לבנו' , 'חסדי השם כי לא תמנו' , 'ימים על ימי מלך תוסיף' , ועוד ועוד, זענען אלע פארפאסט געווארן בקדושה דורך די סקולענער רבי'ס זי"ע.

בנוסף צו זיינע אייגענע ניגונים, האט דער נועם אליעזר אסאך אויפגעטון מיט'ן מנציח זיין אלטע הייליגע רוזשינער ניגונים, וואס זייענדיג א מיטב נגן האט ער געדענקט א געוואלד, און זיי צוריקגעברענגט און אויפגעפרישט נאך וואס ער איז ארויסגעקומען פון אונטער די קאמוניסטישע גראטעס, ארום 15 יאר נאך דער קריג.

קאסוב - וויזניץ

די גאלדענע נגינה-קייט אין די קאסובער און וויזניצער הויפן ציט זיך נאך זינט די צייטן פון הייליגן בעל שם הקדוש. הרה"ק ר' יעקב קאפיל חסיד זי"ע, דער אבי השושלת, האט געדינט אלס בעל תפלה ביים הייליגן בעל שם און ער האט מנסח געווען דעם וויזניצער נוסח.

טייל ניגונים וואס מ'זינגט אין וויזניץ ביז'ן היינטיגן טאג קומען פון יענער תקופה; די ניגונים פון 'בני היכלא' און 'יום ליבשה' האט, לפי המקובל, הרה"ק ר' ישעי' מדינאוויץ זי"ע געשיקט פאר זיין חבר ר' קאפיל חסיד.

פון זיין זון הרה"ק בעל אהבת שלום מקאסוב זי"ע זענען מקובל עטליכע ניגונים און נוסחאות פון די הייליגע טעג.

זמרת הארץ

דער הייליגער אהבת ישראל זי"ע האט געהאט א גרויסע עבודה מיט'ן מטהר זיין ניגונים פון גוים. ער האט געטייטשט דעם פסוק פון פארגאנגענער וואך "קחו לכם מזמרת הארץ" - נעמט די זמירות פון די גוים און ברענגט עס אריין צו דער קדושה… עס זענען דא היינט א שיינע צאל ניגונים אין וויזניץ וואס מקורם איז פון די גוים. איינער פון זיי איז דער באקאנטער ניגון "אוי וויי, אוי הייליגער שבת, אוי שבת שבת קודש..." אויך זיין זון דער אמרי חיים זי"ע האט אריינגעברענגט ניגונים פון אינדרויסן. עס וויל זיך צומאל נישט גלייבן ווען מען הערט וועלכע ניגונים עס שטאמען אלץ פון פרעמדע קוועלער, און זענען געהייליגט געווארן דורך די צדיקים. דער הייליגער ניגון, שטארק באקאנט איבער דער וועלט, דער וויזניצער 'השבת נועם הנשמות' , האט דער אמרי חיים געהערט פון א שפילער אין וויזניץ און עס ארויפגעלייגט אויף 'השבת'; דער געוואלדיגער ניגון "אברכה את השם בכל עת" , איז געווען א טעאטער ניגון.

ר' ניסן יוסט הי"ד

דאס גרעסטע קאפיטל אינעם וויזניצער נגינה-בוך געהערט צום דערהויבענעם חסיד פון הייליגן אהבת ישראל, און שפעטער פון זיינע גרויסע קינדער זי"ע, הרה"ח ר' ניסן יוסט הי"ד. ר' ניסן איז געווען א דורכגעווייקטער חסיד'ישער איד מיט'ן גאנצן וויזניצער נוסח.

לויט ווי די לעגענדע גייט, איז ר' ניסן קודם געווען א דזשיקובער חסיד און בעל תפלה ביי הרה"ק העטרת ישועה מדזשיקוב זי"ע וואס איז געווען א שוואגער מיט'ן אהבת ישראל. איינמאל האט דער אהבת ישראל געוויילט אויף שבת ביי זיין שוואגער דער עטרת ישועה, און ר' ניסן האט ווי געווענליך געדאוונט פאר'ן עמוד, דער אהבת ישראל איז אויסגעגאנגען פאר התפעלות פון ר' ניסנ'ס דאווענען, און האט געבעטן דעם עטרת ישועה צי ער וואלט אים געקענט שענקען זיין בעל תפלה. פינקטליך די פרטים וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען איז מיר נישט באקאנט, אבער א צייט שפעטער איז ר' ניסן שוין געווען אין וויזניץ און האט אנגעהויבן פארפאסן הונדערטער הערליכע און ווארעמע ניגונים .

ר' ניסן האט יעדן ראש השנה פארפאסט צוויי ניגונים: א מארש אויף 'לכה דודי' און א פרייליכער ניגון אויף 'והיו למשיסה' . באזונדער האט ער פארפאסט יעדן פסח א נייעם ניגון אויף 'מנוחה ושמחה' , עס זענען פארבליבן היינט אכט פון זיינע מנוחה ושמחה'ס . הרה"ח ר' יצחק אונגאר הי"ו - וואס האט אליינס פארפאסט גאר פארצייטישע ניגונים (דער מורא'דיגער ניגון 'ושויתי השם' צווישן זיי) און האט מחבר געווען דריי מנוחה ושמחה'ס אויפ'ן פארצייטישן וויזניצער שטייגער - האט פארציילט, אז ר' ניסן האט פארפאסט 40 מנוחה ושמחה'ס אין לויף פון די יארן.

דער אמרי חיים זצ"ל

ווי דערמאנט, האט דער הייליגער אמרי חיים זי"ע ממשיך געווען אינעם דרך פון זיין טאטן און אריינגעברענגט ניגונים פון אינדרויסן אל הקדושה. בנוסף לזה, איז דער אמרי חיים געווען א בעל מנגן נפלא, ער האט אויפגעכאפט ניגונים - קאמפליצירטע צי פשוט'ע - מיט בלויז איינמאל זיי הערן. דער אמרי חיים האט ליב געהאט א גוטן ניגון פון סיי וואו, און א ניגון וואס ער האט געהערט און עס איז אים געפאלן האט ער אריינגעברענגט קיין וויזניץ. אפילו עטליכע ספרדי'שע ניגונים האט דער אמרי חיים אפירגענומען, נאך וואס ער האט זיי געהערט פון ספרדי'שע אידן וועלכע ער האט מכבד געווען מיט א ניגון ביי זיין טיש. אסאך פון די ניגונים וואס דער אמרי חיים האט געזונגען זענען דערנאך באקאנט געווארן און געזונגען געווארן איבעראל. מ'קען געבן אסאך דוגמאות פון וועלט'ס ניגונים וואס זענען דורך אים מפורסם געווארן. דער באקאנטער ניגון אויף 'קרב יום' האט דער אמרי חיים געהערט פונעם ברסלב'ער חסיד ר' בנציון אפטער זצ"ל; דער וועלט'ס 'בצאת ישראל' פונעם אמרי שאול ממאדזשיץ זצ"ל, איז באקאנט געווארן איבער דער וועלט דורכ'ן אמרי חיים, און אזוי זענען דא נאך אסאך ניגונים.

באזונדער האט דער אמרי חיים אריינגעברעגט קיין וויזניץ שווערע, לאנגע ניגונים ווי די מערכות פון ר' זיידל ראוונער און ר' פיניע חזן. דער גורער מייסטער קאמפאזיטאר ר' יענקל תלמוד ע"ה האט אויך איבערגעלאזט אפאר ניגונים אין וויזניץ, זייענדיג אן אפטער גאסט ביי די טישן פונעם אמרי חיים. דער אמרי חיים זעלבסט האט אויך פארפאסט אפאר ניגונים.

נאך באקאנטע נעמען פון חסיד'ישע אידן וואס האבן פארפאסט ניגונים אין די קאסובער און וויזניצער הויפן לדורותיהם זענען: ר' קלמן זינגער ע"הביים הייליגן צמח צדיק זי"ע; ר' יוסף ברעכער ע"הביי הרה"ק בעל לקט עני מקאסוב זי"ע; ר' וועלוול שימשאוויטשביים הייליגן אהבת ישראל. אויך דער גרויסער חסיד ר' בעריש ווישעווער הי"ד, איבער וועם מיר וועלן מרחיב זיין שפעטער, האט פארפאסט אסאך ניגונים אין הויף פונעם אהבת ישראל און ביי זיין זון דער ווישאווער רב זצ"ל. אין אנטניא איז געווען דער חזן ר' ישראל שטיינפרעס ע"הוואס האט פארפאסט וויזניצער ניגונים, איינער פון זיינע ניגונים איז דער באקאנטער, לאנגער וויזניצער 'רחם' ("אוי רחם, רחם רחם, בחסדיך…"). הגה"צ ר' אשר יונה וויינבערגער זצ"להאט אויך פארפאסט א צאל ניגונים פאר'ן וויזניצער הויף, איינער פון זיי איז דער וועלט-באקאנטער ניגון אויף 'אנת הוא זן לכולא' .

נאך א נאמען וואס איז ווערד צו דערמאנען דא, טראץ וואס מיר גייען ארומרעדן פון אים שפעטער במקומו הראוי, איז הרה"ק ר' אשר ישעי' מרימנוב זי"עדער זון פונעם הייליגן אמרי נועם מדזשיקוב זי"ע וואס זייענדיג א שוואגער פונעם אהבת ישראל האט ער איבערגעלאזט א געוואלד פון הערליכע און קלאסישע ניגונים אין וויזניץ, בעיקר וואלסן און מארשן ווי זיין שטייגער איז געווען, אזוי אויך דריי גאר שיינע און לאנגע ניגונים אויף 'מעוז צור' .

פולין
ווארקא - אלכסנדר

מיר לאזן זיך אצינד ארויס אויף א ווייטער רייזע קיין פולין וואו מיר גייען כאפן א שפאציר ארום די ארטיגע הויפן, און פראבירן צו דערשנאפען און באקומען א שטיקל בילד איבער דער ארטיגער נגינה-וועלט.

ווען מען הערט דאס ווארט פולין אינאיינעם מיט נגינה פירן די מחשבות נאטירלעך קיין מאדזשיץ אדער גור, ווארום אין די צוויי הויפן האבן זיך געשאפן ניגונים פון אלע סארטען אין די טויזנטער. מיר וועלן אבער נישט אויסלאזן די ווארקא און אלכסנדר הויפן, וואס טראץ זייער תחום אין נגינה איז נישט געווען דאס וואס ס'איז געווען אין מאדזשיץ און גור, איז אבער דער מהלך הנגינה זייערער גאר הייליג און טייער, און די הארציגע און השתפכות'דיגע ניגונים דרינגען אריין טיף טיף אין אידישע הערצער, און לאזן איבער דעם מענטש מיט א געוואלדיגן רושם.

די הארציגע ווארקא ניגונים , וואס גייען נאך צוריק צו די צייטן פונעם אלטן רבי'ן פון ווארקי זי"ע, זענען כולם כאחד ניגונים וואס לאזן דעם מענטש זיך אויסגיסן דאס הארץ צום באשעפער אין הימל מיט גרויסע כיסופים בתפלה ותחנונים; די ווארקער ניגונים האבן א געוואלדיגער כח המעורר אין זיך. זיי זענען עפ"י רוב ניגונים פון דריי פעלער.

הרה"ק ר' מנחם מענדל מווארקא זי"ע, איז מקובל אין די ווארקער הויפן אז ער האט פארפאסט ניגונים. דער מורא'דיגער ווארקער 'בני היכלא' ניגון איז צווישן זיי. דעם ניגון האט דער אמרי חיים פון וויזניץ געהערט און עס ארויפגעלייגט אויף 'צור משלו' מיט שינויים און עס ווערט טאקע געזונגען אין וויזניץ עד היום אויף צור משלו.

די אלכסנדר רבי'ס זכותם יגן עלינו זענען נישט געווען קיין בעלי מנגנים. ביים אלטן רבי'ן הרה"ק ר' יחיאל מאלכסנדר זי"ע אין הויף איז נפטר געווארן דער בעל תפלה און די רבי איז געווען בדאגה איבער א נייעם בעל תפלה, ווען ער האט זיך אין יענער תקופה באגעגנט מיט הרה"ק ר' יחיאל מאיר מגאסטאנין זי"ע האט ער זיך אויסגערעדט דאס הארץ פאר אים אויף וואס דער גאסטאנינער רבי האט אים געזאגט ער זאל זיך נישט זארגן, ער וועט אים אריבערשיקן א בעל תפלה איינס אין דער וועלט. און אזוי איז טאקע געווען - אויף די קומענדיגע ימים נוראים איז אנגעקומען צום אלכסנדר הויף דער גרויסער חסיד, דער מלחין בחסד עליון ר' יעקב פראגער ע"ה.

מיט ר' יעקב'ס אנקום האט זיך געעפנט א ניי קאפיטל אין דער אלכסנדר נגינה. די ווארקער ניגונים זענען ווייטער געבליבן הייליג און טייער, אבער בנוסף צו זיי, האבן אנגעהויבן קומען א שפע פון נייע ניגונים; שטייטע ווארעמע און שנעלע פרייליכע. אין דער וועלט זענען נאך היינט דא א שיינע פאר ניגונים וואס ר' יעקב האט פארפאסט, חוץ פון די צענדליגער ניגונים וואס זענען געבליבן בירושה אינעם אלכסנדר הויף. איינער פון ר' יעקב'ס ניגונים איז א ניגון וואס איז וועלט-באקאנט אויף 'ישמחו במלכותך' , אויך באקאנט אלס א הקפה ניגון אין גאליציאנער הויפן. ווי אויך דער פרייליכער טאנץ-ניגון וואס מ'האט געזונגען ביי דער גרויסער חתונה אין מונקאטש פאר דער קריג, און כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א טאנצט אויף דעם מצוה טאנץ.

ר' יעקב איז געווען דער בעל תפלה און ניגונים פארפאסער ביז צו זיין פטירה אינמיטן די צייטן פון הייליגן ישמח ישראל זי"ע.

ווען הרה"ק בעל עקדת יצחק הי"ד האט איבערגענומען די כסא האדמורו"ת פון זיין טאטן הרה"ק בעל תפארת שמואל זי"ע, איז אויפגעשטאנען אין אלכסנדר הויף דער חסיד ר' געציל זיידה. ר' געציל איז געווען א תלמיד פון ר' יעקב פראגער, און האט ממשיך געווען מיט'ן פארפאסן ניגונים אינעם אלכסנדר הויף ביז צו זיין אומקום עקד"ה אין דער ביטערער וועלט מלחמה.

ר' געציל האט פארפאסט עטליכע וועלט'ס ניגונים. דער וועלט-באקאנטער ניגון 'ושמחת בחגך' וואס מ'זינגט אין אלע אידישע שטיבער, האט ר' געציל פארפאסט אויף די ווערטער "בורא עולם בקנין השלם זה הבנין" לכבוד א חנוכת הבית. אין אלכסנדר איז דא א שטארקער ניגון התעוררות מיט זעקס פעלער וואס הייסט 'דער צוועלפער' , וואס ר' געציל האט פארפאסט. דעם ניגון האט ער מחבר געווען מיט צוועלף פעלער, אבער אין אלכסנדר האט מען נאר געזונגען זעקס דערפון.

עס נעמט א געוואלד פון צייט, עס וועט מסתמא נעמען ביז א וואך וואס די גאנצע ארטיקל מיט די לינקס זענען ארויף
אדערווייל איז שוין דא אויבן די לינק צים אריגינעלן ארטיקל פון שטיבל.

קראו ותחי נפשכם
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע:עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

איך ווייס נישט ווער ס'האט אריינגעלייגט מער ארבעט דא, האב קליינמאן אדער הרב סי"פ?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שטאפיק האט געשריבן:
איך ווייס נישט ווער ס'האט אריינגעלייגט מער ארבעט דא, האב קליינמאן אדער הרב סי"פ?
אוודאי הרב קליינמאן, נישט קיין שאלה בכלל, איך קען ברענגען אביסל לינקס, אבער אזא ארטיקל אראפצולייגן?!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3491
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

זייער שיינע ארטיקלאך.
געוואלט מעיר זיין
א הרב מאיר שלמה ינובסקי רב אין ניקאלייב איז געווען דער זיידע פון ליובאוויטשער רבי זי"ע.
דער רבי פלעגט זינגען א נייע ניגון שמחת תורה אינדערפרי פאר דער ערשטע תקופה פון רבי'נס נשיאות
פון די ניגונים איז געווען זיין זיידע'ס.
ב הרב אברהם חריטונוב האט געהאט 4 זין
דער פערטע איז געווען מיין עלטער זיידע ר' גדלי' ער האט ניט געמאכט קיין ניגונים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

zugurnish האט געשריבן:

וועלעכע פון די שמח"ת ניגונים זענען געווען פון ר' מאיר שלמה? (סטאוו יא פיטא זיכער נישט...)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

Wאוי דעס איז מוראדיג! וויפיל ארבעט איז דא אריין. א ריזן דאנק
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3491
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:
זייער שיינע ארטיקלאך.
געוואלט מעיר זיין
א הרב מאיר שלמה ינובסקי רב אין ניקאלייב איז געווען דער זיידע פון ליובאוויטשער רבי זי"ע.
דער רבי פלעגט זינגען א נייע ניגון שמחת תורה אינדערפרי פאר דער ערשטע תקופה פון רבי'נס נשיאות
פון די ניגונים איז געווען זיין זיידע'ס.
ב הרב אברהם חריטונוב האט געהאט 4 זין
דער פערטע איז געווען מיין עלטער זיידע ר' גדלי' ער האט ניט געמאכט קיין ניגונים
וועלעכע פון די שמח"ת ניגונים זענען געווען פון ר' מאיר שלמה? (סטאוו יא פיטא זיכער נישט...)
דער רבי האט ניט געזאגט ווער האט געמאכט דעם ניגון,
אבער מענטשען דערציילן אז דער רבי מאמע האט עם באגעגענט שמחת תורה אינדערפרי און געפרעגט וועלכער ניגון האט דער רבי געלערנט און ווען ער האט געזאגט האט זי גלייך געזאגט דאס איז דער טאטעס ניגון
דאכט זאך נאך האבן אזוי געהערט פון איר
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 8:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מיט וועלעכע פון די ניגונים איז געווען דער מעשה?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3491
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ניגון "רחמנא דעני" הוא אחד מעשרת הניגונים אותם הרבי לימד בלילות שמחת תורה. היה זה בליל שמחת תורה תש"כ. לאחר שנים אחדות, את הניגון "רחמנא דעני" הונהג לשיר אצל הרבי בסיום הסליחות, ולא רק בסליחות של חודש אלול, ובליל יום הכיפורים, אלא גם בסליחות של תעניות ציבור שבמשך השנה.
הרבי לא סיפר אז על הרקע של הניגון, לא מה מקורו ולא מה סיפורו. מקורו של הניגון נודע לנו מהרה"ח ר' יהודה ליב ראסקין ע"ה, שסיפר:
"בשמחת תורה תש"כ, אחרי שכ"ק אדמו"ר לימד את הניגון "רחמנא דעני", נכנסתי אל הרבנית הצדקנית מרת חנה אמו של הרבי, והיא שאלה אותי איזה ניגון לימד הרבי, "רחמנא דעני" עניתי. היא ביקשה לשמוע את הניגון והשתדלתי לחזור עליו, למרות שהיה חדש ועוד לא ידענו אותו היטב, אבל היא הכירה מיד את הניגון ואמרה: "זה הרי ניגון של אבי, רבי מאיר שלמה ז"ל"".
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יישר כח!!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

וואאאאפף!!!

יעצט אדורכגעליינט א פרינט-אוט פון די ערשטע צוויי ארטיקלען אין איין שאס!

דער איז אנבעליוועבל!! אזויפיל צאמצואווארפן בנשימה אחת....!!

בלויז פון ליינען אזוי לאנג איבער חסידי'שה נגינה איז מיר געווארן אנגענעם אויפ'ן הארצן...

כ'האב וואס צו מעיר זיין איבער די היינטיגע ניגונים און די היינטיגע בחורים. אבער ס'נישט פאר איצט. מ'דארף עס נאך מסדר זיין.
און איין ווארט, די הרגשים וואס ווערט ארויסגעברענגט איז ווי איינער וואס ליגט דערין באמת אלס האבי, און איז נישט אריין אינעם קאפ פונעם אלגעמיינעם אויבערפלעכליכן בחור.

איין הערה, ער זאגט ביי ר' אייזיל קאלוב'ער אז דער אשת חיל האט ער גענומען פון די גוים. עס דוכט זיך מיר אז דאהי איז געברענגט געווארן א שטארקע צד אז דאס האט ר' אייזיק'ל זעלבסט מחבר געווען, און עס איז שפעטער נתפשט געווארן אצל העמים שבסביבה.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3491
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ניעט ניעט ניקאווא איז ניט ר' אהרן חאריטאנאוו א ניגון.
איהר האט עס געלייגט צוזאמן מיט ר' אהרן ניגונים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

zugurnish האט געשריבן:
ניעט ניעט ניקאווא איז ניט ר' אהרן חאריטאנאוו א ניגון.
איהר האט עס געלייגט צוזאמן מיט ר' אהרן ניגונים
נאר וועמנס?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

ניטא די ווערטער צו זאגן א יישר כח פאר הרב קליינמאן, וועל איך ליבערשט ניט זאגן,

אבער איהם באזינגען א ניגון אהן ווערטער קאנען מיר דאך יא, און איר פיהלט אריין די ווערטער לויט ווי איר פיהלט אז דאס האב איך געמיינט צו זאגן.

דער וואס האט אנגעראכטן די ארבעט מיט לייגן ביי יעדן ניגון א לינק, האט גיטאן זייער רעכט.

וואס מיר לערנען ארויס פון אט דאס אלעס אז דער אוצר וואס דער באשרייבונג דעקט, עטוואס מער ווי 150-200 יאר, איז אזוי טיעף (און הויעך צוגלייך) און אזוי פיהל גרעסער ווי מען האט געמיינט, איז דאך ניטא קיין צייט ביז מען דערגרייכט פאר די היינטיקע נגינה, פשוט ווייל אז מען הייבט אן פונעם בעל שם טוב, ביז היינט, איז מען ניט פארטיג ביז מען דערזעהט זיך א 120 יאר אלט..!

די בחורים האבן זיך שוין געוואנדן איבער מאכן א טעלעפאן ליין מיט נומערן, אוודאי איז דאס ניט גרינגע עבודה, אבער עס וועט זיין גרייט אין אפאר חדשים.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3491
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:
ניעט ניעט ניקאווא איז ניט ר' אהרן חאריטאנאוו א ניגון.
איהר האט עס געלייגט צוזאמן מיט ר' אהרן ניגונים
נאר וועמנס?
געווען א רוסישע ניגון וואס החסיד ר' מיכאל דבורקין האט געבראכט אין ליובאוויטש אין דער צייט פון רבי רשב
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

zugurnish האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:
ניעט ניעט ניקאווא איז ניט ר' אהרן חאריטאנאוו א ניגון.
איהר האט עס געלייגט צוזאמן מיט ר' אהרן ניגונים
נאר וועמנס?
געווען א רוסישע ניגון וואס החסיד ר' מיכאל דבורקין האט געבראכט אין ליובאוויטש אין דער צייט פון רבי רשב
יישר כח פאר די אינפארמאציע!

מיר אויך געלעגן אין קאפ אז דאס קומט פון די חאריטאנאוו פאמיליע.
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”