מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בת עין
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 8:41 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת עין »

די ניגון וואס שטייט אז עס איז פון הרה"ק בעל קדושת אהרן איז נישט קיין ניגון פון תפארת שלמה?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19890
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בס"ד
דריטע פון דריי ארטיקלען (צווייטע טייל פון דריי אדער פיר)
דער ארטיקל - ח"ב שפאציר ארום די חסיד'ישע הויפן

לינק צים פי די עף פינעם שטיבל אויסגאבע




גור - [פרשיסחא און קאצק]



די גרויסע וועלט פון גורער נגינה האט שוין געזען איר יסוד נאך אין די צייטן פון הייליגן קאצקער זי"ע און זיין רבי דער הייליגער רבי ר' בונם פון פרשיסחא זי"ע. טראץ וואס די ניגונים פון יענער תקופה, אזוי אויך אין דער תקופה פון הייליגן חידושי הרי"ם זי"ע און הייליגן שפת אמת זי"ע, זענען נישט געווען די סארט 'בנינים' ווי אין דער שפעטערער גורער תקופה וואס האט ווי א מאסיווע כוואליע געשאפן א גענצליך נייע מעכטיגע וועלט פון נגינה - איז אבער דער יסוד שוין געווען דעמאלט. ביים רבי ר' בונם און ביים קאצקער זענען שוין געווען קלאסישע, קאמפליצירטע ניגונים וואס מ'האט גענומען פון דא און פון דארט. עס איז באקאנט דער דערהויבענער חסיד רבי הירש פארצאווער ז"ל וואס האט געדינט אלס בעל תפלה אין די הויפן, ווי אויך שפעטער ביים חידושי הרי"ם. ר' הירש האט פארפאסט צענדליגער ניגונים, וואס פון דעם זענען פארבליבן היינט אין גור עטליכע און צוואנציג. ר' הירש האט פארפאסט שטייטע מח ניגונים, שנעלע טאנץ ניגונים און עטליכע וואלסן און מארשן.


פון די יארן ביז'ן אמרי אמת זי"ע זענען פארבליבן ארום 50 ניגונים. טייל גורער הקפה ניגונים זענען נאך מיוחס צום הויף פון רבי ר' בונם, און ס'זענען דא וואס זענען זיי נאך מייחס צום הויף פון הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע.


אין דער תקופה פונעם חידושי הרי"ם און דער שפת אמת, האט זיך שוין אנגעהויבן פארברייטערן די גורער נגינה-וועלט. די ניגונים זענען ווי א יאר שפעטער געווארן רייכער און רייכער, דער חידושי הרי"ם האט געבעטן מ'זאל מאכן נייע ניגונים יעדעס יאר. מ'קען משער זיין, אז צוליב וואס למעשה איז דער דרך אין קאצק און גור נישט געווען צו מאכן קיין באזונדערע עסק ארום גארנישט וואס איז נישט עבודת השם ממש -האט מען נישט פארשריבן די ניגונים. און היות עס זענען יעדעס יאר געשאפן געווארן פרישע, זענען די אלטע ניגונים פארגעסן געווארן.


ווען הרה"ק בעל אמרי אמת מגור זי"ע האט איבערגענומען דעם כס האדמורו"ת, האט זיך צעוואקסן און צעבליט דאס גורער נגינה-פעלד אויף א פארנעם וואס די חסיד'ישע וועלט האט נישט געזען אין ערגעץ אנדערש אירס גלייכן. די גורער ניגונים זענען גאר שטארק געבויט אויף פירוש המלות, און זענען אפט בכלל נישט אין שפאן מיט דער אלגעמיינער חסיד'ישער נגינה-וועלט. די לאנגע גורער יצירות זענען אויף א וועג געבויט ווי חזנות שטיקלעך, נאר אסאך מער גאונ'יש און טיפער אין פירוש המלות.


עס זענען ארויסגעוואקסן נגינה לייבן אינעם גורער הויף וואס האבן אריינגעארבעט מיט'ן שאפן אלע סארט ניגונים וואס עקזיסטירן נאר. און 'אלע' מיינט 'אלע'; פון די שווערסטע 14 פעלערדיגע 'אקדמות' בנינים , ביז צו די פרייליכע 'היום תאמצנו'ס' און 'שושנת יעקב' ; 'לכה דודי' און 'תתקבל' מארשן, קלאסישע 'כי אנו עמיך' וואלסן , הערליכע 'קל אדון'ס' און 'קל מלך'ס' , הארציגע 'זכרנו לחיים'ס' , ווארעמע 'היה עם פיפיות'ער' , געגועימ'דיגע 'אנא השם'ס' , אא"וו. אלעס אבער אויפ'ן אייגנארטיגן גורער שניט. בנוסף לזה, איז פאר יעדער שמחה אין רבינ'ס שטוב געשאפן געווארן עטליכע פרייליכע טאנץ ניגונים . עס זענען געשאפן געווארן יאר יערליך איבער 30 נייע ניגונים פונעם שענסטן סארט, צומאל איבער 40 און 50.


דער חסיד ר' קלמן יונה ערליך ע"האיז געווען דער הויפט פארפאסער פון ניגונים ביים הייליגן שפת אמת און נאכדעם ביים אמרי אמת, ביז אין די שפעטע תר"פ יארן. נאך וואס ר' קלמן יונה האט אויפגעהערט צו פארפאסן נייע ניגונים האט ר' יענקל תלמוד אנגעהויבן שאפן נייע ניגונים.


א גאר באקאנטער פיגור אין יענע יארן, איז דער חסיד ר' ישראל סאבינער ע"הפון לאדזש. ער האט פארפאסט זיינע ניגונים אין זיין היימשטאט לאדזש, און ווען ער איז געקומען צום רבי'ן דורכאויס'ן יאר האט ער מיטגעברענגט די ניגונים . אין דער צווייטער העלפט תר"צ יארן איז, אויפ'ן באפעל פונעם רבי'ן, דער עיקר פארפאסער געווען דער חסיד ר' אלחנן קאמינער ע"ה. אויך איז באקאנט דער חסיד ר' העניך ליכטנשטיין ע"ה, וואס האט פארפאסט ניגונים אין איינער פון די גורער שטיבלעך אין לאדזש. אין די שפעטערע יארן נאך דער קריג האט מען אפירגענומען פון זיינע ניגונים און זיי באנייט אינעם גורער הויף.

אין גור איז אונטערגעקומען א בוך פון נאטן פונעם באקאנטן חזן ר' ניסי בעלזערוועלכער איז שפעטער געווען חזן אין קעשינוב, אין גור האט ער טאקע געטראגן דעם נאמען ר' ניסן קעשינובער. דאס בוך פון נאטן האט מען אין גור אויסגעזונגען און באנייט ימים נוראים און שבועות תרצ"ה. אנדערע ניגונים פון דעם בוך האט ר' יענקל תלמוד שוין געניצט אין די יארן בעפאר דעם.

ר' יעקב תלמוד ע"ה

איינער פון די אנגעזעענסטע נעמען אין דער וועלט פון חסיד'ישער נגינה איז דער באקאנטער חסיד ר' יעקב תלמוד, וואס האט געהאט דאס גרעסטע און שטערקסטע ווארט אין דער ענדלאזער גור'ער נגינה-וועלט. ר' יענקל האט שוין פארפאסט ניגונים אין גור אינדערהיים אין די תר"צ יארן, אבער האט בעיקר אויפגעשיינט ווען די ביטערע קריג האט זיך אונטערגערוקט אין פולין, חודש אלול אין יאר תרצ"ט. ר' יענקל וואס האט זיך שוין געפינען אין ארץ ישראל האט איבערגענומען דעם שבט הנגינה, נאכדעם וואס די טויערן פון פולין זענען געווארן פארשלאסן און דערביי דער צינור פון די מאסיווע גורער מלחינים פון פולין. ר' יענקל האט איבערגענומען די גורער נגינה אויף זיין אייגענער האנט און געוועלטיגט דערויף ביד תקיפה. ער האט פארפאסט אלע ניגונים אין גור פון ת"ש ביז צו זיין פטירה אין יאר תשכ"ד, עטליכע און צוואנציג ניגונים יעדעס יאר פון די אלע אויבנדערמאנטע סארטן. ר' יענקל'ס ניגונים זענען גאונ'יש און רייך, מייסטערהאפטיגע קאמפאזיציעס פון וואס נגינה ליבהאבער קענען זיך נישט גענוג זעטיגן.


בנוסף צו זיינע שווערע מערכות וואס ער האט געשאפן , האט ער פארפאסט אומצאליגע לייכטערע טאנץ ניגונים, און אזוי אויך וואלסן און מארשן. א גרויסער טייל פון זיינע ניגונים זענען געווארן וועלט-באקאנט. דער באקאנטער 'לא תבושי' פון ר' דוד ווערדיגער ע"ה, האט ר' יענקל פארפאסט אויף 'היום תאמצנו' אין יאר תשכ"א . איינער פון די אנדערע וועלט'ס טאנץ ניגונים וואס מ'זינגט אויך אפט אויף 'לא תבושי' , האט ר' יענקל פארפאסט אין יאר תש"ו צו דער חתונה פון האדמו"ר הפני מנחם מגור זצ"ל.


ווען ר' יענקל איז נפטר געווארן אין יאר תשכ"ד, האט זיך דער פלייץ פון גורער נגינה נישט אפגעשטעלט. זיינע תלמידים, וואס האבן אין משך פון אזויפיל יאר געהאט אזא רבי'ן, האבן ווייטער אנגעהאלטן דאס פארפאסן יאר יערליך די ניגונים. ר' לייבל גאלדקנופף ע"ה, דער עיקר ממלא מקום פון ר' יענקל אין די יארן נאך זיין פטירה, האט ווייטער רייך געמאכט דעם גורער נגינה-אוצר. ער האט אויך פארפאסט עטליכע ניגונים וואס זענען געווארן וועלט-באקאנט. זיין וואלס אויף 'כי אנו עמך' פון תשל"א , איז איינער פון די מערסט באניצטע 'קל אדון'ס' איבער דער וועלט.


גורער ניגונים ציילן זיך היינט קרוב צו צוויי טויזנט, אבער אז מ'באטראכט עס מיט א טיפערן בליק, זעט מען אז אין אנדערע פלעצער וואלטן די זעלבע ניגונים אויסגעמאכט ארום 5,000 ניגונים… ווארום יעדער פון די לאנגע יצירות, באשטייען פון א צאמשטעל פון עטליכע ניגונים. אין פאקט זענען אסאך ווארעמע וועלט'ס ניגונים, בלויז חלקים פון לענגערע גורער קאמפאזיציעס (צום ביישפיל: עס איז דא א גאר באקאנטער וועלט'ס ניגון וואס מאנכע זינגען אויף 'מי אדיר על הכל', אדער אויף 'היום הרת עולם' [אויף לחיים טיש, ימים נוראים] , ווי אויך אויפ'ן נאסטאלאגישן קינדער אלבום 'עוד יוסף חי' דאס 'מאמע רחל' ליד ["אוי, טייערע מאמע מיינער…"], וואס איז בלויז צוויי פעלער פון 'היה עם פיפיות' תשי"ח פון ר' יענקל תלמוד).



דאס מאדזשיצער נגינה-קעניגרייך



עס פעלן נישט אויס קיין לאנגע הקדמות, ניטאמאל קיין קורצע, איבער וואס מאדזשיץ האט מיט נגינה; מאדזשיץ איז אין אנדערע ווערטער 'נגינה'. קיין איין הויף האט נישט געהאט אזא נגינה אימפעריע ווי מאדזשיץ. אלע מאדזשיצער רבי'ס אן קיין אויסנאם האבן אנטיילגענומען אין דער עולם הנגינה, און געהאט א חלק אין דאס שאפן א מסכתא שלימה אין דער חסיד'ישער נגינה-וועלט. און נישט סתם א מסכתא, א בבא בתרא מסכתא…

די מאדזשיצער נגינה האט שוין געזען אירע קערלעך אין די צייטן פון הרה"ק ר' שמואל אליהו מזוואלין זי"עדער פאטער פונעם דברי ישראל זי"ע. עס זענען באקאנט איבער דער וועלט מורא'דיגע ניגונים וואס דער הייליגער זוואלינער רבי זי"ע האט פארפאסט, איינער פון זיי איז דער מורא'דיגער זוואלינער 'בני היכלא' ניגון וואס איז פון די שטערקסטע ניגוני התעוררות אין דער חסיד'ישער וועלט. אויך דער שווער פונעם דברי ישראל ר' חיים שאול פריעדמאן זצ"ל וואס איז געווען בעל תפלה אין קאזמיר (קאזמיר איז דער שורש פון מאדזשיץ; הרה"ק ר' יחזקאל מקאזמיר איז געווען דער טאטע פונעם זוואלינער זי"ע), האט פארפאסט ניגונים.


דברי ישראל זי"ע

הרה"ק בעל דברי ישראל ממאדזשיץ זי"ע, דער ערשטער אינעם מאדזשיצער גזע, איז לכאורה געווען דער גרעסטער נגינה פארפאסער פון צווישן די רבי'ס אין זיין דור. זיינע ניגונים זענען געווארן מפורסם איבער דער גאנצער וועלט, סיי לעבעדיגע טאנץ ניגונים און סיי ווארעמע ניגוני התעוררות . א שיינע פאר וועלט'ס ניגונים וואס מענטשן מיינען אז זיי זענען נאך פון אדם הראשון'ס צייטן(...) האט דער הייליגער דברי ישראל פארפאסט .


ר' בנצין שענקער ע"ה שרייבט אז דער דברי ישראל האט פארפאסט ארום 200 ניגונים. היינט איז פארבליבן פון די ניגונים וואס מ'ווייסט קראנט אז ס'איז פונעם דברי ישראל, עטוואס אונטער הונדערט ניגונים.

דער דברי ישראל איז שטארק מפורסם מיט זיין גאונ'ישן 'אזכרה הגדול' וואס באשטייט פון איבער דרייסיג פעלער. ער האט די קאמפאזיציע אנגעבליך פארפאסט ווען ער איז אריבער א קאמפליצירטע אפעראציע אן דעם וואס מ'זאל אים איינשלעפן.


דער דברי ישראל האט פארפאסט פארשידענע סארט ניגונים, אלע פון זיי זענען אויף דער העכסטער און רייכסטער קוואליטעט. זיינע ניגונים אויף 'בני היכלא' זענען א שטיק דבקות, די ניגונים אויף 'בצאת ישראל' זענען מארשן און טאנץ ניגונים , אויף 'אקדמות' האט ער פארפאסט די געוואלדיגע יצירה וואס ווערט גערופן "אפערע" צוליב איר אפערע סארט געבוי, אויף 'אדיר הוא' פסח און 'אז שש מאות' שבועות האט ער פארפאסט לאנגע טאנץ ניגונים, זיין 'אשכול' ניגון פון שבת שקלים איז א גאונ'ישער פלפול ווי פילע אנדערע ניגונים זיינע, אויף 'אליהו הנביא' און 'ויאתיו' האט ער פארפאסט מארשן און אויף 'קה רבון' האט ער פארפאסט א וואלס. דאס זענען נאר טייל פון די סארט יצירות וואס דער דברי ישראל האט געשאפן.


אמרי שאול זצ"ל

מיט דער פטירה פונעם דברי ישראל און דאס איבערנעמען פון הרה"ק בעל אמרי שאול זי"ע, האט זיך דאס מאדזשיצער נגינה-פעלד צעוואקסן צו אלע זייטן; דער אמרי שאול איז געווען דער גאון אין נגינה מיט'ן ה"א הידיעה, ער איז אן קיין ספק געווען דער גרעסטער פארפאסער פון ניגונים פון סיי וועלכן רבי אין סיי וועלכער צייט.

ר' בנציון שענקער ע"ה שרייבט אז ער האט פארפאסט 700 ניגונים, עס זענען היינט דא ארום 500 ניגונים פון איהם. ר' בנציון שענקער האט אפגעשריבן גאר אסאך פון די ניגונים אויף נאטן און זיי שפעטער ארויסגעגעבן אויף א סעריע פון אלבומס גערופן "די ווילנע נאטן".


דער אמרי שאול האט געהאט פארשידענע תקופות אין זיין רייכער נגינה-היסטאריע. די תקופות ותלאות הזמן האבן זיך אסאך אנגעזען אין די סארט ניגונים וואס ער האט פארפאסט. מ'קען זיי צעטיילן אין דריי פאזעס: ניגונים פון פאר דער קריג - דאס איז פון די מיטעלע תר"ע יארן ביז אנהייב מלחמה, ווען ער איז אנטלאפן און געווען אין גלות אין פארשידענע פלעצער. נאכדעם איז געווען - דאס זענען די יארן פון דער ביטערער קריג ביז ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע אין יאר תש"א. און דערנאך איז די דריטע און לעצטע תקופה פון תש"א ביז צו זיין פטירה אין יאר תש"ח.


אזויווי דער דברי ישראל האט דער אמרי שאול פארפאסט פון אלע סארט ניגונים, נאר אויף אסאך א גרעסערן פארנעם. דער אמרי שאול האט געשאפן גאונ'ישע יצירות, שארפע פוילישע פלפולים, מייסטערהאפטיג און קאלירפול געבויט. ער האט פארפאסט לעבעדיגע טאנץ ניגונים אויף 'לא תבושי' און 'מנוחה ושמחה', אזוי אויך אויף 'תתקבל' ימים נוראים און 'התקבצו מלאכים' שמחת תורה . לעבעדיגע וואלעכלעך האט ער געשאפן אויף 'קדשנו' און 'שמחה לארצך' (איינער פון די וועלט-באקאנטע שמחה לארצך'ס פונעם אמרי שאול איז דער באקאנטער ניגון ביי די קינדער: שא שא שא שא נישט רעדן לשון הרע…), מארשן אויף 'היום תאמצנו' און 'קל אדון', קלאסישע הארציגע ניגונים אויף 'ארשת' , לייכטערע יצירות אויף 'מכלכל חיים' , עטליכע סארט ניגונים אויף 'בצאת ישראל' , און אזוי ווייטער. פולע קאלירפולע ניגונים פונעם שענסטן סארט. אויך האט דער אמרי שאול פארפאסט אפאר אינטערעסאנטע טאנץ ניגונים אויף 'שושנת יעקב' .

דער אמרי שאול איז באזונדער באקאנט מיט זיינע גאונ'ישע טיש ניגונים , אזוי אויך מיט די פינף "אפערעס" וואס זענען אן אוצר אדיר ביי חובבי נגינה.


אמרי אש זצ"ל

האדמו"ר ר' שמואל אליהו זצ"ל האט באלד מיט'ן איבערנעמען דעם כס האדמורו"ת ממשיך געווען בדרך אבותיו און פארפאסט הונדערטער הערליכע ניגונים. דער אמרי אש האט שוין פארפאסט א צאל ניגונים נאך בעפאר'ן איבערנעמען די הנהגה.


אנדערש ווי די שווערע יצירות און ניגונים פון זיין טאטן, האט דער אמרי אש פארפאסט אסאך לייכטערע ניגונים . די ניגונים זענען דערפאר טאקע אסאך מער מפורסם געווארן איבער דער אלגעמיינער וועלט - וואו לייכטערע ניגונים זענען מער גאנגבאר. דעם אמרי אש'ס ניגונים קען מען אנרופן 'עובר לסוחר', צוליב זייער געשמאקן און לייכטן געבוי. גאר אסאך וועלט-באקאנטע ניגונים, סיי באקאנטע וואלסן אויף 'קל אדון' און סיי ניגוני התעוררות ווי אויך א צאל ניגוני ריקוד , זענען ניגונים וואס דער אמרי אש האט פארפאסט.


עס איז אויך ווערד צו דערמאנען די געוואלדיגע ניגונים וואס דער אמרי אש האט פארפאסט אויף 'חמול' יעדעס יאר. די ניגונים זענען נישט אלע צו באקאנט איבער דער וועלט אבער עס איז כדאי זיי צו הערן און זיך עס אויסלערנען . אלע פון זיי, איינס ביי איינס, פארמאגן אלסדינג וואס א חסיד'ישער ניגון התעוררות דארף. זיי זענען ספעציעל פאסיג פאר 'פתחו לי', דער באקאנטער פתחו לי ניגון וואס ר' בנציון שענקער זינגט אויף מאדזיץ חי ח"א (חגים וזמנים), איז א חמול פון תשי"ט.


נאך דער פטירה פונעם אמרי אש האט ווייטער אנגעהאלטן דער פלייץ פון נייע ניגונים אינעם מאדזשיצער הויף, ווען די רביים האלטן ווייטער אן די מסורה פון אליינס שאפן נייע ניגונים יעדעס יאר אויף די ימים נוראים.


די דערהויבענע מאדזשיצער חסידים בעלי מנגנים

אין צוגאב צו דער וועלט פון מאדזשיצער נגינה געשאפן דורך די רבי'ס זכותם יגן עלינו, זענען אין מאדזשיץ געווען א צאל דערהויבענע חסידים גרויסע בעלי מחברים פון ניגונים.


עס איז מערקווירדיג אז אין אזא קליינעם הויף ווי מאדזשיץ, וואס אין צאל פון חסידים זענען זיי געווען ווי א שפיי קעגן די גרויסע חסידות'ער ווי גור און אלכסנדר, זענען אבער פראצענטואל די צאל פון מחברי ניגונים געווען מיט הונדערטער פראצענטן מער… עס לאזט זיך זאגן א השערה, אז צוליב וואס די רבי'ס זענען געווען איין שטיק נגינה האבן זיך נאטירליך חסיד'ישע אידן בעלי מנגנים אנגעקלעבט אהין. אדער קען זיין אז די רבי'ס האבן משפיע געווען, און געגעבן דעם שליסל פון פארפאסן ניגונים פאר זייערע חסידים… בכל אופן, איז דאס אן אינטערעסאנטער פאקט אין דער עולם הנגינה.


טייל פון די פילע חסידים בעלי מנגנים וואס מען ווייסט זענען: דער חסיד ר' יעקב ראדומער ע"ה, וואס אין מאדזשיץ זענען דא עטליכע גאר ווארעמע ניגונים פון אים, א הארציגע יצירה אויף 'ממקומך' צווישן זיי; דער חסיד ר' יחזקאל טארלער ע"הוואס איז דער מחבר פונעם וועלט'ס 'ברוך קל עליון' (דער שטייטער, הערליכער ניגון); דער חסיד ר' קויפמאן יודל אידלסוןפון ווארשא וואס האט פארפאסט א גרויסע צאל וועלט-באקאנטע קלאסישע וואלסן , איינער פון זיי איז אנגענומען אין מאדזשיץ צו זיין דער באקאנטער מאדזשיצער 'אין קצבה' ; דער חסיד ר' עזריאל דוד פאסטאג ע"ה, וואס האט פארפאסט דעם מורא'דיגן 'אני מאמין' ניגון וואס ווערט געזונגען בכל תפוצות ישראל מיט גרויס התעוררות, האט אויך פארפאסט נאך וועלט-באקאנטע טאנץ ניגונים . עס זענען דא נאך א צאל בעלי מחברים פון מאדזשיץ פון דער תקופה בעפאר דער צווייטער וועלט קריג.


דער אלעמען באקאנטער חסיד ר' בנציון שענקער ע"ה- איינער פון די גרעסטע נגינה ריזן אינעם פאריגן דור, וואס האט געטוהן א געוואלד אין דאס פאראייביגן די מאדזשיצער ניגונים פון זיינע רבי'ס דער אמרי שאול און דער אמרי אש - האט זעלבסט פארפאסט גאר אסאך ניגונים וואס ווערן געזונגען בכל תפוצות ישראל. בלויז צו אויסרעכענען עטליכע פון זיי: דער באקאנטער 'ישיש עליך' וואס ווערט געזונגען ביי אלע חתונות, ווי אויך דער פרייליכער ניגון 'קול צהלה ורנה' . אזוי אויך דער הערליכער 'מזמור לדוד ד' רועי' האט ר' בנציון ע"ה פארפאסט.



ראדאמסק און נאך



איינער פון די גרויסע הויפן אין פולין פאר דער קריג איז געווען דער ראדאמסקער הויף. ראדאמסק האט געהאט אירע אייגענע ניגונים וואס א מערהייט פון זיי האבן נאך געשטאמט פונעם אבי השושלת, דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע. דער תפארת שלמה האט פארפאסט אפאר סארטן ניגונים , טייל פון זיי איז ארויסגעקומען אויפ'ן אלבום 'ניגוני ראדאמסק' שוין פאר איבער פערציג יאר צוריק.

אויך אין גאליציע זענען געווען פארשפרייט עטליכע ניגונים פון תפארת שלמה , און ווי מען זאגט, האט ער זיי פארפאסט אדער געברענגט ווען ער איז געקומען קיין צאנז.


עס זענען געווען נאך פילע הויפן אין פולין וואו עס זענען געווען מערערע בעלי מנגנים און נגינה פארפאסער. ווי מיר האבן שוין דערמאנט פארגאנגענע וואך, האט דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"עפארפאסט ניגונים וואס זענען געזונגען געווארן אין די קאזניצער הויפן ווי קאזניץ, פיאסעצנע און גראדזשיסק ביז דער קריג. אזוי אויך זענען דארט געשאפן געווארן ניגונים דורך חסידים בעלי מנגנים.


אויך האבן מיר דארט דערמאנט דעם הייליגן אוהב ישראל פון אפטא זי"ע, און איבער די ניגונים פון זינקובער הויף.


דער הייליגער אור לשמים פון אפטא זי"עאיז אויך געווען א בעל מחבר פון ניגונים. זיינע ניגונים זענען אין טייל געבליבן און מפורסם געווארן דורכ'ן וואוידעסלאווער רב זצ"ל וועלכער איז געווען א בן אחר בן פונעם אור לשמים. אינעם באבובער הויף זענען אויך פארבליבן עטליכע פון זיינע ניגונים.


דער הייליגער סבא קדישא פון ראדאשיץ זי"עאיז באקאנט אויף דער וועלט מיט זיין מורא'דיגן ניגון התעוררות וואס מען קען אויף 'ג-ט פון אברהם' . אויך זענען דא ניגונים וואס מ'האט געזונגען אין גאליציאנער הויפן וואס זענען מיוחס צום הייליגן ראדאשיצער זי"ע.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4083
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

יישר כח גדול ר' סטאוו!!
מיר ווארטן אויף די לינק צו אלע ניגונים אויף איינמאל.
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19890
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
יישר כח.
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
אוועטאר
פריש פון פריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 5:21 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריש פון פריש »

יישר כח סאטוו מיר באלעקן זיך די פינגער מיט די אלע לינק'ס
פרישער פון פריש איז אייביג גוט צו זיין, עס ברענגט נאר פרישקייט!!!!
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

הערליך הערליך!
אדורך געליינט דעם שבת העעל"ט די אינטערוויו מיט הרב שמואל זלמן (א ידיד נעורים).
און דערנאך די אינהאלטספולע ארטיקל איבער חסידישע נגינה, דער האט מחיה געווען מיין הארץ און נשמה.

א ריזן דאנק פאר הרב סטאוו פארן עס דא אהערשטעלן כשלחן ערוך.
איך בוקמארק דעם אשכול, און צוביסלעך גיימיר אויסהערן די ניגונים, אפשר וועל מיר נאך ווערן א בעל תשובה.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4083
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
געפענט פאר נעטפרי.
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
א ריזן דאנק
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

zugurnish האט געשריבן:
זייער שיינע ארטיקלאך.
געוואלט מעיר זיין
א הרב מאיר שלמה ינובסקי רב אין ניקאלייב איז געווען דער זיידע פון ליובאוויטשער רבי זי"ע.
דער רבי פלעגט זינגען א נייע ניגון שמחת תורה אינדערפרי פאר דער ערשטע תקופה פון רבי'נס נשיאות
פון די ניגונים איז געווען זיין זיידע'ס.
ב הרב אברהם חריטונוב האט געהאט 4 זין
דער פערטע איז געווען מיין עלטער זיידע ר' גדלי' ער האט ניט געמאכט קיין ניגונים
יעצט געזען דעם pdf פון דעם ארטיקל

זע איך מען ברענגט א בילד פון ר' אהרן חריטונוב
און צוויי מאל דעם בילד פון ר' שלום חריטונוב

ברענג איך דא דעם בילד פון זייער פאטער, מיין עלטער עלטער זיידע הרב אברהם
אטעטשמענטס
avraham.jpg
avraham.jpg (69.93 KiB) געזען 3105 מאל
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

הרב משה חריטונוב
אטעטשמענטס
er.jpg
er.jpg (104.1 KiB) געזען 3105 מאל
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

א בריוו פון דער רבי רשב צו די ליובאוויטשע חסידים אין ניקולייב אז זיי זאלן נא נעמען א חזן איינער ווי ר' אברהם
אטעטשמענטס
rsb.jpg
rsb.jpg (155.66 KiB) געזען 3102 מאל
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אקעי, ווי עס שיינט וועט מען זיצן אויף דעם אשכול א וויילע...

שכח הרב קליינמאן, און א באזונדערע דאנק פאר הרב סטאוו. מאסיווע ארבעט!
אייזיג
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:05 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזיג »

נישט צו גלייבן וואס דא גייט פאר!
ווייסט איינער צו מ'קען ערגעץ הערןהרב קליינמאנ'ן רעדן אין די נושא?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אייזיג האט געשריבן:
נישט צו גלייבן וואס דא גייט פאר!
ווייסט איינער צו מ'קען ערגעץ הערןהרב קליינמאנ'ן רעדן אין די נושא?
viewtopic.php?t=54572
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19890
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בס"ד
דריטע פון דריי ארטיקלען (דריטע און לעצטע טייל פון דריי)
דער ארטיקל - ח"ב שפאציר ארום די חסיד'ישע הויפן

לינק צים פי די עף פינעם שטיבל אויסגאבע




גאליציע

ראפשיץ



מיר האלטן שוין ביים סאמע לעצטן טייל פון אונזער לאנגן און אינהאלטסרייכן נגינה-שפאציר. מיר זענען שוין אדורך די שטעט און שטעטלעך פון רוסלאנד, ליטא, אוקריינא און פולין. אצינד דערזעען מיר זיך שוין ביים דרום ווינקל פון פולין באקאנט אלס 'גאליציע'. גאליציע האט געווירבלט מיט צענדליגער רבי'שע הויפן וואו עס זענען געשאפן געווארן וועלטן פון נגינה אויפ'ן גאליציאנער שטייגער. אנדערש ווי די גאונ'ישע, מח'דיגע פלפול ניגונים פון פולין, זענען אין גאליציע די ניגונים געווען אסאך מער געפיליש, מער פשוט און מער באהאפטן צום הארץ.


דער יסוד פון גאליציאנער ניגונים זענען נאך בעצם פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, וואס האט בכלל אריינגעברענגט חסידות קיין גאליציע. זיינע ניגונים זענען טאקע שטארק הייליג און געזונגען אין פילע גאליציאנער הויפן. אבער דער עיקר אוועקשטעלער פון גאליציאנער ניגונים איז געווען זיין תלמיד דער הייליגער ראפשיצער רב זי"עבעל זרע קודש, דער אבי השושלת פון דער ראפשיצער דינאסטיע און אירע צווייגן.


דער ראפשיצער רב זי"ע איז געווען א וואונדערליכער בעל מנגן און פארפאסער פון ניגונים. זיינע ניגונים זענען א שטיק הארץ און געפיל וואס צענעמט דעם מענטש מיט איר נעימות און השתפכות. ווי שוין אויסגערעכנט אינעם ארטיקל פאריגע וואך, נעמט דאס אריין: דער הייליגער ניגון וואס מ'זינגט אין באבוב אויפ'ן פיוט 'אמונים אשר נאספו' ליל שמיני עצרת, די מורא'דיגע טל און גשם ניגונים, דער וועלט-באקאנטער 'אשת חיל' ניגון, און נאך. דער הייליגער אמרי נועם פון דזשיקוב זי"ע האט געזאגט אז זינגען א ניגון פון ראפשיצער רב איז מסוגל פאר טהרת המחשבה.


דזשיקוב

הרה"ק ר' אליעזר מדזשיקוב זי"ע, דער זון פונעם הייליגן זרע קודש, האט לפי המקובל אויך פארפאסט ניגונים . הגם ס'איז נישט קיין מוכרח'דיגער זאך, פארט איז ער געווען א בעל תפלה און בעל מנגן נפלא און האט אריינגעברענגט פילע ניגונים אינעם דזשיקובער אוצר. טייל פון די ניגונים פון דער תקופה פון ר' אליעזר'ל האבן געשטאמט פון גרויסע צדיקים וקדושים א שטייגער ווי דער רבי ר' הירש פון רימנוב זי"ע און דער הייליגער אור לשמים פון אפטא זי"ע - צו וועמען ר' אליעזר'ל פלעגט פארן ווי א חסיד.


פון זיין זון דער הייליגער אמרי נועם פון דזשיקוב זי"ע זענען נישט ידוע קיין ניגונים, און עס איז נישט באקאנט ער זאל בכלל האבן פארפאסט ניגונים. אין זיין הויף זענען געווען אויסגערופענע בעלי מנגנים וואס האבן פארפאסט קלאסישע מלכות'דיגע ניגונים א שטייגער ווי דער דזשיקובער 'לכה דודי' און נאך. איין באוואוסטע פאמיליע פון מלחינים אין הויף פון אמרי נועם איז געווען ר' שמחה טובי' עדער ע"ה מיט זיינע קינדער.


זיין זון דער הייליגער עטרת ישועה זי"עהאט יא מחבר געווען ניגונים . ער האט פארפאסט רבי'שע סארט מארשן און וואלסן, עטליכע פון זיי איז באקאנט אין וויזניץ. עס זענען דא היינט פינף ניגונים וואס מ'איז מייחס צום עטרת ישועה, די ניגונים זענען ארויסגעקומען אין דער סעריע פון אלבומס 'ניגוני בית דזיקוב'.

ר' אשר'ל רימנובער זצ"ל

אן אייגנארטיג געשטאלט פונעם ראפשיצער און דזשיקובער גזע וואס האט איינגענומען די וועלט מיט זיינע אויסערגעווענליכע ניגונים, איז געווען דער יונגסטער זון פונעם אמרי נועם, ר' אשר ישעיה פון רימנוב זצ"ל בעל מעדני מלך. דער אמרי נועם האט שוין נישט דערלעבט די חתונה פון ר' אשר'ל און זיין ברודער דער עטרת ישועה האט אים געפירט אונטער דער חופה. ר' אשר'ל האט פון יונגווייז אן געצייגט זעלטענע כשרונות אין נגינה און ער האט שוין פון א יונגן עלטער אנגעהויבן פארפאסן ניגונים.


זיינע ניגונים האבן זיך בליץ שנעל פארשפרייט איבער דער גאנצער וועלט צוליב איר שיינקייט, רייכקייט און אין דער זעלבער צייט - לייכטקייט. די ניגונים זענען אזוי שנעל געפארן, אז ווען ר' אשר'ל איז אנגעקומען צו א שטאט בלויז געציילטע טעג נאכ'ן פארפאסן א קלאסישן וואלץ ניגון, האט עס שוין די גאנצע שטאט געקענט און געזונגען. ער האט שווערליך מצליח געווען צו איבערצייגן די מענטשן אז דאס זענען גאר זיינע ניגונים... מען פארציילט אז ווען ער איז געווען אין אמעריקע, ושמו הולך לפניו אז דא געפינט זיך א ריז אין נגינה, האט מען אים געבעטן צו רעקארדירן זיינע ניגונים, האט ער אנגעהויבן רעקארדירן זיינע געלונגענע וועלט'ס ניגונים ווען די אנוועזנדע האקן אים איבער מיט דער טענה: וועלט'ס ניגונים קומסטו אונז דא זינגען? ר' אשר'ל האט זיך פראבירט איינ'טענה'ן מיט זיי אז דאס זענען זיינע ניגונם, אבער זיי האבן אים נישט געוואלט גלייבן און מ'האט איהם נישט רעקארדירט. מ'זאגט אז דאס רומענישער מיליטער האט זיך באניצט מיט ר' אשר'לס וואלסן און מארשן פאר זייערע אפיציעלע לידער.


עס איז שווער צו געבן סימנים דא - וועלכע ניגונים עס זענען פון ר' אשר'ל. לאמיר אויסרעכענען די וואס מ'קען יא; דער וועלט'ס 'לכה דודי' ניגון וואס דער אנהייב איז אויך באקאנט אלס 'אחד יחיד ומיוחד' ווען מ'באווארפט א חתן ביים עולה זיין, דער 'ברוך קל עליון' וואס ר' ירמיה דמן זינגט אויפ'ן אלבום 'עתיקא קדישא', און נאך פילע וועלט-באקאנטע וואלסן און מארשן . אויך האט ר' אשר'ל פארפאסט אסאך ניגונים פאר זיין ברודער דער עטרת ישועה, טייל פון זיי זענען דא אויף די אויבנדערמאנטע דזשיקובער אלבומס.


ראזוואדאוו

דער הייליגער ראזוואדאווער רב ר' משה'לע זי"ע, דער זון פון ר' אליעזר'ל דזשיקובער, האט אליינס אויסגעפארעמט אן אופן אין די ראפשיצער ניגונים; ער האט פארפאסט ניגונים מיט דער ראפשיצער השראה אבער עס גענומען צו א גאר אנדערן דערהער.

בעת וואס אין דזשיקוב האט מען געצויגן די ראפשיצער נגינה-קייט צו מלכות, און עס האבן זיך געשאפן צענדליגער מלכות'דיגע ניגונים, האט דער ראזוואדאווער רב עס געצויגן צו דער אנדערער דירעקציע - די ראזוואדאווער ניגונים זענען כולם השתפכות הנפש, אן קיין קלאסישקייט בכלל.

די ניגונים האבן א ספעציעלער, העכערער טעם. דאס זענען ניגונים וואס יעדער חדר אינגל קען זאגן אז זיי זענען נישט פון קיין פשוט'ער מענטש, נאר ליבערשט פון הימל אראפ. דער ראזוואדאווער 'שיר השירים' , דער 'למנצח על אילת השחר' , דער 'שמו מפארים עדת חבלו' , אלעס א חטיבה אחת פון השתפכות והתרוממות הנפש.


מעליץ

איינער פון די הערליכע ביימער אינעם ראפשיצער נגינה-פעלד איז די 'מעליצער נגינה'. מעליצער ניגונים גייען נאך צוריק צו די צייטן פון הרה"ק ר' יעקב ובנו הרה"ק ר' יודא'לע מעליצער זי"ע, אבער עס איז נישט באקאנט פון וועם די פריערדיגע מעליצער ניגונים שטאמען. ר' שמואל הורוויץ פון מעליץ פלעגט נאכזאגן פון חסידים אינדערהיים אז זמ"ר איז ראשי תיבות ז'יקוב מ'עליץ ר'אזוואדאוו. דריי זון פון הרה"ק ר' נפתלי ממעליץ זי"ע זענען געוון ריזן אין דער וועלט פון נגינה: ר' אלימלך, ר' איציקל און ר' מענדעלע.


ר' אלימלך זי"ע הי"ד פון קראקא איז אין א וועג געווען דער גרעסטער פון צווישן זיי. ער איז געווען א קינסטלער; זיינע ניגונים זענען מייסטער קאמפאזיציעס, זייער מוזיקאליש געבויט און צו דער זעלבער צייט זענען זיי גאר הארציג, אין צוגאב צו דעם פארמאגן זיי עכטע רבי'שע קנייטשן, א צאמשטעל וואס מ'טרעפט נישט געווענליך. אין דער וועלט איז שטארק באקאנט דער לאנגער מעליצער 'ידיד נפש' וואס ר' אלימלך האט פארפאסט, דער ניגון ענטהאלט אין זיך אלע פון די אויבנדערמאנטע נקודות. אויך איז שטארק באקאנט דער הערליכער 'רננו צדיקים' וואס ר' אלימלך האט פארפאסט.


ר' איציקל זי"ע האט פארפאסט מער פשוט'ע ווי אויך מער הארציגע ניגונים, זייער אסאך שיינע וועלט'ס ניגונים האט ר' איציקל פארפאסט. ר' איציקל האט אויך פארפאסט דעם געוואלדיגן מעליצער 'קה רבון' וואס האט זוכה געווען צו א שטארקן פרסום איבער דער וועלט.


דער דריטער ברודער ר' מענדעלע זי"ע הי"ד האט נישט פארפאסט אזעלכע וועלט'ס ניגונים ווי זיינע ברידער. זיינע ניגונים זענען געווען רבי'שע ניגונים מיט אלע מפרשים. ר' מענדעלע איז געווען דער ממלא מקום אין מעליץ און צדיקים האבן אויף אים געזאגט גרויסע הפלגות. ר' מענדעלע האט פארפאסט א לעבעדיגן ניגון אויף די ווערטער פון נשמת אין זיינע לעצטע מינוטן אויף דער וועלט - גייענדיג אויף קידוש השם מיט זיינע חסידים אום ה' אב תש"ב.



צאנז



ר' אביש מאיר ז"ל

דער חזן פון הייליגן צאנזער רב זי"ע ר' אביש מאיר בראנסדארפער ז"ל איז געווען א דערהויבענער איד וואס האט אויף דער בקשה פון הייליגן צאנזער רב אנגעהויבן פארפאסן ניגונים טראץ וואס ער האט קיינמאל בעפאר נישט געקענט מחבר זיין קיין ניגון. זיינע ניגונים זענען געווארן נחלת הכלל אין גאליציע , און עד היום ווערן זיי געזונגען אין אלע הויפן וואס מקור מחצבתם איז פון גאליציע.

ר' אביש מאיר האט מחבר געווען פארצייטישע לאנגע קאמפאזיציעס , ווי אויך פרייליכע לעבעדיגע ניגונים . עס זענען מסתמא דא היינט אסאך גאליציאנער וועלט'ס ניגונים וואס מ'ווייסט נישט ווער ס'האט זיי מחבר געווען, און זיי זענען ר' אביש מאיר'ס ניגונים .


אין הויף פונעם צאנזער רב זענען געווען נאך בעלי מנגנים וואס האבן פארפאסט ניגונים , הגם דער צאנזער רב אליינס איז אינגאנצן נישט געווען קיין בעל מנגן. עס זענען דא וואס זאגן אז הרה"ק ר' ישעי'לע טשעחויבער הי"ד האט פארפאסט ניגונים .


שינאווא

דער הייליגער שינאווער רב האט נישט פארפאסט קיין ניגונים. אין זיין הויף זענען געווען באקאנט משפחת פינטער, די 'בוקאווסקע' רבנים, וואס האבן פארפאסט דארט אסאך ניגונים.

דער הייליגער סטראפקובער רב זי"עהאט מחבר געווען א צאל ניגונים, צווישן זיי עטליכע וועלט-באקאנטע . דער סטראפקובער רב האט פארפאסט דעם באקאנטן ניגון וואס זיין טאטע דער שינאווא רב האט א נאמען געגעבן 'משיח'ס ניגון' זאגנדיג, אז מיט דעם ניגון וועט מען גיין קעגן משיח צדקנו. נאך עטליכע שינאווער ניגונים האט דער סטראפקובער רב מחבר געווען אין זיין טאטנ'ס הויף.

הרה"ק ר' יחזקאל'ע ציעשנובער הי"דדער זון פון הרה"ק מציעשנוב זי"ע האט אויך פארפאסט ניגונים .


באבוב

דער גרעסטער פרק אין נגינה פון דער צאנזער דינאסטיע האט געשריבן דער הייליגער קדושת ציון פון באבוב הי"ד מיט זיינע חסידים - דער קדושת ציון איז געווען א בעל מנגן ומלחין נפלא. אין צוגאב צו די הייליגע ניגונים מבית אבותיו פון צאנז און ראפשיץ-דזשיקוב האט ער פארפאסט כל-ערליי ניגונים פאר יעדער מאורע און צייט . ספעציעל שיינען ארויס די ניגונים וואס ער האט פארפאסט לכבוד די ימים טובים; פאר יעדן יום טוב א ניגון לויט זיין טעם , וואס אין באבוב זענען די ניגונים פון די הויכפונקטן פונעם יומא דפגרא. דאס איז חוץ פון די לייכטערע וועלט-באקאנטע יו"ט ניגונים, א שטייגער ווי 'והוא שעמדה' און 'בבקעך ים סוף' . דער קדושת ציון האט מחבר געווען א וואונדערליכן ניגון אויף די הרחמן'ס פון ברית מילה וואס ווערט געזונגען ביי ברית'ן אין באבוב; ער האט מחבר געווען א הארציגן ניגון אויף די ווערטער פון "בני אל תלך בדרך אתם" פאר שבועות, אא"וו. די אלע ניגונים האט ער פארפאסט און אריינגעגעבן דעם טאן און באבובער נשמה פאר דער מאורע און זמן.


ער האט אויך פארפאסט קלאסישע וועלט'ס ניגונים א שטייגער ווי דער באבובער 'קל אדון' וואס געלונגענע בעלי תפלות ערלויבן זיך עס צו זינגען, אדער דער הערליכער 'קה רבון עלם' וואס די גאנצע וועלט האט אויפגעכאפט. דער קדושת ציון האט פארפאסט ארום 125 געלונגענע ניגונים.


דעם קדושת ציון'ס חסידים

דער קדושת ציון האט פארמאגט חסידים, אויסגערופענע תלמידי חכמים און יראי ה', וואס זענען געווען וואונדערבארע מלחינים. זיין משב"ק דער גרויסער חסיד ר' יחזקאל ראטטנבערג הי"דהאט פארפאסט הייליגע ניגונים וואס זענען געווארן אויפגעכאפט איבער דער וועלט.


אזוי אויך די אויסגערופענע מאנדלבוים פאמיליע, אנגעהויבן פונעם פאטער ר' משה דוד ז"ל און זיינע צוויי זון דער דערהויבענער חסיד ר' עזריאל הי"ד און זיין ברודער ר' יוסעלע ז"ל. ר' עזריאל איז דער פארפאסער פון דעם וועלט'ס מערסט באניצטע 'לכה דודי' [כל מקדש, מה ידידות און נאך] ניגון. ער האט אויך פארפאסט דעם וועלט'ס 'מי בן שיח' חופה ניגון . ר' יוסעלע איז דער פארפאסער פון אן א שיעור וועלט-באקאנטע וואלסן און מארשן , ער האט אויך פארפאסט דעם הערליכן באקאנטן ניגון אויף וואס ר' יחזקאל ראטטנבערג האט ארויפגעלייגט זיינע חרוזים פון 'איזהו מקומן' .


באבובער רב זצ"ל

דער באבובער רב זצ"ל האט אריינגעלייגט א גרויסע עבודה אין פארפאסן פאסיגע ניגונים פאר די מאורעות אזויווי זיין גרויסן טאטן. ער איז נישט געווען דער גאון אין נגינה ווי זיין טאטע, אבער זיינע ניגונים, לעומת זה, פארמאגן טיפערע געפיל ווי דעם קדושת ציון'ס קלאסישע ניגונים. אין פאקט, זענען דעם באבובער רב'ס ניגונים אין טייל היבש נישט אין שפאן מיט די אלגעמיינע חוקי נגינה; אויב וויל מען זיי זינגען ריכטיג מיט אלע הארציגע קנייטשן און תנועות, קען מען זיי זייער אסאך מאל נישט זינגען מיט קיין ביעט. און דאס איז א מעלה, ווייל די ניגונים זענען ריין הארץ און עס איז א שאד צו אויפטוישן א הארציגן קנייטש פאר א ביעט


דער באבובער רב האט פארפאסט 80 ניגונים וואס פון דעם זינגט מען נאר 79. דער אכציגסטער ניגון האט ער פארפאסט אויף די ווערטער 'קדש את שמך' און געזאגט, אז דער ניגון לייגט ער אוועק פאר זיין טאטן און די אנדערע קדושים שנעקדו עקד"ה בשנות הזעם.


אינעם באבובער הויף האבן אויך פארנומען א גרויס ארט די מייסטער קאמפאזיציעס פון די פארצייטישע חזנים, א שטייגער ווי 'אזי בשלישי' יו"ט שבועות, 'ועל הנסים' חנוכה, אזוי אויך די מערכות פון ר' זיידל ראוונער ע"ה ווי 'הננו מוכן' פון ספירת העומר.



דינוב


דער הייליגער בני יששכר זי"ע, דער ראש השושלת פונעם דינובער גזע, האט מחבר געווען גאר הייליגע ניגונים וואס זענען געזונגען געווארן אין די הויפן פון זיינע קינדער און אייניקלעך און זיינע תלמידים. עס זענען דא א צאל וועלט-באקאנטע ניגוני התעוררות וואס דער הייליגער בני יששכר האט פארפאסט: דער דינובער 'קה רבון' , אויך באקאנט אלס 'דער בלאזשובער קה רבון' אין תולדות אהרן. אזוי אויך דער 'בריך שמיה' ניגון אין מונקאטש באקאנט אלס 'דער טאהשער אהבה רבה' ניגון.


הרה"ק ר' דוד מסוניק זי"ע, אן אור אייניקל פונעם בני יששכר, האט מחבר געווען א צאל הערליכע ניגונים, און עס זענען דא אין דער וועלט באקאנטע שיינע ניגונים פון אים.


הרה"ק ר' אהר'עלע ראטה זי"עבעל שומר אמונים, וואס איז געווען א חסיד נלהב פון הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב זי"ע, האט אויך מחבר געווען ניגונים .



זידיטשוב



אין דער חסיד'ישער נוסח-וועלט איז ברייט באקאנט דער אויסגערופענער נעימות'דיגער זידיטשובער נוסח. אין צוגאב צו דעם הימלישן נוסח שמקורו קדוש פון הייליגן עטרת צבי זי"ע, האט זידיטשוב און אירע הויפן פראדוצירט אן אייגנארטיגן אופן אין נגינה וואס באשטייט פון ספעציעל שטייטע און השתפכות'דיגע ניגונים.


הרה"ק ר' בעריש פון זידיטשוב זי"עהאט פארפאסט ניגונים אין הויף פון זיין ברודער דער עטרת צבי. עס איז באקאנט וואס דער עטרת צבי האט געזאגט איבער די הייליגע של"ס תורות זיינע, וואס צדיקים האבן שטארק מפליג געווען: "נאך אזא ברכי נפשי פון ר' בעריש איז נישט קיין קונץ צו זאגן אזעלכע תורות".


הרה"ק ר' אלי' פון זידיטשוב זי"ע,דער זון פון הרה"ק ר' אייזיקל זידיטשובער, האט פארפאסט ניגונים אין זיין פאטער'ס הויף. א גרויסער טייל פון די זידיטשובער ניגונים האט ר' אלי' פארפאסט, דער באקאנטער זידיטשובער 'מה ידידות' איז איינער פון זיי.


קאמארנע

באזונדער איז באקאנט די קאמארנער נגינה-צווייג, פון די הויפן פון הרה"ק ר' אליעזר מקאמארנא ובנו הרה"ק ר' יעקב משה זי"ע. עס זענען דא באקאנטע השתפכות'דיגע וועלט'ס ניגונים וואס זענען מיוחס צו זייערע הויפן.


קאסאן

דער הייליגער בני שלשים פון קאסאן זי"ע דער מייסד השושלת איז געווען א תלמיד מובהק און חסיד נלהב פון ר' אליעזר מקאמארנא. די מערהייט ניגונים אין קאסאן זענען געקומען פון קאמארנא . ער איז אין זיין יוגנט ארומגעפארן צו גאר אסאך צדיקים, און זייענדיג א גרויסער בעל מנגן האט ער פון די אלע הויפן אהיימגעברענגט ניגונים; עס זענען אין קאסאן געזונגען געווארן דינובער ניגונים, צאנזער ניגונים און אפילו ווארקער ניגונים .


דער בני שלשים האט געהאט אן אייניקל ר' שמעון ווייס, וועם מ'האט גערופן ר' שמעון ווישקערע"ש זיין שטאט 'ווישקע', ער איז געווען א מלחין און האט פארפאסט וועלט-באקאנטע ניגונים. דער באקאנטער וועלט'ס 'לא תבושי' , וואס מאנכע מיינען אז ס'איז אן אלטער צאנזער ניגון, האט ר' שמעון ווישקער פארפאסט.


הבחור הקדוש אלטר חיים שלמה הי"ד, זון פון הרה"ק בעל אור מלא פון קאסאן, איז געווען א וואונדער קינד און האט שוין אלס בחור פארפאסט פילע התעוררות ניגונים .


דער הייליגער אור מלא האט געהאט א ישיבה וואו עס זענען געקומען צו פארן בחורים פון איבער גאנץ אונגארן. די בחורים האבן מיטגעברענגט ניגונים פון זייערע היים שטעט, און דער אור מלא זייענדיג א מיטב נגן און שטארק עוסק געווען אין עבודת הנגינה האט אויפגעכאפט די ניגונים און זיי אפט געזונגען. (אסאך פון די ניגונים זענען נאך דער קריג נחתם געווארן אלס "קאסאנער ניגונים", ווען אין פאקט האבן זייערע בעלי מחברים נישט געהאט קיין שייכות מיט קאסאן)



רימנוב



די ניגונים פון הייליגן רבי ר' הירש פון רימנוב זי"ע פארדינען א באזונדער קאפיטל. זיי זענען געזונגען געווארן אין אלע גאליציאנער הויפן, וואו די הייליגע ניגונים האבן פארנומען א גרויס ארט אין די חצרות הקודש. דער רבי ר' הירש האט פארפאסט שטייטערע און שנעלערע ניגונים. אין דער וועלט זענען באקאנט אפאר פון זיינע ניגונים וואס ווערן געזונגען אין עתי רצון ווי דער באקאנטער סאטמארער 'אהבה רבה' ניגון , אזוי אויך דער 'בבואו מאדום' ניגון .



חסיד'ישע אידן - קאמפאזיטארן



איידער מיר שליסן דאס קאפיטל פון גאליציאנער נגינה, לאמיר ווידמען אפאר שורות פאר די לעגענדארע געווייקטע חסיד'ישע אידן בעלי מנגנים און קאמפאזיטארן פון גאליציע.


ר' הירש לייב באקאן

דער קשאנובער חזן איז געווען באקאנט אלס תלמיד חכם און ירא שמים מרבים. ער פלעגט פארן צו הרה"ק מקרייז זי"ע און שפעטער צום קדושת ציון פון באבוב. ר' הירש לייב האט פארפאסט גאונ'ישע ניגונים וואס זענען צומאל שווער נאכצוזינגען . טייל פון זיינע הפלא'דיגע יצירות זענען ארויסגעקומען אויפ'ן אלבום 'שיר ל"ה'.


ר' חיים דוד בלום הי"ד

ר' חיים דוד איז געווען א דורכגעווייקטער חסיד'ישער איד פון די גרעסטע נגינה פארפאסער אין זיין דור. ער האט פארפאסט שווערע הונדערטער ניגונים; שטייטע ניגוני התעוררות , לעבעדיגע פרייליכע ניגונים , און א געוואלד פון קלאסישע וואלסן און מארשן . עטליכע וועלט-באקאנטע 'קל אדון'ס' און 'ברוך קל עליון'ס' זענען ר' חיים דוד'ס יצירות. ר' חיים דוד האט געשטאמט פון שטאט צאנז, און געווען א חסיד פון די צאנזער רביים פאר דער קריג.

ר' חיים דוד איז געווען שטארק געשעצט אין די הויפן פון צדיקי דורו און ער פלעגט שיקן פון זיינע ניגונים צו פילע הויפן. ספעציעל איז ער געווען מפורסם מיט'ן שיקן פרייליכע ניגוני שמחה לכבוד די שמחות בבית צדיקים, ווי למשל קיין סאטמאר , מונקאטש און דעעש. ער האט אויך געהאט א קירבה יתירה אין באבוב אינעם הויף פונעם קדושת ציון.


די ראטה ברידער


ביי חובבי נגינה זענען באקאנט די צוויי נעמען ר' דוד הכהן און ר' אריה הכהן ראטה ז"ל , וואס האבן פארפאסט הערליכע קלאסישע ניגונים פונעם שענסטן סארט. ר' דוד און ר' אריה זענען געווען פארצייטישע חסיד'ישע אידן, זיי זענען געווען חסידים פון די דינובער רבי'ס. עטליכע ניגונים פון די ראטה ברידער זענען ארויסגעקומען אויף די צוויי אלבומס פון משפחת קעסלער: 'בית אהרן' און 'ידיד נפש'.


די קלאגסבאלד ברידער

נאך צוויי איקאנישע נעמען פון גאליציע זענען די צוויי ברידער ר' חנן וואלף און ר' יעקעלע קלאגסבאלד ע"ה. ביידע ברידער זענען געווען אויסגערופענע דערהויבענע חסיד'ישע אידן. ר' חנן וואלף איז געווען שו"ב פון טשעבין, ער האט מחבר געווען וועלט'ס ניגונים, איינער פון זיינע באקאנטע ניגונים איז דער 'אודה לק-ל' – "געלויבט ביזסטו, קודשא בריך הוא". פון ר' יעקעלע, דער שו"ב פון קראס, זענען אויך דא וועלט-באקאנטע ניגונים, איינער פון זיי איז א ניגון אויף 'תנו שבח' אין באבוב .



אונגארן
קאלוב



דער הייליגער רבי אייזיקל קאלובער זי"ע, וועלכער האט מייסד געווען און אריינגעברענגט חסידות אין אונגארן, איז ברייט מפורסם אין דער חסיד'ישער וועלט מיט די הימלישע ניגונים וואס ער האט געשאפן. בעיקר דורך מוציא זיין יקר מזולל, און אריבערברענגען הייליגע ניגונים וואס זענען פארלוירן געווארן צווישן די פעלקער.

דער הייליגער ניגון "אוי גלות גלות, ווי גרויס ביסטו" , פלעגן צדיקים זינגען מיט גרויס התעוררות און השתפכות. עס איז באקאנט זיינע הימלישע ניגונים אויף דער אונגארישער שפראך ווי 'סאל-אה קאקאש' , 'שירנהאק רינהאק' , אא"וו. די ניגונים פונעם קאלובער זי"ע זענען געווען הייליג און טייער אין די חסיד'ישע הויפן פון אונגארן און גאליציע.



סיגוט - סאטמאר



אינעם סיגוטער הויף ביז צו דער לעצטערער תקופה פאר דער קריג האט די עבודת הנגינה נישט צו שטארק תופס מקום געווען, עכ"פ מיטן שאפן אייגענע ניגונים. עס זענען כמעט נישט באקאנט קיין סיגוטער ניגונים ביז צו די צייטן פון הייליגן עצי חיים זי"ע.


די ניגונים וואס מיר קענען וואס מ'פלעגט זינגען ביי הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע און ביי הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע זענען די דריי ניגונים פונעם רבי'ן ר' הירש, דער סיגוטער 'חי השם' ניגון , און נאך געציילטע ניגונים . עס זענען אבער נישט באקאנט קיין מחברי ניגונים און בכלל איבער א באזונדער עסק ארום נגינה.


דער עצי חיים האט געהאט א גבאי ר' משה הכהן קאהן ז"ל, וואס איז געווען זיין תורה שרייבער און מו"ל פונעם ספה"ק עצי חיים. ר' משה איז געווען א מיטב נגן און פארפאסט א צאל ניגונים פאר זיין רבינ'ס הויף; ניגונים וואס האבן שטארק אויפגעכאפט. ער האט פארפאסט דעם געוואלדיגן סיגוטער 'נענועים' און 'היה עם פיפיות' ניגון . אזוי אויך דער באקאנטע סיגוטער 'אשת חיל' ניגון וואס אסאך זינגען אויף 'אליהו הנביא' פון זמירות מוצאי שבת.


אין הויף פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך די נגינה-וועלט שטארק צעוואקסן; עס זענען געווען דארט אסאך חסידים וואס האבן פארפאסט ניגונים. דער חסיד ר' אשר ווידער ע"הפון נאנאש (פאטער פונעם חזן ר' יושע ווידער) איז געווען מפורסם מיט זיינע הערליכע ניגונים וואס זענען געזונגען געווארן איבער גאנץ אונגארן . ר' אשר האט צווישן אנדערע פארפאסט דעם באקאנטן וועלט'ס 'מעין עולם הבא' ניגון .


די צוויי ברידער ר' אברהם מיט ר' ליפא לויאש ע"ה, האבן צוגעגעבן א געוואלד פאר דער סאטמארער נגינה-וועלט. ר' אברהם האט פארפאסט דעם שטארק באקאנטן סאטמארער 'זעקסטע הקפה' ניגון . ר' ליפא איז געווען יפה כוחו ווען ער האט געהאט די חזקה און געשיקט קיין סאטמאר יאר יערליך אלע חנוכה קאמפאזיציעס ביז צו זיין פטירה אין יאר תשכ"ט.


נאכדעם זענען געווען די בארימטע ווערצבערגער משפחה אין שפיץ פון הרה"ח ר' אברהמ'עלע ווערצבערגער ע"ה, וואס האט אין לויף פון אסאך יארן פארפאסט די ימים נוראים ניגונים , אינאיינעם מיט הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"לדעם רבינ'ס גבאי. ר' יוסל האט פארפאסט א צאל גאר געלונגענע ניגונים וואס זענען שטארק אריין אין דער וועלט , מאנכע מיינען אז די ניגונים זענען שוין הונדערטער יאר אלט...


דער מלחין בחסד עליון ר' בעריש ווישעווער הי"ד

דער נאמען 'ר' בעריש ווישעווער' איז ברייט באקאנט ביי יעדן וואס האט נאר אמאל איבערגעטראטן די נגינה-שוועל. ר' בעריש איז געווען פון די גרעסטע גאונים אין נגינה אין דער היסטאריע פון חסיד'ישער נגינה. ר' בעריש האט פארפאסט ניגונים פאר עטליכע הויפן און בעיקר פאר מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע.


ר' בעריש איז געווען א יחיד מומחה און א קינסטלער וואס איז נישט געווען זיינס גלייכן. ער האט פארפאסט פאר יעדן הויף ניגונים אויף זייער שניט, ער פלעגט אפשאצן א מצב און פארפאסן א ניגון אויף דעם. מען פארציילט, אז דעם סוכות איידער ער האט פארפאסט דעם אכט-פעלערדיגן, וואונדערליכן סאטמארער 'נענועים' ניגון , איז ער געשטאנען פאר שעות ארוכות און באטראכט דעם רבינ'ס עבודת הקודש ביי די נענועים. ער האט אונטער דער השראה פארפאסט דעם ניגון וואס איז געווען חביב מאוד ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע.


ר' בעריש האט געשיקט יעדעס יאר איבער צען ניגונים קיין סאטמאר, פון וועלכע די בעלי מנגנים האבן אויפ'ן רבינ'ס באפעל געקליבן ניגונים וואס מ'וועט ניצן. ר' בעריש האט בארייכערט די סאטמארער נגינה-וועלט מיט איבער הונדערט ניגונים. א גרויסער טייל דערפון זענען לדאבוננו פארגעסן געווארן צוליב וואס מ'האט זיי געניצט נאר אויף איין יאר און מ'האט זיי נישט פארשריבן לדורות. עס זענען היינט פארבליבן צענדליגער ניגונים וואס ער האט פארשריבן אין נאטן, וואס מ'ארבעט זיי ארויסצוגעבן אויף א שיינעם פארמאט.



נאדבורנא



הרה"ק ר' מרדכי'לע נאדבורנער זי"ע איז געווען מפורסם מיט זיינע הייליגע ניגונים. עס איז באקאנט איבער דער וועלט דער הייליגער נאדבורנא חופה ניגון וואס ווערט געזונגען מיט גרויס התעוררות. אויך האט ער פארפאסט דעם באקאנטן ניגון 'אחד יחיד ומיוחד' .

פיטסבורג

צווישן די צווייגן פונעם נאדבורנא גזע, ציילט זיך דער באשיידענער פיטסבורגער הויף. דער פיטסבורגער רבי'ס זצ"ל זענען געווען זעלטענע מלחינים, און האבן שטארק בארייכערט די חסיד'ישע נגינה-וועלט אינעם לעצטן דור-צוויי; פילע ניגונים וואס ווערן געזונגען מנער ועד זקן זענען פון די פיטסבורגער רבי'ס, איינער פון זיי איז דער וועלט-באקאנטער 'אילן במה אברכך' , ווי אויך דער פיטסבורגער 'אלקא דיליה' .



די רבנים לבית גרינוואלד



מיר האלטן שוין ביים סוף פון דער רייזע, און מיר שליסן שוין אט אט דעם לאנגן ארטיקל. לאמיר נאר אפאר שורות ווידמען פאר די אונגארישער רבנים וועלכע זענען געווען אויסערגעווענליכע בעלי תפלות און בעלי מנגנים, און האבן צוגעגעבן זייער טייל צו דער חסיד'ישער נגינה-וועלט.


די משפחה פון גאונים וצדיקים וואס האבן געפירט ברבנות איבער גרויסע שטעט אין אונגארן זענען געווען מפורסם צו זיין זעלטענע בעלי תפלות און נוסח זאגער . בנוסף לזה, איז באקאנט אז זיי האבן אויך מלחין געווען ניגונים.


אין חצה"ק פאפא זענען דא עטליכע הערליכע ניגונים וואס דער הייליגער קרן לדוד זי"ע האט פארפאסט , ווי אויך אפאר שטארקע ניגונים פון הרה"ק בעל ויגד יעקב מפאפא זי"ע .

*****

און דערמיט שליסן מיר אונזער לאנגן שפאציר איבער די פילע שטעט און שטעטלעך פון אייראפע. עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז מיר האבן אויסגעלאזט אפאר דעסטינאציעס צוליב חסרון ידיעה אדער שכחה. כ'וויל זיך טאקע נאכאמאל אנטשולדיגן אויף דעם, און ווי שוין געשריבן אין דער פתיחה פאריגע וואך, טוט דער ארטיקל בלויז געבן דאס בילד וואס עס קומט מיר אויס לויט מיינע ידיעות, אבער איז אויסדריקליך נישט קיין אבסאלוטער פאקט. זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צו ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים, ושם נשיר שיר חדש כי ברננה נעלה, בב"א.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

WOW WOW WOW!!!!!

אין מילים!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17270
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געוואלדיגע ארבעט!!

שוין איבער געגאנגען איינמאל אויבערפלעכליך.. ווארט מיר נאך אויף די פאלדערס צו איבער לערנען בעיון!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4083
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

אוראייניקל האט געשריבן:
געוואלדיגע ארבעט!!

שוין איבער געגאנגען איינמאל אויבערפלעכליך.. ווארט מיר נאך אויף די פאלדערס צו איבער לערנען בעיון!
גאמ מיר קוקן ארויס אויף די פאלדערס מיט אלע ניגונים.
יישר כח נאכאמאל!!!
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

WOW!

געליינט דעם ארטיקל, און געווען נייגעריג אויף 80 פראצענט נגינה פון וואס מען רעדט

יעצט גיי מיר הערן די ניגונים, א אנדערע מעשה וועט עס זיין

יישר כח אייך!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

א ריזן דאנק!! ממש אן אוצר.
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

הערה קטנה מונקאטש’ע בריך שמיה איז נישט די טאהש’ע אהבה רבה
אין מונקאטש זינגט מען די טאהש’ע אהבה רבה אויף יעלה
תכנת שבת
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 am

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכנת שבת »

פטמה לחצאין האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
שטוינענד!
יישר כוחכם.
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4083
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

חאטצקל האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
געוואלדיגע ארבעט!!

שוין איבער געגאנגען איינמאל אויבערפלעכליך.. ווארט מיר נאך אויף די פאלדערס צו איבער לערנען בעיון!
גאמ מיר קוקן ארויס אויף די פאלדערס מיט אלע ניגונים.
יישר כח נאכאמאל!!!
די עסקנים ארבייטן נאך?
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: מייסטער ארטיקל איבער די היסטאריע פון חסיד'ישע נגינה - שטיבל אויסגאבע פרשת מקץ און ויגש תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

חאטצקל האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
געוואלדיגע ארבעט!!

שוין איבער געגאנגען איינמאל אויבערפלעכליך.. ווארט מיר נאך אויף די פאלדערס צו איבער לערנען בעיון!
גאמ מיר קוקן ארויס אויף די פאלדערס מיט אלע ניגונים.
יישר כח נאכאמאל!!!
נו, ווי האלט עס?
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”