מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

אטראקציעס, פארקס, און פלעצער צו פארברענגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
jewish explorer
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:15 pm

מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish explorer »

עס איז מוצאי שבת אנהייב ווינטער. די זמנים זענען שוין פרי אבער די זייגער איז נאכנישט גערוקט. די צייט איז קורץ און אונזער פלייט פארט ארויס א קנאפע צוויי שעה נאכן זמן. געפאקט די פעק און מיר מאכן אונזער וועג קיין נוארק עירפארט. די וועג פארט געשמירט און נאך 35 מינוט פארן דערגרייכט מען די עירפארט.
די זייגער ווייזט 8:30 און אונזער פלייט פארט ארויס 9:20. מיר טשעקן נישט איין קיין פעקלעך. די סעקיוריטי איז דורך געשמירט און מיר גייען צום געיט וואו מען האלט שוין אינמיטן בארדן. מיר שטייגן אויף אויפ'ן פליגער און מאכן זיך באקוועם אויף די זיץ פלעצער.
די פלייט איז פון יונייטעד עירליינס נעמענדיג בערך א שעה צייט. נאך א קורצע צייט אויפ'ן ראנוועי זענען מיר אין די לופטן און מיר מאכן אונזער וועג צום נארפאלק עריפארט אין ווירדשיניע. נאך פאר וואס, ווען, וואו רופט שוין דער פיילאט אויס אז מען הייבט אן לאנדען... מיר קומען אן קיין ווירדשניע. מיר ריכטן אונזערע טריט צום הערץ קאר רענטל וואו מיר פיקן אויף א קרייסלער פעסיפיקע מיניווען. די וועג פונעם עירפארט צום האטעל נעמט 20 מינוט.
מיר קומען אן צום הייעט האטעל וואס געפינט זיך אין די Chesapeake געגנט. די האטעל האב איך געבוקט מיט פוינטס. זייענדיג א Category 1 האטעל האט עס געקאסט א קארגע 5000 פוינטס וואס מיט דעם האב איך מיר געשפארט אסאך געלט אין קעש. די האטעל איז אין א פארהאלטניסמעסיגע גוטע קאנדישען... מען עסט מלוה מלכה אין מען לייגט זיך שלאפן.
ויהי ערב ויהי בוקר. מיר שטייען אויף פרי לויט אונזער זונטאג'דיגע השגות. מיר דארפן כאפן די מנין שחרית וואס שטעלט זיך 8:00. די וועג פון האטעל צום ביהמ"ד נעמט 20 מינוט. מיר קומען אן צום ביהמ"ד בני ישראל ווען מען האלט שוין נאכן אנהייבן הודו. אינדרויסן הענגט א צעטל וואס מעלדט אז אויב מ'איז נישט וואקסענירט מוז מען אנהאבן א מאסק. (דאס איז געווען פאריאר אנהייב ווינטער) מיר איגנארירן דעם צעטל און מען גייט ווייטער. מיר זעצן זיך אין די בעק. געלייגט טלית ותפילין און מען שטעלט זיך דאווענען.




אין די זייט פונעם בנין הביהמ"ד איז דא א מקוה טהרה. איינער פון די מתפללים האט עס געעפנט לכבודינו און מיר האבן געכאפט א טבילה.



מען זעצט זיך אריין אין קאר און מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג צום Shenandoah national park. די וועג צום פארק נעמט ארום 3 שעה. מען פארט אדורך די הויפט שטאט פון ווירדשיניע, 'ריטשמאנד'. אלץ נענטער מען ווערט צום פארק אלץ שענער ווערט די וועג. מען איז ארומגענומען מיט הערליכע בערג.



די Shenandoah National Park איז א הערליכע פארק אויף די הויכע בערג פון די Blue Ridge Mountains. די פארק איז לאנג און שמאל. אינמיטן די פארק לויפט אדורך די Skyline Drive וואס ציט זיך פאר 105 מייל. יעדע פאר מייל זענען דא פלעצער וואו מען קען מען זיך אפשטעלן און באטראכטען די הערליכע וויא. די פארק פארמאגט אסאך הייקינג טרעילס און הערליכע וואסערפאלן. דורכאויס די מאנאט פון October איז די פארק זייער פאפולער. וויבאלד דאס איז די צייט וואס די קאלירן פון די בלעטער טוישט זיך צו געל און אראנדש אהערשטעלנדיג א הערליך בילד פאר די באזוכער.
די פארק געפינט זיך 75 מייל פונעם הויפטשטאט וואשינגטאן די סי וואס דאס ברענגט אסאך באזוכער צו די פארק.
נאך א לענגערע דרייוו קומט מען אן צום טויער פון די פארק. מיר צאלן די פרייז אריינצופארן אינעם פארק. די שומר הפתח גיט אונז א מאפע און מען לאזט זיך ארויס אויפן Skyline Drive. די ראוד איז א טו וועי ראוד און מיר הייבן אן אונזער דרייוו פון דרום זייט ביי מייל מארקער 105. לויט ווי איך פארשטיי הייבן רוב באזוכער אן די דרייוו פון די פארקערטע ריכטונג אויף צפון זייט וויבאלד עס איז נענטער צו וואשינגטאן די סי פון וואו רוב באזוכער קומען.




אונזער ערשטע סטאפ איז ביי די McCormick Gap Overlook. די וויו איז הערליך. מען קריכט ארויס פון די קאר, מען כאפט בילדער און מען לאזט זיך ווייטער אין וועג צום קומענדיגע סטאפ. מיר האבן נאך אפאר מאל זיך אפשטעלן איינגעזעהן אז מיר רוקן זיך זייער שטאט, והיום קצר. די ספיד לימיט אויף די ראוד איז 35 און מען קען במציאות נישט פארן שנעלער וויבאלד די ראוד איז שמאל און געדרייט. אויב ווילן מיר אריינכאפן די גאנצע פארק אדער כאטש א גרויס חלק דערפון דאן קענען מיר נישט סטאפן ביי יעדע Overlook. מיר האבן מחליט געווען אז מען וועט זיך נאר אפשטעלן ביי די גאר אינטערעסאנטע פלעצער.





פארענדיג ווייטער האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביי פארשידענע אינטערסאנטע אווערלאקס. די וויוס זענען הערליך! די ראוד וואס לויפט אדורך די פארק איז ארומגענומען מיט ביימער און עס גיט א געשמאקע געפיל געפינענדיג זיך אין שויס פון נאטור. איינע פון די אפשטעל פלעצער איז געווען ביי די Byrd Visitor Center וואס געפינט זיך נעבן מייל מארקער 50. אריינגייענדיג האט א שומר ביים טיר פארלאנגט אנצוטוהן א מאסק. די וויזיטער סענטער פארמאגט אן אויסשטעלונג פון פארשידענע זאכן פון די פארק וואו די באשעפענישן וואס לעבן אין די פארק און איבער די היסטאריע.
פון דארט האט מען ממשיך געווען די וועג צו אונזער קומעדיגע סטאפ ביי דיStony Man Overlook. פון דארט הייבט זיך אן די טרעיל וואס פירט ארויף צום צווייט העכסטן בארג פון די פארק, Stony Man. די טרעיל איז פון די גאר פאפולערע טרעילס אין די פארק זייענדיג א רעלאטיוו גרינגע הייק. די לענג פון די טרעיל איז 1.5 מייל.
די קאר האט מען געפארקט אויף די זייט פון די ראוד וויבאלד די פארקינג לאט איז געווען איבערגעפולט. אויפן וועג ארויף צום שפיץ האב איך באגעגנט א הייקער וואס איז געווען אויפן וועג אראפ און איך האב אים אויסגעפרעגט איבער וואס איך האב צו ערווארטן. ער זאגט מיר אז נאך א האלבע מייל קומט מען אן צו א פונקט וואו מען קען זיך אפשטעלן און באטראכטן די הערליכע וויו. פון דארט איז דא א פרשת דרכים וואס טראגט ווייטער ארויף צום שפיץ. אזוי ווי מיר זענען געווען באגרעניצט אין צייט האמיר מחליט געווען אז מען וועט נאר הייקן ביז אהין און דערנאך זיך צוריקדרייען.
מיר שפאצירן ארויף די בארג אויפן טרעיל צווישן די ביימער. פון צייט צו צייט באגעגענען מיר מענטשן אונז אנטקעגנקומען. אין געוויסע פלעצער איז די טרעיל אזוי שמאל אז ווען א מענטש קומט אנטקעגן דארף מען זיך אפשטעלן יענעם אדורכלאזן. ענדליך זעהט מען שוין די סיין וואס צייגט אז אט קומט מען אן צום ציל.
מיר קומען אן צו אן אפענע פלאכע פלאץ ווי מען באקומט א 180 דעגרי וויו פון די הערליכע וועלדער און פעלדער. מיר רוען זיך אפ אביסל און מען כאפט אפאר בילדער. מיין שותף האט געכאפט א שטיקל שמועס מיט א הייקער. ער פרעגט אים אויס איבער די הייקינג שטעקענס מיט וואס ער שפאצירט. ער פארציילט אז ער וואוינט אין די וואגשינטאן די סי געגענט און ער איז א לויער וואס זיין ארבעט איז צו געבן עדווייס פאר די איי אר עס. איך פרעג אים צו די נייע געזעץ פון ריפארטן $600 טרענזעקשנס איז געווען זיין איידיע... (עס איז דעמאלט'ס געווען א רעדע פון איינפירן אזא געזעץ), ער טענה'ט אז זיין ארבעט איז איבער די לעגאלע חלקים און איז נישט אינוואלווד אין פאליסיס. נאכן שמועסן איבער פון וואו אונז קומען, שטעלט זיך ארויס אז ער איז גאר אויך א איד וואס פלעגט וואוינען אין וועסטשעסטער קאונטי אין ניו יארק.
מיר זעטיגן זיך אן מיט די שיינע וויוס און מיר מאכן אונזער וועג אראפ פון בארג.






מען זעצט זיך אריין אין קאר. די זייגער ווייזט אז ס'איז שפעט. אויב ווילן מיר נאך מאכן מנחה בזמנו דארפן מיר שוין פארלאזן די פארק. בערך ביי מייל מארקער 30 דרייען מיר זיך אראפ פון די פארק ראוד און מען פארט צום אידישן ישוב אין סילווער ספרינגס מערילענד וואס געפונט זיך א האלבע שעה פון וואשינגטאן די סי.
די וועג נעמט קרוב צו צוויי שעה. די ערשטע חלק וועג פארט מען אדורך פארמס און פעלדער. יעדע שטיק צייט זעט מען סיינס Vote For Youngkin אדער Vote For Mcauliffe. עס איז דעמאלטס געווען א וואך פאר די ווירדשיניע גאווערנער עלעקשן. אין יענע געגנט האט מען געזעהן מער סיינס פאר Youngkin.



מיר קומען אן צום ביהמ"ד יאנג איזריעל-שומרי אמונה. מנחה האט מען שוין געהאלטן אינמיטן האבן מיר זיך בלית ברירה מיטגעכאפט. נאך מנחה זענען מיר צוגעפארן צום דערנעבענדיגע גיגאנטישער 'שלום קאושער' סופערמארקעט. די סופערמארקעט קען פארשעמען מערערע פון אונזער היימישע לאקאלע סופערמארקעטס. עס פארמאגט גרויסע איילס מיט א ברייטע אויסוואל פון פראדוקטן.




מיר האבן איינגעקויפט וואס מיר האבן געדארפט און זיך ארויסגעלאזט אין וועג צום עיר הבירה וואשינגטאן די סי.
די זון איז צוביסלעך אונטערגעגאנגען. ווען מיר זענען אנגעקומען קיין וואשינגטאן די סי איז שוין געווען טונקל. צום ערשטן מאל האב איך מיר באגעגנט מיט די געביידעס פון וואו גאנץ אמעריקע ווערט געפירט. די פעדערעל ריזערוו, די NIH, די סופרים קאורט און נאך. צום ערשט האט מען זיך אפגעשטעלט ביים וואשינגטאן מאנומענט. עס איז נישטא קיין סאך צו טון דארט חוץ ארומשפאצירן די מאנומענט און נעמען בילדער. אין יענע צייט דאכט זיך מיר איז די מאנומענט געווען פארמאכט צוליב קאוויד.



פון דארט איז מען צוגעפארן צום ווייסען הויז. מיר האבן פארקירט די קאר א גאס ארויפצו ביי א נאו פארקינג זאנע. דערנאך וואס א האומליס פארשוין אויפ'ן ארט האט אונז פארזיכערט אז די פאליציי טיילט נישט קיין טיקעטס אין די צייט.
מיר האבן אדורך שפאצירט Lafayette Square פארנט פונעם ווייסן הויז. אנקומענדיג צו פענסילוועניע עוועניו האבן מיר געזעהן ווי די גאס איז פארמאכט אויך פאר פיסגייער. מען האט נאר געקענט צוגיין ביז צו די באריקאדעס וואס די סיקרעט סערוויס האט אוועקגעשטעלט קעגן איבער דעם ווייסן הויז. די סיקרעט סערוויס אגענטן זענען דארט געשטאנען און באוואכט. די אגענטן זענען געווען זייער פריינטליך און געשמועסט מיט די באזוכער. זיי האבן מסביר געווען אז די אוועקשטעלן די באריקאדעס איז א סעקיוריטי רוטין וואס זיי טוען יעדע שטיק צייט.



נאכן וויילן אפאר מינוט ביים ווייסן הויז האט מען זיך געלאזט אין וועג אין ריכטונג פונעם קעפיטאל געביידע. עס האט געדויערט א שטיק צייט ביז מיר האבן געטראפן די ריכטיגע פלאץ. למעשה האבן מיר זיך באגנוגנט מיט'ן אדורכפארן די געביידע וויבאלד מען האט סייווי נישט געקענט צוגיין אין רעזולטאט פון January 6.



פון דארט איז מען אריבערגעפארן די פאטאמיק ריווער ווען אונזער GPS האט אונז באגריסט מיט א וועלקאם טו ווירדשיניע. (וואשינגטאן די סי זיצט ביים גרעניץ פון ווירדשיניע) מען האט צוריקגעטראגן די קאר צו הערץ און גענומען די שאטעל צוםHyatt Regency Crystal City האטעל מען האט זיך געלייגט שלאפן פרי וויבאלד די פלייט צוריק פארט 7:00 אינדערפרי.
דעם נעקסטן צופרי 7:00 האבן מיר זיך געהויבן אין די לופטן אויפ'ן וועג אהיים. מיר זענען געפלויגן פונעם ראנאלד רעיגן עירפארט מיט אמעריקן עירליינס אויפן וועג צו לאגווארדיע עירפארט.
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

זייער שיין אסאך אריין געכאפט אין איין טאג! די קעפיטאל איז גענצליך אפגעשפארט זייט דעמאלס?
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

מאסיוו! זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו.
די בילדער געבן גאר אסאך צו און די וויאוס זענען הערליך!!

זיי האבן ענק געלאזט גיין אין מקוה אפי' עטס זענטס נישט געווען וואקסינירט?
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער שיין באשריבן! הערליך, רייך, און דעטאלירט אלעס מיט קלארע בילדער.
שכח
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
געשמאקע צייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 22, 2021 12:11 pm

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע צייטן »

צו גוט צו ליינען יעצט...! רעזעווירט פאר שבת נאכמיטאג!


ווי איז די שרייבער אויסגאבע?!
אוועטאר
jewish explorer
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:15 pm

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish explorer »

יכולתי האט געשריבן:
זייער שיין אסאך אריין געכאפט אין איין טאג! די קעפיטאל איז גענצליך אפגעשפארט זייט דעמאלס?
די קעפיטעל געביידע איז שוין יעצט אפן פאר באזוכער
אוועטאר
jewish explorer
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:15 pm

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish explorer »

עולם הפוך האט געשריבן:
מאסיוו! זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו.
די בילדער געבן גאר אסאך צו און די וויאוס זענען הערליך!!

זיי האבן ענק געלאזט גיין אין מקוה אפי' עטס זענטס נישט געווען וואקסינירט?
מיר האבן זיי נישט אויסגעזאגט אונזער וואקסין סטאטוס
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

jewish explorer האט געשריבן:
עולם הפוך האט געשריבן:
מאסיוו! זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו.
די בילדער געבן גאר אסאך צו און די וויאוס זענען הערליך!!

זיי האבן ענק געלאזט גיין אין מקוה אפי' עטס זענטס נישט געווען וואקסינירט?
מיר האבן זיי נישט אויסגעזאגט אונזער וואקסין סטאטוס
זיי האבן נישט געבעטן א וואקסין קארטל?
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1652
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע:חק"ס שטיבל

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

פינג @איינס פאר א PDF
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער שיין!
געליינט און הנאה געהאט!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער שיין!
געליינט און הנאה געהאט!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
jewish explorer
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:15 pm

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish explorer »

עולם הפוך האט געשריבן:
jewish explorer האט געשריבן:
עולם הפוך האט געשריבן:
מאסיוו! זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו.
די בילדער געבן גאר אסאך צו און די וויאוס זענען הערליך!!

זיי האבן ענק געלאזט גיין אין מקוה אפי' עטס זענטס נישט געווען וואקסינירט?
מיר האבן זיי נישט אויסגעזאגט אונזער וואקסין סטאטוס
זיי האבן נישט געבעטן א וואקסין קארטל?
עס איז נישט געווען קיין גארדס ביים טיר, זיי פארלאזן זיך אז די אומוואקסינירטע וועלן אויספאלגן דעם צעטיל און אנטוהן א מאסק
אוועטאר
א הייסע קאווע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע:מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)
פארבינד זיך:

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א הייסע קאווע »

שטומפיג האט געשריבן:
זייער שיין!
געליינט און הנאה געהאט!
גא"מ!
בילד
בכלל יא
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 12:03 am

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בכלל יא »

מורעדיג!!! "We want more"
שכוח
זעקסטע הקפה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 07, 2019 11:31 am

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקסטע הקפה »

איז דא ווי איבערצובייסן אין וואשינגטאן עיר הבירה?
מילכיג, פליישיג, עפעס מער צו די היימישע זייט?
זעקסטע הקפה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 07, 2019 11:31 am

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקסטע הקפה »

זעקסטע הקפה האט געשריבן:
איז דא ווי איבערצובייסן אין וואשינגטאן עיר הבירה?
מילכיג, פליישיג, עפעס מער צו די היימישע זייט?
ווייסט איינער ווי מ'קען עסן אין וואשינגטאן?
פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

זעקסטע הקפה האט געשריבן:
איז דא ווי איבערצובייסן אין וואשינגטאן עיר הבירה?
מילכיג, פליישיג, עפעס מער צו די היימישע זייט?
אין וואשינגטאן די סי בין איך אמאהל געווען ביי Char Bar. דעמאלס איז געוועהן א משגיח מיט בארד און פיאות, און האט ליב געהאט צו שמועסן מיט היימישע געסט.
עס איז אביסל א בעסערע סטייל געשעפט, ווי א סטעיק האוז וכדומה. איך מיין אז זיי זענען נאך אין ביזנעס. איך ווייס נישט וועגן מילכיגס. לכאורה איז דא עפעס.
פאר מער היימיש וועסטו לכאורה מוזן גיין קיין באלטימאר.
א גרויסן שכח
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 08, 2022 7:04 pm

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גרויסן שכח »

wow!! א גרויסן שכח!!!
שטיינער קריכער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 9:46 pm

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיינער קריכער »

זייער שיין און אינפארמאטיוו, זייער גוט אויסגערעכנט.
פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

זייער שיין און אינטערעסאנט צו ליינען.
די בילדער זענען הערליך. א דאנק.
ברענג פון נאך פלעצער, אויב די האסט.
סאטמאר בוטשער

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמאר בוטשער »

הערליכע ארבעט!
הויז גרין
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2023 12:10 am
לאקאציע:גרינע הויז

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויז גרין »

א הערליכע ארבעט! זיך באלעקט מיט איעדע ווארט!
מיר דארפן נאך!
פאר'ן מחליט זיין אז דו מוזט גיין צו גייסטישע הילף. מאך זיכער אז דו ביסט זאט (אבער נישט אנגעגעסן און אראפגעשלעפט) אויסגעשלאפן און אויסגערוהט מיט א קלארע מוח. אפשר וועגן דעם ביסטו געווען נערוועז?
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

יעצט באמערט די אשכול

גאר אינטערעסאנט!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
ווייכע ברויט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 1:14 pm

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייכע ברויט »

יישר כח! זייער אינטערעסאנט!
כ'האב זייער ליב צו ליינען פון אינטערעסאנטע פלעצער וואס מ'הערט נישט יעדן טאג, ספציעל גלייך איך דיין באשרייבונג איבער די אידישע לעבן דארט (בתי מדרשים, מקוואות. כשר'ע עסן).
אויב דו ביסט שוין געווען אין נאך שטעט, דאן קום אריין קלאר!
די שיינקייט פון די וועלט איז אז ס'דא אלע סארט מענטשן, פארלאנג נישט א צוויטער זאל זיין פונקט ווי דיר
כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: מיין באזוך קיין ווירדשיניע/וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

ווי קען מען קויפן מילכיגע פראדוקטען אין וואשינגטאן?

אויך זיך איך ווי מ'קען זיך אראפזעצן פאר א לאנטש
שרייב תגובה

צוריק צו “אויספלוגן”