בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!
פסיכאלאגיע און מעדיצינען
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
איך בין מחשיב די 'נאר' ווען נישט אים וואלט איך נישט געווען די 'קלוגער' !!
Re: בליצן!!
א נאר כאפט נישט אז ער איז א נאר ווען יא ווערט ער אויס נאר...
Re: בליצן!!
ווער סטענהט זיך מיט א נאר איז א גרעסערע...
Re: בליצן!!
א קליגער האלט נישט אז ער איז קליג ווען יא ווערט ער אויס קליג...Slow האט געשריבן:א נאר כאפט נישט אז ער איז א נאר ווען יא ווערט ער אויס נאר...
מוז מיר זאגען איני יודע..
Re: בליצן!!
יעצט באמערק אז @בריטיש האט שוין געעפנט ענדליך, למעשה פארט ער מער אויף מענטל ווי קליינע קלוגע קרישקעלעך... נו שוין ווער סוויל קען עס צאמשטעלן... אינצווישן קענט איר אריינקומען מיט אפאר שורהלעך...
Re: בליצן!!
ווער זאגט אז דו קענסט נישט האסט שוין פרובירט? דער וואס קען איז נישט געבוירן געווארן קענעדיג!
Re: בליצן!!
א קלוגער מעג האלטן אז ער איז קלוג, אבער נאר וויפיל ער איז באמת... אפשר צ"ל, א קלוגער טוט זיך נישט אויף מיט זיין קלוגשאפט...שאבעלע האט געשריבן:א קליגער האלט נישט אז ער איז קליג ווען יא ווערט ער אויס קליג...Slow האט געשריבן:א נאר כאפט נישט אז ער איז א נאר ווען יא ווערט ער אויס נאר...
מוז מיר זאגען איני יודע..
Re: בליצן!!
א טענהריי איז געמאכט זיך אויסצוקלארן דעם אמת, נישט זוכן צו זיין גערעכט... (ווענד זיך ביי וועם הא?)
Re: בליצן!!
זיי די מענטש וועם דו ווילסט טרעפן...
Re: בליצן!!
סדא אמאל וואס מאיז "גערעכט", אבער מדארף טוען וואס איז "ריכטיג"!!
Re: בליצן!!
איך פריי מיך מער צו א קריטיק ווי א קאמפלימענט! סהאט סאך מער אמת אין זיך, און כקען עס נעמען ווייטער זיך צו פארעכטן...
די גרעסטע טובה פאר א מענטש איז אים זאגן די אמת אין פנים אריין! ווי איידער אים שוינען אין נישט וועלן באליידיגן... (פארשטייט זיך אויףן ריכטיגן אופן, אין אויב ער וויל זיך באמת העלפן)
די גרעסטע טובה פאר א מענטש איז אים זאגן די אמת אין פנים אריין! ווי איידער אים שוינען אין נישט וועלן באליידיגן... (פארשטייט זיך אויףן ריכטיגן אופן, אין אויב ער וויל זיך באמת העלפן)
Re: בליצן!!
ווען דו שעמסט זיך צו טוען עפעס ברבים, טראכט וויזוי דו קוקסט אן ווען יענער וואלט עס געטוען, וועסטו זען אז קיינער כאפט אפילו נישט...
(צוגיין צום עמוד וכדו)
(צוגיין צום עמוד וכדו)
Re: בליצן!!
פרוביר נישט צו טוישן די וועלט ווייל דיין קינד וועט עס צוריקטוישן!
Re: בליצן!!
דערצייל דיינע חסרונות, פאר יענער דערציילט עס! (גמ ב"ק)
Re: בליצן!!
אמתSlow האט געשריבן:א קלוגער מעג האלטן אז ער איז קלוג, אבער נאר וויפיל ער איז באמת... אפשר צ"ל, א קלוגער טוט זיך נישט אויף מיט זיין קלוגשאפט...שאבעלע האט געשריבן:א קליגער האלט נישט אז ער איז קליג ווען יא ווערט ער אויס קליג...Slow האט געשריבן:א נאר כאפט נישט אז ער איז א נאר ווען יא ווערט ער אויס נאר...
מוז מיר זאגען איני יודע..
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4367
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: בליצן!!
א בעה''ב פון א עסן קאמפאני האט מיר אמאל געזאגט אקוראט די זעלבעSlow האט געשריבן:איך פריי מיך מער צו א קריטיק ווי א קאמפלימענט! סהאט סאך מער אמת אין זיך, און כקען עס נעמען ווייטער זיך צו פארעכטן...
די גרעסטע טובה פאר א מענטש איז אים זאגן די אמת אין פנים אריין! ווי איידער אים שוינען אין נישט וועלן באליידיגן... (פארשטייט זיך אויףן ריכטיגן אופן, אין אויב ער וויל זיך באמת העלפן)
פון דיינע קאמפלימענטס קען איך גארנישט איינקעשן, ביטע קאל מיר אן מיט די קריטיק..
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
- אלטמאדיש
- שר מאה
- תגובות: 192
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
- לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט
Re: בליצן!!
ובל"א; קריטיק ווען קאנסטראקטיוו איז די בעסטע קאמפלימענט, א קאמפלימענט ווען פאלש איז די גרעסטע קריטיק.
- מרנן ורבנן
- שר חמש מאות
- תגובות: 899
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm
Re: בליצן!!
איך פארשטיי נישט וואס דאס האט מיט תורת הנפש. די פארום איז גשטעלט צו געבן חיזוק פאר געליטענע און נישט ח”ו צו מאכן ליצנות.Slow האט געשריבן:איך בין מחשיב די 'נאר' ווען נישט אים וואלט איך נישט געווען די 'קלוגער' !!
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
Re: בליצן!!
וואס איז די ליצנות?! ארויסגעברענגט א נקודה, מאך נישט אוועק א צווייטן ווייל ער איז נישט אזוי געלונגען ווי דיר, ווייל ער איז דער וואס שטעלט אוועק דיין געלונגענקייט!מרנן ורבנן האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דאס האט מיט תורת הנפש. די פארום איז גשטעלט צו געבן חיזוק פאר געליטענע און נישט ח”ו צו מאכן ליצנות.Slow האט געשריבן:איך בין מחשיב די 'נאר' ווען נישט אים וואלט איך נישט געווען די 'קלוגער' !!
Re: בליצן!!
ווילסט בלייבן גערעכט מזאל דיר ארויפקוקן? ביסט אסאך מער ארויפגעקוקט ווען די קענסט עס אויפגעבן!
Re: בליצן!!
צייט איז א אלטוועלטליכע פראבלעם, איינער האט צו ווייניג און איינער צו סאך!
זע צו האבן ווייניגער, סאיז טאקע שווערער אבער באטעמטער!
זע צו האבן ווייניגער, סאיז טאקע שווערער אבער באטעמטער!
Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!
האב נישט מורא צו "געבן" פון דיר, די הנאה וואס דו "באקומסט" דערפון, איז אסאך מער ווערד!
Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!
ווען דו ברענגסט ארויס א געדאנק, פרוביר נישט צו געבן א משל, עס מאכט עס זייער באגרעניצט! לאז יעדעם (דו אויך) עס אליין צופירן!!
#תן לחכם ויחכם עוד!!
#תן לחכם ויחכם עוד!!
Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!
האלסט אינמיטן א טענהריי? זיי מודה צו יענעם, סקען זיין א סעקונדע שפעטער וועט ער מודה זיין צו דיר!
Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!
איך פרוביר צו שרייבן ווי מער קורץ און שארף! צומאל ליגט מער ציווישן די שורות...
ווי למשל די פריערדיגע תגובה פארוואס עס איז טאקע אזוי,
אפט מאל וויל נאר יענער די אנערקענונג אז זיין מיינונג איז עפעס זאכליך אבער באדערט אים נישט צו טוען אנדערש (נו אן קיין משלים) וכו' וכדו'...
#תן לחכם ויחכם עוד
כהאף מהאט הנאה...
אדרבה קומט אריין מיט אייערע געדאנקען... כהאב עס געעפנט מער צו הערן ווי זאגן...
ווי למשל די פריערדיגע תגובה פארוואס עס איז טאקע אזוי,
אפט מאל וויל נאר יענער די אנערקענונג אז זיין מיינונג איז עפעס זאכליך אבער באדערט אים נישט צו טוען אנדערש (נו אן קיין משלים) וכו' וכדו'...
#תן לחכם ויחכם עוד
כהאף מהאט הנאה...
אדרבה קומט אריין מיט אייערע געדאנקען... כהאב עס געעפנט מער צו הערן ווי זאגן...