סעלפאון בענדס מהו?

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

איל משולש האט געשריבן:
יעקב פריינד האט געשריבן:
ווי איך האב פארשטאנן צו האבן א אנלאקד דעווייס דארף עס האבן מער אדער א בעסערע טשיפ צו קענען דערהייבן די בענדס, טראגט דעיס נישט מער ראדיאציע?

עפעס פארשטיי איך נישט קלאר?
לאקד מיינט אז עס האט די בענדס, נאר עס איז פארשפארט. דעמאלט גיבט עס ארויס די זעלבע מאס ראדיאציע ווען עס איז אפן ווי ווען עס איז צוגעשפארט. מה שאין כן ווען עס האט כלל נישט לדוגמא ווערייזאנס בענדס, גיבט עס ארויס ווייניגער.
אה גאט איט! זייער קלאר.
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

זייער שיין און קלאר, ווארט מען נאר מיט שפאנונג ווי אזוי די 5G שטעלט זיך צוזאמען מיט די וואקסינען צו אינטעווענירן אין די עלעקשאנס...
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shuli »

א גוטע וועבסייט ווי מען קען זען די וועלעכע בענד (כמעט) איעדע פאון האט ווי אויך וועלעכע בענד די קעריער נוצט
https://www.phonescoop.com
אוועטאר
מהלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 05, 2021 3:34 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהלך »

א גרויסן ישר כח פארן שרייבן די זאכן וואס איך וויל שוין אזוי לאנג פארשטיין!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12479
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

זייער זייער שיין.

כ'האב נאר איין שאלה, טעכניש וואס טוט די דעווייס צו וויסן אויף וועלכע כוואליע ער דארף יעצט ארויסשיקן אז ס'זאל נישט קרעשן אין א צווייטנס כוואליע? סקענט ער דורך דעם כוואליע צו טרעפן א ליידיגע?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4961
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

למעלה משבעים האט געשריבן:
זייער זייער שיין.

כ'האב נאר איין שאלה, טעכניש וואס טוט די דעווייס צו וויסן אויף וועלכע כוואליע ער דארף יעצט ארויסשיקן אז ס'זאל נישט קרעשן אין א צווייטנס כוואליע? סקענט ער דורך דעם כוואליע צו טרעפן א ליידיגע?
WOW! למעלה ביי מיר אין אשכול? וואט ען האנאר!
---
איך האב עס נישט איבערגעקוקט, אבער אויב געדענק איך גוט, סקענט ער פאר א ליידיגע טשענעל.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אליעזר סופר
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 28, 2022 7:41 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר סופר »

לכבוד ר' איל,
איך וויל דיר סתם לאזן וויסן אז איך האב עס געליינט,

איך גלייב ס'דיר א גרויסע כבוד
אוועטאר
פינעווער
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:10 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער/ביכל.

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינעווער »

אליעזר סופר האט געשריבן:
לכבוד ר' איל,
איך וויל דיר סתם לאזן וויסן אז איך האב עס געליינט,

איך גלייב ס'דיר א גרויסע כבוד
גא''מ.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:13 pm
באגרייפעכצערייאונגענערישן.
אוועטאר
Big boy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2022 8:43 pm
לאקאציע:אין מיין טאטעס שיך

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Big boy »

WOW WOW שכח שכח
איין זאך פארשטיי איך נאך נישט, וואס מיינט bandwidth
איז bandwidth די זעלבע ווארט ווי band איז bandwidth א פענסי ווארט פאר channels ???
ווען איר באמערקט א תגובה ווי א ניק פרעגט סיי וואס, קענט איר אים ענטפערען אפי' עס איז שוין אריבער א לאנגע צייט!
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4961
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

Big boy האט געשריבן:
WOW WOW שכח שכח
איין זאך פארשטיי איך נאך נישט, וואס מיינט bandwidth
איז bandwidth די זעלבע ווארט ווי band איז bandwidth א פענסי ווארט פאר channels ???
bandwidth איז די ברייטקייט וואס עס נעמט אויף אויפן ספעקטרום. ( משל למה הדבר דומה: די דיקקייט פון א פייפ, וויפיל עס קען אנטהאלטן אין זיך.)

{#מה_זה_אייבישטער...}
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

זייער אינטערסאנט. קען די lg classic unlocked ארבעטן אין ארץ ישראל?
hk675
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2020 6:05 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hk675 »

מאך א ברכה האט געשריבן:
זייער אינטערסאנט. קען די lg classic unlocked ארבעטן אין ארץ ישראל?
יא
אוועטאר
שטייפע טרויבן
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:53 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייפע טרויבן »

שכח שכח

שטארק אויסגעקלארט
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

אליעזר ווייס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 16, 2023 1:21 am
א ריזיגע ש'כח פארן אנרירן די נושא
שױן כמה פעמים אריינגעהאקט אין דעם
נאר וואס איך וויל וויסן פארוואס יעדע אמעריקאנער אנלאקט סעלפאון ארבעט אין ארץ ישראל מיט נישט קיין חילוק וועלעכע סערוויס
לכאורה האבן זיי אויכעט בענדס דארט
אין אמעריקע ארבעט עס נאר מיט ווערייזן און אלעס וואס איז אינטער ווערייזען, און א''י ארבעט עס מיט אלעס, ווי אזוי קען זיין אזא זאך?
איל משולש האט געשריבן:
לעצט פארראכטן דורך Slow אום דינסטאג יולי 25, 2023 4:14 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

די qin פאון האט נישט קיין אמעריקע בענדס און מדארף עס טוישן, מיינט דאס אז מדארף עס עפענען אפברעכן די אלטע טשיפ און ארויפשמעלצן א נייע?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4961
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

Slow האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 4:11 pm
די qin פאון האט נישט קיין אמעריקע בענדס און מדארף עס טוישן, מיינט דאס אז מדארף עס עפענען אפברעכן די אלטע טשיפ און ארויפשמעלצן א נייע?
די qin פאון האט יא די טשיפס פאר די אמעריקאנע בענדס, אבער נישט די סאפטווער זיך צו פארשטענדיגן מיט די טשיפס.
עס איז דא א וועג ארויף צו לייגן די סאפטוועיר דורך העקן די סיסטעם.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

איל משולש האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 4:58 pm

דעמאלטס פארוואס נאר ווערייזאן?

נישטא דערויף Band 12?
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 6:56 pm

איך ווייס נישט וועלכע עס האט יא אדער נישט, אבער איך האב געפאלאוט די טוטאריעל אויף xda, און עס ארבעט יעצט מיט ווערייזאן.

איל משולש האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 6:58 pm

?Easy to do ? Any special programs needed

Slow האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 12:32 am

?Easy to do ? Any special programs needed
It wasn't my first time flashing an android phone.
Not any much harder than other.
All programs needed are provided.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

@איל משולש די שרייבסט "יעדע געשפרעך, דארף ווערן געפירט אויף א באזונדערע טשענעל. גאנץ פארשטענדליך, ווייל אויב נישט גייט מען זיך הערן פון איין מענטש צום צווייטן..."
די טויזענטער מענטשען וואס רעדן אין ניו יארק סיטי די זעלבע מינוט רעדט יעדער אויף א באזינדערע טשענעל? וויפיל טשענעלס זענען פארהאן?
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

איל משולש האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 6:58 pm
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 6:56 pm
איל משולש האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 4:58 pm
Slow האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 4:11 pm
די qin פאון האט נישט קיין אמעריקע בענדס און מדארף עס טוישן, מיינט דאס אז מדארף עס עפענען אפברעכן די אלטע טשיפ און ארויפשמעלצן א נייע?
די qin פאון האט יא די טשיפס פאר די אמעריקאנע בענדס, אבער נישט די סאפטווער זיך צו פארשטענדיגן מיט די טשיפס.
עס איז דא א וועג ארויף צו לייגן די סאפטוועיר דורך העקן די סיסטעם.
דעמאלטס פארוואס נאר ווערייזאן?

נישטא דערויף Band 12?
איך ווייס נישט וועלכע עס האט יא אדער נישט, אבער איך האב געפאלאוט די טוטאריעל אויף xda, און עס ארבעט יעצט מיט ווערייזאן.
איך האב אויך געפאלאוט די טוטאריעל אויף xda און ארבעט מיט Tello/Tmobile'', יענער שרייבט טאקע דארט אז דארף ארבעטן מיט ביידע מער ווייניגער.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

אדם א מענטש האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 1:04 pm
@איל משולש די שרייבסט "יעדע געשפרעך, דארף ווערן געפירט אויף א באזונדערע טשענעל. גאנץ פארשטענדליך, ווייל אויב נישט גייט מען זיך הערן פון איין מענטש צום צווייטן..."
די טויזענטער מענטשען וואס רעדן אין ניו יארק סיטי די זעלבע מינוט רעדט יעדער אויף א באזינדערע טשענעל? וויפיל טשענעלס זענען פארהאן?
שווער מסביר צו זיין, אויף דעם פארלאנגט זיך צו פארשטיין וואסtime division and frequency division מיינט.

זע די ווידעא צו פארשטיין מער.

https://drive.google.com/file/d/17fK2RN ... p=drivesdk
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

אבי מען שׁמייכלט
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 07, 2022 12:13 am

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי מען שׁמייכלט »

איל משולש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 15, 2023 9:45 pm
זאג, די פאון ארבעט מיט ווערייזאן?

נאכן אנלאקן ארבעט עס אויך מיט AT&T.

און מיט ווערייזאן נישט?

דארפסט פארשטיין, עס האט נישט ווערייזאן'ס בענדס.

אקעי, לאמיר פארשטיין. וואס איז דאס די בעדס פון וואס מען רעדט דארט? אזויפיל פארשטיי איך אז מען רעדט נישט פון א בענד אויפן מאגן צו פארלירן וואג... אבער וואס יא?

לאמיר כאפן א שטיקל טינק אריין אין די וועלט פון סעליולער נעטווארק.

צוערשט דארפן מיר וויסן אז סעליולער נעטווארק ארבעט מיט ראדיא פריקווענסי.

וואס איז דאס ראדיא פריקווענסי? עס איז פארהאן די עלעקטרא-מאגנעטישן ספעקטרום פון כוואליעס וואס לויפן אין די לופט. די נידריגסטע שטאפל עלעקטרא-מאגנעטישע כוואליעס איז, ראדיא וועיווס. מיר קענען זיי נישט הערן, ווייל עס איז צו א הויכע פריקווענסי פארן אויער צו אויפכאפן. און מיר קענען זיי נישט זעהן, ווייל עס איז צו א נידריגע פריקווענסי פאר די אויגן צו זעהן. אבער זיי עקזיסטירן אין אונזער אטמאספער און טוען אויף פאר די מענטשהייט פארשידענע זאכן.

ערשטנס פשוט, די ראדיאס וואס די פייערלייט און הצלה לייט נוצן. אבער אויך אונזערע סעלפאונס און פילע אנדערע זאכן ארום אונז ארבעטן מיט ראדיא פריקווענסיס.
די ראדיא כוואליעס לויפן פון 30 Hz ביז 300 GHz. העכער דעם איז דא אנדערע עלעקטרא-מאגנעטישע שטראלן.

דער גענצער אפטיילונג הייסט טאקע די זעלבע, ראדיא פרעקווענץ, אבער עס איז צוטיילט צווישן זיינע פילע אויפגאבן וועלכע חלק גייט פאר וועם.

די כלל מיט פריקווענסיס איז, וואס א נידריגערע נומער, אלס דיקערע זאכן קען ער דורכגיין. און וואס א העכערע נומער, אלס ווייטער גייט ער. (דאס איז אויך דער סיבה אז ווען איר גייט אריבער אינדרויסן פון א חתונה זאל הערט איר נאר די בעיס, וועלכע איז א נידריגע פריקווענסי, הגם מעקעניקל פריקווענסי און נישט עלעקטרא-מאגנעטיקל, אבער דער כלל גילט ביי ביידע. און דער שבת פייף הערט זיך גאר ווייט, אבער ער גייט נישט דורך קיין דיקע ווענט. ואכמ"ל.)

די ספעקטרום פון די ראדיא כוואליעס איז צוטיילט אין טשענעלס און אין בענדס. (יא, די בענדס צו וואו אונז וויל מיר צוקומען.)

דער בעל הבית אויף די אלע טשענעלס און בענדס אין אמעריקע, איז די FCC. פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע. זיי גיבן ארויס די טשענעלס און בענדס לויט וויאזוי זיי זעהן פאר ריכטיג. לדוגמא, וועלכע פריקווענסי גייט פאר די עמערדזשענסי סערוויסעס ראדיאס, וואס גייט פאר סעלפאון סערוויס, וואס גייט פאר אלע IOT סארט זאכן, און אזוי ווייטער.

די חלק פון עמערדזשענסי סעוויסעס איז זייער א קליינע, ווייל יעדע געגנט דארף נאר זיך דעקן. און מ'נעמט די נידריגע פריקווענסיס וואס גייען נישט צו ווייט, דאס צוטיילט מען אין יעדע געגנט צווישן אלע עמערדזשענסי סערוויסעס, און וויבאלד עס גייט נישט ווייט, קען א געגנט עטליכע מייל ארויפציר נוצן די זעלבע פריקווענסי.

העכער דעם איז דא א חלק וואס גייט פאר למשל די סטעיט פאליציי, וואס זיי דארפן דעקן א גרעסערע געגנט, און עס ווערט אויפגעשטעלט 'ריפיעטערס' וואס ריפיעטן איבער די קלאנג וואס ער באקומט פון די פאריגע סטאנציע.

העכער דעם איז דא די ערשטע דור פון סעליולער סערוויס. דער ערשטער דור פון סעלפאונס (1G) האט געארבעט אויף א רעלאטיוו נידריגע פריקווענסי, און וויבאלד עס איז נישט געווען קיין סאך מאשינען וואס האבן געדארפט ווערן געדעקט, איז עס געווען גענוג, הגם עס האט געהאט זייער א קליינע bandwidth. דאס הייסט אזוי. יעדע געשפרעך, דארף ווערן געפירט אויף א באזונדערע טשענעל. גאנץ פארשטענדליך, ווייל אויב נישט גייט מען זיך הערן פון איין מענטש צום צווייטן... צווישן יעדע טשענעל איז דא ליידיג פלאץ פאר נאך א האלבע טשענעל, אז עס זאל זיך נישט בטעות אריבער הערן פון איין טשענעל צום צווייטן. א טשענעל איז 12 HZ, און נאך זעקס צווישן די און די נעקסטע. דאס הייסט אז מען דארף רעכענען 18 HZ פער טשענעל.

1G האט געהאט גאר ווייניג טשענעלס רעלאטיוו צו וואס עס איז פארהאן אינעם ספעקטרום. עס איז געווען ארויסגעגעבן דורך די FCC פאר די טעלעפאן קאמפאניס, יעדע סערוויס פראוויידער האט באקומען א סכום פון טשענעלס וואס ער האט פארדינגען פאר זיינע קליענטן.

דאס האט אבער נאר אנגעהאלטן ביז א סעלפאון איז געווארן א נחלת הכלל. ווען עס איז געווארן אז יעדער שמויגער דרייט זיך מיט א כלי אין טאש, האט מען זיך געטראפן מיט א פראאבלעם. מען דארף אפטמאל ווארטן אויף א אוועילעבל טשענעל. עס איז נישטא גענוג אויף נאצוקומען דעם פארלאנג. דאן איז אריין געברענגט געווארן דער צווייטער דור (2G) טעכנאלאגיע וועלכע האט געהאט פיל א גרעסערע bandwidth, און אסאך מער פלאץ פאר נאך טשענעלס. אבער נישט לאנג דערויף איז מען צוריק געקומען ווי מען איז געשטאנען, און זיך געטראפן אז עס איז נישט דא גענוג פלאץ פארן ברייטן ציבור. די FCC האט נאך א צייט שלעפן מיט ביוראקראטישע פראצעדורן אנגעהויבן צו פארדינגען 'בענדס', דאס איז א ברייטערע שטח פון עטליכע טשענעלס איינס נעבן דאס אנדערע, פון דעם דריטן דור (3G) טעכנאלאגיע. עס איז דאן געווען א גרויסער דורכברוך, ווייל עס איז צוגעקומען מער טשענעלס ווי 1G און 2G צוזאמען אויף איינמאל. אבער נאך עטליכע יאר ווייס מיר אלע וואס עס האט פאסירט, מען איז ווידעראמאל אויסגעלאפן פון bandwidth. דאן איז אריין געברענגט געווארן דער נייער פערטער דור טעכנאלאגיע, דער באקאנטער 4G וואס ער האט געהאט ממש אנלימיטעד bandwidth...

ביז אהער איז יעדע נייער דור געקומען מיט נייע ספידס יעדעס מאל שנעלער און נאך שנעלער.

דער נייער 4G איז געווארן צוטיילט צווישן די גרויסע קעריערס, נעמליך, ווערייזאן, טי-מאביל, און AT&T. יעדער באקומט פארשידענע בענדס. אביסל פון אויבן, וואס איז א משהו שנעלער, און אביסל פון מער אונטן, פאר די וואס צאלן אביסל ביליגער...

יעדער פון די גרויסע קעריערס פארדינגט פון זייער bandwidth פאר קלענערע MVNO'ס. וואס זיי פארמאגן נישט קיין TOWERS, נאר נוצן די גרויסע קעריערס. למשל טרעקפאון, יו. עס. מאביל, און נאך אנדערע אויף ווערייזאן. אלטרא מאביל אויף טי-מאביל א.א.וו. די אלע קלענערע באקומען געווענטליך שוואכערע פריאריטעט סערוויס אויף די גרויסע טאוערס.

יעצט לעינינו.

א סעלפאון כאפט נישט אליין קיין סערוויס. פינטל.

עס דארף האבן סיי די ריכטיגע הארדוועיר, און סיי די ריכטיגע סאפטוועיר.

אין הארדוועיר מיינט עס א טשיפ וואס כאפט אויף די ראדיא סיגנאלן, און אין סאפטוועיר מיינט עס אז דער כלי זאל זיין ביכולת אפצוטייטשן וואס ער הערט אויף די טשיפס.

אבער עס איז נישט פארהאן איין טשיפ פאר אלע פריקווענסיס. יעדע בענד איז אויף א באזונדערע טשיפ. אזוי אז ווען איינער פאבריצירט א פאון, דארף ער באשליסן וועלכע בענדס ער פלאנט צו נוצן, און ער דארף אינסטאלירן די נויטיגע טשיפס.

איי, פארוואס נישט גלייך לייגן איבעראל אלע? עס איז נישט קיין מהלך צו לייגן אלע. קודם עס קאסט געלט יעדע טשיפ. און אויך גייט די פאון וועגן אסאך. און אזוי אויך וועט דער פאון ארויסגעבן צופיל ראדיאציע לויט די געזעצן פון די FCC, און נאך עטליכע קלענערע און גרעסערע פראבלעמען.

איז בלייבט איבער צו אינסטאלירן די וואס מען האלט אז מען גייט נוצן, און הערשט דאן, ווען טעכניש איז עס שוין מעגליך צו ארבעטן מיט וועם מען וויל עס זאל ארבעטן, קען מען זיך נעמען ארבעטן אויף אפראוועלס פון די קעריער אז זיי זאלן לאזן נוצן זייער נעטווארק.

און חוץ פון דעם איז דא אמאל ווען א קעריער קויפט אפ א שיפמענט פון א פאון, און לאקט עס צו זייער סערוויס. אין אזא פאל האט עס יא די נויטיגע טשיפס, אבער די סאפטוועיר איז פארשלאסן פון קאמיוניקירן מיט אנדערע נעטווראק קעריערס. און דאס איז וואס מען הערט אז נאכן אנלאקן ארבעט עס נאכאלס נישט מיט אלע קעריערס. עס האט נישט די טשיפס פון אלע, און די וואס יא, איז געלאקט.

הצלחה רבה.

געשריבן געווארן אין איילעניש, אויב זעט איר טעותים, ביטע פאריכטן.
דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול!

א גרויסן יישר כח פאר דיין שיינע באשרייבנג, איך האב געוואלט אויס שמעסון אפאר נקדות, 1 אגב אז די שרייבסט אזוי פיל מאל ארויס bandwidth אז דאס איז נישט די bandwidth וואס גוגל האט אפ געקויפט וואס איז א VoIP systems און אויף דעם לויפט גאנץ google voice, אויך איך קען זיך אביסל אויס מיט סעלפענס און וויפיל איך ווייס קען מען אויף יעדע פאון ארויף לייגן סיי וועלכע bands איך וויל (פארשטייט זיך מיט זיך גוט ארומשפילן און עס פלעשן (falsh))איז פארשטיי איך נישט וואס די זאגסט אז עס מוז אויך זיין א גוויסע hardware
חוץ פון דעם וויפל עס ליגט מיר און קאפ (קען שטארק זיין איך בין נישט גערכט ער שרייב יעצט אביסל געיאגט און איך האב נישט קיין צייט צו זיכער מאכן) אבער וויפל עס ליגט מיר און קאפ איז די סיבה פון מאכן די בענדס געווען א קעגן די China פאונ'ס נאכדעם וואס עס האט זיך ארויס געשטעלט אז די huawei איז געווען א שטארקע bug פאר chine

איך אנשלדיג מיך פון פארדעם אויב איך בין נישט גערעכט און אויף מיין ספעלינג, א גרויסן יישר כח פאר דיין שיינע ארטיקל
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע:זיי נישט אזא נאזיבאדי

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

אויב ווי העכער די פריקענסווי אלס שווערער גייט עס אריבער דיקע זאכן, דאן וועט 5דשי האבען די שוואכסטע קאנעקשאן אינדארס?
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”