גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וויאזוי פירט מען זיך אין אייער משפּחה איבער'ן שטריימל ביים וואכנאכט?

אבי הבן גייט יא, אבער זיידעס און עלטער-זיידעס נישט
45
16%
אבי הבן גייט יא און די זיידעס און עלטער-זיידעס אויך
170
62%
נישט אבי הבן און נישט די זיידעס גייען מיט שטריימל
37
14%
געגאנגען אבער געסטאפט צו גיין
8
3%
אמאל נישט געגאנגען אבער יעצט גייט מען יא
14
5%
סך הכל שטימען: 274

אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10844
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

באמת האב איך שוין לאנג געוואלט מאכן אזא אנקעטע, ווען כ'זעה מענטשן וואס אמאל פלעגן זיי יא אדער נישט אנטוען א שטריימל און היינט גייען זיי יא/נישט מיט א שטריימל..
און בכלל פארוואס גייט מען יא אדער ניין מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט.

אבער כ'זעה אז דער איד דעלי האט פונקט די וואך דאס געמאכט פאר די אנקעטע טא ברענג איך עס אראפ אין זייערע ווערטער און לאמיר עס דיסקוסירן...

דער וואכנאכט און דער שטריימל
פאר אונזער אנקעטע טעמע היינטיגע וואך וועלן מיר אביסל פארקירעווען פון די געווענליכע טעמעס וועלכע האבן שייכות מיט די נייעס העדליינס אדער מיט א ספּעציפישע געשעעניש אדער אנגייענדיגע אנטוויקלונג אין דער היימישער גאס. מיר וועלן זיך אנשטאט באציען מיט א פראגע אין פארבינדונג מיט אידישע שמחות ב"ה – און דאס איז דער איינפיר אז די זיידעס גייען אנגעטאן מיט א שטריימל און בעקיטשע ביים וואכנאכט פון אן אייניקל.

עס זענען פארהאן פון ביידע עקסטרעמען. פון איין זייט אזעלכע וואס אפילו דער אבי הבן טוט זיך נישט אן דעם שטריימל און בעקיטשע ביים וואכנאכט, נאר לאזט דאס איבער פאר אינדערפרי צום ברית מילה פונעם קינד. פון די אנדערע זייט זענען דא אזעלכע וואס יעדער גייט מיט א שטריימל, אפילו די זיידעס, די עלטער-זיידעס און אזוי ווייטער. אינדערמיט זענען דא די וואס דער אבי הבן גייט אנגעטאן מיט א שטריימל, אבער נישט די זיידעס און עלטער-זיידעס.

ס'קען זיך אסאך מאל מאכן מערקווירדיג ווען מ'איז א זיידע ביי א וואכנאכט און מ'קומט מיט'ן שטריימל און דער מחותן, דער זיידע פון די אנדערע זייט, קומט אנעם שטריימל, אדער פארקערט. די אלע זאכן פירט זיך יעדער ווארשיינליך לויט וויאזוי ער האט געזען ביי זיינע עלטערן, נהרא נהרא ופּשטי', און ס'האט מסתמא מקורות און מנהגים מעגליך פון חצרות צדיקים, און ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן יעדער לויט זייערע פירונגען.

איז אלזא די פראגע צו די חשוב'ע ליינער:

וויאזוי פירט מען זיך אין אייער משפּחה איבער'ן שטריימל ביים וואכנאכט?
איין זאך איז זיכער אז אויב גייט מען היינט מיט א שטריימל ביי א חברס חתונה פארוואס זאל מען נישט גייןדערמיט ביי א וואכנאכט ?
און נאכדערצו היינט ווען די שטריימל איז א יופי און מ'טוט עס נישט נאר אן פאר די הייליגקייט דערפון (אידישלייט גליון אלערט) איז זיכער אז מ'דארף פשטות יא גיין דערמיט.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

פעלט מען אפציע, ווענדס זיך אין די גיסטע פון די בעל שמחה און די זיידעס,
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

אבי הבן און אלע זיידעס גייען מיט שטריימלעך, ווייסע זאקן נאר דער אבי הבן.
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8864
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

דער בעל ה'דער איד האט פארגאנגענע וואך געמאכט א שמחה פון אן אייניקל, ברויך מען דערגיין וואס איז פארגעגאנגען דארט... און צו די אנקעטע האט א שייכות דערצו...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35711
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10844
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

farshlufen האט געשריבן:
שכח פארן צוווייזן
אוהב ספרים האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
ביי א וואך נאכט האט מען אנגעהויבען גיין מיט א שטריימל אינמיטען די נ יארן
רוב וועלט גייט נאך אלס נישט מיט א שטריימל
א החלטה סופית, ווייל עס איז דא מקומות מען איז געגאנגען פארדעם אויכעט, עס איז דא מקומות מען גייט היינט אויכעט נישט.

בדרך כלל די ארץ ישראלדיגע גייען שנעלער און מער מיט בגדי שבת, לדוגמא בר מצוה איז מען דארט געגאנגען יארען צוריק וכו'.

בבית נדבורנא קרעטשניף גייט מען בכל מאורע בבגדי שבת,

עס איז דא מאורעות וואס אמאל איז מען געגאנגען און שפעטער האט מען אויפגעהערט, לדוגמא הדלקת נר חנוכה, דער קדושת יו"ט איז געגאנגען בבגדי שבת, דער דברי יואל הפסיק.
סנדקאות הדברי יואל בשנים הראשונות הלך ואח"כ הפסיק.
המנחת אלעזר הלך עם קאלפיק כשהיה מוהל
בבאבוב גם הולך הסנדק עם שטריימל


בעצם מאי שנא, א שמחה איז א שמחה, א חתונה א ברית א בר מצוה וכו', דארף נישט האבן קיין אנדערע הלכות, נאר לדעתי האט דאס צוטוען, ווייל א חתונה און א ברית איז אייביג געווען א מאורע וואס מען האט געפראוועט אפילו אין דער אלטער היים וכו', דער עושר צו דער ארימאן, משא"כ וואך נאכט, בר מצוה, שבע תנאים, ברכות יעדע נאכט, ודברים הדומים, האט מען אמאל נישט געמאכט כל זב חוטם, לכבוד א בר מצוה איז אפשר געווען א לחיים נאכען דאווענען אויב עס איז געווען, שבע ברכות כמעט האט מען קיינמאל נישט געמאכט [חוץ בבית רבנים ואדמורים] און אפילו שבת, איז דאך די חופה געווען על פי רוב עש"ק, און די סעודה ליל שבת שבע ברכות איז אויכעט געווען די סעודת החתונה וכן על זה הדרך

און היינט אז מען מאכט סעודות גדולות ביי יעדע מאורע כמו חתונה וכדומה, זאל מען טאקע גיין בבגדי שבת אזוי ווי א חתונה און א ברית
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

דער עצם שאלה איז צו מען גייט אין בגדי שבת צו א שמחת הוואכנאכט, איז באמת אויך אן הלכה שאלה; צו אן אבל ל"ע אדער אין ניין טעג קען מען טוישן די בגדים לבגדי שבת.

לכשעצמי איך בין שוין ב"ה אן עלטער זיידע און ביי אלע שמחות בין מחמיר לנטות יא צוגיין מיט א שטריימל (חוץ ווען איין צד בעט מיך אזוי צו אזוי - בין איך ראדיקאל נאכגעבעריש). איך האב עטליכע מאל געהערט פונעם ישועות משה בשם דעם זיידן רבי ישראלטשע וויניצער זצ"ל "דער היטל איז מיר שווער אויפ'ן קאפ"
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

ניס קראכער האט געשריבן:
דער בעל ה'דער איד האט פארגאנגענע וואך געמאכט א שמחה פון אן אייניקל, ברויך מען דערגיין וואס איז פארגעגאנגען דארט... און צו די אנקעטע האט א שייכות דערצו...
דאכציך אז יא...
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10844
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

עולם הפוך האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
דער בעל ה'דער איד האט פארגאנגענע וואך געמאכט א שמחה פון אן אייניקל, ברויך מען דערגיין וואס איז פארגעגאנגען דארט... און צו די אנקעטע האט א שייכות דערצו...
דאכציך אז יא...
ווער י. כץ ?
כ'גלייב נישט אז יושע הערש רעדט בכלל אריין אין די נייעס/אימעיל.
קען זיין אז די שרייבער י כץ האט זיך געוואונדערט ביי די וואכנאכט.....
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

ר' שמואל שלמה טעללער שרייבט אינעם ביכל "קרית מלך רב", אז די מנהג פון גיין מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט קומט פון ארץ ישראל, און אין די בראשית יארן אין שטעטל האבן דארט געוואוינט היפש אפאר בני ארץ ישראל, וואס זיי זענען געגאנגען מיט א שטריימל ביים וואכנאכט, סאטמאר'ע רבי (מהר"א), דאן אלס קרית יואל'ע רב, האט לכבוד דעם זיך אויך אנגעטוהן א שטריימל ווען ער האט געמאכט א וואכנאכט, ווען די ברך משה זי"ע איז געקומען צום וואכנאכט מיט א הוט, און געזעהן זיין זוהן מיט א שטריימל, האט ער זייער האנה געהאט און געהייסן די הויז בחור צו גיין ברענגן זיין שטריימל.

דאס איז בערך וואס איך געדענק וואס כ'האב געליינט, אפשר וועל איך שפעטער ברענגן א בילד פונעם בוך.
א גיטן טאג אייך
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:54 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גיטן טאג אייך »

מיין טאטע איז נישט געגאנגען, אבער איך גיי וועגן מנהג המקום
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

@eller

ביי א חתונה איז דער מנהג צו טראגען בגדי שבת. ווער? יעדער וואס שפירט זיך א מחותן צום שמחה.

משא"כ אין אנדערע געלעגענהייטען ווען עס איז נישטא אזא מנהג, איז דא א פארקערטען ענין נישט אנצוטוהן בגדי שבת סתם אזוי.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

אני הקטן גייט ביי אייניקלעך יא מיט א שטריימל
און ביי אור אייניקלעך נישט

איי מה פשט?
ווייל מיין טאטע פלעגט אזוי טוהן

(נישט דא די אפציע ביי די אנקעטע)
לעצט פארראכטן דורך זבולון חיים הלוי אום דינסטאג יאנואר 17, 2023 11:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

אויב ס'שבת ביינאכט, זיכער יא

מוצאי שבת אויך
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4251
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

צדוק האט געשריבן:
אויב ס'שבת ביינאכט, זיכער יא
א וואכנאכט שבת ביינאכט? ביסט זיך אפשר טועה מיט א "בת"נאכט?
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

קו הישר האט געשריבן:
א וואכנאכט שבת ביינאכט? ביסט זיך אפשר טועה מיט א "בת"נאכט?
שלום זכר/וואכנאכט

אדער רעד איך פון א וואכנאכט ווען די בעיבי איז אויף א גאנצע נאכט..
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4251
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

צדוק האט געשריבן:
אדער רעד איך פון א וואכנאכט ווען די בעיבי איז אויף א גאנצע נאכט..
אקעי.... איך פארשטיי אויפן ווינק... איך גיי שוין שלאפן.
א גוטע נאכט.
--
טעקניקלי איז עס נישט די "גאנצע" נאכט.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

אין קרית יואל איז איינגעפירט אז אפילו די עלטער זיידעס גייען מיט ווייסע זאקן ביי די טאג פון די ברית, פון ווען מ'שטייט אויף,
אין א"י האב איך לעצטענס באמערקט זיידעס גייען מיט הוטן ביזן ברית, און פארן ברית טוישן זיי זיך, כ'האב מיר שוין גע'טענה'ט מיט עטליכע זיידעס אז מ'דארף שוין פארטאגס אנטוהן די שטריימל, בעקיטשע

ביי וואך נאכט גייט די אבי הבן מיט ווייסע זאקן און די זיידעס מיט שטריימל בעקיטשע,

אין ווילי איז אנדערש אינגעפירט,

איך האב נאך דערווייל ליידער נאך נישט געמאכט קיין ברית, ווען כ'וועל מאכן בעז"ה איז מיין פלאן זיך אנצוטוהן די ווייסע זאקן פאר די שקיעה אזויווי ערב יו"ט, און אויסטוהן מוצאי ברית פאר'ן שלאפן אזויווי מוצאי יו"ט,

חוץ אויב ס'וועט זיין אין די ניין טעג
אוועטאר
נ.ג.ה.ש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 15, 2023 5:03 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ.ג.ה.ש »

קו הישר האט געשריבן:
צדוק האט געשריבן:
אדער רעד איך פון א וואכנאכט ווען די בעיבי איז אויף א גאנצע נאכט..
אקעי.... איך פארשטיי אויפן ווינק... איך גיי שוין שלאפן.
א גוטע נאכט.
--
טעקניקלי איז עס נישט די "גאנצע" נאכט.
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

קו הישר האט געשריבן:
צדוק האט געשריבן:
אויב ס'שבת ביינאכט, זיכער יא
א וואכנאכט שבת ביינאכט? ביסט זיך אפשר טועה מיט א "בת"נאכט?
סעפעס?
א ברית קעניש זיין שבת בייטאג?
א נאכט פארן ברית מאכט מען א וואכנאכט, און ס'קען אויך געפאלן שבת.

(גראדע אין געוויסע מקומות איז מען אין אזא פאל מקדים דעם וואכנאכט צו ליל שישי).
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8454
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שמן זית האט געשריבן:
אין קרית יואל איז איינגעפירט אז אפילו די עלטער זיידעס גייען מיט ווייסע זאקן ביי די טאג פון די ברית, פון ווען מ'שטייט אויף,
אין א"י האב איך לעצטענס באמערקט זיידעס גייען מיט הוטן ביזן ברית, און פארן ברית טוישן זיי זיך, כ'האב מיר שוין גע'טענה'ט מיט עטליכע זיידעס אז מ'דארף שוין פארטאגס אנטוהן די שטריימל, בעקיטשע

ביי וואך נאכט גייט די אבי הבן מיט ווייסע זאקן און די זיידעס מיט שטריימל בעקיטשע,

אין ווילי איז אנדערש אינגעפירט,

איך האב נאך דערווייל ליידער נאך נישט געמאכט קיין ברית, ווען כ'וועל מאכן בעז"ה איז מיין פלאן זיך אנצוטוהן די ווייסע זאקן פאר די שקיעה אזויווי ערב יו"ט, און אויסטוהן מוצאי ברית פאר'ן שלאפן אזויווי מוצאי יו"ט,

חוץ אויב ס'וועט זיין אין די ניין טעג
איך ווייס נישט פונקטליך וויפיל יאר איר ווארט שוין אויף א ברית, דער אייבירשטער זאל אייך אויפרעכטן בקרוב

אבער לגבי אנטוהן די בגדי שבת זאלט איר טוהן וויאזוי אייערע עלטערן און אור עלטערן האבן געטוהן

---

גיין פון פארטאגס מיט בגדי שבת (וה"ה די וואס זענען נוהג צו בלייבן דערמיט ביז ביינאכט) איז נאר פארן אבי הבן, ווייל ער איז בפועל מקיים די גרויסע מצוה אין דעם טאג, משא"כ די זיידעס וכו' פרייען זיך זייער מיט די שמחה אבער עס איז דאך נישט זייער מצוה.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שמן זית האט געשריבן:
אין קרית יואל איז איינגעפירט אז אפילו די עלטער זיידעס גייען מיט ווייסע זאקן ביי די טאג פון די ברית, פון ווען מ'שטייט אויף,
אין א"י האב איך לעצטענס באמערקט זיידעס גייען מיט הוטן ביזן ברית, און פארן ברית טוישן זיי זיך, כ'האב מיר שוין גע'טענה'ט מיט עטליכע זיידעס אז מ'דארף שוין פארטאגס אנטוהן די שטריימל, בעקיטשע

ביי וואך נאכט גייט די אבי הבן מיט ווייסע זאקן און די זיידעס מיט שטריימל בעקיטשע,

אין ווילי איז אנדערש אינגעפירט,

איך האב נאך דערווייל ליידער נאך נישט געמאכט קיין ברית, ווען כ'וועל מאכן בעז"ה איז מיין פלאן זיך אנצוטוהן די ווייסע זאקן פאר די שקיעה אזויווי ערב יו"ט, און אויסטוהן מוצאי ברית פאר'ן שלאפן אזויווי מוצאי יו"ט,

חוץ אויב ס'וועט זיין אין די ניין טעג
איך ווייס נישט פונקטליך וויפיל יאר איר ווארט שוין אויף א ברית, דער אייבירשטער זאל אייך אויפרעכטן בקרוב

אבער לגבי אנטוהן די בגדי שבת זאלט איר טוהן וויאזוי אייערע עלטערן און אור עלטערן האבן געטוהן

---

גיין פון פארטאגס מיט בגדי שבת (וה"ה די וואס זענען נוהג צו בלייבן דערמיט ביז ביינאכט) איז נאר פארן אבי הבן, ווייל ער איז בפועל מקיים די גרויסע מצוה אין דעם טאג, משא"כ די זיידעס וכו' פרייען זיך זייער מיט די שמחה אבער עס איז דאך נישט זייער מצוה.
און אמר"ש
איך האב געהערט פון האדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אז דער ארגינעלער מנהג איז אז אלע נאנטע משפחה גייען מיט בגדי שבת ביי א ברית.
למשל די ברודערס פון די אבי הבן און אפי' פעטערס.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

קום אריין 6:30 אינדערפרי אין היכל ראזענבערג אין קרית יואל, צייל אפ וויפיל עלטער זיידעס זיצן מיט שטריימלעך און ווייסע זאקן טעגליך, נאכדעם רעד

כ'געדענק נישט וואס מיין טאטע האט געטוהן ביי ברית'ן פון א קינד, ביים לעצטן ברית וואס מיין טאטע האט געמאכט פאר א קינד בין איך געווען 2 יאר
לעצט פארראכטן דורך שמן זית אום דינסטאג יאנואר 17, 2023 2:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8454
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שמן זית האט געשריבן:
קום אריין 6:30 אינדערפרי אין היכל ראזענבערג אין קרית יואל, צייל אפ וויפיל עלטער זיידעס זיצן מיט שטריימלעך און ווייסע זאקן טעגליך, נאכדעם רעד

כ'געדענק וואס מיין טאטע האט געטוהן ביי ברית'ן, ביים לעצטן ברית וואס מיין טאטע האט געמאכט בין איך געווען 2 יאר
מען מעג גיין אגאנץ יאר אויך מיט א שטריימל, דא רעדט מען ווען עס האט פשט.

אז דו געדענקסט וואס דיין טאטע האט געטוהן איז דאך זיכער גוט, כ'פארשטיי נאר נישט וויאזוי מען געדענקט אזוי גוט פון ווען מען איז אלט געווען 2 יאר...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

זבולון חיים הלוי האט געשריבן:
אני הקטן גייט ביי אייניקלעך יא מיט א שטריימל
און ביי אור אייניקלעך נישט

איי מה פשט?
ווייל מיין טאטע פלעגט אזוי טוהן

(נישט דא די אפציע ביי די אנקעטע)
די באבע יוטא׳לע שווארץ פלעגט צו זאגן אמאל ביי אור און אור אור אייניקלעך שמחות ״איך בין שוין דא די ווייטסטע קרוב״
זעהט זיך אויס אז ביי די אור אייניקלעך איז דאס ביי אייך צו א ווייטער קרוב צו גיין מיט א שטריימל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”