לפי עניות דעתי , איעדער מאל כלל ישראל באקומט צ'י פרישע הילף איז עס א ברכה, כלל ישראל האטס זיך שטארק צי וואקסן כן ירבו, איך פרייע מיך א יעדעס מאל עס עפנט זיך א נייע געשעפט אָדער ביהמ"ד זאל ארגניזאציע וכו'.. , קנאת סופרים מרבה חכמה, פאר אונז פשוטער איד איז עס א ברכה וכל המרבה הרי זה משובח, ווי מער, בעסער זאל זיך איעדען טאג עפענען נייע געשעפטן און ארגאניזאציעס כלל ישראל דארף נאך און נאך די באשעפער האט גענוג געלט.
איך געדענק פאר בינגא Bingo האטס זיך געפענט האבן די גרויסע מבינים געשעפטן (חסר אמונה ודעה)וכו.. געמיינט אז עס איז צרות , קודם כל ברוך השם האט די ציבור שטארק הנאה געהאט ביז יעצט ,און ב"ה קיינער האט נישט פארמאכט, כלל ישראל מיז האבן מער און מער אפטציעס , איך וואלט עס אפילו נישט גערופען קאנקורענץ עס איז מער הילף פאר מיר ברידערס.
איך פארשטיי נישט וואס בכלל די גאנצע דורות איז ,און לויט ווי איך ליין נאכאמאל און נאכאמאל קיינער ווייסט נישט , וואס איך בין נישט מסכים איז אויף די מעוררים, סשמעקט מיר אז די מעוררים זענען אונטערגעשטעלט פון ב"ע , איז אייער אינטערעס נישט צי העלפן כלל ישראל ? (פּשוט איך פיל אז אויב מהאקט אויף עפעס פאר די דיטעלס מיין איך אז עס איז אונטער געשטעלט) מה נפשך, אויב ביסטו א פשוט עמך איד ווי מיר, פארוואס וויינסטו ,פרייע דיר , מער הילף אויף די וועג, לאמיר זאגן ישר כח גדול, עכ"פ שאטן קען עס זיכער נישט, אויב אבער ביסטו פון די וואס געבן אכטונג אז די פאור גאווה כבוד אין געלט זאלן בלייבן ביי די גרױסע, ביסטו סתם א בור ברשות הרבים ,און אויב די מיינסט די באשעפער אדער אידישקייט, באשעפער קען אליינס, קיינער קען נישט אוועק נעמען גארנישט פון דיר, אמונה און בטחון, ובפרט פאר די הייליגע ארגאניזאציעס וואס כלל ישראל איז נהנה , איך האף נאר אז די מעוררים (אונטערגעשטעלט )וואס וווילן קאנטראלירן די מאנאפאלי וועלן האבן די שכל נישט צי פארפירן ווײטער , ס'וועט אייך נאר אונטער ברענגען , א פשוט עמך איד דערהייבט נישט ווען מבהאלט פון אונץ הילף, און ס'הייבט אן צי שמעקן פארדעכטיגט, וואס באהאלטן ענק ? וד"ל (אפשר וואלט געווען כדי צי עפענען אן ארגאניזאציע צי איבערקוקן די ביכער פון די וואס טרייען צו בלאקירן מער הילף פאר כלל ישראל ) כלל ישראל האט זיך געבראכן , צוויי סטמר, צוויי באבוב, 10 וויזניץ בינגא, רפואה, חיים וכו... מיר שרייען הויך כלל ישראל וועט ספארטן אלע וואס געבן אונץ נאך אין נאך העלף , ישר כח פאר די וואס האָבן די קאראש און ברעכן זיך נישט פון די מאפיא .