הגהות אויף ספרי קודש

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35764
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:24 pm
ראשית חכמה שער הקדושה פרק ט"ו סוף אות צג* [בדפוס תורה מציון]

והוא על דרך שפרשו בזהר פרשת וירא (ק, ב): "אשר לא נשא לשוא (נפשו)[נפשי]" (תהלים כד, ד) - 'נפשו' כתיב.

(אין איין אלטע דרוק האב איך געזען "אשר לא נשא לשוא נפשו" - 'נפשי' כתיב. אבער למעשה אין תהלים שטייט 'נפשי' אלס קרי, און 'נפשו' אלס כתיב)
גראדע אויף דעם איז דא א ריזיגע מחלוקה מיט ביידע שיטות, דער אבן עזרא למשל זאגט נפשי כתיב נפשו קרי, און ס'איז נישטא קיין רמ"ה צו מכריע זיין.

נאר אין זוה"ק שטייט אבער אזוי ווי דו שרייבסט.

האסטו דעם מנחת שי
Capture.PNG
Capture.PNG (2.66 KiB) געזען 679 מאל
Capture1.PNG
Capture1.PNG (132.78 KiB) געזען 679 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח @farshlufen !

---
באר מים חיים פ' תצוה (דפוס שער התורה עמוד שצ"ב, ד"ה "ג) עוד ירמוז הכתוב" [הד"ה בעמוד שצא], שורה ד' מלמטה)

ואופן תיקונ(י)ם ויחודם כבר כתבנו כמה פעמים [-אזוי שטייט אין 2 אלטע דרוקן]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

(איך האב באמערקט אז דפוס שער התורה אליינס האט עטליכע מהדורות, וויל איך באטאנען אז איך באצי זיך צו די "רש"י אותיות", נדפס תשע"ט)

---
באר מים חיים פ' תצוה - דפוס שלי עמוד ת', טור א' שורה ח' מלמטה

ותמיד לבו בוער ועולה ומלהיב לשרשו ולברך בשמו...

פאסט דען נישט ענדערש 'לשרתו ולברך בשמו' - ווי אין פסוק שטייט?

צוויי אלטע דרוקן זענען מסכים מיט מיר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35764
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ספה"ק אור הגנוז פ' האזינו [נחלת צבי]

סוד זיוג או"א, וסוד אותן שני שמות הוי"ה ואהו"הבכללות עשר גימטרי' ע"ת וארבע אותיות השם אהו"ה גימטריא דע"ת (מג"ע אופן ע"ח).

צ"ל הוי' ואהי' און אזוי שטייט דארט אין מגלה עמוקות.
10
5
6
5
1
5
10
5+
=47
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ראשית חכמה (פרק ט"ז, דפוס תורה מציון אות מג, עמוד שעב)

מאן דאיהו אץ דחי שעתא בלא (ו)רעותא קדישא [אזוי שטייט אין מקור - זוה"ק, ופשוט]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באר מים חיים פ' תשא (אנהייב פרשה, ד"ה ויבואר)

וכל מצוה ומצוה גורם להשפעה כל מיני ברכות וחדוות ושמחות בכל העולמות

מיר שמעקט ענדערש 'להשפעת', און איך זע אין די אלטע דרוקן שטייט להשפע' וואס קען געעפנט ווערן צו 'להשפעת'...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אקעי, אז מ'זוכט טרעפט מען... א גראבע גרייז וואס איך האב ממש נישט פארשטאנען פשט ביז'ן טרעפן דעם אלטן דרוק

באר מים חיים פ' תשא (עמוד תיז פון דעם דרוק וואס איך נוץ)

שלא יעשה שם איזה דבר מה שלא נכון... באיזה רמאות גניבה גזילה שקרנות חזקת דיבור אונאת מקח,

וואס?????

אה, קוק אריין אין די אלטע דרוקן: "חזרת" דיבור...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נאך א גראבטשיגס (אגב, די איינציגע סיבה איך שרייב די טעותים דא, איז וויבאלד די מדפיסים האבן נישט געשטעלט קיין אימעיל אדרעסע אויפ'ן שער בלאט. ווען איך פלעג לערנען אין די "פאר מקדושים" דרוק, פלעג איך תיכף אריינשיקן אין אימעיל יעדע טעות הדפוס)

באר מים חיים פ' תשא (עמוד תיח, ד"ה ולזה אמר)

ואחר כך כשכבר גמר כל הבנין עשה מזוזה גם כן (כתובה) [כחובה] עליו [-אזוי שטייט אין 2 אלטע דרוקן]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באר מים חיים פ' תשא (דפוס שער התורה עמוד תכ"א)

ד"ה ולזה אמרו ביפת תואר, שורה ו'

(ממקומם) [ממקומות] הפחותים מאוד [-אין איין אלטע דרוק שטייט דאס ארויסגעשריבן, און ביי די אנדערע שטייט "ממקומ'", און דאס האט מעגליך געברענגט דעם טעות]
---

ד"ה וזה הכל, טור ב' שורה י'

שהגשמיות (שבא) [שבו] אינו אלא צואה [-אזוי שטייט אין 2 אלטע דרוקן]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

(משום קדושת המועד האב איך בלויז פארצייכנט אין א דרעפט די גרייזן...)

באר מים חיים פ' תשא (דפוס שער החיים עמוד תכה, טור ב', ד"ה ולזה יאמר) [-דאס איז א גרייז פון תקליטור תורני]

לראות בחיות הרוחניות אשר שמה ולהעלותו למקום (אשר שמה ולהעלותו למקום) אשר נלקח משם.

----

ממש א שמחת יום טוב צו טרעפן אזא גראבע גרייז... און דאסמאל איז עס ניטאמאל אזוי אין תקליטור תורני, נאר דער מדפיס האט געוואלט מפענח זיין א נוטריקון און עס האט זיך שלעכט אויסגעארבעט

באר מים חיים פ' תשא (עה"פ ועשית כיור וגו', עמוד תלז פון דעם דרוק וואס איך נוץ, ד"ה ועל הענין הזה היה רומז הכיור)

כי הכ' רומז על עשרים הקצוות שבידים ורגלים שנאחזין שם החיצונים, והוא עבור ששם מתגלה בחינת הגבורה ובמקום הגבורה שם אחיזתן כאמור. ולזה סמך (הכתוב) [הכ'] אל רי"ו מספר גבורה, וזה כיו"ר עשרים אצבעות הנאחזים בגבורה

[-גראדע אין איינע פון די אלטע דרוקן, שטייט ביי די ערשטע "הכ'" גלייך אנהייב, אויך ארויסגעשריבן 'הכתוב'... קוקט אויס אז אויך די אלטע מדפיסים האבן צומאל אומריכטיג מפענח געווען א נוטריקון]

---
א תקליטור תורני גרייז

באר מים חיים פ' תשא (עמוד תמ"ד מדפוס שלי, ד"ה וכעת אפשר לומר - הד"ה בעמוד תמ"ג)

ואנן צריכין לאז(ו)דווגא שם

----
דאס איז שוין א שטיקל הגה אויפ'ן ספר זעלבסט - לולא דמסתפינא

באר מים חיים פ' תשא (עמוד תמ"ו בדפוס שלי, ד"ה ועל זה אומר הכתוב ויברך... בסוף הפיסקא)

וכמו שהיה בדור המבול שנאבד העולם כולו והפלגה שניצף שליש העולם:

איך געדענק אז בימי דור אנוש איז עלה אוקיינוס והציף שליש העולם, נישט ביים דור הפלגה.

----
באר מים חיים פ' תשא (דפוס שלי עמוד תמ"ח, טור ב', סוף ד"ה ולזה)

אני ה' מקדש אתכם לבד בלי שום יגיעה ואתערותא (מהם) [מכם], רק ברצון אמיתי בלי שום דבר אני מקדש אתכם. [-אזוי שטייט קלאר אין איין אלטע דרוק, און אין די אנדערע אלטע דרוק קוקט עס אויך אויס ווי א כ' - ענדערש ווי א ה']

---
ווידער א שרעקליכע גראבע גרייז

באר מים חיים פ' תשא (דפוס שלי עמוד ת"נ, ד"ה וחזר)

שלא יאמין בקדושת השבת שהוא קודש מעצמו, רק שהוא יזמין את הקודש באתערותא (שלא) [שלו] מלתתא להוריד על ידי זה קדושת השבת

[-אזוי שטייט אין צוויי אלטע דרוקן, ופשוט]

----
באר מים חיים ריש פ' ויקהל

דהא כסא דא (לקדושא) [לקודשא] בריך הוא
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4151
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 1:10 am
דאס איז שוין א שטיקל הגה אויפ'ן ספר זעלבסט - לולא דמסתפינא

באר מים חיים פ' תשא (עמוד תמ"ו בדפוס שלי, ד"ה ועל זה אומר הכתוב ויברך... בסוף הפיסקא)

וכמו שהיה בדור המבול שנאבד העולם כולו והפלגה שניצף שליש העולם:

איך געדענק אז בימי דור אנוש איז עלה אוקיינוס והציף שליש העולם, נישט ביים דור הפלגה.

איר געדענקט זייער גוט, אבער חז"ל ברענגען אויך אז בדור הפלגה איז מען געשטראפט געווארן מיט פארפלייצונגען פונעם ים. עי' ירושלמי שקלים פ"ו ה"ב, וב"ר ד, ו.

אבער אין באמ"ח פר' וירא ביי והאלקים נסה את אברהם איז משמע אז די פארפלייצונג בדור הפלגה איז געווען פארן מבול. ויל"ע.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באר מים חיים פ' ויקהל (דפוס שלי עמוד תנ"ח, ד"ה והענין ידוע)

ואפילו בדורותינו אנו רואין אם אחד בא לקבל פני צדיק הדור אם היה יכול היה עומד לפניו כל היום [ו]לא היה מתיגע [-אזוי שטייט אין 2 אלטע דרוקן]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באר מים חיים פ' ויקהל (פסוק כ"ב, ויבואו האנשים על הנשים וגו'. דפוס שלי עמוד תנ"ט)

ויביא קרבנו מן היפה והמשובח ביותר(,) שבאותו המין שיביא ממנו[,] הרי נאמר בתורה [-די אלטע דרוקן האבן נישט קיין קאמע"ס, און דער דרוק האט עס בטעות אומריכטיג געשטעלט]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אז איך הער נישט אויף צו קריטיקירן, מוז איך אויך אמאל קאמפלימענטירן...

אין תקליטור תורני שטייט אין באר מים חיים פ' ויקהל "יהבא" חכמתא לחכימין, און קענענדיג דעם פסוק אין דניאל פון די גמרא (ברכות נה.) האב איך געוואוסט אז עס שטייט "יהב"

און ראה זה פלא... אין דעם באר מים חיים דפוס שער החיים וואס איך נוץ, איז עס שוין פארראכטן (אין די עלטערע דרוק וואס ליגט אין שול, שטייט יא גרייזיג)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17389
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

היינט נאך זיך מוטשענען אפאר מינוט.. אין אור החיים הק' הוצאת ספרי אור החיים קאפ' ה' פסוק ה'

"ואין כוונת הכתוב באומרו ויהיו כל ימי וגו' לצרף הסך אלא לומר ויהיו כל ימי וגו' הם ימים הקצובים לו מיום היותו". זענען זיי בטעות געשפרינגען פונעם ערשטן "ויהיו כל ימי וגו'" צום צווייטן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באר מים חיים פ' ויקהל (קאפיטל ל"ו פסוק ו' - דפוס שלי עמוד תס"ז, ד"ה (ו) ויצו משה)

שאף [ש]הצווי לא היה רק להם לבדם [-אזוי שטייט אין צוויי אלטע דרוקן]
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 11:24 am
די איינציגע סיבה איך שרייב די טעותים דא, איז וויבאלד די מדפיסים האבן נישט געשטעלט קיין אימעיל אדרעסע אויפ'ן שער בלאט. ווען איך פלעג לערנען אין די "פאר מקדושים" דרוק, פלעג איך תיכף אריינשיקן אין אימעיל יעדע טעות הדפוס)

לכאורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:53 pm
(איך האב באמערקט אז דפוס שער התורה אליינס האט עטליכע מהדורות, וויל איך באטאנען אז איך באצי זיך צו די "רש"י אותיות", נדפס תשע"ט)
כ'האב נעכטן צופעליג באמערקט אין א מסילת ישרים פון שער התורה, א בליץ-פאסט אדרעס: שער התורה@דשימעיל. זענען זיי די יעניגע וועלכע זענען דיך משמח במועד?
אויב ברויכסטו די פינקטליכע אויסלייג, קאן איך פרואוון עס ווידער אפירצוזוכן
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 2:22 pm

וואס טוסטו דא צו מיר?... איך וועל פארלירן אלע תגובות וואס איך שרייב דא כמעט טעגליך...

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 2:42 pm

סאו ס'נישט "די איינציגע סיבה"...!
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ראשית חכמה סוף שער הקדושה (עמוד תמ"ב. פרק י"ז אות קל"א)

בלבו יצפן אמר[י] התורה, [-אזוי שטייט אין שערי תשובה לרבינו יונה, דער מקור הדברים]

----
ראשית חכמה ריש שער הענוה (עמוד ת"נ. פרק א' אות ה')

והניח כל אילנות טובות (והרשה) [והשרה] שכינתו בסנה. [-אזוי שטייט אין סוטה ה. דער מקור הדברים]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באר מים חיים פ' ויקרא (עמוד תע"ט בדפוס שלי, טור ב', סוף ד"ה ולזה אמר הכתוב)

שהוא בחינ(ת)[ה] גדולה מאוד בנבואה [-אין די אלטע דרוקן שטייט "בחי'", ופשוט אז עס עפנט זיך צו 'בחינה' אין אונזער פאל]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אין "באר מים חיים" דפוס עוז והדר (עמוד ט', זיי האבן עס איינגערינגלט) און אזוי אויך אין "תקליטור תורני" (אומאיינגערינגלט), איז דא א גאנצע לאנגע שטיקל תורה, וואס געפינט זיך נישט אין די צוויי אלטע דרוקן וואס איך קוק (אויף היברו בוקס), וצ"ע.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באר מים חיים פ' ויקרא (עמוד תפז בדפוס שלי, ד"ה (ג) אם עולה קרבנו וגו'.)

ועל ידי זה עולה ומתעלה הניצוץ הקדוש [שב]כל חפצי עולם הזה

[-איין אלטע דרוק שרייבט 'בכל', די אנדערע 'שבכל', אבער 'כל' איז זיכער גרייזיג]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 8:16 pm
אין "באר מים חיים" דפוס עוז והדר (עמוד ט', זיי האבן עס איינגערינגלט) און אזוי אויך אין "תקליטור תורני" (אומאיינגערינגלט), איז דא א גאנצע לאנגע שטיקל תורה, וואס געפינט זיך נישט אין די צוויי אלטע דרוקן וואס איך קוק (אויף היברו בוקס), וצ"ע.
אקעי, איך זע שוין וואס דא גייט פאר.

תקליטור תורני האט בטעות מעתיק געווען די לעצטע שטיקל תורה פון פרשת ויקרא, צו ערגעץ אינמיטן די סדרה... און די "עוז והדר" דרוק האט דאס בלינדערהייט נאכגעדרוקט...

אין די אנדערע דרוקן הייבט זיך דער שטיקל אן "ואמנם מי שזוכה להעלות הכל לה'", און דער טעות'דיגער שטיקל הייבט זיך אן פונעם ת' פון להעלות... "ת הכל לה'"...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ראשית חכמה שער הענוה פרק ב', אות י"ט, שורה ב'

כדאמרינן במסכת [בבא] בתרא [-אזוי שטייט אין איין אלטע דרוק]
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”