עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:14 pm
מקורות הניגונים אלבום עתיקא קדישא 6 פסח:

1. הללו את ה', ניגון שמחה; [כ'קען איהם נישט, עס שמעקט היינטיג]
אויפן אינטערוויו זאגט ר' ירמי' אז דער ניגון פלעגט מען זינגען ביים סדר און די אנדערע ביים דאווענען פסח ביינאכט.
2. קדש ורחץ; ראפשיץ.
דער ניגון ווערט געזינגען בכל חצרות צאצאי הרה"ק מראפשיץ זי"ע אויף קדש ורחץ און נאך שטיקלעך פון די הגדה.

3. הא לחמא עניא; נוסח.

4. הלל; נוסח.

5. הללו 2, ניגון שמחה; ראזוואדאוו.
ווערט געזינגען אין סטוטשין אויף שהשלום שלו, ר' יאשע ליפשיץ ע"ה זינגט עס אויף מעין עולם הבא און זאגט אז מען האט עס געזינגען אויף מעה"ב שבת הגדול.

6. זכר למקדש כהלל; נוסח

7. שיר השירים; ראזוואדאוו.
דער הייליגער שיר השירים ניגון האט מחבר געווען הרה"ק ר' משה מראזוואדאוו זי"ע, דער ניגון איז באקאנט מיט פארשידענע נוסחאות און דער נוסח איז כנראה געווען וויאזוי די לעצטע ראזוואדאווע רב ר' נפתלי זי"ע האט עס געזינגען.

8. אז רוב ניסים; נוסח ראפשיץ.

9. כי לו נאה, והמשך הזמירות;
כמדומה אז מען זינגט ענליך צו דעם אין באבוב, ומקורו לא ידוע לי.
איין פאל אינמיט'ן פון דעם ניגון זאגט ער האט ער גענומען פון זיין שווער, אויפן אינטערוויו זאגט ער וועלכע פאל.

10. אחד מי יודע; בר יוחאי דזשיקוב.
דער ניגון האט מחבר געווען הרה"ק ר' אליעזר'ל דזשיקובער זי"ע ויש המייחסים אותו להרבי ר' הירש מרימנוב זי"ע.

11. חד גדיא; די זעלבע ווי כי לו נאה (9).

12. אבא בחיל; ראזוואדאוו.
א הייליגע ניגון געגועים מחצר הרה"ק מראזוואדאוו זי"ע, יש מייחסים (ר' דוד פערקאוויטש) הניגון אל הרה"ק בעל אור לשמים מאפטא זי"ע.

13. טל, נוסח וניגון; הרה"ק מראפשיץ זי"ע.
דער ניגון טל האט מחבר געווען הרה"ק מראפשיץ זי"ע, ומושר בכל חצרות צאצאיו, י"א אז דאס איז איינע פון די ניגונים וואס דער ראפשיצער רב זי"ע האט מצווה געווען בניו ונכדיו נישט צו משנה זיין נאר שטענדיג בלויז זינגען דעם ניגון.

14. פסח מצרים; ראפשיץ.
אויכט באקאנט אין דער וועלט אלץ שלום עליכם ביים הייליגן צאנזע רב זי"ע.
דער ניגון שטאמט נאך פון הייליגן ראפשיצע רב זי"ע, נישטא קיין קלארע ידיעה אויב ער האט עס מחבר געווען.
דער ניגון ווערט געזינגען אלע ימים טובים אויף די פיוטים פון מערבית.
די צווייטע פאל דא איז נישט קלאר פון ווי עס שטאמט און וועמנס הוספה דאס איז.
זאגט אויכעט אויפ'ן אינטערוויאו אז זיין טאטע האט געזינגען דעם פאל און ער האט געהערט פון נאך אירע וואס שטאמען פון די חצירות אז מ'פלעגט עס אזוי זינגען ביי זיי.
15. חסל סידור פסח; ניגון קדש ורחץ ראפשיץ (2).

מקורות הניגונים אלבום עתיקא קדישא 6 פסח.pdf
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

כהייב הענט
טאקע א מתנה פארן דור
נאך אזויפיל יארן וואס מזינגט דעם ניגון ביי שלום עליכם אדער וזכינו לקבל שבתות און "קיינער" האט נישט געהערט א שמץ פון די פעלער , נישט און די קבוצה אדער "אלע" אנדערע שירי עתיקים חסידית קביצים נאר ער מיטן טאטען ( נאר ער האט געהערט פון די אידן און די חצרות - קיינער אנדערש נישט ) איז טאקע א מתנה בבית גנזי בבית אבא....
אפשר א פלא הדור אויך .
למעשה זעהט איר אז ווען מקוועטשט און מפרעגט קומען כסדר נייע תירוצים דאס איז פונעם שווער ועוד .... אבער פריער האט מען געשריבן אלס "ריינע ראפשיץ ניגונים".
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

למעשה שיינע (אייגענע) 2 פעלער
וואס געט שיין צו צום השלמה פון ניגון .

אויך חסל סידור פסח איין פאל פון א ניגון שמחה פון סטאלין .
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19948
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

נישט צוויי נייע פעלער, ווי געשמועסט איז נאר די צווייטע א חידוש (און עס איז ניטאמאל קיין גאנצע פאל, בלויז א אויספיר), די פערטע פאל איז אריגינאל. ואגב, אין סלונים (ווי מען זינגט א היבשע פאר צאנזע ניגונים) איז אויכט דא דער צווייטער פאל אך איני יודע די שייכות פון משפחת דמן צו זיי.

וואס שרייבסטו וועגן די חסל סידור פסח? עס איז די קדש ורחץ ניגון במילואו אווי מען זינגט עס אין סטוטשין בלי שום שינוי, ווי קומט דא אריין סטאלין?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7475
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

כ'האב אויסגעהערט שוין א חלק פון די שמועס מיט ר' ירמיה אויף קול מבשר .
ס'איז אינטערסאנט וואס ער פארציילט ממש אנהייב וועגן האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א... און די ברכה וואס ר' ירמיה האט איהם געוואונטשן [לאמיר זעהן ווען וועט עס מקויים ווערן] .
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:19 am
נישט צוויי נייע פעלער, ווי געשמועסט איז נאר די צווייטע א חידוש (און עס איז ניטאמאל קיין גאנצע פאל, בלויז א אויספיר), די פערטע פאל איז אריגינאל. ואגב, אין סלונים (ווי מען זינגט א היבשע פאר צאנזע ניגונים) איז אויכט דא דער צווייטער פאל אך איני יודע די שייכות פון משפחת דמן צו זיי.

וואס שרייבסטו וועגן די חסל סידור פסח? עס איז די קדש ורחץ ניגון במילואו אווי מען זינגט עס אין סטוטשין בלי שום שינוי, ווי קומט דא אריין סטאלין?
איך פריביר צו שאפן דעם גענוי ניגון שמחה פון קארלין... וועל איך עס אנצייכענען ......
99 פארצענט ענדעעלט עס די התחלה צו יענעם ניגון .
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19948
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

חצקל חצקל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 1:29 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:19 am
נישט צוויי נייע פעלער, ווי געשמועסט איז נאר די צווייטע א חידוש (און עס איז ניטאמאל קיין גאנצע פאל, בלויז א אויספיר), די פערטע פאל איז אריגינאל. ואגב, אין סלונים (ווי מען זינגט א היבשע פאר צאנזע ניגונים) איז אויכט דא דער צווייטער פאל אך איני יודע די שייכות פון משפחת דמן צו זיי.

וואס שרייבסטו וועגן די חסל סידור פסח? עס איז די קדש ורחץ ניגון במילואו אווי מען זינגט עס אין סטוטשין בלי שום שינוי, ווי קומט דא אריין סטאלין?
איך פריביר צו שאפן דעם גענוי ניגון שמחה פון קארלין... וועל איך עס אנצייכענען ......
99 פארצענט ענדעעלט עס די התחלה צו יענעם ניגון .
ובכן? איז וואס? דאס איז נאכאלץ די קדש ורחץ ניגון בהדרו ובמילואו, קען ענליכן צו נאך דרייסיג ניגונים פון ליובאוויטש און ברסלב אויכט.
כ'האב מורא האסט פארגעסן ווי אהין דו צילסט דא, ווערסט אביסל שטומפיג
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הערליכע שמועס מיט רבי ירמיה דמן אויף קול מבשר
טוט וויי אז די בעלזא סידיס קומען נישט ארויס בשפע היינט ווי אמאל, די שענסטע סידיס האט בעלזא ארויסגעגעבען.
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

יעצט געענדיגט הערן... וואס זאלעך אייך זאגן... א געהעריגע פיל פון תשוקה וגעגועים...

יישר כח ר' ירמי' וכל המסייעים!

אוי קדש ורחץ! כרפס י-ח-ץ!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7475
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ויתן לך האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 12:33 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 12:29 pm
זייער שיין, אבער וואס איז פשט פון 'לך גם לך'?
איר מיינט צופרעגן פארוואס נישט אף לך
אזוי איז נוסח ראפשיץ שלא להזכיר תיבת אף וידוע הסיפור בזה בענין ותנומה מעפעפי וואס די בלוזעבער האט געפרעגט דעם שווער פארוואס מען זאגט נישט מגמגמי וכו'
אבער ער זאגט קרב יום וכו' לך היום אף לך הלילה.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 7:51 am
ויתן לך האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 12:33 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 12:29 pm
זייער שיין, אבער וואס איז פשט פון 'לך גם לך'?
איר מיינט צופרעגן פארוואס נישט אף לך
אזוי איז נוסח ראפשיץ שלא להזכיר תיבת אף וידוע הסיפור בזה בענין ותנומה מעפעפי וואס די בלוזעבער האט געפרעגט דעם שווער פארוואס מען זאגט נישט מגמגמי וכו'
אבער ער זאגט קרב יום וכו' לך היום אף לך הלילה.
דאס איז די לשון הפסוק לך יום אף לך לילה
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

מרגלא בפומיה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:49 pm
הערליכע שמועס מיט רבי ירמיה דמן אויף קול מבשר
טוט וויי אז די בעלזא סידיס קומען נישט ארויס בשפע היינט ווי אמאל, די שענסטע סידיס האט בעלזא ארויסגעגעבען.
די אינטערוויו איז ווערט צו הערן
דעקט דארט אויף גאר אינטערסאנטע שמועסן מיט אדמורים וכו׳
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 11:05 am
כ'האב אויסגעהערט שוין א חלק פון די שמועס מיט ר' ירמיה אויף קול מבשר .
ס'איז אינטערסאנט וואס ער פארציילט ממש אנהייב וועגן האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א... און די ברכה וואס ר' ירמיה האט איהם געוואונטשן [לאמיר זעהן ווען וועט עס מקויים ווערן] .
יא יא
די שמועס איז עפעס זייער נאטראל און די שטיקעל מיט תולדות אהרן איז א חידוש
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22750
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

א הערליכע ארבעט, ישר כח ר' ירמיה.

איין נקודה דארף מען נאר מוסיף זיין, די שלשה עשר מי יודע איז נישט קיין ניגון פאר זעך, נאר ווי אויבן דערמאנט, די דשיקובער בר יוחאי. אין ראזוודאוו איז געווען די מנהג אז ביי נעילת החג זינגט מען איין זמר מיט די תנועה פון א ניגון פון די קומעדיגע יו''ט. דעריבער זינגט מען שלשה עשר מי יודע בניגון בר יוחאי.

מיר איז גראדע אינטערסאנט אז ער זאגט הָא לחמא מיט א קמץ און נישט הֵא מיט א ציירי כמנהג בית ראפשיץ. זעהט זיך אויס אז פאר ניגונים קומט ער צוריק אהיים קיין ראזוודאוו, אבער א בעלזער בלייבט ער...

איך מיין אז די גאנצע טענהריי איבער די פונקטליכקייט פון די ניגונים איז אירעלעווענט כל זמן ער שרייבט קלאר אז עס איז זיין טאטעס אייגענע נוסח, געבויט אויף ראפשיץ. עס איז טאקע אביסל א שאד אז עס איז נישט מיט קיין הונדרעט פראצענטיגע שלימות, אבער ווי סטאוו האט שוין געשריבן איז ער פאר קיינעם גארנישט שולדיג, און ווי לאנג ער שרייבט עס קלאר ארויס קען ער טוהן וואס ער וויל.

אפשר איז שוין טאקע געקומען די צייט אז איינער זאל געהעריג ארויסגעבן די ניגוני בית ראפשיץ אויף א פראפעסינאלעם פארנעם, מיט א פונקטליכקייט, כדאי די ניגונים זאלן קענען ווערן א נחלת הכלל און נישט בלייבן פארמאכט אין א קליין בית מדרש'ל אויף די פופציגסטע גאס אין בארא פארק.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שמערל און בערל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:00 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערל און בערל »

וואס עפעס? האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 10:12 am
יוסף פריעדמאן האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 11:05 am
כ'האב אויסגעהערט שוין א חלק פון די שמועס מיט ר' ירמיה אויף קול מבשר .
ס'איז אינטערסאנט וואס ער פארציילט ממש אנהייב וועגן האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א... און די ברכה וואס ר' ירמיה האט איהם געוואונטשן [לאמיר זעהן ווען וועט עס מקויים ווערן] .
יא יא
די שמועס איז עפעס זייער נאטראל און די שטיקעל מיט תולדות אהרן איז א חידוש
ביטע אויב איינער קען ארויף לייגן דעם שמועס, איך קען נישט אריין גיין אין וואס מ'האט דא גלייגט.
אוועטאר
יוסף מענדל
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 01, 2023 1:11 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף מענדל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:14 pm
מקורות הניגונים אלבום עתיקא קדישא 6 פסח:

1. הללו את ה', ניגון שמחה; [כ'קען איהם נישט, עס שמעקט היינטיג]

2. קדש ורחץ; ראפשיץ.
דער ניגון ווערט געזינגען בכל חצרות צאצאי הרה"ק מראפשיץ זי"ע אויף קדש ורחץ און נאך שטיקלעך פון די הגדה.

3. הא לחמא עניא; נוסח.

4. הלל; נוסח.

5. הללו 2, ניגון שמחה; ראזוואדאוו.
ווערט געזינגען אין סטוטשין אויף שהשלום שלו, ר' יאשע ליפשיץ ע"ה זינגט עס אויף מעין עולם הבא און זאגט אז מען האט עס געזינגען אויף מעה"ב שבת הגדול.

6. זכר למקדש כהלל; נוסח

7. שיר השירים; ראזוואדאוו.
דער הייליגער שיר השירים ניגון האט מחבר געווען הרה"ק ר' משה מראזוואדאוו זי"ע, דער ניגון איז באקאנט מיט פארשידענע נוסחאות און דער נוסח איז כנראה געווען וויאזוי די לעצטע ראזוואדאווע רב ר' נפתלי זי"ע האט עס געזינגען.

8. אז רוב ניסים; נוסח ראפשיץ.

9. כי לו נאה, והמשך הזמירות;
כמדומה אז מען זינגט ענליך צו דעם אין באבוב, ומקורו לא ידוע לי.

10. אחד מי יודע; בר יוחאי דזשיקוב.
דער ניגון האט מחבר געווען הרה"ק ר' אליעזר'ל דזשיקובער זי"ע ויש המייחסים אותו להרבי ר' הירש מרימנוב זי"ע.

11. חד גדיא; די זעלבע ווי כי לו נאה (9).

12. אבא בחיל; ראזוואדאוו.
א הייליגע ניגון געגועים מחצר הרה"ק מראזוואדאוו זי"ע, יש מייחסים (ר' דוד פערקאוויטש) הניגון אל הרה"ק בעל אור לשמים מאפטא זי"ע.

13. טל, נוסח וניגון; הרה"ק מראפשיץ זי"ע.
דער ניגון טל האט מחבר געווען הרה"ק מראפשיץ זי"ע, ומושר בכל חצרות צאצאיו, י"א אז דאס איז איינע פון די ניגונים וואס דער ראפשיצער רב זי"ע האט מצווה געווען בניו ונכדיו נישט צו משנה זיין נאר שטענדיג בלויז זינגען דעם ניגון.

14. פסח מצרים; ראפשיץ.
אויכט באקאנט אין דער וועלט אלץ שלום עליכם ביים הייליגן צאנזע רב זי"ע.
דער ניגון שטאמט נאך פון הייליגן ראפשיצע רב זי"ע, נישטא קיין קלארע ידיעה אויב ער האט עס מחבר געווען.
דער ניגון ווערט געזינגען אלע ימים טובים אויף די פיוטים פון מערבית.
די צווייטע פאל דא איז נישט קלאר פון ווי עס שטאמט און וועמנס הוספה דאס איז.

15. חסל סידור פסח; ניגון קדש ורחץ ראפשיץ (2).

מקורות הניגונים אלבום עתיקא קדישא 6 פסח.pdf
עס איז מיר אינטערעסאנט וואס די זאגסט וועגן די טל ניגון, איך האב געהערט דעם ניגון אויף די די סידי פון ניגוני בית דז'יקוב חלק א, האב איך אייביג געמיינט אז ס'איז א דז'יקוב'ער ניגון. אצינד וועלן מיר הערן די ניגון מיט מער חיות.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7475
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ס'ארבעט פון פריש לקראת פסח, מיינע קינדער [אפי' די קליינע] בלאעקן זיך מיט דעם, געדענקען עס גוט פון פאריגע יאהר.
די מתיקות איז זיי נישט ארויס פון די ביינער.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3099
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:02 am
ס'ארבעט פון פריש לקראת פסח, מיינע קינדער [אפי' די קליינע] בלאעקן זיך מיט דעם, געדענקען עס גוט פון פאריגע יאהר.
די מתיקות איז זיי נישט ארויס פון די ביינער.
גא"מ
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”