לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

אחראי: יאנאש

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

י גרין האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:58 am
אויב סהאט גארנישט מיט די עפפרעיזט וואליו וואס ספארקויפט זיך, פארוואס קען מען עדשאסטן די טעקסעס נאך א סעיל ווייזנדיג אז סאיז ווערט ווייניגער?
אוודאי האט עס מיט די פרייז פון די הויז, אבער סאיז נישט אזוי פשוט. עססעסעד וועליו = געשאצטע עכטע וועליו טיימס עקוויליזעשען רעיט. אויב די געשאצטע עכטע וועליו גייט אראפ, גייט עססעסעד וועליו אויך אראפ, און אויב די סעיל פרייז איז ווייניגער פון די געשאצטע עכטע פרייז, דאן לוינט זיך צו רופן די עססעסער צו מאכן א נייע עססעסמענט, וואס דאס וועט אראפברענגען די עססעסעד וועליו.

איך וויל שרייבן נאך א נקודה, די עקווילזעשען רעיט איז נישט קיין חשבון וואס איז 100%, דאס מיינט אז אמאל איז די עקוויליזעשען רעיט צו הויעך, און אמאל צו נידריג, ווען ס'איז צו הויעך, איז עס שלעכט פאר מענטשען וואס מאכן דאן עססעסמענטס, און ווען ס'איז צו נידריג, דאן איז גוט צו מאכן עססעסמענטס.

לאמיר מסביר זיין מיט די משל פון די צוויי $100,000 הייזער, אויב די צווייטע יאר וועט די עססעסער מחליט זיין אז די עקוויליזעשען רעיט איז 95%, וועט די עסעססמענט פון די צווייטע הויז זיין 104,500, מיט $4500 מער פון וויפיל זיין שכן מיט אקוראט די זעלבע הויז האט, אלץ צוליב די טעות פון די עססעסער, וועלעכע האט מחליט געווען צו מאכן די עקוויליזעשען רעיט 95%, אנשטאט די ריכטיגע 91%. אויב אבער וועט די עססעסער בטעות מאכן די עקוויליזעשען רעיט נידריג, לאמיר זאגן 85%, וועט זיין עססעמענט זיין $93,500, מיט $6,500 ביליגער פון זיין שכן, זיין שכן האט יעצט די ברירה צו פארלאנגען א נייע עססעסמענט, וואס דאן וועט זיין עססעסמענט אויך פאלן צו $93,500.

דאס וואס איך שרייב אז די עססעסער מאכט א "טעות", הגם ס'קען געשען פון דעם אויך, אבער ס'קען געשען אויף אנדערע אופנים אויך, באמת, איז דא אריינגעבאקען די פראבלעם אין די סיסטעם, וויבאלד די עקוויליזעשען רעיט גייט פאר גאנץ ראמאפאו, און יעדער קען אליין זעהן אז געוויסע געגענטער וואקסען די פרייז פון הייזער פיל שנעלער, אין מילא קומט אויס אז די עקוויליעזעשען רעיט איז מיסודו פראבלעמאטיש.

די ערשטע יאר נאך וואס די עססעסער קומט אראפ, איז די טעקס מער ווייניגער לויט וויפיל די הויז איז ווערט -לויט די עססעסער- אבער וואס א יאר גייט ביי זינט די עססעסמענט, אלץ ווייניגער און ווייניגער האט עס צו טוהן מיט די אמת'ע וועליו פון די הויז, און מער און מער וואס עס האט צוטוהן מיט עקוויליזעשען רעיט. על כן, לוינט זיך יעדער פאר יאר זיך צו פארבינדען מיט א פראפערטי טעקס מבין, זעהן אויב די עקוויליזעשען רעיט איז גינסטיג צו מאכן א ריעססעמענט, און אויב ס'איז די ריכטיגע צייט, דאן זאל מען מאכן א ריעססעסמענט.

וואו געשריבן אויבן, איז דאס לפע"ד איינער פון די סיבות פארוואס טאטעל עססעסמענטס גייען כמעט נישט ארויף, וויבאלד אלע וואס זייערע עססעסמענטס זענען געמאכט געווארען ווען די עקוויליזעשען רעיט איז געווען הויעך מאכן ריעססמענטס ווען די רעיט פאלט, און די וואס מאכן ווען ס'איז נידריג, לאזן נישט אריין די עססעסער מאכן א נייע עססעסמענט ווען ס'איז הויעך.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

זעה איך יעצט אז די טאון גרייט זיך צו עפענען א טעקסי קאמישען, וואס וועט דארפן געבן ספעצילע לייסענס צו קענען זיין א טעקסי דרייווער. איינער פון די תנאים פון באקומען א לייסענס איז צו זיין איינער מיט a good moral character.

דאס וועט אפשר זיין א ישועה פורתא פאר די טעקסי פראבלעם (קוקט אויס אז יענער אשכול איז געמעקט).

אויך וועט די קאר באזונדער דארפן דורכגיין א באזונדערע אינספעקשין זיכער מאכן אז ס'איז ריין וכדומה. אויך וועט די פרייזן מיזן זיין ארויסגעלייגט אין פובליק.

די שאלה איז נאר וויפיל דאס וועט שאטן פאר די היימישע קאר סערוויסעס.

קיין פרטים האב איך נישט דערויף, נאר אז די טאון האט ארויפגעלייגט די געזעץ דא https://www.ramapo.org/page/news-7/news ... m-868.html און אז ס'איז געווען א פובליק היערינג לעצטע וואך דערוועגן.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

בבקשה, דיין קלארע הסבר און דעטאלירטע אינפארמאציע אין יעדע איינע פון דיינע תגובות איז צום באוואונדערן, שכח פאר דעם.

דו הייבסט אן מיט פראפערטי טעקס אבער די טשארטס איז פון סקול דיסטריקט וואס איז ווי איך פארשטיי סקול טעקס, איז דאס איינס?

אויב מעג איך פרעגן נאך אפאר שאלות, איך מיין האסט עס שוין אמאל אויסגעשמועסט אבער איך געדענק נישט וואו (סאיז זיכער ווערד אן אשכול פאר זיך). איז דא נאך טעקס אויסער די דערמאנטע? און אויב יא איז עס אויך געוואנדן אינעם זעלבן אססעסד וועליו? ווילעדזש אוו ספרינג וואלי האט אן אייגענע אסעססאר, אבער וואס טוט זיך אין אינקארפארעטעד מאנסי, איז עס די טאון אסעססאר? די ווילעדזש איינוואוינער ווערן נישט אסעסד דורך די טאון אדער איז עס אין צוגאב?

שכח פארן ענטפערן אדער צואווייזן וואו ס'איז שוין געווארן אויסגעשמועסט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 4:31 pm

פראפערטי טעקס מיינט יעדער טעקס וואס גייט אויף האבן ריעל עסטעט. די גרעסטע דערפון איז די סקול טעקס, אבער די טאון, קאונטי און ווילידזש נעמען אויך דערפון. אין ראמאפאו עכ"פ זענען אלע געוואנדען אין די זעלבע עססעסמענט. (חוץ טייל ווילידזשעס)

רוב ווילידזשעס וועלן זיך פארלאזן אויף די טאון עססעסער, ספרינג וועלי נישט, ספרינג וועלי מיין איך (איך בין נישט זיכער) האט אן אייגענער עססעסער, וואס טוהט עססעסען באזונדער פאר די ווילידזש, דאס הייסט, אז אלע פראפערטי טעקס וועט מען צאלן לויט די טאונ'ס עססעסער, חוץ די ווילידזש טעקס וואס דאס צאלט מען לויט די ווילידזש עססעסמענט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

טאמער מיינסטו אז ס'איז שוין פאראיבער די וואלן אין עירמאנט, טראכט נאכאמאל...

די שטימען ווערן געציילט דורך די ווילידזש קלערק, בשעת'ן ציילן, שטייט אין אינספעקטער פון ראקלענד קאונטי זיכער מאכן אז ס'ווערט נישט געפעלטשט קיין שטימען. די נאכט פון די וואלן, נאכן ציילן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אידישע קאנדידאטען האבן געווינען מיט מער פון 650 שטימען מער, סך הכל עבסענטיס איז געווען א ביסל מער פון 320. האט די אינספעקטער געזאגט, איך גיי שלאפן, די עבסענטיס מאכט סייווי נישט אויס, מילא וועט מען עס ציילן "מארגן".

למעשה האלט מען שוין מער פון א וואך שפעטער און "מארגן" איז נאכנישט אנגעקומען, און מען ווארט נאך אז די אינספעקטער זאל צוריקקומען כדי מען זאל קענען ציילן די עבסענטיס. דערווייל רוקט זיך נענטער די טאג וואס די נייע טערמין הייבט זיך אן (אפריל 1, דער יאר איז אפריל 1 שבת, מילא איז עס נדחה צו מאנטאג אפריל 3). איז די קלערק געגאנגן צו די קאונטי, און געבעטן צו סערטיפייען די רעזולטאטען אויך אן די עבסענטיס.

דא האט זיך אנגעהויבן א ויצעקו, די צד שכנגד האט זיך גענומען שרייען, וואו קען מען ארויסווארפן שטימען, אפילו עס מאכט נישט אויס, פשוט וויבאלד ער האט געשטימיט עבסענטי ווארפט מען ארויס זיין שטימע? זיי האבן אריינגעגעבן א פארלאנג צו די קאונטי אז מען זאל נישט סערטיפייען די רעזולטאטען ביז מען ציילט די עבסענטיס. אויך די קאונטי, די זעלבע קאונטי וואס קען נישט פארזיכערען אז אן אינספעקטער זאל אנקומען "מארגן", שרייט יעצט וואס א גרויסע פארברעך דאס איז צו סערטיפייען די רעזולטאטען אן קיין עבסענטיס.

די החלטה נעכטן איז געווען אז מען גייט עס ציילן "מארגן" (דהיינו היינט), טאמער מען האט עס טאקע געציילט ווייס איך נישט.

דרך אגב, פאראיאר האבן די אידן געמאכט א רייט אין קאמפיין אין די סאפפערן סקול דיסטריקט, די רייט אינס זענען קיינמאל נישט געציילט געווארן, וויבאלד עס האט נישט אויסגעמאכט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ענדגילטע ציפערען מיט עבסענטיס אין עירמאנט:

עסקנים געשטיצטע קאנדידאטען: 1505
פערזערוו געשטיצטע קאנדידאטען: 741

אידישע טורנאוט: 58%
גוי'שע טורנאוט: 22%

מיט אידישע טורנאוט ביי 58%, וואלט גוי'שע טורנאוט געדארפט זיין ביי 44% כדי צו געווינען. מיט גוי'שע טורנאוט ביי 22%, וואלטען די אידן געדארפט 29% טורנאוט צו געווינען.

דער אמת איז אבער, אז אויב די גוי'שע טורנאוט וואלט געווען ביי 44%, וואלט די פאניק אנגעפאנגן פיל פריער, און די אידן וואלטען געהאט מער פון 58% טורנאוט.

בערך 40 אידישע און 20 גוי'שע עבסענטיס זענען געווארען דיסקוואליפיצירט, זיי ווערן נישט אריינגערעכעט אין די אויבן דערמאנטע ציפערען.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

שוין אפאר מאל געוואלט שרייבן אן אנאליז איבער די מארגענדיג'ע סקול בודזשעט וואלן, אבער איך האב נישט געקענט באקומען קיין קלארקייט. יעצט אבער האב איך שוין יא א שטיקל קלארקייט

קודם, די בודזשעט דער יאר גייט ארויף מיט $42 מיליאן דאללער איבער פאראיאר.

ניו יארק סטעיט האט צום ערשטע מאל פולי געפאנדט די פארמועלע, ס'איז די ערשטע מאל אין 17 יאר (פון ווען די פארמולע איז אריין אין קראפט), וואס יעדער סקול דיסטריקט באקומט וואס עס קומט זיך זיי דורך די פארמולע. דאס האט צוגעגעבן פאר די דיסטריקט כמעט $40 מיליאן דאללער אין הכנסות.

מיט דעם אלעם, ווילן זיי הייבן די טעקס ראטע מיט 1.99%. דאס וועט אריינברענגען נאך $3 מיליאן דאללער צו די קאסע, און וועט קאסטען $2.38 פער $1000 עססעסעד.

די בודזשעט איז מיט $42 מיליאן דאללער מער פון פאראיאר. שטעלט זיך די שאלה, וואו גייט די געלט? אט דער שאלה האט מיר געבאדערט, איך האב געקוקט אין די בודזשעט דא און דארט, און נישט געזען קיין שום זאך וואס זאל הייבן די בודזשעט מיט אזויפיל געלט, פלוצלינג, האב איך געזען א קליינע שירה, פאראיאר איז געווען א מיינוס פון כמעט $32 מיליאן דאללער, וואס די יאר איז עס נישט געווען. וואס איז געווען די שורה? פעדעראלע קאוויד געלט וואס איז געגאנגען דירעקט צו די טיטשערס פעיראלל. (יעך האב געזאלט וואוסן אז ס'איז דו טו קאוויד...)

בקיצור, פאראיאר האט די פעדעראלע רעגירונג געצאלט א באדייטינדע חלק פון די טיטשערס סעלערי, בערך $32 מיליאן דאללער ווערט, און היי יאר וואלט עס די דיסטריקט אליין געדארפט באצאלען. דאס מיינט אז פאקטיש האט די דיסטריקט נישט צוגעזען א וואוקס פון כמעט $40 מיליאן דאללער פון אינדערויסענדיגע הילף, נאר אנשטאט האבן זיי געזען א וואוקס פון בלויז $8 מיליאן דאללער.

וואו גייט דער איבריגע געלט? די תירוץ איז, אין סעווינגס, היי יאר לייגט די דיסטריקט אוועק $11 מיליאן דאללער אין באנק, על כל צרה שלא תבא. (ד. מ. אז פאקישטע אויסגאבן האט די דיסטריקט געשניטען מיט בערך $3 מיליאן דאללער)

יעצט איז מיר שווער געווארן מילא פארוואס ער איז $42 מיליאן דאללער מער פון פאראיאר פארשטיי איך, אבער וואס איז פשט אז דער בודזשעט איז אזויפיל העכער פון די פרי קאוויד בודזשעט? האב איך געכאפט א בליק אויף די פראפאזעד 2021 בודזשעט, וועלעכע איז געמאכט געווארען אנפאנג קאוויד און האט נישט קיין קאוויד געלט אריינגערעכענט, ס'איז געווען כמעט $247 מיליאן דאללער, ד.מ. אז היי יעריגע בודזשעט פון איבער $298 מיליאן איז $51 מיליאן דאללער מער וואו די בודזשעט פון 3 יאר צוריק, פארוואס האט די בודזשעט אזא גרויסע שפרינג?

די תירוץ האט מיר געכאפט אין א שטיקל שאק. טרענספארטעיטשען. טרענספארטעישען איז ארויף פון בערך $37 מיליאן דאללער 3 יאר צוריק, צו איבער $62 מיליאן דאללער! א שפרינג פון $25 מיליאן דאללער! (לשבר את האוזן, אלע וועידזשעס פון אלע טישטערס, אריינגערעכענט טעקסטבוקס און נאך, איז אביסל מער פון $61 מילאן דאללער). $11 מילאן דאללער לייגט מען אוועק, וועידזשעס פון טיטשערס זענען ארויף בערך $4 מיליאן דאללער, BOCES איז אויך ארויף א פאר מיליאן, ספעשעל עד ארויף $2 מיליאן דאללער, העלט אינשורענס אויך ארויף א פאר מיליאן, נאך זאכן זענען ארויף א האלב מיליאן צו א מיליאן. אלעס צוזאמען קאסט עס נאך $51 מיליאן דאללער.

אוודאי שטעלט זיך יעצט די פראגע, פארוואס דארפ'ן זיי דען העכערען די טעקס לעווי, זיי קענען דאך בלויז אוועקלייגן $8 מיליאן דאללער און ניצן די איבריגע $3 מיליאן דאללער? די תירוץ איז, אז זיי קענען נישט הייבן קיין טעקס ווען זיי ווילן, אדער וויפיל זיי ווילן. לויט זייער שאצונג, אויב וועט מען נישט העכערען קיין שטייערען, וועט די דיסטריקט גיין באנקראט אין 5 יאר ארום. זיי וועלן נישט קענען באצאלען די שטייגענדיגע קאסטען פון טרענספארטעישען און אנדערע זאכן, מילא כאטש זיי דארפן נישט היי יאר די געלט, וועלן זיי אבער אין 5 יאר ארום נישט קענען העכערען צופיל די טעקס, און דאן וועלן זיי גיין באנקראט.

אויב איז וואר אז זיי דארפן נישט די געלט היי יאר וואס גייען זיי טוהן מיט די געלט? די תירוץ איז, זיי גייען איבערמאכן די פלעיגראונדס, אין פאקט, דאס איבערמאכן די פלעיגראונדס איז תלוי אין די בודזשעט וואוט, אויב גייט עס דורך, גייען זיי עס איבערמאכן, און טאמער נישט, נישט. לכאורה האפן זיי אז עס איז דא מענטשען וואס ניצן די פלעיגראונדס, און וועלן קענען באשטיין צו שטימען יא, כדי מען זאל אפגרעידען די פלעיגראנודס.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אויך אין סאפפערן סענטרעל קומט מארגן פאר וואלן. פאראיאר האבן די אידישע קאנדידאטען פארלוירען מיט א לענדסלייד, אנציענדיג קוים 20% פון די שטימען. מיט דעם אלעם, איז דאס געווען א געפערליכע פראסק פאר די חברה, אז איבער 1500 מענטשען זענען ארויסגעקומען שטימען פאר די אידישע קאנדידאטען.

זינט די וואלן, האט מען אין די דיסטריקט אנגעפאנגען צו זינגען אן אנדערע ניגון, טאקע נאכאלץ נישט קיין שיינע, אבער נישט אזוי גרויליג וואו עס פלעגט זיין. די עסקנים געבן איבער אז זיי מאכן נישט מער אזויפיל פראבלעמען מיט די טרענספארטעישען (זיי מאכן נאך אסאך, אבער נישט אזויפיל וויפיל זיי פלעגן מאכן), און צוגאב צו די וואלן, איז דא כסדר'דיג'ע דרוק פון לאקאלע פאליטישענס, וואו וועבער, בראבענענק און לאולער אז זיי זאלן בעסער ווערן.

יעצט, איידער די וואלן האט די דיסטריקט געזאגט אז זיי זענען גרייט צו דינגען א אינדרויסינדיגער אודיטער, זאל איבערקוקן די וועג וויאזוי זיי האנדלען מיט די טרענספארטעישען און זאגן אויב זיי האנדלען דאס ריכטיג, און וויאזוי מען קען עס פארבעסערען (זיי נעמען זיך נישט אונטער צו פאלגן די עצות, אבער עכ"פ דאס צו הערן).

היי יאר, האבן די אידן נישט געשטעלט קיין אייגענע קאנדידאט. די באורד מעמבערס וואס לויפן יעצט פאר ווידערערוויילונג,האבן נישט קיין קינדער אין די סקול. טייל גוישע עלטערען פילן אז די באורד ווייסט נישט באמת וואס טוהט זיך אין די סקולס, און אז זיי האבן נישט קיין געפיל צו די סקולס. זיי האבן געשטעלט אין אייגענע קאנדידאט מיט נאמען Gragvana, דער גרעגווענע, איז געווען אין קאנטאקט מיט די עסקנים, און די עסקנים האבן עם אינדארסירט, ס'איז צום האפן, אז מיט'ן צוזאמשטלען די עלטערען פון די פאבליק סקול, צוזאמען מיט'ן היימישע עולם, וועט ער אפשר קענען ארויסקוועטשען א זיג. (איך האלט נישט מיין אטעם, טאמער ער געווינט די וואלן מארגן וועל איך זיין היפש איבערראשט, דאך איז וויכטיג צו וואוסן אז זיי האבן מורא פון אונזער שטימען און מיר מוזן ארויסברענעגן כאטש 1500 שטימען מארגן).
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

בבקשה, אלע דיינע תגובות האבן עפעס א משונה׳דיגע קלארקייט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

@בבקשה דאנק אייך, זייער שיין און קלאר צינימען.

למעשה, וויפיל קינדער (פאבליק און פרייוועט סקול) ווערן באצאלט באסעס אין איסט רעמעפאו? מיין קשיא איז עכט וויפיל קאסט א קינד?
בילד
אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

פומפדותא האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 12:58 am
@בבקשה דאנק אייך, זייער שיין און קלאר צינימען.

למעשה, וויפיל קינדער (פאבליק און פרייוועט סקול) ווערן באצאלט באסעס אין איסט רעמעפאו? מיין קשיא איז עכט וויפיל קאסט א קינד?
קענסט נישט מאכן קיין מישמאש צווישן פובליק סקול באסעס און די ישיבה באסעס, די פובליק סקול האט דאס רוב קליינע באסעלעך און זענען אסאך לענגער אויפן ראוד, עס קאסט מסתמא דאפלט צו באסן א פובליק סקול קינד
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פומפדותא האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 12:58 am
@בבקשה דאנק אייך, זייער שיין און קלאר צינימען.

למעשה, וויפיל קינדער (פאבליק און פרייוועט סקול) ווערן באצאלט באסעס אין איסט רעמעפאו? מיין קשיא איז עכט וויפיל קאסט א קינד?
איך האב נישט געקענט טרעפן ציפערן פובליקלי, מען דארף לכאורה מאכן א FOIA ריקוועסט.

אין 2019 איז געווען אן אודיט אויף די טראנספארטאציע, אין זייער ענטפער צום אודיט, האט די דיסטריקט געטענה'ט אז זיי פירן 37000 קינדער, לפי זה, האט אין 2019 געקאסט פארן דיסטריקט צעווישן 800 און 1000 פער קינד.

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו זען וויפיל יעדער YPC (ישיבה פרייוועט קאנטראקטאר) האט באקומען, און וויפיל קינדער זיי האבן געטראגן, אבער לכאורה דארף מען נאכן א FOIA ריקוועסט צו באקומען דער אינפארמאציע
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אין סאפפערן סקול דיסטריקט האט די בודזשעט עס גרינג דורכגעמאכט מיט כמעט 3000 שטימען דערפאר און אונטער 800 דערקעגן. אויך האבן די אמטרינע סקול באורד מעמבערס געווינען, מיט איבער 3000 שטימען אין די אידישע געשטיצטע גרעגווענע האט באקומען 823 שטימען.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

וואס איז געבליבן פיינעל אין די איסט ראמאפאו סקול דיסטריקט בודזשעט וואוט? באורד מעמבערס?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

דרייטצעך האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 3:47 pm
וואס איז געבליבן פיינעל אין די איסט ראמאפאו סקול דיסטריקט בודזשעט וואוט? באורד מעמבערס?
בודזשעט:

ניין: 1896
יא: 1851

ווארד 3
אינקאמבענט שערי מקגיל: 424
פול: 116
רייט אין: 2

ווארד 5
קוט: 69
רייט אין: 14

ווארד 8
פעדער: 343
רייט אין: 31
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ישר כח!

אויב לייגן זיי ארויס נאך א בודזשעט וואוט איז עס ווען?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ג' קרח, ב' דראש חודש תמוז.
בסדר גמור
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 2:08 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר גמור »

זייער צווייטע בודזשעט גייט לכאורה נישט האבן קיין טעקס אינקריס בכלל, ווייל זיי ריסקען צו סאך געלט אויב פאלט עס דורך נאכאמאל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בסדר גמור האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 9:21 pm
זייער צווייטע בודזשעט גייט לכאורה נישט האבן קיין טעקס אינקריס בכלל, ווייל זיי ריסקען צו סאך געלט אויב פאלט עס דורך נאכאמאל.
זיי ריסקן גארנישט, די וואוט איז בלויז אויף די טעקס. ס'איז מעגליך אז די צווייטע וועט זיין פונקט וואו די ערשטע.
בסדר גמור
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 2:08 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר גמור »

בבקשה האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 9:37 pm

די ערשטע מאל איז נישט קיין ריסק, ווייל זיי האבן די ברירה צו איבערמאכן.
די צווייטע מאל איז עס א ריסק, ווייל אויב פאלט עס אדורך מוזן זיי אננעמען די אוסטעריטי בודזשעט, וואס לאזט זיי נישט נוצן די 7.5 מיליאן דאלער פאר אימפראוומענטס.

בסדר גמור האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 9:49 pm

ניין, זיי ניצן די קאנטינדזשסי בודזשעט. ס'איז נישט דא קיין חילוק צעווישען די ערשטע בודזשעט און די קאנטינדזשענסי בודזשעט, נאר די $3 מיליאן דאללער פאר די פלעיגראונדס. די צווייטע בודזשעט האבן זיי נאכנישט ארויסגעלייגט.
בסדר גמור
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 2:08 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר גמור »

בבקשה האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 9:52 pm
בסדר גמור האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 9:49 pm
בבקשה האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 9:37 pm
בסדר גמור האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 9:21 pm
זייער צווייטע בודזשעט גייט לכאורה נישט האבן קיין טעקס אינקריס בכלל, ווייל זיי ריסקען צו סאך געלט אויב פאלט עס דורך נאכאמאל.
זיי ריסקן גארנישט, די וואוט איז בלויז אויף די טעקס. ס'איז מעגליך אז די צווייטע וועט זיין פונקט וואו די ערשטע.
די ערשטע מאל איז נישט קיין ריסק, ווייל זיי האבן די ברירה צו איבערמאכן.
די צווייטע מאל איז עס א ריסק, ווייל אויב פאלט עס אדורך מוזן זיי אננעמען די אוסטעריטי בודזשעט, וואס לאזט זיי נישט נוצן די 7.5 מיליאן דאלער פאר אימפראוומענטס.
ניין, זיי ניצן די קאנטינדזשסי בודזשעט. ס'איז נישט דא קיין חילוק צעווישען די ערשטע בודזשעט און די קאנטינדזשענסי בודזשעט, נאר די $3 מיליאן דאללער פאר די פלעיגראונדס. די צווייטע בודזשעט האבן זיי נאכנישט ארויסגעלייגט.
דוכט זיך אז אויב האבן זיי נישט קיין אפראווטע בודזשעט, מעגן זיי בכלל נישט מאכן קיין קעפיטעל אימפראוומענטס. און דאס וועלן זיי מסתם זוכן צו פארמיידן, און לכבוד דעם ארויסלייגן נאכאמאל א בודזשעט פאר א וואויט.
ווען נישט די 7.5 מיליאן וואס זיי ווילן נוצן פאר די אימפראוומענטס, וואלטן זיי ווארשיינליך שוין געגאנגען מיט די אוסטעריטי, צו פארשפארן די עקסטערע $150,000-$250,000 וואס קאסט אפ אן עלעקשן. זיי דארפן דאך עכט נישט די עקסטערע 3 מיליאן, זיי האבן דאך באקומען גענוג און נאך געלט דאס יאר, עס איז נאר געווארן אריינגעלייגט צו קענען העכערן די קעפ פאר די קומענדיגע יארן.
בייק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:33 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בייק »

בסדר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 12:02 am

$250000 פאר עלעקשן איז אסאך געלט. וויפיל צאלט מען פאר די אלטע זיידעס און באבעס וואס מען נעמט ארויס פון די נורסינג האום צוצוהעלפן ביי די עלעקשנס?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בייק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:11 am

$250000 פאר עלעקשן איז אסאך געלט. וויפיל צאלט מען פאר די אלטע זיידעס און באבעס וואס מען נעמט ארויס פון די נורסינג האום צוצוהעלפן ביי די עלעקשנס?
ס'איז לכאורה דא אן איבריגע 0, ס'איז לכאורה $15000 צו $25000. די עירמאנט וואלן האבן געקאסט $3000. דאס קאסט לכאורה נישט 10 מאל אזוי פיל.
בייק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:33 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בייק »

בבקשה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:12 pm
בייק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:11 am

$250000 פאר עלעקשן איז אסאך געלט. וויפיל צאלט מען פאר די אלטע זיידעס און באבעס וואס מען נעמט ארויס פון די נורסינג האום צוצוהעלפן ביי די עלעקשנס?
ס'איז לכאורה דא אן איבריגע 0, ס'איז לכאורה $15000 צו $25000. די עירמאנט וואלן האבן געקאסט $3000. דאס קאסט לכאורה נישט 10 מאל אזוי פיל.
קול מבשר האט געמאלדן די נומערן, קען זיין ער האט געמאכט א טעות.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”